רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבי אברהם ב"ר מרדכי זצ"ל מטריסק - טשערנאבל "מגן אברהם" נפטר תרמ"ט
- ב' תמוז -
ב' תמוז איז די יארצייט פון א גרויסע צדיק. ער איז געווען איינע פון די דרייצען הייליגע קינדער פון ר' מאטעלע טשערנאבלער זי"ע. ער האט געהייסען ר' אברהם און מען האט אים גערופען דער טריסקער מגיד. עס איז דא א ספר פון זיינע תורות, "מגן אברהם" על התורה. ער איז געווען א גרויסע רבי פון אסאך חסידים און ער האט געהאט אסאך דערהויבענע חסידים וואס זיי זענען אליין געווען רבי'ס פון חסידים. דער טריסקער מגיד, אויסער זיין געוואלדיגע גרויסקייט אין תורה און אין עבודה, פלעגט ער אטפט פארציילען פאר זיינע חסידים מעשיות פון צדיקים וואס זענען געלעגען אין זיי א ברען צו עבודה און צו אהבת חברים.
איין מאל איז דער טריסקער מגיד אריינגעקומען אין בית המדרש מיט צוויי פרעמדע אידן און ער האט געהייסען אז מען זאל צוזאמען רופען די גאנצע שטאט אין בית המדרש אריין צו הערען די מעשה וואס די צוויי מענטשען וועלען פארציילען. מען האט צוזאמען גערופען די גאנצע שטאט און די אידען האבען אנגעהויבען צו דערציילען ווי פאלגענד.
אונז צוויי זענען שותפים אין א גרויסע געשעפט. מיר האבען געדארפט אוועקפארען צום יריד איינצוקויפען אסאך סחורה פאר אונזער געשעפט, האבען מיר זיך איינגעפאקט און מיר האבען איינגעשפאנט שיינע פערד און וואגען. מיר האבען אנגעגרייט די גרויסע סומע פון פינף הונדערט גאלדענע רענדליך און מיר האבען זיך ארויסגעלאזט אויף די לאנגע וועג. אויף די וועג האבען מיר געזעהן א איד שלעפט זיך מיט זיין פעקעלע און ער גייט צופיס און ער האט אויסגעזעהן זייער אויסגעמאטערט. מיר האבען זיך אפגעשטעלט און מיר האבען אים געפרעגט ווי ער גייט. ער האט אונז געזאגט, און מיר האבען געזאגט צו אים אז ער זאל מיט אונז קומען ווייל מיר גייען אין די זעלבע ריכטינג. ער איז ארויפגעקומען און מיר האבען אנגעהויבען צו שמיסען מיט אים. מיר האבען געזעהן אז ער איז זייער א געשמאקע איד וואס קען אסאך לערנען און ער איז א ירא שמים. מיר האבען זיך זייער געפרייט מיט אים און אזוי זענען מיר ווייטער געפארען ביז עס איז געווארען נאכט.
מיר האבען זיך אפגעשטעלט ביי א גאסטהויז צו נעכטיגען און מיר האבען געזאגט פאר דער איד אז ער זאל אויך קומען נעכטיגען דא און אזוי וועט ער קענען פאטר'ן ווייטער מיט זיי, מארגען צופרי. דער איד האט געזאגט אז ער קען נישט נעכטיגען דא ווייל ער האט נישט קיין געלד צו צאלען פאר'ן גאסטהויז. מיר האבען אים געזאגט אז מיר וועלען אים אויסצאלען פאר'ן גאסטהויז און אזוי איז ער געקומען דארט נעכטיגען. מיר האבען גענומען איין צימער און ער האט גענומען אן אנדערע צימער און מיר האבען אריין געברענגט אונזערע פעק אין אונזער צימער און מיר האבען זיך געלייגט שלאפען.
מיר זענען אויפגעשטאנען אין דערפרי און מיר האבען זיך אנגעגרייט צו פאטרן ווייטער. מיר האבען געזיכט דער איד און מיר האבען געטראפען זיין צימער ליידיג. מיר האבען געזיכט אונזער פעקל מיט די פינף הונדערט גאלדענע רענדליך און מיר האבען עס נישט געפינען. עס איז געגנב'עט געווארען. מיר האבען נישט געוואלט בשום אופן גלייבען אז דער איד האט עס געגנב'עט ווייל ער האט אויסגעזעהן צו זיין זייער א פיינע מענטש. מיר האבען געפרעגט דער בעל הבית פון די גאסטהויז, ווען דער איד איז געגאנגען, האט ער דערציילט אז ער איז אויפגעשטאנען אין מיט'ן די נאכט און ער איז אוועקגעגאנגען. ער האט אונז געוויזען אין וועלכע ריכטונג ער איז געגאנגען. ער האט אויך געזאגט פאר אונז, אז פאר ער איז געגאנגען האט ער געבעטען אביסעל פאדעם מיט א נאדעל און איך האב אים געגעבען.
מיר האבען תיכף אנגעהויבען אים נאכצויאגען און מיר האבען אים דערגרייכט אין מיט'ן וועג. מיר האבען אים געפרעגט צו ער האט גענומען די געלד, האט ער געזאגט אז ער האט נישט קיין געלד. מיר האבען אים אויסגעטאפט און מיר האבען געטראפען אריינגענייט אין זיין קלייד פונקט פינף הונדערט גאלדענע רענדליך. מיר האבען יעצט געזעהן אויף זיכער אז ער האט געגנב'עט די געלד ווייל ער האט אליין געזאגט אז ער האט נישט קיין געלד. מיר האבען צוגענומען די געלד און מיר האבען אים אנגעבראכען זיינע ביינער און מיר האבען אים דארט איבערגעלאזט א צוקלאפטער. מיר זענען געפארען ווייטער צום יריד און מיר האבען איינגעקויפט אסאך סחורה און מיר זענען צוריק אהיים געפארען.
אזוי ווי מיר זענען אנגעקומען אהיים זענען אונזערע בני בית אנטקעגען געקומען. ווען זיי האבען געזעהן אלע סחורה וואס מיר האבען געקויפט, האבען זיי זיך געווינדערט, וויאזוי האט איר געקענט קויפען אלע סחורה, איר האט דא בטעות איבערגעלאזט די בייטעל מיט די געלד מיט די פינף הונדערט גאלדענע רענדליך?!
אזוי ווי מיר האבען דאס געהערט, איז אונז פינסטער געווארען. מיר האבען פארשטאנען אז מיר האבען צוגענומען פון דער איד זיינע רענדלעך. מיר זענען תיכף צוריקגעפארען צו יענע גאסטהויז און מיר האבען געפרעגט צו זיי ווייסען עפלעס פון דער איד. זיי האבען געזאגט אז נאכדעם ווי מיר האבען אים נאכגעיאגט, איז ער צוריקגעקומען א צובליטיגטער און א צוביילטער און ער האט געוויינט און געזאגט, אז צוויי מענטשען האבען אים אוועקגענומען זיין גאנצע געלד וואס ער האט פארדינט זייענדיג א מלמד אין א דארף אפאר יאר און ער האט מיט דעם געלד געדארפט חתונה מאכען א טאכטער. ער האט זיך דא אויפגעהאלטען אפאר טעג און ער איז נישט געקומען צו זיך פון זיינע קלעפ און פון זיין צער,ביז ער איז נעבעך געשטארבען. עס איז פאר אונז זייער פינסטער געווארען און מיר זענען יעצט געקומען צום טריסקער מגיד, אז ער זאל אונז געבען א תשובה פאר אונזערע שווערע חטא פון הרג'ענען אן ערליכע איד.
דער הייליגע טריסקער מגיד האט אויסגעפירט, אידען טייערע, פון דא זעהט מען ווי ווייט מען דארף זיין פאטרזיכטיג פאר מען איז דחן א מענטש. מען דארף זיין הונדערט פארצענט זיכער און האבען געזעהן אליין, פאר מען קען דחן זיין א מענטש, אז ער האט געטוהן א שלעכטע זאך.
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

לכבוד זיין הילולא וואס איז נאך 10 טאג, דער היינטיגע רבי'ס וואס זיי זענען אייניקלעך פון דער טריסקער מגיד זיע"א, וואס כ'האב געטראפן בינתיים


כ"ק אדמו"ר הרה"צ ר' חיים מנחם אברהם טווערסקי פון טריסק לאנדאן שליט"א

כ"ק אדמו"ר הרה"צ ר' מנחם מענדל מתתיהו טווערסקי פון טריסק לאנדאן שליט"א

כ"ק אדמו"ר הרה"צ ר' משה מרדכי אייכנשטיין פון טריסק ירושלים שליט"א

כ"ק אדמו"ר הרה"צ ר' אברהם יעקב פרידמן פון סאדיגורא שליט"א



ווער ס'האט וואס מוסיף זיין תבוא עליו הברכה
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

צו האבן דעם ספר מגן אברהם איז א סגולה,
דעם ערשטן דריק איז א יקר המציאות עד אין לשער, ווייל דער טריסקער מגיד האט ארויף געשריבן א ברכה, כ'האב נישט יעצט דעם לשון פונקליך,
אבער ער האט געהאט אזא זיגל מיט די ברכה פאר ווער עס האט דעם ספר אין שטוב, אין יעדן ספר האט ער אליין ארויף געזיגל די ברכה,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

היינט אינדערפרי האב איך געטראפן א ספר 'הלולא דרבי' פון ר' יחיאל מיכל היבנער מניזנוב, מיט הספדים אויף הרה"צ ר' אורי מרוהאטין און דער טריסקער מגיד זצ"ל.
ער שרייבט אז דער טריסקער מגיד האט געהאט 'עשרים אלפים חסידים!' אבער ליידער איז געווען טייל וואס האבן געפירט א מחלוקה עד כדי מסירה, ווייסט איינער איבער וואפארא מחלוקה ער באציעט זיך?
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

עס איז דאך ידוע אז די שנאווע רב זצ"ל איז ארום געפארן צו אלע צדיקים, ער איז אויך געווען ביי די טריסקער מגיד. (איך געדענק נישט פרטים פון די מעשה, ווער עס ווייסט זאל פארציילן) ער האט פארציילט אז ער האט געזעהן ווי די טריסקער מגיד פאסט משבת לשבת, און ביי די שבת'דיגע סעודות האט ער געגעסן א ציפ פון די חלה און אלע מאכלי שבת ווי אויך א לעק פון די לחיים, און דער נאך האט ער געבענטשט פאר א לאנגע לאנגע צייט.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

בערך מיט א 50 יאהר צירוק איז געווען א טריסקער בית מדרש אויף 47 גאס צווישען 12 און 13 עווענין, נאנט צי 13.
היינט איז דארט א האעטל.
איך געדענק אז שמחת תורה פלעגט זיין די 47 גאס פארמאכט פאר הקפות.
ווייסט עמעצער מער פרטים ווער דער טריסקער רבי איז געווען?
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איך ברענג עס ארויף.
יארצייט איז קומענדיגען שבת פרשת חקת.
the SCY is the limit
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

עס איז דאך ידוע אז די שנאווע רב זצ"ל איז ארום געפארן צו אלע צדיקים, ער איז אויך געווען ביי די טריסקער מגיד. (איך געדענק נישט פרטים פון די מעשה, ווער עס ווייסט זאל פארציילן) ער האט פארציילט אז ער האט געזעהן ווי די טריסקער מגיד פאסט משבת לשבת, און ביי די שבת'דיגע סעודות האט ער געגעסן א ציפ פון די חלה און אלע מאכלי שבת ווי אויך א לעק פון די לחיים, און דער נאך האט ער געבענטשט פאר א לאנגע לאנגע צייט.



ערשטנס: די מעשה גייט מיטן גארליצער רב זצ"ל (אזוי האב איך געהערט פון ר' יענקל'ע זצ"ל)

צווייטנס: יעדן נאכט האט ער געטרינקען א גלאז מילעך און שבת (פרייטיג צו נאכט'ס) האט ער טועם געווען פון די חלה א כל שהוא און א "גלאז" בראנפען און די אויג פון די פיש.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

די סיבה פארוואס ער האט געגעסן אזוי ווייניג האב איך געהערט פון אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א
אז ער האט אמאל געהערט משיח'ס א קרעכץ אין זינט דאן האט ער נישט געקענט עסן.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

א איד איז אמאל געפארן צום טריסקער מגיד, ביים בענטשן נאכן סעודה, [ איך ווייס נישט וויאזוי ער האט געקענט בענטשן?], ווען דער מגיד איז אנגעקומען צו "הרחמן הוא ישלח לנו את אליהו הנביא זכור לטוב" האט דער טריסקער מגיד גע'חלש'ט, דער איד אן אונגארישער איד, האט זיך זייער דערשראקן, אבער צו זיין וואונדער זעט ער וואו די אלע חסידים זיצן זיך אזוי רואיג, ווי גארנישט וואלט פאסירט.

פרעגט ער איינעם, וואס גייט דא פאר? השם ישמרנו, וואו קען מען אין אזא מצב זיין אזוי שטיל, און גארנישט טון?

דאן האבן אים די חסידים געגעבן צו פארשטיין, אז דאס איז א רוטינע זאך ביים רבין, אז יעדעס מאל ווען ער קומט אן צו די הרחמן, און דערמאנט זיך אז עדיין בן דוד לא בא, ווערט אים אזוי שלעכט אויפן הארץ, אז ער האלט דאס נישט אויס און חלש'ט אוועק.

א מדריגה וואס חז"ל דערציילן אויף ר' יוסף, ס'דא וואס ברענגען אראפ, אז היינט איז מען נישט אזוי מקפיד מיט די הלכה, ווייל אונז האלטן זיך נישט ביי די מדרגה אז מ'זאל נישט אויסהאלטן דעם גלות עד כדי כך אז מ'זאל זיך קומען שטעכן אזוי ווי ר' יוסף, ביים טריסקער מגיד, איז עס געווען אסור על פי הלכה לויט אלע דיעות.

זכותו יגן עלינו.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

בני היכלא;

וואס דערציילן חז"ל אויף ר' יוסף? א מראה מקום ביטע.
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

דאכצעך מיר אז דאס איז א בילד פון זיין זוהן ר' מרדכיל'ע פון קוזמיר וואס זיין יאהרצייט איז קומענדיגען שבת
אטעטשמענטס
' מרדכי טווערסקי בן המגיד הקדוש מטריסק .jpg
' מרדכי טווערסקי בן המגיד הקדוש מטריסק .jpg (25.43 KiB) געזען 9803 מאל
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

דער ציון פון א איר אייניקיל פון דער טריסקער מגיד
כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' שלום יוסף טווערסקי פון טריסק פראסקוראב באזיליע - נ.י. זיע"א
אטעטשמענטס
t-twesky.jpg
t-twesky.jpg (55.65 KiB) געזען 9777 מאל
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

כ'האב אינגאנצן פארגעסן ס'איז דאך דא א בילד פון איהם אליין
אטעטשמענטס
.jpg
.jpg (8.43 KiB) געזען 10104 מאל
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

ס'איז א געמאלען בילד.
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

לעווי, דו שרייבסט אז ער האט געגעסן א "ציפ פון די חלה", "און דערנאך האט ער געבענטשט פאר א לאנגע לאנגע צייט"
דאס איז א סתירה, עס מוז זיין אז ער האט געגעסן כאטש א כזית.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

קרעפטיג האט געשריבן:לעווי, דו שרייבסט אז ער האט געגעסן א "ציפ פון די חלה", "און דערנאך האט ער געבענטשט פאר א לאנגע לאנגע צייט"
דאס איז א סתירה, עס מוז זיין אז ער האט געגעסן כאטש א כזית.


א קשיא אויף א מעשה.

די מעשה דאכצעך פארציילט רבי יענק'לע זצ"ל מפשעווארסק.
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

דאס איז נישט קיין קשיא פאר מיר, אויב איז עס קעגן די הלכה קען דאס נישט זיין אמת.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

קרעפטיג האט געשריבן:דאס איז נישט קיין קשיא פאר מיר, אויב איז עס קעגן די הלכה קען דאס נישט זיין אמת.


פארדעם האט די רבי זכרונו לברכה אוועק געמאכט די זעלבע מעשיות וואס די הייליגע צדיקים רבי יענק'לע און רבי איציקל האבן פארציילט מדי שבוע בשבוע.
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

קודם כל קען זיין אז רבי יענקעלע זאגט נישט א ציפ פון א חלה, דארף מען איבערהערן דעם טעיפ, אפשר זאגט ער א קליין שטיקל חלה, וואס דאס קען מיינען אויך א כזית.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

קרעפטיג האט געשריבן:קודם כל קען זיין אז רבי יענקעלע זאגט נישט א ציפ פון א חלה, דארף מען איבערהערן דעם טעיפ, אפשר זאגט ער א קליין שטיקל חלה, וואס דאס קען מיינען אויך א כזית.


קען זיין. איך וועל פרובירן נאך צו גיין די מקור הסיפור.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לעווי האט געשריבן:
קרעפטיג האט געשריבן:דאס איז נישט קיין קשיא פאר מיר, אויב איז עס קעגן די הלכה קען דאס נישט זיין אמת.


פארדעם האט די רבי זכרונו לברכה אוועק געמאכט די זעלבע מעשיות וואס די הייליגע צדיקים רבי יענק'לע און רבי איציקל האבן פארציילט מדי שבוע בשבוע.


וועלכע רבי ז"ל האט אוועקגעמאכט מעשיות פון ר' יענקעלע און ר' איציקל?

אגב, איף קען נישט די מעשה, אבער איבער די הלכה קען מען זיך דינגען משום שצדיקים מדקדקים על עצמן אויב לפי תכונתם איז עס כדי שביעה.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

כמדומה אז ר' יענקעלע זעלבסט, בשעת ער דערציילט די מעשה, ארבעט ער ארום מיט די שאלה. און אויב איך געדענק גוט קומט ער אויף מיט עפעס א בירור. וויל טשעק איט.
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

מיללער, איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט, אויף אן הלכה קען מען זיך נישט דינגען, נישטא קיין כדי שביעה מעשיות, די חז"ל האבן געזאגט א כזית און דאס איז עס.

קענסט זיין זיכער אז קיין איין צדיק האט נישט געבענטשט ביי ווייניגער ווי א כזית.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

מיללער האט געשריבן:וועלכע רבי ז"ל האט אוועקגעמאכט מעשיות פון ר' יענקעלע און ר' איציקל?


איך נעם נישט קיין אחריות דערויף אבער די וועלט פארציילט אז די בעל דברי יואל האט אוועק געמאכט די מעשיות.

מיללער האט געשריבן:אגב, איף קען נישט די מעשה, אבער איבער די הלכה קען מען זיך דינגען משום שצדיקים מדקדקים על עצמן אויב לפי תכונתם איז עס כדי שביעה.



איך וועל מוסיף זיין מיט א ווארט פון די חתם סופר.

חז"ל זאגן (איך געדענק נישט די לשון פונקטלעך) ישא ה' פניו אליך וכו', וכי יש נשיאת פנים אצל הקב"ה? אמר הקב"ה וכי איך לא אשא פנים להם שהם עושים עמי לפנים משירות הדין, אני אמרתי ואכלת 'ושבעת' וברכת והם מדקדקים בכזית ובכביצה.

שטעלט זיך די קשיא, וואס איז די רבותא אז די אידן בענטשען שוין ביי א כזית וכביצה? אויב עס איז נישט כדי שביעה דאן איז עס דאך א ברכה לבטלה? ענטפערט די חתם סופר אז דא רעדט מען אין ארץ ישראל ווי עס איז דא די ברכה פון אוכל קימעה ומתברך במעיו, און ממילא, מן הדין וואלט מען שוין געמעגט בענטשען נאך עסען א משהו היות מען איז שוין זאט, אבער די אידן האבן מדקדק געווען און אויף געגעסן א גאנצע כזית וכביצה. והבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”