בלאט 1 פון 2

רבי עמרם בלוי זצ"ל - ט"ו תמוז תשל"ד

געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2008 12:02 pm
דורך זארעכפעפער
היינט איז די יארצייט פון הרה"צ לוחם מלחמת ה' ר' עמרם בלוי זצ"ל.

איך ווייס אז צו באשרייבן און ארומרעדן דא אין א פובליק פורום, וואו עס דרייען זיך מענטשן פון אלע סארט קרייזן, איז זייער אומאנגענעם צו פירן א שמועס ארום אזא קאנטרעווערסאלער פערזאן, אבער טאקע מהאי טעמא עפן איך דעם אשכול. איך וויל טאקע ארויסברענגען עטליכע ענינים וועלכע זאלן געבן אביסל אן אנדער בליק אויף דעם אדם חשוב.

איך בין נישט קיין נטורי קרתא'ניק און נישט קיין שווארצער. איך בין אן איינפאכער סאטמארער אינגל וועלכער האט געליינט, געהערט און גערעדט, מיט מענטשן, על דא ועל הא, און אלץ א סאטמארער ווען מ'רעדט אביסל היסטאריע מיט פריערדיגע מענטשן איז זעלבסט פארשטענדליך אז מ'שטויסט זיך אן מיט דעם נאמען "רבי עמרם" מזמן לזמן. פארשטייט זיך יעדער ברענגט ארויס דעם מענטש לויט זיינע נגיעות דיעות והשקפה'ס, אבער איך וועל איך איבערגעבן אייניגע שטריכן וואס איך האב געהערט אמאל פון א איד, וועלכער קערט זיך גראדע נישט אזוי אן צו די סאטמארע קרייזן, און אודאי נישט קיין אנהענגער צו רבי עמרמ'ס מהלך.

אין פערסיאנאלן לעבן איז דער איד מיט וועם איך האב געשמועס געווען זייער נאנט מיט ר' עמרמ'ן. האב איך אים אמאל א פרעג געטוהן: זאגט מיר ר' איד, קענט איר מיר אפשר אין אפאר ווערטער אראפגעבן ווער דער רבי עמרם איז געווען?

אהה... ר' עמרם, איך וועל זיך אויף אים אויסדריקן דאס וואס דער סאטמאר רב האט זיך אויסגעדריקט אויף זיין ברידער, דער לעגענדארער באקאנטער עסקן פאר די אגודת ישראל, ר' משה בלוי ז"ל. :אין זיין לעבן און אויפטוהנגען פאר כלל ישראל ווייס איך נישט צי ער איז געווען ריכטיג, אבער אין פריוואטן לעבן איז ער זיכער געווען אן ערליכער איד..."

איר מיינט אודאי אז איך בין אזוי ענציקט פון ר' עמרמ'ס קנאות, זאג איך דיר אז פון זיין פריוואטן לעבן - און פריוואט רעד איך נישט פון זיין פרישה וקדושה אדער פון עבודה, ניין, איך רעד דייקא פון זיין פריוואטן לעבן בין אדם לחבירו - פון דעם איז געווען אסאך מער נתפעל צו ווערן פון דעם מענטש.

דער איד איז מיר מקדים. פאר דיר, אלס א סאטמארער חסיד וועלכער האט זיך נאכגעהערט די גרויסע מדריגה פון אייער רבי'ן, וואס ער האט ענטהאלטן איז זיך די שני הפכיים בהעלם אחד; גבור ואיש מלחמה פון איין זייט און אן אב ורחמן אויף די צווייטע זייט, וועט אפשר נישט אינטערסאנט זיין אראפצומאלעווען א מענטש וועלכער איז ברייט באקאנט אין דער אידישער גאס אלס א קנאי, שרייער, קריטיקירער וכדומה, אלס א איש רחמן מיט א זעלטענעם לב טוב שאין דוגמתו, אבער פאר מיר - זאגט מיר דער איד - איז דאס געווען זייער אינטערסאנט.

ר' עמרם, זאגט ער, איז געווען א איד וואס ביי אים אין שטוב האבן זיך געפונען דאס פלאץ אלע אורחי פורחי ניקעס פון שטאט. אן אפענעם טיר צו יעדן צובראכן הארץ. נאך מער, זאגט מיר דער איד, עס איז אמאל געווען אין ירושלים ביי איינע פון די שווערע מערכות וואס ר' עמרם האט דאן געפירט. ר' עמרם איז ארויס אין א מחאה בחוצות ירושלים. פארשטייט זיך אז די פאליציי האט נישט געשוויגן, און שלעק זענען געגאנגען ביז אין זיבעטן ריפ אריין. יענעם ביינאכט (איך בין נישט זיכער צו טאקע דייקא יענעם אויפדערנאכט) האט ר' עמרם געהאט עפעס א משפחה שמחה. זייענדיג ביי די שמחה האט ער געמערקט ווי א געוויסער יונגאטש, וועלכער האט ביי די מחאה צוגעהאלפן די פאליציי אויסצופירן זייערע באפעלן, דרייט זיך דארט ארום און נויטיגט זיך אין עפעס הילף. ר' עמרם, א חוץ וואס ער איז געווען א לב טוב, א הארץ פון פוטער, האט אבער דא אין דעם געשפירט אז ער מוז טאן יותר מהרגלו, ער מוז טוהן כל טצדקי שבעולם ארויסצוהעלפן דעם איד, אלץ בכדי עס זאל נישט אויסקוקן כאילו ער טראגט עפעס א פערזענדליכע שנאה אנטקעגן דעם איד.

דער איד האט מיר אראפגעמשלט דעם ר' עמרם, א ווי כאילו ער וואלט היינט געפירט אזא מין מעשוגעים אפאראט-האום וואו אלע צובראכענע הערצער קומען זיך צוזאם און מ'איז זיי מחזק מיט פיזישע און גייסטישע הילף. ער זאגט אז דער איד איז געווען אוועק געגעבן פיר און צוואנציג שעה טאג צו העלפן א צווייטן איד.

דער איד פירט אויס, אפילו איך בין נישט געווען איינשטימיג מיט זיינע קנאישע דרכים, האב איך אבער איינגעזען פון זיין הלוך ילך אז זיין קנאות קומט מצד הקדושה...
*

ער זאגט מיר, אז אזוי ווי איך בין דאך שוין פונעם שפעטעריגן דור וועלכע האבן נישט מיטגעלעבט די ערשטע צייטן פון מדינת ישראל, דעריבער וועל איך שווער פארשטיין זיין סטעיטמענט, אבער וויסן זאל איך אז ווען נישט דעם סאטמארער רב וואלט קנאות אויסגעקוקט ווי עפעס אזא פרומער ענין, וואס ס'בלאנגט בלויז צום פרומערן קרייז אידן. ער איז מיר דאס מסביר מיט א משל, אזוי ווי לאמיר זאגן עסן היימיש. יעדער ווייסט אז עסן היימיש איז גאר א חשובע זאך, אבער למעשה ווער פירט דאס אויס? בלויז דער פרומסטער קרייז פון די פרומע קרייזן, פארוואס? ווייל מ'קען נישט בויען א כלל ישראל מיט בלויז פרומע. קנאות, זאגט ער מיר, איז דאס זעלבע. ווען נישט דעם סאטמאר רב וואלט דאס פונקט אזוי אויסגעקוקט. יעדער וואלט אפשר געהאלטן אז ר' עמרם איז גערעכט מיט זיינע השקפות לגבי ציונית, איינער צען פראצענט איינער פופציג, איינער מער איינער ווייניגער, אבער ביז למעשה. יעדער וואלט דאס מחשיב געווען, אבער אנגעקוקט וואלט מען דאס ווי אן ענין וואס געהער זיך אן צו די פרומערע סארט עלעמענטן, ס'נישט פאר קיין בעל הביתים. דער סאטמאר רב האט גענומען קנאות און דאס פארוואנדלט פאר א כלל שיטה, פאר א כלל זאך. יעדער סאטמארער בעל הבית וועלכער זיצט זיך אין פארטי-סעווען ביי דער ארבעט, קיין חילוק קורץ רעקל אדער לאנג; פלאטשיקער קאפילוטש צי הויכע; פלאסטישע ברילן צי גאלדענע; ארויפגעדרייטע פיאות צי לאנגע פיאות; ביי יעדן סאטמארער חסיד איז דאס ענין פון קנאות געווארן א פארט (חלק) פון זיין אידישקייט און א חלק פון זיין לעבנסשטייגער.

זכר צדיק לברכה

געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2008 12:17 pm
דורך בני היכלא
זארעך הערליך, ממש הערליך, אזוי שיין באשריבן דעם גרויסן מענטש, מיט דעם לב טהור לכל.

גם אני שמעתי, פון זיין אפן הויז לכל צרי ולכל זב, איך ווייס פון משפחות שלימות, וואס ער האט מציל געווען, מעבדות לחירות, מאפילה לאור גדול, ער פלעגט שאפן גוזמאות פון געלטער, זיך פאר'חוב'ותט אין די גאנצע שטאט, פאר'משכנ'ט זיין גאנצע כלי כסף וכלי זהב, צו ראטעווען פרעמדע אידן פון פארשטיפטע מושבים, פון תפיסות, ארימקייט, מיסיאן, זיין קדושה וטהרה לויט ווי די אידן וואס האבן אים געקאנט לייגן אראפ, איז געווען ממש במסירת נפש.

לדעתי איז ער בכלל נישט קיין קאנטרעווערסאלער מענטש, אויסער זיך געלאזט הרג'נן פאר די תורה, פאר שבת קודש, פאר קדושת ישראל, פאר חינוך הטהור, וואס האט ער דען געטון? ווער עס טוט דאס הייסט קאנטרעווערסאל? דער סאטמאר רב איז אויך געווען א קאנטרעווערסאלער מענטש?

די הערצה וואס דער סאטמאר רב האט געהאט צו אים, איז דאך אין לשער, אין אלע מאמענטן, כידוע וד"ל, אמאל האט איינער געזאגט פארן רבי'ן אז ר' עמרם בלוי האט זיך אנגעטון א זאק, ה' אייר, דער רבי האט עס געהערט איז ער געווארן מורא'דיג איבערגענומען, און געזאגט פאר זיך, איך דארף ווען אויך אנטון א זאק, אבער קען איך דען אנטון א זאק? אזוי האט ער געזאגט אפאר מאל, צום סוף האט ער יענעם געזאגט, לעולם וואלט איך אויך געדארפט אנטון א זאק, אבער איך קען דאך נישט אנטון א זאק, שיק אים פאר ר' עמרם'ן 500 דאלער, פאר דעם אליינס.

ס'איז באקאנט די מעשה, ווען ר' עמרם האט אריינגעלייגט זיין קאפ, שבת קודש ווען מ'האט פארקויפט די טיקעטס צו די טיאטער, לעבן ככר השבת, און ער האט אריינגעלייגט זיין קאפ אינעם לאך, וואו מ'האט געקויפט די טיקעטס, און די רשעים מלאכי חבלה האבן געהאקט אויף זיין קאפ, מכות אכזריות, והוא באחת, גויו נתן למכים ולחייו למרטטים, און מ'האט אים נישט געקענט רירן און ס'האט טאקע צושטערט דאס פארקויפן, מ'האט ר' עמרם איינגעזעצט אין תפיסה, האט דער חזון איז געזאגט אז ער דארף גיין באזוכן ר' עמרם אין תפיסה, ווייל דער שבת קודש אליינס זיצט אין תפיסה.

געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2008 12:22 pm
דורך מיללער
ר' זארעך,

א גרויסן יישר כח פאר די תוכנ'פולע באשרייבונג איבער אזא גרויסער איד א ריכטיגער לוחם מלחמות ה' במסירת נפש ממש, אז דו רעדטסט פון זיין נדיבות הלב פאר יעדן אורחי פורחי, וויילענדיג אין אר"י איז מיר אויסגעקומען זיך צו באקענען מיט זיינס אן אור-אייניקל האט ער מיר דערציילט אז לאחר פטירתו האבן זיינע פילצאליגע אורחים און צובראכענע הערצער וועם ער האט שטענדיג מחי' געווען געזוכט א מקום ווי ממשיך צו זיין, די טאכטער פון ר' עמרם, הרבנית גראהמאן, האט מסכים געווען אבער פאר איר מאן איז עס נישט געווען אזוי ניחא, איך געדענק וועכלער נשמה'לע אבער יענער פלעגט אים ממש נאכלויפן אין די גאסן פארן נישט איבערנעמען זיין שווער'ס ווירטשאפט.

לימים ווען די אייניקלעך זענען אונטערגעוואקסן, איז אויפגעקומען החסיד ר' צבי (צבי'קה) גרוהמאן הי"ו פון ירושלים וועלכער האט געעפנט פתחי ביתו אויף רח' שמואל הנביא על דרך זקינו ז"ל, וואו ער און זיין בני-בית זענען מקבל יעדן אורח מיט א זעלטענע אהבה וחיבה אזש ביז איבערגעבן זייער אייגענע שלאף-שטוב (!).

א בילד פון ר' עמרם ז"ל מיט להבחל"ח איינע פון זיינע זוהן (קרעדיט; חבירנו היקר ר' זעליג)

געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2008 12:32 pm
דורך יאסל
ס'איז באקאנט גאר א שיינער סיפור אויף ר' עמרם וואס ווייסט וואסערע בעל מדרגה ער איז געווען.
ס'איז עטליכע יאר נאך די מלחמה אנגעקומען קיין ירושלים אן עלענדע פרוי וואס האט געשטאמט דאכט זיך פון א רבי'שע פאמליע, זי האט געבעטען אז זי וויל איינשטיין אין די פרומסטע שטוב אין ירושלים כמובן אז מהאט איר אנגעצייגט אויף ר' עמרם'ס שטוב, מדארף נישט צי זאגען אז ר' עמרם האט תיכף מסכים געווען,
ר' עמרם איז געווען א ישיבה מאן איז ער איז נישט געווען רוב טאג אין שטוב ,אין די ביסל צייט די פאר מינוט וואס ער קימט אהיים האט מען מסדר געווען אז זי זאל נישט דארט זיין כדי ס'זאל נישט זיין קיין פראבלעם פון יחוד, מאכט זיך אמאל ווען סאיז געווען די באשטימטע צייט ווען ר' עמרם האט געהאט ציטריט ביי זיך אין שטוב אזוי אינמיטען ברעכט זיך אריין די פארביטערטע פרוי מיט א געשריי אז זי קען נישט ס'איז צי לאנג אין ר' עמרם איז נאך אלץ דא, ני וואס מיינט איר ר' עמרם האט זיך אנטשילדוגט אין געבעטען מחילה אין תיכף פארלאזט זיין דירה אפטרעטענדיג פאר די פרוי,
די מעשה האט מרן הקדוש מסאטמאר געהייסען דערציילען די בחורים אנציצייגען וואס מיינט קנאות לשם שמים אין נישט מכוח מידות מגונות.
אזוי אויך איז באקאנט אז דער רבי איז גאר שטארק מיטגעשטאנען מיט אים ביי די פרשה פון די גיורת אין איז זייער גערעגט געווען אויף זיינע רודפים.
באקאנט איז זיין ווארט אז ביי שמחות אין לויות מישט מען נישט מיט קיין קנאות.
נישט אבער אין אלע ענינים האט דער רבי מסכים געווען מיט אים אין ענען פון מוחה זיין אויף חלולי שבת פון פרייע האט ער געהאטען אז סאיז נישט דא קיין חיוב ערבות אז מזאל דארפען מוחה זיין, אבער ער האט געזאגט אז ער פארשטייט ללובו הטהור וואס ער קען עס נישט פארנעמען.

געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2008 1:34 pm
דורך זארעכפעפער
בני היכלא דו פרעגסט וועגן קאנטרעווערסאל?

מיין צווייטע העלפט תגובה פארענעפערט דיין פראגע. דער רבי איז נישט אנגעקוקט קאנטראווערסאל ווייל ער איז געווען אן אדם גדול, און האט אויסגעבויעט דאס ענין קנאות אלס א חלק פון א אידישער לעבנס שטייגער, דעריבער קוקט מען דאס שוין נישט אן אזוי קאנטרעווערסאל, רבי עמרם איז אבער געווען א מער אין א שטייגער פון א בן תורה ואיש חשוב. און איבערהויפט ווען דער פאקט איז טאקע געווען, אז רבי עמרם האט זיך מהאי טעמא - טאקע ווייל ער איז נישט געווען קיין איש על העדה - געקענט ערלויבן צו טוהן זאכן וואס דער רבי האט נישט געטוהן, א שטייגער ווי די מעשה מיטן זאק וואס דו האסט געברענגט, דעריבער איז ער אנגעקוקט ביי טייל קרייזן ווי א קאנטרעווערסאלער פערזאן, כאטש וואס אויפן רבי'ן וועלן זיי נישט האבן דעם סארט בליק.

א חוץ מזה, איז אפי' אין די קנאישע קרייזן אויך געווען מענטשן וועלכע האבן אנגעקוקט זיין מהלך אביסל צו איבערגעטריבן... במקום וואס דעם רבי'ן האבן זיי יא אנגעקוקט אלס א גיבור ואיש מלחמה אויף א נארמאלערן בלבאטישן שטייגער.
*

פארגעסן ארויסצוברענגען, אז רבי עמרם גענאסן גרויס הערצה ביי הני תרי אריות שבישראל, מרן רבינו הגאון החסיד הגרי"ז מבריסק זצוק"ל, ואתו עמו הגאון רבשכה"ג מרן החזון איש זצוק"ל.

געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2008 1:37 pm
דורך בני היכלא
אמת ריכטיג זייער גוט ר' זארעך.

איר זענט הונדערט פראצענט גערעכט.

געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2008 1:41 pm
דורך איך_הער
א גרויסן יישר כח פאר אלע אנטיילנעמער אין די הערליכע באשרייבונג, ובפרט פארן פותח האשכול, כ'האב זייער הנאה דערפון.

געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2008 1:46 pm
דורך לעווי
זייער אינטרעסאנטע באשרייבונגען פון אייך אלע.

יישר כח.

געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2008 3:54 pm
דורך קרעמער
הערליך הערליך, יישר כח ר' זארעך, מיללער, בני-היכלא, און יאסל.

געשריבן: זונטאג יולי 20, 2008 1:19 am
דורך יאנאש
יישר כח אייך אלע, סיי פארן דערציילן די הערליכע עובדות און סיי פארן אנהאלטן דעם ניווא פון אונזער פורום, אויפווייזענדיג אז אויב איז דא א ווילן איז דא א וועג.

געשריבן: זונטאג יולי 20, 2008 1:52 am
דורך חיים
זרח פעפער א קליינע הערה אויף דעים וואס די שרייבסט:
אהה... ר' עמרם, איך וועל זיך אויף אים אויסדריקן דאס וואס דער סאטמאר רב האט זיך אויסגעדריקט אויף זיין ברידער, דער לעגענדארער באקאנטער עסקן פאר די אגודת ישראל, ר' משה בלוי ז"ל. :אין זיין לעבן און אויפטוהנגען פאר כלל ישראל ווייס איך נישט צי ער איז געווען ריכטיג, אבער אין פריוואטן לעבן איז ער זיכער געווען אן ערליכער איד..."

למען הפונקטליכקייט, עס איז געווען איינמאל ווען ר' משה בלוי האט גערעדט מיטן סאטמאר רב און ר' משה האט געזאגט אז אין פריוואטן לעבן קען איך נישט זאגן אבער וואס איך האב אויפגעטון פארן ציבור האב איך זיכער געטון ריכטיג האט אויף דעים סאטמאר רב געענטפערט בדרך צחות אז פונקט פארקערט אין פריוואטן לעבן זענט איר א ערליכע איד נאר מיט די עניני הציבור דארט טויג נישט, אזוי גייט די מעשה עס מיז נישט זיין אז קיין איין גירסא איז אמת אבער אזוי האב איך עס געהערט

געשריבן: זונטאג יולי 20, 2008 10:05 am
דורך זעליג
כ'האב געהערט א שיינע מעשה. ער איז אמאל געוועזן ביים בריסקער רב,
זאגט איהם דער בריסקער רב; ר' עמרם איר זענט א ציוני !
ר' עמרם: וואס ? איך ?
בריסקער רב: אז איר שטעלט זיך אוועק אונטער די טרעקטור און האט נישט מורא אז מען וועט דיר הארגענען א סימן איר גלייבט אין די ציונים.
ר' עמרם: ניין, איך בין זיך מוסר נפש.

דא האט איר נאך בילדער.

געשריבן: מאנטאג יולי 28, 2008 1:35 pm
דורך זארעכפעפער
א יישר כח פאר אלע מגיבים דא, וועלכע האבן צוגעלייגט זייערע ידיעות איבער דעם אדם חשוב. א באזונדער דאנק פאר ר' יאסל מיטן אונז איבערגעבן אן אינטערסאנטער הוספה, אז דער רבי האט גאר געהייסן דערציילן פאר די בחורים א מדרגה מעשה פון ר' עמרמ'ן, אלס א לימוד להלכה ולמעשה.

מיללער, אזוי ווי איך בין גאר ווינציג באקאנט אין די פאמיליע פון ר' עמרם, פרעג איך סתם פאר אינטערסאנטקייט. ווער איז דאס די הרבנית גראהמאן? וויאזוי רופט זיך ר' עמרמ'ס איידעם, דער גראהמאן, אויפן אידישן נאמען? איז ער א פערזענדליכקייט א שטייגער ווי דער באקאנטער נאמען ר' אורי בן ר' עמרם?

געשריבן: מאנטאג יולי 28, 2008 4:40 pm
דורך אלעקסיי
קרעמער האט געשריבן:הערליך הערליך, יישר כח ר' זארעך, מיללער, בני-היכלא, און יאסל.

געשריבן: מאנטאג יולי 28, 2008 4:46 pm
דורך מיללער
זארעכפעפער האט געשריבן:מיללער, אזוי ווי איך בין גאר ווינציג באקאנט אין די פאמיליע פון ר' עמרם, פרעג איך סתם פאר אינטערסאנטקייט. ווער איז דאס די הרבנית גראהמאן? וויאזוי רופט זיך ר' עמרמ'ס איידעם, דער גראהמאן, אויפן אידישן נאמען? איז ער א פערזענדליכקייט א שטייגער ווי דער באקאנטער נאמען ר' אורי בן ר' עמרם?


איך געדענק נישט אויף דער מינוט זיין נאמען, זיינע קינדער זענען באקאנט אין ירושלים ווי דערמאנט, מער אלס פיינע אידן ובעלי חסד, איין זוהן ר' מאטל איז דא אין אמעריקא אסאך, זייער א בעטעמטער אידל מיט א ירושלימער חן.

געשריבן: מאנטאג יולי 28, 2008 5:43 pm
דורך farshlufen
עס איז כדאי צו באמערקן, אז ר' עמרם ז''ל איז בשעת די חתונה פון צוויי פון זיינע זין געזיצן אין תפיסה.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 03, 2008 10:22 pm
דורך סאכדעס
יאשר כוחכם בגדול, פאר אלע שרייבער און באריכטער, אזוי ווי אלע האבן שוין געשריבן, איז דאס איינע פון די שענסטע אשכולות, צו באשרייבן אן אדם גדול, מיט'ן שענסטען איידלקייט.

יישר כוח נאכאמאל.

געשריבן: דינסטאג יולי 07, 2009 3:26 pm
דורך האמבורגער
היינט איז די יארצייט

געשריבן: זונטאג יולי 26, 2009 4:15 pm
דורך נחמן נתן
געהערט פון א איד וואס האט געהערט מפ"ק פון רבינו הקדוש זי"ע ביי א סעודת ברית (תשכ"ג אדער תשכ"ד) [כידוע פלעגט ביי די סעודות ברית זיין גאר בא'טעמ'טע שמועסן צווישן דעם רבי'ן און די אנוועזנדע], און כ"ק הגה"צ ר' יהושע כ"ץ זצ"ל מסאמבאטעהלי דערציילט פארן רבי'ן אז ער איז נארוואס צוריקגעומען פון אר"י, און זייענדיג דארט האט ער געוואלט גיין און זעהן דעם באקאנטן לוחם מלחמת ה' הגה"צ ר' עמרם בלויא זצ"ל, זייענדיג ביי אים האט ער אים געגעבן א סכום געלט אין שקלים (די אר"י וואלוטע), ווי נאר ר' עמרם האט געעפענט זיין האנט און דערזעהן די ציוניס'טישע געלט איז ער געווארן בלאס זאגנדיג "איר ווייסט נישט אז איך נעם נישט די געלטער אין מיין האנט, איך האב געמיינט אז איר זענט א אמעריקאנער האט איר זיכער דאלארן", ע"כ המעשה וואס דער סאמבאטהעלער רב האט דערציילט פארן רבי'ן.

רופט זיך אן דער רבי "עט'ס הערט'ס", פארגאנגענע מאל ווען איך בין געווען אין אר"י קומט אריבער צו מיר א פערזענליכע שליח פון ... (איינער פון די גדולי הדור וואס מפני הכבוד שרייבן מיר נישט ווער), אז איך זאל נישט גלייבן אלעס וואס ר' עמרם רעדט אקעגן די ציונים ווייל ער טוט עס נאר כדי צו באקומען געלט.
האט דער רבי געזאגט אזוי: אז א צדיק אין די מדה וואס ער איז די מערסטע אויסגעארבייט, דוקא אויף די מדה רעדט מען אויפן צדיק, ביי משה רבינו געפינט מען "והאשה משה עניו מאד וגו'" און אויף אים האבן קרח וסייעתו גע'טענה'ט "ומדוע תתנשאו", יוסף הצדיק איז געווען קדוש בקדושתו און דוקא אויף אים האט מען ארויפגעלייגט אזא בלבול אין מצרים...

געשריבן: זונטאג יולי 26, 2009 4:47 pm
דורך יהיה כן
מיין זיידע ע"ה איז געווען ר' עמרם זצ"ל'ס גבאי, ווען אימער ער האט געדארפט נוצן די ציוניסטישע געלט האט ער דאס מטלטל געווען פאר עם [זיין מוקצה יוד...].

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 19, 2009 8:57 pm
דורך אלד וויליאמסבורג

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 7:50 pm
דורך זלאטשוב
מיללער האט געשריבן:
זארעכפעפער האט געשריבן:מיללער, אזוי ווי איך בין גאר ווינציג באקאנט אין די פאמיליע פון ר' עמרם, פרעג איך סתם פאר אינטערסאנטקייט. ווער איז דאס די הרבנית גראהמאן? וויאזוי רופט זיך ר' עמרמ'ס איידעם, דער גראהמאן, אויפן אידישן נאמען? איז ער א פערזענדליכקייט א שטייגער ווי דער באקאנטער נאמען ר' אורי בן ר' עמרם?


איך געדענק נישט אויף דער מינוט זיין נאמען, זיינע קינדער זענען באקאנט אין ירושלים ווי דערמאנט, מער אלס פיינע אידן ובעלי חסד, איין זוהן ר' מאטל איז דא אין אמעריקא אסאך, זייער א בעטעמטער אידל מיט א ירושלימער חן.


ער האט געהייסען ר' מנחם.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 8:04 pm
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
עס איז געווען לעצטענס באשריבן וועגן זיין חתונה האבן מיט הגיורת רות ע"ה. לייענענדיג וואס דארט שטייט בין איך ממש ערשטוינט געווארן וואס דעמאלט האט זיך אפגעטוהן, כהאב געוואוסט אז סאיז געווען א גאנצע געראטשקע, אבער נישט אויף אזא פארנעם. (כווייס נישט צו ממעג שרייבן דערפון דאהי אין קרעטשמע, ...)

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 12, 2010 11:29 pm
דורך בןהרחמן
נאך א בילד פון ר' עמרם ז"ל בשעת'ן גיין מקבל פנים זיין רביה"ק זי"ע ווען ער איז געקומען קיין א"י.

(קרעדיט: גליון "דורות" של העדה החרדית, עש"ק פר' ראה)

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 07, 2011 1:26 pm
דורך cano
ס'באלאנגט דא?