רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

לעווי
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » פרייטאג מארטש 13, 2009 11:38 am

איך האב באלד דערקענט אין די אויבערשטע שורה פון ר. צו ל.

רבי לוי יצחק, די רבי'נס טאטע.
די ריי"ץ
בעל התניא
די רבי
צמח צדק
רש"ב
???

פון פארנט זעהט מען רבי מענדל פוטערפאס, ווי אויך זעהט מען די משפיע רבי שאול ברוק ז"ל, וועלכער האט לכאורה נישט מקבל מרות געווען נאכן פטירה פון די רש"ב פון קיינעם.
לעצט פאראכטן דורך לעווי אום פרייטאג מארטש 13, 2009 11:42 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

לעווי
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » פרייטאג מארטש 13, 2009 11:40 am

חידוש נפלא האט געשריבן:די מעשה וואס איז אויבן געברענגט געווארן איז שטארק מסתבר אז עס איז .... גייענדיג צו די חזקה וואס די ליבאביטשע מעשיות האבן, ווער עס ווייסט האט מען לכתחילה שבלכתחילה געהאלטן אין ליבאביטש (אין דעם לעצטן דור, אבער עס ציט שוין פעדעמער פון פריער וד"ל) אז מען מעג און מען דארף מאכן מעשיות כדי אזוי ארום מקרב צו זיין מענטשן צום דרך החסידות וכו', אזוי ארום ווערן כסדר באשאפען פרישע מעשיות ניסים ונפלאות אשר לא הי' דברים מעולם פשוטו כמשמעו, דרוש וחקור


צו די גאנצע מעשה איז אמת אדער נישט האב איך דערווייל נישט מברר געווען, אבער איין זאך ווייס איך יא בבירור גמור אז דער צדיק זצ"ל פון וועמען מיר אלע דא האלטן האט געשוקט אלע זיינע שווערע קוויטלעך צום ליבובאביטשער רבי. און אסאך אסאך אנדערע גרויסע צדיקים זצ"ל אין אונזערע קרייזן פון די לעצטע פופציג יארן זענען געווען שטארק מקושר צו אים.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25848
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מארטש 13, 2009 11:43 am

חידוש,
אנדערע האבן טאקע אזוי מגיב געווען בעפאר, איך מיין אז אומקראנטע מעשיות איז פארהאן איבעראל.

דער בילד וואס איך ברענג דא, וויפיל מאל איך קוק עס איבער טראכט איך צו דאס וואלט ווען ערשינען ערגעץ אנדערש, דאס הייסט אז דער לעצטער רבי איז דער מלך און זיינע פארגייער זענען די וואס שטייען אויף דער זייט? עס געפעלט מיר נישט, מילא דער מעלער זעלבסט ברויך דאך נישט צו זיין קיין תנא-קמא, באער די מפרסמים ברויכן ווען פארשטיין אז דאס איז א דור תהפוכות.

און אנדערע חצרות וואלט דער בעל התניא געווען אינדערמיט, ארומגענומען מיט זיינע אייניקלעך, לדעתי.

לעווי,
די האסט פארמישט דעם רש"ב מיטן ריי"צ (רשב שני מימין, ריי"צ שני משמאל) דער לעצטער לינקס איז דעם רמ"ש זיידע אבי-אמו הרב ינובסקי.

אוועטאר
יז בתמוז
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

תגובהדורך יז בתמוז » פרייטאג מארטש 13, 2009 12:34 pm

דער נשיא דער מהר"ש פעלט פונ'ם בילד.

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4051
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » פרייטאג מארטש 13, 2009 1:11 pm

מיללער, אז דו וועסט גוט מדייק זיין אינעם בילד וועסטו זעהן נאך מער: דער 'בעל התניא' האלט גאר אונטער דעם לעצטען רבי'ן!
ס'איז א פלא. אין קיין אנדער פלאץ וואלט מען אזאנס נישט פאבליסייזד.
אבער לאמיר נישט פארקריכן. א בילד פונעם לעצטען רבי'ן אין די יונגע יאהרן.
צוגעלייגטע
1245.jpg
לחיים ולברכה!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג מארטש 13, 2009 1:46 pm

לעווי האט געשריבן:איך האב באלד דערקענט אין די אויבערשטע שורה פון ר. צו ל.

רבי לוי יצחק, די רבי'נס טאטע.
די ריי"ץ
בעל התניא
די רבי
צמח צדק
רש"ב
???

פון פארנט זעהט מען רבי מענדל פוטערפאס, ווי אויך זעהט מען די משפיע רבי שאול ברוק ז"ל, וועלכער האט לכאורה נישט מקבל מרות געווען נאכן פטירה פון די רש"ב פון קיינעם.

אויפן לינק וואס מיללער האט צוגעשטעלט שרייבן זיי אין די קאמענטארן אז דאס איז נישט ר' מענדל פוטערפאס, עיין שם.

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » פרייטאג מארטש 13, 2009 1:46 pm

א בילד ווי ער שפילט שאך צוזאמען מיט זיין שווער.
צוגעלייגטע
1616_articles_04022009_94085.jpg
1616_articles_04022009_94085.jpg (16.8 KiB) געזעהן 3102 מאל

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » פרייטאג מארטש 13, 2009 3:21 pm

לעווי האט געשריבן:אבער איין זאך ווייס איך יא בבירור גמור אז דער צדיק זצ"ל פון וועמען מיר אלע דא האלטן האט געשוקט אלע זיינע שווערע קוויטלעך צום ליבובאביטשער רבי. און אסאך אסאך אנדערע גרויסע צדיקים זצ"ל אין אונזערע קרייזן פון די לעצטע פופציג יארן זענען געווען שטארק מקושר צו אים.

תפרש דבריך.
ועמך כולם צדיקים

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » פרייטאג מארטש 13, 2009 5:44 pm

ביקסאד האט געשריבן:
לעווי האט געשריבן:אבער איין זאך ווייס איך יא בבירור גמור אז דער צדיק זצ"ל פון וועמען מיר אלע דא האלטן האט געשוקט אלע זיינע שווערע קוויטלעך צום ליבובאביטשער רבי. און אסאך אסאך אנדערע גרויסע צדיקים זצ"ל אין אונזערע קרייזן פון די לעצטע פופציג יארן זענען געווען שטארק מקושר צו אים.

תפרש דבריך.

לענ"ד אין צריך לפרש אבל איני יודע מאיזה צדיק הוא מדבר כי אני יודע מעוד כמה צדיקים וואס אויכעט אלע פון אונז האלטן פון זיי וואס זיי האבן געהאט באזונדערע מיינונגען, עס איז אבער נישט דאס פלאץ דא אין קרעטשמע דאס אויסצושמועסן אבל דרוש וחקור

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מוצ"ש מארטש 14, 2009 9:29 pm

ב''ה
נאכמאכען דארף מען אויך קענען !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
דער רבי דער צמח-צדק נ''ע [יא עהר איז יא נפטר געווארען מען האט זעך אפילו ציטיילט מיט דיא כתבי קודש ] איז געגאנגען מיט ווייסע זאקען
אפילו אין דער וואכען . אין אויך זיינע קינדער חוץ דער מהר''ש .והדברים ארוכים ומייגעים .

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מוצ"ש מארטש 14, 2009 9:38 pm

לעווי האט געשריבן:
חידוש נפלא האט געשריבן:די מעשה וואס איז אויבן געברענגט געווארן איז שטארק מסתבר אז עס איז .... גייענדיג צו די חזקה וואס די ליבאביטשע מעשיות האבן, ווער עס ווייסט האט מען לכתחילה שבלכתחילה געהאלטן אין ליבאביטש (אין דעם לעצטן דור, אבער עס ציט שוין פעדעמער פון פריער וד"ל) אז מען מעג און מען דארף מאכן מעשיות כדי אזוי ארום מקרב צו זיין מענטשן צום דרך החסידות וכו', אזוי ארום ווערן כסדר באשאפען פרישע מעשיות ניסים ונפלאות אשר לא הי' דברים מעולם פשוטו כמשמעו, דרוש וחקור


צו די גאנצע מעשה איז אמת אדער נישט האב איך דערווייל נישט מברר געווען, אבער איין זאך ווייס איך יא בבירור גמור אז דער צדיק זצ"ל פון וועמען מיר אלע דא האלטן האט געשוקט אלע זיינע שווערע קוויטלעך צום ליבובאביטשער רבי. און אסאך אסאך אנדערע גרויסע צדיקים זצ"ל אין אונזערע קרייזן פון די לעצטע פופציג יארן זענען געווען שטארק מקושר צו אים.

ב''ה
אולי תפרש דבריך מי ומי הם ההולכים .מי שלח .ישבתי שעות על גבי שעות עם ידידי הבנש''ק מהרי''ל שיחי' גרונער יד ימינו של רמ''ש משנת תש''ח
ומעולם לא סיפר דבר ולא חצי דבר ששלחו קוויטלעך צדיקים אחרים .תפסיק לדמיין .מי הם הצדיקים המקושרים ?.חביבי הסתובבתי שם הרבה עד היום .
פארקויף נישט קיין לאקשען .

לעווי
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » זונטאג מארטש 15, 2009 10:32 am

מיללער האט געשריבן:דער בילד וואס איך ברענג דא, וויפיל מאל איך קוק עס איבער טראכט איך צו דאס וואלט ווען ערשינען ערגעץ אנדערש, דאס הייסט אז דער לעצטער רבי איז דער מלך און זיינע פארגייער זענען די וואס שטייען אויף דער זייט?



דאכצעך אז זיי שרייבן דארט אז די מעללער פון די בילד איז בכלל נישט קיין ליובאביטשער, אבער אזוי איז עס טאקע אין ליובאביטש ביי אסאך זענען שדי שפעטערע רביס גרעסער ווי די פריערדיגע. עס איז אזוי געווען ביי אסאך צדיקים איבער די דורות, די געהויבענע חסידים האבן עס פארענטפערט מיט א תירוץ וועגן אמונת צדיקים וכו'.

עס איז אינטרעסאנט אז פונקט דעם פרייטאג נאכן זעהן דער בילד האב איך אנגעטראפן אן עלטערע חב"ד'סקער חסיד וועלכער האלט זיך פאר א תלמיד פון די ריי"ץ זצ"ל, כאטש ער איז אויך געווען א חסיד פון די רמ"ש זצ"ל. פארציילט ער מיר דאס פאלגענדע.

נאכן פטירה פון די ריי"ץ האבן די יונגערע חסידים באלד מקבל מרות געווען פון די רמ"ש און גערעדט גדלות וכו'. משא"כ אסאך פון די עלטערע חסידים איז שווער געווען גלייך אנצונעמען די נייע רבי. האט זיך ארום געדרייט א ליובאביטש א ווערטל אויך די מאמר חז"ל, "זקנים שבדור היו אומרים פני משה כני החמה פני יהושע כפני הלבנה אוי לאותה בושה אוי לאותה כלימה". האבן זיי געזאגט אז די בושה און די כלימה איז געווען אז די זקנים האבן נישט באלד איינגעזעהן אז פני יהושע איז אויך געווען כפני החמה, והבן.

נאך דעם האב איך שוין פארשטאנען פשט אין דער בילד.


הרב בד"צ, במחילת כבודכם הרמה, אבער מיר פסק'נען "לא שמענו אינו ראי'".
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » זונטאג מארטש 15, 2009 10:57 am

ב''ה
כבוד מר לעווי .
דוא דרייסט א קאפ .דוא לעבסט אין חלומות .
גיב נעמען נעמען .

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4996
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג מארטש 15, 2009 2:25 pm

יז בתמוז האט געשריבן:דער נשיא דער מהר"ש פעלט פונ'ם בילד.

שמעתי מפורש מפי ידיד בית אבא הרה"ת חכם וסופר ר' שלום דובער לוין שי' אז ס'איז דא א בילד פונעם מהר"ש נאר בהיות ער זעהט נישט אויס גוט צוליב זיין גרויס געוויכט האט מען דאס קיינמאל נישט מפרסם געווען.
ועוד אחרת, הייתי נוכח כמו"כ פעמים בעת ששוחחני עם המזכיר הרי"ל גרונר שי' והשיחה היה תמיד מסובב אודות שייכותו של הרבי רמ"ש עם אדמורים אחרים ואף פעם לא סיפור דבר או חצי דבר מאדמורים אחרים שישלחו הזכרות אליו.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:36 pm

תגובהדורך א גוט ווארט » זונטאג מארטש 15, 2009 2:31 pm

דער רמ"ש האט אבער יא געשיקט ווייטער זיינע קוויטלעך (פדיונות), כידוע "אזכיר על הציון"!
תכלית הידיעה אשר לא נדע

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25848
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 23, 2009 6:25 pm

בנוגע די שייכות פון דעם לעצטען ליובאוויטשער רבי צו אנדערע אדמורי"ם, בייגעלייגט איז א רשימה וואס דער רמ"ש האט פארגעשריבען פאר די מזכירים בנשת תשט"ו פאר וועם צו שיקען א לשנה טובה וואונט, וועטר געזעהן צווישן אנדערע האדמו"ר מהר"ש מבאבוב וגיסו רי"י מהורנוסטייפל-מילוואקי.

(גענומען פון דא)
צוגעלייגטע
765_articles_31082006_24895.jpg

אוועטאר
וועלטסמאן
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2008 12:18 pm

תגובהדורך וועלטסמאן » דאנארשטאג יוני 25, 2009 2:16 pm

מעלין בקודש לכבוד הילולא פון רבי'ן נ"ע
לעצט פאראכטן דורך וועלטסמאן אום דאנארשטאג יוני 25, 2009 3:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
בשבילי נברא העולם...!!!

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4996
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג יוני 25, 2009 2:39 pm

לכבוד דער חג ההילולא פונעם רבי'ן נ"ע טוט זיך איצטער אפ ששון ושמחה אין בית חיינו בית משיח איר קענט זיך פארבונדען נשמה בגוף גשמי אויף בחיים ממ"ש
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4996
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג יוני 25, 2009 2:42 pm

אט קומט ער אריין צו מנחה
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

זיידענע בעקיטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 17, 2010 8:00 am

תגובהדורך זיידענע בעקיטשע » דינסטאג יולי 05, 2011 10:47 am

ארויפגעברענגט לכבוד די יומא דהילולא
הק' זיידענע בעקיטשע מיושבי ארץ הקודש

א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:36 pm

תגובהדורך א גוט ווארט » דינסטאג יולי 05, 2011 11:43 am

בן בוזי האט געשריבן:לכבוד דער חג ההילולא פונעם רבי'ן נ"ע טוט זיך איצטער אפ ששון ושמחה אין בית חיינו בית משיח איר קענט זיך פארבונדען נשמה בגוף גשמי אויף בחיים ממ"ש


אנטשולדיגט! יאך וויל וויסן וואט טוט זיך אין בית החיי"ם, נישט אי בית חיינ"ו...
תכלית הידיעה אשר לא נדע

א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:36 pm

תגובהדורך א גוט ווארט » דינסטאג יולי 05, 2011 11:57 am

אפשר קען מען נאכן א רשימא מי ומי ההולכים פון די אונגארישע [ובלע"ז פוילישע] צדיקים-גדולים-רבנים-רביס, וואס האבן איין אדער מערערע מאל באזוכט ביים רבי'ן ממ"ש.

י"ט כסלו, צי אנדערע פארברענגענס, צי גאר אויף א יחידות!!! צי דער ליקוטי שיחות איז געווען ביי זיי מיט הערצה!!!

עס איז א אינטרעסאנטע רשימא און צווישן דעם זענען פארהאן אזעלכע וואס האבן אויפגעהערט...!

פון וויליאמסבורג בפרט און פון איבער די וועלט בכלל.

מיר רעדן נישט פון די וואס האבן converted קיין חב"ד.

עס מיינט נישט אז זיי זענען געווען ליובאוויטשע. עס מיינט נישט אז זיי זענען געגאנגען כסדר. אפילו די גרויסע רביס און רבנים וואס האבן זיך געהאלטן פאר חסידים פון א רבי'ן זענען אויך נאר געפארן צו זיייער רבין איין מאל איבערן יאר, פונקט ווי אינדערהיים זענען אסאך חסידים געפארן נאר איין מאל אין יאר. און אז צו א צווייטן רבי'ן האט מען אויך געוואלט אריינכאפן איז עס געווען איין אדער צוויי מאל אדער א געוויסע וואאכענדיגער מאורע.
תכלית הידיעה אשר לא נדע

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דינסטאג יולי 05, 2011 12:08 pm

מיללער האט געשריבן:חידוש,
אנדערע האבן טאקע אזוי מגיב געווען בעפאר, איך מיין אז אומקראנטע מעשיות איז פארהאן איבעראל.

דער בילד וואס איך ברענג דא, וויפיל מאל איך קוק עס איבער טראכט איך צו דאס וואלט ווען ערשינען ערגעץ אנדערש, דאס הייסט אז דער לעצטער רבי איז דער מלך און זיינע פארגייער זענען די וואס שטייען אויף דער זייט? עס געפעלט מיר נישט, מילא דער מעלער זעלבסט ברויך דאך נישט צו זיין קיין תנא-קמא, באער די מפרסמים ברויכן ווען פארשטיין אז דאס איז א דור תהפוכות.

און אנדערע חצרות וואלט דער בעל התניא געווען אינדערמיט, ארומגענומען מיט זיינע אייניקלעך, לדעתי.

לעווי,
די האסט פארמישט דעם רש"ב מיטן ריי"צ (רשב שני מימין, ריי"צ שני משמאל) דער לעצטער לינקס איז דעם רמ"ש זיידע אבי-אמו הרב ינובסקי.

ידוע הצחות שאמר אחד הצדיקים אודות מה שדיברו בליבאוויטש אודות הרמ"ש שכל השביעין חביבין, ואמרו שהוא כנגד שבת, ואמר על זה, "קומט אויס אז דער תניא איז געווען א פשוט'ע זונטאג, און דער צמח צדק א פשוט'ע דינסטאג....
אולם למען האמת, הי' עוד מקומות שהדיבור הי' אז די שפעטערדיגע זענען גרעסער ווי די פריערדיגע, אף שלא כל אחד הסכים לדרך הזה, והיו שסברו שירידת הדורות הוא חלק מאמונתינו
ויש שסברו הקודמים תומכים בהשפעטירדיגע, ממילא אף שאינם גדולים, אבל יש בהם כל הכוחות, ואולי זה כוונת התמונה
אבער אין וועמען זעמיר זיך דא מפלפל...
למה זה תשאל לשמי...

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » דינסטאג יולי 05, 2011 12:23 pm

;l;p- ;l;p- פאר דיין אויספיר...

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4996
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג יולי 05, 2011 1:21 pm

מנורת החסידות ע"י הוכ"ק אדמו"ר הריי"צ נ"ע.
צוגעלייגטע
menoras hachasidus.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, זידיטשויבער אייניקל, שכל טוב און 3 געסט