* רבי אמנון בעל "ונתנה תוקף"

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

* רבי אמנון בעל "ונתנה תוקף"

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2008 2:41 pm

די מעשה פון ר' אמנון בעל ה"נתנה תוקף"
לויט ווי עס ווערט געברענגט אין ספר אור זרוע הל' ר"ה סי' רע"ו


מיט בערך ניין הונדערט יאר צוריק, אין דער שטאט מגנצא - דייטשלאנד, האט געוואוינט א איד א גרויסע צדיק, מיטן נאמען רבי אמנון.
רבי אמנון איז געווען א גרויסע עושר, און אויך זייער א קלוגע מענטש, מיט א שיין געשטאלט, אזוי ארום איז ער געווארן א מקורב למלכות, און צוליב דעם האבן די יודן געהאט אסאך טובות.
טראץ דעם וואס דער מלך האט זייער ליב געהאט רבי אמנון, דאך האט ער נישט געקענט פארטראגן אז ער איז א יוד. ער האט כסדר גערעדט צו איהם און פארגעלייגט, אז ער זאל זיך שמד'ן, אבער, רבי אמנון פלעגט איהם ענטפערן "אלעס קען איך דיר טון, אבער דאס נישט".
איין מאל האט דער קעניג געלאזט רופן רבי אמנון און איהם געזאגט "הער זיך צו רבי אמנון, שוין יאהרן וואס איך בעט דיר אז דו זאלסט זיך שמד'ן און איך האב גארנישט געפועל'ט ביי דיר, יעצט וויל איך שוין פון גארנישט הערן, איך גיב דיר איינס פון צוויי ברירות. וועסטו זיך שמד'ן, איז גוט, און איך וועל דיר מאכן פאר'ן גרעסטן האר אין מיין פאלאץ, און אויב נישט וויל איך דיר מער נישט דא זען, און אויך די יודן וועל איך פארטרייבן פון מיין לאנד".
רבי אמנון איז געווארן פארציטערט, נישט ווייל ער האט געוואלט בלייבן אינ'ם פאלאץ, פונקט פאקערט, ער איז געווען זייער צופרידן צו פארלאזן דעם פאלאץ, און קענען זיצן און לערנען, ווי איידער פאברענגען די צייט מיט'ן קעניג, אבער ער האט געטראכט ווי אזוי קען ער דאס טון פאר זיינע טייערע ברידער, אז זיי זאלן ווערן ארויסגעווארפן פון דעם לאנד.
נאך אפאר מינוט טראכטענדיג, האט רבי אמנון געענפערט, "געב מיר דריי טעג איבערצוטראכטן", און דער קעניג האט מסכים געווען.
אזוי ארויסגייענדיג פונעם פאלאץ איז רבי אמנון געווארן זייער צובראכן, און ער האט זייער חרטה געהאט פארוואס ער האט נישט געענטפערט מיט א שטארקייט, אז ער וועט בשום אופן נישט אוועקגיין פון די אמת'ער אמונה.
די גאנצע דריי טעג האט רבי אמנון געפאסט און געוויינט און געבעטן די אויבערשטער אז ער זאל איהם מוחל זיין פאר זיין ענטפער.
ווען עס איז געקומען די דריטע טאג, האט רבי אמנון באשלאסן אז ער גייט נישט צום קעניג. אזוי ווי דער קעניג האט געזעהן אז רבי אמנון קומט נישט, איז ער געווארן מלא כעס, און האט געשיקט באוואפענטע סאלדאטן זאלן איהם ברענגען געבונדן אין קייטן.
ווען מען האט געברענגט רבי אמנון אין פאלאץ, האט די קעניג אויסגערופן און געשריגן "ביסטו גרייט זיך צו שמד'ן? פארוואס ביסטו נישט געקומען צום באשטימטער צייט? אויב אבער וועסטו זיך שמד'ן וועל איך דיר מוחל זיין".
האט רבי אמנון געענטפערט מיט א שטאלצקייט "ניין! איך וועל מיר קיינמאהל נישט שמד'ן, איך גלייב נאר אין דער בורא עולם".
אויב אזוי, האט דער קעניג געזאגט, "קלויב זיך אליין אויס דיין שטראף, דערפאר וואס דו האסט געזינדיגט קעגן מיר".
האט רבי אמנון געענפערט "ניין! נישט קעגן דיר האב איך געזינדיגט, נאר קעגן דעם הייליגן באשעפער האב איך געזינדיגט, וועגן דעם בעט איך דיר אז דו זאלסט אפשניידן מיין צונג, ווייל מיט'ן צונג האב איך דיר געבעטן אז דו זאלסט ווארטן דריי טעג, און איך האב דיר נישט באלד געזאגט אז איך וועל מיך קיינמאל נישט שמד'ן".
האט דער קעניג באלד געזאגט "ניין ! דאס נישט, נאר דיינע פיס וועל איך אפשניידן ווייל זיי זענען נישט געקומען צום באשטימטער צייט, און אויך דיינע הענט וועל איך אפשניידן ווייל זיי האבן נישט געוויזן קיין צייכן פון שמד".
דער ברוטאלער קעניג האט באלד באפוילן זיינע קנעכט אז זיי זאלן אזוי טון. זיי האבן טאקע אזוי געטון, און כסדר אינמיטן שניידן האט מען איהם געפרעגט, "ווילסטו אננעמען אונזער גלויבונג, לאזט מען דיר אפ" אבער רבי אמנון האט ווייטער געזאגט מיט א שטארקייט, "ניין, חס ושלום, קיינמאהל וועל איך נישט פארלאזן די ריכטיגע גלויבונג, אפילו מען וועט מיר אנטוהן די ערגסטע יסורים" און אזוי האבן זיי ווייטער געשניטן נאך און נאך, און רבי אמנון האט מקבל געווען זיין עונש באהבה.
נאכדעם האט מען גענומען די אלע שטיקלעך און זיי צוריק געשטעלט אויפ'ן בעט, דארט ווי רבי אמנון איז געלעגן. און אזוי האט מען איהם אהיימגעפירט.
עס איז דעמאלס געווען עטליכע טעג פאר ראש השנה, און ער איז אזוי געלעגן מיט יסורים אין די היים.
ווען עס איז געקומען ראש השנה האט רבי אמנון געבעטן אז מען זאל איהם אריינפירן אין שוהל אריין, און אוועקשטעלן לעבן דעם חזן.
ווען מען האט איהם אריינגעפירט אין שוהל האט מען דעמאלס געהאלטן פאר כתר פון מוסף. אזוי ווי מען האט אריינגעפירט רבי אמנון און שוהל, א צובלוטיגטע, זענען אלע דערציטערט געווארן, עס איז זיי געפאלן א גרויסע פחד ומורא, און עס האט געהערשט א שטילקייט.
אין די שטילקייט האט מען נישט געהערט נאר רבי אמנון'ס שטימע. ער האט אנגעהויבן מיט די תפלה "ונתנה תוקף" וואס ער האט דעמאלס מחבר געווען. ווען ער האט געענדיגט, האט ער אויסגעהויכט זיין נשמה.
נאך ראש השנה איז רבי אמנון געקומען אין חלום צו זיין תלמיד ר' קלונימוס בן ר' משולם און ער האט איהם אויסגעלערנט די תפלה "ונתנה תוקף", ער האט איהם געבעטן אז ער זאל ארומשיקן דער תפלה אין אלע לענדער פאר אן אייביגע זכרון.
פון דעמאלט אן זאגן די יודן אין אלע תפוצות די דאזיגע תפילה מיט גרויס כוונה, ראש השנה און יום כיפור, פאר קדושת כתר פון מוסף.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל. אמן.

אוועטאר
סלונימער
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 30, 2008 9:07 pm
לאקאציע: עיה"ק

תגובהדורך סלונימער » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2008 10:04 pm

טייערער זיידעניו,
נאך א מאל א גרויסן יש"כ פאר אלע דיינע אשכולות.פשוט א מחי´ה....!

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2008 10:31 pm

זיידע'שי!
אין לי מילים!
כ'האב שוין אסאך מאל געקלערט צו שרייבן דעם זיידן א שיינעם דאנק, אבער יעדעס מאל טראכט איך, וואס עפעס דוקא איצט, דער זיידע לויפט דאך נישט אוועק, ער'ט נאך שרייבן און שרייבן, אבער איצט שפיר איך ווי די זאך גייט מיר ארויס פון קאנטראל, כ'מוז דיר זאגן זיידע אז מיט דיינע הערליכע תוכן'פולע שרייבעכצער האלטסטו מיר ממש אונטער די נשמה זאל נישט אינגאנצן איינ'יבש'ן, באמת נישטא קיין ווערטער, ריכטיג א גייסטיגע דערקוויקעניש.
זאל דיר עס זיין פאר א זכות פארן קומענדיגן געריכט ווי מיר וועל אלע שטיין, זאלסט ארויסגיין זכאי בדין.
זאלן מיר אלע האבן א זיס לעכטיג יאר, אמן!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 4:53 pm

אין 'ספרים וסופרים' האב איך געזעהן א דיון ביז ווי דער 'ונתנה תוקף' וואס ר' אמנון ממגנצא האט מחבר געווען גייט, האט איינער עפעס מקורות דערוועגן?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אץ קוצץ, יוסף פריעדמאן און 15 געסט