רבי צדוק הכהן מלובלין זצ"ל - ט' אלול

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

רבי צדוק הכהן מלובלין זצ"ל - ט' אלול

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 7:14 am

היינט נאכט געפאלט אויס דעם יארצייט פון הרה"ק ר' צדוק הכהן מ'לובלין, בעל מחבר ספרים רבים. מען בעט ווער עס ווייסט עפעס מתולדותיו הקדושים, זאל ביטע באריכטן.

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 8:12 am

דא האט איר אביסל איבער ר' צדוק. (אכטונג: דער שרייבער איז א מזרח'ניק און ס'מוז נישט זיין אז אלס וואס ער שרייבט איז אמת)

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 11:43 am

די הייליגע ר' צדוק הכהן פון לובלין, האט גע'שם'ט נאך אלץ קונד פאר א גרויסע גאון און א עילו, ער איז א חתן געווארען צי איינעם א נגיד בימים ההם וואס האט פארשטאנען מחשיב צי זיין ערכו הרם,
זיין אשת חיל האט אלץ יונג ווייבל געארבעט ביים טאטען אין געשעפט, האט פאסירט א מעשה מיט א יחוד בטעות דארט אין געשעפט אבער די חברה לצים דארט האבן זיך גלייך ציגעכאפט און געמאכט א מעשה וואס ליידער מעשה שטן הצליח.
און ר' צדוק האט געוואלט געבען א גט ווי די הלכה איז, ער האט געזאגט דעמאלץ אז ער קען איר גיט, און ער איז נישט מסופק און אוודאי איז די מעשה נישט אמת, אבער הלכה איז הלכה און ער מיז איר גט'ן, די ווייבל איז געווען שבור ורצוץ און בשו"א נישט געוואלט מקבל זיין א גט, איז ער ארום געפארען שאפען א היתר מאה רבנים,
צווישען אנדערע איז ער אויך אנגעקומען צום הייליגען חידושי הרי"ם זי"ע, און די חידוש הרי"ם האט אים נישט אינטערגעשריבען אויף די היתר און האט אים געזאגט אז "זאלסט וויסען אז די מעשה איז נישט אמת, און אויב די וועסט איר גט'ן סוכ"ס וועסטי קיינמאל קיין קינדער נישט האבן ל"ע" געווען איז ער נאך דעמאלץ א אינגערמאנטשיק און פון הימעל האט מען געפירט אז ער האט נישט געהארכט, און האט סוכ"ס געשאפט די חתימת פון הינדרעט רבנים וואס האט זיך געפאדערט און איר גע'גט,
מ'זאגט נאך אז אויף די עלטערע יארן האט ער זייער באדויערט פארוואס ער האט נישט מציית געווען, (אפילו ע"פ הלכה איז ער גערעכט געווען)
מיט זיין גאונישע קאפ האט ער פארפאסט פיל געוואלדיגע ספרים וואס איז באקאנט אין עולם התורה ווי אויך אין עולם החסידות, צווישען זיי די ספה"ק 'צדקות הצדיק' וואס איז א געוואלדיגער ספר (האב אסאך געקיקט דערין לעצטענס.... אבער נישט פאר דעם איז עס מוראדיג), א פאר יאר צירוק איז ארויס געקומען א ספר "אוצר המחשבה" א ליקוט פון שיינע שטיקלעך פון צווישען אלע זיינע ספה"ק

ער איז נסתלק געווארען ט' אלול תר"ס ומנו"כ איז אין די אלטע ביה"ח אין לובלין
תנצב"ה

נ. ב. ר' זעליג די לינק וואס די האסט געברענג לאזט נישט פילטערנעט אריין!
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6662
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 12:56 pm

ר' צדוק הכהן איז געווען א תלמיד פונעם איזביטצאר ז"ל דער מחבר פונעם 'מי שלוח' עס איז באקאנט אז וויא ר' צדוק שרייבט און זיינע ספרים, שמעתי' אדער 'קבלתי' איז דאס אלעס פון וואס ער האט מקבל געווען און איזביטצא.

געוואוינט האט ער און לובלין, און ער האט זיך שטארק מכניע געווען צי ר' לייבעל אייגער ז"ל אדמור מלובלין.
ווען ר' לייב איז נפטר געווארען, האט די חסידים געוואלט אז ער זאל אבערנעמען די הנהגה. ער האט שטארק געקעמט אקעגען דער רעיון, אבער צים סוף האט ער יא אנגענומען און געפירט רביסטעבע.

א טייל פון די תורות וואס ער האט געזאגט מדי שבת בשבתו, זענען פארשריבען און זיין ספר 'פרי צדיק'

אויסער זיינע טיפע מחשבה ספרים האב איך פון איהם בנגלה שו"ת תפארת צבי.

עס איז ידוע אז עס פלעגט זיך איהם כסדר חלום'ען תורה און סוף ימיו, אז עס איז א דורך א נאכט וואס עס האט זיך איהם נישט געחלום'ט תורה, האט ער נעקסטען טאג געפאסט א תענית חלום.
און די יונגערע יאהרען פלעג ער פארשרייבען די חלומות, און און איינע פון די חיבורים זיינע, איז געדרוקט א קונטרס דברי חלומות.
פון די אלע תורות און יענעם קונטרס, איז נאר דא איין תורה וואס ריערט בכלל נישט אהן קיין קבלה ענינים.
איך ברענג עס דא כדי שתהא שפתותיו דובבת..

ער ברענגט דארט,
בימי חרפי..האט זיך איהם געחלומט אז דער רבוש"ע האט געשאלטען דעם נחש און געזאגט 'ואיבה אשית בין זרעך ובין זרעה'. האט ער מדייק געווען פארוואס שטייט זרעה, עס איס דאך אדם הראשון'ס קינדער אויך, נישט נאר חוה,
האט ער גענטפערט אז און ירושלמי שטייט אז עס זענען דא חיות וואס ווען זיי בייסען זענען זיי 'נושך ושובר עצם, און אנדערע חיות זענען נישט 'שובר עצם'. דער נחש איז א 'נושך ומקלקל הבשר' אבער צי קיין ביין ריערט ער נישט צי.
די גמרא זאגט ' איש מזריע לובן שבו שממנו גידים ועצמות, אשה מזרעת אודם שבה שממנה בשר ודם והקב"ה....
קומט אויס אז דער נחש, וואס ער איז נאר א נושך ומקלקל הבשר, טרעפט גארנישט אהן אין דעם חלק וואס קומט פון טאטען,
איבער דעם האט דער רבוש"ע געזאגט בין בניך ובין זרעה , איהרע קינדער נישט אדם'ס...ודפח"ח

איך האב איינמאל איבערגעזאגט דער ווארט פארען אויווארער רב ז"ל, און ער איז ארויס פון התפעלות פון דעם ווארט.
the SCY is the limit

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 2:58 pm

הרה"ק ר' צדוק הכהן מלובלין ז"ל שרייבט אין זיין ספה"ק פרי צדיק: כ'האב געהערט זאגן, אז דער צדיק דער יהודי הקדוש האט יעדן טאג פון זיין לעבן געלערנט עטליכע פסוקים פון משנה תורה, ווייל דאס איז א מוסר ספר. וואס עפעס דוקא ספר דברים? ברענגט דער בעל התניא, אז ווען מ'הערט מוסר פון א לעבעדיגן מוכיח גייט דאס אריין אין הארץ, ווייל דברים היוצאים מן הלב נכנסין אל הלב, דאקעגן ווען מ'הערט מוסר פון א ספר האט דאס נישט דעם התעוררות, אבער אין סדר הדברים האט משה רבינו אריינגעלייגט א כח אז מ'ווערט דערפון נתעורר פונקט ווי פון א לעבעדיגן מוכיח, ווי דער פסוק זאגט, אלה הדברים אשר דבר משה אל כל ישראל, פאר יעדן איד באזונדער, און דער קול רעדט נאך אלץ, און האט דעם כח ווי פון א לעבעדיגן מוכיח...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 3:02 pm

נאך אלס קינד איז ער געווען באוואוסט אלס א גרויסער עילוי, זיין גאונות און קדושה איז געווען א זעלטענהייט, ער האט אליין מעיד געווען אויף זיך אז אלס פיצל קינד פון א יאר אלט, פלעגט ער שוין צודעקן דעם קאפ און מאכן א ברכת שהכל איידער ער האט געגעסן, זייענדיג צוויי יאר האט ער שוין געדאווענט פון א סידור אלע תפילות, און אלס דריי יעריג אינגל האט ער שוין געלערנט אליין גמרא מיט תוספות.

צוליב דאס גרויסע עניות און דחקות, אין זיין פאטערס הויז, נישט האבנדיג קיין געלט אויף צו קויפן לעכט, פלעגט דאס קינד דארפ'ן ארויסגיין אינמיט'ן די נאכט צו לערנען לאור הלבנה, זיין געוואלדיגע גרויסע תשוקה און חשקות צו לערנען איז געווען איינגעפלאנצט אין אים כיתד בל תמוט.

זייענדיג זעקס יאר אלט האט פאסירט א מעשה וואס דורך דעם איז זיין פאטער דער גאון רבי יעקב נפטר געווארן, ווייל זיין פאטער'ס זעלטענע ליבשאפט צו אים איז געווען ספעציעל שטארק, זייענדיג באזונדער אויסגעצייכנט צווישן זיינע ברידער. איין טאג ווען רבי צדוק איז געגאנגען אויף די גאס שטארק פארטראכט אין זיינע געדאנקען, איז אים אנטקעגן געקומען אן אנגעלאדענע וואגן, און ער איז אראפגעפאלן אונטער די רעדער פון די עגלה, ווען זיין פאטער האט געהערט, אז זיין באליבט קינד איז צוטרויטען געווארן אונטער די רעדער פון א שווערן וואגן, איז ער דערציטערט געווארן עד עומק נשמתו, אזוי שוואך אז ער האט זיך נישט געקענט דערהאלטן דאס נפש, פון די שלעכטע בשורה איז ער שווער קראנק געווארן און איז נסתלק געווארן נאך א קורצע צייט, פון א הארץ קראנקהייט. למעשה איז רבי צדוק פרעזענליך נישט שטארק געשעדיגט געווארן, מען האט אים שנעל ארויסגענומען פון אונטער די רעדער, ער איז נאר שטארק צובאלט געווארן אויפ'ן קאפ פון וועלכע ס'איז אים געבליבן צייכענעס אויפ'ן גאנצען לעבן.

זיין מוטער די צדיקת, האט נישט געקענט אליין אויסהאלטן די גאנצע משפחה, האט זי נאכאמאל חתונה געהאט. רבי צדוק איז דעמאלטס אריבער וואוינען ביי זיין פעטער, זיין טאטענ'ס ברודער, הגאון רבי יוסף הכהן ראבינאוויטש זצ"ל אב"ד קריניק, וואו ער האט ממשיך געווען שוקד צו זיין על התורה ועל העבודה. ווי געזאגט האט מען ביי אים געזען אויסער זיין גרויס גאונות, גינונים פון קדושה און פרישות. אויסער נגלה האט דאס קינד אויך געלערנט שטילערהייט דעם חלק הנסתר שבתורה. אין יענע תקופה האט פאסירט א פאל וואס האט מפרסם געווען ברבים אז דאס קינד איז א בעל רוח הקודש. דאס איז געווען ווען זיין פעטער רבי יוסף ז"ל האט ארומגעוואנדערט אין די שטעט פון ליטא און פוילן, צו זאמעלן געלט צו קענען דרוקן זיין ספר "כפות הזהב". ס'איז אריבער א האלב יאר און מען האט נישט ערהאלטן פון אים קיין שום בריוו אדער א צייכן פון לעבן. די משפחה מיטגלידער זענען געווארן שרוי בצער און זייער באזארגט, נישט קענענדיג געוואויר ווערן וואס ס'האט פאסירט מיט רבי יוסף'ן.

רבי צדוק וועלכער איז דעמאלט'ס אלט געווען אינגאנצן זיבן יאר, האט געמאכט אן "השבעת חלום" און ער האט באקומען פון הימל א פונקטליכע תשובה אויף זיין פראגע. מען האט אים געוויזן אין חלום זיין פעטער'ס געשטאלט, אין וועלכע שטאט ער געפינט זיך יעצט, און דעם נאמען פונעם בעל הבית וואו ער האט די אכסניא.

דעם אנדערן טאג האט דאס קינד אלעמען דערציילט דאס וואס מען האט אים געוויזן אין חלום, און זיי זענען עטוואס בארואיגט געווארן. ווען ס'איז אריבער א צייט און דער פעטער איז צוריקגעקומען פון זיין נסיעה, איז נתברר געווארן אז אין יענעם טאג ווען ר' צדוק'ל ז"ל האט געמאכט אן השבעת חלום, איז ער טאקע געווען אין יענע דירה אין יענע שטאט, אלעס גענוי ווי זיין פלומעניק האט געזען אין חלום. זייט דעמאלט'ס איז רבי צדוק נתפרסם געווארן אלס בעל מדריגה

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 5:32 pm

אן אשכול אין בחצרות חסידים (מ'מוז זיין א מעמבער צו לייענען) איבער די תולדות פון ר' צדוק הכהן.

פאלגענד איז וואס מר. רולנד שרייבט איבער די ביאגראפיע:
רבי צדוק הכהן רבינוביץ נולד לאביו רבי יעקב אב"ד קרייזבורג,
בגיל 6 התייתם מאביו,בגיל שמונה סיים את הש"ס ובגיל בר מצוה התפרסם כהעילוי מקריניק בגיל 15 נשא אשה בת גביר גדול מעיירה ולדבקה שם המשיך ביתר שאת בלימודיו עד שאנשים בליעל שעינם צרה בחותנו הגביר שזכה לחתן כמוהו, הוציאו שם רע על אשתו שאינה צנועה, הוא ברגע ששמע על כך ביקש לגרשה והיא סירבה בעמדה על דעתה שצדיקת וטהורה היא, אבל הוא לא שמע אליה בהיותו כהן חשש לגור עמה וברח ונסע ברחבי ארץ לקבל היתר מאה רבנים, כדי שיוכל להינשא בשנית,
בפגשו את הרבנים נדהמו ונפעמו מגודל גאונותו וקדושתו ולא יכלו עליו ויש הרבה סיפורים בנושא,
בעת נדודיו נפגש גם גדולי החסידות ובראשם עם הרה"ק רבי שלום מבלז, שקירבו ביותר,
ובבואו לאיזביצא פגש ברבי מרדכי יוסף הרבי מאיזביצא תלמידם של הרבי ר' בונים והרבי מקאצק, ושם מצא את אהבה נפשו ונקשר בו והפך ממתנגד לחסיד, שם גם מצא רע כלבבו את הגה"ק רבי ליבלי איגר נכדו של הגרע"א, ויחדיו עסקו בחסידות,
לאחר הסתלקות האיזביצר קיבל את מרותו של רבי ליבלי למרות היותו תלמיד חבר, ולאחר הסתלקות רבי ליבלי בשנת תרמ"ח קיבלו החסידים לרבי ואדמו"ר בלובלין עד הסתלקותו בשנת תר"ס בחודש אלול והוא בגיל 77 בנים לא השאיר אחריו למרות שנשא עוד שני נשים ותלה זאת כעונש על שציער ולא האמין לאשתו הראשונה, שלבסוף נתגלה שסתם אנשי בליעל דברו עליה סרה,
יבולו הרוחני עשיר מאד כידוע הוא חיבר 10 ספרים
תפארת צבי שו"ת
פרי צדיק עה"ת
קדושת שבת
צדקת הצדיק
רסיסי לילה
דובר צדק
מחשבות חרוץ
דברי סופרים
פוקד עקרים
משיב צדק בדין שמיני בסוכה
ספריו בחסידות הנם מספרי היסוד והמחשבה בדורות האחרונים
הוכר כגאון מובהק ועילוי נורא אדיר המחשבה וקדוש עליון
מפארי פשיסחא


א באשרייבונג אויף ערוץ-7 פון הרב אליעזר מלמד איבער ר' צדוק.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 5:35 pm

דער אוהל אויפן ציון פון ר' צדוק הכהן אין לובלין (קרעדיט, מתפעל בח"ח)
צוגעלייגטע
untitled.jpg
untitled.jpg (28.26 KiB) געזעהן 4152 מאל

שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

תגובהדורך שמואל'יק'יל » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 7:48 pm

מתוך גליון "דברי אמונים"
צוגעלייגטע
Doc2[1]1.jpg
Doc2[1]2.jpg

אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

תגובהדורך אלחנן » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 10:30 pm

יעקעלע פוקס האט געשריבן:
נ. ב. ר' זעליג די לינק וואס די האסט געברענג לאזט נישט פילטערנעט אריין!


אינטערסאנט אז זיי בלאקירן דאס.

JNET אויף די העכסטע לעוועל לאזט עס יא דורך.
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 10:37 pm

איך האב ביידע JNET מיט FILTERNET
איך האב געשיקט א מעסעדזש פאר פילטערנעט און זיי האבען מיר געעפענט די סייט
יש"כ, כאב שטארק הנאה געהאט
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

תגובהדורך אלחנן » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 10:43 pm

יעקעלע פוקס האט געשריבן:איך האב ביידע JNET מיט FILTERNET
איך האב געשיקט א מעסעדזש פאר פילטערנעט און זיי האבען מיר געעפענט די סייט
יש"כ, כאב שטארק הנאה געהאט


איז דא פלעצער וואס JNET בלאקירט דיך נישט און FILTERNET יא אז די דארפסט ניצן ביידע?

אגב א שיינע איינפאל גדר על גבי גדר.
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2008 9:34 am

יא, ס'איז דא זאכען וואס כאפט זיך אריין דא, און זאכען וואס כאפען זיך אריין דארט, ווייסט דאך אז איינמאל מ'ווערט אריינגעדרייט איז זיך שווער ארויסצידרייען, ממילא א גדר ע"ג גדר איז א דבר נכון, און פארגעס נישט "אלוקים יראה ללבב", בעטער סעיוו דען סארי!
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2008 10:32 am

כידוע אז די צדיקים וואס האבן נישט איבער געלאזט זש"ק זענען מער מכיר טובה פאר די אידען וואס טיען לע"נ
איז אזוי ווי היינט איז די יו"ד לאמיר נישט פארגעסען, ר' צדוק ב"ר יעקב הכהן זצ"ל זי"ע
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2008 11:25 pm

איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע שרייבער וואס האבן בארייכערט מיינע ידיעות אין דעם אשכול.

אוועטאר
סלונימער
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 30, 2008 9:07 pm
לאקאציע: עיה"ק

תגובהדורך סלונימער » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 7:55 am

גליון "דברי אמונים" סע איז עפעס פון "תולדות אהרון"?

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 6:05 pm

תולדות אברהם יצחק.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6662
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 9:57 pm

קומענדיגען שבת - ט' אלול
110טע יארצייט פון ר' צדוק הכהן מלובלין זצוק"ל
the SCY is the limit

אורח לרגע
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 7:02 pm

תגובהדורך אורח לרגע » זונטאג אוקטובער 11, 2009 8:21 am

בקובץ 'עץ חיים' האחרון, נדפס מאמר שלם לתולדות בית אבותיו של ר' צדוק.


לתולדות רבנים ומשפחותיהם

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6662
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 19, 2010 3:37 pm

יעקעלע פוקס האט געשריבן:כידוע אז די צדיקים וואס האבן נישט איבער געלאזט זש"ק זענען מער מכיר טובה פאר די אידען וואס טיען לע"נ
איז אזוי ווי היינט איז די יו"ד לאמיר נישט פארגעסען, ר' צדוק ב"ר יעקב הכהן זצ"ל זי"ע
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6662
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 2:32 pm

scy4851 האט געשריבן:
יעקעלע פוקס האט געשריבן:כידוע אז די צדיקים וואס האבן נישט איבער געלאזט זש"ק זענען מער מכיר טובה פאר די אידען וואס טיען לע"נ
איז אזוי ווי היינט איז די יו"ד לאמיר נישט פארגעסען, ר' צדוק ב"ר יעקב הכהן זצ"ל זי"ע
the SCY is the limit

גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

תגובהדורך גיוואלדיג » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 3:44 pm

איך בין געווען אין לובלין דעם ווינטער און קודם געווען ביים חוזה און נישט געהאט אין פלאן זיך אפצושטעלן ביי ר' צדוק אבער אויפן וועג ארויס פון שטאט האבן מיר געזען א גרויסער בית החיים און מ'זעמיר ארויס זאגן אפאר קאפיטלעך תילים מיינענדיג אז דארטן איז מנו''כ פון ר' צדוק וכו'
אבער עס איז נישט געווען דער אוהל וואס איז דא אינעם אויבערדערמאנטער בילד
אלזא מיז זיין עס איז דא א דריטער בית החיים
ווער עס ווייסט ווערט געבעטן זיך אנצוריפן

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך יוני 27, 2012 4:33 pm

דו מיינסט אפשר דעם אוהל? אין דעם אוהל ליגט ר' צדוק הכהן מלובלין

IMG_3092.jpg
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך יוני 27, 2012 4:34 pm

די אוהל פון אינעווייניג

IMG_3094.jpg
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6662
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג אוגוסט 26, 2012 7:01 pm

scy4851 האט געשריבן:
יעקעלע פוקס האט געשריבן:כידוע אז די צדיקים וואס האבן נישט איבער געלאזט זש"ק זענען מער מכיר טובה פאר די אידען וואס טיען לע"נ
איז אזוי ווי היינט נאכט איז די יו"ד לאמיר נישט פארגעסען, ר' צדוק ב"ר יעקב הכהן זצ"ל זי"ע
the SCY is the limit


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט