רבי נתן יוסף מייזעלס זצ"ל אב"ד אבני שלמה - כ"א תמוז תשס"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

רבי נתן יוסף מייזעלס זצ"ל אב"ד אבני שלמה - כ"א תמוז תשס"ו

תגובהדורך בןהרחמן » דאנארשטאג יולי 24, 2008 7:43 pm

היינט דאנערשטאג מטות כ"א תמוז תשס"ח לפ"ק איז די צווייטע יארצייט פון דעם לאנג יעריגן ראש ישיבה און רעכטע האנט פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע הגה"צ ר' נתן יוסף מייזעלס אבד"ק אבני שלמה מאנסי

ווער עס האט עפעס צו פארציילן קען דא זיך משתתף זיין

דא איז געמאלדן געווארן אין קרעטשמע וועגן זיין פטירה

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » פרייטאג יולי 25, 2008 11:01 am

פאר מיר, אלס אינגערמאן וועלכער האט שוין נישט זוכה געווען אויפצואוואקסן על ברכי מרן הק' זצ"ל, איז זעלבסט פארשטענדליך אז דער נאמען 'רבי נתן יוסף' טראגט גאר אן אנדער משמעות ווי ביי די אידן וועלכע זענען אויפגעוואקסן אונטערן רבינ'ס פליגלען, תחת מרותו והשפעתו פון רבי נתן יוסף זצ"ל. ס'פארשטייט זיך אליין אז ווען א פערזענדליכקייט ווערט באשריבן דורך מענטשן וועלכע האבן מיטגעלעבט מיט דעם פערזענדליכקייט, טראגט דאס גאר אן אנדער פנים ווי ווען עס זאל קומען א שרייבער'ל און באשרייבן דעם פערזענדליכקייט לויט זיינע בליקן. דער אונטערשיד איז איינפאך; דער ערשטער שרייבט וואו אן עד ראי' און גיבט דאס אראפ פון א כלי ראשון, בעת ווען דער לעצטער איז בלויז אין א בחינה פון א היסטארישער שרייבער, ער שרייבט לויט זיינע קוואלן און אינפארמאציעס וואס ער האט זיך אנגקליבן.

פארגאנגענעם כ"ו אב, ביומא דהילולא קדישא פון מרן הק' זצ"ל, האב איך פורמירט מיינע שריפטליכע געדאנקען איבער דעם רבי'ן זצ"ל מיט א בליק "פון אונטן ארויף". זייענדיג פונעם דור וועלכער האט נישט זוכה געווען נהנה צו זיין מאורו הגדול פון דעם גרויסן רבי'ן, אבער נאכזייענדיג א געוואוקס פון אונטער זיינע השפעות, זענען די אפשאצונגען און געדאנקען פון גאר אן אנדער משמעות - צומאל צום גוטנ'ס און צומאל פארקערט... אבער, שאדט נישט. מ'מעג דאך אמאל הערן דעם צד אויך...

רבי נתן יוספ'ן זצ"ל אפצושאצן קען איך נישט. איך האב נישט זוכה געווען צו זען בעת עס איז געווען קרן אור פניו. איך האב נישט מיטגעלעבט די תקופה'ס וואס ער איז געווען באלאכטן מיטן גרויסן שיין וואס דער צדיק אמת האט אין אים אריינגעלאכטן, זייענדיג דער סגן כהן גדול לימינו און דער ראש בית אב לשמאלו. וואס איך קען אבער יא פרובירן איז, אראפגעבן אין שריפט מיינע רעיונות און געדאנקען וויאזוי איך האב רעספעקטירט און אנגעקוקט דעם איד אין די זמנים ווען ער שוין געווען בלויז א דולה ומשקה מתורת רבו לאחרים.

איך באדויער. איך באוויין. דער איד האט זיך געדרייט בעלמא הדין און איך האב פון דעם איד כמעט נישט זוכה געווען צו נאשן. זייענדיג בלויז אן איינפאכער אינגערמאן איז מיר נישט אויסגעקומען איינצוקלאפן פערזענדליך מיט דעם איד, אבער געהערט און נאכגעהערט פון זיינע מאמרים, דרשות, שיחות און ענינים, האב איך יא פיל. צוגלייך האב איך אבער פיל ידידים ואנשי מעשה פון מיין יארגאנג וועלכע האבן גראדע יא געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ און האבן יא געוואוסט אפצושאצן דעם טייערן און גרויסן אוצר, און במשך שנותיו האחרונים האבן זיי זיך אנגעקלעבט צו דעם איד און ארויסגענאגט פון אים אוצרות זהב וכסף. דעריבער, אז איך פארגיס אפאר שורות לזכרון של אותו חכם זצ"ל, זאלט איר וויסן אז דאס איז בלויז א בליק פון אזא סארט איינעם וועלכער טוט אים שאצן אביסל אזוי ווי "פון אונטן ארויף". ווי שוין אויבן געזאגט: אמאל איז דאס אויך גוט...

יארן, יארן, וואס מיין קליין קעפיגער קאפ האט זיך ארום געטראגן מיט וואונדער און געפרעגט: האט דען דער סאטמאר רב נישט געהאט מיט וועמען זיך אדורך צו רעדן א חוץ מיט רבי נתן יוספ'ן? זענען דען נישט געווען נאך תלמידי חכמים, חשובע אידן, וועלכע זענען ראוי געווען לאותו איצטלא פון זיך אפגעבן מיטן גאנצן נעץ פונעם סאטמארער חינוך אפאראט? איז דען רבי נתן יוסף געווען דער איינציגסטער מענטש וועלכער איז טאקע פאסיג געווען אז דער רבי זאל דייקא אים געטרויען אזעלכע דברים העומדים ברומו של עולם ווי עס איז דאס שרייבן דעם קונטרס על הגאולה ועל התמורה?

אז איר גייט ארויס אין דער גאס און איר שטעלט אפ סיי וועלכן איד דאס זאל נאר נישט זיין, און איר פרעגט אים: "מאי סאטמאר רב?" וועט ער אייך גלייך זאגן: "מאי? - דער גרויסער לייב קעמפער!" ר' איד, מנא לך הא, פונוואנעט נעמט איר אייער מיינונג? וועט דער ענטפער באלד זיין, וואס הייסט איר ווייסט דען נישט פון זיינע חיבורים ויואל משה און קונטרס על הגאולה ועל התמורה? זאת אומרת, אז דער גאנצער מהות פונעם רבי'ן, דעם רבינס גאנצע שאיפה על אדמת אמעריקע, זיין גאנצער קאמף על הגלות ועל הגאולה וועלכע ליגן אין די ספרים הק', האט ער נישט געטראפן קיין אנדער געטרויאונגס פערזאן א חוץ רבי נתן יוסף?!

דער רבי האט נישט איינמאל און נישט צענמאל געזאגט, אז ער שפירט אז ער האט איבערגעלעבט דעם ביטערן קריג בלויז פאר דעם ווייל ער זאל קעמפן פאר די אמונה טהורה צוגלייך ער זאל קענען מגדל זיין די המשכת הדורות אינעם טריפה'נעם אמעריקא. די דברים געפונען זיך אפ צווישן זיינע דברות קודש אומצאליגע מאל. איז לאמיר מאכן א חשבון:

דער רבי שטעלט אויף א ישיבה, בכדי ער שפירט שזה כל תכליתו בעולם. וועמען געטרויערט ער דערמיט?
רבי נתן יוסף

דער רבי פארגיסט טייכן טרערן על שבר בת עמי נאך די מלחמת ששת הימים. ער שפירט אז ער האט נאך נישט יוצא געווען חובתו בעולמו און ער מוז ביי די אכציג יאר פריש אנהויבן פון אל"ף. וועמען פארטרויערט ער?
רבי נתן יוסף

און לאמיר נישט פארגעסן, ס'געווען "חובתו בעלמו". ס'הייסט, ער האט אים פארטרויערט מיט א זאך וואס ער האט געשפירט אז 'זיין' תפקיד וואס דער בוכ"ע וויל פון 'אים' איז בלויז דאס, און דאס האט ער איבערגעגבן פאר רבי נתן יוספ'ן!

דער רבי שפירט עס דארף זיך פורמירן א רוחניות'דיגער דעת תורה אין די תלמוד תורה און אין די מיידל שולע, אויך אזאך וועלכע דער רבי האט געהאלטן כי זה תפקידו בעולמו. וועם פארטרויערט ער דערמיט?
ווידער רבי נתן יוסף

עס קומט צו א מצב וואס מ'דארף זיך צוזאמענזעצן פילצאליגע רבנים איבער אן ענין פון הצלת הדת, צי סיי וועלכער ענין. דער רבי איז שוין שוואך, ער האט שוין נישט קיין כח צו קומען, וועמען שיקט במקומו, וועמען פארטרויערט ער מיט זיין דעת קדשו?
ווייטער רבי נתן יוסף

וואס אזוינס האט דער גרויסער אדם הגדול בענקים בוחר בדייקא אין דעם רבי נתן יוסף? יארן יארן האט מיר געקוועטש אט די תמיה.

אז מ'ווערט אביסל עלטער און דער מענטש ווערט אביסל מער מיושב, ווי אויך מיט די יארן ווי מ'קוקט זיך אביסל צו וויאזוי עס דרייט זיך א וועלט און וויאזוי זאכן זעצן זיך, הייבן זיך אן זאכן אויסצוקלארן. פלוצים דערזעט מען זיך אז די נעכטיגע תמיה איז גאר היינט אזא פשטות אזש מ'לאכט פון זיך אליין.

אז מ'טראכט אביסל אריין אין די גמרא פון "גדול שימושה יותר מלימודה" און מ'שטעלט דאס צו צו רבי נתן יוספ'ן, וויאזוי ער האט זיך באנומען צו יעדן, וויאזוי זיינע השקפה'ס זענען געזאגט געווארן ביי יעדן ענין, דער אויפן און מהלך וויאזוי זיין ברען לכל קדשי שמים איז ארויסגעזאגט געווארן - און נישט בלויז ארויסגעזאגט געווארן נאר נאך פיל מער האט ער מקיים געווען דעם "אמור מעט ועשה הרבה" - וועלן פון די אלע אויבנדערמאנטע תמי' ווערן אזא פשטות שבפשטות, אזש עס וואלט זיך אפילו נישט פארשטאנען פארקערט. וכמה גדולים מעשה חכמים!

"גדול שימושה יותר מלימודה", א איד וועלכער איז משמש תלמידי חכמים איז פיל מער ווי א איד וועלכער לערנט און רופט זיך א תלמיד פון תלמידי חכמים. אין אידיש גערעדט: א איד 'א תלמוד חכם' וועלכער האט 'משמש' געווען דעם רבין, איז פיל מער ווי איד ווי א איד 'א תלמיד חכם' וועלכער איז א 'תלמיד' פון רבין. פארוואס? איז דער מהרש"א מסביר זייער פשוט, ביים משמש זיין זעט מען ביי א רבי'ן פיל מער פאקטישע הלכות און הדרכה'ס ווי ביים לערנען די הלכות, דעריבער נעמט דער משמש תלמיד חכם ארויס פון זיין רבי'ן פיל מער ווי דער בלויזער תלמיד. אויף רבי נתן יוספ'ן זצ"ל, וועלכער איז כשלעצמו געווען א תלמוד חכם וגדול בתורה, א מתמיד ושקדן עצום בתורה, קען מען ריכטיג אנווייזן דעם "גדול שימושה יותר מלימודה".

עס קאכט זיך, עס טוט זיך, קיינער ווייסט נישט פונקטליך וואס, אבער עפעס זעט מען וואך איין וואך אויס וואו דער רבי שמועסט דארט ביים "גוט שבת זאגן" מיט רבי נתן יוספ'ן. דער רבי הערט, ענטפערט, זאגט, מאכט, טוט. ווייטער רבי נתן יוסף שטייט אין דער זייט, כעבדא קמיה מרא, און מיטן גרעסטן ביטול והכנעה איז ער מקיים הונדערט פראצענטיג דעם בלויזן "כתלמיד הדן בפני רבו". עס קומט אים ניטאמאל אין געדאנק אריין אז ער פארמאגט אין זיך עפעס א זעלבסט מיינונג צו א דעת עצמו. ער טוט בלויז מקיים דעם רצון צדיק און שלאגט פאר דעם צווייטן צד הראוי להעלות על הדיון, אבער אלץ בלויז מיטן ציל פון זיין 'הדן' בפני רבו.

לית מאן דפליג אז דער רבי נתן יוסף איז געווען א קלוגער איד א גדול בתורה ושקדן עצום. פארמאגט האט ער זיך א רעדנערישן טאלאנט באגלייט אין שטארקע כח הסברה. אן עסקן איז ער געווען מיטן גאנצן אידישן פלאם און ברען. אז דער אדם הגדול בענקים, דער חכימא דיהודאי, זוכט זיך א איד אין וועלכער ער זאל קענען געטרויען זיין גאנצער 'חובתו בעולמו' קען דאס נישט זיין טאקע נאר אזא סארט איד וועלכער פארמאגט אין זיך די אלע אויבנדערמאנטע מעלות שמנו חכמים, באגלייט מיט א תנאי כפול ומכופל אז אלץ איז בלויז כתלמיד הדן.

אבער, יותר מזה. מער פון אלעם וואס עס האט זיך למעשה ארויס געשטעלט, איז דער "גדול שימושה". עס לאזט זיך גארנישט גלייבן וואס אלץ דער רבי האט אין רבי נתן יוסף אריינגעלייגט. ער האט אין אים אזויפיל טופח געווען 'על מנת לטפיח לדורות הבאים', אזש אויב זוכט מען אויף דעם ריכטיגן אויסדריק איז דאס בלויז די פשוטע ווערטער פון "דולה ומשקה מתורת רבו".

די פטירה פון נתן יוסף האט געשלאסן א תקופה! וימת 'יוסף' וכל אחיו וכל הדור ההוא. און עס קען אין א געוויסן זין געזאגט ווערן 'עכשיו מת רבי'. אז עס געפונען זיך נאך צווישן אונז אידן וועלכע האבן א דין פון א כלי ראשון על האש ממש, דאן ברענט און זיד נאך דאס טעפעלע און דער כלי שני האט זיך נאך פון וואס אפצובריען. אויב אבער דער כלי ראשון איז שוין אינו עומד על האש, און נישט נאר ס'אינו עומד על האש נאר ס'שוין א פארגאנגעהייט, דאן מי עומד ומדליק, ווער זאל אפי' ווארים מאכן דעם כלי שני?

בעת רבי נתן יוסף איז געווען צווישן אונז, האט מען געקענט באשיינפערלעך זעהן ווי כל מי שכבוד רבינו חשוב בעיניו האט געהאט אן הערצה צו דעם איד, וויסנדיג אז ער איז דער ריכטיגער כלי ראשון העומד על האש. אין יעדן ענין; סיי עניני הכלל און סיי עניני הפרט, סיי עניני השקפה און סיי בדעת תורה תמימה, איז רבי נתן יוסף געווען דער אדרעס. שוין נישט רעדן פון זיינע אקטיוועטעטן בעניני עסקנות, ווי ער האט זיך פארשמירט זיינע צען פינגער כפשוטו ממש פאר יעדן ענין למען כבוד שמים.

אידן וועלכע האבן געהאט שכל און האבן זיך אנגעווארעמט פון דעם כלי ראשון, זענען נאך היינט צו טאגס ווארים. טאקע א כלי שני אבער פארט הייס, בריעדיג.

ועל דא קאבכינא

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יולי 25, 2008 11:46 am

בן-הרחמן;

איך וויל זאלסט מיר אויסלערנען וויאזוי דו אינוועסטירסט דיינע געלטער, ווייל איך זעה אז דו ביסט ביכולת איינצושטעקן א מילדע 3 שורות'דיגע תגובה, און אויף דעם צוריקבאקומען גאלדענע רענדלעך ריווח, אלף פעמים ככה.

ר' זארעכפעפער, א שיינעם דאנק פאר אייער טרעפליכע אנאליז און זאפטיגע באשרייבונג אויף דעם גרויסן פערזאן וואס מיר האבן געהאט מיט אונז ביז לעצטנס. תנצב"ה.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » פרייטאג יולי 25, 2008 11:55 am

ר' זארעך, זייער שיין געשריבן, איך האב הנאה צו ליינען און אריינעמען אין מיר אייער געדאנקנגאנג.

יישר כח.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » פרייטאג יולי 25, 2008 12:02 pm

זארעך, זייער שיין באשריבן אזא טייערער איד וואס מיר אינגעלייט האבן שוין ממש נאר געקענט פון דערווייטנס.

יישר כח.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21565
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג יולי 25, 2008 1:24 pm

א ישר כח און דאנק הרב, פארן אויסגיסן די געפילן אויפן "פעפער".
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג יולי 25, 2008 1:51 pm

זארעכפעפער האט געשריבן:עס קאכט זיך, עס טוט זיך, קיינער ווייסט נישט פונקטליך וואס, אבער עפעס זעט מען וואך איין וואך אויס וואו דער רבי שמועסט דארט ביים "גוט שבת זאגן" מיט רבי נתן יוספ'ן. דער רבי הערט, ענטפערט, זאגט, מאכט, טוט. ווייטער רבי נתן יוסף שטייט אין דער זייט, כעבדא קמיה מרא,


מענטשן האבן געהאלטן אז ר' נתן יוסף שטייט סתם אזוי יעדע וואך ביים גוט שבת זאגן לעבן רבי'ן, און דערפאר קוקט זיך דער רבי נישט אום אויפן ציבור, האט אייניגע מענטשן געבעטן ר' נתן יוסף זאל דעם נעקסטן וואך נישט שטיין לעבן רבי'ן,
ער האט דאס אנגענומען, ביים גוט שבת זאגן איז ער געשטאנען אין די דרויסנדיגע שורה, און שנעל אדורך געלאפן זאגן גוט שבת,
שוין זייענדיג ביי די אנדערע זייט ביהמ"ד האט אים דער רבי נאכגעשריגן נתן יוסף נתן יוסף, קום נאר....
דאן האט שוין יעדער געזעהן אז דער רבי גאר וויל רעדן מיט אים, נישט אז ער שארט זיך צו צום רבי'ן...

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » פרייטאג יולי 25, 2008 5:10 pm

זייער שיין באשריבן זארעך

די וואך האסטו אויסגעגאסן אזויפיל תוכן'דיגע טינט אין דעם קרעטשמע, אזויפיל דברי אמת וחכמה, אז עס האט געקאנט באדעקן אלע שטות וכסילות און שקר פונעם גאנצן כדור העולם.

געהערט אמאל פון אים, אז דער רבי האט מיט אים גערעדט מער אין לערנען ווי אין מילי דעלמא, זייענדיג א ריזיגער תלמיד חכם, איך זעלבסט האב אלס בחור אין די ליידיגע צייט, ווען ס'איז געווען אין סטייל צו שיקן תשובות פאר די תשובות שרייבערס, [אנצופולען די בענדער פונעם תשובות סעט] אזא שטייגער ווי דעם בעל נטעי גבריאל צי רבבות אפרים ר' חיים קנייבסקי וכדומה. האב איך ר' נתן יוספ'ן אויך געשיקט, זיינע תשובות פלעגן זיין כאחד הגדולים ממש מבורר היטב מש"ס ופוסקים.

לכבוד ר' שמחה א מעשה פון אויווארער רב.
געהערט פון א קינד, ר' נתן יוסף איז געווען הארט נאכן קריג אין אויוואר, דארט ביים אויווארער רב, האט ער געזען ליגן א גרויסן געלן וואלענעם טלית קטן, זייענדיג נאך אזא לאנגע תקופה, וואס ער האט קיינמאל נישט געזען אזא מלבוש, איז ער צוגעלאפן דערצו מיט אן אויסערגעווענליכע חיבה און מחבק געווען בשתי זרועותיו מיט א מורא'דיגע אהבה, דער אויווארער רב איז זייער נתפעל געווארן דערפון, און איז זייט דעמאלט געווען זייער בידידות מיט אים, אמאל שוין אין אמעריקא, איז ר' נתן יוסף געגאנגען צום אויווארער רב ער זאל אים פארהערן די הוראה, דער אויווארער רב האט אים פארהערט און ער האט פארשטייט זיך גוט געקענט.

זאגט אים אבער דער אויווארער רב, הער מיך אויס, איך געב אייך זייער גערן די תעודת הוראה, אבער נאר בתנאי אז איר ווערט שוין א רב אדער א דיין, אויב אבער דער רבי וועט אייך מאכן ראש ישיבה, און אנצופירן די ישיבה, און די הוראה וועט איר לייגן אין די זייט, און יארן שפעטער ווען איר וועט שוין אלט ווערן און אפלאזן די ישיבה, וועט איר ארויסנעמען מיין כתב און נוצן די הוראה דעמאלט, אויף דעם בין איך נישט מסכים, און אויב אזוי וועט טאקע זיין, זאלט איר מיר צוריקגעבן די הוראה

שוין, גייט נישט דורך א קורצע תקופה, און דער רבי האט טאקע ווי געשמועסט אים ממנה געווען אנצופירן די ישיבה, זאפארט איז ר' נתן יוסף אריבער צום אויווארער רב, און צוריקגעגעבן די הוראה, ניטאמאל לאזנדיג א קאפיע פונעם שיינעם תעודה וואס ער האט באקומען פון אזא גרויסער רב ווי דער אויווארער רב איז געווען.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג יולי 27, 2008 4:00 am

זייער א שיינע מעשה כאלי, יישר כוח. זארעכ, דיין באשרייבונג וועליך מוזן אנאנדער מאל לעזן.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג יולי 27, 2008 8:26 pm

ר' זרח א גרויסען ייש"כ פאר די תוכן'פולע באשרייבונג, איך האב אליין נישט געוואוסט ווי גוט איך האב אינוועסטעט ביים עפענען דעם אשכול, נאכאמאהל א שכח.

קרעמער, געב אהער די געלט איך וועל עס אינוועסטן.

בני היכלא, שכח פאר די שיינע באלערנדע מעשה

אוועטאר
מרן אדמו"ר
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 22, 2006 12:40 pm

תגובהדורך מרן אדמו"ר » מאנטאג יולי 28, 2008 3:46 pm

זארעך זייער גיט , איך האב אים גיט געקענט אבער נישט אלץ תלמיד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 28, 2008 6:09 pm

ר' זארעך ידידי,

דאס אז איר זענט א ריכטיגער ספרא רבה איז דאך שוין נישט קיין נייעס, אבער צו נעמען א איד וועם איר האט לויט אייער באשרייבונג ניטאמאל זוכה געווען צו קענען פון דער נאנט און מיט דעם אלעם קענען אראפמאלן זיינע לייסטונגען מיט פארביגע קאלירען, איז א חכמה ואינה מלאכה און איז ווערט א באזונדערע באגריסונג.

אז מ'רעדט פון ר' נתן יוספ'ן איז כדאי צו דערמאנען זיינע קינדער שליט"א ממשיכי דרכו וועלכע זענען ברייט באקאנט אין דער עולם התורה, במיוחד בנו וממלא מקומו הרב ר' משה יודא שאול שליט"א וואס ער דינט אלס בוחן כללי במוסדות סאטמאר וומ"ס, איך פלעג ממש ארויס פון התפעלות פון זיין בקיאות בסוגיות הש"ס והתמדתו בתורה, דאס איז די פירות פון אזא גרויסן איד.

זכותו יגן עלינו.

אוועטאר
Joba
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 1:46 pm

תגובהדורך Joba » פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:54 pm

עס איז כדאי ארויסצוברענגן אז א ריזיגער ציבור בפרט דער יונגערער עולם וועלכע האבן נאר געהערט פון ר' נתן יוסף'ן זצ''ל'ס כח הנהגה
אלס שטייענדיג בראש הישיבה, און יד ימינו פון מרן ז''ל, ווייסן נישט צופיל צו זאגן פון זיין גדלות אין זיין פריוואט לעבן, וואס פון אלס יונג קינד
איז ער געווען א זעלטענע מתמיד, ווי אויך שפעטער אלס בחור אפילו נאך די קריג זייענדיג א עלנדער יתום אליין.
א אינטרעסאנטע עובדה האב איך געהערט פון אן אייניקל פון זיין ברודער ר' דוד מרדכי ע''ה וואס האט דערציילט וועגן זיין התמדה אז נאך די קריג ווען ער ר' דוד מרדכי איז שוין געווען חתונה געהאט, פלעגט דער יונגערער ברודער הב' נתן יוסף איינשטיין ביי איהם, און זיין פרישטאג יעדן צופרי האט נישט געטארט נעמען ביי איהם מער ווי 7 מינוט, אפילו מען האט איהם אפגעקאכט א אייער שפייז און ער האט קוים אהגעהויבן צו עסן אז ער האט געזען דעם זייגער אז ס'איס שוין 7 מינוט האט מען דאס געלייגט אין א זייט און געבענטשט און צוריקגעלאפן צו די גמרא.
איו די עלטערע יארן ווען ער אז שוין געווען באפרייט פונעם עול הציבור, האט זיך ווידער ארויסגעשטעלט זיין געוואלדיגע התמדת התורה
ווי ער פלעגט זיצן אין מאנסי אין זיין ישיבה פון צופרי ביז ביינאכט און געלערענט מעט יגיעה ווי א יונגער פלייסיגער בחור, ממש להפליא.

נאך א וואונדער אז מרן זצ''ל האט אים בוחר געווען לעמוד לימינו בכל הענינים??????

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2520
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דינסטאג יולי 24, 2012 1:24 pm

יאנאש האט געשריבן:זארעך, זייער שיין באשריבן אזא טייערער איד וואס מיר אינגעלייט האבן שוין ממש נאר געקענט פון דערווייטנס.

יישר כח.


איך האב איהם געזעהן אויף די עלטער, פון זיין יונגע יארען האב איך איהם געזעהן נאר דורך די קליפס וואס איז דא פון מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע ביים שרייבען דעם ויואל משה, אוי איז דאס א קליפ, ספעציעל ווען מ'זעהט ווי דער רבי שפאצירט זיך אויפן פארטש, אוי מי יתן תמורתו.

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » דינסטאג יולי 24, 2012 1:47 pm

אין די הקדמה צו זיין טאטנ'ס ספר 'אמרי שלמה' שרייבט ער א הערליכע הקדמה, מיט זייער אסאך אינטערעסאנטע ענינים צווישן אים און רבו הקדוש מסאטמאר זי''ע, בתו''ד דערמאנט אז ער איז געועון אלס 14 יעריגער בחור'ל אין קאלוב און דארטן געזען הרה''ק מהרש''א מראצפערט זי''ע.

ס'איז צום האפן, אז די אייניקלעך זיינע, וועלן טון א נייחא לנשמתו, און ארויסגעבן זיינע חידושים, דרשות, מאמרים, תשובות, סיפורים וואס ער האט דערציילט, און זיינע תולדות, כדאי שלא ישתכח זכרונו.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

פארצייטישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 12, 2013 2:24 pm

תגובהדורך פארצייטישער יוד » מאנטאג יולי 21, 2014 10:23 am

איך האב נעכטן געזען אין שיל א סידי וואס איז יעצט ארויסגעקומען פון זיינע דרשות אין די ישיבה אין סאנדז סטריט, האט איינער די מעגליכקייט דא עס צו ארויפלייגען? עס איז כדאי לזכות את הרבים מיט זיינע פייערדיגע דרשות התעוררות פאר די בחורים אין ישיבה
לעצט פאראכטן דורך פארצייטישער יוד אום מאנטאג יולי 21, 2014 11:17 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
-פנימי- בלתי מוגה כלל

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

רבי נתן יוסף מייזעלס זצ"ל אב"ד אבני שלמה - כ"א תמוז תשס"ז

תגובהדורך בשבילי נברא » מאנטאג יולי 21, 2014 11:11 am

מיללער האט געשריבן:ר' זארעך ידידי,

דאס אז איר זענט א ריכטיגער ספרא רבה איז דאך שוין נישט קיין נייעס, אבער צו נעמען א איד וועם איר האט לויט אייער באשרייבונג ניטאמאל זוכה געווען צו קענען פון דער נאנט און מיט דעם אלעם קענען אראפמאלן זיינע לייסטונגען מיט פארביגע קאלירען, איז א חכמה ואינה מלאכה און איז ווערט א באזונדערע באגריסונג.

אז מ'רעדט פון ר' נתן יוספ'ן איז כדאי צו דערמאנען זיינע קינדער שליט"א ממשיכי דרכו וועלכע זענען ברייט באקאנט אין דער עולם התורה, במיוחד בנו וממלא מקומו הרב ר' משה יודא שאול שליט"א וואס ער דינט אלס בוחן כללי במוסדות סאטמאר וומ"ס, איך פלעג ממש ארויס פון התפעלות פון זיין בקיאות בסוגיות הש"ס והתמדתו בתורה, דאס איז די פירות פון אזא גרויסן איד.

זכותו יגן עלינו.

כדאי צו דערמאנען אז הרבנית אשת ר' נתן יוסף זצ"ל איז אמאל אריין צום רבי'ן און זיך אפגערעדט אז אזוי ווי דער רבי האלט אזויפיל אויף איר מאן מיט אזויפיל אויפגאבעס בצרכי הכלל, וואס וועט זיין מיט אירע קינדער?
האט איר דער רבי גע'ענטפרט "כל היום חונן ומלוה וזרעו לברכה"

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג יולי 21, 2014 3:42 pm

זה ווארט ידוע מר' אברהם חיים אורענשטיין על ילדי רבו מרן החת''ס וכבר הובא באיזה מקומן פה.

פארצייטישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 12, 2013 2:24 pm

תגובהדורך פארצייטישער יוד » מאנטאג יולי 21, 2014 3:45 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:זה ווארט ידוע מר' אברהם חיים אורענשטיין על ילדי רבו מרן החת''ס וכבר הובא באיזה מקומן פה.

המעשה כפי שהובא ב'דער איד הוא שהרבי מ'סאטמאר סיפר המעשה הנ''ל מהחת''ם סופר ואמר לה שגם אצלה תתקיים כהנ''ל

דער סידי פון דרשות
20140721_154125-1_resized.jpg
20140721_154125-1_resized.jpg (37.73 KiB) געזעהן 4033 מאל
לעצט פאראכטן דורך פארצייטישער יוד אום מאנטאג יולי 21, 2014 3:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
-פנימי- בלתי מוגה כלל

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מאנטאג יולי 21, 2014 3:46 pm

הרבי מ'סאטמאר מן הסתם שמע זאת בשם ר' אברהם חיים
וענה כעין זה לאשת ר' נתן יוסף
-----
פארצייטישער האקט ברוך שכוונתי
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2010 12:54 pm

תגובהדורך צעיר באלפי ישראל » מאנטאג יולי 21, 2014 4:27 pm

בני היכלא, אולי לייגסטו דא ארויף מהתשובות שקבלת מהג"ר נתן יוסף זצ"ל?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג יולי 21, 2014 4:33 pm

בני היכלא איז שוין לאנג נישט באיי-עלמא הדין
kraitchmah עט גימעיל

גביר אדיר
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 08, 2014 11:33 pm

תגובהדורך גביר אדיר » מאנטאג יולי 21, 2014 4:55 pm

אויפן קעפל שטייט תשס״ז, אויב דענק איך גוט איז הגה״צ ר׳ נתן יוסף ז״ל נפטר געווארן בשנת תשס״ו, ותנצב״ה.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14125
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג יולי 21, 2014 5:01 pm

גביר אדיר האט געשריבן:אויפן קעפל שטייט תשס״ז, אויב דענק איך גוט איז הגה״צ ר׳ נתן יוסף ז״ל נפטר געווארן בשנת תשס״ו, ותנצב״ה.

איר דענקט זייער גוט

קוק די דאטום פונעם ברוך דיין אמת אשכול
viewtopic.php?p=738#p738

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14125
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג יולי 21, 2014 5:02 pm

און דא איז די מציבה

בילד

viewtopic.php?p=809252#p809252


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט