רבי אהרן רוקח מבעלזא זצ"ל - כ"א אב תשי"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדיך אוואש »

שלומעלע האט געשריבן:

בנושא אחר. באקימען פון איינער א בריף פון פאר'ן מלחמה, צו שטיצען דער רעגירינג. אידאס באקאנט?
‏‏הלואה למדינה מכתב מהר''א מבעלז.jpg

יא, עס איז געדריקט אין תל תלפיות, מיט צייטונג אויסשנוטן און די גאנצע היסטאריע ארום.
קלאר מאכן
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 25, 2010 10:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאר מאכן »

עס איז שוין מפורסם אסאך פאר דעם
אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדיך אוואש »

קלאר מאכן האט געשריבן:עס איז שוין מפורסם אסאך פאר דעם

פארשטייט זיך, פון שנת תרצ"ט
קלאר מאכן
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 25, 2010 10:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאר מאכן »

געדיך אוואש האט געשריבן:
קלאר מאכן האט געשריבן:עס איז שוין מפורסם אסאך פאר דעם

פארשטייט זיך, פון שנת תרצ"ט

אוודאי! אוודאי!
אבער איז שוין אויך געוועהן באשריבן אין נאך פלעצער נאך בעפאר די הערליכע ספר תל תלפיות (איך געדענק נישט יעצט די נאמען, אבער איך האב אינדערהיים עפעס א קונטרס וואס איז שוין געשטאנען איבער דעם פאר מער פין 20 יאהר צוריק)
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

געדיך אוואש האט געשריבן:
שלומעלע האט געשריבן:דער באשרייבינג אין אידישער שטראל וועגען דער ווארשעווער אסיפה, נישט אזוי מדוייק.
ס'דא אן אלטע רעקארדינג (הקלטה) פון דער טריסקער רבי פון לאנדאן, דארט פארציילט ער פרטי פרטים, גאר אנדערשט פון וואס שטייט דא. ער איז געווען ביידערביי. איך ווייס נישט ווי איז דא דער רעקארדינג, איך האב נאר געהערט דערוועגען, פון איינער וואס האט עס געהערט.
גראדע, נישט אלע פרטים דארף מען אבערפיהרען מדור לדור...
א קליינע פרט. פון אנהייב, בעלז, אזוי ווי אנדערע אגודה קעגען-שטייערס, האבען נישט געוואלט אטייל נעמען. האבען דער מארגנים, מצד דער וויכטיגייט ס'זאל אטייל נעמען אלע צדיקים, דאס גערופען א נייע נאמען "וועד המאוחד". ס'איז געלאפען שליחים פון איין צדיק צום צווייטער, צו מ'זאל אטייל נעמען צו נישט. זעט למשל דא פון 'טאגבלאט'.
ועד המאוחד.jpg
.
בנושא אחר. באקימען פון איינער א בריף פון פאר'ן מלחמה, צו שטיצען דער רעגירינג. אידאס באקאנט?
‏‏הלואה למדינה מכתב מהר''א מבעלז.jpg

עפעס שטימט נישט דא.
איך ווייס נישט פון וועלכן פאזע פונעם מערכה דעם ציטירטן צייטונג רעדט זיך.
אבער דאס איז זיכער אז ביזן אסיפה וואס איז פארגעקומען ר"ח שבט אין ווארשא איז בעלזא איבערהויפט נישט געווען אקטיוו אינעם אסיפה אויף אריבער צו שיקן שליחים צו רבי'ס.
די אסיפה איז פאררופן געווארן דורכן חפץ חיים זצוק"ל בלויז עטליכע טעג פארן אסיפה נאכדעם וואס דער חפץ חיים איז געקומען קיין ווארשא זעהן וואס מען קען דארט אויפטון, און ווי איינער האט דא דערמאנט, נאכדעם וואס דער רב ז"ל האט געשיקט פרעגן אויב עס איז גענוג א שליח, האט דער חפץ חיים געשיקט זאגן עפעס א שטארקן אויסדרוק, כ'געדענק די לשון גענוי, אבער עפעס אזא מין לשון, אז אויב עס איז נוגע פארן בעלזער רב כבוד שמים זאל ער אליינס קומען.
ערשט נאכן אסיפה, נאכדעם וואס די גאנצע צוגאנג צום מערכה איז צוגעגאנגען לויטן אנווייזונגען פון בעלזער רב, ערשט דאן איז בעלזא געווארן אקטיוו אין די ווייטערדיגע פארשריט.

די לשון פון הגאון בעל החפץ חיים איז געוועהן: "אינני אומר שמוכרח הוא ה'בעלזער רב' לטרוח ולבוא עד לכאן, אך זאת אומר, כי כל יהודי שמוכן למסור נפשו למען כבוד שמים, צריך להופיע...".
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

געדיך אוואש האט געשריבן:
קלאר מאכן האט געשריבן:עס איז שוין מפורסם אסאך פאר דעם

פארשטייט זיך, פון שנת תרצ"ט

ס'איז געוועהן און יענע צייט מפורסם און אלע צייטונגען.
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7437
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

למען תספר לדור אחרון
המשב"ק הרה"ח ר' יצחק לנדאו שליט"א בסיפור עובדות מכ"ק מרן מהר"א מבעלזא זי"ע, לרגל ההילולא קדישא, בישיבת מאור עיניים - ראחמיסטריווקא בעיה"ק ירושלים ת"ו.
אטעטשמענטס
משב''ק הרה'ח ר' יצחק לנדאו שליט''א 3.png
משב''ק הרה'ח ר' יצחק לנדאו שליט''א 3.png (156.67 KiB) געזען 3587 מאל
משב''ק הרה'ח ר' יצחק לנדאו שליט''א 2.png
משב''ק הרה'ח ר' יצחק לנדאו שליט''א 2.png (225.53 KiB) געזען 3587 מאל
משב''ק הרה'ח ר' יצחק לנדאו שליט''א 1.png
משב''ק הרה'ח ר' יצחק לנדאו שליט''א 1.png (322.33 KiB) געזען 3587 מאל
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
באדראטשיג
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2016 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראטשיג »

קלאר מאכן האט געשריבן:
געדיך אוואש האט געשריבן:
קלאר מאכן האט געשריבן:עס איז שוין מפורסם אסאך פאר דעם

פארשטייט זיך, פון שנת תרצ"ט

אוודאי! אוודאי!
איך געדענק נישט יעצט די נאמען, אבער איך האב אינדערהיים עפעס א קונטרס וואס איז שוין געשטאנען איבער דעם פאר מער פין 20 יאהר צוריק


געווען באשריבן באריכות אין קונטרס "בהתגעש עולם", פון די ערטשע קובצים פון מכון "אור הצפון" (בגלגולו הראשון בראשית שנות התש"מ) וכמדומה גם באחד הקובצים "קול מחזיקי הדת" שי"ל בשנות תשל"ז - תשל"ט
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

צו ווייסט אפשר איינער צו זאגן וויפיל בילדער אידא פון רבי יצחק דוד רוקח'ס שבע ברכות?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7437
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

לענ"ד צריך להיות מעל לשלושים תמונות.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אויב מעגליך ביטע לאזט מיר וויסן א פונקטליכער מספר א דאנק
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

למעשה אינעם קונטרס פון די בילגורייער בילדער אידא 31
דביה תחדי נפשא
צפנת פענח
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 14, 2018 10:49 pm

פרישע בילד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפנת פענח »

גענימען דורך א דייטשע זושערנאליסט פאר די מלחמה און מארינבאד,
אטעטשמענטס
D2D656EC-95B2-42DC-8024-27A9B197C6A1.jpeg
D2D656EC-95B2-42DC-8024-27A9B197C6A1.jpeg (27.93 KiB) געזען 2385 מאל
חבצלת השרון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 31, 2014 10:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבצלת השרון »

צפנת פענח האט געשריבן:גענימען דורך א דייטשע זושערנאליסט פאר די מלחמה און מארינבאד,

אן אלט באקאנט בילד.
נתפרסם געווארן ווען עס איז לעצטענס געווארן באקאנט דורך אן אנטיק אוקשן, אז א דייטשע זעלנער האט געניצט די אנדערע זייט פון די בילד, אלס א פערזענליכע פאסט קארט.
משמע אז דע בילד האט געטראגן א חשיבות.

מ'זעהט ציווישן אנדערע די רעבעצין מלכה ע"ה בהרה"ק רבי שמואל מסקאהל זצ"ל
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

א שאלה צו די יודעים קורות ימי בעלז.

כדארף וויסן אויב אין שנת תרפ"ז, אין יאר פון הסתלקות אביו מהרי"ד זי"ע, האט דער בעלזער רב זי"ע חתונה געמאכט א קינד. און אויב יא וועלכע קינד איז דאס געווען?

ייש"כ למפרע.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

להודיע האט געשריבן:א שאלה צו די יודעים קורות ימי בעלז.

כדארף וויסן אויב אין שנת תרפ"ז, אין יאר פון הסתלקות אביו מהרי"ד זי"ע, האט דער בעלזער רב זי"ע חתונה געמאכט א קינד. און אויב יא וועלכע קינד איז דאס געווען?

ייש"כ למפרע.


זיין זוהן ר' משה'לע זצ"ל הי"ד
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

אה ייש"כ פאר די שנעלע ענטפער.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

דאס איז די חתונה פין הרה"ק ר' משה'לע הי"ד וואס איז געוועהן חודש סיון תרפ"ז
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

אגב, און די זעלבע יאהר - ה' אדר תרפ"ז האט אויך חתונה געהאט א קינד ביי כ"ק מרן מהרי"ד זי"ע וואס איז שוין נישט געווען ביי האי עלמא - זיין טאכטער מיט הרה"צ ר' יוחנן טווערסקי [א'] לימים אב"ד הרובישוב.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

האב נישט געוויסט אז מהר"א מבעלזא איז געגאנגען מיט א בלויען רעזשוואלקע, לאידך גיסא זיין שוואגער דער ראווא-רוסקא אין א ברוינעם...
אטעטשמענטס
רבי אהרן מבעלזא.jpg
רבי אהרן מבעלזא.jpg (174.89 KiB) געזען 2012 מאל
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

ברוין קען מען נאך פארשטיין - אפשר איז דאס געווארן במשך די יאהרן...
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

און וואס טוט זיך מיטן זילבער אויפן שטעקן וואס דאס זעהט מען קלאר אינעם בילד?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7437
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

היינט נאכט איז די יאהרצייט פון הרבנית הצדקנית מרת חנה ע"ה די רעבעצין בזיוו"ש פון די הייליגע בעלזע רב זי"ע.
קען איינער אפשר ארויפלייגן א בילד פון די מצבה?
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

ישלהוסיף האט געשריבן:האב נישט געוויסט אז מהר"א מבעלזא איז געגאנגען מיט א בלויען רעזשוואלקע, לאידך גיסא זיין שוואגער דער ראווא-רוסקא אין א ברוינעם...

שפעטער האב איך מיר דערמאנט א אינטרעסאנטע עובדא איבער דעם ברוינע קאלער:

סיפר לי הרה"ח ר' נפתלי הירץ שפירא נ"י, סיפר לי איש אחד שבדידיה הוי עובדא, שהיה לבוש בכובע של סאמעט בצבע ברוין, ונכנס להרה"ק מהר"א מבעלז זצ"ל בעת שהיה כבר סגי נהור ל"ע, נתן שלום להרה"ק ויצא.. כשעמד כבר אצל הדלת, קרא אותו הרה"ק שיחזור אליו. כשחזר להרה"ק אמר לו הרה"ק, אז דו גייסט שוין סיי ווי מיט סאמעט, וואס קענסטו נישט באשטיין צו גיין מיט שווארצע סאמעט, וואס דארפסטו גיין מיט ברוין? הלה אמר לי שכשאמר לו הרה"ק דיבורים אלו התחיל לרעוד בידיו וברגליו, דברי אז כבר לא ראה הרה"ק.
(שיח זקנים ח"ה עמ' ש"ז)
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

די מקובלים גייען בלויע רישוואלקעס, נישט צו גיין מיט שווארץ
וכן הלך הגה"צ המקובל רבי דניאל פריש זצוק"ל
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”