רבי אהרן רוקח מבעלזא זצ"ל - כ"א אב תשי"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מומחה יוחס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3800
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 9:22 am

די מעשה איז געוועהן מיט רבי יהושע'לע בעלזער טאכטער דער ציעשינובער רב רעבעצין..
דער מעשה איז געדרוקט אין די ספר רשומים בשמך פין הרב אונגאר ...
איך בין די פרעזידענט אין אמעריקא

יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 9:47 am

דונש האט געשריבן:זייער שיינע מעשות, זי"ע
למעלה משבעים האט געשריבן: זאגט בעלזא רב, יא, פרעגט ער די רבי ווייסט אז די רבי'נס מומע ליגט דארט?

זאגט מען אים אז דער בעלזא רב ר' ישכר דוב'ס טאכטער איז שטארק נישט געזונט,

די צוויי שטימען נישט כמובן
אדער איז עס געווען זיין מומע און בת הרה"ק ר' יושע... אדער איז עס געווען זיין שוועסטער.

דער ציעשינובער רעבעצין מרת פריידל הלברשטאם ע"ה
א טאכטכער פין מיטלער (ר' יהושע) בעלזער רב זצ"ל
זי ליגט אין שטאט סולנוק (szolnok)
א שעה צו פארען פין בודפעשט

אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:05 am

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:פארציילט מיר הרה"צ רבי אהרן בריזעל שליט"א כ"ק אדמו"ר מ'זשירקא.

זייענדיג א'תלמיד און סאטמאר'ע ישיבה בירושלים עיה"ק האט ער משמש געווען דעם ראש ישיבה הגאון הצדיק רבי משה ארי' פריינד זצוק"ל גאב"ד ירושלים עיה"ק.
האט ער אים פארציילט אז אמאל זייענדיג להסתופף בצילו הקדוש פון בעלזער רב זצוק"ל און קאטמאן פרייטאג צו נאכט ביים טיש האט אים בעלזער רב זצוק"ל געפרעגט וואס האלט סאטמאר רב זיע"א.

האט אים די באווסטע גבאי (ש.פ.) וואס איז געשטאנען אינטער דעם רב זצוק"ל געוויזן מיט די הענט אז ער ווארענט אים נישט ענטפערן, אז יא איז אחת דתו.

ווען רבי משה ארי' זצוק"ל האט פארענדיגט דערציילען די מעשה האט ער געגבן א'קרעכטץ זאגענדיג צום זשירקא רבי שליט"א אז ס'טוהט אים זייער וויי. ער וואלט געדארפט האבן מסירות נפש און יא זאגען וואס סאטמאר רב זצוק"ל האט געהאלטן.

ס'איז ידוע אז רבי משה ארי' האט געזאגט אז ידידו רבי ישראל משה דושינסקיא וואלט יא גיענטפערט.

פרייליכע מענטשעלע
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 7:36 pm

תגובהדורך פרייליכע מענטשעלע » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:14 am

נישט יעדער וואס דעצילט א מעשהלע איז באגלייבט

חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

תגובהדורך חוץ פון דעם » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 12:27 pm

מענטשאלע האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:פארציילט מיר הרה"צ רבי אהרן בריזעל שליט"א כ"ק אדמו"ר מ'זשירקא.

זייענדיג א'תלמיד און סאטמאר'ע ישיבה בירושלים עיה"ק האט ער משמש געווען דעם ראש ישיבה הגאון הצדיק רבי משה ארי' פריינד זצוק"ל גאב"ד ירושלים עיה"ק.
האט ער אים פארציילט אז אמאל זייענדיג להסתופף בצילו הקדוש פון בעלזער רב זצוק"ל און קאטמאן פרייטאג צו נאכט ביים טיש האט אים בעלזער רב זצוק"ל געפרעגט וואס האלט סאטמאר רב זיע"א.

האט אים די באווסטע גבאי (ש.פ.) וואס איז געשטאנען אינטער דעם רב זצוק"ל געוויזן מיט די הענט אז ער ווארענט אים נישט ענטפערן, אז יא איז אחת דתו.

ווען רבי משה ארי' זצוק"ל האט פארענדיגט דערציילען די מעשה האט ער געגבן א'קרעכטץ זאגענדיג צום זשירקא רבי שליט"א אז ס'טוהט אים זייער וויי. ער וואלט געדארפט האבן מסירות נפש און יא זאגען וואס סאטמאר רב זצוק"ל האט געהאלטן.

ס'איז ידוע אז רבי משה ארי' האט געזאגט אז ידידו רבי ישראל משה דושינסקיא וואלט יא גיענטפערט.

לאמיר נישט פאגעסן וואס רבינו הק' פון סאטמער האט אינז געלערנט אין ספרו הקדוש ויואל משה, מאמר שלש שבועות אות קפ"ה וז"ל: וחסרי תבונה מתחשבים עם סיפורי מעשיות שרובם ככולם שקרים וכזבים ומשתנים מפה אל פה בשינויים מן הקצה אל הקצה, ואם אלו השקרים נכתבו אח"כ בספר סוברים שהיא ס"ת. עכלה"ק.
אין פארשטייט זיך לפי משנת, הרה"ק מסאטמער איז יעדע מעשה וואס הייבט זיך אן בזה הלשון: סיפר לי אדער עס האט פארציילט וכו' האט נישט קיין שום תוקף! איז קען מען נישט ניצן אזא סארט ראי' לשיטתו.וד"ל.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10818
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 12:54 pm

יערסלוב האט געשריבן:
דונש האט געשריבן:זייער שיינע מעשות, זי"ע
למעלה משבעים האט געשריבן: זאגט בעלזא רב, יא, פרעגט ער די רבי ווייסט אז די רבי'נס מומע ליגט דארט?

זאגט מען אים אז דער בעלזא רב ר' ישכר דוב'ס טאכטער איז שטארק נישט געזונט,

די צוויי שטימען נישט כמובן
אדער איז עס געווען זיין מומע און בת הרה"ק ר' יושע... אדער איז עס געווען זיין שוועסטער.

דער ציעשינובער רעבעצין מרת פריידל הלברשטאם ע"ה
א טאכטכער פין מיטלער (ר' יהושע) בעלזער רב זצ"ל
זי ליגט אין שטאט סולנוק (szolnok)
א שעה צו פארען פין בודפעשט

יישר כח אלע פארן פאררעכטן, כ'בין טאקע נישט געווען זיכער צו כ'האב ריכטיג אויפגעכאפט די נאמען.

קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

תגובהדורך קאווליר » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 3:07 pm

פלא והפלא:כל ימי האב איך געוויסט בנוגע פרשת בעלזא(בחירות) אז די גבאי הידוע ש.פ באשולדיגט מען אין אלעם .קום איך נעכטן אריין אין א ביהמ"ד אין קרית יואל זיצט זיין איידעם אינדארסקי א גרויסע קנאי אין פארציילט פונקט פארקערט אז די גאנצע קרעדיד אין זיין קנאות איז צו פארדאנקען דעם שווער ז"ל וואס האט אים אלעס אויסגזאגט דעם גאנצן אמת וואס אנשי דלא מעלי האבן דארט אנגעדרייט פונקטליכע נעמען ווער וואס ווי האמיר נישט געהאט צייט צו הערן מער אזויפיל זאגט מיר איינער אז ער האט גערעדט שעות לאנג דברים נפלאים
ווייסט איינער מער פרטים???
אלע אנטיסעמיטישע אטאקעס זענען די ציונים ימ"ש שולדיג

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 3:30 pm

קאווליר האט געשריבן:פלא והפלא:כל ימי האב איך געוויסט בנוגע פרשת בעלזא(בחירות) אז די גבאי הידוע ש.פ באשולדיגט מען אין אלעם .קום איך נעכטן אריין אין א ביהמ"ד אין קרית יואל זיצט זיין איידעם אינדארסקי א גרויסע קנאי אין פארציילט פונקט פארקערט אז די גאנצע קרעדיד אין זיין קנאות איז צו פארדאנקען דעם שווער ז"ל וואס האט אים אלעס אויסגזאגט דעם גאנצן אמת וואס אנשי דלא מעלי האבן דארט אנגעדרייט פונקטליכע נעמען ווער וואס ווי האמיר נישט געהאט צייט צו הערן מער אזויפיל זאגט מיר איינער אז ער האט גערעדט שעות לאנג דברים נפלאים
ווייסט איינער מער פרטים???

קענסט מיר זאגן וועלכע ווינט ס'האט דיר אהערגעבלאזן?

חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

תגובהדורך חוץ פון דעם » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 3:42 pm

לא לנו האט געשריבן:

גם אני מצטרף!

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7061
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 3:59 pm

חוץ פון דעם האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:
קאווליר האט געשריבן:פלא והפלא:כל ימי האב איך געוויסט בנוגע פרשת בעלזא(בחירות) אז די גבאי הידוע ש.פ באשולדיגט מען אין אלעם .קום איך נעכטן אריין אין א ביהמ"ד אין קרית יואל זיצט זיין איידעם אינדארסקי א גרויסע קנאי אין פארציילט פונקט פארקערט אז די גאנצע קרעדיד אין זיין קנאות איז צו פארדאנקען דעם שווער ז"ל וואס האט אים אלעס אויסגזאגט דעם גאנצן אמת וואס אנשי דלא מעלי האבן דארט אנגעדרייט פונקטליכע נעמען ווער וואס ווי האמיר נישט געהאט צייט צו הערן מער אזויפיל זאגט מיר איינער אז ער האט גערעדט שעות לאנג דברים נפלאים
ווייסט איינער מער פרטים???

קענסט מיר זאגן וועלכע ווינט ס'האט דיר אהערגעבלאזן?

גם אני מצטרף!

ואגב רעד צו זיינע אייניקלעך, איך מיין זיי זאגן אנדערש
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

תגובהדורך חוץ פון דעם » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 4:03 pm

מי יודע האט געשריבן:
חוץ פון דעם האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:
קאווליר האט געשריבן:פלא והפלא:כל ימי האב איך געוויסט בנוגע פרשת בעלזא(בחירות) אז די גבאי הידוע ש.פ באשולדיגט מען אין אלעם .קום איך נעכטן אריין אין א ביהמ"ד אין קרית יואל זיצט זיין איידעם אינדארסקי א גרויסע קנאי אין פארציילט פונקט פארקערט אז די גאנצע קרעדיד אין זיין קנאות איז צו פארדאנקען דעם שווער ז"ל וואס האט אים אלעס אויסגזאגט דעם גאנצן אמת וואס אנשי דלא מעלי האבן דארט אנגעדרייט פונקטליכע נעמען ווער וואס ווי האמיר נישט געהאט צייט צו הערן מער אזויפיל זאגט מיר איינער אז ער האט גערעדט שעות לאנג דברים נפלאים
ווייסט איינער מער פרטים???

קענסט מיר זאגן וועלכע ווינט ס'האט דיר אהערגעבלאזן?

גם אני מצטרף!

ואגב רעד צו זיינע אייניקלעך, איך מיין זיי זאגן אנדערש

עס דער גאנצע נושא, דערמאנט מיר די גמרא אין מסכת יבמות דף עז א': וזה הלשון:
ומי מהימן? והאמר רבי אבא אמר רב כל תלמיד חכם שמורה הלכה ובא אם קודם מעשה אמרה שומעין לו ואם לאו אין שומעין לו!
וברש"י ד"ה אם קודם המעשה: וז"ל: שבאת הוראה לידו אמרה ושנאה לתלמידיו בבית המדרש בשם רבו שומעין לו בשעת הוראה, ואם לאו אין שומעין לו שמא מחמת מעשה הבא לידו אמרה:
ווערטער זענען איבריג!

אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

תגובהדורך וואנאוויטשער » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 12:32 pm

אין די נייע "בקודש פנימה" פון ר' יצחק לנדאו משב"ק, איז געשריבן עפעס א שטיקל וועגן די נושא פון בחירות...
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א

גאנץ פשוט
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 12:24 pm

תגובהדורך גאנץ פשוט » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 3:37 pm

וגם בהמחנה החרדי לאחרונה (לפני כשנה או שנתיים)

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

יום הצלה ט' שבט

תגובהדורך חסיד אמיתי » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 12:35 pm

עס איז דא עפעס א בוך אויף ענגליש אלעס ארום די הצלה פון די אחים הקדושים מרן מהר"א מ'בעלזא זי"ע ואחיו הר"ם מ'בילגערייא זי"ע, עפעס מורעדיג נישט פשוט.. איך בין ליידער געשלאגען מיט ליינען ענגליש....
איז דא ערגעץ ווי מען קען ליינען די גאנצע פון בעלזא אינמיטען די הקפות ביז תל אביב ווי די רב ז"ל האט זיך נישט געוואלט אנטוען קיין בגדי שב"ק? מיט אלע איינצעלהייטען

ביטע מיר ארויסהעלפען, ישר כח
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

עזריאל
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 12:22 pm

תגובהדורך עזריאל » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 12:39 pm

מכון אור הצפון - בעלזא ארבעט ערנסט אויף אזא בוך, איך ווייס נישט וואו זיי האלטן. (אויב עמיצער וויל צו שטייער געבן קען ער זיך ווענדן צו מיר און איך וועל אים געבן קאנטאקט דיטעילס).

dovidal
שר חמשת אלפים
תגובות: 5667
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

לא הדליק במנורה של כסף אחר המלחמה

תגובהדורך dovidal » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 4:39 pm

ומה המנהג היום ?
צוגעלייגטע
BELZ2.jpg
BELZ2.jpg (163.56 KiB) געזעהן 2575 מאל
BELZ4.jpg
BELZ4.jpg (189.82 KiB) געזעהן 2575 מאל

יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 11:47 pm

חסיד אמיתי האט געשריבן:עס איז דא עפעס א בוך אויף ענגליש אלעס ארום די הצלה פון די אחים הקדושים מרן מהר"א מ'בעלזא זי"ע ואחיו הר"ם מ'בילגערייא זי"ע, עפעס מורעדיג נישט פשוט.. איך בין ליידער געשלאגען מיט ליינען ענגליש....
איז דא ערגעץ ווי מען קען ליינען די גאנצע פון בעלזא אינמיטען די הקפות ביז תל אביב ווי די רב ז"ל האט זיך נישט געוואלט אנטוען קיין בגדי שב"ק? מיט אלע איינצעלהייטען

ביטע מיר ארויסהעלפען, ישר כח
צוגעלייגטע
IMG-20171106-WA0046.jpg
IMG-20171106-WA0046.jpg (265.67 KiB) געזעהן 2522 מאל

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 9:50 am

חוץ פון דעם האט געשריבן:
מענטשאלע האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:פארציילט מיר הרה"צ רבי אהרן בריזעל שליט"א כ"ק אדמו"ר מ'זשירקא.

זייענדיג א'תלמיד און סאטמאר'ע ישיבה בירושלים עיה"ק האט ער משמש געווען דעם ראש ישיבה הגאון הצדיק רבי משה ארי' פריינד זצוק"ל גאב"ד ירושלים עיה"ק.
האט ער אים פארציילט אז אמאל זייענדיג להסתופף בצילו הקדוש פון בעלזער רב זצוק"ל און קאטמאן פרייטאג צו נאכט ביים טיש האט אים בעלזער רב זצוק"ל געפרעגט וואס האלט סאטמאר רב זיע"א.

האט אים די באווסטע גבאי (ש.פ.) וואס איז געשטאנען אינטער דעם רב זצוק"ל געוויזן מיט די הענט אז ער ווארענט אים נישט ענטפערן, אז יא איז אחת דתו.

ווען רבי משה ארי' זצוק"ל האט פארענדיגט דערציילען די מעשה האט ער געגבן א'קרעכטץ זאגענדיג צום זשירקא רבי שליט"א אז ס'טוהט אים זייער וויי. ער וואלט געדארפט האבן מסירות נפש און יא זאגען וואס סאטמאר רב זצוק"ל האט געהאלטן.

ס'איז ידוע אז רבי משה ארי' האט געזאגט אז ידידו רבי ישראל משה דושינסקיא וואלט יא גיענטפערט.

לאמיר נישט פאגעסן וואס רבינו הק' פון סאטמער האט אינז געלערנט אין ספרו הקדוש ויואל משה, מאמר שלש שבועות אות קפ"ה וז"ל: וחסרי תבונה מתחשבים עם סיפורי מעשיות שרובם ככולם שקרים וכזבים ומשתנים מפה אל פה בשינויים מן הקצה אל הקצה, ואם אלו השקרים נכתבו אח"כ בספר סוברים שהיא ס"ת. עכלה"ק.
אין פארשטייט זיך לפי משנת, הרה"ק מסאטמער איז יעדע מעשה וואס הייבט זיך אן בזה הלשון: סיפר לי אדער עס האט פארציילט וכו' האט נישט קיין שום תוקף! איז קען מען נישט ניצן אזא סארט ראי' לשיטתו.וד"ל.

דער מעשה האט פארציילט ר משה אריה נישט נאר פאר דער זירקא רבי נאר פאר אסאך מענטשען וואס לעבען היינט״ האבען עס געהערט פין דער בעל המעשה בכבודו ובעצמו, ייעטץ צי גיין זאגען אז חס ושלום ר משה אריה האט אויפגעמאכט א מעשה וואלט ער געקענט אויפ מאכען עפעס בעסערס , נישט דאס האט סאטמאר רב געמיינט ווען א ערליכער יוד ציילט א מעשה בדידי הוה עובדה( עכ״פ דער איסור פין נישט גלייבען גייט נישט דא אן, אין א ספק איז עס זיכער אפילו פאר דער מחמירים פין נישט גלייבען מעשיות)

ייעטץ איך מיין אז ענק דארפען נישט לייקענען ווייל יאך האב אמאל געהערט אז דער ענטפער איז אז דיר גבאי האט געהאלטען אז דער רב וויל נישט קיין תשובה
עס איז העכערע זאכען דאס פרעגען, אין ענק האבען כמה דוגמאות אז דער רב פלעגט עפעס פרעגען אין על פי פשטות האט נישט געהאט קיין פשט, אין עס האט געמיזט זיין עפעס העכערס, איז דער גבאי האט מחליט געווען ״על דעת עצמו״ אז דא טאר מען אויך נישט ענטפערען וויל ער האט ״״״פארשטאנען עס איז הימל קשיות אין מען טאר נישט ענטפערען״״״״
איי פארוואס????

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2642
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 1:18 pm

dovidal האט געשריבן:ומה המנהג היום ?

הלשון האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:ומה המנהג היום ?

ועכשיו נהגו...

לא כתוב שנעשה מנהג שלא להדליק בכסף אל הוא עצמו לא רצה בעת שעם בני ישראל הם בצרה

dovidal
שר חמשת אלפים
תגובות: 5667
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 11:23 am

נחום וואהלינער האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:ומה המנהג היום ?

הלשון האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:ומה המנהג היום ?

ועכשיו נהגו...

לא כתוב שנעשה מנהג שלא להדליק בכסף אל הוא עצמו לא רצה בעת שעם בני ישראל הם בצרה

רק שאלתי בלא יודעים
אגב כתוב שם שגם בארה"ק הדליק במנורה פשוטה

עזריאל
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 12:22 pm

תגובהדורך עזריאל » דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 11:25 am

dovidal האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:ומה המנהג היום ?

הלשון האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:ומה המנהג היום ?

ועכשיו נהגו...

לא כתוב שנעשה מנהג שלא להדליק בכסף אל הוא עצמו לא רצה בעת שעם בני ישראל הם בצרה

רק שאלתי בלא יודעים
אגב כתוב שם שגם בארה"ק הדליק במנורה פשוטה

מהר''א האט אויך נישט באנייט קיין קליידער כל ימיו באר''י.
(ואגב, מסתברא מילתא שבי''ג שנים שלאחר חורבן בית שני ג''כ לא הדליקו במנורת כסף.
ועוד אגב, גם באר''י היה עת צרה מאז תש''ח)

אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

תגובהדורך וואנאוויטשער » דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 5:40 pm

עיין בס' בקודש פנימה, שכותב שמרן ז"ל היה מאבלי ציון וירושלים כל ימיו.
לא היה אוכל בשר ושותה יין בימות החול מלבד בשוה"ט ביומא דפגרא, לא היה מחליף לבגדים מכובסים אא"כ המשמש היה לובש תחילה.
עד כדי כך שלא היה ניכר שינוי בתשעת הימים יותר משאר ימות השנה.
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

תגובהדורך יום זה מכובד » מאנטאג אפריל 09, 2018 6:41 pm

קרעפלקאפ האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:
צו די זאך האט געשריבן:הרה"ק מהר"א מבעלזא זצ"ל אע"פ שידע בבירור שאשתו הרבנית ע"ה נספתה בגעטא בבכניע הי"ד, מ"מ לגודל פרישותו ביקש את גדולי ירושלים ת"ו שיתנו לו היתר מאה רבנים, רבינו ז"ל מסאטמאר חתם גם הוא על ההיתר, והוסיף וזה לשון קדשו:
"הגם שמעולם לא חתמתי על שום היתר של מ"ר שבעולם אמנם אדעתא דגברא דכוותי' לא נדרנא והנני מצטרף בהיתר זה שהוא ברור כנז"ל הק' יואל טייטעלבוים"
ווער זענען די אנדערע נעמן?
עפעס אדמורי"ם ורבנים צווישען זיי??

(התשובה היא רק על שורה הראשונה ~ לא על השניה כשאלת שור תם)

לפי סדר א"ב מה שראו עיני והשאר יפענחו שאר החברים

    אברהם חיים נאה
    הק' אהרן ראטה
    דוב סוקולבסקי
    דוב בעריש הלוי ווידענפעלד מלפנים אבדק"ק טשעבין
    הק' חנני' יו"ט ליפא טייטלבוים
    חנוך דוב פדווא
    הק' מאיר חיים אונגער אבדק"ק לאקענבאך
    הק' ישראל טויסיג
    מרדכי גולדמן
    נאום מנחם זאב שיק מלפנים דיין בטאקאי
    שמואל הלוי וואזנער

ביי די צווייטע שורה איינס פאר די לעצטע איז גע'חתמ'ט "משולם זוסיא טווערסקי" = כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל זי"ע.

אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

תגובהדורך געדיך אוואש » דאנארשטאג אפריל 12, 2018 10:00 am

פסיקתא האט געשריבן:
חוץ פון דעם האט געשריבן:
מענטשאלע האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:פארציילט מיר הרה"צ רבי אהרן בריזעל שליט"א כ"ק אדמו"ר מ'זשירקא.

זייענדיג א'תלמיד און סאטמאר'ע ישיבה בירושלים עיה"ק האט ער משמש געווען דעם ראש ישיבה הגאון הצדיק רבי משה ארי' פריינד זצוק"ל גאב"ד ירושלים עיה"ק.
האט ער אים פארציילט אז אמאל זייענדיג להסתופף בצילו הקדוש פון בעלזער רב זצוק"ל און קאטמאן פרייטאג צו נאכט ביים טיש האט אים בעלזער רב זצוק"ל געפרעגט וואס האלט סאטמאר רב זיע"א.

האט אים די באווסטע גבאי (ש.פ.) וואס איז געשטאנען אינטער דעם רב זצוק"ל געוויזן מיט די הענט אז ער ווארענט אים נישט ענטפערן, אז יא איז אחת דתו.

ווען רבי משה ארי' זצוק"ל האט פארענדיגט דערציילען די מעשה האט ער געגבן א'קרעכטץ זאגענדיג צום זשירקא רבי שליט"א אז ס'טוהט אים זייער וויי. ער וואלט געדארפט האבן מסירות נפש און יא זאגען וואס סאטמאר רב זצוק"ל האט געהאלטן.

ס'איז ידוע אז רבי משה ארי' האט געזאגט אז ידידו רבי ישראל משה דושינסקיא וואלט יא גיענטפערט.

לאמיר נישט פאגעסן וואס רבינו הק' פון סאטמער האט אינז געלערנט אין ספרו הקדוש ויואל משה, מאמר שלש שבועות אות קפ"ה וז"ל: וחסרי תבונה מתחשבים עם סיפורי מעשיות שרובם ככולם שקרים וכזבים ומשתנים מפה אל פה בשינויים מן הקצה אל הקצה, ואם אלו השקרים נכתבו אח"כ בספר סוברים שהיא ס"ת. עכלה"ק.
אין פארשטייט זיך לפי משנת, הרה"ק מסאטמער איז יעדע מעשה וואס הייבט זיך אן בזה הלשון: סיפר לי אדער עס האט פארציילט וכו' האט נישט קיין שום תוקף! איז קען מען נישט ניצן אזא סארט ראי' לשיטתו.וד"ל.

דער מעשה האט פארציילט ר משה אריה נישט נאר פאר דער זירקא רבי נאר פאר אסאך מענטשען וואס לעבען היינט״ האבען עס געהערט פין דער בעל המעשה בכבודו ובעצמו, ייעטץ צי גיין זאגען אז חס ושלום ר משה אריה האט אויפגעמאכט א מעשה וואלט ער געקענט אויפ מאכען עפעס בעסערס , נישט דאס האט סאטמאר רב געמיינט ווען א ערליכער יוד ציילט א מעשה בדידי הוה עובדה( עכ״פ דער איסור פין נישט גלייבען גייט נישט דא אן, אין א ספק איז עס זיכער אפילו פאר דער מחמירים פין נישט גלייבען מעשיות)

ייעטץ איך מיין אז ענק דארפען נישט לייקענען ווייל יאך האב אמאל געהערט אז דער ענטפער איז אז דיר גבאי האט געהאלטען אז דער רב וויל נישט קיין תשובה
עס איז העכערע זאכען דאס פרעגען, אין ענק האבען כמה דוגמאות אז דער רב פלעגט עפעס פרעגען אין על פי פשטות האט נישט געהאט קיין פשט, אין עס האט געמיזט זיין עפעס העכערס, איז דער גבאי האט מחליט געווען ״על דעת עצמו״ אז דא טאר מען אויך נישט ענטפערען וויל ער האט ״״״פארשטאנען עס איז הימל קשיות אין מען טאר נישט ענטפערען״״״״
איי פארוואס????

אן אריינגיין אין קיין פרטים איבער אמיתות הדברים, לאמיר נאר פארשטיין ווי אזוי פארשטייט עטץ די מעשה?
בעלזער רב האט נישט געוואוסט דעת קדשו פונעם סאטמאר רב, און עס געוואלט הערן פון רבי משה אריה'ן, און אויב וואלט רבי משה אריה געזאגט דעם ריינעם אמת וואלט בעלזער רב זיכער משנה געווען דעת קדשו איבערן נושא... שטימט?
און וואס איז געווען ווען בעלזער רב האט עס שפעטער אליינס קלאר געהערט פונעם סאטמאר רב ביים באקאנטן באזוך, פארוואס האט ער נישט געמאלטס משנה געווען דעת קדשו???
איי פארוואס דען האט בעלזער רב עס געפרעגט פון רבי משה אריה'ן?
און פארוואס האט דער גבאי רבי שלום אזוי פארפירט אז ער זאל נישט זאגן?
אבער די אלע זאכן איז זייער שווער מסביר צו זיין פאר א פרעמדע צוזעהער, אדער נאכהערער. ווער עס האט געקענט אביסל די הלוך ילך ביים בעלזער רב וואלט געוואוסט, אז בעלזער רב איז נישט געווען סתם קיין שמועסער, ווען דער רב האט עפעס געפרעגט האט עס בכלל נישט געמוזט מיינען אז ער וויל באקומען א תשובה דערויף (אן אריינגיין אין הויכע ענינים, עס האט אמאל געקענט מיינען סתם צו מחזק זיין דעם נשאל, אדער עפעס ענליכעס), און אויב יא א תשובה, האט דער תשובה געמוזט שטימען מיט דאס וואס ער האט געוואלט הערן. ווען איינער האט אמאל גענטפערט עפעס א תשובה וואס איז נישט געווען אויסגעהאלטן לפי רוחו הק' האט ער געקענט ווערט צופייערט פאר שעות ארוכות, אויב נישט פאר גאנצע טעג. און דערויף איז געשטאנען דער געטרייע גבאי רבי שלו', און ביי אלע אזעלכע געלעגנהייטן האט ער שוין געוואוסט וואס דער רב וויל הערן, און כסדר צוגעוואונקן פארן נשאל וואס צו ענטפערן, אדער אויב בכלל ענטפערן.
אונז ווייסן מיר נישט וואס איז געווען די כוונה פון פרעגן רבי משה אריה'ן איבערן מיינונג פון זיין רבי'ן, אבער דאס איז קלאר אז אפילו וואוסענדיג זיין מיינונג, האט בעלזער רב אויך נישט געטוישט פון וואס ער האט געהאלטן.
טא קען עטץ זיך האלטן רוהיג אז רבי משה ארי' זצ"ל האט גארנישט פארלוירן דערמיט וואס ער האט אויסגעפאלגט דעם גבאי'ן.

באדראטשיג
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2016 8:16 am

תגובהדורך באדראטשיג » זונטאג אפריל 15, 2018 7:00 pm

לא יאומן כי יסופר אז היינטיגע צייטן איז נאך דא מענטשען וואס גלויבען די אלע באבקעס...
וכבר אמר החכם מכל אדם (משלי כ"ז, כ"ב)
אִם תִּכְתּוֹשׁ אֶת הָאֱוִיל בַּמַּכְתֵּשׁ בְּתוֹךְ הָרִיפוֹת בַּעֱלִי לֹא תָסוּר מֵעָלָיו אִוַּלְתּוֹ.

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שיש, תולעת-ספרים און 6 געסט