רבי נחום דוב פריעדמאן מסאדיגורא זצ"ל - כ"ז אב תרמ"ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

רבי נחום דוב פריעדמאן מסאדיגורא זצ"ל - כ"ז אב תרמ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

היינט באנאכט איז יו"ד פון כ"ק הרה"ק ר' מנחם נחום דוב בער פרידמן פון סאדיגורא זיע"א - כ"ז אב תרמ"ג.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ר' שמואל'יק'יל

א ישר כוח פאר כסדר אויפברענגען די יארצייטען פון ווייניג באקאנטע צדיקים.
איך האב שוין אסאך זאכען געוואר געווארען און די אשכולות.

אבער איך ערלויב מיר צי בעטען א טובה פון אייך.

אויב מעגליך, קענט איר כסדר עפעס מוסיף זיין וועגען דעם צדיק, צי אן עובדא, אדער עפעס פון זיין יחוס.

א ישר כוח למפרע
the SCY is the limit
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

הער איז געווען א זון פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' שלום יוסף פרידמן זיע"א (א זון פון הסבא קדישא אדמו"ר ר' ישראל פרידמן פון רוזשין זיע"א) און איידעם פון זיין פעטער א ברידער פון זיין טאטע ה"ה כ"ק אדמו"ר הזקן הרה"ק ר' אברהם יעקב פרידמן פון סאדיגורא זיע"א.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

נפטר געווארן הארט פאר זיין שווער, ומנו"כ אין וויען.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' שמואלי'ק,
איך שטעל מיך צו צו די בקשה פון ידידינו ר' שמחה, מיר האבן שוין א אשכול פאר יארצייטן וואו צו דערמאנען דעם ציבור איבער יארצייטן וועלכע קומען אויף רין די נאנטע טעג, עפענען פרישע אשכולות איז געאייגנט פאר ענינים וואס איז מער פרטיות'דיג דעטאלירט און אויסגעשמועסט.

ברשות ההנהלה וויל איך איינפירען דא אין 'על הצדיקים' אז די ערשטע תגובות פון א אשכול איבער א צדיק וכדו', ברויך אנטהאלטן כאטשיג א קורצע ביאגראפיע אדער א סיפור פונעם באטרעפנדן, אז נישט וועט דער אשכול מוזן ווערן אריבערגעפירט צום כלליות'דיגען יארצייט-אשכול וכדו'.

מיט דאנק און שעצונג
אייער פריינט, יעקב דוב מיללער מסקרענטאן
פה על הצדיקים שע"י אידישע וועלט יצ"ו
גד
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2008 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גד »

נישט צו פארשעמען ר' שמואליקיל. וועל איך אביסל שרייבן וועגן ר' נחום דוב.
ר' בערניו איז געווען א גרויסע און הייליגע רבי לבית רוזשין מיט הונדערטער חסידים, וואס האבן זיך געפראוועט און געקוויטלט ביי אימען. נאך אין לעבן פון זיין גרויסן שווער ר' אברהם יעקב דער סאדיגורער רבי, [ווי אויך האט דער סאדיגורער רבי'ס זון ר' שלמה'לע אויך געפירט רבי'סטווע מיט חסידים בחיי אביו, אין סאדיגורע אליינס.. אבער ער איז אויך אוועק בחייו, כ' טבת תרמ"א, ר' אברהם יעקב דער סאדיגערער רבי איז אוועק י"א אלול תרמ"ג, צוויי וואכן נאכן איידעם, און זיין זון ר' ישראל האט ממלא מקום געווען, [ר' ישראל איז געווען ר' נחום בערניו'ס שוואגער צוויי מאל, ווייל ער איז אויך געווען א איידעם ביי זיין טאטע ר' שלום יוסף.]

ער איז געווען באקאנט אלס א זאמלער פון ספרים, ער האט אזוי ווי ר' דוד אופנהיים און דער חיד"א זיך פארשאפט טויזנטער ספרים יקרי ערך, און ספעציעל געלאזט בינדן און טייערע בינדונגען, און געהאלטן מיט גרויס כבוד, איך זעלבסט האב געזעהן א פאטאקאפיע אין א אויסגאבע פון זיינע ספרים, ס'איז זייער שיין זיין זיגעל דערין, און די רוזשינע מלכות'דיגע סימבאל פון לייבן. מיט רויטע קאליר און גאלדענע בוכשטאבן. און פארשטייט זיך אינדעווייניג זענען זיך חסידים מזכיר שמם ושם אמם כנהוג אצל ספרי הרבי'ס.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

גד האט געשריבן:ר' אברהם יעקב דער סאדיגערער רבי איז אוועק י"א אלול תרמ"ג, צוויי וואכן נאכן איידעם, און זיין זון ר' ישראל האט ממלא מקום געווען, [ר' ישראל איז געווען ר' נחום בערניו'ס שוואגער צוויי מאל, ווייל ער איז אויך געווען א איידעם ביי זיין טאטע ר' שלום יוסף.]
נאך דעם וואס דער עלטערער ברודער דער פחד יצחק האט אפגעטרויטן פאר אמיליאן קראנען [און מיטגענומען די טיטל נשיא ארץ ישראל און ממילא אויך געבליבן מיט די ארץ ישראל חסידים] און זיך אריבער געצויגן קיין באיאן, אין אנהייב האבן זיי געפירט א שטיק צייט אינאיינעם, ביי די באיאנ'ער חסידים איז א שטיקל יו"ט דער טאג וואס דער פחד יצחק האט אנגעהויבן אליינס צו פירן.
ועמך כולם צדיקים
גד
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2008 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גד »

ביקסאד גערעכט
ווייניג ווייסן צו זאגן וועגן מחלוקת סאדיגורא גופא, צווישן באיאן-סאדיגורא, אבער ס'גווען לעבעדיג, אפילו נאכן צוטיילן זיך, און טאקע בעיקר מיט די ארץ ישראל אידן, איך האב געזען א באשרייבונג פון פאר די קריג פון א ארץ ישראל ביאנער חסיד, באשרייבט ער אביסל די מחלוקה.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

די קול קורא פון די זקני החסידים נאך די פטירה פון הרה"ק ר' ישראל מ'סאדיגורא איז געווען געדריקט דאכט זיך אין איינע פון די שפתי צדיקים קובצים.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

מ'האט עם גערופען חכימא דיהודאי,פארציילט סקווירא רבי שליט"א אז רבי נחום בערניו פלעגט רופען זיין שווער אחי אביו הרה"ק רבי אברהם יעקב מ'סאדיגערע זצ"ל שווער, האט מען עם אמאל געפרעגט פארוואס רופט ער עם נישט פעטער? האט ער גענטפערט ווייל פעטער איז ער עם געווארען ווען ער איז געבוירען געווארען.משא"כ שווער איז ער עם געווארען פערציג טעג פריער .וואו די חז"ל זאגען ארבעים יום קודם יצירת הולד מכריזין בת פלוני לפלוני, וועגען דעם רופט ער עם שווער.
צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושויער »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:מ'האט עם גערופען חכימא דיהודאי,פארציילט סקווירא רבי שליט"א אז רבי נחום בערניו פלעגט רופען זיין שווער אחי אביו הרה"ק רבי אברהם יעקב מ'סאדיגערע זצ"ל שווער, האט מען עם אמאל געפרעגט פארוואס רופט ער עם נישט פעטער? האט ער גענטפערט ווייל פעטער איז ער עם געווארען ווען ער איז געבוירען געווארען.משא"כ שווער איז ער עם געווארען פערציג טעג פריער .וואו די חז"ל זאגען ארבעים יום קודם יצירת הולד מכריזין בת פלוני לפלוני, וועגען דעם רופט ער עם שווער.

פיין ווארט
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

דבר אחד מדבריו לא ישוב ריקם.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט הרה"ג רבי ישראל חיים אשרי שליט"א,געהערט פון הגה"צ רבי שלמה זלמן הורוויטץ זצ"ל פאטיקער רב (טאטע פונעם באקאנטע באבוב'ער גבאי ר' שמואל'טשע שיחי'),וואס האט עס געהערט פון ר'מאיר ווילנער ז"ל גבאי ביי הרה"ק רבי נחום בערניו פון סאדיגערע זצוק"ל (בן הרה"ק רבי שלום יוסף זצוק"ל בנו בכורו פונעם הייליגן ריזשינער זיע"א) אז זיין שווער הרה"ק רבי אברהם יעקב זצוק"ל פון סאדיגערע האט אים געהייסן נעמען קוויטלעך בחיים חיותו ,א'זעלטנהייט וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען אין די סאדיגערע הויף ,אז,קינדער זאלן נעמען קוויטלעך בחיים חיותו פונעם רבי'ן.

נאך א'שטיק צייט האט ער אויפגעהערט צו נעמען קוויטלעך,די סיבה דערפון איז געווען,אז אמאל איז געקומען א'רייכע איד צום סאדיגערע רבי זצוק"ל אויף שבת חנוכה,אין ער איז אריין מיט א'קוויטל צום רבי'ן מיט די נעמען פון זיין גאנצע משפחה,און נאך ווען ער האט געליינט די קוויטל,האט די רבי אנגעוואונטשען אז די אייבערשטער זאל העלפן אז זיין טאכטער זאל האבן א'רפואה שלימה .

האט זיך די גביר זייער דערשראקן,ער האט זיך נישט געטרויט איבער פרעגן די רבי פשט דערויף,נאר ער איז אריין צום רבין'ס איידים הרה"ק רבי נחום בערניו זצוק"ל און אים פארציילט די גאנצע מעשה,האט אים רבי נחום בערניו געזאגט,איך ווייס נישט דערפון,אבער שרייב אן א'קוויטל און איך וועל זעהן אין די קוויטל.

יענער האט אנגעשריבן א'קוויטל און דאס געגעבן פאר רבי נחום בערניו,און ער האט עס געליינט,און ער איז ארום געלויפן די צימער א'הין און צוריק, און געזאגט,איך זאג ענק צו,אז איר וועט טרעפן אייערע טאכטער געזונט און שטארק,איי וואס מיין הייליגע שווער האט געזאגט,ווייס איך נישט,און ס'קען זיין אז דאס איז א'טעות ,אזוי ווי כשגגה היוצא מלפני השליט,וועגן דעם זאלט איר צוריק גיין נאכאמאל צו מיין שווער מיט א'קוויטל.

און יענער האט אזוי געטוהן,און די סאדיגערע רבי זצוק"ל האט אים נאכאמאל געזאגט די זעלבע זאך,"אז די אייבערשטער זאל שיקן א'רפואה שלימה פאר זיין טאכטער",און דער גביר איז צוריק געגאנגן צו רבי נחום בערניו זצוק"ל,און רבי נחום בערניו האט איבער גע'חזרט די זעלבע רייד וואס ער האט אים פריער געזאגט.

די גביר איז א'היים געפארן האט ער געטראפן זיין טאכטער געזונט און שטארק,און ער האט פארגעסן פון די גאנצע מעשה,קומענדיגע פסח,ביי איינע פון די סדרים נאכט,איז פלוצלינג זיין טאכטער א'נידער געפאלן און גע'חלשט,האט מען גערופן א'דאקטאר,און ער האט איר געגעבן א'רפואה,אבער די מצב איז ערגער געווארן ל"ע,און מ'האט נישט געטראפן א'רפואה פאר דעם,און די גביר איז איינגעשלאפן און ער האט זיך גע'חלומט די גאנצע מעשה,און ווען ער האט זיך אויפגעוועקט האט ער פארשטאנען אז דאס האט די רבי געמיינט,און ער האט פארשטאנען אז די רבי האט גע'פועלט א'ישועה ,וועגן דעם איז אריין א'שמחה אין זיין הארץ,און געזאגט פאר זיין משפחה וואס איז ארום געשטאנען די קראנקע קינד,אז אלעס איז גוט,איר קענט אוועק גיין,און ס'וועט זיין גוט בעז"ה.

זיי האבען אים אנגעקוקט ווי ער איז אראפ פון זינען ,אבער אזוי איז געווען,ס'איז געווארן א'פארענדערונג אין די מצב צו גוט'נס ביז זי איז אינגאנצען אויסגעהיילט געווארן.

איז ער געפארן קיין סאדיגערע,און ער איז אריין צו רבי נחום בערניו זצוק"ל,און אים פארציילט די גאנצע מעשה,איז רבי נחום בערניו אריין צום שווער,און געזאגט הייליגע שווער,איך האב געמיינט אז אין קוויטל דארף מען זעהן אלעס וואס טוהט זיך אפ מיט די נשמה פון איין עק וועלט צום צווייטען עק וועלט,און דאס האב איך האב געזעהן,וועגן דעם האב איך גענומען קוויטלעך,אבער צו זעהן יעצט וואס ס'גייט זיין אין דריי חדשים ארום,זעה איך נישט,וועגן דעם וויל איך מער נישט נעמען קוויטלעך,און ער האט אויפגעהערט צו נעמען קוויטלעך.

שפעטער האב איך געהערט פון די חסידים ,אז זיי האבען געוואוסט צו זאגען פון די מעשה,נאר וויבאלד די רבי'ס האבן מקפיד געווען מ'זאל נישט פארציילען זייערע מופתים,האט מען פארשוויגן די מעשה.
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4553
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חסיד »

ס'איז דא דער באוויסטע ווארט פון רבי נחום בערניו אויף די פיהר מה'ס.. א שיינע ווארט געבויט אויף א משל פון א קייניג
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4553
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חסיד »

רימינובער אייניקל דו קענסט נישט דיא ווארט פון ר' נחום בערניו? דו ביסט דאך א גרויסע ידען!
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

א חסיד האט געשריבן:רימינובער אייניקל דו קענסט נישט דיא ווארט פון ר' נחום בערניו? דו ביסט דאך א גרויסע ידען!

ער איז אמאל געווען אין סאדיגערע קלויז,זעהט רבי נחום בערניו ווי א'אינגערמאן א'עובד ה' דריי זיך ארום פאר מוח'ט און פאר דבקות'ט, פארן דאווענען ,פרעגט ער אים און וואס איז ער זיך מתבונן יעצט,האט ער אים גענטפערט דאס און דאס,האט אים רבי נחום בערניו גענטפערט,לאז מיך דיר געבן א'משל און וואס זיך מתבונן זיין.

אמאל איז א'קעניג געווען אינטערוועגנס אין וואלד שפאצירין,אונצווישען האט אים אנגעכאפט צו פאר ריייכערען א'ציגערעטל,נו ס'איז דאך אינמיטן די טיפע וואלד,גיי טרעפ איינס,נאכ'ן נישטערן און זיכן,האט ער ענדליך געטראפן איינס ,דארף מען דאך פייער,זוכט מען,און ענדליך טרעפט מען א'דארפסמאן זיצן און פארייכערען א'ציגערטל,נוא גייט מען צו און מ'בעט אים פייער,זאגט ער ניין בשום אופן נישט,הייבט אים די קעניג צוזאגען כך וכך,און ער וויל נאך אלץ נישט ,זאגט אים די קעניג צו עד חצי המלכות,און ער לייגט צו,קוק ווער ס'בעט פון דיר א'ציגערעטל,די גרויסע קעניג,און פון וועם בעט ער ?.פון א'פראסטן דארפסמאן,און וואס בעט ער פון דיר?,נישט מער ווי אביסל פייער, און וואס זאגט ער דיר צו?,עד חצי המלכות.

האט רבי נחום בערניו אויסגעפירט די זעלבע זאך איז מיטן הייליגע באשעפער,ס'איז דא פיר מה.
א'). מה אדיר שמך בכל הארץ.
ב). מה אנוש כי תזכרנו.
ג'). מה ה' שואל מעמך.
ד'). מה רב טובך אשר צפנת ליראיך.

די ערשטע איז מה אדיר שמך,ווי גרויס די הייליגע באשעפער איז,די צווייטע מה אנוש כי תזכרנו,ווער זענען אונז,נישט מער ווי א'טיפה סרוחה קרוץ מחומר, די דריטע מה ה' שואל,וואס בעט דען דער אייבערשטער פון אונז?,אביסעלע יראת שמים, די פערטע איז, מה רב טובך ,אויף די בא'לוינונג וואס די אייבערשטער גייט אונז געבן אויף יענע וועלט.

אט אין דאס דארף מען זיך מתבונן זיין פארן דאווענען.
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4553
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חסיד »

שכויח רימינובער אייניקל! א מורהדיגע שיינע ווארט. און איך האב געוויסט אז דו ווייסט פון די ווארט ווייל קע'ה דו ווייסט א גיוואלד מיט אסאך ידיעות. עכ'פ דער ווארט איז מורהדיגע שייין. עפיס האב איך געדענקט אבער דו האסט עס מיר גוט דערמאנט. ישר כח
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

א חסיד האט געשריבן:שכויח רימינובער אייניקל! א מורהדיגע שיינע ווארט. און איך האב געוויסט אז דו ווייסט פון די ווארט ווייל קע'ה דו ווייסט א גיוואלד מיט אסאך ידיעות. עכ'פ דער ווארט איז מורהדיגע שייין. עפיס האב איך געדענקט אבער דו האסט עס מיר גוט דערמאנט. ישר כח

ס'קומט דיר א'יישר כח,פארן דערמאנען די ווארט.
זבד
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 5:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבד »

גור אריה
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 04, 2020 2:49 pm

Re: רבי נחום דוב פריעדמאן מסאדיגורא זצ"ל - כ"ז אב תרמ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גור אריה »

היינט איז די יארצייט

פון ויקיפדיה
רבי מנחם נחום דב בער פרידמן (מכונה 'רבי נחום בערניו', ה'תר"ג – כ"ז באב ה'תרמ"ג), היה ביבליופיל ואספן ספרים בולט, היה מיועד להיות האדמו"ר מסדיגורה.

נולד בשנת ה'תר"ג (1843) לרבי שלום יוסף פרידמן מסדיגורה, בנו הגדול של רבי ישראל מרוז'ין, ולבלומה רייזל[1], בתו של רבי דן יונגרלייב מראדוויל.

בשנת ה'תרי"א התייתם מאביו וסבו, והוא גדל אצל אחיו הגדול רבי רבי יצחק מבוהוש.

נשא את פערל, בתו של דודו רבי אברהם יעקב פרידמן מסדיגורה, לאחר נישואיו נשאר בסדיגורה עם חותנו, בה זכה ליחס של כבוד רב.

במיוחד בלט הקשר המיוחד שהיה לו עם בן דודו, רבי שלמה פרידמן (שהפך גם לגיסו), יחד היו מיועדים להנהיג את חסידות סדיגורה, ובחיי רבי אברהם יעקב אף התקבצה תחתם קבוצת אברכים שאותה הנהיגו. בהוראת רבי אברהם יעקב היה מקבל קוויטלאך מהחסידים, ביטוי לאדמו"רות בזעיר אנפין שניהל. בשנה האחרונה לחייו, לאחר שנפטר גיסו רבי שלמה, התרופפה גם בריאותו ונחלש מאוד. נפטר כשבועיים לפני פטירת חותנו רבי אברהם יעקב.

בסוף ימיו נסע לטיפול רפואי בווינה, ושם נפטר בכ"ז באב ה'תרמ"ג (30 באוגוסט 1883), כדי לא לצער את אביו הוא נקבר שם.

ספרייתו
רבי נחום בער'ניו נודע בבקיאותו הרבה, ובחיבתו לספרים וכתבי-יד. נהג לשמור באוסף הפרטי כל ספר וכתב יד שהתגלגל לידו. במהלך השנים, הצטברו תחת ידו אלפי ספרים, וביניהם ספרים וכתבי יד נדירים ביותר, כתבי-יד מגדולי הדורות, לצד ספרי ראשונים ואחרונים אשר בבעלותו. ספרייתו הייתה אחת הספריות הפרטיות הגדולות והנדירות בזמנו (קרוב ל-4,000 כותרים).

נהג לרשום את שמו בספריו בדרך מיוחדת. בנוסף לחותמת ובה שמו בעברית ובגרמנית, שבמכרזה ציור של אריה, היו לו עוד שלוש סוגי חותמות שבהם ציין מאין הגיעו ספרים אלו לידיו: א. "נחלת אבות" – ספרים שירש מאבותיו. ב. "מנחת שי" – ספרים שהביאו לו במתנה ג. "קנין כספי" – ספרים שרכש בכספו.

עותקים פגומים של ספרי דפוס שחסרו בהם דפים, הושלמו בכתב יד בכתיבה קליגרפית. כריכות הספרים בספרייתו היו ייחודיות והתאפיינו בסגנון אחיד: כריכות בד בצבע שחור, ומסביב לשולי הכריכה מסגרת עשויה קישוטים בצבע זהב. הכריכות של רבי נחום בער'ניו כה אופייניות, שניתן לזהות את ספריו מבחוץ, עוד לפני פתיחת הספר.

לבד מאספנותו הייתה לו שליטה ובקיאות גם בתוכן הספרים עצמם. אחיו הגדול, רבי יצחק מבוהוש, היה בוחנו על ידי מטפחת שקשר על עיניו, והיה נותן לו למשש בספרייתו ורבי נחום היה מזהה כל ספר לפי מגע ידו בלבד[2]. את כל ספריו קיבץ בקטלוג מיוחד ששמו "אוצר הספרים" (בדומה לשם הגדולים שחיבר החיד"א) ובו פירוט מדוקדק אודות שם המחבר ותולדותיו ומהות ותמצית הספר[3].

כך כותב רבי רפאל נתן נטע רבינוביץ, (בעל 'דקדוקי סופרים'), במכתבו אל שזח"ה משנת תרל"ג, על אודות ספרייתו של רבי נחום בער'ניו:[4]
אומר לך חידוש, כי הרבי מסדיגורה כתב לי כי אשלח אליו את ספרי דקדוקי סופרים כולם, והוא ישלח לי את המחיר. ויש לו עקד ספרים גדול מאוד, ושאל לי כמה שאלות בדבר ספרים, ומזה ראיתי שמבין גדול הוא על ספרים.

לאחר פטירתו, חולקה ספרייתו בין היורשים ובשל קשיים כספיים מכרו חלקים ממנה לספריות ואנשים פרטיים. חלק מהספרים נמכרו לקהילה היהודית בווינה אשר פרסמה את רשימת הספרים שרכשה מעזבונו בקטלוג מיוחד בשם 'מנחת שלמה'[5]. חלק אחר הועבר ללונדון, ונמכר שם במכירה פומבית בשנת תרפ"ז. בספרייה הלאומית מצויים שני קטלוגים מספרייתו: האחת "רשימת ספרים מעזבון הרה"צ המפורסם הר' נחום דב מאסדאגורא ומעזבון חכמים מפורסמים מארץ אשכנז', הכולל 2,646 ספרי דפוס ו-40 כתבי יד" והשניה "רשימת כתבי יד של עקד הספרים של הרב הצדיק המפורסם ר' נחום דב פריעדמאן ז"ל מסאדיגערא" – ובו רשימה של 77 כתבי יד ועוד 2 'נוספות'.

למעשה, כמעט בכל אוצר ומכירות פומביות של אספני יודאיקה וספרים עבריים, ניתן למצוא ספרים שהיו שייכים לרבי נחום בער'ניו, חלקם במקור מספריית הקהילה בווינה שהתפזרה במלחמת העולם השנייה, ובהם חותמת של הספרייה, ומהם גם כאלה שלא השתייכו לאוסף זה[6]. לדוגמה, בקטלוג 'גנזי ישראל' רשומים שישה ספרים שהיו באוסף של רבי נחום בער'ניו (מחציתם היו באוסף של וינה). למעשה, למעלה ממחצית כתבי יד הרשומים בקטלוג האחרון הגיעו בסופו של דבר לספריית מוסד הרב קוק. כמה מהם תוארו על ידי נפתלי בן-מנחם[7].

משפחתו
בנו, רבי שלום יוסף, נולד בה'תרל"א. נישא לחוה חיה, בתו של בן דודו רבי ישראל פרידמן מסדיגורה, ולאחר גירושיהם את גולצ'ה, רבי מרדכי שלום יוסף מזלטיפול בן רבי רבי יוחנן טברסקי, ממנה נולדו ילדיהם. היה אדמו"ר במילניצא. בשנת ה'תרע"ט, עבר לצ'רנוביץ, ואחר כך ללמברג. נפטר בכ' באב ה'תרפ"ז ונקבר בסדיגורה[8].
נכדו, רבי אהרן משה פרידמן, מילא מקום אביו במילניצה
נכדו, רבי אברהם יעקב פרידמן מרמת אביב.
בתו, אלטה נחמה גיטל, אשת בן דודה, רבי משה יהודה לייב פרידמן מפשקאן (ט"ו בשבט ה'תרכ"ה – י"א באלול ה'תשכ"ז).
קישורים חיצוניים
מאיר וונדר, רבי נחום (בער'ניו) פרידמן, בתוך: אנציקלופדיה לחכמי גליציה חלק ד', ירושלים תשל"ח–תשנ"ז, באתר אוצר החכמה (צפייה חופשית – מותנית ברישום)
זושא דינקלס, 'בית עקד הספרים' של הרה"ק רבי נחום בער'ניו זצוק"ל, באתר פורום אוצר החכמה, פורסם בקובץ מביני עמודי, עמ' תיט-תלטקובץ PDF
אשכול אודותיו באתר אידישע וועלט פארומס
יצחק יודלוב, רבי נחום דובער פרידמאן מסאדיגורה וספרייתו, אשה חכמת לב, ירושלים תשע"א, עמ' 135 והלאה
משה הלל, רשימת כתבי די מאוצרו של רבי מנחם נחום דוב בער פרידמאן, מן הגנזים, כרך טו, הוצאת ספריית קהילות ישראל, ירושלים תשפ"ב, עמ' רטו-רלח.
הערות שוליים
נר ישראל. א.ל.ג. רויזא
ספר 'אור פני צדיקים' (ז'יטומיר תרסב, עמ' 56)
אלון בכות עמ' 4
ישראל דוידזאן, לקט מכתבים מחכמי ישראל לשזח"ה, יד ושם לזכר אברהם זלמן פריידוס, ניו יורק תר"ץ עמ' ו
(וינה, תרע"ב)
יצחק יודלוב, קונטרס 'אשה חכמת לב' ירושלים, תשע"א, עמ' 144-135' "רבי נחום דובער פרידמן מסאדיגורה וספרייתו"
נפתלי בן-מנחם, כתבי יד מספרייתו של רבי נחום דובער פרידמאן מסאדיגורה, ארשת ספר שנה לחקר הספר העברי א, ירושלים תשי"ט, עמ'413-396
דוב שטרן, נר ישראל, יוחסין, ה'תשנ"ד
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

Re: רבי נחום דוב פריעדמאן מסאדיגורא זצ"ל - כ"ז אב תרמ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

א בילד פון זיין מצבה האט איינער?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”