scy4851 האט געשריבן:ר' ישעי' בנעט ז"ל אבד"ק קאלוב.
יומא דהילולא י"ט כסלו
טייערע אייניקלעך נישט פארגעסן א משנה
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
יעקעלע פוקס האט געשריבן:ווי אויך איז באוויסט אז אפילו להבדיל אויך די גוים פלעגען קומען זייער אסאך מיט אים זיך שואל עצה זיין
אזוי ווייט אז פון די מלוכה האט מען אים געמאכט פאר די שר המדינה און ווי ער פלעגט זיך טאקע אינטערשרייבען "הק' מרדכי אב"ד דק"ק ניקלשבורג והמדינה"
מיללער האט געשריבן:
דא אין וויקיפידיה איז דא א געמאלן בילד פונעם מהר"ם בנעט, ער רעכנט דארט אויס די זוהנען פון אים; ר' ישעי' אב"ד קאלוב, ר' נפתלי אב"ד שאפע און ר' יעקב פון ניקלשבורג דער מו"ל פונעם ספר תולדות ר' מרדכי בנט.
בןהרחמן האט געשריבן:ווייסט איינער ווער איז געווען הגאון הצדיק ר' משה מרדכי בנעט זצ"ל?
איך האב געזעהן א מציבה פון א זוהן זיינעם ר' אלי' בנעט אין די שטאט ביטשקע.
בןהרחמן האט געשריבן:ייש"כ הרב ללמוד על התשובה.
בנוגע מקום קבורת רצ"ה ראזענבוים אב"ד ביטשקא אין לי ידיעה, ואשאל אצל המקור שאצלו ראיתי התמונה הנ"ל.
האם נודע לך תאריך הפטירה של הנ"ל?
ללמוד וללמד האט געשריבן:בןהרחמן האט געשריבן:ווייסט איינער ווער איז געווען הגאון הצדיק ר' משה מרדכי בנעט זצ"ל?
איך האב געזעהן א מציבה פון א זוהן זיינעם ר' אלי' בנעט אין די שטאט ביטשקע.
הגאון ר' משה מרדכי בנעט אב"ד ק"ק שטאמפען איז געוועהן א ברודער מיט הגאון המפורסם ר' יחזקאל בנעט אב"ד נייטרא. נאך א ברודער האט ער געהאט הגאון ר' יוסף יוחנן בנעט דיין בקאלוב מחברא אשוואר אצל הגה"ק מקאלוב. (נישט האבן קיין טעות מיר הגאון ר' ישעי' בנעט וואס איז געוועהן אב"ד קאלוב אין א שפעטערע תקופה). די ברודער זענען געוועהן בני הגאון ר' יעקב בנעט דיין באויבן ישן וואס איז געוועהן משפחה מיט הגאון ר' מרדכי בנעט, אבער איך ווייס נישט פונקט ווי אזוי.
בדרך אגב, בנוגע ביטשקא, אפשר האסטו א ידיעה איבער די מקום קבורתו פון הגאון ר' צבי הירש ראזנבוים אב"ד ביטשקא אחיו של הגה"ק ר' עמרם חסידא ואביו של הגאון ר' אבא חייא הירש רב"ד סערעד. איך האב לעצטענס געהערט אז מ'טרעפט עס נישט, אבער ער דארף צו ליגן אין ביטשקא.
יעקעלע פוקס האט געשריבן:כבוד הש"ב שלי שיחיו
קאניינעהארע וויפיל קאזענס אפשר גאר איז איינער דא מיין ברודער (ער הייסט טאקע נישט פוקס אבער איך אויך נישט, איך רוף מיך פשוט אזוי לרוב חכמתי)
כבוד ש"ב הרב SCY
זיין רביצין האט טאקע געהייסען פינקעל (אלץ מיידעל) אבער נישט קיין שום קרוב מיט ר' משה
-
מיללער האט געשריבן:יא מיט שמחה קומט מען אן.....
זייער שיין, א גרויסן יישר-כח ר' שמחה פאר די פרטים, איו וויקיפידיה ביים ערך פון ר' ישעי' בנעט שטייט אז זיין איידעם ר' יוסף אליהו הנ"ל האט געוואונט בסוף ימיו אין שאמשאן נאכן מקיים זיין דעם ושנא את הרבנות, קען זיין אז ער ליגט דארט.
?)
איטשע האט געשריבן:יעקעלע פוקס האט געשריבן:ווי אויך איז באוויסט אז אפילו להבדיל אויך די גוים פלעגען קומען זייער אסאך מיט אים זיך שואל עצה זיין
אזוי ווייט אז פון די מלוכה האט מען אים געמאכט פאר די שר המדינה און ווי ער פלעגט זיך טאקע אינטערשרייבען "הק' מרדכי אב"ד דק"ק ניקלשבורג והמדינה"
במחילת כבוד התעלא.
אבער זיין חתימה ניקלסבורג והמדינה, מיינט בכלל נישט דאס, און עס האט גארנישט געהאט מיט שר המדינה איינגעלייגט.
"ניקלסבורג והמדינה" אין בעהמין, מיינט גענוי וואס "קראקא והגליל" מיינט אין פולין, לא פחות ולא יותר. די רב פון ניקלסבורג איז געווען רב פון דער גאנצע אומגעגנט. און נישט נאר רבי מרדכי בנעט, נאר יעדע רב פון ניקלסבורג איז געווען אבד"ק ניקלסבורג והמדינה....
אפשר האט געשריבן:די מציבה פון רבי מרדכי בנעט זי''ע און ניקלשבורג .
יעקעלע פוקס האט געשריבן:כבוד ש"ב הרב SCY
לפי ידעתי איז ער נישט געווען א תלמיד פון ר"ר שמעלקע ער איז אבער געווען זיין ממלא מקום דאס יא
-
יעקעלע פוקס האט געשריבן:פעלדמאן האט געשריבן:זיין רעבעצין האט געהייסן פינקל אויף די ערשטע נאמען נישט די משפחה נאמען
לידיעה בעלמה שמה היתה "שרה פינקל"
אמשטרדם האט געשריבן:יעקעלע פוקס האט געשריבן:פעלדמאן האט געשריבן:זיין רעבעצין האט געהייסן פינקל אויף די ערשטע נאמען נישט די משפחה נאמען
לידיעה בעלמה שמה היתה "שרה פינקל"
פון ווי ווייסטו אז איר נאמען איז געווען שרה?? אויף איר מצבה שטייט טרוקן פינקל. דו אלס אייניקל וואלסט געמעגט וויסן
יעקעלע פוקס האט געשריבן:[הוא מותיב לה והוא מפרק לה... טאקע אלץ אייניקל ווייס איך
עיין http://toladot.blogspot.com/2009/03/blog-post.html