רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

ס'איז דא א בריוו פון ביד"צ אין די ל' יארן צום ליבאוויטשע רבי'ן וועגן איינע פון די מערכות. ערגעץ איז עס אמאל געווען אויפ'ן וועלט'ל גענומען פון קובץ אור ישראל.

-

ס'קומט עפעס ארויס שיחות פון ליבאוויטשער רבי'ן מיט גדולי דורו. כ'האב שוין אמאל געזעהן אין עולם החסידות שמועסן מיט תו"א רבי ז"ל ועוד.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

איבערהויפט איז עס נישט קיין חידוש ווען עס איז שוין געווען געדענקט בעפאר...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

הפשט תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט רבי מענדל פוטרפאס עליו השלום אז און 770 פלעגט קומען צו גיין א'עלטערע איד מיט די נאמען רבי ישראל גאטעסמאן ז"ל א'סאכטשאווער חסיד (וואס הרה"ק הריי"ץ מלויבאוויטש זצוק"ל האט אים גערופן רבי ישראל בעל שם ווייל ער טראגט די אייבערשטער'ס נאמען גאטסמאן).
ער האט געהאט גרויסע התקרבות ביי הרה"ק הריי"ץ מ'לויבאוויטש וחתנו הרה"ק הרמ"ש זיע"א.

אמאל האט ער געזאגט ס'שטייט און די משנה תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם.
לכאורה פרעגט זיך די קשיא וואס איז פשט מרבים, מ'מאכט איינמאל שלום ושלום על ישראל.

נאר משל למה הדבר דומה א'הונגעריגע תינוק וואס וויינט אבער די מאמע זיינע האט אים נישט צו געבן מילך,וואס טוט זי נעמט צו א'פוסטע באטעל און זי לייגט אים עס אריין און מויל און דאס תינוק מיינט אז ס'איז דא עסן הייבט ער אן צו מוצץ זיין די באטל און בארויגט זיך און הערט אויף צו וויינען.
און א'קורצע צייט ווערט ער געוואר אז ס'איז נישט מער וואו א'בלאף הייבט ער ווייטער אן צו וויינען.
בלת ברירה לייגט די מאמע נאכאמאל אריין די באטל און זיין מויל און פארדינט נאך אפאר מינוט פון שטילקייט.

די נמשל איז אזוי אידישע קינדער זענען הונגעריג פאר געטליכקייט און פאר רוחניות און ער וויינט אבער און שטוב איז גארנישט דא ווער ס'זאל אים געבן רוחניות צו זעט.
וועגן דעם שטיפט די אייבערשטער אסאך רעבי'ס און כלל ישראל און זיי ווערען שטיל.
אבער די באטלעך זענען דאך פוסטע באטלעך ס'גייט דורך א'שטיק צייט און כלל ישראל כאפט די בלאף פון די רבי'ס און זי הייבט ווייטער אן צו וויינען אבער די אייבערשטער שיקט זיי ווייטער די זעלבע תלמידי חכמים די זעלבע פוסטע באטעלעך זיי זאלן מרבה זיין שלום בעולם, און אזוי זענען זיי כסדר מרבה שלום בעולם.

האט רבי ישראל אויס געפירט
אבער אונזערע רבי איז א'פולע באטעלע פול מיט מילך מ'קען עסן און עסן ביז מ'ווערט זאט
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

שמעלקא טויב האט געשריבן:-

ס'קומט עפעס ארויס שיחות פון ליבאוויטשער רבי'ן מיט גדולי דורו. כ'האב שוין אמאל געזעהן אין עולם החסידות שמועסן מיט תו"א רבי ז"ל ועוד.

שוין דא צענדליגע אזוינע. אלע סייזעס און אלע קאלירן.
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

יהיה כן האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:נייע אדעקטע בריוו פון הגאון בעל מנחת יצחק זצ"ל להאדמו"ר מליובאוויטש - לרגל יום הולדתו השבעים.
קרעדיט: בחדרי חרדים

קיין רבותא, אין שו"ת מנחת יצחק ברענגט ער עם פילצאליגע מאל
דער מנח"י זצ"ל האט געהאט א שטארקע געפיל פון הכרת הטוב פאר ליובאוויטש, זיי האבן אים געשטיצט און ארויס געהאלפן קריגנדיג זיין פאסטן אין מאנטשעסטער )כך סיפר לי יד ימינו של המנח"י ר' יח"ד שליט"א(

סאיז נישט נאר הכרת הטוב.
ער האט זייער געשעצט זיין גאונות און בקיאות בכל מכמני התורה, זיין צדקות און זיין זיכוי הרבים בכל רחבי תבל.
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:

הביא ראי' לדבריך אז דער מנחת יצחק איז געגאנגן מיט אן אנדערע שיטה, פון רוב גדולי ישראל באותו הזמן, ובפרט וואס דער מנחת יצחר האט דוגל געווען בשיטת הלוחמים והפורשים מהתחברות ונתינת כבוד לרשעים.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

פארציילט הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער שליט"א.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט הרב בן ציון ווישעצקי שיחי' מייסד ומנהל תלמוד תורה אהלי תורה כפר חב"ד אויף די אידישע שפראך כפי הוראת רבי מענדל פוטערפאס זצ"ל.

האט אים פארציילט הגאון האדיק פוסק הדור רבי שמואל הלוי וואזנער שליט"א א'מעשה נורא וואס ער האט בייגעוואינט מיט הרה"ק הרמ"ש מ'לויבאוויטש זיע"א.

וזה תוכנו.

פעם הזדמן לרב וישצקי להיפגש עם הגאון הרב וואזנר שליט"א בביתו. הרב האיר לו פנים במיוחד. מתברר שפעם זכה הרב וואזנר להתקבל יחד עם חבריו לספסל הלימודים אצל הרבי הריי"צ.

בין הדברים, הוציא הרבי ממגירת שולחנו הטהור תמונות של בחורים הלומדים תורה במסירות נפש ברוסיה, וקרא להם ללמוד ממסירות נפשם של אלו. הרב וישצקי 'בוגר' מחתרות ברית המועצות לשעבר, התחבב תיכף על הרב.

באווירה זו אזר הרב וישצקי אומץ, וביקש לברר עימו אם אמת יש בסיפור אשר שמע שהרב שליט"א שימש כאחד מגיבוריו הראשיים. הרב וואזנר חייך, והגיב: "אמת הדבר. אספר לך את פרטיו בדיוק כפי שהם התרחשו".

הסיפור הינו אמנם על הרבי, אך ביחד עם כך, הוא בהחלט גם סיפור על הרב וואזנר עצמו. על אמונת החכמים שלו, ועל הערצתו את קדושת הרבי. כך סיפר לו הרב וואזנר עצמו:

בדיקת תפילין חדשות

"היה זה בשנות הכפי"ם. יום אחד הגיע לביתי יהודי, חסיד חב"ד. בנו הגיע לא מזמן לגיל מצוות. במקביל החלו להתעורר אצלו בעיות בריאות שונות. גם לאחר היוועצות עם רופאים, הם לא הצליחו לרדת לשורש הבעיה, כך שגם הטיפולים השונים שניתנו על ידי הרופאים, לא הועילו. בצר לו פנה החסיד אל הרבי.

מענה הרבי לא אחר לבוא: "בדיקת התפילין". למרות שהיו אלה תפילין חדשות שנרכשו מסופר טוב וירא שמים מופלג, והיה עדיין ניתן לחוש בריח המיוחד של הרצועות והבתים החדשים, עם זאת, לא היסס החסיד ומסרם תיכף לבדיקה אצל סופר סת"ם מומחה בבני ברק. הוא הסביר לו את דחיפות העניין, ואכן עוד באותו היום חזר הסופר עם תוצאה ברורה: "הכול בסדר גמור. פרשיות יפהפיות. כשרות למהדרין".

"לא הייתי מופתע", סיפר לי החסיד, "הסופר אמנם אינו נמנה על בני קהילתי, אך ביררתי אודותיו היטב, ושמו הולך לפניו. אף שילמתי לו טבין ותקילין, ולא ציפיתי למסקנה פחות טובה".

חלף זמן נוסף ובינתיים ממשיכות בעיותיו של הנער להטריד אותו, את אביו ואת כל המשפחה. הם היו אובדי עצות. אפילו את הרבי כבר שאלו. אם כן, מה עוד ביכולתם לעשות. שבוע רדף שבוע, והבעיות המציקות אינן נותנות מנוחה. בצר לו החליט החסיד לפנות שוב אל הרבי. הוא שוב גולל את מסכת ההסתבכויות מהן סובל בנו הצעיר, והוא כמובן אף ציין את העובדה שהוא מילא אחר הוראת הרבי לבדוק את התפילין, וב"ה נמצאו התפילין כשרות ומהודרות בתכלית.

אתגר שמיימי

כבר ביום שלמחרת קיבל הלה את מענה הרבי שכלל שתי מילים בלבד: "בדיקת התפילין". עתה היה ברור לו כי מסתתר כאן משהו. הוא תיכף תר אחר סופר סת"ם מומחה אחר. הדגש הפעם היה על מומחה. הוא אף סיפר לי את שמו של הסופר ששמו אכן הלך לפניו בכל העיר. בנוסף למומחיותו כסופר, הוא היה גם יהודי תלמיד חכם מופלג. הוא הביא לפניו את התפילין, והפציר בו שיגלה את הבעיה. המומחה נעתר לאתגר השמיימי.

לאחר מספר שעות חזר אליו הסופר. "בחנתי בעין בוחנת כל אות וכל תג. עברתי על הפרשיות שלוש פעמים. פשוט הפלא ופלא. תפילין יפות ומהודרות כאחת. חיפשתי בכל כוחי לפחות פסול אחד של 'לכתחילה', זאת אומרת, פסול כזה שאינו מעכב בדיעבד, שעדיין ניתן לברך עליו, אך חסר בהידורו, הוא אינו 'לכתחילה'דיק'. אך מוכרחני להודות כי לא הצלחתי לאתר גם דבר כזה".

הפעם לא השתהה החסיד והוא תיכף התיישב לכתוב מכתב לרבי. מכתב שלישי.. הוא ציין את מומחיותו של הסופר הבודק, את עובדת היותו תלמיד חכם מופלג, והוא כמובן ציטט את הדברים כפי שאמרם. לא גרע ולא הוסיף. הוא סיים את מכתבו הקצר בהבעת חוסר אונים, ושוב ביקש את ברכת הרבי.

יום לאחר מכן קיבל חסיד זה את תשובת הרבי הבאה: "בדיקת התפילין. יתייעץ עם רב בעירו".

הוא הגיע אלי לאחר שכבר מסר את התפילין לסופר מומחה שלישי. גם הוא כקודמיו השתדל במאמצים רבים לאתר את הבעיה, אך גם הוא הסיק את מסקנת קודמיו: התפילין כשרות למהדרין. עתה הוא הגיע אליי עם התפילין, תולה בי את עיניו בתקווה כי אפתור את התעלומה. עיינתי בתפילין, וראיתי כי הן אכן יפות במיוחד.

"אוי ווי"

היה לי ברור כי אם הרבי דורש פעם אחר פעם לבדוק את התפילין, יש כאן דבר שעדיין לא נבדק. יש כאן דבר שלא התברר עד הסוף. לאחר מחשבה ארוכה ביקשתי לזמן אלי את הסופר שכתב את הפרשיות הללו.

כאשר הלה סר לביתי, ראיתי כי עומד לפניי אדם ישר וירא שמים מופלג. ביקשתי שיספר לי על עבודתו, מתי החל, אצל מי למד, וכן הלאה. לאחר שיחה ארוכה, ציין הלה כי הוא מקפיד לטבול במקווה כל אימת שמתיישב לכתוב פרשיות תפילין או מזוזות. מאחר שהוא סיפר לי קודם לכן על מקום מגוריו, ובאותו זמן לא היה מקווה באזור זה, שאלתיו לתומי, כיצד הוא מסתדר עם המרחק. אז הוא השיב לי את הדבר המדהים הבא:

"מאחר שההקפדה שלי בטבילה לפני כתיבת הפרשיות נעוצה בכתיבת שם ה', ומאחר שבמקביל קיים אצלי קושי להגיע למקום המקווה, פיתחתי לעצמי נוהג, לכתוב, לכל לראש, בלי שם ה', ובכל המקומות שיש לכתוב את שם השם, אני משאיר מקום ריק. לאחר מכן, כאשר מזדמן לי לטבול במקווה, אני חוזר וממלא את כל אותם חללים בכתיבת שם ה'...".

הבהלה שאחזה אותי בצירוף ה"אוי ווי" הספונטאני שנפלט מפי, הבהירו היטב לסופר התמים כי אירעו כאן דברים חמורים ביותר. הבהרתי לו כי הפרשיות של בן אותו חסיד, כמו גם כל הפרשיות שיצאו תחת ידו הינן פסולות אף בדיעבד. הוריתי לו כי לכל לראש יצור קשר עוד באותו יום עם כל לקוחותיו ויורה להן בשמי לבל יניחו יותר את התפילין שרכשו אצלו. ובמקביל עליו להפסיק לאלתר את מלאכת הסופרות, עד אשר יישב וילמד מחדש את כל ההלכות הנוגעות למלאכה אחראית זו, ויהיה בקיא בהן.

הרבי בצדקותו ראה כי התפילין פסולות, ואני שמחתי כי נפלה בידי הזכות לגלות את מקור הבעיה, ולהציל בכך את כל הלקוחות בעבר ובעתיד של סופר זה..".

הוא אשר אמרתי. סיפור על אמונת צדיקים של פוסק הדור, הגאון החסיד הרב וואזנר שליט"א.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דאנערשטאג יוני 26, 2014 11:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

אויף יודיש ביטע, מיר פארשטייען נישט אזוי גוט היברו.

און ביטע צייגט נאר אן די מקורות, איר דארפט אייך נישט מטריח זיין עס מעתיק צו זיין במילואו, מיר קענען עס אליין גיין ליינען אין עני לאקאלן בית חב"ד.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

זייער אינטרעסאנט. זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל. ייש"כ רימנובער פארן צוברענגען.
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4486
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

הפלא ופלא! ייש"כ פארן ברענגען.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

פארציילט הרב הצדיק רבי אלחנן היילפרין שליט"א.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט הרב הצדיק רבי אלחנן היילפרין שליט"א גאב"ד ראדאמישלא .
ער האט אמאל געכאפט א'שמועס מיט הגאון הצדיק רבי משה מונד זצ"ל אבד"ק מיקולייב ומגדולי וחשובי חסידי בעלזא פונעם פריעדיגן דור.
די מינוט וואס ער האט דערמאנט הרה"ק מלויבאוויטש זיע"א האט זיך הגה"צ רבי משה הנ"ל אנגערופן אז די לויבאוויטשער רבי איז א'איש קדוש.

זאגט רבי אלחנן שליט"א, איך וואס האב גוט געקענט רבי משה זצ"ל און ער פלעגט נישט בארימען אנדערע צדיקים נישט פונעם בעלזער גזע, האב איך מיך זייער געוונדערט דערויף,
האט ער אים דעמאלטס אזוי פארציילט .

איך בין אמאל געפארן מיט די באן פון פאריז קיין ווארשא באמערק איך א'אינגערמאן מיט זייער א'איידעלע צורה האט זיך אוועק געזצט אויף זיין פלאץ.
אנצווישן איז אנגעקומן א'גויטע און זיך געזצט לעבן אים האט ער זיך תיכף אויפגעשטעלט און ער איז געשטאנען און פארטיפט און געלערנט און א' קליינע גמרא וואס ער האט געהאלטן פאר מער וואו צעהן שעה רצופות בלי הפסק.
מענטשען זענען ארויף געקומען די באן און אראפ געגאנגן מיט א'טומעל אויבער אים האט גארנישט אינטערסירט נאר איין זאך לערנען די גמרא.
דאס אלס האט זיך אפגעשפילט פון ווען מ'איז ארויף געקומן אויף די באן פון פאריס אכט א'זייגער ביינאכט ביז די באן איז אנגעקומען זיבן דרייסיג צופרי און קאטאוויץ איך בין זייער איבע'רעש'ט געווארן פון די גאנצע מחזה אבער איך האב נישט געווסט ווער ער איז .
און קאטאוויץ איז די גויטע אראפ געגאנגן פון די באן האט ער זיך צוריק געזצט אויף זיין פלאץ און ממשיך געווען צו לערנען.

ווען די באן איז אנגעקומן קיין ווארשא זע איך וואו א'קבוצה לויבאווישטער חסידים האבן אים אפגעווארט און מקבל פנים געווען און די סטאנציע.
און דעמאלטס בין איך געוואר געווארן אז דאס איז געווען לויבאוויטשער רבי'ס אינגע איידים.

זיע"א.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

עקבי הצאן האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:נייע אדעקטע בריוו פון הגאון בעל מנחת יצחק זצ"ל להאדמו"ר מליובאוויטש - לרגל יום הולדתו השבעים.
קרעדיט: בחדרי חרדים

קיין רבותא, אין שו"ת מנחת יצחק ברענגט ער עם פילצאליגע מאל
דער מנח"י זצ"ל האט געהאט א שטארקע געפיל פון הכרת הטוב פאר ליובאוויטש, זיי האבן אים געשטיצט און ארויס געהאלפן קריגנדיג זיין פאסטן אין מאנטשעסטער )כך סיפר לי יד ימינו של המנח"י ר' יח"ד שליט"א(

סאיז נישט נאר הכרת הטוב.
ער האט זייער געשעצט זיין גאונות און בקיאות בכל מכמני התורה, זיין צדקות און זיין זיכוי הרבים בכל רחבי תבל.

הביא ראי' לדבריך אז דער מנחת יצחק איז געגאנגן מיט אן אנדערע שיטה, פון רוב גדולי ישראל באותו הזמן, ובפרט וואס דער מנחת יצחר האט דוגל געווען בשיטת הלוחמים והפורשים מהתחברות ונתינת כבוד לרשעים.

טעות. רוב גדולי ישראל האבן זייער געהאלטן פון אים. חוץ געציילטע ווי דער סקווערער רבי, און אנדערע וואס האבן אנגעקוקט קרום צוליב זיין גיין אין קאלעזש. דוכט זיך אז דער (סאטמארער) רבי איז אויך נישט געווען צו אנטציקט פון אים. (איך רעד בעצם פון זיין פערזענליכקייט נישט די חילוקי גישות וואס האבן שטארק אויסגעפלאצט זינט תשכ"ז בנוגע ניסים, כבוד לשרי המדינה, שטחים ועוד. און נאר אגב נאכאמאל איבער צו חזר'ן אז בעצם רעיונית איז שיטת חב"ד כמעט ווי סאטמאר לגבי ציונות, פיל שארפער ווי אלע אנדערע קרייזן חסיד'ישע און ליטווישע צוגלייך. די חילוקי דעות זענען נאר אויף זייטיגע פרטים אבער היות טעכניש זענען די זייטיגע פרטים שטארק בולט מער ווי אידעאלאגישע חילוקים, כאטש די אידעאלאגישע זענען פיל מער יסודות'דיג, איז חב"ד אנגענומען ווי די ווייטסטע פון סאטמאר בעיני ההמון וואס זענען נישט יורד לעומקן של דברים).

איך רעד פון חסידים. מתנגדים איז א אנדערע מסכתא כידוע שיטת הרבה ליטאים אז אלע חסידות'ער זענען נישט קיין עכטע חסידות און נישט דאס האט דער גר"א געמיינט נאר חב"ד איז די ריכטיגע טריפה'נע חסידות וואס מען האט גע'אסר'ט. (דאס איז על אף וואס הרב שך האט כסדר געשריגן אז זיין מערכה קעגן ליובאוויטש האט גארנישט מיט חסידים און מתנגדים, און עס איז גאנץ מעגליך לגבי אים איז עס טאקע אזוי געווען, אבער בכלליות איז די ליטווישע וועלט געווען זייער פיינטליך געשטימט צו חב"ד סתם אזוי, מסתמא מחמת דעמאגראפישע סיבות ווייל חב"ד האט געווירקט אין זייערע מקומות).
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

מי חכם, מיר פארשטייען מיט איינמאל אויך, צי וואס חזרה? אגב וואלט נישט געשאדט ווען איר באקאנט אייך אביסל מיט פאקטן...

---
באשכול דינן טוט מען קענען לערנען דעם שטארקן כשרון היצירתית פון מייסעלעך מיט וואס חסידות חב"ד צייכענט זיך אויס.

מיר ליינען מיט הנאה...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

עדות הגה"צ מ'מאקווא שליט"א על גדולת וקדושת הרה"ק מלויבאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט הגאון הצדיק רבי שמעון לעמברגער שליט"א גאב"ד מאקאווע .

אז זיין טאטע הגה"צ רבי משה נתן נטע זצ"ל גאב"ד מאקאווע צוויי טעג פאר זיין הסתלקות ווען ער איז צוריק געקומען פון שוהל האט ער פלוצלונג אנגעהויבן צו רעדן פון הרה"ק מ'לויבאוויטש זיע"א.
און געזאגט איר ווייסט אינגאנצן נישט פון די גרויסקייט פונעם לויבאוויטשער רבי וואס דאס איז העכער העכער פון אלע אייערע השגות.
פירט אויס מאקאווער רב שליט"א אז א'זומער פריער האט די טאטע זצוק"ל גערעדט מיט מורא'דיגע גרויסע שבחים אויפן רבי'ן זיע"א לאן קץ ולאין שיעור אויף זיין גדלות און געזאגט בהאי לישנא.
איר ווייסט נישט און איר פארשטייט נישט וואו גרויס און הייליג איז דער איד .
און ער האט ממשיך געווען צו רעדן פון זיין גדלות מיט זיין קדושה.

איז ממשיך מאקעווע רב שליט"א וואס ער האט געהערט פון זקני וגדולי הרבנים מדור הקודם הרי הוא מחותנו הגאון הצדיק רבי בנימין מענדלסאן זצ"ל גאב"ד קוממיות וואס לפניו לא יבוא כל חנף
ער פלעגט צו לערנען הונדערטער שיחות און מאמרים פונעם רבי'ן און ער איז ארויס פון התפעלות און געזאגט
אז מ'קען אים נישט מיט א'חוט א'שערה תופס זיין .

פירט אויס קוממיתער רב זצ"ל אשרי הדור וואס דער מענטש איז שרוי און דעם.
וואס צענדליגער טויזענט אידין האט ער צוריק געברענט די אמונה נישט פון היינט און פון נעכטען נאר מיט דרייסיג פערציג יאר צוריק נאך פאר ער האט מקבל געווען די הנהגה.
מיר געדענקן זייער גוט ווען ער האט אנגענומען די הנהגה האט ער שוין מעורר און מרעיש געווען אויף ענין התשובה און אויסגערופן מיר זענען און א'דור פון בעלי תשובה,
קיינער האט נישט פארשטאנן וואס דאס מיינט.אבער היינט צו טאג טוהן דאס אנדערע מענטשן נאך.
ער דער קדוש איז געווען די ערשטע דאס צו טוהן.

עד כאן עדות הגה"צ מ'מאקעווא שליט"א.

.

.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום פרייטאג יוני 27, 2014 9:04 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט הגאון האדיר רבי דוד יונגרייז זצ"ל ראב"ד העדה החרדית וואס כידוע איז געווען בקיא בכל התורה כולו נגלה ונסתר וכל רז לא אניס ליה.
ער איז אמאל געווען ביחידות מיטן לויבאוויטשער רב זצ"ל האבן זיי ארום געשמוסט א'לאנגע צייט און לערנען און אויך טיפע ענינים און קבלה.

אויסער די התפעלות וואס ער איז נתפעל געווארן רעדניג מיט די רבי די ענינים הנ"ל האט ער פארציילט מיט א'תרגשות אז ווען זיי האבן ארום גערעדט און געוויסע געגנטס לעבן ירושלים ווען מ'זאל ליינען די מגילה צו אזוי וואו און ירושלים ט"ו אדער י"ד ,למשל וואו די שפיטאל הדסה געפונט זיך ועוד מקומות.

האט אים די רבי געזאגט אז די באס נומער ניינצען וואס פארט און די מקומות זאל מען ליינען ט"ו און די נייע מקומות זאל מען ליינען י"ד.
און אזוי האט די רבי שפאצירט מיט רבי דוד זצ"ל און גאנצע געסער און געגענטס פון ירושלים.
כאילו וואו די רבי וואלט דארט געוואינט און פארברענגט דארטן,

רבי דוד זצ"ל איז ארויס פון די כלים אז ער אלס יליד ירושלים האט נישט געקענט די אלע פלעצער וואס די רבי זיע"א האט אויס גערעכנט.

האט פארענדיגט רבי דוד זצ"ל מיט גרויס התפעלות אויף אים איז געזאגט געווארן אז צדיק צופה מסוף העולם ועד סופו
.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום פרייטאג יוני 27, 2014 9:52 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תשובה לדבריך.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

עקבי הצאן האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:נייע אדעקטע בריוו פון הגאון בעל מנחת יצחק זצ"ל להאדמו"ר מליובאוויטש - לרגל יום הולדתו השבעים.
קרעדיט: בחדרי חרדים

קיין רבותא, אין שו"ת מנחת יצחק ברענגט ער עם פילצאליגע מאל
דער מנח"י זצ"ל האט געהאט א שטארקע געפיל פון הכרת הטוב פאר ליובאוויטש, זיי האבן אים געשטיצט און ארויס געהאלפן קריגנדיג זיין פאסטן אין מאנטשעסטער )כך סיפר לי יד ימינו של המנח"י ר' יח"ד שליט"א(

סאיז נישט נאר הכרת הטוב.
ער האט זייער געשעצט זיין גאונות און בקיאות בכל מכמני התורה, זיין צדקות און זיין זיכוי הרבים בכל רחבי תבל.

הביא ראי' לדבריך אז דער מנחת יצחק איז געגאנגן מיט אן אנדערע שיטה, פון רוב גדולי ישראל באותו הזמן, ובפרט וואס דער מנחת יצחר האט דוגל געווען בשיטת הלוחמים והפורשים מהתחברות ונתינת כבוד לרשעים.

איין זאך קען איך אייך זאגען וואו ער זעט האט מען פריער געפויסט די בריוו דא, און די די מנחת יצחק זצ"ל הייבט אן די בריוו בזה הלשון.

שלמא רבא אל כבוד קדושת הרב הגאון הצדיק רשכבה"ג צי"ע פה"ח עה"י וכו' כקש"ת מוה"ר מנחם שניאורסאהן שליט"א אדמו"ר מליובאוויטש יצ"ו.

אחדשת"ה כמשפט לכהדג"ק שליט"א.

און ממילא היוצא מדברינו ווען ער זאל אים נישט שטארק שעצען וואלט ער אזעלעכע לשונות נישט גענוצט.
און די טיטלען האט די מנחת יצחק זצ"ל נישט גענוצט אויף יעדען איינעם.

איך האב אייך געוואלט מודיע זיין אז איך גיי בלי נדר מער נישט ראגירען אויף די נושא.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

איך האב כלל נישט קיין חשק צו רעאגירן איבער די שטעלונגען וואס מאנכע האבן אנגענומען קעגן דעם ליובאוויטשער רבי'ן זי"ע, און כאטש איינער האט אנגעמערקט אז אויב איז מען נישט קלאר באהאוונט מיט פאקטן קען מען האבן א פאזיטיווע נייגונג כלפי דעם ליובאוויטשער רבי, וויל איך באטאנען פונקט דאס פארקערטע, איך האב זיך שוין אנגעהערט מיט פילע דעמאגאגישע רעדעס געשאטן קעגן דעם ליובאוויטשער רבי'ן און עס איז מבהיל על הרעיון מיט וואספארא 'פאקטישע' שטותים והבלים עס ווערן געוואשן די מוחות פון ס. קרייז אנהענגער, עס איז גאר א גרויסער בזיון אז אזעלכע אויפגעבלאזענע פאקטן ווערן אזוי עפנטליך אויסגעפלוידערט אינערהאלב אזא אינטעליגענטע קרייז.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

עקבי הצאן האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:נייע אדעקטע בריוו פון הגאון בעל מנחת יצחק זצ"ל להאדמו"ר מליובאוויטש - לרגל יום הולדתו השבעים.
קרעדיט: בחדרי חרדים

קיין רבותא, אין שו"ת מנחת יצחק ברענגט ער עם פילצאליגע מאל
דער מנח"י זצ"ל האט געהאט א שטארקע געפיל פון הכרת הטוב פאר ליובאוויטש, זיי האבן אים געשטיצט און ארויס געהאלפן קריגנדיג זיין פאסטן אין מאנטשעסטער )כך סיפר לי יד ימינו של המנח"י ר' יח"ד שליט"א(

סאיז נישט נאר הכרת הטוב.
ער האט זייער געשעצט זיין גאונות און בקיאות בכל מכמני התורה, זיין צדקות און זיין זיכוי הרבים בכל רחבי תבל.

הביא ראי' לדבריך אז דער מנחת יצחק איז געגאנגן מיט אן אנדערע שיטה, פון רוב גדולי ישראל באותו הזמן, ובפרט וואס דער מנחת יצחר האט דוגל געווען בשיטת הלוחמים והפורשים מהתחברות ונתינת כבוד לרשעים.

אפאר יאר צוריק האב איך געזעהן אינעם בחצר הקודש פון סקווירא א שמועס מיט כ"ק מרן מהרי"ט ווייס גאב"ד ירושלים שליט"א וואס דערציילט א "מופת" פון ליבאוויטשער רבי'ן, און דער גאב"ד שליט"א איז גאר שטארק אנגענומען אפי' ביי די עקסטרעמע קנאישע קרייזן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

אין ליובאוויטש איז היינט שטארק פארשפרייט דאס ענין פון אנפרעגן אין די אגרות קודש, שוין צענדליגע ביכער ארויסגעקומען מיט מעשיות פון נסים ונפלאות וואס מענטשן זענען מעיד דערוועגן. ס'איז מיר אינטרעסאנט צו וויסן ווען דאס האט זיך אנגעהויבן, איז דאס שוין געווען בחייו פון דער רבי? האט דער רבי עפעס געזאגט דערוועגן?
הנותן לשכוי בינה...
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

עיין ערך "אמת ובדוי בספרות חב"ד"
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שביעין חביבין
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 20, 2014 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שביעין חביבין »

לא ידוע אודות הלובביצ'י שהתערב בעניני ציונות. מאידך, ישנה גירסא ואף בתוככי חלקים נכבדים מחסידי חב"ד שהלובביצ'י היה 'קנאי'. וזה שקיבל את הקרואים נשיאי המדינה ושאר אישי הציונות זהו רק להנחותם הדרך כמו שידוע מהסאטמרי שקיבל אף הוא לעיתים את ראשי הציונות והמזרחי
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

לא נכון,

עמדת האדמו"ר מליובאוויטש בנוגע ציונות נחלקת לשניים, מחד גיסא לא ראה את הציונות והישוב כגאולה ולא כאתחלתא דגאולה, ואף התבטא בחריפות נגד הרעיון; מאידך תמך בראשי הציונות, קבל פניהם בכבוד והוקרה, אף השמיע להם שביעות רצונו מהנהגת אותה מדינה, וזאת באופן חריג ביותר גם לעומת רוב מנהיגי קהילות החרדיות המשתתפים בממשלה. ושלא לדבר על ההסתה (!) בענין ה"שלימות הארץ".

ההשוואה להאדמו"ר מסאטמאר הינה נסיון כושלת בהכחשת המציאות שמבזה אף - להבדיל - את הליובאוויטשער.

זאת ועוד: ההתנגדות על ליובאוויטש איננה מוגבלת כלל לעמדתם בדבר הציונות, והדברים ידועים.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

איז עס א מעשה אויף'ן רבין'ס זונ'ס איידעם אדער נאר אויף די חסידים וואס דרוקן אפ אזוינס
מיםגנובים1.png

מיםגנובים2.png
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ווען איינער קומט פרעגן קשיות אויף ליובאוויטש זאל ער קודם נעמען אין באטראכט די פאלגענדע פשוטע פאקטן: דער ליובאוויטשער חסיד פירט זיך עפ"י שולחן ערוך אבער עפ"י פסקי הרב, דאווענען דאוונט ער אין א סידור וואס איז אנדערש ווי דיינס, לערנט אזעלכע ספרים וואס דו פארשטייסט נישט זייער אינהאלט, אנהאלט א ווערטער-בוך וואס דו קענסט נישט, און דאס איז חוץ דערפון וואס מיר אלע ווייסן אז שיטת חב"ד מאז היותו לשיטה איז עס געגאנגען אויף איר אייגענע שפאן. בקיצור נמרץ אן אריינצוגיין אין דעטאלירטע חילוקים, איז דער ליובאוויטשער חסיד אינגאנצן אן אנדערער בריאה ווי דו.

ואם כן, וואס פרעגסטו קשיות?

די פאקט איז אז אונזער צוגאנג צו יעדער זאך איז באגרינדעט אויף הקדמות, אויב איז א בחור פארכאפט ביי פאלעסטינער רוצחים, איז אזוי; אויב גייט ער א שווארצן קאפעלוטש, דאן איז דאס א היימישע זאך און ס'טרעט נאנט צום הארצן. דאן אבער אויב איז יענער מיט א כיפה סרוגה, איז עס דאך נישט אזא היימישע זאך, נאר וואס דען איינער פון די בחורים איז דאך א בנש"ק איז דאך דאס אין גדר פון העלפן דעם רבי'ן ר' אלימלך'ס זי"ע אן אייניקל... דאס אלעס איז א פועל יוצא פון די מחשבה תחילה מיט וואס מ'האט איינגעפאלנצן אונזער אידישער אמונה, אז 'כזה ראה וקדש' א איד איז דער וואס גייט אנגעטוהן ווי אונזערע זיידעס זענען געגאנגען אנגעטוהן וכו', אויב אבער האט איינער אנדערע הקדמות איבער די מהות פון אידישקייט איז א דבר פשוט פאר יענעם אז די אידן זענען איהם נאנט צום הארץ.

נאך א דוגמא. ווען איך בין געווען א קינד איז געווען א סארט עלעמענט וואס האט געהייסן א 'מלחמה איבערלעבער', און דער סטאטוס אז ער איז ארויס פון די נאצי'ס האט איהם געגעבן פארשידענע אומבאגרעניצטע רעכטן איבער צו דרייען דאס בית המדרש, שרייען אויף די קינדער וכו', און אויב די קינדער האבן געהאט טענות האבן די עלטערן אונז פארשוויגן, וואס ווילסטו נעבעך ער איז געווען אין קריג אא"וו. אין אנדערע ווערטער הייסט עס אז אויב וואלטן מיר אויך חלילה דורך דעם ביטערן האלאקאוסט וואלטן מיר אויך געהאט די זעלבע רעכטן.

איז לגבי ליובאוויטש איז די זעלבע זאך, אפשר ווען דו וואלסט געקומען פון די זעלבע בעקראונד מיט די זעלבע געדאנקנגאנג וואס חב"ד רביים האבן אויסגעלערנט זייערע חסידים וואלסטו צוגעקומען צו דער זעלבער הכרה?

ענטפערט מען אבער, וואס הייסט דער רבי רש"ב מליובאוויטש נ"ע איז דאך געווען אזוי געפערליך אויסגעשפראכן קעגן ציונות, ממילא בין איך דאך א גלייכער מחותן, ווארום איך בין דאך אזוי באהאוונט אין די שיטת הקנאות, ממילא האב איך דאך די זעלבע הקדמות מיט וואס ליובאוויטש איז ערצויגן געווארן.

איז אבער זייער אינטערעסאנט, די סאטמארער ווייסן אז דער פריערדיגע בעלזער רב איז געווען בקנאות קעגן ציונות און אויך דער רש"ב מליובאוויטש. און ביי ביידע פעלער האבן גאר די ממלא מקומות זייערע -משנה געווען מן הקצה אל הקצה. אלא מאי, זייער קנאות איז געווען באגרינדעט אויף אנדערע גרונדן ווי די שיטה פון סאטמארער רב, ממילא האבן זיי משנה געווען. אפשר טאקע אויב וואלט די שיטה פון בעלזא און ליובאוויטש געווען באגרינדעט אויף שיטת ויואל משה וואלטן זיי טאקע נישט משנה געווען.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

די ערשטע העלפט פון דיין תגובה האט מעגליך א וואלידע נקודה, אבער דיין לעצטע שטיקל איז במחכת הוילע שטותים.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”