רבי מרדכי בנעט זצ"ל אבד"ק ניקלשבורג - י"ג אב תקפ"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

רבי מרדכי בנעט זצ"ל אבד"ק ניקלשבורג - י"ג אב תקפ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

היינט איז די יארצייט פון הרה"ק רבי מרדכי ב"ר אברהם בנעט זצוק"ל
כידוע האט ער גע'רעש די וועלט מיט זיין גרויס בקיאות ווי אויך מיט זיין שכל הישר ווי מאיז געקומען צו פארן צי אים פון דערנאנט און פון דערווייט זיך שואל עצה צי זיין, ונהנין ממנו עצה ותושיה ווי אויך איז באוויסט אז אפילו להבדיל אויך די גוים פלעגען קומען זייער אסאך מיט אים זיך שואל עצה זיין
אזוי ווייט אז פון די מלוכה האט מען אים געמאכט פאר די שר המדינה און ווי ער פלעגט זיך טאקע אינטערשרייבען "הק' מרדכי אב"ד דק"ק ניקלשבורג והמדינה"
עס איז געבליבן פון אים אסאך אייניקלעך (וגם אני הק' בתוכם)
ער איז געווען און די צייטן פונעם הייליגן חתם סופר אבער געווען עלטער פון אים
ת.נ.צ.ב.ה.
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

גוט אז דו האסט דאס ארויפגעברענגט. כ'דארף טאקע לערנען א משנה לע"נ דעם זיידן זצ"ל.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

שקויעך מאשקע איי עפרישיעטעד
דרך אגב איך פארגעסן צי שרייבען אז ער האט מחבר די ספה"ק שו"ת מגן אבות
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

וואס אפרישיעיטסטו? ס'איז מיין זיידע פונקט ווי דיינס.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

איך אפרישיעיט און דאנק דעם רבוש"ע אז איך בין דיין קאזין
און #2 אז איך האב דיך מעורר געווען צו לערנען משנית פאר אונזער זיידען זי"ע
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

פשיהא. כ'האב נישט געוואוסט אז זיין מיין קאזין איז פון די דברים הצריכים להודות...

עניוועי, לאמיר אריינכאפן א משנה בעפאר דעם צאת. דערווייל זאג עפעס א גוט ווארט בשמו.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מאשקע האט געשריבן:פשיהא. כ'האב נישט געוואוסט אז זיין מיין קאזין איז פון די דברים הצריכים להודות...
מאשקע,
איך האב אבער יא געוויסט!

אגב,
ר' מרדכי בנעט ז"ל איז געווען א תלמוד פונעם רבי ר' שמעלקע.

די רביטצען זיינע האט געהייסען פינקל.
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א דאנק ר' יענקעלע פוקס נכד המהר"ם בנעט על פתיחת האשכול על זקינך זצ"ל, וכן לשאר הנכדים כאן.
אויסער די ספר וואס הרב פוקס האט דערמאנט שו"ת מגן אבות, איז דא פון אים די שו"ת הר המור וואס ידידינו ר' שמחה האט אריינגעשטעלט אינעם אוצר לעצטענס.

ערגעצווואו אינעם קרעטשמע/וועלט האמיר געהאט בילדער פון די מצבה, ווי אויך פון זיין זוהן ר' ישעי בנעט פון נייטרא (ר' שמחה דאכציך אז איר האט געברענגט די בילדער דאן)

איך וויל חליה נישט עובר זיין אויף גילוי, אבער זענט איר אלע אייניקלעך פון ר' ישעי' אויך, ווער נאך זענען געווען זיינע קינדער?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

איך בין אן אייניקל פון ר' ישעי'.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמחפורקניה »

ס'איז ממש א נחת און א שמחה זיך צו טרעפען מיט אזויפיל "היימישע" קאזינס

איך בין אויך א אייניקל פון הגה"ק ר' מרדכי בנעט ובנו הגה"ק ר' ישעי' האבדק"ק קאלוב (נישט נייטרא, ווי מילער שרייבט)

מנו"כ פון ר' ישעי' איז אין קאלוב, כ'האב שוין גהאט די זכיה צו זיין דארט 2 מאל

דער הייליגער חתם סופר שרייבט אויפען זיידען ר' מרדכי א מורא'דיג לשון "בן יחיד לשכינה הקדושה", הפלא ופלא

זכותם יגן עלינו
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרב פורקניה,

ר' ישעי' בנעט האט גארנישט געהאט מיט נייטרא? עפעס ליגט מיר יא אין קאפ אזוי, קען זיין איך האב א טעות, איך ווייס איז מנו"כ איז אין קאלוב.

דא אין וויקיפידיה איז דא א געמאלן בילד פונעם מהר"ם בנעט, ער רעכנט דארט אויס די זוהנען פון אים; ר' ישעי' אב"ד קאלוב, ר' נפתלי אב"ד שאפע און ר' יעקב פון ניקלשבורג דער מו"ל פונעם ספר תולדות ר' מרדכי בנט. פון צווישן זיינע תלמידים ציילן זיך דער צדיק ר' בונם פשיסחא און הגאון ר' יהודא אסאד זצ"ל

פון זיין זוהן ר' ישעי' בנעט, ווערן אויסגערעכנט די קינדער; ממלא מקומו ר' ישכר אברהם בנעט אב"ד קאלוב און די איידימער ר' אברהם יצחק גליק אב"ד טאלטשאווא בעמח"ס שו"ת יד יצחק און ר' יוסף אליהו זעלפריינד אב"ד האלאש.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

יא! מיללער
איך בין אן אייניקעל דורך זיין זוהן ר' ישעיה בנעט אבדק"ק קאלוב, און זיין
איידעם ר' יוסף אליהו זעלפריינד..

ר' יוסף חיים גרינוואלד זז"ג, איז אויך אן אייניקעל דער זעלבער וועג.
ר' יוסף חיים'ס מאמע ע"ה מיט מיין מאמע ע"ה זענען געווען ערשטע קאזינס.זייער זיידע איז געווען אן איידעם ביי ר' יוסף אליהו זעלנפריינד.



האמער יעצט אסאך הכל פון 5 אייניקעך פון מהר"ם בנעט.
איך
מאשקע
יצמחפורקניה
יעקעלע
און נאך איינער [יענער האט נעכטען נאכט געשיקט אן אישית צי משקע. אויב ער וויל מגלה זיין, עט מען אוהם לאזען אליינס טוהן]

נו...ווער נאך?
מאשקע שיקט מיר און אישית..מעגייט באלד האבען מנין פאר א יארצייט סעודה...
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ישמחו האבות ויגילו הבנים, עס איז אונז א כבוד אז 5 פון זיינע אייניקלעך זענען פון די סמעטענע שרייבער אין אונזער וועלטל, וועלכע נאך גדול האט צו דעם זוכה געווען.

ר' שמחה, וואס טוט זיך מיט די בילדער, דעם 'תולדות ר' מרדכי בנעט' וואס איך האב אויבן געברענגט, האט איר שוין געזעהן, שטעלט עס אריין אינעם אוצר.

וואס קענט איר פארציילן פון ר' ישעי' בנעט'ס איידעם ר' יוסף אלי' זעלפריינד, ווען איז ער נפטר געווארן, ווי ליגט ער, איז פארבליבען עפעס חיבורים פון אים?
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

כבוד הש"ב שלי שיחיו
קאניינעהארע וויפיל קאזענס אפשר גאר איז איינער דא מיין ברודער (ער הייסט טאקע נישט פוקס אבער איך אויך נישט, איך רוף מיך פשוט אזוי לרוב חכמתי)

כבוד ש"ב הרב SCY
לפי ידעתי איז ער נישט געווען א תלמיד פון ר"ר שמעלקע ער איז אבער געווען זיין ממלא מקום דאס יא
זיין רביצין האט טאקע געהייסען פינקעל (אלץ מיידעל) אבער נישט קיין שום קרוב מיט ר' משה

כבוד הרב מיללער
ער האט טאקע מחבר געווען אסאך שו"ת ספרים חוץ הר המור אויך, אבער מגון אבות איז לעצטענס איבערגעדריקט געווארן (ע"י הרה"ג מטשענגער זצ"ל) אום תשמ"ו דאס איז אביסעל מער באקאנט און דארט ווערט אראפגעברענגט זיין תולדות און זיין רייכע לעבען ביאגריפע זייער שיין און מוראדיג
יא איך בין אויך א אייניקעל מבנו הרה"ק ר' ישעי' און אויך פון זיין איידעם הרה"ק מטאלטשווא זצ"ל

כבוד ש"ב הרב יצמח
די הייליגע חתם סופר שרייבט אויך אויף אים "רבן של ישראל" (די הייליגע חתם סופר איז נישט געווען א שרייבער אין די איד און אין די בלאט) הפלא ופלא אזוי ווי די זאגסט

צום שלוס שקויעך נאכאמאל הרב מיללער פאר דיינע גיטע ווערטער (עס יושועל) [נישט קיין חנופה ביזט אפילו נישט מיין קאזען :wink:] אפשר יא דורך אן אנדער זייט -צייט וועט ענפערן אי"ה-
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

כבוד ידידי ר' יעקע'לע פוקס שיחי' נצח,

הרב SCY רופט מען ביי אונז ר' שמחה, ער איז פון די זקני החבורה ופני הקהילה, און יעצט פון די גרופע קאזינס נכדי המהר"ם בנעט ובנו ר' ישעי'.

איר זענט אן אייניקל פון טאלטשאווא רב ר' אברהם יצחק גליק אויך, אפשר קענט איר שרייבן מער איבער אים, ווער זענען געווען זיינע קינדער, ווי ליגט ער?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ר' ישעי' בנעט ז"ל ער איז געווען אן איידעם ביים שמן רקח ז"ל. דער חתם סופר און די תשובות חלק ו' שרייבט שארף אויף אהרן חארינער המכונה אחר אז ער איז חייב נידו ווייל ער האט מבזה געווען 'הישיש מסאנטוב', מיינענדיג דעם שמן רקח וואס ער איז געווען רב אין סאנטוב.

דער שמן רקח איז געווען אן איידעם ביים כתר כהונה

ר' ישעי' בנעט'ס איידעם ר' יוסף אליהו איז געווען א כהן, בן אחר בן פונעם ש"ך. איך ווייס נישט וויא ער ליגט. און קאלוב נישט. זיין טאטע האט געהייסען ר' אלכסנדר יעקב. דער ר' אלכסנדר יעקב איז געווען א זיהן פון ר' חיים מאיר זאב הכהן זעלענפריינד אבדק"ק סיליש
פון אוהם איז דא חיבורים. אויף היברובוקס איז דא 'שערי חיים' וואס זיין זוהן ר' סנדר יעקב האט מסדר געווען . (אגב, ר' יוסף חיים'ס זיידע האט געהייסען סנדער יעקב. לכאורה נאך דעם זיידען)

דער ר' חיים מאיר איז גווען א זיהן פונעם כתר כהונה, און א שוואגער מיטען שמן רקח.

דער יחוס פון דעם כתר כהונה ביזען ש"ך

ר' יצחק אברהם הכהן בעמ"ס שו"ת כתר כהונה אבדק"ק פינטשוב המכונה ר' איציקעל חריף
בהגאון מו"ה דוב בעריש כ"ץ אב"ד פינטשוב [קראו בשם ר' בעריש שפתי כהנ"ס]
בהגאון מו"ה יצחק כ"ץ מווינה
בהגאון מו"ה משה כ"ץ
בן רביו הגדול מו"ה שבתי הכהן ז"ל בעהמ"ס שפתי כהן

לויט דעם קומט אויס אז דער זיידע ר' יוסף אליהו האט חתונה געהאט מיט א סעקענט קאזין.
זיין טאטע סנדר יעקב איז געווען א רעכט אייניקעל פונעם כתר כהונה, און זיין שוויגער ר' ישעי' בנעט'ס רביטצען איז אויך געווען א רעכט אייניקעל פונעם כתר כהונה.
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יא מיט שמחה קומט מען אן.....

זייער שיין, א גרויסן יישר-כח ר' שמחה פאר די פרטים, איו וויקיפידיה ביים ערך פון ר' ישעי' בנעט שטייט אז זיין איידעם ר' יוסף אליהו הנ"ל האט געוואונט בסוף ימיו אין שאמשאן נאכן מקיים זיין דעם ושנא את הרבנות, קען זיין אז ער ליגט דארט.

[אגב, די וויקיפידע לינקס ארבעטן נישט, נאכן מאכן א URL, ווייסט איינער פארוואס?)
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אן הוספה.
פון ר' סנדר יעקב'ס ברידער ר' אברהם אבלי זעלענפריינד ז"ל אבדק"ק קאשוי, איז דא עטליכע ספרים.
עס איז דא פון איהם א חיבור אגרא דהספידא, דער חיבור האט אן הסכמה פון ר' יצחק שמעלקיש ז"ל אבדק"ק פרעמישלא
עס איז דא דארט הספדים אויף שר משה מאנטיפיארע ז"ל, ר' שמעון סופר ז"ל מקראקוי, ער האט אויך א הספד אויפען ייטב לב און אויפען חתן סופר און נאך צדיקים.

און בעק פונעם ספר האט ער א שאלה בנוגע א ברוינפען ברענערייא לגבי שבת, וואס צי טוהן, ווייל מען קען נישט אויפהערען ווייל עס איז הפסד גדול מאד.
ער גייט אריין און די הלכה פון פארקויפען פאר א גוי, און ער האט דארט א נוסח פון א שטר מכירה פאר שבת
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ר' ישעי' בנעט ז"ל אבד"ק קאלוב.
יומא דהילולא י"ט כסלו
אטעטשמענטס
Kalev Yeshaya Benet 3.JPG
the SCY is the limit
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

ידידי היקר הרב מילער שליט"א
איך מקבל מער נישט צי רופן ר' SCY פון יעצט און ווייטער פריי איך מיך אים צי רופן ר' שמחה, און אזוי ווי ער איז חותם אז מיט שמחה קומט מען אן, און אזוי ווי איך בין חותם וואס שמחה קען ציברענגן וכו',
און כדי ממלא זיין די בקשה פון מיין ידיד וועל איך מאכען אי"ה בקרוב אן עקסטערע אשכול אויפן הייליגן טאלטשווא רב זצ"ל
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

הרה"ק ר' מרדכי בנעט זצ"ל פלעגט זיך מוראדיג מסגף זיין, אין די אינגע יארן פלעגט ער פאסטען אסאך דרייעדלעך, אויך האט ער זיך נוהג געווען בפרישות (פארשטייט זיך ברשות....) פון די פערציג און ווייטער
ער האט געהאט אסאך געלט אלץ הויפט רב ווי אויך פון די מדינה (ווי אויך האט ער געהאט א גרויסע ירושה פון זיין שווער וואס די רביצין איז געווען א בת יחידה) און האט אלעס אוועק געטיילט פאר יעדען ארימאן און איבערהויפט פאר ארומע בחורים וואס זענען געקומען צי אים לערנען תורה
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

איך האב געזעהן א שנארע בריוול עפעס א קאמפיין, אזוי בליקענדיג זעה איך אז זיי האבן מעתיק געווען עפעס א בריוו פונעם הייליגן ר' ברדכי בנעט זצ"ל כאב עס קיינמאל נישט געזעהן אדער געהערט דערוועגען, איך וואלט געקענט באשטיין צי וויסן די מקור פון דעם בריוו, אויב ווייסט איינער,:

אגרת שבא אל הגאון הקדוש ר' מרדכי בנעטה זי"ע (כעין פתקא מן שמיא)
אל נשיא ישראל אב"ד דק"ק ניקלשבורג והמדינה

ה' עמך גבור החיל חביבי וידידי מרדכי היהודי איש ימינו מסטרא דקדושא
הנה יצאתי לקראתך כי הקב"ה מבני מתיבתא שדרוני... לגבך לעורר נר"נ דילך. הלא ידעת אם לא שמעת איך גברה פרצות בישראל ואבדה האמונה ואפיקורסת מתגברת בכל יומא ויומא, לית קרתא דלית ביה מכח דלהון... ואף הגדולים וחכימי דרא לא משגיחים רק לעצמם בלחודוהי, לזכות עצמם בלחוד, אבל לא לזכות דרא לעורר תשובה בעלמא ופולחון כפולחון עבדא למרא דלא יחזו בשאר אחוי למעבד פולחנא כדקא יאות, משום דלא מחשב ליקרא דמרא, ודא ממש יראה תתאה דלא כעובדא דברא קמי אבוהי דמסר נפשו ורוחו ונשמתו בדיל אבוהי ומשגיח אף מאחרינא, יהא יקרא טובא ואבוהי מחמת רחימא דאבוה וכבר נאמר באוריתא ואהבת את ה' וכו'.
א מורא'דיגע בריוו, מקור??
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

רבי,
דעם זיידענס ספרים דארף מען לערנען אויך נישט נאר האלטען און אוצר! :evil:

קוק דא
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 14&pgnum=2
the SCY is the limit
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

WOW יש"כ גדול כבוד ש"ב ר' שמחה שליט"א
דעם ספה"ק פרשת מרדכי, האב איך נישט אין באזיץ, די איינציגסטע ספר וואס איך האב פון אים איז 'מגן אבות' איך האב נישט געוויסט אז עס ליגט אזוי שיין דא אין אונזער אוצר, טאקע א אוצר

איך זעה אז די בריוו איז א לאנגער ווי אויך אן אינטערעסאנטער, ער זאגט אויך אז ער וויסט נישט פון ווי דאס קימט!
"כעין פיתקא מן שמיא"
טעמו וראו כי טוב השם
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

scy4851 האט געשריבן:יא! מיללער
איך בין אן אייניקעל דורך זיין זוהן ר' ישעיה בנעט אבדק"ק קאלוב, און זיין
איידעם ר' יוסף אליהו זעלפריינד..

האמער יעצט אסאך הכל פון 5 אייניקעך פון מהר"ם בנעט.
איך
מאשקע
יצמחפורקניה
יעקעלע
און נאך איינער [יענער האט נעכטען נאכט געשיקט אן אישית צי משקע. אויב ער וויל מגלה זיין, עט מען אוהם לאזען אליינס טוהן]

נו...ווער נאך?
מאשקע שיקט מיר און אישית..מעגייט באלד האבען מנין פאר א יארצייט סעודה...



איך בין אויך א זעלפריינד אייניקל. מיין פרוי'ס צד זענען די זעלפריינד אייניקלעך פונעם ש"ך בן אחר בן, אייניקלעך פון אט דעם ר' יוסף אלי' זעלפריינד ז"ל.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”