שושלת טאלנא

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

שושלת טאלנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער ערשטער פון די טאלנער דינסאטיע איז געווען הרה"ק ר' דוד טווערסקי מטאלנא איינער פון די הייליגע זוהן פון ר' מאטעלע טשערנאבלער זצ"ל.

ר' דוד איז געווען אן איידעם ביי ר' ישראל אברהם אב"ד טשארנא-אוסטראה בן הרה"ק רבי ר' זושא מאניפאלי זצ"ל חתונה האבנדיג מיט זיין טאכטער הרבנית פיגא יענטא, עס איז געבליבען פון אים די חיבורים; מגן דוד, קהלת דוד און ברכת דוד. נסתלק י' אייר.

ר' דוד האט געהאט נאר איין זוהן וועלכער איז נפטר געווארן בחייוו, ר' מרדכי מטאלנא חתן ר' שלמה מסאווראן, און אויך דריי טעכטער, זיינע איידימער זענען געווען; זיין נעפיו ר' מנחם נחום מטריסק דער זוהן פון זיין ברודער דער טריסקער מגיד, זיין נעפיו ר' נחום משפיקוב-סקווירא דער זוהן פון זיין ברודער ר' יצחק מסקווירא און ר' מאיר'ל היילפרין פון בארדיטשוב.

א געמאלן בילד פון ר' דוד פון טאלנא
אטעטשמענטס
RD Tolne1.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' מרדכי ב"ר דוד מטאלנא האט אויך איבערגעלאזט איין זוהן, דער ממלא מקומו פונעם זיידן, ר' מנחם נחום מטאלנא ז"ל, פון וועם עס זענען געבליבען 7 זוהן, מערסטענס טייל פון זיי זענען ארויסגעקומען קיין אמעריקא נאך פאר די קריג.

1) ר' דוד מרדכי פון ניו-יארק
2) ר' יוחנן פון סאוויין נעבן כעלם
3) ר' יצחק אין אמעריקא
4) ר' משה צבי פון פילאדעלפיא
5) ר' משולם זושא פון באסטאן
6) ר' אברהם אין ראמעניא
7) ר' אהרן

א בילד פון ר' מנחם נחום מטאלנא
אטעטשמענטס
MM Tolne.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

די טאלנע רביס פון אמעריקע

1) ר' דוד מרדכי פון ניו-יארק
2) ר' משולם זושא פון באסטאן
3) ר' משה צבי פון פילעדעלפיא

ווי אויך די מצבה פון ר' דוד מרדכי מטאלנא פון ניו-יארק
אטעטשמענטס
RDM Tolne.jpg
RDM Tolne.jpg (1.87 KiB) געזען 14620 מאל
MZ Boston.jpg
MZ Boston.jpg (12.35 KiB) געזען 14614 מאל
MZ Phili.jpg
RDM Tumb.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פון די באקאנטע טאלנא רביס איז הרה"צ ר' יוחנן מטאלנא זצ"ל מירושלים וועלכער איז געווען דער זוהן פון ר' דוד מרדכי מטאלנא פון ניו-יארק, ער איז געווען אן איידעם ביי אדמו"ר הרה"צ ר' משה לאנגנער מסטרעטין-טאראנטא זצ"ל, בייגעלייגט עטליכע בילדער.

1) אלס קינד אין ניו-יארק מיט זיין פאטער רד"מ
2) ביי זיין חתונה, רעכטס זיין שווער דער סטרעטינער רבי פון טאראנטא, לינקס זיין פאטער הרד"מ
3) אויף די שפעטערע יארן אין ירושלים עיה"ק
4) די מצבה אין ירושלים

(בילדער קרעדיט; אתר טאלנא, מתפעל, בחצרות חסידים, ידידינו ר' יאסל, תשוח"ח להם)
אטעטשמענטס
RDM-y-Tolne.jpg
Wedding Tolne-Stretin.jpg
Wedding Tolne-Stretin.jpg (32.01 KiB) געזען 14571 מאל
Tullne Y.jpg
Tullne Y.jpg (18 KiB) געזען 14563 מאל
Tulne Tumb Y.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ביקסאד האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ר' דוד האט איבערגעלאזט נאר איין זוהן ממלא מקומו ר' מרדכי מטאלנא חתן ר' שלמה מסאווראן,
טעות, זיין בן יחיד ר' מרדכי איז אוועק בחייו, ממילא איז זיין ממלא מקום איז געווען זיין אייניקל ר' מנחם נחום.

יישר-כח הרב מביקסאד פאר די הערה, שוין פאראכטען.
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

פון רעכטס צו לינקס,כ"ק אדמו"ר ר' יוחנן טווערסקי פון טאלנא ירושלים, ש"ב כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' יוחנן טוערסקי פון ראחמאסטריווקע זיע"א און כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' יעקב יוסף שלמה הלפרין פון וואסלוי זיע"א
אטעטשמענטס
רחמס''ט וואסלוי.jpg
רחמס''ט וואסלוי.jpg (40.88 KiB) געזען 14523 מאל
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דער ר' משה צבי פון פילעדעלפיא,
האט ער געהאט א זוהן חיים?

אויף 10 עוועניו און באראפארק פלעגט זיין א גרויסע שוהל און דארט איז געווען א רב איינער ר' חיים טווערסקי. איך ווייס נישט אויב ער איז נאך דא. דער ר' חיים זעהט אויס אונגאנצען אוויא דער בילד פון ר' משה צבי פון פילעדעלפיא
the SCY is the limit
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ר' חיים טווערסקי איז א לוי ער איז א טשערנאבילער אייניקעל זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון ר' ברוך בנציון מלויעב-אומאן (ר' חיים אליינס איז געבוירן אין אומאן, זיין מאמע איז געהרג'ט געווארן ביי די פאגראמען ווען ר' חיים איז אלט געווען 8 טאג) און ער איז אויפגעצויגן געווארן ביי זיי זיידן, דערפאר רופט ער זיך טווערסקי אבער ער איז א לוי אין זיין נאמען איז הורוויץ (דאס איז אויך א געטוישטער נאמען פון 'שטאהל').
ר' משה צבי פון פילאדעלפיע'ס קינדער זענען ניש"ט באוואוס"ט
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אן אינטערעסאנטער ניו יארק טיימס איבער די טאלנע ברודערס ווען זיי זענען געקומען קיין אמעריקא אוגוסט 1913
אטעטשמענטס
NY Times_tolnanyt.gif
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זייער אן אינטערעסאנטער שטיקל טיימס, בעיקר איבער ר' דוד מרדכי מטאלנא-ניו-יארק ז"ל, יישר כח בן-בוזי פאר די העתקה.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אז שוין יא א גוט שטיקל צייטונג נאדער נאך א גוט שטיק פארווערטס פון דעצעמבער 1932 איבער אן אלמנה וואס האט געפירט א געריכט געגן דעם בארא פארקער סקווערער רבי ר' דודל אלס עלעף יעריג יונגל
אטעטשמענטס
ברוקלינער אלמנה פיהרט א פראצעס געגען א חסידישען רבי.pdf
(166.37 KiB) געווארן דאונלאודעד 552 מאל
לעצט פארראכטן דורך בן בוזי אום מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 4:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

WOW!

בן בוזי האט געשריבן:ר' חיים טווערסקי איז א לוי ער איז א טשערנאבילער אייניקעל זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון ר' ברוך בנציון מלויעב-אומאן (ר' חיים אליינס איז געבוירן אין אומאן, זיין מאמע איז געהרג'ט געווארן ביי די פאגראמען ווען ר' חיים איז אלט געווען 8 טאג) און ער איז אויפגעצויגן געווארן ביי זיי זיידן, דערפאר רופט ער זיך טווערסקי אבער ער איז א לוי אין זיין נאמען איז הורוויץ (דאס איז אויך א געטוישטער נאמען פון 'שטאהל').
ר' משה צבי פון פילאדעלפיע'ס קינדער זענען ניש"ט באוואוס"ט

ישר כוח
אינטערעסאנט אז ער ענדלט זייער אויף איהם.
the SCY is the limit
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

ר' משה צבי איז געווען דער צווייטער זון פון ר' מנחם נחום אין ער האט איבערגענומען זיין פאטער (וויפיל ס'איז נאך געווען איבערצינעמען) ווייל דער עלטסטער זון ר' דוד מרדכי איז שוין אנטלאפען היבש פריער קיין אמעריקע מכוח א מסירה אז ער האט זיך ארויסגעדרייט פון מיליטער

אגב לויט ווי איך האב ארויסגענומען האט ר' דוד'ל טאלנער געהאט די גרעסטע געפארעכץ פון אלע טשערנאבלער ברודער,
ווער קען באשטעטיגען?
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

לכאורה האט ר' אהרן טשערנאבילער און ר' יוחנ'טשער ראכמעסטריווקער געהאט גאר א גרויסע געפארעכץ אבער צו ר' דוד'ל טאלנער איז ווי באקאנט געפארן אסאך צובראכענע נפשות,
מיט'ן הסתלקות פונעם רבין ר' דוד'ל האט זיך טאלנא חסידות געענדיגט כידוע.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

און אנטשולדיגט, צום טוריסקער מגיד זענען געפארן גאנץ פוילן מיט אלע רבי'ס
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

לכבוד ראש השנה און רעדענדיג פון די צדיקים הק' בני הרמב"ן מטשערנאביל לייג איך דא צו א מעשה וואס עס האט איינער געשריבן צום שרייבער פון מארגען דזשורנאל מנשה אונגאר (ממשפחת הרבנים מזשאבנא), דער בריוו ליגט אין יווא צווישן אלע בריוו וואס זענען געשריבן צום דערמאנטער שרייבער.hebrewbooks.org/2243דאס איז א לינק צו איינע פון די ביכער פון מנשה אונגאר הנ"ל
אטעטשמענטס
ר' איציקל סקווירא.doc
(26.5 KiB) געווארן דאונלאודעד 462 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

בן בוזי האט געשריבן:מיט'ן הסתלקות פונעם רבין ר' דוד'ל האט זיך טאלנא חסידות געענדיגט כידוע.

אוודאי זיין אייניקעל דער ממלא מקום איז דאך נאך דאן געווען א 12 יעריער אינגעל.
אבער ווען ער איז עלטער געווארען טענה'ן זיי אז ער האט אויך געהאט א שיינע חסידות.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אודאי זענען נאך געווען טאלנא חסידים אבער מען איז שוין נישט אזוי געפארן קיין טאלנא, מען איז געפארן דעמאלט צו די אנדערע קינדער פון טשערנאבילער מגיד
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

פעידזש 6 איבער דער בר מצוה און דער נשיאות פון ר' מנחם נחום מטאלנא (זייער אינטערעסאנט)http://www.jnul.huji.ac.il/dl/newspapers/hameliz/html/hameliz-18820627.htm
לעצט פארראכטן דורך בן בוזי אום דינסטאג סעפטעמבער 16, 2008 1:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

לגבי די קינדער פון די טאלנער ברודער וואס זענען געקומען אהער קיין אמעריקא קיקט נישט אויס אז סאיז פון זיי געבליבן צי שטארקע סחורה,זייענדיג אין גאר א שווערע ענוויירעמענט ווי סאיז דאן געווען גאר שווער צי בלייבען אין א חסידיש געשטעל.
א חוץ ר' יוחנן דער זון פון ר' דוד מרדכי וואס ער איז טאקע געפארן לערנען קיין ארץ ישראל.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

זייענדיג פאראיאר אין די מאונט חרמון סעמעטערי אין פילאדעלפיע האב איך געזעהן אז עס איז דא דארט א גרויסער סאראקאער סאסייעטי, האב איך אנאליזירט אז קען זיין אז דערפאר איז ר' משה צבי געפארן וואוינען קיין פילאדעלפיע ווייל ער האט פארדעם געוואוינט אין סאראקא ווי עס האבן געוואוינט פילע טאלנער חסידים.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א גרויסן דאנק פאר ידידינו החדש הרב יחזקאל בן-בוזי נר"ו, פאר די ווערטפולע אינפארמאציע און מסמכים על הצדיקים ועל החסידים.

תשוח"ח לו, עוד ינוב בשיבה להרבות פעלים לתורה ולתעודה.

דער 'המליץ' איז טאקע אינטערעסאנט וויאזוי דער אינגער מגיד ר' נחום האט באקומען סמיכה פון זיינע גרויסע פעטערס מסקווירא וראכמיסטריווקע.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

דאכט זיך מיר אז דער ר' מנחם נחום איז געווען א חתן דעמאלטס מיט ר' יוחנן ראחמסטריווקער'ס אן אייניקעל
אוועטאר
געוואלד
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2007 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלד »

דער אשכול אז א פאסיגער קאנדידאט פאר א וויקיפעדיע ארטיקל מיטן קעפל "טאלנע (חסידישער דינאסטיע)" איך ווייס דערוילעם איז אביסל מיואש פון אונזער וויקיפעדיע, אבער וואזאלעך טאן אז מיין תאוה און פאנטאזיע איז נאר וויקיפעדיע

אילו זכיתי ווען דער אייבישטער וואלט מיר (און נאך ידענים) געשאנקען אביסל מער צייט, וואלט מיר אויפגעבויט דעם ענציקלאפעדיע על תילה

איך מיין ח"ו נישט צו מינימיזירן דער פורום, אבער דער מציאות איז אז דער עיקר אויפטוה פון א וויקיפידיע איז נישט דוקא די עצם ידיעות נאר אז אלעס איז מסודר דיבר דיבר על אופניו כשולחן ערוך ומוכן לאכול
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”