רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

תגובהדורך יודל קליין » דאנארשטאג יוני 18, 2015 3:30 pm

היינט איז די יארצייט זי"ע
זה הקטן גדול יהי'

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25703
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 15, 2015 3:08 pm

מיללער האט געשריבן:בני וחתני ה'גוטער איד' הרה"ק ר' יוסף ברוך הלוי עפשטיין מניישטאט (עיר-חדש) זצ"ל (נפטר י' אדר תרכ"ז)

א. בנו ר' קלונימוס קלמן הלוי עפשטיין מניישטאט (נפטר ט' טבת תרס"ג)
ב. חתנו ר' משה אבא בעער מאיסטריק

ג. חתנו ר' אליעזר הלוי הורוויץ-שטערנפעלד מניישטאט ב"ר מרדכי זאב (ב"ר צבי בהרה"ק החוזה מלובלין זצ"ל)

בני ר' קלמן מניישטאט
א-א. בנו ר' חיים מאיר הלוי מניישטאט חתן הגביר ר' בונם ממישעוו (נפטר ז' טבת תרע"ד)
א-ב. חתנו ר' שמואל שמעלקי האלבערשטאם ב"ר אהרן ה"ש מקרייז-צאנז (נפטר ט' טבת תרס"ג)

בני ר' משה אבא בעער מאיסטריק
ב-א. בנו ר' קלמן בעער מווידאמא חתנו של ר' עמנואל מפרשעדבורז
ב-ב. חתנו ר' ישראל הורוויץ מווייסליץ (בן ר' מנחם מענדל מלינסק ברא"ח מלינסק בהרה"ק מראפשיץ)

בני ר' אליעזר הלוי הורוויץ-שטערנפעלד מניישטאט
ג-א. בנו ר' חיים שמואל מחענטשין חתן ר' יהושע העשיל פ"ת בן הברוך טעם

בני ר' חיים מאיר הלוי עפשטיין מניישטאט (א-א)
א-א-א. בנו ר' אברהם מסטופניץ
א-א-ב. בנו ר' משה לוי
א-א-ג. בנו ר' אלימלך
א-א-ד. בנו ר' אלעזר הלוי עפשטיין האדמו"ר מזאלעשיץ



מעות קדימה אויפן ספר "תפארת צבי - אהע"ז" געדרוקט אין יאזעפאף בשנת תרכ"ז בחייוו פונעם גוטער איד, עס ווערן דארט אויסגערעכנט עטליכע קינדער און אייניקלעך פונעם גוטער איד פון ניישטאט.

עס זעהט מיר אויס אז רבי קלמן מניישטאט האט געהאט נאך א זון ר' משה'לי וואס ווערט נישט אויסגערעכנט אין אונזער ליסטע, איז דאס ריכטיג?
צוגעלייגטע
pdf (1).jpg

תולעת-ספרים
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 9:52 am

תגובהדורך תולעת-ספרים » מיטוואך דעצמבער 16, 2015 10:02 am

אמר מר:
בני וחתני ה'גוטער איד' הרה"ק ר' יוסף ברוך הלוי עפשטיין מניישטאט (עיר-חדש) זצ"ל (נפטר י' אדר תרכ"ז)

א. בנו ר' קלונימוס קלמן הלוי עפשטיין מניישטאט (נפטר ט' טבת תרס"ג)
ב. חתנו ר' משה אבא בעער מאיסטריק
ג. חתנו ר' אליעזר הלוי הורוויץ-שטערנפעלד מניישטאט ב"ר מרדכי זאב (ב"ר צבי בהרה"ק החוזה מלובלין זצ"ל)

בני ר' קלמן מניישטאט
א-א. בנו ר' חיים מאיר הלוי מניישטאט חתן הגביר ר' בונם ממישעוו (נפטר ז' טבת תרע"ד)
א-ב. חתנו ר' שמואל שמעלקי האלבערשטאם ב"ר אהרן ה"ש מקרייז-צאנז (נפטר ט' טבת תרס"ג)


דאס שטימט נישט, ביידע זענען נישט נפטר געווארען בו ביום! מסתמא איז ר' שמעלקא'ס דאטום נישט ריכטיג.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5910
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2015 2:07 pm

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:

עס זעהט מיר אויס אז רבי קלמן מניישטאט האט געהאט נאך א זון ר' משה'לי וואס ווערט נישט אויסגערעכנט אין אונזער ליסטע, איז דאס ריכטיג?

אמת ויציב זיין איידעם איז געווען רבי אלטר אליעזר הורוויץ הי"ד אב"ד סטאשוב-ריגליץ א זון פון הרה"ק רבי אברהם שמחה מבארנוב
דביה תחדי נפשא

בן לוי
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 2:48 pm

רבי שמעון דאנציג-תלמיד חבר של המאור ושמש-מי האיש??

תגובהדורך בן לוי » מאנטאג פאברואר 29, 2016 3:57 pm

שלום חברים.
ס'וואלט מיר געווען א גרויסע הילף, אויב איינער פון די חברים קענען מיר העלפן מיט עפעס אינפארמאציע איבער דעם ייד.
הרה"ח רבי שמעון ב"ר אליעזר דאנציג ז"ל (מובא בלוחות זכרון אות קכ"א), נפטר בשנת תקצ"ז, מען האט אים גערופן 'שמעון חסיד', ער האט געוואוינט אין קראקא, געווען א סופר. געווען א תלמיד פון חוזה, א תלמיד חבר פינעם מאור ושמש. בזוו"ר איז ער געווען אן איידעם ביי איינע פון די קראקא רבנים הרה"ח רבי אברהם בר"י האראוויץ (נפטר בשנת תקפ"א, מובא בלוחות זכרון אות פ"ג, אינטרעסאנט אז דארט צייכענט ער אן אז ער איז געווען א שווער פון רבי שמעון סופר, און ער צייכענט צו פאר אונזער רבי שמעון, קוקט אויס אז ער איז געווען א באקאנטע סופר אין קראקא, גיי ווייס...), און בזוו"ש איז ער געווען אן איידעם ביי רבי יצחק אב"ד קאלבסוב, נשוי לבתו מרים, (מיינע חששות פירען מיר, אז דער רבי יצחק איז געווען א זוהן פון תפארת עוזיאל-מייזליש, אדרבה איך וואלט זייער געוואלט הערן פון אנדערע, אויב מיינע חששות האבן האפט, און אויב עס איז דא וואס ווייסען מער איבער אים).
ושוב ראיתי בספר תולדות היהודים של החוקר הנכבד מאיר באלאבאן, ווי ער באשרייבט ס'גאנצע עסק מיטן מאור ושמש'ס אנקום קיין קראקא, ס'חרם, ס'התנגדות וכולי, און אלעס ארום, ברענגט ער דארט דעם רבי שמעון, אלס 'על תלמיד צעיר יותר של החסידות בקראקוב', קען זיין אז דאס איז סתם א השערה פון אים, וויבאלד פרידברג אין לוחות זכרון ברענגט ער אים אלס תלמיד, בויט ער אויף דעם.
און אלפאלנס, איינער ווייסט דא עפעס מער איבער אים? און בעיקר זיין משפחה?
א גרויסען דאנק אייך.

בן לוי
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 2:48 pm

תגובהדורך בן לוי » מיטוואך מארטש 02, 2016 6:05 pm

אדער ווייסט דא נישט קיינער, אדער אינטרעסירט עס נישט קיינעם.
איך האב געמאכט א טעות מיטן שרייבען:
בן לוי האט געשריבן:שלום חברים.
ס'וואלט מיר געווען א גרויסע הילף, אויב איינער פון די חברים קענען מיר העלפן מיט עפעס אינפארמאציע איבער דעם ייד.
הרה"ח רבי שמעון ב"ר אליעזר דאנציג ז"ל (מובא בלוחות זכרון אות קכ"א), נפטר בשנת תקצ"ז, מען האט אים גערופן 'שמעון חסיד', ער האט געוואוינט אין קראקא, געווען א סופר. געווען א תלמיד פון חוזה, א תלמיד חבר פינעם מאור ושמש. בזוו"ר איז ער געווען אן איידעם ביי איינע פון די קראקא רבנים הרה"ח רבי אברהם בר"י האראוויץ (נפטר בשנת תקפ"א, מובא בלוחות זכרון אות פ"ג, אינטרעסאנט אז דארט צייכענט ער אן אז ער איז געווען א שווער פון רבי שמעון סופר, און ער צייכענט צו פאר אונזער רבי שמעון, קוקט אויס אז ער איז געווען א באקאנטע סופר אין קראקא, גיי ווייס...), און בזוו"ש איז ער געווען אן איידעם ביי רבי יצחק אב"ד קאלבסוב, נשוי לבתו מרים, (מיינע חששות פירען מיר, אז דער רבי יצחק איז געווען א זוהן פון תפארת עוזיאל-מייזליש, אדרבה איך וואלט זייער געוואלט הערן פון אנדערע, אויב מיינע חששות האבן האפט, און אויב עס איז דא וואס ווייסען מער איבער אים).

דער רבי יצחק אב"ד קאלבסוב איז געווען א שווער פאר תפארת עוזיאל'ס זוהן, רבי ישראל.
ווערט דאס נאכמער אינטרעסאנט, ווייל דער דאנציג קומט אויס איז אדער געווען א שוואגער מיט דעם רבי ישראל הנ"ל, אדער גאר גענומען זיין ווייב.
איך בעהט, בבקשה אויב איינער ווייסט דאס מינדעסטע, זאל זיך וויסענדיג מאכן.

זכות אבות
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 02, 2016 1:52 pm

תגובהדורך זכות אבות » מיטוואך יוני 15, 2016 4:36 pm

הסרפד האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:איז דא א רישומא פון אלע קינדער פונעם הייליגען מאור ושמש זצ"ל, בניו ויו"ח, א חוץ פונעם אויבען דערמאנטע צאצאי בנו הגוטער יוד?

ע"פ ס' החסידות פון אלפסי:

א. ר' יוסף ברוך (דער גוטער יוד) פון ניישטאט
ב. ר' ארון פון קראקא (חתן ר' ישראל בן החוזה מלובליו)
ג. חתנו ר' משה מקשונז (ב"ר יעקב מאפטא [ב"ר נחמיה ב"ר דוד מלעלוב?])
ד. חתנו ר' דוד יצחק חריף אב"ד אויאזד


האט איימיצער מעהר פרטים אויף ר' משה מקשוינז?

ווען ער איז אוועק, אין וי ער ליקט?

סופר ומונה
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:25 pm
לאקאציע: ביים שרייב טיש מיטן פעדער אין האנט

תגובהדורך סופר ומונה » זונטאג יוני 25, 2017 11:20 pm

בקדשים הלילה הולך אחר היום.
ארויפגעברענגט לכבוד די יארצייט וואס איז געווען היינט בייטאג א' תמוז.

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

ביהמ"ד דהרה"צ ר' אהרן הלוי זצ"ל

תגובהדורך יום זה מכובד » זונטאג יולי 08, 2018 12:21 pm

רבי ארון בן המאור ושמש.jpg
רבי ארון בן המאור ושמש.jpg (92.12 KiB) געזעהן 1725 מאל

יצחק פון ישיבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

תגובהדורך יצחק פון ישיבה » זונטאג יולי 08, 2018 12:55 pm

יום זה מכובד האט געשריבן:
רבי ארון בן המאור ושמש.jpg


ר' ארון, או ר' אהרן?.

מאך המוציא
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2018 4:28 am

תגובהדורך מאך המוציא » זונטאג יולי 08, 2018 3:32 pm

מיללער האט געשריבן:
בני וחתני ה'גוטער איד' הרה"ק ר' יוסף ברוך הלוי עפשטיין מניישטאט (עיר-חדש) זצ"ל (נפטר י' אדר תרכ"ז)

א. בנו ר' קלונימוס קלמן הלוי עפשטיין מניישטאט (נפטר ט' טבת תרס"ג)
ב. חתנו ר' משה אבא בעער מאיסטריק
ג. חתנו ר' אליעזר הלוי הורוויץ-שטערנפעלד מניישטאט ב"ר מרדכי זאב (ב"ר צבי בהרה"ק החוזה מלובלין זצ"ל)


בספר מזרח שמש (לתולדות המאור ושמש וצאצאיו הק' לבית ניישטאדט-חענטשין) מובא שר' אליעזר הורוויץ היה בנו של ר' צבי בן החוזה ולא נכדו.

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1598
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » זונטאג יולי 08, 2018 11:32 pm

יצחק פון ישיבה האט געשריבן:
יום זה מכובד האט געשריבן:
רבי ארון בן המאור ושמש.jpg


ר' ארון, או ר' אהרן?.

ר' אהרן הנקרא ר' אָרון. א סך אהרן'ס אין גאליציע האבן געהייסן אָרון (וכנזכר בפוסקים אצל שמות גיטין, לאו דווקא ביי גאליציע).

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » מאנטאג יולי 09, 2018 12:41 am

גארנישט צוטון מיט גאליציע למשל רבי ארון לייב מפרעמישלאן

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1598
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג יולי 09, 2018 12:45 pm

אלמוני האט געשריבן:גארנישט צוטון מיט גאליציע למשל רבי ארון לייב מפרעמישלאן

און וואו איז פרעמישלאן...?

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » מאנטאג יולי 09, 2018 10:49 pm

הסרפד האט געשריבן:
אלמוני האט געשריבן:גארנישט צוטון מיט גאליציע למשל רבי ארון לייב מפרעמישלאן

און וואו איז פרעמישלאן...?

:oops:

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 12:16 pm

דער קאבא רב ר' משה הערש טייטלבוים זצ"ל איז געוועהן אן אייניקל פונעם הייליגן מאור ושמש

דער קאבא רב האט געוואוינט אין קליוולאנד אהייא, שפעטער אין ריגא פארק, דערנאך אין בארא פארק ובערוב ימיו אין מאנסי אויף די דר. פראנק שטראססע
זיין בית בית מדרש האט געהייסן קהל מאור ושמש ע"ש זקינו המאור ושמש

ער האט געהאט א ברודער ר' אליעזר חיים ט"ב ז"ל פון ק"י (אן איש מורם מעם - געדאווענט יעדען טאג ותיקן וכו' וכו')

זיי זענען געוועהן איינעקלעך פונעם גיטן יוד ר' יוסעלע ניישטאטער

ווייסט איינער ווי אזוי?
טעמו וראו כי טוב השם

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 1:20 pm

רבי משה צבי בן רבי מאיר ממאקאווע חתן רבי יעקב ווערבער מטעמעשוואר בן רבי ישראל ווערבער משם חתן רבי מנחם עפשטיין פון דארט ארויף איז נישט קלאר

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2646
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » זונטאג ינואר 20, 2019 1:36 pm

הסרפד האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:איז דא א רישומא פון אלע קינדער פונעם הייליגען מאור ושמש זצ"ל, בניו ויו"ח, א חוץ פונעם אויבען דערמאנטע צאצאי בנו הגוטער יוד?

ע"פ ס' החסידות פון אלפסי:

א. ר' יוסף ברוך (דער גוטער יוד) פון ניישטאט
ב. ר' ארון פון קראקא (חתן ר' ישראל בן החוזה מלובליו)
ג. חתנו ר' משה מקשונז (ב"ר יעקב מאפטא [ב"ר נחמיה ב"ר דוד מלעלוב?])
ד. חתנו ר' דוד יצחק חריף אב"ד אויאזד

פון JRI קוקט אויס אז דער מאור ושמש האט געהאט א טאכטער היצל, חתונה געהאט מיט ר' יחזקאל פלאקס.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2646
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 12:43 pm

יעקעלע פוקס האט געשריבן:דער קאבא רב ר' משה הערש טייטלבוים זצ"ל איז געוועהן אן אייניקל פונעם הייליגן מאור ושמש

דער קאבא רב האט געוואוינט אין קליוולאנד אהייא, שפעטער אין ריגא פארק, דערנאך אין בארא פארק ובערוב ימיו אין מאנסי אויף די דר. פראנק שטראססע
זיין בית בית מדרש האט געהייסן קהל מאור ושמש ע"ש זקינו המאור ושמש

ער האט געהאט א ברודער ר' אליעזר חיים ט"ב ז"ל פון ק"י (אן איש מורם מעם - געדאווענט יעדען טאג ותיקן וכו' וכו')

זיי זענען געוועהן איינעקלעך פונעם גיטן יוד ר' יוסעלע ניישטאטער

ווייסט איינער ווי אזוי?

ווען איז דער קאבא רב נפטר געווארן?
בערך ווי אלט איז ער דאן געווען?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט