בלאט 1 פון 1

התנא האלוקי רבי אלעזר בן רבי שמעון זי"ע - כ"ה אלול

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2008 1:19 pm
דורך יעקעלע פוקס
היינט כ"ה אלול איז די יומא דהילולא קדישא פון התנ"א רבי אלעזר ב"ר שמעון בר יוחאי זי"ע
כידוע איז דער הייליגע תנא געלעגן 12 יאר נאך זיין פטירה ביי זיך אין בוידעם אין גוש חלב, ביז רבי שמעון בר יוחאי איז געקומען אין חלום צי די מירונער אידען און פארגעהאלטן היתכן זיין זוהן ליגט שוין אזוי לאנג אן קיין קבורה, און מ'זאל אים שוין אהער ברענגען אין די מערה לעבן אים, וכן הוה
ער איז אויך געווען מיט זיין גרויסן טאטען אין די מערה די גאנצע צוועלף יאר אין געלערט תורה, ווי די גמרא פארציילט די פרטים
ער האט געהאט א זוהן רבי יוסי, וואס ווען ער איז נפטר געווארען האט מען אים געוואלט ברענגען אויך אין די מערה, האט זיך די מערה פארמאכט, האבן זיך אנגעפאנגען שמועות אז........, איז ארויס א בת קול, אז ער איז אויך געווען אזוי גרויס ווי זיי, אבער וויבאלד ער האט נישט געליטן קיין יסורים ווי זיין טאטע און זיידע, האט ער נישט די זכיה צי ליגן מיט זיי.
עס ווערט געברענג אין זוה"ק אויף עטליכע מקומות די גרויסקייט פון ר' אלעזר, צווישן זיי די באוויסטע מעשה, ווען די באשעפער האט געוואלט חרוב מאכען די וועלט האט ר' שמעון איינגעטענ'ט אז מ'קען נישט ווייל ער מיט זיין זוהן ר' אלעזר געפינען זיך דא.
זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל, און מיר זאלען זוכה זיין צי א שנת גאולה וישועה

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2008 6:40 pm
דורך זיידעניו
בילד

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:27 pm
דורך זיידעניו
ר אלעזר

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:28 pm
דורך זיידעניו
תפילה

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:29 pm
דורך זיידעניו
ר אלעזר

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:32 pm
דורך זיידעניו
מקום האידרא

Re: * התנא אלוקי רבי אלעזר בן רבי שמעון זי"ע, כ"ה אלול

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 4:07 pm
דורך בערל סוני
יעקעלע פוקס האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2008 1:19 pm
היינט כ"ה אלול איז די יומא דהילולא קדישא פון התנ"א רבי אלעזר ב"ר שמעון בר יוחאי זי"ע

זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל, און מיר זאלען זוכה זיין צי א שנת גאולה וישועה
קען איינער צו צייכענען וואו איז די פריעסטע מקור צום יארצייט\הילולא קדישא.