ר' עזריאל יהודה לעבאוויטש זצ"ל מהאדהאז-וויען - א' דר"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

ר' עזריאל יהודה לעבאוויטש זצ"ל מהאדהאז-וויען - א' דר"ה

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2008 12:14 am

זה נוסח מצבתו:

פ"נ
כ"ק אדוננו מורנו ורבנו
עטרת ראשנו הרב הגאון הצדיק המפורסם
עמוד הימיני פטיש החזק נר ישראל והדרו

כקש"ת
מרן עזריאל יהודה זצוק"ל
בן מוה"ר יעקב ז"ל לעבאוויטש

אב"ד ור"מ דקהלתנו הקדושה עדת יראים
אב"ד ור"מ דק"ק ה'האדהאז יע"א
עטרת תפארת קהלתנו הי' יותר משלשים שנה
זיוה הודה והדרה בהסתלקותו מתוכינו ממנה פנה
רבן של ישראל פאר הדור הרביץ תורה לאלפי תלמידים
יותר מששים שנה תפס ישיבה והרצה שיעורים תמידים
אמרות טהורות נלהבים ונעימים השמיע בדרשותיו
לחם במסירת נפש להמשיך דרך החתם סופר ותלמידיו
ידיהם סמכו רבותיו הק' הלבושי מרדכי והקרן לדוד עליו
הרחיב גבולי הקהלה ומוסדותיה ועל כולם פקוחות עיניו
וזאת ליהודה מתיבתא נחלת יעקב בה השקיע מיטב כחותיו
דלה והשקה צאן קדשים דרך ותורת רבותיו
הנחיל לתלמידיו מורשת דור דעה אשר נכרת בימיו
בעומקה של הלכה לן העמיק התמיד ושקד בלימודים
נפשו מסר עבור ישיבתו הקדושה ותלמידיו שאהם כבנים
ירושלים תתן קולה חגרי שק והתפלשי באפרים
על אבדה נשיא כולל שומרי החומות אבי בני ציון היקרים
קדוש ישראל ינחמנו בכפלים ויצרור בצרור החיים נשמתו
בעדנו ימליץ טוב בגן עדן תהא מנוחתו
עלתה נשמתו למרום
ביום א' דראש השנה --- ---
וש"א ---
ת' נ' צ' ב' ה'
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » מיטוואך דעצמבער 31, 2008 5:02 pm

דער ווינער - האדהייזער רב איז געווען א פארצייטישער סארט רב און ראש הישיבה, וואס האט אנגעפירט מיט זיין קהלה און הרבצת התורה ביד רמה אויפ'ן שטייגער ווי די אונגארישע רבנים אין די שטעטלאך פאר'ן קריעג.
ער האט איבערגעלאזט א געוואלדיגן רושם אויף יעדן תלמיד, און מעמיד געווען תלמידים הרבה, גאר חשוב'ע בעלי בתים און תלמידי חכמים, לשם ולתפארת כל בית ישראל.

מען דערציילט אז אין די בראשית יארן אין אמעריקע. דעם רבי'ן זכותו יגן עלינו'ס געזונט יאהרן אינעם וויליאמסבורג של מעלה פון בימים ההם,
(פון וואס רבי יום טוב עהרליך זינגט אין זיין אידיש נחת קאסעטע דעם בארימטן לידעלע "וויליאמסבורג... א מחי' גאר... פול מיט תורה.. פול מיט יראה... " מיט מערערע חסידישע הויפן און זייערע רבי'ס, קהלות מיט זייערער רבנים און ראשי ישיבות.)
פלעגט ער האבן א שפרעך ווערטל צו זיינע תלמידים, אויב א בחור האט אונטערגעפאנפעט מיט'ן לערנען, האט ער יענעם געזאגט:
"ווילסט ניקס לערנען? גיי קיין סאטמאר!!"
איינער האט דאס איבערגעזאגט פאר'ן רבי'ן, אז היתכן ער זאגט אזוי, און מאכט אוועק דעם רבינ'ס ישיבה.
אמאל ווען דער רבי האט זיך געטראפן מיט איהם, האט איהם דער רבי פארגעהאלטן דערויף, היתכן ער זאגט פאר די בחורים
"ווילסט ניקס לערנען? גיי קיין סאטמאר!!" כאילו אין סאטמאר לערענט מען נישט.
האט דער ווינא רב זיך פארענטפערט פאר'ן רבי'ן און ערקלערט
כ'האב געמיינט צו זאגן, אין סאטמאר לייגט מען א גרויסן דגוש אויף חסד אויך, מען שיקט די בחורים נאך געלט, מען איז פארנומען מיט מצות, און מען האלט מיט מיט'ן רבינ'ס טישן א.ד.ג. ממילא אפילו א בחור איז שוואך אין לערנען, פאלט ער נישט ארויס, ער האט כאטש אנדערע זאכן וואס צו טוהן, און זיך האלטן.
אבער ביי מיר איז גארנישט דא וואס צו טוהן, אויסער לערנען...
ממילא זאג איך, אז אויב ער וויל נישט לערנען, זאל ער גיין קיין סאטמאר, ווי ער וועט זיין פארנומען מיט אנדערע גוטע זאכן...

(געהערט פון א חשוב'ן רב מגדולי תלמידי רבינו הקדוש זי"ע)
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך דעצמבער 31, 2008 5:13 pm

ווערט דאכט זיך געברענגט אין הקדמה פון זיין ספר

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 19, 2009 4:20 pm

א שיין בילד וואס ר' נחמן נתן האט אונז מזכה געווען, רעכטס; דער וויענער רב ר' עזריאל יהודה לעבאוויטש זצ"ל און לינקס ר' יוסף אלי' שטיינער דומ"ץ וויען ז"ל.
צוגעלייגטע
Vien.jpg

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג פאברואר 19, 2009 4:30 pm

וויענער רב זצ"ל
צוגעלייגטע
scan0007.jpg
לחיים ולברכה!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג פאברואר 22, 2009 8:44 pm

מיט הגה"צ מקאשוי זצ"ל
צוגעלייגטע
Kasho-Vien.jpg

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » זונטאג פאברואר 22, 2009 8:48 pm

פון אן אנדערע אשכל.
צוגעלייגטע
1041.jpg
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 25, 2009 3:54 pm

וויענער רב זצ"ל בצעירותו
צוגעלייגטע
Lebowitz.jpg

אברהם שלמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך אברהם שלמה » מיטוואך אפריל 22, 2009 10:40 pm

ביקסאד האט געשריבן:זה נוסח מצבתו:


איינער האט א בולד פון זיין מצבה?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 7:36 pm

דער וויענער קהילה וואונטשט א מזל טוב לרגל התמנותו, אין המאור שנת תשכ"א.
צוגעלייגטע
hebrewbooks_org_27831_53.jpg

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג ינואר 25, 2011 12:28 pm

אנהויב פון א בירור להלכה (בענין גט) וואס דער וויענער רב זצ"ל (נאך זייענדיג דאן רב דקהל בני ישראל חיים) האט געשריבן צום שאפראנער רב זצ"ל.

ער שרייבט 'מחותני', ווייסט איינער דער כוונה?
צוגעלייגטע
Viener Ruv to Shoproner Ruv.jpg
לחיים ולברכה!

אברהם שלמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך אברהם שלמה » פרייטאג פאברואר 11, 2011 12:53 pm

בילד

בילד

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג פאברואר 13, 2011 2:03 pm

א געוואלדיגן יישר כח פאר די הערליכע בילדער. איך געדענק נאך גוט זיינע ז' אדר דרשות ועוד. יא, איך געדענק אויך נבעך יענעס יאר וואס מען האט אים אריינגעפירט אין שפיטאל ממש פארן אריינקומען צום ז' אדר דרשה, דער עולם איז אהיימגעגאנגען מיט זייער קאלעמוטנע געפיהלן. ער פלעגט זאגן דרשות אן קיינע פאפירן פאר זיך און פלעגט אויך איבערזאגן (אין די דרשות) גאנצע שטיקער נ"ך בעל פה און קיינמאל נישט געמאכט קיין טעות. איך האב עס אמאל אויפגעמערקט פאר א חשוב'ן תלמיד האט ער מיר געזאגט אז דער וויענער רב זצ"ל האט שוין ביי די צוועלעף יאר געקענט גאנץ תנ"ך בעל פה
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

מידד
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 15, 2010 6:14 pm

תגובהדורך מידד » זונטאג פאברואר 13, 2011 4:01 pm

ריכטיג, ער פלעג דערציילן אז זיין טאטע פלעג עהם פארהערין נ"ך אויף אויסנווייניג, און אמאל האט דער טאטע עהם אראפגילאזט א פראסק, האט די מאמע גיפרעגט "ער האט דאך גיקענט, פארוואס האסטו עהם גיגעבן א פאטש?" האט דער טאטע גיענטפערט, גיקענט האט ער אבער ער דארף וויסן אז ס'איז דא נאך בעסער, און ער האט אויסגעפירט, ווען נישט פאר דעם פאטש, ווער ווייסט צו מ'וואלט גיקענט שטיין און מיינע ד' אמות, מרוב גאוה. עכל"ק. (לפחות אין דעם תוכן אויב נישט און דעם לשון המדויק).
החכם לא יחליט מה שלא יוכיח.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14178
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג פאברואר 13, 2011 4:08 pm

פארהערן תנ"ך בעל פה??
דאס איז דאך תורה שבכתב?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

מידד
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 15, 2010 6:14 pm

תגובהדורך מידד » זונטאג פאברואר 13, 2011 4:22 pm

מ'טאר נישט זאגין א פסוק סתם אויף אויסנוויניג, אבער קענען מעג מען און אפשר דארף מען.

דו זאגסט נישט אויסנווייניג, אשת חיל, אשרי, הללוי'ה, שירה, לכו נרננה און די שפעטערדיגע קאפיטלך? דאס אלעס איז פון תנ"ך.
החכם לא יחליט מה שלא יוכיח.

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מאנטאג פאברואר 14, 2011 11:15 am

ללמוד וללמד האט געשריבן: יעצט דערמאן איך זיך אז אין די בילדער פון זיין פריערדיגע יארן אין אמעריקע האט ער "עונד געווען סביב צווארו" א שווארצע 'שניפצל'.

יעצט געטראפן א שיין בילד פון זיינע יונגע יארן דאהי
צוגעלייגטע
רבינו בימי עלומיו באמעריקא.jpg

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

הגה"צ רבי עזריאל יודא לעבאוויטש אב"ד ור"מ וויען והאדהאז

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג יולי 24, 2011 3:01 am

ללמוד וללמד האט געשריבן:
נחמן נתן האט געשריבן:בנוגע וואס ללמוד שרייבט אז דער האדהאזער רב האט זיך אנגעטוהן א שטריימל אלץ וויענער רב, האבן די חברי הקהלה דאס געגליכן? אמייסטענס זענען דאך געווען יעקעס(?!)

איבער די חברי הקהלה יעקעס ווייס איך נישט. דאס קענט איהר אריין גיין פרעגן דארט, מ'עט זיכער איינער וויסען צו ענטפערן, נאר אינטערעסאנט צו צוטירן איבער זיין שטריימעל וואס ער האט זיך איינגעהאנדלט נאך אינדערהיים, וואס איך האב אמאל געזעהן, דאכט זיך אין די הקדמה פון זיין ספר עזר מיהודה. איך האף איך ברענג עס בערך כהוויתו.
איינמאל האבן איהם זיינע תלמידים אין האדהאז געקויפט א שטריימל אום פורים. ער האט עס אבער געדארפט פארן אפנעמען אין מונקאטש ביים שטריימל מאכער. זייענדיג אין מונקאטש האט ער אפגעשטאט א באזוך צום הייליגן מנחת אלעזר זי"ע. האט איהם די מנחת אלעזר פארגעהאלטן, אז ער הערט אז ער לערנט תנ"ך מיט די תלמידים. האט ער גענטפערט אז ער לערנט עס נאר צוזאמען מיט די מפרשים און רעדט אויס די דרשות חז"ל. האט די מנחת אלעזר געגעבן זיין הסמכה אויף דעם אופן הלימוד. דערנאך פרעגט ער איהם, אלץ וואס ער איז אהערגעקומען אין שטאט. האט ער געענטפערט אז צוליבן שטריימל. האט די מנח"א געבעטן עס צו זעהן. האט איהם די האדהאזער תופס ישיבה ארויסגענומען די שטריימל, און די מנח"א האט עס חובש געווען בראשו בתפארתו, און געזאגט אה! דאס איז שיין, און פאסט אויף אייך זייער!
אבער נאכן קריג איז באקאנט אז אנהויב יארן איז ער געגאנגן מיטן סאמעטעם הוט אויך אום שבת.


איך האב לגמרי נישט קיין באקאנטשאפט אין דעם אשכול, אבער איך האב זיך עפעס אזוי פערצופאל אנגעשטאלפערט אין דעם תגובה דא, און איך וויל מאכן דא א קארעקציע (דער מקור איז אין דף 322).

דער האדהאז'ער רב איז דא אין אמעריקא געגאנגען מיט א שטריימל אום שבת. ווען ער איז געווארן אויפגענומען אלס רב אין קהל עדת יראים וויען, האבן די וויענ'ער אידן זיך אויסגענומען מיט אים אז אין שוהל טאר ער נישט גיין מיטן שטריימל. אלזא, פלעגט ער גיין מיטן שטריימל נאר אינדערהיים, אבער אין שוהל איז ער געגאנגען מיטן ברייטן סאמעטענעם הוט. דאס איז אזוי געווען ביז די תלמידים פון די ישיבה האבן אים געקויפט אמאל א שטריימל אויף משלוח מנות, און דעמאלס האט ער עס אנגעהויבן טראגן אויך אין שוהל. (און עס איז נישט אריבער בשתיקה...)
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג יולי 25, 2011 3:59 am

מסתמא זענען רוב מיטגלידער אין די וויענער קהילה געווען אבערלענדער אשכנזים
נישט קיין יעקע'ס
מען דערציילט אז אמאהל איז איינער אריין אין 69 אין לאנדאן חוה"מ זעהט ער אלע גיין שטריימלעך
ער איז געווען אין יאהר און זאגט קדיש
האט ער געזאגט ויצמח
זיי זענען דאך אלע חסידי'ש
האט מען איהם אהנגעשריגען
דא זאגט מען ניכט ויצמח....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2109
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג יולי 25, 2011 9:05 am

שמעתי מא' מן התלמידים, אז זיי האבן עס גקויפט מיט זיין אומאפיציעלע גוטהייסונג, און דאס איז געווען ווען ער האט שוין געזעהן אז כסאו נכונה, און ער איז אריינגעקומען אום יו"ט (דאכט זיך אום פסח) מיטן נייעם שטריימל, און די ראשי הקהלה האבן גענומען פארפירן, האט ער געזאגט אז מען קען אים ארויסווארפן און ער נעמט מיט די תלמידים...
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג יולי 25, 2011 12:52 pm

טהור-עינים; למען האמת והצדק, דער האדהאזער רב זצ"ל האט נישט געהאט א שטריימל דוי אין אמעריקא, ביפאר זיינע תלמידים האבן איהם דאס געקויפט. דער ערשטער שטריימל וואס ער האט בכלל געהאט געהאט א שטריימל, איז געווען דאמאלסט ווען די תלמידים האבן איהם דאס געקויפט.


- - -
טייערע גבאים, אולי איז פאסיג אריבערצופירן די פאהר תגובות אינעם האדהאזער/וויענער רב'ס אשכול, שיהא דבר השלם.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מאנטאג יולי 25, 2011 12:57 pm

וכפי ששמעתי מאחד מהתלמידים, איז ער נישט געגאנגן אין שטריימל אנהייב יאהרן. ער איז געווארן רב בשנת תשכ"א, און א צוויי יאר דערויף האט מען איהם געקויפט דעם שטריימל, וואס ער האט נאר אנגעטאן אין שטוב. פארציילט מיר דעם תלמיד אז נאך א שטיק צייט איז ער געגאנגען בעטן ר' מנחם שלמה ענגלסטראטה וואס איז געוועהן אן איינגעזעהנע חשוב'ע תלמיד חכם אז ער וויל גיין דערמיט אין שוהל. האט ער איהם געבעטן צו גיין דערמיט נאר דערויסן פון שוהל. האט איהן די ווינער רב געענטפערט: דיין זיידען די הייליגע חת"ס האמיר בקבלה אז ער איז נאר אין שוהל געגאנגן מיט שטריימל לכבוד התפילה, און פונקט דארט לאזטו נישט? האט ער איהם גענטפערט, "די רבי האט רעכט" און פון דאן אן איז ער געקומען אין שוהל מיט די שטריימל.

--
ידידינו נ"נ האט אין טייל חוטף געוועהן את דיבורי

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מאנטאג יולי 25, 2011 12:59 pm

סימיר אינטערעסאנט צו וואוסן פון ווען הגאון ר' יוסף שטיינער דער ווינער דיין איז געקומען מיט שטריימל אין שוהל, ער איז דאך געוועהן שוין דיין ווען מ'האט אויפגענומען דעם ווינער רב. צו ווייסט איינער

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג יולי 25, 2011 1:00 pm

איר האט דערמאנט דעם ענגעלסטראטה, נישט איהם האט מען גערופן 'דאקטער ענגלסטראטה'? - אויב יא, דאן האב איך געהערט אויף איהם פיל שיינע זאכן. זייענדיג א גרויסער תלמוד חכם, און א אקטיווער עסקן פאר כבוד שמים. בין איך גערעכט?
לחיים ולברכה!

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג יולי 25, 2011 1:02 pm

ללמוד וללמד האט געשריבן:סימיר אינטערעסאנט צו וואוסן פון ווען הגאון ר' יוסף שטיינער דער ווינער דיין איז געקומען מיט שטריימל אין שוהל, ער איז דאך געוועהן שוין דיין ווען מ'האט אויפגענומען דעם ווינער רב. צו ווייסט איינער

ווארשיינלעך, האט זיך דער פראבלעם פונעם שטריימל געשאפן נאר איבער'ן רב, ווידער דער דיין און פילייכט פילע אנדערע חברי הקהלה, האט מן הסתם שוין נישט מעורר געווען אזוי שטארק א התנגדות, אז זיי האבן געטראגן אדער זיך אנגעטוהן א שטריימל.

כל זה כתבתי בדרך אפשר.
לחיים ולברכה!


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט