רבי שמואל סאלאנט זצ"ל אב"ד ירושלים - כ"ט אב תרס"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי שמואל סאלאנט זצ"ל אב"ד ירושלים - כ"ט אב תרס"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

כ"ט אב
רבי שמואל סאלאנט ב"ר צבי הירש זצ"ל
אב"ד ירושלים

עס ווערט דערציילט, איינמאל, ווען דער ירושלים'ער רב, הגאון רבי שמואל סאלאנט זצ"ל איז געזעסן צוזאמען מיט זיינע תלמידים און געלערנט, איז אריינגעקומען גאר א פשוט'ע פרוי און זי האט געפרעגט זייער אן איינפאכע שאלה: "רבי! איך האב אראפגעלייגט אויפין טיש אין קאך, א שטיקל פלייש, נאך איידער איך האב עס אויסגעזאלצן.
אינדערצווישן, ווען איך האב זיך אוועקגעדרייט אויף איין מינוט, איז אנגעקומען דאס קעצל און האט אויפגעגעסן דאס אומגעזאלצענע פלייש. וואס איז יעצט די הלכה, וואס דארף איך טאן מיט'ן קעצל?"
די תלמידים, הערנדיג די שאלה, האבן אויסגעבראכן אין א הילכיגן געלעכטער, אבער די שארפע בליקן פון רבי שמואל האט זיי דערשראקן, און זיי האבן זיך געמוזט שטארקן איבער די געפילן, און זיך איינהאלטן פון לאכן מיט די גרעסטע כוחות.
רבי שמואל איז געזעסן ערנסט און אריינגעטראכט אין די הארבע שאלה... ער האט געעפנט עטליכע ספרים וואס זענען פונקט דאן געלעגן אויפ'ן טיש, און ער האט "מעיין געווען דערין" און צום סוף האט ער געענטפערט: "דאס קעצל איז טריפה! פון היינט און ווייטער זאלט איר שטארק אכטונג געבן, אז איר זאלט נישט לאזן אויפ'ן טיש קיין אומגעזאלצענע פלייש אן קיין שמירה, כדי איר זאלט נישט מכשיל זיין דאס קעצל אין קיין עבירה.
ווען די פרוי האט פארלאזט די שטוב, האט רבי שמואל געזאגט פאר זיינע תלמידים: "ווען איר וועט אי"ה זיין מורי הוראות ביי אידישע קינדער, זאלט איר זיין זייער געווארנט בכבוד הבריות, און קיינמאל נישט לאכן פון קיין שאלה, ווי נאריש עס זאל נאר זיין. ווייל טאמער וועט זיך דער פרעגער פארשעמען, וועט דאס גורם זיין, אז ער וועט דערנאך נישט קומען פרעגן קיין הארבע שאלות". זי''ע
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ובמתקוממך אתקוטט
די פאלגענדע פאסירונג ווערט דערציילט אין נאמען פון הגאון ר' אלי' ראם וועלכער איז אנוועזענד געווען ביי די מעשה.
ווען א. בן יהודה איז געקומען קיין ירושלים, האט ער די ערשטע פאר יאר זיך פארמאסקירט אלס אן ערליכער איד, און האט געטראגן די פולע ירושלים'ער טראגע. צוביסלעך אבער, האט ער באוויזן זיין ריכטיגע פנים, זייענדיג דער רעדאקטאר פון א צייטונג מיט'ן נאמען "הצבי", וועלכער האט אטאקירט און אפגעשפעט פון די גאוני ירושלים די מנהיגי הישוב הישן, ווי אויך פונעם ירושלימער חינוך פון די תלמוד תורה'ס און ישיבות.
זיין שטרעבונג איז געווען אז די הנהגה פון ירושלים זאל ארויסגיין פון אונטער די הענט פון די גדולים וצדיקים אריין צו די ציוניסטישע משכילים. ער האט אנגערעדט מסירות און אלדאס בייזן אויף די מנהיגים און אנפירער פונעם אלטן ישוב, סיי אין חוץ לארץ, און אויך ביי די רעגירענדע טערקישע רעגירונג אין ארץ ישראל. דער סוף זיינער איז געווען אזוי ווי דער פסוק זאגט: "בור כרה ויחפרהו ויפול בשחת יפעל", ווען ער זעלבסט איז אריינגעשליידערט געווארן אין די טערקישע תפיסה צוליב א שארפן ארטיקל זיינס וועלכע האט געשמעקט מיט רעוואלוציע קעגן די רעגירונג.
אין יענע צייט איז אנגעקומען קיין ירושלים אויף א וויזיט דער גרויסער טיי פאבריקאנט מר. וויסאצקי. (די טיי פאבריק ווערט נאך היינט אנגעפירט פון זיינע אייניקלעך אין אר"י.) בן יהודה איז געווען זיין וועג ווייזער, האבנדיג מיט אים באקאנטשאפט נאך פון חוץ לארץ. צווישן אנדערע האט ער אים אויך ארומגעפירט אין אלט שטאט און געוויזן די "חורבה שוהל", חורבת רבי יהודה החסיד ע"ה, און תלמוד תורה וישיבת עץ חיים.
די ישיבה בחורים און יונגעלייט זענען געווען פארנומען מיט'ן לערנען, און דער ירושלימער וואויל באקאנטער קול תורה האט אפגעהילכט ווייט, ווען פלוצלונג הערט זיך הויכע געשרייען. אלעס שטעלט זיך אפ און קוקט ווער עס שרייט, און וואונדער איבער וואונדער, דער רואיגער ירושלימ'ער רב רבי שמואל סאלאנט שרייט אויפ'ן קול: "וויסאצקי, מיט דעם עוכר ישראל גייסטו?" אזוי האט דער רב איבערגעחזר'ט עטליכע מאל. בן יהודה האט באלד אפגעיאגט, און וויסאצקי איז אריין צו גאון רבי שמואל סאלאנט הערן מה כל הרעש. דער רב האט אים שוין מסביר געווען פונקטליך ווער דער בן יהודה איז, און ווי אזוי ער קעמפט און שטרעבט חרוב צו מאכן דעם ארטאדאקסישן ישוב הישן אינעם הייליגן לאנד.
דער גאון רבי שמואל זצ"ל, וועלכער איז געווען באוואוסט מיט זיין רואיגקייט און געלאסנקייט האט געפונען פאר נויטיג אויסצושרייען און מודיע זיין בשער בת רבים ווער אב"י איז, און אים צו דערווייטערן פון האבן א השפעה אויף א פערזענליכקייט ווי וויסאצקי, וועלכער איז געווען באקאנט אלס אוהב תורה ומוקיר רבנן.
--
טביעת עין פון א צורבא מדרבנן
אין די אלטע שטאט ירושלים איז געווען די באוואוסטע "חורבת רבי יהודה החסיד", באקאנט אין די דאמאלס'דיגע ירושלים אלס "די חורבה שוהל", דאס איז געווען די צענטראל שוהל פון אלט-שטאט, וואו עס האט געדאווענט אסאך יארן דער רב פון ירושלים רבי שמואל סאלאנט זצ"ל.
מאכט זיך אמאל און רבי שמואל באמערקט אן אורח קומט אריין אין שוהל. גייט צו רבי שמואל, גיבט אים שלום עליכעם, און בעט אים ער זאל שוין פארבלייבן מצרף זיין צו מנחה, כאטש עס איז נאכנישט געווען זמן מנחה. נו, אז דער רב בעט, זאגט מען נישט אפ, און דער אורח איז טאקע פארבליבן אין שוהל.
אינדערצווישן זאגט רבי שמואל שטילערהייט פאר איינע פון זיינע מענטשען אין שוהל ער זאל שוין גיין רופן פאליציי אין שוהל אריין. יענער איז דערשראקען געווארן, וואס האט שוין געקענט געשעהן, אבער ער איז באלד געלאפן און געברענגט די טערקישע פאליציי. אזוי ווי זיי קומען אריין, זאגט זיי ר' שמואל אלס רב פון שטאט, זיי זאלן שוין ארעסטירן דעם "אורח", און אים נישט לאזן פריי ביז ווילאנג ער וועט נישט אפשרייבן א גט פאר זיין פרוי ביים בית דין.
דער פארשוין האט זיך גענומען לייקענען שטיין און ביין און האט זיך געוואלט ארויסרייסן פון די פאליצייאישע הענט. זיי האבן אים אבער נישט געלאזט, און נאך א 'באהאנדלונג', האט ער שוין מודה געווען.
מען האט באלד געזעצט א בית דין, און געשריבן א גט כדת וכדין און מען האט עס אוועקגעשיקט אויפ'ן אדרעס פון יענע שטאט וואו זיין פרוי די עגונה האט געוואוינט.
גאנץ ירושלים האט זיך גע'רעש'ט און אלע האבן באוואונדערט דעם "אפענעם מופת" פון רבי שמואל'ן. ווען עס איז געקומען צו זיינע אויער'ן האט ער עס אוועקגעמאכט מיט א שמייכל, און דערצעהלט פון וואו ער האט געוואוסט.
מיט עטליכע יאר פריער האט מען אים געוויזן א שטיקל פון א ווארשעווער צייטונג מיט א מעלדונג אז מען זוכט פלוני בן פלוני וואס איז פארשוואונדען געווארן, און אלע ווערן געבעטן איהם צו טרעפן און משפיע זיין ער זאל געבן א גט פאר זיין ווייב. עס איז דארט אויך געווען א בילד זיינס. רבי שמואל האט עס אין אכט גענומען, און איצט, עטליכע יאר דערויף, האט ער אים דערקענט און געטוהן למעשה...
--
גדול כבוד הבריות
אין הויז פונעם ראש החברה קדישא פון ירושלים איז פריילעך. אינעם קליינעם קאך שטייען עטליכע פרויען און גרייטן צו א גרויסע סעודה. א קלייניגקייט! היינט אוונט, איז דאך ז' אדר, און אזוי ווי דער אור-אלטער מנהג מאכט די חברה קדישא א סעודה אינעם טאג פונעם פטירה פון משה רבינו עליו השלום.
די טעפ אויפ'ן פייער קאכן און זידן, די געשמאקע גערוך פילט אן דעם הויז און רייצט די אנוועזענדע. ווען פלוצלונג אינמיטן מישן די טאפ, פאסירט אן אומגליק: די פענסטער האט זיך ווילדערהייט אן עפן געטאן פון די שטארקע ירושלימער ווינט, און אראפגעקלאפט די שיסל מילך וואס איז געשטאנען אויפן פענסטער שוועל, און פון די מילך האט זיך אריינגעגאסן אינעם טאפ פלייש...
א טומל האט אויסגעבראכן אין קאך, נאך דערצו ווען מען האט באמערקט אז עס איז נישט דא קיין שישים קעגן די מילך, דאס מיינט דאך אז די גאנצע פלייש איז אסור באכילה. נו, איז וואזשע טוט מען איצט? קיין אנדערע פלייש איז דאך נישטא, און אפילו ווען יא, איז דאך שוין נישטא קיין צייט עס צו שטעלן קאכן, און די סעודה מה תהא עליה?
האט די באלעבאסטע געבעטן איר מאן, דער ראש החברה, זאל מוחל זיין צוגיין צום רב, רבי שמואל סאלאנט. אפשר וועט ער מיט זיין גרויס חכמה און כח התורה קענען מתיר זיין די טאפ פלייש.
"ווי אזוי וועט דער רב עס קענען מתיר זיין?" האט דער ראש החברה געפרעגט ווי צי זיך אליין. ס'איז דאך נישטא אינעם טאפ קיין זעכציג קעגן די מילך? בלית ברירה איז ער אבער געגאנגען דערציילן דעם רב, אפשר דאך, אולי ירחם.
ווען רבי שמואל האט געהערט די פאסירונג האט ער זיך פארטראכט, און געזאגט: "קום צוריק אין א שעה ארום. איך וועל דיר דאן געבן אן ענטפער."
פארוואונדערטערהייט האט דער ראש החברה אהיימשפאצירט. דער גאון רבי שמואל, וועלכער איז באקאנט אלס בקי בש"ס ופוסקים קען דען נישט ענטפערן אויפ'ן פלאץ? פארוואס האט ער געהייסן צוריקקומען אין א שעה?
ווי גרויס איז אבער געווען זיין וואונדער צוריקקומענדיג, ווען דער רב האט אים געזאגט: אלעס איז כשר אן קיין שום פקפוק. איך קען דיר נישט זאגן פארוואס איז פסק'ן אזוי, אבער קענסט זיין זיכער אז עס איז נישטא קיין חשש. זעהענדיג ווי דער ראש החברה קווענקעלט האט דער רב צוגעלייגט: "און איך וועל אויך קומען צום סעודה און עסן פון די פלייש."
נו, אז דער רב זאגט, איז דאך נישט שייך אנדערש. פרייליכערהייט האט דער ראש החברה מבשר געווען אין שטוב דער רב'ס פסק אז עס איז כשר וישר, און עס וועט ב"ה זיין וואס צו געבן צו עסן פאר'ן עולם.
דער עולם איז געווען נייגעריג צו וויסן פארוואס רבי שמואל דעציילט נישט דעם אורזאך פונעם פסק, אנדערש פון זיין געוואוינהייט.
ווען עס איז געווארן נאכט און די איינגעלאדענטע האבן אנגעהויבן צו קומען, האט רבי שמואל מקיים פסק געווען, און איז אויך געקומען און געגעסן פון די פלייש. ווען די אנוועזנדע האבן דאס צוגעזעהן האבן זיי שוין נישט געהאט קיין ספקות און האבן אויך מיטגעגעסן: אז רבי שמואל עסט, איז דאך עס אוודאי כשר בתכלית ההידור.
מיט די צייט, איז די אינטערסאנטע פאסירונג פארגעסן געווארן.
גייט אריבער אסאך יארן, און דער מילכיגער פון ירושלים האט געשפירט אז עס איז געקומען די צייט אז ער זאל פארלאזן די וועלט, האט ער געשיקט רופן די חברה קדישא און זיי דערציילט די פאלגענדע:
ווען די בשר בחלב שאלה איז געקומען פאר ר' שמואל, האט ער מיר באלד געלאזט רופן, און געהייסן איך זאל אים אויסזאגן דעם אמת אויב די מילך וואס איך פארקויף איז ריין מילך, אדער איך מיש עס מיט וואסער כדי צו פארקויפן און פארדינען מער. איך האט מודה געווען אז איך מיש, און אויך דערציילט וויפיל וואסער איך לייג צו. דער רב האט מיר געזאגט אז ער וועט נישט דערציילן דערוועגן פאר קיינעם, און האט דאן אויסגערעכנט פונקטליך לויט דעם די חשבון. חישב ומצא אז די מילך איז ווייניגער פון שישים, וויבאלד די מאס ריינע מילך אין די שיסל מילך איז געווען ווייניגער פונעם זעכציג פונעם טאפ פלייש, און האט דאן מתיר געווען די פלייש.
איצט האט מען שוין פארשטאנען למפרע פארוואס דער רב האט נישט געוואלט מסביר זיין דעם פסק דין. ער האט פשוט נישט געוואלט פארשעמען דעם מילכיגער. און ווען נישט דאס וואס ער האט עס אליין פארציילט, וואלט מען קיינמאל נישט געוואויר געווארן דערפון.
--
דער גאון וקדוש רבי שמואל האט געהיט אויפ'ן ישוב כבבת עינו במשך זיבעציג יאר כולם שווין לטובה. ער האט זוכה געווען צו זיין דער מנהיג פונעם הייליגן ישוב פון תר"א ביז ערב ראש חודש אלול תרס"ט. זיינע לעצטע הייליגע ווערטער וואס ער האט ארויסגערעדט בעת יציאת נשמתו לגנזי מרומים זענען געווען: תשב אנוש עד דכא – עד דכדוכה של נפש."
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן.

קרעדיט יודל מענדעלסאהן
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח ביקסאד, הערליכע דערציילונגען פונעם גרויסן צדיק.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בילד

בילד
לכבודו האט מען אים ארויף געלייגט אויף א סטעמפ
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די באקאנטע שארפע קול קורא וועגן שמיטה ווי ר' שמואל איז פון די אינטערגעשריבענע
אטעטשמענטס
04_L1963 (Medium).jpg
לעצט פארראכטן דורך זיידעניו אום דינסטאג סעפטעמבער 16, 2008 11:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די פלאקאטן וועגן די מאשין מצות מערכה
אטעטשמענטס
11_2003L80 (Medium).jpg
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בילד
בילד
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

די מעלדונג אין די ניו יארק טיימס איבער די פטירה פון ר' שמואל סאלאנט אב"ד ירושלים זצ"לץ

עס ווערט דארט געשריבען עטליכע אינטערעסאנטע אנקעדאטן איבער דאס לעבן און שאפן פון דעם ירושלימער רב וועלכער איז לכתחילה ארויף אויף ירושלים צוליב א לונגען שוואכקייט און שפעטער איז ער געווארן אויפגענומען אלס הויפט-רב נאך די פטירה פון ר' מאיר אויבערבאך בעמח"ס אמרי בינה זצ"ל.
אטעטשמענטס
101719411.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

גאר אן אינטערעסאנטער ארטיקל אין א גויאישע מאגאזין בשנת תרס"ט, ווי דער שרייבער א קריסטליכער גוי באשרייבט ירושלים (פאלעסטינע) אין יענע יארן כולל א באזוך וואס ער האט געהאט ביים ירושלימער רב זצ"ל הגה"ק ר' שמואל סאלאנט, הארט פאר זיין פטירה, און האט באוויזען אפי' צו מאכען א בילד פון אים.

ער פירט אויס מיט די ווערטער (פרייע איבערזעצונג):
"איך האב שוין געהאט מערערע באגעגענישען מיט הויעכגעשעצטע רעליגיעזע פירערס, (דא רעכנט דער שרייבער אויס פארשידענע בישאפן און פרעפלערס, פון כל-ערליי גלויבנס) אבער איך קען נישט געדענקען עפעס וואס זאל מאכן א גרעסערען רושם (אימפרעסיוו) ווי די פנים פונעם רב (גרענד ראביי) פון ירושלים, ווען ער האט אויפגעהויבן זיין ווייסע, שוואכע הענט און זיך פון מיר געשיידט"

וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך, ויראו ממך.

(קרעדיט, אן די מעין ליין בלאג)
אטעטשמענטס
salant.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין א דערנעבנדיגען אשכול איבער משפחה נעמען שרייבט הרב פרעגער בזה"ל:
פרעגער האט געשריבן:אין וואשינגטון סעמעטערי אין ניו ג'רזי, ליגט א רב ר' נתן נטע סאלאנט ב"ר צבי הירש בהרה"ג ר' שמואל סאלאנט מירושלים.
מיין בילדער אפאראט איז אויסגעלאפן פון באטעריע, בשעת איך בין געווען ביים ציון פון הרה"ק ר' הערשעלע ספינקער זצ"ל.


הרב פרעגער, דו ווילסט פעטש? גיי שוין צוריק מיט א נייע אפאראט, זאפארט!

ידידינו ר' בנימין פון פתח תקוה המכונה פה כ'אורח לרגע' האט אין זיין בלאג 'תולדות ושרשים לעם ישראל' עטליכע פאוסטס איבער משפחת סאלאנט המפוארה לדורותיהם.

ר' שמואל סאלאנט האט קיין זון ר' צבי הירש -לויט ר' בנימין- נישט געהאט, ער האט געהאט דעם זון ר' בנימין בינוש און א זון ראובן וועלכער איז אוועק אלס בחור, ווידער דער ר' בנימין בינוש האט יא געהאט א זון ר' צבי הירש אשתו גרונה בת דודו ר' נתן נטע נטקין [מאשתו השניה מרת עלקא בת הרה"ג ר' ישעיהו ברדקי חתן הג' ר' ישראל משקלוב]. מראשוני שכונות אבן ישראל ומאה שערים.

צאצאי ר' צבי הירש סלנט:
1. מרת פראדל לבית סלנט אשת ר' משה יצחק [אלטר] בורקי.
2. ר' יוסף סלנט אשתו מרת שיינא חיה לבית אבלובסקי.
3. ר' נתן נטע סלנט אשתו עלקא לבית הימן.
4. מרת הינדל לבית סלנט אשת ר' אברהם יוסף אידלסון.
5. מרת טויבה לבית סלנט אשת הרה"ג ר' יחיאל מיכל טוקצינסקי, מנהל ת"ת וישיבת 'עץ חיים' בירושלים, מחבר לוח ארץ ישראל המפורסם, 'עיר הקודש והמקדש', 'גשר החיים', ועוד ספרים, חבר הנהלת ועד הישיבות. נולד ט"ו טבת תרל"ד בליטא, נתייתם בילדותו, ועלה לארץ עם אמו בשנת תרמ"ב בהיותו ילד כבן 8, נפטר ח' ניסן תשט"ו בירושלים.
6. מרת גליקה לבית סלנט אשת ר' דוד לבסקי נ"י.
7. ר' ישעיהו סלנט אשתו מרת בילה צירל לבית ורטמן, מנהל לשכת הסעד וחבר ועד מאה שערים, מבוני השכונות גאולה וכרם אברהם

נלקח מפה:
http://toladot.blogspot.com/2009/07/blog-post_09.html

יעצט הרב פרעגער, ווי פונקטליך איז דער מציבה הנ"ל און אפשר פארט קען מען גריגען א בילד?
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

מיללער האט געשריבן:אין א דערנעבנדיגען אשכול איבער משפחה נעמען שרייבט הרב פרעגער בזה"ל:
פרעגער האט געשריבן:אין וואשינגטון סעמעטערי אין ניו ג'רזי, ליגט א רב ר' נתן נטע סאלאנט ב"ר צבי הירש בהרה"ג ר' שמואל סאלאנט מירושלים.
מיין בילדער אפאראט איז אויסגעלאפן פון באטעריע, בשעת איך בין געווען ביים ציון פון הרה"ק ר' הערשעלע ספינקער זצ"ל.


הרב פרעגער, דו ווילסט פעטש? גיי שוין צוריק מיט א נייע אפאראט, זאפארט!

יעצט הרב פרעגער, ווי פונקטליך איז דער מציבה הנ"ל און אפשר פארט קען מען גריגען א בילד?


קיין פעטש וויל איך נישט, אבער אויב דו וועסט מיר געבן אקבלם באהבה רבה.

איך בין שוין געווען אסאך מאל אינעם וואשינגטון סעמעטערי, אבער איך האב שטענדיג געמיינט אז אלע היימישע אידן ליגן אויף די לינקע זייט פונעם ראוד, און אויף די אנדערע זייט זענען מער מאדערענע, חוץ האדמו"ר מסטרעטין זצ"ל.

די וואך בין איך ארום געפאהרן אויף די אנדערע זייט, און דארט ליגן טויזענטער היימישע אידן ובתוכם צענדליגע רבנים בלי גוזמא.
דער רב סאלאנט, ליגט גראדע צווישן לאו דוקא בערד און פיאות אידן, אבער הארט נעבן די חוסט'ער חלקה.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרב אמסעל האט געשטעלט א בילד פון די אויבנדערמאנטע מציבה:
http://kevarim.com/rabbi-nosson-nuta-salant/
והנה תמונתו, מפה:
http://www.otzar.org/wotzar/Book.aspx?100460&amp
אטעטשמענטס
getimg5X.jpg
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

איך האב אמאל געהערט א מעשה איבער ר' שמואל סאלאנט, אבער איך געדענק נישט די פרטים אבער איך נויטיג זיך יעצט אין די מעשה, בעט איך דעריבער אז ווער עס קען די מעשה זאל מוחל זיין און עס מודיע זיין דא.

אמאל איז איינער געקומען צו ר' שמואל סאלאנט מיט א שאלה איבער אן עוף און ער האט גע'פסק'נט כשר, און ארויסגייענדיג האט יענער זיך באגעגענט מיט א צווייטן וועלכער איז געקומען פרעגן די זעלבע שאלה און יענער האט שוין געוואלט זיך פארלאזן אויף דעם פסק וואס דער רב האט גע'פסק'נט פארן ערשטן, אבער ער האט דאך מחליט געווען אריינצוגיין פרעגן די שאלה און למעשה האט ר' שמואל גע'אסר'ט, האט יענער געפרעגט פארוואס, און ר' שמואל האט אים מסביר געווען.

איך געדענקט אבער נישט דעם הסבר און איך געדענק איך נישט די פרטים, נאר אזויפיל אז איינער איז געווען אן פארמעגליכער איד און דער אנדערער א ארימאן, אבער וואס ער האט גע'פסק'ט פאר וועמען, דאס געדענק איך שוין נישט.

אלזא רבותי, די מעשה איז מיר וויכטיג צו וויסן (נאך היינט ביינאכט אפילו) בעט איך דעריבער, ווער עס קען מיר דא אויסקלארן די פרטים און די הסבר אויף די קעגנגעזעצטע פסקים, זאל מוחל זיין און מיר טוהן די געפעליגקייט און דאס ארויפשטעלן דא אהער.

און איך וועל אים בענטשן ממעון הברכות
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

און וואס איז די סיבה פארוואס קיינער ענטפערט מיר נישט דא, זאל איך אפשר קלערן אז קיינער אין קרעטשמע ווייסט נישט די מעשה פון ר' שמואל סאלאנט, עה שווער צו גלייבן...
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

נו, רבותי, איך קען נישט גלייבן אז דא אין קרעטשמע זאל נישט זיין איינער וואס ווייסט נישט פון דעם מעשה. פליז, העלפט ארויס א איד און שרייבט אריין דא פונקט וואזוי די מעשה איז געווען.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

טהור, שמעתי סיפור כעין זו על היחי יוסף.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

איך האב גארנישט פון כעין, איך דארף די מעשה אליינס, ס'פעלט מיר אויס. אויב די ווייסט פון ר' שמואל סאלאנט, שרייב, אויב נאר פון ויחי יוסף, שרייב אויך. שערקויעח.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

כ'האב פונקט יענע וואך געזעהן די מעשה אינעם ביכל פון מ.מ. די שיינקייט פון ירושלים.
און דאס איז אויך א מעשה מיט ששים אז דער וואס איז געווען מער פארמעגליך (קיין גביר איז קיינער נישט געווען דארט) האט געהאט אין די טשולענט א שיינעם גרויס'ן עוף מיט ווייניג קארטאפל און בונדלאך ווייל ער איז נישט געווען אזא מטופל בבנים ווי דער צווייטער איז ביי איהם נישט געווען קיין ששים. משא"כ ביים צווייטן וואס איז געווען א מטופל און האט געמוזט לייגן מער קארטאפל און בונדלאך, און א עוף האט דער ארימאן געהאט א קליינטשיק'ס אזוי אז עס איז זגעווען ששים כנגדו.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

די שיינקייט פון ירושלים איז די נאמען פון דעם בוך? ווי איז דאס דא צו באקומען?

עכ"פ שקויעח רב טקסט פארן ברענגען די פרטים פון די מעשה, האסט מקיים געווען א מצוה פון העלפן א צווייטן איד. דער אויבערשטער זאל דיר באצאלן.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

יא דאס איז די נאמען פון דעם ביכל, עס איז אן אלטע ביכל פון מנחם מענדל (חוץ אויב מען האט דאס שוין איבערגעדרוקט היינט).
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:
ידידינו ר' בנימין פון פתח תקוה המכונה פה כ'אורח לרגע' האט אין זיין בלאג 'תולדות ושרשים לעם ישראל' עטליכע פאוסטס איבער משפחת סאלאנט המפוארה לדורותיהם.

ר' שמואל סאלאנט האט קיין זון ר' צבי הירש -לויט ר' בנימין- נישט געהאט, ער האט געהאט דעם זון ר' בנימין בינוש און א זון ראובן וועלכער איז אוועק אלס בחור, ווידער דער ר' בנימין בינוש האט יא געהאט א זון ר' צבי הירש אשתו גרונה בת דודו ר' נתן נטע נטקין [מאשתו השניה מרת עלקא בת הרה"ג ר' ישעיהו ברדקי חתן הג' ר' ישראל משקלוב]. מראשוני שכונות אבן ישראל ומאה שערים.

צאצאי ר' צבי הירש סלנט:
1. מרת פראדל לבית סלנט אשת ר' משה יצחק [אלטר] בורקי.
2. ר' יוסף סלנט אשתו מרת שיינא חיה לבית אבלובסקי.
3. ר' נתן נטע סלנט אשתו עלקא לבית הימן.
4. מרת הינדל לבית סלנט אשת ר' אברהם יוסף אידלסון.
5. מרת טויבה לבית סלנט אשת הרה"ג ר' יחיאל מיכל טוקצינסקי, מנהל ת"ת וישיבת 'עץ חיים' בירושלים, מחבר לוח ארץ ישראל המפורסם, 'עיר הקודש והמקדש', 'גשר החיים', ועוד ספרים, חבר הנהלת ועד הישיבות. נולד ט"ו טבת תרל"ד בליטא, נתייתם בילדותו, ועלה לארץ עם אמו בשנת תרמ"ב בהיותו ילד כבן 8, נפטר ח' ניסן תשט"ו בירושלים.
6. מרת גליקה לבית סלנט אשת ר' דוד לבסקי נ"י.
7. ר' ישעיהו סלנט אשתו מרת בילה צירל לבית ורטמן, מנהל לשכת הסעד וחבר ועד מאה שערים, מבוני השכונות גאולה וכרם אברהם

נלקח מפה:
http://toladot.blogspot.com/2009/07/blog-post_09.html



מכתב כתובה ע"י מ' עלקא ב"ר ישעי' בארדאקי אלמנת רבי נתן נטע נאטקין:
http://brieven.dpc.uba.uva.nl/cgi/t/tex ... 1I_D216405
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

צדקה פישקע
אטעטשמענטס
IMG_0497.JPG
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

"ר' שמואל סאלאנט לעבט!"

דיא אידישע וועלט, 09/10/1903 [קרעדיט: הרב בן בוזי]
image (24).png
image (24).png (97.89 KiB) געזען 3734 מאל
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

וואס פשט פון די ווייסע זאקן וואס ר' שמואל סלאנט האט? ער איז דאך פון די ליטא, פון די פרושים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אבן יקרה האט געשריבן:וואס פשט פון די ווייסע זאקן וואס ר' שמואל סלאנט האט? ער איז דאך פון די ליטא, פון די פרושים

מן הסתם לבוש הירושלמי
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”