בלאט 1 פון 3

ר' חנוך העניך טווערסקי ממאלין - כ"ב אלול תשל"א

געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2008 9:54 am
דורך מיללער
יישר-כח יאסל פאר די טייערע בילדער,

אלעס פארשטיי איך אויסער ווער איז 'ר' חנוך העניך דוב טווערסקי האדמו"ר ממאלין-ראדומישל'?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2008 3:10 pm
דורך ביקסאד
מיללער האט געשריבן:אלעס פארשטיי איך אויסער ווער איז 'ר' חנוך העניך דוב טווערסקי האדמו"ר ממאלין-ראדומישל'?
כמדומה בן הרה"ק ר' אברהם יהושע העשיל מ'ראדאמישל בן הרה"ק ר' גדליה מ'מאלין בן הרה"צ ר' ישראל חתן הרה"ק ר' אהרן מ'טשערנאביל ונכד הרה"ק ר' נחמן מ'ברעסלאוו.

געשריבן: פרייטאג יוני 27, 2008 11:59 am
דורך מיללער
ביקסאד האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אלעס פארשטיי איך אויסער ווער איז 'ר' חנוך העניך דוב טווערסקי האדמו"ר ממאלין-ראדומישל'?
כמדומה בן הרה"ק ר' אברהם יהושע העשיל מ'ראדאמישל בן הרה"ק ר' גדליה מ'מאלין בן הרה"צ ר' ישראל חתן הרה"ק ר' אהרן מ'טשערנאביל ונכד הרה"ק ר' נחמן מ'ברעסלאוו.


איך האב היינט אינדערפרי געקריגען אן אי-מעיל פון א אייניקל פון ר' שלמה אדמו"ר מהורנוסטייפל-דענווער הנ"ל ווי ער קאנפירמד אז ער איז געווען אן אייניקל פון ר' אהרן מטשערנאבל, ער האט געוואונט אין טשיקאגו ווי ער האט משמש געווען באדמורו"ת מאלין.

הרב ביקסאד, דער ר' ישראל חתן ר' אהרן מטשערנאבל, וועמענס זוהן איז ער געווען?

געשריבן: פרייטאג יולי 11, 2008 12:33 pm
דורך ביקסאד
ביקסאד האט געשריבן:ר' חנוך העניך דוב טווערסקי האדמו"ר ממאלין-ראדומישל בן הרה"ק ר' אברהם יהושע העשיל מ'ראדאמישל בן הרה"ק ר' גדליה מ'מאלין בן הרה"צ ר' ישראל חתן הרה"ק ר' אהרן מ'טשערנאביל ונכד הרה"ק ר' נחמן מ'ברעסלאוו.
איצטער געזעהן: (קרעדיט mefikel, מירער-בחצרות) נולד לאביו ר' אברהם יהושע העשל טווערסקי מראדומישל בשנת תרמ"ו בעיר אלעסק , נישא בשנת תרע"א למרת חנה חיה בת ר' יוסף ירושלימסקי מקישינוב, ובשנת תרע"ד נתקבל לרב בראדומישלא. בשנת תרע"ט נתמנה על מקום אביו כאדמו"ר במאלינא. בשנת תרפ"ד היגר לשיקאגו, ושימש ארבעים שנה כרב קהל לב שמח שם, חבר אגודת האדמורים, ומרכז הרבנים בשיקאגו, וועד הפועל של קרן הצלה בשיקאגו. הוציא לאור את סידור לב שמח של זקינו מאלעסק. חיבר ספרי חידושים באגדה ועוד, והם בכתב יד. בשנת תשכ"ח עלה לארץ ישראל והתיישב בירושלם עיה"ק ושם נפטר ביום כ"ב אלול התשל"א, ומקום מנוחתו במרומי הר הזיתים בירושלם.

געשריבן: פרייטאג יולי 11, 2008 12:36 pm
דורך מיללער
ביקסאד,
וויאזוי איז ער געווען אן אלעסקער אייניקל?

געשריבן: פרייטאג יולי 11, 2008 1:08 pm
דורך יאסל
דא אזי נאך א בילד ווי ער שטייט צי רעכטס

געשריבן: פרייטאג יולי 11, 2008 1:10 pm
דורך יאסל
איז זע דא אז זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון ר' סענדער רוקח מאלעסק

געשריבן: פרייטאג יולי 11, 2008 1:42 pm
דורך מיללער
יאסל האט געשריבן:איז זע דא אז זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון ר' סענדער רוקח מאלעסק


ווי איז דאס דא, און ווער איז ר' סענדר רוקח מאלעסק?

געשריבן: מאנטאג יולי 14, 2008 11:55 am
דורך מיללער
א שיין בילד פון דעם מאלינער רבי ר' העניך (לינקס) מיט זיין ברודער הרה"צ ר' שלום טווערסקי זי"ע אדמו"ר ממאלין-ראדומישל אין חיפה (קרעדיט יאסל) דער בילד שיינט צו זיין אין ירושלים ביים כותל-המערבי.

געשריבן: מאנטאג יולי 14, 2008 12:54 pm
דורך מיללער
מיללער האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:איז זע דא אז זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון ר' סענדער רוקח מאלעסק


ווי איז דאס דא, און ווער איז ר' סענדר רוקח מאלעסק?


איך זעה אינעם אלעסקער אשכול אז דער לב שמח האט געהאט אן איידעם ר' צבי רוקח נכד השר שלום מבעלזא, פילייכט איז דער ר' סענדר זיינס א זוהן/אייניקל, יאסל, זיי שרייבן נישט דארט מער פרטים? אפשר וועט ביקסאד וויסן.

געשריבן: מאנטאג יולי 14, 2008 1:10 pm
דורך זעליג
ס'זעהט אויך אויס אז ער גייט מיט א ירושלימ'ער כאלעט'ל.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2008 8:24 pm
דורך מיללער
א בילד פונעם מאלינער רבי פון שיקאגו אינגערהייט אינדערהיים אין ראדומישל (קרעדיט; נכדו באתר ראדומישל)

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2008 1:18 pm
דורך בן בוזי
ר' חנוך העניך האט געהאט פיל חסידים אין וויניפעג קאנאדע, איך דארף אפיר זוכן אין מיינע ארכיוון איך האב דארט קאפיעס פון צייטוגען איבער זיינע באזוכן דארט
בכלל איז וויניפעג געווען באוואוינט מיט היבש א צאל פון טשערנאבילער חסידים, דער מאקארובער רבי האט אויך געוואוינט דארט

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2008 1:50 pm
דורך בן בוזי
דער בילד גענומען פון יענער סייט (דורך ר' ברוך - בעררי - טווערסקי שי' נכד אדמור"י מאלין) איז פון דער קבר פון ר' אברהם יהושע העשיל ממאלין וועלעכע איז געהרג'ט געווארן דורך די פעטליורע באנדעס (וועלעכע האבן פראבירט איבערצונעמען קאנטראל איבער רוסלאנד נאך דער צוזאמפאל פון די צאר'ישע דינאסטיע) אין יאר תרע"ט,
אויפן בילד זעהט מען די חברה קדישא יונגעלייט וועלעכע האבן מיט מסירת נפש אין די פינסטערניש פון די נאכט געברענגט דעם צדיק צו קבורה

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2008 3:14 pm
דורך מיללער
בן-בוזי טייערער,
לויט וויך איך פארשטיי איז דער אוהל דערנעבן אויך פון אנייע פון די אדמור"י ראדומישל, איז דאס וואר?

אגב דער דערמאנטער ר' בערי טווערסקי איז היינט א צירינג-סוחר אונטערן נאמען Twerski & Twersky עס איז אנגענומען אז די טווערסקיס האבן זיך געטיילט מיט די ענגלישע אויסלייג פונעם נאמען צו מיט א I אדער א Y ביים סוף (אריין אין שפראך פארום) די הורנוסטייפלער האבן אנגענומען איין ווערסיע און די אנדערע משפחות די אנדערע.

האט ער א שייכות צו הורנוסטייפל אויך?

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2008 3:29 pm
דורך בן בוזי
עס זענען פארהאן אין די רוסישע ווערסיע נאך אויסלייגן ווי צב"ש
Tvyrski, Tversky, Tverskoy, Tvirski
מאך נאר א גוגל סוירטש וועסט דאס געפונען
דאהי אין אמעריקע זעהט אויס אז מען האט אנגענומען דעם Twersky אויסלייג, חוץ פון די מילוואקיער וועלעכע שרייבן Twerski (קען זיין ווייל אריגינעל זענען זיי נישט קיין טווערסקי'ס נאר אווערבאך'ס, ווארום דער הורנסטייפאלער האט זיך געטוישט דער נאמען צו טווערסקי נאך זיין מאמעס טאטע דער טשערקאסער אבער ער זעלבסט איז א בן אחר בן געווען פון דעם ר"ר זושא)

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2008 3:40 pm
דורך מיללער
דאס האב איך טאקע געשריבען, איך האב אבער געזעהן אז אין זיין געשעפט אין זיין סייט האט ער ביידע ווערסיעס, פארדעם האב איך געפרעגט צו ער האט א משפחה קירבות צו די מילוואקיער משפחה.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2008 3:59 pm
דורך בן בוזי
און ער איז טאקע אויך נישט קיין אמת'ער טווערסקי ווארום ער איז באמת א רובין און אן אייניקל פון (ברעסלאוו)
ר' אברהם יהושע העשיל מראדומישל בן ר' גדלי' ממאלין בן ר' ישראל (חתן ר' אהרן מטשערנאביל) בן ר' יצחק רובין מקרעמענטשוג (חתן ברעסלאוו)

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2008 4:03 pm
דורך בן בוזי
ר' ישראל מקרעמענטשוג איז נפטר געווארן זייער אין א יונגע עלטער נאך בחייו פון זיין שווער ר' אהרן מטשערנאביל און דערפאר איז ר' גדלי' ממאלין נתגדל געווארן בבית זקינו בטשערנאביל

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2008 4:39 pm
דורך ביקסאד
בן בוזי האט געשריבן:און ער איז טאקע אויך נישט קיין אמת'ער טווערסקי ווארום ער איז באמת א רובין און אן אייניקל פון (ברעסלאוו)
ר' אברהם יהושע העשיל מראדומישל בן ר' גדלי' ממאלין בן ר' ישראל (חתן ר' אהרן מטשערנאביל) בן ר' יצחק רובין מקרעמענטשוג (חתן [הגהה ר' נחמן] ברעסלאוו)
איצטער פונקטליכער געגעבען צו פארשטיין די אויבן דערמאנטע,
מיללער האט געשריבן:
ביקסאד האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אלעס פארשטיי איך אויסער ווער איז 'ר' חנוך העניך דוב טווערסקי האדמו"ר ממאלין-ראדומישל'?
כמדומה בן הרה"ק ר' אברהם יהושע העשיל מ'ראדאמישל בן הרה"ק ר' גדליה מ'מאלין בן הרה"צ ר' ישראל חתן הרה"ק ר' אהרן מ'טשערנאביל ונכד הרה"ק ר' נחמן מ'ברעסלאוו.
הרב ביקסאד, דער ר' ישראל חתן ר' אהרן מטשערנאבל, וועמענס זוהן איז ער געווען?

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2008 4:49 pm
דורך בן בוזי
וואס ווילסטו?

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2008 5:58 pm
דורך ביקסאד
ווער זאגט יאך וויל עפעס פון דיר, יאך האב נאר צוגעצייכנט איינעם צום צווייטן.

געשריבן: מיטוואך מארטש 11, 2009 3:24 pm
דורך badatz
בן בוזי האט געשריבן:עס זענען פארהאן אין די רוסישע ווערסיע נאך אויסלייגן ווי צב"ש
Tvyrski, Tversky, Tverskoy, Tvirski
מאך נאר א גוגל סוירטש וועסט דאס געפונען
דאהי אין אמעריקע זעהט אויס אז מען האט אנגענומען דעם Twersky אויסלייג, חוץ פון די מילוואקיער וועלעכע שרייבן Twerski (קען זיין ווייל אריגינעל זענען זיי נישט קיין טווערסקי'ס נאר אווערבאך'ס, ווארום דער הורנסטייפאלער האט זיך געטוישט דער נאמען צו טווערסקי נאך זיין מאמעס טאטע דער טשערקאסער אבער ער זעלבסט איז א בן אחר בן געווען פון דעם ר"ר זושא)

c
ב''ה
דער הארנסטייפלער האט זיך נישט געטוישט . עהר איז אויסגעוואקסען אזוי וויל עהר איז געווקסען ביים זיידען דער טשערקאסער .
אויך א צווייט אייניקעל ר' מאטי'ע בער [וויא זיין איהר אייניקעל ר' דוודעל סקווער-בארא-פארק האט איהם גערופען ]פין טאמאשפיל האט זיך אויך
געריפען טווערסקי חאטש עהר איז געווען א בא''ב שניאורי-ליובאוויטש ווייל עהר איז אויפגעוואקסען ביים זיידען וואס האט נישט געהאט קיין זכרים.

געשריבן: זונטאג יאנואר 17, 2010 1:08 pm
דורך שטיקל גבאי
א שטיקל באשרייבונג פון איינע פון די חתונת פון זיינע קינדער בשנת תשי"ג
גענומען פון ירחון קול ירושלים, ארויסגעגבן דורך הרב אברהם מרדכי הערשבערג זצ"ל

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:24 pm
דורך בן בוזי
זוכנדיג אויף די עלליס איילאנד רעקארדס האב איך געטראפן אן אינטערעסאנטע ערשיינונג אז ר' חנוך העניך ממאלין, און ר' משה חיים יהושע מטאמאשפיל זענען אינאיינעם געקומען קיין אמעריקא, אויפן זעלבער שיף.

איך שטעל דא צו אן אויסשניט פונעם רעקארד ווי עס שטייט די פאלגענדע פונקטן;

דער טאמאשפילער.

נאמען: מאו טווערסקי (twerschi). אקופאציע: גרענד ראביי. לעצטע פלאץ פון רעזידענץ: באהו (אפשר באקו) רומעניע. וועט פאראייניגט ווערן מיט: חברה בית אהרן חסידי קאיידנוב-בראנזוויל. נענטסטע קרוב אדער פריינד: ש. ליפסאן. דעסטינאציע: נוא יארק.

דער מאלינער.

נאמען: חינק טווערסקי (twersky). אקופאציע: גרענד ראביי. לעצטע פלאץ פון רעזידענץ: קעשינוב רומעניע. וועט פאראייניגט ווערן מיט: אנשי חודרקוב-שיקאגאו. נענטסטע קרוב אדער פריינד: ש. ליפסאן. דעסטינאציע: שיקאגאו.

דא האט איר די רעקארדס, ס'איז שורה 21-22. 1, 2