רבי עמרם בלוי זצ"ל - ט"ו תמוז תשל"ד
געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2008 12:02 pm
היינט איז די יארצייט פון הרה"צ לוחם מלחמת ה' ר' עמרם בלוי זצ"ל.
איך ווייס אז צו באשרייבן און ארומרעדן דא אין א פובליק פורום, וואו עס דרייען זיך מענטשן פון אלע סארט קרייזן, איז זייער אומאנגענעם צו פירן א שמועס ארום אזא קאנטרעווערסאלער פערזאן, אבער טאקע מהאי טעמא עפן איך דעם אשכול. איך וויל טאקע ארויסברענגען עטליכע ענינים וועלכע זאלן געבן אביסל אן אנדער בליק אויף דעם אדם חשוב.
איך בין נישט קיין נטורי קרתא'ניק און נישט קיין שווארצער. איך בין אן איינפאכער סאטמארער אינגל וועלכער האט געליינט, געהערט און גערעדט, מיט מענטשן, על דא ועל הא, און אלץ א סאטמארער ווען מ'רעדט אביסל היסטאריע מיט פריערדיגע מענטשן איז זעלבסט פארשטענדליך אז מ'שטויסט זיך אן מיט דעם נאמען "רבי עמרם" מזמן לזמן. פארשטייט זיך יעדער ברענגט ארויס דעם מענטש לויט זיינע נגיעות דיעות והשקפה'ס, אבער איך וועל איך איבערגעבן אייניגע שטריכן וואס איך האב געהערט אמאל פון א איד, וועלכער קערט זיך גראדע נישט אזוי אן צו די סאטמארע קרייזן, און אודאי נישט קיין אנהענגער צו רבי עמרמ'ס מהלך.
אין פערסיאנאלן לעבן איז דער איד מיט וועם איך האב געשמועס געווען זייער נאנט מיט ר' עמרמ'ן. האב איך אים אמאל א פרעג געטוהן: זאגט מיר ר' איד, קענט איר מיר אפשר אין אפאר ווערטער אראפגעבן ווער דער רבי עמרם איז געווען?
אהה... ר' עמרם, איך וועל זיך אויף אים אויסדריקן דאס וואס דער סאטמאר רב האט זיך אויסגעדריקט אויף זיין ברידער, דער לעגענדארער באקאנטער עסקן פאר די אגודת ישראל, ר' משה בלוי ז"ל. :אין זיין לעבן און אויפטוהנגען פאר כלל ישראל ווייס איך נישט צי ער איז געווען ריכטיג, אבער אין פריוואטן לעבן איז ער זיכער געווען אן ערליכער איד..."
איר מיינט אודאי אז איך בין אזוי ענציקט פון ר' עמרמ'ס קנאות, זאג איך דיר אז פון זיין פריוואטן לעבן - און פריוואט רעד איך נישט פון זיין פרישה וקדושה אדער פון עבודה, ניין, איך רעד דייקא פון זיין פריוואטן לעבן בין אדם לחבירו - פון דעם איז געווען אסאך מער נתפעל צו ווערן פון דעם מענטש.
דער איד איז מיר מקדים. פאר דיר, אלס א סאטמארער חסיד וועלכער האט זיך נאכגעהערט די גרויסע מדריגה פון אייער רבי'ן, וואס ער האט ענטהאלטן איז זיך די שני הפכיים בהעלם אחד; גבור ואיש מלחמה פון איין זייט און אן אב ורחמן אויף די צווייטע זייט, וועט אפשר נישט אינטערסאנט זיין אראפצומאלעווען א מענטש וועלכער איז ברייט באקאנט אין דער אידישער גאס אלס א קנאי, שרייער, קריטיקירער וכדומה, אלס א איש רחמן מיט א זעלטענעם לב טוב שאין דוגמתו, אבער פאר מיר - זאגט מיר דער איד - איז דאס געווען זייער אינטערסאנט.
ר' עמרם, זאגט ער, איז געווען א איד וואס ביי אים אין שטוב האבן זיך געפונען דאס פלאץ אלע אורחי פורחי ניקעס פון שטאט. אן אפענעם טיר צו יעדן צובראכן הארץ. נאך מער, זאגט מיר דער איד, עס איז אמאל געווען אין ירושלים ביי איינע פון די שווערע מערכות וואס ר' עמרם האט דאן געפירט. ר' עמרם איז ארויס אין א מחאה בחוצות ירושלים. פארשטייט זיך אז די פאליציי האט נישט געשוויגן, און שלעק זענען געגאנגען ביז אין זיבעטן ריפ אריין. יענעם ביינאכט (איך בין נישט זיכער צו טאקע דייקא יענעם אויפדערנאכט) האט ר' עמרם געהאט עפעס א משפחה שמחה. זייענדיג ביי די שמחה האט ער געמערקט ווי א געוויסער יונגאטש, וועלכער האט ביי די מחאה צוגעהאלפן די פאליציי אויסצופירן זייערע באפעלן, דרייט זיך דארט ארום און נויטיגט זיך אין עפעס הילף. ר' עמרם, א חוץ וואס ער איז געווען א לב טוב, א הארץ פון פוטער, האט אבער דא אין דעם געשפירט אז ער מוז טאן יותר מהרגלו, ער מוז טוהן כל טצדקי שבעולם ארויסצוהעלפן דעם איד, אלץ בכדי עס זאל נישט אויסקוקן כאילו ער טראגט עפעס א פערזענדליכע שנאה אנטקעגן דעם איד.
דער איד האט מיר אראפגעמשלט דעם ר' עמרם, א ווי כאילו ער וואלט היינט געפירט אזא מין מעשוגעים אפאראט-האום וואו אלע צובראכענע הערצער קומען זיך צוזאם און מ'איז זיי מחזק מיט פיזישע און גייסטישע הילף. ער זאגט אז דער איד איז געווען אוועק געגעבן פיר און צוואנציג שעה טאג צו העלפן א צווייטן איד.
דער איד פירט אויס, אפילו איך בין נישט געווען איינשטימיג מיט זיינע קנאישע דרכים, האב איך אבער איינגעזען פון זיין הלוך ילך אז זיין קנאות קומט מצד הקדושה...
*
ער זאגט מיר, אז אזוי ווי איך בין דאך שוין פונעם שפעטעריגן דור וועלכע האבן נישט מיטגעלעבט די ערשטע צייטן פון מדינת ישראל, דעריבער וועל איך שווער פארשטיין זיין סטעיטמענט, אבער וויסן זאל איך אז ווען נישט דעם סאטמארער רב וואלט קנאות אויסגעקוקט ווי עפעס אזא פרומער ענין, וואס ס'בלאנגט בלויז צום פרומערן קרייז אידן. ער איז מיר דאס מסביר מיט א משל, אזוי ווי לאמיר זאגן עסן היימיש. יעדער ווייסט אז עסן היימיש איז גאר א חשובע זאך, אבער למעשה ווער פירט דאס אויס? בלויז דער פרומסטער קרייז פון די פרומע קרייזן, פארוואס? ווייל מ'קען נישט בויען א כלל ישראל מיט בלויז פרומע. קנאות, זאגט ער מיר, איז דאס זעלבע. ווען נישט דעם סאטמאר רב וואלט דאס פונקט אזוי אויסגעקוקט. יעדער וואלט אפשר געהאלטן אז ר' עמרם איז גערעכט מיט זיינע השקפות לגבי ציונית, איינער צען פראצענט איינער פופציג, איינער מער איינער ווייניגער, אבער ביז למעשה. יעדער וואלט דאס מחשיב געווען, אבער אנגעקוקט וואלט מען דאס ווי אן ענין וואס געהער זיך אן צו די פרומערע סארט עלעמענטן, ס'נישט פאר קיין בעל הביתים. דער סאטמאר רב האט גענומען קנאות און דאס פארוואנדלט פאר א כלל שיטה, פאר א כלל זאך. יעדער סאטמארער בעל הבית וועלכער זיצט זיך אין פארטי-סעווען ביי דער ארבעט, קיין חילוק קורץ רעקל אדער לאנג; פלאטשיקער קאפילוטש צי הויכע; פלאסטישע ברילן צי גאלדענע; ארויפגעדרייטע פיאות צי לאנגע פיאות; ביי יעדן סאטמארער חסיד איז דאס ענין פון קנאות געווארן א פארט (חלק) פון זיין אידישקייט און א חלק פון זיין לעבנסשטייגער.
זכר צדיק לברכה