רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

zugurnish האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
zugurnish האט געשריבן:דער רבי פלעגט דרייען מיט די ספר תורה צום אלע זייטן און געזונגען אדער זיין הקפה ניגון אדער זיין טאטעס
(דער רבי טאטעס הקפה ניגון איז געווען זייער באליבט ביים רבי און אסאך געזונגען און בא פארברענגען אסאך מאל אופגעשטאנן און געטאנצט צו דעם ניגון)


קענסט אפשר שטעלן א לינק צו די צוויי ניגונים אדער זאג וויאזוי מ'קען עס סערטשן

https://www.chabad.org/multimedia/music ... akofot.htm

דאס איז דער רביס טאטעס הקפה ניגון

http://www20.chassidus.com/audio/nigun/ ... eginah.htm
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח ר' בנציון (ניט אזוי שטייט אויף אייער קאפל אלס קינד?) המכונה 'זאג-גארנישט' פאר די הערליכע שמועסן און זכרונות!

יישר כח פאר די לינקס צו די ניגון, קענען מיר דעם ניגון גוט
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

http://www20.chassidus.com/audio/nigun/ ... eginah.htm

דאס איז דער רביס הקפה ניגון

(אבער אסאך מאל האט דער רבי אנגעהויבן זיין טאטעס הקפה ניגון ביי זיין הקפה
דער רביס טאטעס ניגון איז געווען זייער חביב ביים רבי און געזונגן און געטאנצט מיט דעם ניגון אפט בא פארברענגען)
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

לכאורה האט געשריבן:יישר כח ר' בנציון (ניט אזוי שטייט אויף אייער קאפל אלס קינד?) המכונה 'זאג-גארנישט' פאר די הערליכע שמועסן און זכרונות!

יישר כח פאר די לינקס צו די ניגון, קענען מיר דעם ניגון גוט

יא יא
אדאנק

ממשיך זיין אביסול שפעטער.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

י"א ניסן דער רביס יום הולדת
איז געווען די באוואוסטע פארברענגענס איינער תשכ"ב ווען דער רבי איז געווארען 60 און דאן האט דער רבי גערעט וועגן רב יוסף וואס האט געמאכט א מסיבה לכבוד ווערן 60
תשל"ג ווען דער רבי איז געווארן שבעים שנה און דאן האט דער רבי געמאנט מען זאל מייסד זיין נאך 71 מוסדות אין די קומענדיקע יאר

אויך פלעגט מען קומען צו פארבריינגע און בריינגען פארשידענע מתנות פאר דער רבי ווי א נייע ספר, א שליסול צו א נייע בית חב"ד
אבער דער מנהג האט מען אופגעהערט נאך דער רביס הארץ אטאק ל"ע

אבער נאך אמאל דאס איז פאר מיין צייט

איך געדענק י"א ניסן תשמ"ב דער רביס שנת השמונים דאן האט דער רבי געטיילט תניאס צו יעדער איינער,
איך געדענק אריבער גיין און קריגען דער תניא

י"א ניסן תשד"מ האט דער רבי געבעטן דרוקען תניא הוצאה 1000 אבער דעם מאל האט דער רבי ניט געטיילט אליין נאר געבעטן די חברי הכולל דאס טיילן.

צו י"א ניסן פלעגט מען מארגן זיין מצוה טאנקען גיין אויף י"א ניסן לייגן תפילין אויף אידן און טיילן שמורה מצה
(מיין זון האט צו געגאנן צו איינער און געפרעגט צי ער איז א איד צו קאנען עם געבן שמורה מצה
ענפערט יענער not today ענפערט מיין זון עס איז טאקע ניט פאר היינט נאר פאר אין א פאר טעג פון יעצט...)

י"א ניסן תש"נ האט דער רבי געטיילט זיין א מאמר חסידות אין זיין שטוב צו יעדער איינער, דער מאמר דיבור המתחיל איז געוווען כי ישאלך בנך

י"א ניסן תשנ"ב האט מען געגרייט צו שטארק פייערן די 90 יום הולדת אבער ליידער א מאנאט און א האלב פארדעם איז דער רבי געווארן ניט געזונט ל"ע
אבער דאך האט מען געהאט 90 מצוה טאנקען ארויס פארן יענער טאג

פסח ביז די פטירה פון פריערדיקע רביס רביצין פלעגט דער רבי עסן יעדן יו"ט אין דירה פון פריערדיקע רבי מיט די רש"ג און נאך א פאר עלטערע חסידים און דאן פלעגט די רש"ג
פרעגן אסאך שאלות און דער רבי האט געענפערט

באם סדר נאכט האבן אסאך בעיקר בחורים געאיילט צו זען דער רביס סדר
און צום סוף איז געווען געפאקט
דאס האט זיך געענדיקט תש"ל נאך דעם האט דער רבי געפראוועט סדר אליין מיט דער רביצין און דער משמש שלום גנזבורג

נאך א מנהג פון רבי איז געווען פארן סדר האט דער רבי געגאנגען זעהן כמה וכמה סדרים וואס מען האט געמאכט
1) די בחורים פון ישיבה, 2) מכון חנה - א מוסד פאר מיידלאך בעלות תשובה 3) פרי א מוסד פאר רוסישע מקורבים 4) אין יאר תשל"ט נאך דעם וואס ליובאוויטש האט ארויס געראטעווען א גרויסע צאל איראנישע יונגע אינגלאך און מיידלאך האט מען געמאכט א סדר פאר זיי (און דער רבי האט געזאגט מען זאל זיי געבען קיטניות ווייל זיי עסן עס דאך)

דער מנהג האט דער רבי אופגעהערט אין יאר תשמ"ב מסתמה ווייל עס איז געווען צופיל גיין מיט די פיס

דער רבי פלעגט אליין טיילן א שטיקול מצה ערב פסח , דאס האט זאך אופגעהערט נאך דער רביס הארץ אטאק ל"ע
פון דאן האט דער רבי געגעבן א פעקל צו חברי הכולל און זיי האבן געטיילט

דער רבי האט נאכאלץ געטיילט פעקלך מצה צו שלוחים וואס האבן געמאכט סדרים פאר מקרובים

אויך געווען איינציקע וואס האבן געקראגן א מצה פון רבי (מיין זיידע איינע פון זיי)

נאך די רביצין איז אוועק דער רבי האט געמאכט אליין די סדר,
אין יאר תש"נ די צווייטע סדר נאכט האט מיין ברודער געזאגט לאמיר גיין זען ווי דער רבי גייט ארויס צו שפוך חמתך
מיר האבן געהאלטן נאך די צווייטע כוס און מיר האבן זיך מיישב געווען אז דאס איז געווען מקום סעודה
און מיר האבן געגאנגען צו 770

ארום 100 בחורים האבן געשטאנן דארטן און דער רבי איז ארויס אביסל שפעטער און געזאגט שפוך חמתך

אחרון של פסח איז די סעודת משיח וואס איז נהוג אין חב"ד און מען טרינקט 4 כוסות וויין,
ווי די רש"ב האט מייסד געווען

א אינטרעסאנטע מנהג וואס מענטשן האבן געטאהן און איך זע ניט אז מען זאל דאס טאהן היינט
מען פלעגט געבן די רש"ג אופהייבן דער בוטל וויין ווייל דער רבי רש"ב האט מייסד געווען אז דער ישיבה זאל געבן די וויין
איך געדענק תשמ"ז די רש"ג איז געווען אין שפיטל און די ראש ישיבה הרב מרדכי מענטליק האט אופגעהייבן די בוטלאך

די סעודת משיח איז געווען בדומה צו אלע פארבריינגעןס בא סיום החג וואס מען וואשט מען זינגט אלע רביים ניגון
דער רבי רעט אפאר שיחות און דער רבי זאגט א מאמר חסידות און צום סוף בענטש דער רבי מזומן מען דאווענט מעריב דער רבי מאכט הבדלה און טיילט פאר א פאר שעה כוס של ברכה

כ"ח ניסן תנש"א האט דער רבי גערעט א שיחה ווי מען דארף מאנען שטארק די גאולה און געזאגט א יעדער זאל טאהן וואס ער קאן אראפברענגען משיח

דער רבי פלעגט אסאך רעדן און וויינען בא פארברענגענס און שיחות אויף אריכות הגלות , אבער א שיחה ווי דעם איז ניט געווען פאר דעם
און פון דאן די שיחות זיינען געווען אין א שטארקרע אופן אויף טאהן לקרב הגאולה און גרייטן זאך פאר די גאולה

איך בין דאן ניט געווען באם שיחה נאר געהערט די שבת אלארם וואס מיינט דער רבי רעט א שיחה, בין איך געלאפן אין שטוב און געהערט די הוק אפ
אבער הערנדיק וואס דער רבי האט געזאגט בין איך געלאפן צו 770 און אריבער צו קריגן א דולר וואס דער רבי האט געטיילט נאך די שיחה

אייר
איז דא ב אייר וואס איז דער יום הולדת פון דער רבי מהר"ש און דער רבי האט שטארק געקאכט מיט זיינע א פתגם "דער וועלט זאגט אז מען קאן ניט ארונטער גייט מען אריבער און איך זאג לכתחילה אריבער" - ל"ג בעומר תנש"א האט דער רבי געטיילט א ספציעלע מטבע וואס האט געהאט אויף דעם די פתגם

א ענדלעכע מטבע האט דער רבי געמאכט פאר דער ל"ג בעומר פאראד תש"נ א מטבע וועגן ל"ג בעומר און געגעבן מדריכים דאס טיילן

דער רבי האט אויך גערעט אסאך וועגן פסח שני און איר הוראה פון דעם "עס איז ניטא קיין פארפאלען"

אויך האט דער רבי געטיילט א קונטרס ביאורים פון רבי וועגן די צפיה לגאולה אויף ט"ז אייר תנש"א

ל"ג בעומר פלעגט זיין א פאראד ווען עס איז אויסגעקומען זונטאג איך געדענק זייער גוט א פאר פון די פאראדס
דער רבי פלעגט רעדן דריי שיחות אינמיטן האט ר' יעקב יהודה העכט מתרגם געווען צו ענגליש

און דער נאך זיינען אריבער "פלוטס" מיט שיינע זאכן וועגן נושאים אין אידישקייט פאר די קינדער
און די קינדער זיינען אריבער פאר דער רבי

דער רבי פלעגט פארן צום ציון אויף ל"ג בעומר
און איך האב פריער דערמאנט ל"ג בעומר תשמ"ו וואס דער רבי האט פארברענגט און עס האט געענדיקט נאנט צו צוויי פארטאג
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

איז דא א בילד פון דעם רבי זצ"ל טראגען דעם זעקעל גראסערי צו זיין מוטער ע"ה?
-------------
איך האב איינמאל געדאווענט מנחה אין כולל וואס איז געווען לעבען זיין אפיס
עס ליגט מיר נאך פאר די אויגען ווי ער האט פאר זיך שטעלען שמ"ע אויסגעגלייכט
דעם שפאלט פון סירטוק (פראק) און דעם קראוואט אלס היכון לקראת וכ'
איז דא בילדער?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

א בילד פון דער רבי ברענגן זאכן צו זיין מאמע האב איך קיינמאל ניט געזען
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

פון דא זעט אויס אז די שמועה וואס האט זיך געדרייט אין די גאס בילדותי
אז ער האט ידעדן איר געטראגען מילך וכ' איז נישט געווען מדיוק
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

zugurnish האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
zugurnish האט געשריבן:דער רבי פלעגט דרייען מיט די ספר תורה צום אלע זייטן און געזונגען אדער זיין הקפה ניגון אדער זיין טאטעס
(דער רבי טאטעס הקפה ניגון איז געווען זייער באליבט ביים רבי און אסאך געזונגען און בא פארברענגען אסאך מאל אופגעשטאנן און געטאנצט צו דעם ניגון)


קענסט אפשר שטעלן א לינק צו די צוויי ניגונים אדער זאג וויאזוי מ'קען עס סערטשן

https://www.chabad.org/multimedia/music ... akofot.htm

דאס איז דער רביס טאטעס הקפה ניגון

א שיינעם דאנק
איך זעה דארט אז ר' לוי יצחק איז נישט די מחבר פונם ניגון נאר ער פלעגט דאס זינגן שמחת תורה ולכן נקראת על שמו
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
מנחם אבראמאוויטש
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 02, 2017 5:48 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם אבראמאוויטש »

אוראייניקל האט געשריבן:ייש"כ פאר די הערליכע זכרונות!

zugurnish האט געשריבן:אבער שטיין אינדרויסן ווען די ספרים איז אנגעקומן האט דער רבי שטארק אפגערעט פארוואס מען פטרט צייט

אויך דער שבת נאכדעם האט דער רבי געזאגט מען האט מיר געפרעגט פאר וואס איך האב אפגערעט אזוי
האט דער רבי געזאגט ווילסט טאנצן טו אויף דיין אייגענע צייט אבער ניט פון לערנען


אינו דומה שמיעה לראיה
https://drive.google.com/file/d/1Xy-GLG ... sp=sharing

Wow
וואו טרעפט מען נאך אזא רבי געבן מוסר ווי מ'זעט סטיט אים וויי.
איין שמועס פון דעם רבי'ן צום גדליה "קערט א וועלט" ליגט מיר אין די ביינער.
ווער ס'קען ברענגען א קליפ האט א מצוה
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

קערט א וועלט היינט איז ניט געווען צום גדליה
למיטב זכרוני איז געווען י"ב תמוז
לעצט פארראכטן דורך zugurnish אום מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 11:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

מנחם אבראמאוויטש
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 02, 2017 5:48 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם אבראמאוויטש »

zugurnish האט געשריבן:https://www.kikar.co.il/369603.html

יישר כח. איך בין נישט פון א חב"ד שטוב אבער די ווערטער פון רבי'ן ברענגען מיר טרערן.
ס'איז געווען תשעה באב, נישט צום גדליה.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

דער רבי האט גערעט וועגן תשעה באב, אבער די שיחה איז געווען יב תמוז
(דער רבי האט ניט פארבראכט אויף תשעה באב כשחל בחול און ניט גערעט קיין שיחה דאן
(חוץ תשעה באב נדחה תנש"א גערעט גלייך ביים סוף תענית א שטייענדיקע שיחה)
מנחם אבראמאוויטש
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 02, 2017 5:48 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם אבראמאוויטש »

zugurnish האט געשריבן:דער רבי האט גערעט וועגן תשעה באב, אבער די שיחה איז געווען יב תמוז
(דער רבי האט ניט פארבראכט אויף תשעה באב כשחל בחול און ניט גערעט קיין שיחה דאן
(חוץ תשעה באב נדחה תנש"א גערעט גלייך ביים סוף תענית א שטייענדיקע שיחה)

יישר כח פאר די ערקלערונג
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

האלטן מיר ביי חודש סיון

חודש סיון איז דער חודש פון מתן תורה דער רבי האט שטארק געבעטן אז מען זאל זען ברענגן די קינדער צו עשרת הדברות אין שול

דער רבי האט גערעט אז אין מדרש שטייט אז ווען דער אויבערשטער האט געוואלט געבן די תורה האט ער געפרעגט ווער וועט גאראנטירן
אז מען וועט האלטן די תורה, האט מען געענפערט די אבות וכדומה און דער אויבערשטער האט ניט מסכים געווען אבער ווען מען האט געענפערט בנינו עורבים בעדינו
האט דער אויבערשטער מסכים געווען, דערפאר איז וויכטיג אז די קינדער וואס זיינען די ערבים אז מען וועט האלטן די תורה זאלן דארט זיין.

אין חב"ד איז שבועות אנגערופן חג המוצי"ם מוצים אלץ ר"ת פאר מורה צדק, זינט נאנט צום אנהויב פון חסידות חב"ד זיינען די רבנים אנגעקומען פאר יו"ט שבועות צום רבין

דאס איז ווייל סוכות מיט פסח האבן זיי א שטארקע אחריות אויף זייער קהילה מיט אלע שאלות וואס איז פארבונדען מיט דעם

אבער שבועות ניטא ספציעלע דינים קאנען זיי פארן צום רבי

דער רבי האט געגעבן די הדרת כבוד צום רבנים וואס האבן געקומען, און געזאגט מען זאל מאכן א געהעריקע קבלת פנים.

דער סדר יו"ט בכלל ביי ליובאוויטש בעיקר די לעצטע טעג פסח און שבועות
אויך בערך אזוי די לעצטע טעג סוכות

איין נאכט איז מען אויף א גאנצע נאכט (הושענא רבה צו זאגן דברים און תהילים, שבועות תיקון ליל שבועות , און שביעי של פסח איז מען אויף פארברענגען די נאכט פון קריאת ים סוף)
נעקסטן נאכט גיין מען צו פוס תהלוכה צו די נאנטע שכונות ברענגן שמחת יום טוב און חזרן א ווארט חסידות, די נעקסטע נאכט צו סיום החג פארברענגט דער רבי און נאכדעם וואס דער רבי בענטשן מזומן, מעריב און דער רבי מאכט הבדלה טיילט דער רבי פאר א פאר שעה כוס של ברכה.

דער שבועות וואס שטייט מיר אין זכרון מער ווי אלע שבועות דאס איז תשמ"ט
דער נאכט פון ערב יו"ט נאך מעריב האט דער רבי געזאגט א מאמר מיט א ניגון פון א מאמר שטייענדיק בא זיין פלאץ נאך מעריב
(דער רבי פלעגט אהן טאן א האנטטיכל אויפן האנט בא א מאמר כמנהג אדמורי חב"ד
דאס מאל האט ער ניט, און דאס מאל איז געווען די לעצטע מאמר רגיל א מאמר מיט די ניגון פון א מאמר אויך האט דער רבי ניט געבעטן זינגן פאר דער מאמר ווי מען פלעגט טאהן פאר א מאמר רגיל)
דער נאך איז געווען די צווייטע נאכט וואס מען גייט אין תהלוכה איז שבועות איז געווען דער סדר גיין אין בארא פארק, און עס האט יענער מאל גערעגנט געפערלאך
גיין צו בארא פארק און צוריק העכער א שעה יעדן וועג, דער עולם איז נאכאלץ געגאנגען - ווייל גארניט האלט אפ חסידים פון טאהן דער רצון פון רבין

גייענדיק צו תהלוכה פלעגט דער רבי שטיין באגלייטן דער עולם, ווען מען פלעגט קומן צוריק פלעגט מען קומען צו 770 און זינגען און דער רבי פלעגט ארויס קומען און מעודד זיין די נגינה

דער נעקסטע טאג איז געווען יום ב דשבועות שחל בשבת נאכן דאווענען דער גבאי פון שול וואס איז מכריז די הכרזות האט ניט מכריז געווען וועגן די פארברענגען
אויף א שבת וואס דער רבי האט פארבראכט איז עס געווען 1:30 נאכמיטאג, און זינט דער שלושים פון רביצין האט דער רבי פארבראכט יעדן שבת
אבער דאן איז געווען יו"ט אויך, וואס דער רבי פארברענגט צו די שקיעה ווען מען וואשט זיך צום פארברענגען.

האט דער רבי געפרעגט פארוואס איז מען ניט מכריז וועגן דער פארברענגען האט דער גבאי פון שול ר' יהושע ע"ה פינסון צומישט געווארן טראכטן אז דער רבי מיינט
1:30 האט ער געזאט אז דער רביס פארברענגען וועט זיין 1:30, מאכט דער רבי מיט די האנט אז ניין, האט ער מתקן געווען און געזאגט אז צו די שקיעה וועט מען זיך וואשן

ווען דער רבי איז ארויס פון שול האט ער געדרייט צום מזכיר ר' בנימין קליין און געזאגט אז מען האט שוין מכריז געווען 1:30 זאל זיין 1:30 און אזוי האט דער רבי פארבראכט צוויי פארברענגענס צוליב דער טעות פון דער גבאי

י"ב סיון איז סיום ימי התשלומין פון שבועות אין דער צייט פון דער בית המקדש האט מען געקאנט ברענגן די קרבן ראיה ביז דאן
און דערפאר זאגט מען ניט תחנון ביז דאן
איז שבת י"ב סיון תנש"א צום שקיעה איז דער רבי ארויס פלוצלינג צו א צווייטע פארברענגען די גבאים זיינען דארט ניט געווען אויך ניט די חוזרים

איך בין דאן ניט געווען איך פלעג גיין יעדן שבת צו בארא פארק צו א שול חזרן חסידות, האב איך צוריקגעקומען נאך שבת און געווען ביים סוף פארברענגען , מיט בענטשן, מעריב, כוס של ברכה און קידוש לבנה

כ"ח סיון איז דער טאג דער רבי איז אנגעקומען צו אמריקא אין דער צייט פון מלחמה, ווען דער פריערדיקע רביס אגרות איז געדרוקט געווארן האט מען געזען
וועלכע טאג דאס איז געווען האט מען אנגעהויבן פייערן דעם טאג
און אין יאר תנש"א וואס איז דאן געווען יובל שנה האט דער רבי געטיילט א קונטרס צו יעדן איינער

תמוז
ג ' תמוז וועט מען רעדן וועגן דער צייט פון וואס דער רבי איז געווארן ניט געזונט ל"ע ביז צום הסתלקות צום סוף

י"ב תמוז כמובן איז געווע פארברענגען
אדער א שיחה (נאך די פטירה פון דער רבצין וואס דער רבי האט מער ניט פארבראכט אין די וואכן)
איך געדענק אין יאר תשמ"ח האט דער געמאנט אין די שיחה אז יעדער זאל אריינשרייבן צו עם דריי נייע זאכן וואס זיי האבן געטאן אין די פארגאנגע יאר
איך בין דאן געווען הארט פאר מיין בר מצוה האב איך געהאט דריי זאכן וואס איך האב אנגענומען (חוץ פון לייגען תפילין...)

זומער בין איך בדרך כלל ניט געווען אין קראון הייטס הגם עס ליגט מיר אין זכרון איין תשעה באב אין 770
דער רבי פלעגט אראפ קומען צום דאווענען תשעה באב אין דער פרי מאכן זאך ווי ער דאווענט אבער געדאווענט שפעטער אין צימער מיט טלית און תפילין ווי דער רבי רייצ
האט געזאגט דער רבי צו טאהן
(איינער האט גראדע געשריבן לאחרונה אין א אויסגאבע פון ליובאוויטש אז איין שבת אלץ קינד האט ער שבת נאכמיטאג געקראכן קוקן דורך דער שפאלט אין פענסטער אין רבינס צימער זעט ער ווי דער רבי דאווענט שחרית
געווען א פלא דער רבי איז געווען אין שול און עס האט אויסגעקוקט ווי דער רבי דאווענט מיט דער עולם)

כ אב איז דער יארצייט פון דער רביס טאטע און דער רבי פלעגט דאווענען פאר די עמוד איך געדענק אפאר מאל עס איז געווען שבת ווי דער רבי האט געדאוונט שבת פארן עמוד
קעמפ גן ישראל פלעדט אלעמאל אריינקומען צום יארצייט איך געדענק תשד"מ איז געווען שבת אויך תש"נ און איך געדנק די פארברענגן גאנץ גוט
אין וואכן האט דער רבי פארבראכט און געמאכט א סיו אויף א מסכת, און קעמפ פלעגט קומען צו פארן צום פארברענגען
אלול האט מען דערמאנט בכללות

נאר מוסיף זיין י"ז אלול תשמ"ח האט א גביר וואס איז געווען זייער נאנט צום רבי און דער רבי האט עם פרעזענליך געקויפט תפילין
האט געבעטן דער רבי קומען צום הנחת אבן הפינה צו פארברייטערן 770 דער רבי האט געזאגט נאר אז דו וועסט רעדן אויף אידיש בי דער סאראמאניע

דער רבי איז געקומען גערעט א שיחה, און דער גביר האט געזאגט ער געדענקט ניט אידיש גוט, אבער דאס קאן איך זאגן רבי איך ליבער דיר אסאך
דער נאך האט דער רבי געבעטן די רש"ג רעדן און דער נאך אראפ און געגאסן זאמד און געבעטן די רש"ג טאהן אזוי מיט דער גביר מיט נאך חברי אגודת חסידי חב"ד
דערנאך האט דער רבי אויפגעהויבן א גרויס שטיין און אראפגעלייגט אלץ אבן הפינה
היינט באם אינדרויסענדיקע וואנט פון 770 איז אריינגעבויט דעם שטיין

האב איך ארומגערעט כמה נושאים אינאנהויב, גערעט יעצט לויט די מאנאטן פון יאר

נעקסטע תגובה וועט לכאורה זיין די לעצטע אין די רייע (א חוץ אויב איך וועל עפעס דערמאנען אז איך האב פארפעלט)

די נעקסטע און לעצטע חלק בלי נדר די מאורעות זינט דער רבי איז געווארן ניט געזונט יום ב דפ' פקודי כ"ז אד"ר תשנ"ב 5:45 פארנאכט
ביז צום הסתלקות מוצאי שבת קודש אור לג' תמוז תשנ"ד
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

האלט מיר באם לעצטע חלק די זכרונות פון וואס איך געדענק פון דער זמן וואס דער רבי איז געווארן ניט געזונט ל"ע ביז די הסתלקות

זינט איך בין געווען א קינד איז דער רבי געווען די צענטער פון אונזער לעבן, דער רביס פארברענגען, א נייע הוראה , א נייע מבצע,
א נייע שיחה ארויס,דער רבי גייט טיילן א נייע קונטרס וכו'

אויך ביז כ"א אד"ר תשנ"ב איז ניט געווען קיין מושג בא אונז אז דער רבי איז ניט געזונט,
מיר האבן אויסגעוואקסן הערן וואס איז געטראפן שמיני עצרת תשל"ח וואס דער רבי האט געהאט א הארץ אטאק ל"ע
און דאקטוירים האבן געקומען צו 770 און דער רבי איז דארט געבליבן ביז ר"ח כסלו

אבער איך בין נאר געווען 2 דעמאלט, און ביז כ"ז אד"ר האבן מיר ניט געזען אזא זאך

יא געווען ווי דערמאנט פריער פון פאר שבת מברכים אד"ש תשמ"ו ביז ערב פסח האט דער רבי געליטן שטארק אויף זיין פוס
אבער מער פון דעם איז ניט געווען

דער רבי איז געקומען דריי מאל א טאג צום דאווענען (זינט תשמ"ח) געשטאנן אויף די פיס יעדן זונטאג פאר א פאר שעה טיילן דולרים,
געפארן צום ציון צוויי מאל אוואך מאנטאג און דאנערשטאג, פארברענגט יעדן שבת

דערפאר איז וואס איז געשען כ"ז אד"ר תשנ"ב געווען עפעס וואס מיר האבן קיינמאל ניט געזען

די וואך פאר כ"ז אד"ר איז דער רבי געפארן 4 מאל צום ציון זונטאג געטיילט דולרים, מאנטאג דינסטאג דאנערשטאג און פרייטאג געפארן צום ציון
שבת איז געווען פארברענגען , זונטאג איז געווען א גרויסע שורה צו דולרים נאך א פאר שעה פרעגט דער רבי בא ר' לייב גראנער עס איז דא נאך א לאנגע שורה,
פרעגט ער זאל איך אפשטעלן? זאגט דער רבי ניין. נאר פארמאך די טיר פון שול אז מער זאל מען ניט קאנן אריינגיין

אבער די וואס האבן שוין אריין אין שול איז גענומען נאך 2 שעה צו אריבערגיין

יענע נאכט צו מעריב בין איך ניט געווען אבער איך האב געהערט יענע נאכט אז דער רבי האט ניט געקאנט זען שמע אין סידור,
דער רבי האט שטארק געקוקט אבער מען האט געזען אז דער רבי האט שוועריקייט זען וואס שטייט אין סידור.

דער נעקסטע טאג מאנטאג כ"ז אד"ר איז דער רבי געפארן צום ציון
מען האט געהאט א סברה דער רבי וועט רעדן נאך מעריב, האט אונזער משגיח געזאגט אז ווען מען וועט הערן אז דער רבי איז אוועקגעפארן פון ציון וועט ער אונז לאזן גיין אין 770

5:45 זיץ איך אין בית מדרש גיין אריין הבחור שלום בער שפילמאן און זאגט "דער רבי איז געפאלן אויפן אוהל"
מען האט ניט געהאט א אנונג וואס דאס מיינט איז מען גלייך געלאפן אין 770

שטיי איך באם אריינגאנג פון 770 און מענטשן רעדן און פרעגן וואס טוט זאך?

איך שטיי מיר אין פראנט פון 770 קומט ר' דוד רסקין די מנהל פון ישיבת תומכי תמימים און שרייט אז יעדער זאל זיך אפטראגן פון דאנעט גלייך יעצט.

כמובן ווייל עס איז העדר הכבוד זען ווי מען ברענגט דער רבי אין א אמבולנס און טראגט דער רבי אויף א בעט.

זאגט מיר א חבר קום גיין אויף די דאך פון 770 , גיי איך מיט עם און מען קריכט מיט נאך אנדערע אויפן דאך
קומט דער גבאי פון 770 ר' זאב כץ און זאגט טראגט זיך אפ פון דאנעט
איך האב עם געפאלגט , מיינע חברים ניט.

איך בין געגאנגען הינטער דער טיר וואו דער רבי געוויינטלאך קומט מיט די קאר, וואס דארטן קאן איך הערן אבער ניט זען
לעבן מיר איז געשטאנן מיין טאטע און נאך

הער איך ווי די אמבלאנס קומט און מען האט געארבעט שווער אריינברענגען דער רבי אין די קליינע אריינגאנג

מען האט שנעל געבראכט א טראק פאר א CAT scan און געברענגט פארהאנגען אז מען זאל ניט זען ווי מען טראגט דער רבי

איך בין דאן געווען נאר זעכצין האב איך ניט צופיל פארשטאנען וואס טוט זאך , און די מזכירים האבן ניט דערציילט די אמת
דער דאנערשטאג נאכדעם האט די מצב געערגערט, אבער צום עולם האט מען דערציילט גארניט

פארקערט דאנערשטאג נאכט זאגט ר' ליב אז דער רבי האט געזאגט אז עס וועט זיין א רפואה קרובה ברוב שירה וזמרה
דער עולם איז משוגע געווארן פון פרייד און מען האט געזאגט לחיים און געטאנצט א גאנץ נאכט ואני בתוכם

דער זמן איז אריבער און דאס איז געווען א נייע לעבן וואס מען האט ניט געווען רגיל צו.

שבועות זיינען מיר געגאנגען צו תהלוכה און ווען מיר זיינען צוריק געקומען הערן מיר אסברה מען גייט ברענגען דער רבי צום עולם די ערשטע מאל
שטופן מיר זיך אינפראנט פון 770 און מען עפענט די טיר און מען ברענגט דער רבי אויף א וויילטשיר
עס איז געווען פון איין זייט א גרויסע שמחה וואס מען זעט דער רבי די ערשטע מאל אבער לאידך זען דער רבי אזוי האט געשטאכן אין די הארצן

געקומען איז מיטוואך באנאכט אור לי"ז סיון תשנ"ב 12 אזייגער בא נאכט זיץ איך און לערן גמרא אין ישיבה
מיר האבן געדארפט האבן א מבחן אויף די גמרא דער נעקסטע טאג און איך בין נאך ניט געווען גרייט

קומט 12 זאג איך עד כאן איך פארמאך די גמרא און איך גיי אהיים

קום איך צום טיר פון שטוב גייט ארויס מיין טאטע און זאגט ער האט ערשט געקראגן א טלפון אז מען האט גענומען דער רבי צום שפיטאל
אזאנץ איז קיינמאל ניט געווען דער רבי האט ניט געוואלט פארן אין שפיטאל ווען ער האט געהאט די הארץ אטאק תשל"ח ל"ע און יעצט נעמט מען אין שפיטאל?
איך געב זאך אדריי צוריק און לויף צו 770

דער עולם קלייבט זאך און מען פרעגט וואס טוט זאך? און מען זאגט תהילים

זע איך מיין חבר אריה לייב שפערלין , ער האט א קאר זיינען מיר מחליט פארן צום ציון דאווענען פאר דער רביס רפואה, אזוי לערך צוויי פארטאג פארן מיר צום ציון
דארטן זעען מיר נאך חסידים, מיר דאווענען פאר א שטיק צייט און מען פארט צוריק קיין קראון הייטס

שפעטער זאגט ער מיר לאמיר פארן צום שפיטאל וואו מען האט גענומען דער רבי

פארן מיר צו מאונט סייני און מען וןארטן דארט אינדרויסן, הערן מיר אז אזייגער 7 אינדערפרי וועט מען מאכן א א אפראציע אויף דער כיס המרה

שטייען מיר אינדרויסן און איינער א נייעס רעפארטער קומט צו אונז פון צייט צו צייט און דערציילט אונז וואס ער האט געהערט פון רבי

דערנאך קומט איינער פון שפיטאל און זאגט מען האט ערשט געבויט א נייע "ווינג" און נאך ניט געעפענט איר קאנט אריינגיין דאטן און נענמן דער פלאץ
און טאקע די חסידים האבן זאך געמאכט היימיש פאר די נעקסטע צוויי וואכן דער רבי איז דארט געווען

דער סיבה מען האט געגאנגען אין מאונט סייני ווייל דארט איז ד"ר טישהאלץ וואס איז געקומען לויפן שמיני עצרת צום רבין אין תשל"ח
און ער איז געווען זייער נאנט צום רבי

הגם ער איז א הארץ דאקטאר אבער סיי ווי סיי איז ער געווען באם אפאראציע און דערנאך ארויס געקומען דערציילן אונז אז אלץ איז געווען ב"ה על צד היותר טוב
צו שבת איז געקומען א עולם פון 400 חסידים שלאפן אויפ פלאר אין די ווינב מיר מיין טאטע און עלטרע ברידער בתוכם
צום צווייטער שבת איז שוין געווען א טויזענט

כ"ט סיון איז דער רבי צוריק געקומען אין 770

הגם דער רבי איז געווען אין חדר אין אזא מצב, דאך האט דער רבי געענפערט בריוו מיט שאקלען מיט די קאפ

און מען האט געזען גרויסע ניסים , ווי ווען עס איז געווען א מהפכה אין רוסלאנד יענער זומער און געווען דארטן בחורים מיט יונגע לייט אנפירן מיט קעמפס פרעגן זיי זאל מען אוועק לויפן
ענפערט דער רבי ניין
זאג דער מזכיר מען זאגט אז עס איז א סכנה זאגט דער רבי "עהה" - כלומר וואס עפעס.

יענער זומער איז געווען די הורקיין אנדרו וואס איז געקומען א קטגוריה 5 און מען האט געפרעגט דער רבי זאל מען אוועק לויפן פון מיאמי מאכט דער רבי מיט די קאפ ניין
און ווייטער מאכט אפ וואס מען האט געזאגט אז עס איז א סכנה
און טאקע דער הוריקיין האט געדרייט פון מיאמי וואס דארט האט מען געזאגט אז עס וועט קומען און עס האט געגאנגען צו קענדל אנשטאט דעם

און אין מיאמי זיינען אלע אוועק געפארן חוץ פון די ליובאוויטשערס

געקומען איז פאר תשרי טראכט מען וואס וועט זיין דא?
ר' לייב האט מציע געווען אז ער וועט פרעגן דער רבי צי דער עולם קאן אריבער גיין געבן א קוויטל פאר ראש השנה

אבער דער רבי האט ניט מסכים געווען.

מען האט מחליט געווען בויען א צימער אין דער סוף פון שול אין 770 ברענגן דער רבי פון זיין צימער גלייך דארטן

קומט ראש השנה האט מען דער רבי געברענגט און דער רבי איז געווען הינטער טונקעלע פענסטערס
דער צוויי טאג ראש השנה האט מען נאך תקיעות געעפענט די פענסטער און מען האט געזען דער רבי
און דער רבי האט זיך אביסל א הויב געטאן זען בעסער דער עולם און דער רבי האט זאך געזען אסאך בעסער ווי שבועות

איז שבת און יו"ט האט מען געברענגט דער רבי און נאכן דאווענען עפענן דעם פענסטער

געקומען איז צוויי טאג סוכות תשנ"ג
נאך מוסף האט מען געעפענט די פענסטער און דער רבי האט מעודד געווען די נגינה און דערנאך אריין צוריק צו זיין חדר

איך בין א יקה בין איך געגאנגען א היים עסען סעודת יו"ט

דער רבי האט געגעסען סעודת יו"ט אין סוכה, און געבעטן אראפ גיין אין שול (דער רבי האט ניט גערעט נאר מרמז געווען און מען האט געפרעגט וואס דער רבי מיינט)

לויפט איינער אין שול און שרייט "פארברענגען" דער עולם איז משוגע געווארן און געווארן אזא בהלה אז כמעט אפאר מענטשן געהרגט געווארן

מען האט געברענגט דער רבי אויף א בענקל און דער רבי איז געווען אביסל מען האט געזונגען אבסיסול און דער רבי איז צוריק ארוף

ווען דער חבר הצלה ר' משה קליין האט אויפגעהויבן דער בענקל טראגן דער רבי צוריק שרייט מען אז עס איז דא איינער וואס איז במצב מסוכן לייגט ר' משה אראפ דער רבי און לויפט שנעל צום בחור
עס איז געווען הבחור מענדל הענדל, זעט ער אז מען קאן גארניט טאן עס איז צושפעט די קאליר אויפן פנים האט שוין מעיד געווען

שרייט א בחור צום רבי rebbe he is dead גיט דער רבי א דריי זיין קאפ אין ריכטונג פון דער בחור,און מיטאמאל זעט ר' משה אז מען קאן יא טאהן גיט ער עם
cpr און נעמט עם שנעל אין שפיטאל

איינער פון די מזכירים האבן געטראגט דער רביס בענקל אנשטאט עם

און דער בחור איז ב"ה געזונט געווארן און ניט לאנג נאכדעם ארויס פון שפיטאל

מיין חבר האט מיר געזאגט אז אין די בהלה האט ער געלעגן אויף ר' יואל און ר' יואל האט עם געבעטן אראפ גיין אבער די וועג ער איז געלעגן האט ער זיך ניט געקאנט אריר טאן

אז מען האט געזען אז דער צימער האט זאך אויסגעארבעט מער מיט וואס מען האט געטראכט
האט מען געבויט א פארטש לעבן צימער און זינט הקפות האט מען געברענגט דער רבי צום פארט נאך דאווענען

אזוי איז אריבער תשנ"ג
(איין מאל אויף ט אייר האט מען געטראכט אז מען וועט דארפן נעמען דער רבי צום שפיטאל אבער לפועל האט מען געזען אז מען דארף ניט)

איך האב כמעט ניט געפעלט קיין מנחה מעריב וואס דער רבי איז ארויס צום עולם
חוץ דער זומער וואס איך בין געפארן אין קעמפ

מען האט געמאכט א ביפער וואס מען האט געשיקט א מעסעגש אויב דער רבי קומט ארויס צו מנחה אדער מעריב
(איינמאל חשון איז דער רבי ארויס צו שחרית, שבת איז דער רבי ארויס צו שחרית אויך)

א פאר מאל האט מען געלאסט דער עולם אריבערגיין פאר דער רבי
ערב יו"כ הארט פאר שקיעה זאגט מיר א חבר די בחורים גיין אריבער אלץ ברכת הבנים לויף איך און איך בין שנעל אריבער פארן רבי

קומט י"ד חשון תשנ"ד וואס איז געווען א פרייטאג דאס איז געווען דער לעצטע מאל דער רבי איז ארויס צום עולם נאך מנחה הארט פאר די שקיעה

שבת מברכים כסלו איז כינוס השלוחים אבער פרייטאג נאכמיטאג האט מען גענומען דער רבי צו בעלביו שפיטאל פאר בדיקות און געקומען צוריק פאר שבת

דער מצב איז דאן געווארן ערגער

קומט דינסטאג ח"י אדר תשנד
האט מען געהאט א אפראציע פאר דער רביס אויג
דער נאכט פארדעם האט ר' זאב כץ דער גבאי פון 770 מכריז געווען מען זאל ניט נאכפארן אבער מען האט ניט געטראכט פאלגן

פרעג איך הבחור שלום ווילהעלם וואס האט געקראגן א וואן צי ער האט פלאץ זאגט ער ניין
זע איך מיין חבר אריה לייב שפערלין ער האט א קאר גיי איך אריין און 6 פארטאג פארט דער רבי

מיר זיינן געווען דער ערשטע קאר נאך דער רבי

קומט מען אין מהנהטן צו די פלאץ מיר האבן געברענגט אונזער תפילין אבער מיר האבן געהערט אז דער רבי וועט צוריק פארן פריער
איז מערסטע האבן ניט געדאוונט אבער איך האב געזען אהרן יוסף הלברשטם ווי ער לייגט תפילין

10 אזייגער פארט דער רבי צוריק
איך גיי אריין אין שפערלינס קאר און מען פארט אויף די ברוקלין בריק
מיר גייען אריבען זען מיר פון זייט אז די וואן פון שלום וילהם איז אויף די זייט און בחורים לויפן פארן מיר צו זיי און זיי זאגן אז א ארבאר האט אויף זיי געשאסן
מיר האבן געפארן אויפן ברוקלין בריק סקונדעס נאך זיי...

מיר ווארטן מיט זיי

ליידער איז אהרן יוסף הלברשטם געשטארבן מוצאי שבת אור לכ"ג אדר
זונטאג איז געווען אגרויסע לויה ביי 770

צו מארגן מאנטאג באנאכט אור לכ"ה אדר 3 פארטאג וועקט מיר מיין טאטע און זאגט אז מען נעמט דער רבי צום שפיטאל
שפרינג איך פון בעט און לויף צו 770 מען האט נאך ניט גענומען דער רבי און מען האט ניט געהאט צייט צו לייגען פארהאנגן אז מען זאל ניט קוקען
שטייט לעבן מיר מיין חבר שלום שפירא און שרייט מען טאר ניט קוקען
האלט איך אז ער איז גערעכט און איך פאלג עם
גיי איך אריין צו א קאר איך געדענק שוין ניט וועמענס און מען פארט נאכן רבי

דער רבי קומט אהן צו דזוינט דיזיס שפיטאל איך געדענק אויף די קעכער איז געווען פאליציי מיט גרויסע געווער
אין ליכט פון די שיסעריי די וואך פארדעם אויף וילהלם וואן

א צוויי טעג שפעטער דאנערשטאג כ"ז אדר תשנ"ד פונק צוויי יאר נאך דער רבי האט געהאט די ערשטע סטראוק
זאגט ר' לייב אויף די הוקאפ אז דער רבי האט געליטען א צווייטע סטראוק

מען קאן ניט משער זיין וואס דאס האט געהאט אויף די עולם
מען האט אריבערגעפירט דער רבי צו שפיטאל בית ישראל (דורך דער בריק צווישן דשוינט דיזיס און בית ישראל)

דער עולם האט זאך באזעצט אין שול און שבת אין די פובליק סקול אריבער די גאס וואס די ממשלה האט אונז געלאסט זיין דארטן

איך בין יעדן שבת געגאנגען צו פוס מיט המשפיע ר' שלום חריטונב שבת אינדערפרי צו זיין לעבן רבי

כמה וכמה פעמים איז געשען אז דער מצב איז געווארן שווער למשל איך געדענק ל ניסן און נאך אבער מיט א ביסול צייט שפעטער האט עס געווארן בעסער

שבת ב' תמוז פארנאכט האב איך געהערט אז עס איז זייער שווער דער רבי האט א דום לב
איך בין געשטאנן לעבן שפיטאל און געווארט א לאנגע צייט צו הערן אז עס געווארן בעסער
געווען נאך 45 מינוט אפשר ביז מען האט געזאגט אז עס האט פארבעסערט

געפארן א היים נאך שבת און 1:30 אינדערפרי קליגט דער טלפון אז ווייטער א דום לב
שפרינג איך פון בעט און לויף אין 770 איך זע א קאר פון ר משה דרייזין פרעג איך אויב איך קען אריינגיין זאגט ער יא

פארט מען צום שפיטאל אויפן וועג קריגט ער א טלפון אין קאר (א טלפון מחובר צום קאר)
איך הער עם זאגן צו שמעיה קרינסקי (זון פון מזכיר וואס האט נארוואס חתונה געהאט א צוויי וואכן פריער)
עפעס וואס האט ניט אויסעגהערט גוט פרעג איך וואס. זאגט ער "גארניט" און פליט צום שפיטאל

גיי איך ארויס און ליידער דעהערט די אמת דארטן
איך בין געפארן צוריק און געווען ווען מען האט געברענגט דער רבי פון שפיטל

עד כאן

בעזרת השם מען וועט זוכה זיין צו והקיצו וררנו שוכני עפר והוא בראשם צו די גאולה האמיתית והשלימה
לעצט פארראכטן דורך zugurnish אום פרייטאג דעצעמבער 04, 2020 7:02 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

הערליכע זכרונות א שאד אז עס האט זיך גענדיגט מיט א ביטערן טעם.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דראמאטיש און שרעקעדיג

געדענקן מיר גוט די צייטן גראדע, אלע סאטמארער בחור'לעך זענען פונקט אזוי געווען צוגעבינדן צום האטליין צו הערן דעם טעגליכן "די קאנדישאן אוו די רעבע איז סטיל ווערי ווערי קריטיקל".
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:הערליכע זכרונות א שאד אז עס האט זיך גענדיגט מיט א ביטערן טעם.

גערעכט לאמיר מסיים זיין בדבר טוב

א) הנחת תפילין האב איך אנגעהויבן ל"ג בעומר תשמ"ח איך האב געלייגט ביים רביס דאווענען אין זיין שטוב
דער רבי האט געדאווענט פאר די עמוד אלץ שנת אבילות פון די רביצין

ווען דער רבי איז ארויס געגאנגען נאכן דאווענען האט ער אנגעהויבן די ניגון הנה מה טוב ומה נעים
(עס איז דא א זוהר אז רשב"י האט געזאגט תורה אויף די פסוק הנה מה טוב און עס האט גערעגענט)

פאר בר מצוה בין איך אריבער ביי יחידות כללית און געגעבן דער הזמנה פון בר מצוה און געקראגן א דולר

דער נאך האב איך באקומען בריוו פון רבי לכבוד מיין בר מצוה
דער בריוו איז ליידער פארברענט געווארן ווי איך וועל באלט שרייבן

דאנערשטאג כ"ב תמוז האט איך געקראגן מיין עליה ,
מען שיקט ארויס די כהנים און איך האב געקראגן לוי און דער רבי דער לעצטע,
און איך האב געשטאנען גלייך לעבן רבי ביי זיין עליה

ב) מוצאי פורים תשמ"ט ארום איינס פארטאג שלאף איך אין מייט צימער אליין הער איך דער מאמע שרייען פייער שפרינג איך פון בעט און לויף ארויס אהן טראכטן
קומען מיר ארויס פון דירה זעהן מיר אז מיין אינגערע ברודער איז ניט ארויס

פרובירן מיר אריינגיין צוריק אבער עס איז ניט מעגלאך, שכנים פרובירן אבער פשוט ניט מעגלאך

רופט מען די פייער לעשער און זיי קומען און ראטעווען עם און מען ברענגט עם צום שפיטאל פון דארט מיט א העלעקופטער צו א געוויסע פלאץ וואס האט א ספציעלע מאשין

דער מצב איז ניט געווען גוט און די דאקטוירים האבן ניט געגעבן גרויסע טשאנצען אז אלץ וואס זיין בסדר

איך בין דאן געגאנגן צום שטוב פון ר' לייב גראנער צו מארגן האט ער דערציילט אלץ צום רבי

דער נעקסט נאכט טיילט דער רבי דולרים נאך מעריב און שיחה, ביים ארויסגיין זעט דער רבי מיין טאטע און פרעגט עם שוין גענומען פאר עם.
מיין טאטע איז געווען אינמיטן דאווענען שאקעלט ער מיט די קאפ אויף ניט גיט עם דער רבי דריי דולרין און זאגט ער (- מיין ברודער) זאל
לייגן אין פושקע

זונטאג איז מיין ברודער ארויס אהן קיינע פראבלעמען און אריבער ביי דולרין און דער רבי האט עם געבענטשט ער זאך אויסוואקסן א גרויסע חסיד א גרויסע למדן און א גרויסע יראי שמים
לעצט פארראכטן דורך zugurnish אום פרייטאג דעצעמבער 04, 2020 11:57 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז מיר גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס איז מיר גיט »

א גרויסן שכוח הרב זאג-גארניש,

שטארק הנאה געהאט פון דיינע באשרייבונגן,
(עס איז געשריבן געווארן לכבוד ראש השנה ? :smile: סתם א ווערטל),

מיט אזעלכע נישט-זאגערס וואס דארף מען נאך יא-זאגערס, (אגב אין ליבאוויטש וואלט געדארפט זיין זאג-גארניט)

אפילו איהר האלט שוין ביים פטירה אויב עס קומט אייך ארויף נאך זכרונות קענט איהר צוריקגיין,
אויב איהר האלט שוין יא ביים פטירה, אויב מען מעג פרעגן בנוגע מ"מ,

איז געווען גלייך מוסכם ביים פטירה נישט צו נעמען א ממלא מקום?

היינט איז עס יא א מוסכם'דיגע זאך, אדער מען קען פשוט נישט צוליב די משיחעסטן,

פונעם רבי ז''ל האט מען אמאל געהערט א רמז בנוגע לאחר פטירתו?
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

א סברה פון מ"מ איז קיינמאל ניט ארוף.

דער רבי האט געגרייט צוויי צוואות

איינע בנוגע די מוסדות ווער זאל שטייען אין זייער הויפט

(אינטרעסאנט אז ווען מען האט געברענגט די צוואה פארן רבין זאגט דער רבי
"דער שווער האט איבערגלאזט ליובאוויטש אין די הענט פון די איידעם'ס און ר' שמואל (- לעוויטין פון די עלטרע חסידם)"

איינער אין ענגליש א ליגאלע צוואה וואס דער רבי האט געוואלט שרייבן דער טאג נאך די לויה פון רביצין
וואס ער איז מוריש זיין פארמעגן צו "אגודת חסידי חב"ד"

א פאר טעג נאך סיום השבעה פון רביצין מוצאי שבת ב' אדר תשמ"ח האט דער רבי גערעט א שיחה

דערציילט אז אמאל האט איינער געפרעגט דער צמח צדק "בואו ונחשוב חשבונו של עולם" און מרמז געווען דער צמח צדק אז ער זאל אנזאגן וואס וועט זיין נאך
זיין הסתלקות"

דער רבי האט געזאגט פארוואס האב איך געהערט די מעשה מוז זיין עס איז הוראה ווי דער בעל שם טוב האט געזגאט אלץ וואס מען הערט איז א הוראה

זאגט דער רבי אז אין אזא פאל זאל מען פרעגן די רבנים חסידים אין זייער שטאט אויב מען האט א ספק
שאלות זאל מען פרעגן ידידים ומבינים
און שאלות אין רפואה פאר א רופא ידיד

דער עולם איז געווען שאקירט פון דעם שיחה, און נאכן שיחה גייט צו דער רב פון קראון הייטס הרב מרלו ז"ל
און זאגט דער רבי אז צו מנחה האט מען געליינט אז "אתה תצוה"
ענפערט דער רבי אבער מען וויל ניט אז עס זאל זיין כתית למאור

נאך דער שיחה האט דער רבי געבעטן מגיה זיין דעם שיחה
אבער די מניחים האבן ניט געוואלט אריינגעבען אזא שיחה
און מען האט עס ניט אריינגעגעבן.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

איך וויל נישט אריינקריכן אין קיין בלאטע... אבער איז בכלל אמת די שמועה אז ער האט געוואלט נעמען דעם טשעבינער ר"י ז"ל אלץ מ"מ?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

איר קענט ביטע ברענגען א בילד פון 770 די צווייטע שטאק?
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”