רבי ארי לייב משפאלע 'דער שפאלער זיידע' - ו' תשרי תקע"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

רבי ארי לייב משפאלע 'דער שפאלער זיידע' - ו' תשרי תקע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

היינט ו' תשרי געפאלט די יארצייט פון דער שפאלע זיידע זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
אין רוז'ין פירט מען זיך צו גיין צו תשליך אין דעם טאג, האט דער קאפיטשניצער רבי ז"ל מסביר געווען פאר מיין טאטן אז מען האט איהם גערופען 'זיידע' וויבאלד ער האט מעורר געווען די י"ג מכילין דרחמי, און דערפאר איז מען געגאנגען צו תשליך אין דעם טאג כדי מעורר צו זיין די י"ג מכילין דרחמי (אזוי ווי אנדערע פירן זיך צו גיין בשלש עשרה מדות).


א גמר חתימה טובה
בן בוזי
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס שטייט אין הייליגען ספר תוספות חיים עה"ת, פון הרה"ק ר"ר חיים פעסטינער זי"ע, וואס ער איז געווען א תלמיד פון דעם הייליגען שפאלער זיידע זי"ע, אין אויך פון דעם הייליגען בעל התניא זי"ע, שטייט אזוי, אז ער איז אמאל געגאנגען צום שפאלער זיידע'ן, האט אים דער שפאלער זיידע געזאגט, שמע בני הער צו מיין קינד וואס איך גיי דיר דא זאגען, קודם, די ערשטע זאך קומט דער עבודה פון סור מרע, אוועק נעמען דאס שלעכטס וואס מען פארמאגט אין זיך, דורך דעם וואס מען האט געזינדיגט, און דערנאך ווען מען האט פון זיך ארויסגענומען דאס גאנצע רע דאס גאנצע שלעכט וואס מען האט געהאט אין זיך, דערנאך קומט די עבודה פון עשה טוב, ווייל אויב וועסטו טוהן דעם עשה טוב נאך איידער די טוהסט דעם סור מרע, די וועסט זינגען און טאנצען פארן אייבערשטען, וועסטו דורך דעם זיין א זורע על הקוצים רח"ל, אז דורך דעם וואס די וועסט ערשט טוהן די עבודה פון עשה טוב בשעת ווען די ליגסט אין שמוטץ וועסטו דורך דעם געבען כח הקדושה צו די סטרא אחרא רח"ל.
וועגען דעם דארף מען ערשט האבען תיקון המעשים, ערשט דארף מען זיך פארעכטען די שלעכטע מעשים אין שלעכטע מדות, און דערנאך קען מען טוהן דער עבודה פון עשה טוב, אזוי האט אים דער שפאלער זיידע געזאגט, דערנאך איז ער געגאנגען צום הייליגען בעל התניא האט אים דער היילגע בעל התניא געזאגט אויף די דרך, אז זו מדת בית שמאי, אז דאס איז דער מדה פון בית שמאי, וואס דאס איז דין, צומצום, אז מען זאל זיכער מאכען אז מען זאל נישט זיין א זורע על הקוצים, אבער מיר גייען מיטען מדת בית הלל וואס דאס איז חסד, רחמים, מיר קוקען נישט אויף וואס עס איז געווען אמאהל אויף דעם עבר, נאר מיר לערנען מיט א געשמאק, אין מיט א ברען, מיר דאוונען מיט א ברען, מיט א לעבדיגקייט, און מיר טאנצען און זינגען מיט א פרייליכקייט פאר דעם בורא כל העלמים, אין ממילא דורך דעם וואס מיר זענען ערשט מקיים דעם עשה טוב דורך דעם ווערט ממילא אוועק געשטויסען און אוועק געטריבען דער חושך דער רע פון דעם מענטש.
ווייל מיר האבען א כלל אז מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך, אביסעל ליכטיגקייט פארטרייבט אין נעמט אוועק דעם גאנצען טינקעלקייט, אזוי ווי מען זעהט אז ווען איינער וועט אריינעמען אין א גרויסע פינסטערע שטוב, איין קליינע לעכטיל, וואס געט ארויס א קליינע פייער'יל, טוהט עס גלייך אויף לייכטען די גאנצע צימער, אזוי אויך ביי רוחניות, דורך דעם וואס מען לערנט מיט א לעבידיגקייט מיט א חשק, מען זינגט און מ'טאנצט פארן באשעפער מיט א חיות אין א געשמאק, טוהט דאס ממילא אוועק יאגען אין אוועק טרייבען דעם גאנצען חושך, די שלעכטס פון דעם מענטש, קומט אויס אז דורך'ן עשה טוב ממילא ווערט שוין מקוים דער סור מרע אין פון זיך אליין גייט מען ארויס פון די אלע אומווירדיגע זאכען.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ביים סדר נאכט ביים הייליגען שפאלער זיידע זי"ע זיצט דער עולם און אן ערנסטע שטימונג און ווארט אז מ'זאל אנהייבען דעם סדר, דער הייליגער שפאלער זיידע קומט אריין און רופט אויס "קדש" און ווייזט פאר זיין זון זאל זאגן וואס דער רבי אין חדר האט איהם אויסגעלערנט, דאס קינד הייבט גלייך אן צו זאגן ווען דער טאטע קומט אהיים פון שוהל טוט ער זיך אן די ווייסע קיטל און ער מאכט שנעל קידוש, דער עולם שטייט שוין און ווארט אז דער הייליגער שפאלער זיידע זאל נעמען די בעכער אין די הענט און אנהייבן קידוש, אבער דער הייליגער שפאלער זיידע שטייט פארזינקען אין זיינע מחשבות און ווארט, ענדליך רופט ער זיך אן צום קינד, פארוואס זאגסטו נישט ווייטער!!! דאס קינד שטייט פארווינדערט און ער פארשטייט נישט וואס דער טאטע מיינט צו זאגן מיט דעם, און ווי דער טאטע זעהט זיין פארווינדערונג געט ער איהם א פרעג "דיין רבי האט נישט אויסגעלערנט ווייטער" און אזוי ווי דאס קינד ענטפערט "ניין" זאגט איהם דער הייליגער שפאלער זיידע "מען דארף ענדיגן כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן און קענען פרעגן די מה נשתנה" און תיכף האט דער הייליגער שפאלער זיידע אויפגעהויבן דעם בעכער און מיט גרויס התלהבות אנגעהויבן קידוש.
אויף צו מארגענס ביי די סעודה איז דער מלמד אריבער געקומען צו די סעודה פון דעם הייליגען שפאלער זיידע, און אזוי ווי דער הייליגער שפאלער זיידע האט איהם געזעהן געט ער איהם א פרעג "פארוואס לערנסטו נישט אויס די קינדער דעם טעם פארוואס דער טאטע דארף שנעל מאכן קידוש" רופט זיך אן דער מלמד "איך האב געמיינט אז דער טעם איז נישט וויכטיג, ווייל דער דין אז מען דארף שנעל מאכן קידוש גייט דאך אן אפילו דארט ווי עס איז נישט דא קיין קליינע קינדער" הייבט דער הייליגער שפאלער זיידע אן צו שרייען אויף איהם "ווי קענסטו זאגן אז דאס איז נישט וויכטיג די ביזט דען חשובער פון אלע מלמדים פון ביז היינט, און די פארשטייסט בעסער פון זיי" "די זאלסט וויסען אז די פארשטייסט נישט אונזערע מקובל'דיגע מנהגים, און די זאלסט נישט וואגן מער צו גרינגשעצן און צו פארענדערן לויט דיין פארשטאנד די מנהגים פון די פריערדיגע מלמדים"
און דא האט זיך דער הייליגער שפאלער זיידע אויסגעדרייט צום עולם און געזאגט, דער הייליגער זוהר הק' ברענגט אז כנסת ישראל זאגט פארן באשעפער אז מיר זענען אין גלות אין די בחינה פון "פארשלאפען" און מיט דעם הייבן מיר אן דעם סדר ווען דער טאטע קומט אהיים פון שוהל דאס מיינט צו זאגן ווען דער טאטע פון הימל קומט אהיים פון שוהל פסח ביינאכט און ער זעהט ווי זיין הייליג פאלק די יודען אפילו זיי זענען אויסגעמיטשעט און פארפלאגט פון די ארבעט פון פאר פסח, מיט דעם אלעם זענען זיי אלע געקומען אין בית המדרש און געזאגט הלל פארן באשעפער מיט התלהבות און השתפכות הנפש מאכט ער שנעל קידוש דארף ער שנעל באנייען אונזער קדושה און אונז אויסלייזען פון גלות כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפען דאס גייט ארויף אויף די יודען וואס זיי ווערן אנגערופען "ילד שעשועים" זאלן נישט פארשלאפען ווערן אינגאנצען אין דעם טינקעלן גלות און ח"ו זיך מייאש זיין פון די גאולה, און קענען פרעגן די מה נשתנה אז מיר יודען פרעגן פון באשעפער "מה נשתנה הלילה הזה מכל הלילות" פארוואס איז דער גלות לענגער ווי אלע אנדערע גליות, און זאגענדיג די ווערטער האט דער הייליגער שפאלער זיידע אויפגעהויבען זיינע הענט צום הימל מיט א געוויין און געזאגט "טאטע אין הימל נעם אונז ארויס פונעם גלות ווילאנג מיר ווארטן נאך אויף די גאולה און לאז אונז נישט חלילה אינגאנצען פארשלאפען ווערן אין דעם פינצטערן גלות".
אבער יעצט זאגט דער הייליגער שפאלער זיידע פארן עולם "לאמיר ווייזען פארן באשעפער אז דאס קליין קינד קען טאנצן אפילו אין אזא טינקעלקייט פון דעם גלות" און צוזאמען האט זיך דער גאנצער עולם ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד לכבוד יו"ט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

על סיבת כינויו "זיידע" רווחות דעות ומעשיות שונות, ביניהם, שאביו היה חשוך בנים, לימים בירכו הבעש"ט כי יזכה לבן, בזמן הברית הגיע הצדיק, לבוש כקבצן, בירכו, ונתן לו את כינויו "זיידע" , בהטעימו כי כמו שאברהם אבינו היה "זיידע", ככתוב "ואברהם זקן", כן יגדל תינוק זה להיות כאברהם, הנוכחים תמהו על הברכה המוזרה, אך הכינוי נשאר.
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

אויב איינער קען ארויף ברענגען אויפ'ן פארום די השתלשלות פונעם שפאלער זיידע,
פארוואס די ליבאוויטשער האלטן נישט פון אים?
צו ער איז געווען ר' לייב שרה'ס?
און נאך.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

שטיקעלע גבאי
מהיכן דנתנו אז אין חב"ד האט מען נישט געהאלטן פון דעם שפאלער זיידע?

בנוגע ברסלב וועל איך ארויף ברענגען בעז"ה אן עטעטשמענט מבהיל ומפחיד בנוגע דעם ענין, גיוו מי סאם טיים
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

בן ביזי ביסט גערעכט
ער איז געווען פון די גרעסטע לוחמים קעגן ברסלב.
די ליבאוויטשער האט געהאט א גאנצע מדיבור צו ער איז די זעלבע מענטש ווי ר' לייב שרה'ס צו נישט, אבער ער האט שפעטער חוזר געווען. אין מונקאטשער רב און דברי תורה האט אויך א מדיבור דערוועגן.
יעצט לאמיר זעהן וואס איר האט וועגן ברסלב.....
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אדרבה מיט דעם אלטן רבין דער הייליגן בעל התניא איז דער שפאלער זיידע געווען שטארק נאנט, דא איז א ציטוט איבער דעם פון צעירי חב"ד א לובאוויטשער וועב זייטל, עס איז דא אויך עטליכע אינטרעסאנטע ידיעות.

ב'היום יום' לי"ד בטבת העתיק הרבי קטע ממכתבו של כ"ק אדמו"ר הריי"צ מכ"ז במרחשוון תרפ"ה שבו נאמר:

הסבא משפאלע - השפאלער זיידע - היה איש נלהב מאד, ביתר שאת ויתר עז על שאר חבריו תלמידי המגיד. בביקורו בליאדי אצל רבינו הזקן - שנת תקס"ט או תק"ע - סיפר, אשר בהיותו בן שלוש שנים ראה את הבעל-שם-טוב "והניח ידו הקדושה על לבי, ומאז 'חם' לי". תנועת צדיק, ומכל שכן ראיה או שמיעת קול, צריך לפעול שלא ישכח לעד.

הקטע עצמו הועתק ברשימותיו של הרבי משנת תרפ"ה שנדפסו ב'רשימות', חוברת ט, עמ' 3 (וצילום גוף כתב-יד-קודשו שם עמ' 21).

דרכי פולין ודרך חב"ד

ברשימה אחרת של הרבי, הכוללת מדברי כ"ק אדמו"ר הריי"צ מי"ט-כ בכסלו תרצ"ג (מה שלא נדפס בלקוטי-דיבורים), מסופר ('רשימות', חוברת קעב, עמ' 13):

הסבא משפולי תבע מאדמו"ר הזקן דרכי פולין (היינו, הנהגה בדרך של מופתים וכו'), ויענהו: אתי היתה ושלחתיה. וישאלהו: אם-כן, מהו הביאור במאורע שהיה בעת שהובילו את אדמו"ר הזקן לפטרבורג? הרי הגלגלים לא נסעו? ויענהו: שצווחין אף עקתין האקסען [=שוורים] צווחו (כאילו שלא הוא עשה מאומה בשביל זה, אלא וכו', היינו, שה'אקסען' מעצמם ומאליהם לא נסעו, מ.מ. [=מנחם מענדל]).

בלהב השמימה

ביו"ד במנחם-אב תשי"ד (אגרות-קודש, כרך ט, עמ' רלב) כותב הרבי להרה"ח הישיש ר' ישראל-נח בליניצקי מזקני אנ"ש בצרפת ("נהנה אני מסיפורי צדיקים שמעתיק במכתבו, ובוודאי גם להבא ינהג ככה ותשואות-חן מראש"):

במה שכותב אודות הרב-הצדיק משפאליע בהיותו אצל אדמו"ר הזקן, הנה רשום אצלי בסיפור כ"ק מו"ח אדמו"ר אודותו בזה, שאמר לאדמו"ר-הזקן התחלתם בכתיבת ספר של צדיקים והעולם אינו מסוגל להכיל זאת. נתעוררו קטרוגים למעלה ופסקו שישרף, ואני אעלה באותו להב השמימה, וכן היה שבזמן השריפה נסתלק הרה"צ הסבא משפאליע.

קשורים זה בזה

לימים, בהתוועדות שבת-קודש פרשת מקץ תשכ"ב (שיחות-קודש תשכ"ב, עמ' 160) פירט הרבי: "את הקשר בין שני הנושאים (דשריפת הספר והסתלקות הסבא משפולי) לא שמעתי, אך שתי העובדות סופרו לי בחדא מחתא, ומשמע שהם קשורים זה בזה".

יתר על כן: במהלך סעודת החג בבית כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ ביום שביעי-של-פסח תשכ"ה ('המלך במסיבו', כרך א, עמ' צב) גילה הרבי פרט נוסף: כשסיפר לי כ"ק מורי-חמי אדמו"ר את הדבר שאלתי: הרי הוא היה במקום רחוק? ומורי-חמי שתק ולא ענה (כדרכו כמה-פעמים)!...

"לב מלכים ושרים"

בהזדמנות אחרת (בהתוועדות שבת-קודש פרשת תשא תש"ל - שיחות-קודש תש"ל, כרך ב, עמ' 496) הזכיר הרבי כדרך-אגב:

היה סיפור שהיה צריך להלקות את הקיסר - הלקו אפוא את הקיסר - זהו מעשה שהתרחש אצל הסבא משפולי.

המופתים שלו - כך התבטא הרבי באחרון-של-פסח תש"ל (שיחות-קודש, שם עמ' 59) - היו קשורים ב"לב מלכים ושרים".

שניים שהם אחד

בהתוועדות אחרון-של-פסח ושבת-קודש פרשת אחרי תש"ל (שיחות-קודש תש"ל, כרך ב, עמ' 58-59, 99-98) התייחס הרבי לאישיותו של הסבא משפולי וטען-קבע כי הוא-הוא הצדיק הידוע גם בכינויו "ר' לייב שרה'ס". וכך אמר הרבי:

עד אשר לא יימצא איש נאמן שיוכיח בוודאות כי בידו הוכחה מוצקת או עדות מהימנה (שראה שתי מצבות של שני אישים שונים במקומות שונים וכן 'יארצייטין' שונים שמדובר בשני אישים שונים), אפשר לקבוע שהמדובר באישיות אחת ושלום על ישראל.

טענה זו נשענת על הרבה מאוד מאפיינים משותפים בין הנ"ל: שניהם נשאו אותו שם, שניהם היו תלמידי המגיד ובעלי שייכות לבעל-שם-טוב, אצל שניהם אירעו מופתים רבים ושניהם היו 'נסתרים'.

הרבי התייחס לשאלה שהוצגה על השערתו זו ולפיה אין התאמה בין שמות אימהותיהם - שם אימו של ר' לייב שרה'ס היה שרה בעוד שלאם הסבא משפולי קראו בשם אחר. על כך אמר הרבי כי: א) שאפילו לגבי זהות שם אמו של הרה"ק רבי לוי-יצחק מברדיצ'וב מצינו סתירות (בספר 'קב ונקי' מעיד שראה נוסח פדיון של רבי לוי-יצחק שבו הוא חותם בשם אמו אחרת מבשאר המקומות, וקובע שהשם המפורסם - בטעות יסודו); ב) ייתכן שהוסיפו לה שם, ג) אפשר שהיו לה כמה שמות, ד) קיימת אף אפשרות ששמה הוחלף.

ניגון של מסירות-נפש

"שמחת-תורה ובאחרון-של-פסח נוהגים לנגן את הניגון 'האפ קאזאק' של הסבא משפאליע" - כך אמר הרבי הריי"צ בשנת תש"ד (ספר-השיחות תש"ד, עמ' 116; והשווה - תורת-שלום, עמ' 236).

מכיוון שבמוצאי שמחת-תורה היו מכריזין [=בליובאוויטש] "ויעקב הלך לדרכו", ועיקר ההליכה היא בדברי הרשות אשר מתחלת בימות החול (לאחר שבת-קודש) הנה ינגנו "האפ קאזאק" שירקדו לתוך השנה מתוך מסירת-נפש בדומה ל"קאזאק" אשר הנהו חייל ההולך במסירות נפש עד למעלה מדרך הטבע (בלעומת-זה); וזהו עניינו של הניגון שהיה הסבא משפולי מנגן - להדגיש מעלת ה"קאזאק" בקדושה. יקחו, איפוא, המסירות-נפש על כל השנה כולה מחודש תשרי ובהתחלה מראש-השנה שעניינו הוא מסירות-נפש ד"מלוך על העולם כולו בכבודך" (ויקחו על כל השנה כעניין "בידך אפקיד רוחי" - שהוא מוסר עצמו לגמרי מכל וכול) ולהמשיך המסירות-נפש על כל השנה כולה.

היה בעבר סדר לנגן בשמחת-תורה ניגונו של הסבא משפולי, בוודאי מכירים הכל אותו, ינגנוהו, אפוא!

אדמו"ר הזקן חיבבו מאוד

כשנשאל הרבי אודות הקשר בין הסבא משפולי לאדמו"ר הזקן, והשייכות של הניגון למועדים של פסח ושמחת-תורה - השיב ('המלך במסיבו', חלק א, עמ' צב-צג, קנז, ח"ב עמ' קלו):

אדמו"ר הזקן חיבבו מאוד... חסידים סיפרו כמה וכמה סיפורים ופרטים... הניגון הוא ניגון של שמחה וניצחון, נקודת המועדים הנ"ל. ענינו של ה"סבא" שהוא עסק בפדיון-שבויים, שזהו עניין חג הפסח "זמן חירותינו".

קשור לחג הפסח

ביתר פירוט והרחבה דיבר על-כך הרבי בהתוועדות אחרון-של-פסח תש"ל (שיחות-קודש תש"ל, כרך ב, עמ' 59-57) ותוכן הדברים בקיצור:

אצל הסבא משפולי מצינו ג' ענינים אשר כל אחד מהם קשור לחג הפסח: א) אהבת-ישראל באופן נפלא, ב) עיסוקו בפידיון-שבויים, ג) ריבוי ניסים ומופתים.

בחג הפסח בא לידי ביטוי אהבת ה' לישראל "כי נער ישראל ואוהבהו"; חג הפסח עניינו הוא מה שבני-ישראל נשתחררו ממצרים עד כדי קריאת החג בתואר "זמן חירותינו"; והענין דניסים וניסי-ניסים מודגש אף הוא בשמו של החודש כמאמר (ברכות נז,א) "הרואה ניסן - ניסי ניסים נעשו לו".

הניגון "האפ קאזאק" שקשור בקוזקים שעניינם היא כידוע (ליודעי דברי-ימיהם) שבין אנשי הצבא גופא היתה אצלם משמעת הכי חזקה והם היו חיילים באופן של מסירות-נפש עד שהפקירו עצמם ממש בדומה לנאמר "האומר לאביו ולאמו לא ראיתיו" - כך נהג השפאלער זיידע וכן יהודים בעלי מסירות-נפש אחר-כך ועניין זה קשור בתפקיד דורנו כמובא בהמשך מאמרי חסידות של יום ההילולא בעניין ביזבוז האוצרות לאנשי חיל שינצחו בפועל דבר הקשור במידת הנצח והמסירות-נפש.

"ייעשה נא הדבר מתוך שמחה וטוב לבב ומתוך הרחבה, וכאשר ישנו ניצחון המלחמה מכריזים 'האפ קאזאק' ויוצאים בריקוד בקרוב לקבל פני משיח צדקנו".

הרבי הוסיף להתייחס לתוכנו של ניגון 'האפ קאזאק' ולקשר שלו לאחרון-של-פסח גם בהתוועדות הסמוכה (שם עמ' 99).


גענומען פון דא
לעצט פארראכטן דורך זיידעניו אום מאנטאג אקטאבער 06, 2008 6:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

א קונטרס וואס איז ארויסגעקומען איבער די מחלוקה צווישן דער שפאלער זיידע אין רבי נחמן ברסלב'ער

עס איז א פי די עף

הרב בן ביזי בן בנו של ביזנעס איז דאס דער אטעשטמענט וואס דו האסט געוואלט ברענגן?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ער האט עס דא געלייגט http://www.ivelt.com/forum/index ... =viewtopic
ועמך כולם צדיקים
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

בעקיטשע פון שפאלער זיידע (כהיום באר"י):
אטעטשמענטס
0025.gif
0025.gif (59.96 KiB) געזען 10828 מאל
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

דאהאט ידידינו ר' יאסל געפרעגט אויב עס זענען נאך דא אייניקלעך פונעם שפאלע זיידע
ברענג איך א לינק
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

העורוני א ידיד מיינער אז ביינונז אין סאטמאר איז אויך פארהאן אייניקלעך פון שפאלער זיידן, דאכציך אז דורך די משפחה שמצאנו טמונים בביה"ח הר ציון [מאונט סייען בלע"ז].
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

farshlufen האט געשריבן:העורוני א ידיד מיינער אז ביינונז אין סאטמאר איז אויך פארהאן אייניקלעך פון שפאלער זיידן, דאכציך אז דורך די משפחה שמצאנו טמונים בביה"ח הר ציון [מאונט סייען בלע"ז].


מער פרטים ביטע
אברעמעלע
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 04, 2010 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברעמעלע »

איך ווייס נישט צי אלע זענען אייניקלעך אבער פון די משפחה נאמען "זיידע" ווייס איך קלאר אז די סלונימער חסידים מיט דער נאמען זענען בא"ב.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

מיללער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:העורוני א ידיד מיינער אז ביינונז אין סאטמאר איז אויך פארהאן אייניקלעך פון שפאלער זיידן, דאכציך אז דורך די משפחה שמצאנו טמונים בביה"ח הר ציון [מאונט סייען בלע"ז].


מער פרטים ביטע


פארשלאפן און מילער: כ'האב דאך אייך ביידע געשיקט אן אימעיל מיט א נומבער צו קאלן א זעקסטער דור פונעם הייליגן זיידען?!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

כ'האב דאך אבער נישט געקאלט, האב איך געוואלט וויסען צו דער פארשלאפענער האט יא געקאלט
קלונימוס
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלונימוס »

שטיקל גבאי האט געשריבן:
בן ביזי ביסט גערעכט
ער איז געווען פון די גרעסטע לוחמים קעגן ברסלב.
די ליבאוויטשער האט געהאט א גאנצע מדיבור צו ער איז די זעלבע מענטש ווי ר' לייב שרה'ס צו נישט, אבער ער האט שפעטער חוזר געווען. אין מונקאטשער רב און דברי תורה האט אויך א מדיבור דערוועגן.
יעצט לאמיר זעהן וואס איר האט וועגן ברסלב.....
א העתקה פון א משכיל בן דורם וואס שרייבט א פערזענליכע מעשה צווישן זיין פאטער און דער שפאלער זיידע

"בייחוד התמרמר עליו הזקן משפולה ויקללהו קללה נמרצת, ויקרא לו מין ואפיקורוס. וגם דרוש דרש מכל מקורביו הבאים לחסות בצילו לקלל ולבזות את ר' נחמן. שמעתי מפי אבי ז"ל, שהזקן משפולה אמר לו בפה מלא: 'הנני ערב לך, כי בן עולם הבא תהיה, אם תקלל את נחמן'. ולא אבה אבי ז"ל לשמוע בקולו ויאמר: 'לא אקללהו ונפשי לא תתאווה לעולם הבא כזה'."

ווייס נישט וויפיל מ'קאן אים גלייבן אבער פאר מיר איז געווען אינטערעסאנט צו ליינען א באשרייבונג פון א בן דורם פון די צדיקים.

http://benyeda.org/gr/zixronot_umasaot.html" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פאלגענד איז א קאפי פון א מעלדונג וועלכע איז היינט ערשינען צווישען די שפאלטענעס פון 'זשואיש-זשען' אויף זייער אי-מעיל זענדונג וואס גייט טעגליך ארויס 'פון מעמבערס צו מעמבערס' איבער א פארבאנד פון אייניקלעך פונעם הייליגען שפאלער זיידע.

Because he was not technically a rabbi, and because he left no Chassidic dynasty behind, family trees for the great tzadik, R. Yehuda Leyb (1726-1812), better known as the Shpoler Zeyda, or Saba Kadisha, are rare.
Even Rabbi Kalmanson, the long-tenured President of the Shpoler Zeide Society, was not aware of any published family trees for him.

As one of the Shpoler Zeyda's descendants (through the Polonsky-Zeyda marriage connection), I decided to address this unfortunate situation.
Calling upon my good friend and able research associate Jeff Briskman, I took on the project of assembling a family tree for the Shpoler Zeyda (alternate spellings: Zayda, Zaide, Zeida, Zeide, Zejde, Zeyde, and American variants Seid and Seide).

Through census and vital records, we have succeeded in identifying about one hundred of the Shpoler Zeyda's descendants, through four generations, from his sons, through his great-great grandsons. We have also identified some fifth generation descendants through vital records. However, this is about as far as the existing records will take us. To identify additional fifth, sixth, and seventh generation descendants, we will need help from his descendants in the Zeide and Seide families.

We cordially invite anyone who is a descendant of the Shpoler Zeyda, and who can identify their grandparents, and possibly their great-grandparents, to help us in completing his family tree. In exchange for this information, in addition to our gratitude, there is a very good chance that we can provide you with your complete line of descent to the Shpoler Zeyda.

I look forward to publishing all of the information collected for the Shpoler Zeyda's family tree in my book "Discovering the Ancient Lineage of the Polonsky and Paull Family," which I hope to publish next year.

Best Wishes to All,

Jeffrey Mark Paull


דער אי-מעיל צום שרייבער איז
[email protected]
אפשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר »

די אהל פונעם שפאלער זיידע זי''ע
אטעטשמענטס
042.jpg
042.jpg (29.86 KiB) געזען 10408 מאל
אורח לרגע
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 7:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח לרגע »

מלבד מה שכתבתי לאחרונה בבלוג שלי.

מצאתי עוד כמה וכמה משפחות נכדי הסבא משפולי,

ר' בירך הלוי לבדינסקי, חותן ר' אליעזר הכהן שפירא אב"ד שדה לבן, היה נכד הסבא משפאלי ולא נודע כיצד.

ר' אפרים פישל רפופורט מורשא, חתן ר' יעקב שמשון זילברצון מוורשא בן ר' ברוך הלוי בן ר' שמואל שלמה הלוי חתן הסבא משפולי.
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

איש האמת האט געשריבן: שמעתי אומרים אז ס'דא מאנכע וואס ווילען זאגן אז די שפאלע זיידע און רבי לייב שרה'ס איז איין מענטש געוועהן

זיידעניו האט געשריבן:אדרבה מיט דעם אלטן רבין דער הייליגן בעל התניא איז דער שפאלער זיידע געווען שטארק נאנט, דא איז א ציטוט איבער דעם פון צעירי חב"ד א לובאוויטשער וועב זייטל, עס איז דא אויך עטליכע אינטרעסאנטע ידיעות.
שניים שהם אחד

בהתוועדות אחרון-של-פסח ושבת-קודש פרשת אחרי תש"ל (שיחות-קודש תש"ל, כרך ב, עמ' 58-59, 99-98) התייחס הרבי לאישיותו של הסבא משפולי וטען-קבע כי הוא-הוא הצדיק הידוע גם בכינויו "ר' לייב שרה'ס". וכך אמר הרבי:

עד אשר לא יימצא איש נאמן שיוכיח בוודאות כי בידו הוכחה מוצקת או עדות מהימנה (שראה שתי מצבות של שני אישים שונים במקומות שונים וכן 'יארצייטין' שונים שמדובר בשני אישים שונים), אפשר לקבוע שהמדובר באישיות אחת ושלום על ישראל.

טענה זו נשענת על הרבה מאוד מאפיינים משותפים בין הנ"ל: שניהם נשאו אותו שם, שניהם היו תלמידי המגיד ובעלי שייכות לבעל-שם-טוב, אצל שניהם אירעו מופתים רבים ושניהם היו 'נסתרים'.

הרבי התייחס לשאלה שהוצגה על השערתו זו ולפיה אין התאמה בין שמות אימהותיהם - שם אימו של ר' לייב שרה'ס היה שרה בעוד שלאם הסבא משפולי קראו בשם אחר. על כך אמר הרבי כי: א) שאפילו לגבי זהות שם אמו של הרה"ק רבי לוי-יצחק מברדיצ'וב מצינו סתירות (בספר 'קב ונקי' מעיד שראה נוסח פדיון של רבי לוי-יצחק שבו הוא חותם בשם אמו אחרת מבשאר המקומות, וקובע שהשם המפורסם - בטעות יסודו); ב) ייתכן שהוסיפו לה שם, ג) אפשר שהיו לה כמה שמות, ד) קיימת אף אפשרות ששמה הוחלף.

גענומען פון דא


איך האב דאס געהערט לעצטענס פונעם בעל דרשן אויפ'ן היכל הנגינה, ווי ער זאגט נאך כמעט דעם גאנצן שיחה וואס איז דא נעתק, איבער דעם שפאלער זיידן, און די ענין פון מנהג חב"ד צו זינגן זיינע ניגונים אום פסח.

און בתוך הדברים דערמאנט ער די סברא אז דער שפאלער זיידער איז דער זעלבער צדיק ווי ר' לייב שרה'ס. איך בין געווען ערשטוינט הערענדיג דאס ערשטע מאל אזא סברא, און באלד געקלערט אויפצוברענגן די נושא צווישן די ידענים ביינאונז אין שטובל. - אבער נאר זוכענדיג דא אביסל זעה איך אז כבר הלכו בה נמושות.

למעשה, זאגט ער נישט קיין שום מקור, נאר סתם מסברא דילי', און ס'איז בכלל נישט מסתבר, בפרט אז עס זענען ידוע פילע מעשיות נפלאות באזונדער פון די צוויי צדיקים וקדושים, וועלכע ווערן באזונדער דערמאנט מיט פארכט און ציטער.

איינער ווייסט עפעס מער איבער די נושא ווי ס'שוין דערמאנט געווארן דא פריער, ביטע מיטטיילן. א דאנק.

זכותם יגן עלינו.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

זיידעניו האט געשריבן:
הרבי התייחס לשאלה שהוצגה על השערתו זו ולפיה אין התאמה בין שמות אימהותיהם - שם אימו של ר' לייב שרה'ס היה שרה בעוד שלאם הסבא משפולי קראו בשם אחר. על כך אמר הרבי כי: א) שאפילו לגבי זהות שם אמו של הרה"ק רבי לוי-יצחק מברדיצ'וב מצינו סתירות (בספר 'קב ונקי' מעיד שראה נוסח פדיון של רבי לוי-יצחק שבו הוא חותם בשם אמו אחרת מבשאר המקומות, וקובע שהשם המפורסם - בטעות יסודו); ב) ייתכן שהוסיפו לה שם, ג) אפשר שהיו לה כמה שמות, ד) קיימת אף אפשרות ששמה הוחלף.


דאס איז זעכער א שטות - קוקט אריין אין ספרי היוחסין, אלע בארדישטובער אייניקלעך האבן געגעבן דעם נאמען "שרה סאשא/סאסיא".
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

אזוי ווי רב חייקל שרייבט כבר הלכו בה נמושות, לויט ווי איך האב געהערט (ובלי לפגוע באף אחד) איז די מעשה אזוי: דער ריי"ץ האט אמאל דערציילט א מעשה פון ר לייב שרה'ס און אמאל דערציילט די זעלבע מעשה אויף דער שפאלער זיידע און כדרכו של ליובאוויטש קען מען נישט זאגען אז דער רבי נשיא דורינו האט געמאכט א קליינע טעות וחסל נאר מען שפינט א מעשה אז עס מוז זיין אז די צויי זענען די זעלבע וייל דער שווער האט אזוי פארציילט.

למעשה איז דער רבי זצ"ל דער איינציגסטער וואס האלט אזוי.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

און אז מען וועט דערציילן אז מ'האט יא געטראפן צוויי באזונדערע מציבות איינס אין שפאלע און איינס אין יאלטיטשקוב איז דער רבי נשיא הדור אליינס מודה אז ער קען באשטיין משנה צו זיין זיין דעה. דערפאר דארף מען אריין שיקען א פעטיציע צו די מזכירות מיט די בירורי העדיות איבער די באזונדערע מקום הקבורות, און היסטאריע שטעלט זיך צוריק על תילה אהן קיינע ספיקות!!
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”