רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

בקור 'נמוסין' זייער וויכטיג.. ס'שרייט...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

דריידל האט געשריבן:נאך פון הרב דוד יונגרייז ז"ל.

https://abc770.org/article_node_5689/

בהשגחה פרטית שמעתי אתמול סיפור מהרה"ח ר' מנחם מענדל הכהן רוט, ששמע מהרה"ח ר' חיים שלום דייטש, ששמע זאת מבעל המעשה, הרה"ג ר' דוד יונגרייז, מהחשובים באנשי העדה החרדית. פעם, בשנים הראשונות, ב'יחידות' אצל כ"ק אדמו"ר מלך המשיח שליט"א, דיבר עמו הרבי על החשיבות שבלימוד החסידות. הוא טען בתחילה שאינו רואה מדוע זה כל כך חשוב. והרבי אמר לו שבזמננו קשה מאד, וכמעט בלתי אפשרי, להיות יהודי ירא-שמיים כראוי בלי חסידות. שאל ר' דוד: וכי הגאון ר' וועלוועלע מבריסק, שהוא 'מתנגד', אינו ירא-שמיים כראוי?! הרהר הרבי רגע, וענה: הוא אמנם ירא-שמיים כראוי, אולם חסרה אצלו שמחה של מצווה. ר' דוד סיפר שהי' לו בתחילה קשה לשמוע כזה דבר. אולם בשובו לארץ, בהשגחה פרטית מופלאה בדיוק אחרי אותה 'יחידות', הוא שמע 'ממש במקרה' סיפור על הגאון מבריסק משנות השואה: הי' זה באחד הגטאות, בימים שבו הגרמנים ימ"ש שלחו מדי יום 'אקציות' – משלוחים של יהודים למחנות ההשמדה. הזדמן לו להגאון מבריסק לראות יהודי מדליק נרות חנוכה בהתלהבות ובשמחה יוצאת מגדר הרגיל. התעניין הגרי"ז לדעת מיהו אותו יהודי. סיפרו לו שאתמול לקחו את אשתו וילדיו למחנות ההשמדה, אולם הוא יהודי חסיד, ולמרות הכל קיבל את הדין באהבה והוא שמח בשמחה של מצווה. נענה הגאון מבריסק ואמר: זה מה שיש לחסידים מה שאין לנו כראוי – שמחה של מצווה… ר' דוד הרגיש שהרבי 'סידר לו' שישמע את הסיפור הזה, כדי שיירגע ויקבל את דברי הרבי.

די מעשה קען זיין אמת אבער די פרטים נישט. בריסקער רב איז נישט געווען אין קיין געטא און אוודאי נישט אין די צייט ווען עס זענען אנגעגאנגען דעפארטאציעס צו פארניכטונגס לאגערן
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:בקור 'נמוסין' זייער וויכטיג.. ס'שרייט...

וואסערע התחייבות האט ער געהאט צו גיין אויף א ביקור נימוסין?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטשאלע »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:בקור 'נמוסין' זייער וויכטיג.. ס'שרייט...

הראב"ד מקודש הראון הצדיק רבי דוד יונגרייז זצוק"ל איז געווען א נסתר ממש, גארנישט געהאלטן פון זיך און זיך בהאלטן, ווען ער איז געפארן קיין אמעריקע פאר די עדה החרדית האט ביים געזעגענען נאך געזאגט אז ער גייט אלעס טוהן כדי צו ארויס ווייזן חשיבות אר"י און ירושלים ווי אויך די עדה החרדית און דער קנאיש'ער ציבור אין ירושלים, רבי אברהם מרדכי ברייטשטיין זצ"ל דער סד"ד זיין באגלייעטער האט אים געשפלעט ווא נאר מעגליך כדי לעשות שם להעדה החרדית בארץ מיט א ריינע כוונה, און הגר"ד איז געגאנגען און מיטגעהאלטן וואו ער האט כסדר געזאגט אז ער מאכט עס נאר לכבוד ירושלים, אוזי איז ער אויך אנגעקומען צום ליבאוויטשער רבי'ן, איך האב עס גהערט פון א נאנטער תלמיד און מקורב ביותר שליט"א, און לגבי ר' טובי' בלויא שליט"א זייער א חשוב'ער איד אבער אין אלעס וועט ער טערפן חב"ד מיט חסידות, און יעדער איינער וואס ער קען האט געהאט א גאר נאנטן שייכות מיט'ן רבי'ן, עיין בחוברות לקט ופרט וואס ער גיט ארויס חדשים לבקרים.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

חמרא טבא האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:בקור 'נמוסין' זייער וויכטיג.. ס'שרייט...

וואסערע התחייבות האט ער געהאט צו גיין אויף א ביקור נימוסין?

גענוי דאס וויל איך וויסן, דער שרייבער האט עפעס א פראבלעם..
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

יידישע קהילות האט געשריבן:דאס איז לכאורה פון דער באזוך ביים ליובאוויטשער רבי זצ"ל. פון אוצרות ירושלים חלק פ"ז באשריבן דורך רא"מ ברייטשטיין.
דאס איז די מקצת אמת פון וואס מ'האט אויפג'בלאזן א גאנצע בער.

דו שרייבסט "מ'האט" אויפגעבלאזען, וויל איך קלאר מאכען אז הרה"צ ר' אלעזר בריזל זצ"ל איז נישט געווען א ליובאוויטשער אדער קרוב צו ליובאוויטש, ווי אויך די חשובע רב וואס איך האב עס געהערט פון איז נישט א ליובאוויטשער, און איך בין אויך נישט א ליובאוויטשער, און לכבוד אייך האב איך נעכטען איבערגעפרעגט די רב אויף די מעשה, און גלייך ווי ער האט געהערט אז איך פאנג אן צו פרעגען וועגען ר' אלעזר בריזל און ליובאוויטש האט ער גלייך געוואוסט פון וואס איך רעד און ער האט מאשר געווען די מעשה (איך האב עם אבער נישט איבערגעפרעגט אלע פרטים, און איך האב שוין געשריבען פריער אז ס'קען זיין אז געוויסע מינדערוויכטיגע פרטים זענען נישט פונקטליך, איך האב עס אבער בכלל נישט פראבירט אויפצובלאזען היות איך האב נישט קיין שייכות מיט ליובאוויטש, און דער וואס זעט מיינע תגובות דא אויפן וועלטעל קען דאכט זיך זען אז האמת נר לרגלי, און איך האב נישט די מינדעסטע פראבלעם צוריקצוציען ווען איך זע איין אז איך האב זיך טועה געווען אין עפעס).
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

מדוע קוראים לגוי פורטוריקני מנחם מנדלה.jpg
מדוע קוראים לגוי פורטוריקני מנחם מנדלה.jpg (23.1 KiB) געזען 949 מאל

א פאליציאנט אין מישיגען האט געוויזען אז ער הייסט נאכן רבין וויבאלד ער איז געבוירען געווארן נאך וואס זיינע עלטערן האבן באקומען א ברכה.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

די פולע מעשה פון דא
יציב פתגם האט געשריבן:א מופת פון ליובאוויטשער רבי
שטייגען האט געשריבן:A couple from Brooklyn arrived to Michigan for a wedding. They were pulled over by a Puerto Rican police officer for a minor traffic violation. The woman politely explained to the officer that they're not so familiar with the local traffic laws, as they are from Brooklyn N.Y. The officer became excited. He asked if they're Lubavitch. After answering in the affirmative, the officer told them a story.

His father was a taxi driver in Brooklyn for many years. Once 2 people were getting a ride to Lubavitch Rebbe. The taxi driver asked if they can get a blessing for him too, as he didn't have kids for many years. They told him why not, but park the taxi and come in with us. He got a dollar and blessing, and sure enough a short while later his wife got pregnant. As a gratitude, they named the son Menachem Mendel after the Rebbe. That is him, the police officer.

As proof to the story, he always carries along his passport. The couple asked if they can take a picture, otherwise nobody will believe them. To which he agreed.

rps20151125_225504.jpg
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

:oops:

לפחות וועל איך מזכה זיין נאך אפאר אידן...

יעדער אשכול קענסטו פון אויסווייניג, אדער נאר די וואס זענען עלול צו ווערן פארשפארט?.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

יש לעיין בזה...
דביה תחדי נפשא
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

אז מען האט שוין ארופגעבראכט דעם אשכול

איך האב געטראכט שרייבן דא מיין זכרונות פון אויפוואקסן אין חצר קודש פון דעם רבי זי"ע
איך האב שוין געשריבן עס אויף חצרות חסידים אין לה"ק און איך וועל פרובירן שרייבן דא אויף אידיש

צוויי הקדמות

א) דער וואס האט שוועריקייטן ליינען וועגן ליובאוויטש און עס קאסט עם געזונט , בעט איך ביטע ליינט ניט דא
בעיקר וואס איך מיין צוזאגן ביטע שרייבט ניט קיין תגובה דא אויב איהר האט שוועריקייטן ליינען וועגן ליובאוויטש

ב) איך שרייב ניט וועגן דעם רבי צו לויבאוויטש צו וואס האט געשען אין די פריערדיקע יארן
איך שרייב נאר מיין זכרונות

איך וועל פרובירן שרייבן צוביסלאך , און זעהן צי סדא וואס אינטרעסירן זיך אין דעם
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

אוודאי זעמיר אינטערסירט, און זייער שטארק ארויס געברענגט, אז ווער עס שאט די געזונט איז פטור פון לייינען דא. מען גייט אים נישט פארהאלטן דערויף בעולם האמת...

אן אינטערסאנטע קרישקעלע, חמרא מאך מיך נישט צונאר נאכאמאל 8.)
חתונת הרבי הזמנה.jpg
חתונת הרבי הזמנה.jpg (104.2 KiB) געזען 891 מאל
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

מיינע זכרונות הייבט זיך אהן אין די אנהויב פון די מ"ם יארן, און די נו"ן יארן ביז די הסתלקות אויף ג' תמוז.

אין די מ"ם יארן בין איך געווען א קינד ביז מיין בר מצוה אין תשמ"ח.

דער רבי האט זייער מקרב געווען די יונגע קינדער,
אין תשמ"א האט דער רבי מיסד געווען די ארגון "צבאות השם" אז מען זאל געבן חיות צו די קינדער אין זייער עבודת השם.

דער רבי פלעגט רעדן ביי די כינוסים פאר קינדער אפאר מאל א יאר , רעדן פאמעלעכער אז מען זאל פארשטייען און נוצן ווערטער מער שייך פאר אינגערע קינדער צו פארשטייען.

איינער פון די זאכן וואס דער ארגון צבאות השם (וואס אגב איז דער ארגון וואס האט די זייער שיינע און באלערנענדיקע אידישע מיוזיאם)
טוט איז ארויס געבען א איוסגאבע פאר קינדער אנדערופען די "משיח טיימס" דער רבי פלעגט איבערקוקען דער בילד אויפן שער בלאט און מעיר זיין אויף וואס מען האט געמאלען
(למשל פורים האבן זיי געהאט א פושרע פאר מתנות לאביונים פאר א ישיבה און דער רבי האט מעיר געווען מען זאל לייגען פאר ארעמע מענטשן)

אויך די פאראד לג בעומר אויף זונטאג איז געווידמעט פאר קינדער און ביי דער רבי איז עס געווען זייער וויכטיג

דער יאר וואס דער רבי האט מייסד געווען צבאות השם איז געווען תשמ"א, יענער יאר איז געווען דער יאר נאך שמיטה וואס אין דער צייט פון די בית המקדש וואלט געווען שנת הקהל און דער רבי האט שטארק גערעט וועגן דעם וואס שנת הקהל איז געווען פאר אנשים נשים וטף צו שטארקען זייער יראת השם
און דערפאר געמאכט דעם ארגון צבאות השם

יענער יאר ביי הקפות ( וואס הקפות ביים רבי איז געווען ממש מעין עולם הבא - אבער צו דעם וועט מען שרייבן בעזרת השם שפעטער)
האט דער רבי געבעטן אז שי קינדער זאל קומען טענצן מיט עם א הקפה - הקפה ה
(דער רבי פלעגט טאנצן הקפה א און ז מיט זיין שוואגער דער רש"ג)

איך בין דאן געווען נאר 5 יאר אלט , מען האט מיר געשיקט מיט מיין עלטערע ברודער וואס איז געווען 8 יאר אלט
הקפות אין 770 איז געפאקט , מען האט זיך געשטופט און צוקלאפט געווארן ביז ענליך אנגעקומען צו די בימה פון הקפות- האב איך שטארק געוויינט
דער רבי האט מיר געזען וויינען און האט אויף מיר שטארק געקוקט און געמאכט מיט זיין האנט צו מיר צו זינגען און אופהערן וויינען
דער ציור פון דער שטארקער קוק און דעם מאכן מיט די האנט צו מיר גייט מיט מיר און איך געדענק עס זייער.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

דער רש"ג איז געבליבן אין חב"ד אלע יארן?
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

זיכער

מען פלעגט שרייבן בשעת מעשה ווען דער רבי פלעגט רעדן ביים כינוס פאר קינדער
איך בין אינמעטן דער בילד שרייבן בעת דער רבי רעט
אטעטשמענטס
שששע.jpg
שששע.jpg (153.11 KiB) געזען 872 מאל
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

סטיטשינער האט געשריבן:דער רש"ג איז געבליבן אין חב"ד אלע יארן?

דא האסטו א בילד פון פארברענגען ביים רבי ט"ו בשבט און דער רש"ג זיצט אויפן זייט,
איך בין דאס קינד הינטער דער רש"ג
אטעטשמענטס
שששע3.jpg
שששע3.jpg (75.02 KiB) געזען 870 מאל
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

דער רבי האט איינגעשטעלט אז די קינדער זאל חזרן אויסווייניג 12 פסוקים און מאמרי חז"ל און ביי יעדער כינוס האבן 12 קינדער
דעחזרט הויך איינער פון דער פסוקים

דא חזר איך איינע פון די פסוקים
אטעטשמענטס
שששע2.jpg
שששע2.jpg (61.02 KiB) געזען 866 מאל
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

דער רבי פלעגט רעדן דריי שיחות און אינצווישען פלעגט איבערטייטשען אויף ענגליש פאר די וואס האבן ניט פארשטאנען.
צום סוף האט דער רבי געטיילט דורך די מדריכים "דיימס" פאר די קינדער צו טיילן פאר צדקה און איינער לעשות כטוב בעיניהם.

אזוי איז אויך געווען בא די ל"ג בעומר פאראדן
איך געדענק אז איינמעל האט דער רבי גערעט א שיחה אין רוסיש פאר די אידען אין רוסלאנד
אויך איינמאל בא דער לג בעומר פאראד האט דער רבי גערעט א שיחה אויף רוסיש זאגענדיק אז די רוסישער געזעץ ערלויבט לערנען תורה און לערנען קינדער תורה דערפאר זאל מען זיך ניט שרעקן און לערנען און טעהן מצות

אין יאר תשמ"ז האבן זיי מחליט געווען אז די קינדער וועלן צוזאמן חתמנן א קוויטל צום רבין בעטן מען זאל זוכה זיין צו גאולה שלימה.
מען האט מיר געבעטן זיין איינער פון די קינדער וואס ווען געבען דעם רבי די קוויטעל בשם די קינדער
איז ביים סוף די כינוס חנוכה תשמ"ז בין איך צוגעגיינגען און געגבן דעם רבי די פדיונות און דער נאך האט דער רבי א קורצע שיחה און געזאגט ער וועט ברענגן די פדיונות אויפן ציון פון דער רבי ריי"צ
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

המשך יבוא בלי נדר
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

סטיטשינער האט געשריבן:אן אינטערסאנטע קרישקעלע, חמרא מאך מיך נישט צונאר נאכאמאל 8.)
חתונת הרבי הזמנה.jpg

ווי האט נאר דער ראפשיצער רב געזאגט א נאר בלייבט א נאר...
דביה תחדי נפשא
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

זייער שיין, ייש"כ הרב זאגארניש
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

מיר האבן זייער הנאה כבוד הרב זאגנארנישט.
ביטע שרייבט נאך.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

רעדענדיק וועגן דער רביס שטארקע קירוב צו קינדער.
דגעדענק איך אין תשמ"ז ווען דער רבי האט שטארק דערעט אז די קינדער זאל מאכן פון זייער צימער א חדר פון תורה
זיי זאלן האבן א חומש, סידור, און פושקע אין די צימער

ניט לאנג נאכדעם האט דער רבי געבען אז אלע קינדער זאלן אדורך כיין מיט זייער פושקע און דער רבי האט געגען יעדער קינד א מטבע
צו געבן צו צדקה.

אזוי אויך אריינגייענדיק צו דאווענען האט דער רבי שטענדיק געגעבן צדקה צו די קינדער זיי זאל לייגען אין פושקע.

אויך באם פארברענגען האבן קינדער געזעצן אויפן פלאר לעבן רבי און באם דאווענען און בא הקפות און דאס גלייכען

און אסאך זאכן געדענק איך פון די יארן ביי די פארברענגען וואס איך וועל שרייבן בעזרת השם שפעטער

אז מען רעט שוין וועגען קירוב צו קינדער,אין יאר תש"נ איז אוועק איונגערמאן און ער האט געלאזט דריי קללינע זין (און א טאכטער)
דער רבי האט שטארק מקרב געווען די קינדער, יעדער מאל זיי האבן געזאגט קדיש האט דער רבי דעקוקט אויף זיי און מאכן מיט די מויל אמן זייער קלאר צו די קלענערע וואס איז געווען זייער יונג און ניט געזאגט קדיש ער זאל זאגן אמן אויך יעגער םארבריינגען האט גער רבי געגבן די קינד א שטיקל מזונות
אויך בא הקפות האט דער רבי געבעטן אז זיי זאלן שטייען נאנט
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

האמיר זייער הנאה פון דיינע זכרונות, שרייב נאך
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”