רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4108
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דאנארשטאג יוני 25, 2020 10:01 pm

בקור 'נמוסין' זייער וויכטיג.. ס'שרייט...
- דער חתימה איז געשטעלט געווארן דורכן ניק על אפם ועל חמתם פון די מנהלים -

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:14 pm

דריידל האט געשריבן:נאך פון הרב דוד יונגרייז ז"ל.

https://abc770.org/article_node_5689/

בהשגחה פרטית שמעתי אתמול סיפור מהרה"ח ר' מנחם מענדל הכהן רוט, ששמע מהרה"ח ר' חיים שלום דייטש, ששמע זאת מבעל המעשה, הרה"ג ר' דוד יונגרייז, מהחשובים באנשי העדה החרדית. פעם, בשנים הראשונות, ב'יחידות' אצל כ"ק אדמו"ר מלך המשיח שליט"א, דיבר עמו הרבי על החשיבות שבלימוד החסידות. הוא טען בתחילה שאינו רואה מדוע זה כל כך חשוב. והרבי אמר לו שבזמננו קשה מאד, וכמעט בלתי אפשרי, להיות יהודי ירא-שמיים כראוי בלי חסידות. שאל ר' דוד: וכי הגאון ר' וועלוועלע מבריסק, שהוא 'מתנגד', אינו ירא-שמיים כראוי?! הרהר הרבי רגע, וענה: הוא אמנם ירא-שמיים כראוי, אולם חסרה אצלו שמחה של מצווה. ר' דוד סיפר שהי' לו בתחילה קשה לשמוע כזה דבר. אולם בשובו לארץ, בהשגחה פרטית מופלאה בדיוק אחרי אותה 'יחידות', הוא שמע 'ממש במקרה' סיפור על הגאון מבריסק משנות השואה: הי' זה באחד הגטאות, בימים שבו הגרמנים ימ"ש שלחו מדי יום 'אקציות' – משלוחים של יהודים למחנות ההשמדה. הזדמן לו להגאון מבריסק לראות יהודי מדליק נרות חנוכה בהתלהבות ובשמחה יוצאת מגדר הרגיל. התעניין הגרי"ז לדעת מיהו אותו יהודי. סיפרו לו שאתמול לקחו את אשתו וילדיו למחנות ההשמדה, אולם הוא יהודי חסיד, ולמרות הכל קיבל את הדין באהבה והוא שמח בשמחה של מצווה. נענה הגאון מבריסק ואמר: זה מה שיש לחסידים מה שאין לנו כראוי – שמחה של מצווה… ר' דוד הרגיש שהרבי 'סידר לו' שישמע את הסיפור הזה, כדי שיירגע ויקבל את דברי הרבי.


די מעשה קען זיין אמת אבער די פרטים נישט. בריסקער רב איז נישט געווען אין קיין געטא און אוודאי נישט אין די צייט ווען עס זענען אנגעגאנגען דעפארטאציעס צו פארניכטונגס לאגערן

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8297
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:46 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:בקור 'נמוסין' זייער וויכטיג.. ס'שרייט...

וואסערע התחייבות האט ער געהאט צו גיין אויף א ביקור נימוסין?
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך מענטשאלע » פרייטאג יוני 26, 2020 3:19 am

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:בקור 'נמוסין' זייער וויכטיג.. ס'שרייט...

הראב"ד מקודש הראון הצדיק רבי דוד יונגרייז זצוק"ל איז געווען א נסתר ממש, גארנישט געהאלטן פון זיך און זיך בהאלטן, ווען ער איז געפארן קיין אמעריקע פאר די עדה החרדית האט ביים געזעגענען נאך געזאגט אז ער גייט אלעס טוהן כדי צו ארויס ווייזן חשיבות אר"י און ירושלים ווי אויך די עדה החרדית און דער קנאיש'ער ציבור אין ירושלים, רבי אברהם מרדכי ברייטשטיין זצ"ל דער סד"ד זיין באגלייעטער האט אים געשפלעט ווא נאר מעגליך כדי לעשות שם להעדה החרדית בארץ מיט א ריינע כוונה, און הגר"ד איז געגאנגען און מיטגעהאלטן וואו ער האט כסדר געזאגט אז ער מאכט עס נאר לכבוד ירושלים, אוזי איז ער אויך אנגעקומען צום ליבאוויטשער רבי'ן, איך האב עס גהערט פון א נאנטער תלמיד און מקורב ביותר שליט"א, און לגבי ר' טובי' בלויא שליט"א זייער א חשוב'ער איד אבער אין אלעס וועט ער טערפן חב"ד מיט חסידות, און יעדער איינער וואס ער קען האט געהאט א גאר נאנטן שייכות מיט'ן רבי'ן, עיין בחוברות לקט ופרט וואס ער גיט ארויס חדשים לבקרים.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4108
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » פרייטאג יוני 26, 2020 6:23 am

חמרא טבא האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:בקור 'נמוסין' זייער וויכטיג.. ס'שרייט...

וואסערע התחייבות האט ער געהאט צו גיין אויף א ביקור נימוסין?

גענוי דאס וויל איך וויסן, דער שרייבער האט עפעס א פראבלעם..
- דער חתימה איז געשטעלט געווארן דורכן ניק על אפם ועל חמתם פון די מנהלים -

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך דייקן » פרייטאג יוני 26, 2020 6:54 am

יידישע קהילות האט געשריבן:דאס איז לכאורה פון דער באזוך ביים ליובאוויטשער רבי זצ"ל. פון אוצרות ירושלים חלק פ"ז באשריבן דורך רא"מ ברייטשטיין.
דאס איז די מקצת אמת פון וואס מ'האט אויפג'בלאזן א גאנצע בער.

דו שרייבסט "מ'האט" אויפגעבלאזען, וויל איך קלאר מאכען אז הרה"צ ר' אלעזר בריזל זצ"ל איז נישט געווען א ליובאוויטשער אדער קרוב צו ליובאוויטש, ווי אויך די חשובע רב וואס איך האב עס געהערט פון איז נישט א ליובאוויטשער, און איך בין אויך נישט א ליובאוויטשער, און לכבוד אייך האב איך נעכטען איבערגעפרעגט די רב אויף די מעשה, און גלייך ווי ער האט געהערט אז איך פאנג אן צו פרעגען וועגען ר' אלעזר בריזל און ליובאוויטש האט ער גלייך געוואוסט פון וואס איך רעד און ער האט מאשר געווען די מעשה (איך האב עם אבער נישט איבערגעפרעגט אלע פרטים, און איך האב שוין געשריבען פריער אז ס'קען זיין אז געוויסע מינדערוויכטיגע פרטים זענען נישט פונקטליך, איך האב עס אבער בכלל נישט פראבירט אויפצובלאזען היות איך האב נישט קיין שייכות מיט ליובאוויטש, און דער וואס זעט מיינע תגובות דא אויפן וועלטעל קען דאכט זיך זען אז האמת נר לרגלי, און איך האב נישט די מינדעסטע פראבלעם צוריקצוציען ווען איך זע איין אז איך האב זיך טועה געווען אין עפעס).


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אהרן הלוי, שכל טוב און 3 געסט