רבי חיים ן' עטר האור החיים הק' ט"ו תמוז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

יצמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2007 4:26 pm

רבי חיים ן' עטר האור החיים הק' ט"ו תמוז

תגובהדורך יצמח » פרייטאג יולי 18, 2008 10:21 am

היינט איז די יארצייט פנעם אור החיים הק' רבינו חיים בן משה ן' עטר זי"ע

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יולי 18, 2008 11:00 am

דער אור החיים הקדוש ליגט גאנץ אונטן צופיסנס פונעם הר הזיתים (העכער יד אבשלום) דארט ליגט אויך דער פרי חדש.

גאר מערקווידיג איז דער פאקט אז על אף וואס ער איז געווען א ספרד'ישער גדול, איז דער ספר ממש א יסודות'דיגע ספר בספרי חסידות און ווערט געלערנט צווישן חסידישע אידן מיט א גרויסע ברען, אסאך אידן זענען זיך קובע יעדע וואך צו ענדיגען חומש רש"י מיט'ן אור החיים הק'.

איז פארהאן עפעס אינפארמאציע איבער א שייכות פונעם אור החיים הק' מיט גדולי החסידות בחיים חיותם?

זכותו הג' יגן עלינו.

שיעור פארגעסן, א שיינעם דאנק ר' יצמח פאר פתיחת האשכול, ממנו ילמדו וכן יעשו זכות הרבים תלוי בך.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » פרייטאג יולי 18, 2008 11:09 am

וואס הייסט צי ספאראן? ס'דאך באקאנט די מעשה מיטן בעל שם הקדוש אז ער האט געוואלט ארויפגיין אויף ארץ ישראל זיך צו טרעפן מיטן אוהחה"ק. די לעגענדע דערציילט דאך אז מ'האט אים מן השמים צוריק געהאלטן, ווייל אויב דאס וואלט צעשטאנדען געקומען וואלט משיח געקומען.

דער חיד"א אין שם הגדולים, מערכת ספרים אות אור החיים, שרייבט אז ער האט געהערט אז אין פולין טוט מען שטארק מחשיב זיין דעם חיבור אור החיים הק'. און ער לייגט צו אז די סיבה דערפאר איז, ווייל דער בעל שם הק' האט געזאגט גרויסע זאכן איבער נשמת האור החיים הק'.

ועוד יש להאריך בזה טובא.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » פרייטאג יולי 18, 2008 11:19 am

מיללער האט געשריבן:איז פארהאן עפעס אינפארמאציע איבער א שייכות פונעם אור החיים הק' מיט גדולי החסידות בחיים חיותם?

זכותו הג' יגן עלינו.

.

בחיים לויט די יארן אויב שייכות האט עס נאר געקענט זיין מיט בעל שם הקדוש זעלבסט,


מיט דעם אלעם אז דער בעל שם האט געזאגט גרויסע זאכען איז נאך אלץ א גרויסער חידוש דאס ציגעבינדענקייט צי זיין הייליגען חיבור ביי די חסידישע קרייזען.
נאך מער די ספרדישע קרייזען פון וואס דער אורהחה"ק איז געווען, האבען דאס מחשיב זיין דעם ספר אויך נאר גענומען פון די חסידישע קרייזען.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יולי 18, 2008 11:21 am

זארעך,
אויסער די מעשה מיט'ן בעל שם? וועלכע יאר איז דער אוה"ח הק' נסתלק געווארן, זענען די תלמידי בעל שם שוין געווען אין אר"י יענע צייט (לכאורה נישט, אבער פרעגן מעג איך דאך, דו גיבסט נישט קיין פעטש, גערעכט?)

(דיסקלעימער: איך בין נישט דער גרעסטער ידען בקורות הדורות בכלל און בעניני חסידות בפרט, איינע פון מיינע מקורות איז 'היימישע קרעטשמע, מערכת 'על הצדיקים'... בעליוו איט אר נאט)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יולי 18, 2008 11:23 am

איך זעה אז יאסל האט שוין קלעריפייד, תשוח"ח לו.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » פרייטאג יולי 18, 2008 12:10 pm

דער אור החיים הק' איז אוועק תק"ב אדער תק"ג, דענק איך נישט אויף אויסנווענדיג. איבער די מעשה מיטן בעל שם'ס ארויפגיין אויף ארץ ישראל וועל איך לאזן אנדערע, ווייל איך געדענק עס נישט פונקטליך.

ס'דא פון גרויסע רבי'ס וועלכע האבן זיך אויסגעדריקט אויפן חיבור אור החיים הקדוש גאר גרויסע זאכן, א שטייגער ווי אויפן חיבור 'נועם אלימלך' און אפשר נאכמער.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » פרייטאג יולי 18, 2008 12:58 pm

זארעך

צק"ג

וועגן שטימט נישט דאס אז ר' גרשון קיטוב'ער איז ארויף אין תק"ז, ס'טוצעך אויף בערג און טאלן, מאנכע ווילן זאגן אז ער איז ארויף צוויי מאל, איינס תק"ב און איינס תק"ז.

דער בעל שם טוב האט געזאגט בפטירתו כבה נר המערבי, ווייל מ'האט אים מגלה געווען מן השמים א סוד לנטילת ידים וואס מ'איז נאר מגלה לאחד בדור.

ווי זארעך האט שוין געזאגט, איז דא אסאך אויסדרוקן אויסער פונעם בעל שם טוב, ווי למשל פון ר' פנחס קאריצער זאגט מען, אז ער האט געזאגט ס'איז מציל אויפן שטאט דער ספר, און געהייסן לערנען דערין יעדן, פון רוזשינער איז דא גרויסע זאכן אויפן אור החיים הקדוש.

ס'איז ראוי לציין אז דער אוה"ק איז נסתלק געווארן ביי עטליכע פערציג יאר, און איז ארויף אפאר יאר פאר זיין פטירה קיין ארץ ישראל, און איז טאקע אין מאראקא אליינס נישט געווען אזוי מפורסם ווי ס'איז געווען, זיין קרוב ר' יודא בן עטר, אדער דער יעב"ץ, אדער ר' אליהו הצרפתי [זיין תלמיד] דער משבי"ר, וכדומה. נאכמער, אסאך פון די מעשיות וואס דרייט זיך ארום אויפן אור החיים הקדוש, שטאמט טאקע פון די חסידי'שע שרייבערס, מ'האט פון אים גערעדט פונקט ווי א חסידישע רבי. [בדרך הלצה, האבן די חסידים געטון מיטן אור החיים הקדוש אזוי ווי די ספרדים האבן לעצטענס גענומען ר' נחמן פאר זיך, אז זיי ווייסן שוין היינט קוים אז ער איז געווען א אשכנזי,]

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » פרייטאג יולי 18, 2008 1:05 pm

עפעס א טעות הקיבארד ליגט אין דיינע ווערטער, רבי בני היכלא. הייבסט אן מיט א "צק"ג" - לכאורה מיינסטו צו זאגן "צריך עיון גדול" אויף די מעשה.

דערויף ווילסטו ברענגען עפעס א ראי' פון רבי גרשון קיטוב'ערס עלי' קיין א"י, וואס דו ברענגסט עפעס נישט געהעריג ארויס דיין כוונה דערמיט. (אפשר יא, נאר קטנות מוחי איז דאס נישט תופס).

(אגב, ס'קוקט אויס ווי דו רעדסט פונעם רי"יץ'ס בריווען וואס ס'זענען לעצטענס אנטדעקט געווארן צווישן בעשה"ק וגיסו. אויב יא, שוין, נו...)

דיין לצה איז בעסער ווי גוט...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יולי 18, 2008 1:09 pm

זארעך,

[עס איז נישט דעם ריי"צ'נס בריוון, עס איז פון רש"ב, אויב דו מיינסט די גניזה החרסונית]

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » פרייטאג יולי 18, 2008 1:15 pm

די בעש"ט האט געשיקט בריוון צו די אור החיים מיט רבי גרשון קיטיווער זצ"ל.

די מעשה מיט די גילוי אין די סוד פון נטילת ידים איז געווען שבת נאכמיטאג אין די זמן פטירת האוה"ח הקדוש. (אזוי האב איך געליינט - אין די בוך פון מנחם מענדל דאכצעך - דארט איז אויך דא אן אינטרעסאנטע סיפור פון די אוה"ח הקדוש מיט זיינע פירושים אויף די פסוק 'אם בחיקותי תילכו', ווי ער איז געווען ביי עפעס א צדיק אויף זבת, דער וואס געדענקט זאל ביטע פארציילן.)

איך האב געהערט פון רבי אהרן בלום שליט"א פון ירושלים (פון די גרעסטע מוצ"ל פון ספרים) אז די ספר אוה"ח ווערט דאס מערסטע פארקויפט פון אלע ספרים.

אין ארץ ישראל איז דא א גרויסע געפארעכץ צום ציון פון די אור החיים הקדוש ביומא דהילולא ממש ווי ביי רבי שמעון בר יוחאי, פון גאנץ ארץ ישראל קומט מען צו פארן, איך אליין האב זוכה געווען דארט צו זיין 4 יאר. עס זענען דא טישלעך די גאנצע וועג ארויף צום ציון, אזוי ווי אין מירון. ווי אויך האבן מענטשן לעצטענס אנגעהויבן צו פארען פון חוץ לארץ אוי, ווייל מען זעהט דארט גרויסע ישיעות.

זכותו יגן עלינו ועכ"י.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » פרייטאג יולי 18, 2008 1:18 pm

טיקון טעות תק"ג צריך לומר דאן איז ער אוועק.
אויף דעם האב איך געזאגט, אז די וואס שרייבן אז ר' גרשון איז ארויף קיין א"י תק"ז שטימט נישט מיט די מעשה אז ער האט זיך געטראפן מיטן אור החיים.

איך רעד נישט גארנישט פון קיין חרסונית מעשה, די מעשה מיט כבה נר המערבי, שטייט שוין פריער, דאכט זיך אין שבחי הבעש"ט אפילו.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » פרייטאג יולי 18, 2008 1:21 pm

אהא, איך האב פארשטאנען אז דו רעדסט פון די בריווען אויסטוישונגען בין הבעשה"ק לר' גרשון, און דו ווילסט עפעס פון דעם א ראי' ברענגען אז די מעשה מיטן בעש"ט פארן קיין ארץ ישראל זיך צו טרעפן מיט אוהח"ק איז נישט אמת. טעיתי. די מעשה פון כבה נר המערבי, ווייס איך אז ס'פון פריערדיגע.

(ס'פון רש"ב? אקעי... נעקסטיים...).

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג יולי 07, 2009 11:48 am

ארויפגעברענגט לכבוד יומא דהילולא קדישא.

ווי באקאנט איז דער אוה"ח הק' פון די יחידים וואס דער גאנצער וועלט האט צוגעטיילט דעם תואר "הקדוש". כי קדוש הוא לאלקיו!
לחיים ולברכה!

א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:36 pm

תגובהדורך א גוט ווארט » מיטוואך יולי 08, 2009 10:31 am

רבי גרשון קיטובער איז געווען קודם אין ארץ ישראל, און ער איז ארויסגעפארן צו די חתונה פון איינס אדער צוויי פון זיינע קינדער.
תכלית הידיעה אשר לא נדע

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 08, 2009 1:34 pm

נעכטן האב איך געהערט אז די וועלט זאגט אז דער אוה"ח הק' ליגט נעבן א יבמה וועם ער האט מיבם געווען על מות אחיו, היות ביי די ספרדים האט מען דאך נישט אנגענומען דעם איסור יבום.

ווייסט איינער א מקור צו דעם?

אוועטאר
געוואלד
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2007 12:31 pm

תגובהדורך געוואלד » מיטוואך יולי 08, 2009 9:02 pm

דאכצעך אז דער אוה"ח הק' וואס הייסט אגב רבינו חיים בן משה, אזוי שרייבט ער זיך אונטער אויפן הקדמה אויף ספר בראשית (בן-עטר איז א פאמיליע נאמען) איז נסתלק געווארן בשנת תק"ג איך וואלט געזאגט אז יענעם יאר פונעם הסתלקות האט דער בעש"ט אונטערגענומען די נסיעה לארצינו הק', פסח תק"ג

דער בעש"ט האט געשיקט אנפרעגן דורך ר' גרשון קיטעווער דעם אוהחה"ק צו ער זאל זיך אונטערנעמען די נסיעה קיין ארץ ישרא' האט דער אוהחה"ק צוריק געשיקט פרעגן דעם בעש"ט צו ער זעהט איהם (דער אוהחה"ק) אין די עולומות עליונים בעת ער מאכט עליות נשמה האט דער בע"ש צוריק געענטפערט אז יא, האט דער אוה"ח געפרעגט צו ער זעהט זיין גאנצער גוף האט דער בע"ש געענטפערט ער זעהט זיין גאנצער גוף חוץ די עקביים די פיס זעהט ער נישט, האט דער אוהחה"ק צוריק געשיקט זאגן אז אויב אזוי זאל ער נישט פרובירן ארויפצוקומען. למעשה מאיזה סיבה האט דער בע"ש נישט באקומען דער אנטווארט און ער איז יא געפארן כידוע.

ער איז נסתלק געווארן אין יונגן עלטער פון בלויז 47 יאר, א תלמיד זיינער שרייבט כ'דענק נישט ווער, אז ער האט געהאלטן אויף זיך אז ער איז ראוי צו זיין משיח און דער גואל, (ער איז עס מרמז איינמאל בספרו ער שרייבט עפעס "משיח שמו חיים", איך וועל עס בלי נדר נאכקוקן,) דער תלמיד שרייבט אז דער אוהחה"ק האט פארארבעט צו ברענגן די ענדגילטיגע גאולה שלימה, און פארשטייטזיך אז די חצונים האבן זיך פארלייגט און צוליב דעם איז ער אזוי יונג אוועק.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך יולי 08, 2009 11:44 pm

המעשה הוא כך:
הה"ק רבי פנחס מקאריץ זי"ע הרבה לספר בשבח חיבור האוה"ח הק' אף שהמחבר היה בן דורו פעם אחת הביא אליו מדפיס בשם "אשר" חומשים עם ה"אור החיים" שהעלה על מכבש דפוסו, רבי פנחס שמח בראותו את החומשים המהודרים ותוך כדי עלעול בספר נפלו עיניו על הפסוק בפרשת ראה (דברים טו ז) "כי יהיה בך אביון" וגילה כי המדפיס השמיט בסיום הפירוש את התיבות "משיח ה' שמו חיים" שאל רבי פנחס את המדפיס מדוע השמטת תיבות אלו השיב המדפיס ידעתי שעל עצמו כיוון ומשום כבודו השמטתים מיד פתח לו רבי פנחס בפרשת סוטה על הפסוק במדבר ה כב ואמרה האשה אמן אמן מביא האוה"ח דברי חז"ל "בין מאיש זה בין מאחר" וטעה והדפיס שם "בין מאיש זה בין מאשר" ויאמר לו הרה"ק "ראה חותמך" היתה זו הוכחה ניצחת לדברי רבי פנחס שהמהרהר אחר הצדיקים עובדי ה' אות הוא כי נתפס בעון חמור

שוטה
שר האלף
תגובות: 1234
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » דאנארשטאג יולי 09, 2009 2:28 am

יהיה כן האט געשריבן:המעשה הוא כך:
הה"ק רבי פנחס מקאריץ זי"ע הרבה לספר בשבח חיבור האוה"ח הק' אף שהמחבר היה בן דורו פעם אחת הביא אליו מדפיס בשם "אשר" חומשים עם ה"אור החיים" שהעלה על מכבש דפוסו, רבי פנחס שמח בראותו את החומשים המהודרים ותוך כדי עלעול בספר נפלו עיניו על הפסוק בפרשת ראה (דברים טו ז) "כי יהיה בך אביון" וגילה כי המדפיס השמיט בסיום הפירוש את התיבות "משיח ה' שמו חיים" שאל רבי פנחס את המדפיס מדוע השמטת תיבות אלו השיב המדפיס ידעתי שעל עצמו כיוון ומשום כבודו השמטתים מיד פתח לו רבי פנחס בפרשת סוטה על הפסוק במדבר ה כב ואמרה האשה אמן אמן מביא האוה"ח דברי חז"ל "בין מאיש זה בין מאחר" וטעה והדפיס שם "בין מאיש זה בין מאשר" ויאמר לו הרה"ק "ראה חותמך" היתה זו הוכחה ניצחת לדברי רבי פנחס שהמהרהר אחר הצדיקים עובדי ה' אות הוא כי נתפס בעון חמור


בעיניי ראיתי דעם ארגינעלען חומש ביי אן אנטיק ספרים זאמלער.

אגב איז דא א אינטערעסאנטע מעשה אז אין יאר תש"ח האבען די אראבער געברענגט טראקטארס אויפן הר הזיתים און אנגעהויבען עוקר זיין די מצבות און קברים, און ווען זיי זענען אנגעקומען צום ציון פונעם אוה"ח הק' האבן זיי בשום אופן נישט געקענט גיין ווייטער און דער טראקטאר האט זיך געהאלטען און איין איבערדרייען, און עד היום קען מען זעהן ווי דער וועג ביזן אוה"ח הק' איז חרוב און פול מיט צובראכענע מצבות און פון דארט און ווייטער איז אלעס על מקומו.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » פרייטאג יולי 10, 2009 4:53 am

די וועלט פארציילט אז בשעת'ן צווייטן וועלט קריג איז פארגעקומען א תפלת רבים ביים ציון פון הרה"ק האור החיים זי"ע ווי עס האבן זיך צווישן אנדערע באטייליגט הרה"ק רבי שלומ'קע זוועהילער זצ"ל, הרה"ק רבי ישראל מהוסיאטין זצ"ל, הרה"ק רבי אהרן ראטה זצ"ל, און נאך, און די צדיקים האבן געזאגט אז דער רשע וועט נישט קומען בשערי העיר, ווייל עס איז געזעהן געווארן דער שם הוי'ה לייכטן העכער דעם ציון.
ווייסט איינער פרטים איבער דעם, פון ווי דער מקור איז? ווער האט דאס געזאגט?
לחיים ולברכה!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יולי 10, 2009 10:31 am

איך האב פונקט נעכטן [נאכאמאל] געלייענט די מעשה און א סקווירא גליון 'ובחרת בחיים' לזכרונו של האור החיים הק', זיי שרייבען די מקור פונעם ספר על תולדות הר"י מהוסיאטין בשם 'אמרו צדיק' לויט וויאזוי ר' יהושע ברים ע"ה האט עס פארציילט וואס ער איז אליינס געווען דערביי.

בכלל זעה איך דארט איז בין צדיקי טשערנאביל האט מען ספעציעל מחשיב געווען דאס לימוד בספר האור החיים הקדוש, ווייסט איינער א מקור בספרי טשערנאבל על זה?

א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:36 pm

תגובהדורך א גוט ווארט » פרייטאג יולי 10, 2009 10:52 am

א מקור בספרי טשערנאביל, אתמהה?!
דאס איז וואס די רבי'ס האבן אליין געטוהן און געפאדערט פון'ם עולם.
אין סקווירא האט דאך דער רבי משה גבאי-בטלן-כאניאק(חנוק) דאס פארגלערנט בטוב טעם "ודעת" תמידין כסדרן ומספין כהלכתן.
אין ריזין איז דאס געווען שטארק.
תכלית הידיעה אשר לא נדע

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יולי 10, 2009 11:10 am

איך רעד פון די פריערדיגע ווי; מאור עינים, ספרי טאלנא וטריסק, וכדו'.

א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:36 pm

תגובהדורך א גוט ווארט » פרייטאג יולי 10, 2009 11:39 am

פון הרה"ק רבי איצקל סקווירא'ר איז מקובל מימרות בעד לימוד אוהחה"ק
תכלית הידיעה אשר לא נדע

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » זונטאג יולי 10, 2011 6:55 pm

אט אט קומט שוין די יארצייט
איך האב געזען די וואך א מורא'דיגע מעשה, לאמיר עס מיטטיילן פארן עולם
איי איך האב נישט קיין צי שרייבן, וועל מיר עס לינקען, און ווער ס'האט צייט וועט עס מעתיק זיין

קוקט דא אויף דף ג' די לינקע קאלום
http://www.ladaat.net/siteimages/fl_4e169f7b1bb53.pdf
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 8 געסט