רבי מרדכי דוב טווערסקי מהורנוסטייפל זצ"ל וצאצאיו - כ”ב אלול תרס”ג
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
רבי מרדכי דוב טווערסקי מהורנוסטייפל זצ"ל וצאצאיו - כ”ב אלול תרס”ג
פאלגענד איז א בילד פון א א הייליגען רבי'ן פירענדיג טיש א 110 יאר צירוק
ווער דערקענט
(דער אשכול איז אפגעטיילט פונעם אחד מגדולי ישראל אשכול,
הק' יעקב דוב מיללער)

- אטעטשמענטס
-
- IMG_0023 (Small).jpg (32.49 KiB) געזען 14289 מאל
לעצט פארראכטן דורך יאסל אום דינסטאג יוני 24, 2008 8:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- אנדי פעטיט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7175
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
- לאקאציע: אין די גלייזן
יא סאיז ממש א זעלטען בילד
אין איך שוין אלץ שטיקעל ידען אין בילדער בין זייער נתרגש געווארן
סאיז מער ווי סתם א בילד פון די צורה,וואס איז איז שוין געווען באקאנט פון ר' מאטעלע
ס'איז ווי ער זיצט פארדביקות ביים טיש
וואס כפי ידיעתי איז נישטא נאך א בילד פון א רבי'ן פארן קריג ביים טיש
אין דאס בילד גייט שוין צירוק א 110 צען יאר עטליסט ווייל ר' מאטעלע איז אוועק תרס"ג
דאס בילד איז היי יאר נתגלה געווארן סאיז געליגען ביי א פרוי א טשערנאבלער אייניקעל

אינטערעסאנט, דאס איז דאך א וואכעדיגע טיש (מיט א הוט) האט ר' מאטעלע געפירט טיש יעדן טאג ווי זיין שווער דער צאנזער רב? אדער איז דאס אפשר א יארצייט סעודה וכדו'.
איך קלער צו דאס מוז בכלל זיין אז 'ער פירט טיש' זעהן זעהט מען נאר ווי 'ער זיצט ביים טיש', אפשר איז דאס א בילד ווי ער זיצט אין א ווארט-זאל ערגעץ אדער ביי אן אסיפה, איך ווייס? עס קען זיין טויזענט זאכן.
איך קלער צו דאס מוז בכלל זיין אז 'ער פירט טיש' זעהן זעהט מען נאר ווי 'ער זיצט ביים טיש', אפשר איז דאס א בילד ווי ער זיצט אין א ווארט-זאל ערגעץ אדער ביי אן אסיפה, איך ווייס? עס קען זיין טויזענט זאכן.
- אנדי פעטיט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7175
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
- לאקאציע: אין די גלייזן
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
ווער באשטעטיגט אז דאס איז ער?
אפשר איז דאס א קינד, אדער א אייניקיל פון ר' מאטעלע?
מילא אנדערע בילדער איז נאך דא אידן וואס באשטעטיגן אזוי האט ער אויסגעקוקט, אבער דא ס'איז אפילו נישט דא ווער ס'זאל עס מכחיש זיין,
דרך אגב יאסל, ס'איז נישט די איינציגסטע בילד פון א טיש, עס איז דא א בילד פון ר' מיילעך גראזינסקער, ווי ער פירט טיש.....

http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
שאץ מאץ האט געשריבן:ווער באשטעטיגט אז דאס איז ער?
אפשר איז דאס א קינד, אדער א אייניקיל פון ר' מאטעלע?
מילא אנדערע בילדער איז נאך דא אידן וואס באשטעטיגן אזוי האט ער אויסגעקוקט, אבער דא ס'איז אפילו נישט דא ווער ס'זאל עס מכחיש זיין,
דרך אגב יאסל, ס'איז נישט די איינציגסטע בילד פון א טיש, עס איז דא א בילד פון ר' מיילעך גראזינסקער, ווי ער פירט טיש.....
ס'איז שוין געווען א באקאנט בילד פון ר' מאטעלע'ס צורה אין דאס איז דומה ממש
זעסט דאך אז קרעמער האט אויפן מינוט געגעסט.
אין דאס בילד פון הרה'ק ר' אלימלך פון גראזיסק איז א ווייט בילד וואס מזעט גארנישט קלאר און דארט דארפסטי האבן אמונה אז ס'איז ער.
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6806
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
עס איז ארויסגעקומען א ביכעל וועגען דעם איש קדוש א שטיקעל צייט צירוק געשריבען פון א טווערסקי אן אייניקעל. דער ביכעל הייסט The Zeideh Reb Motelשאץ מאץ האט געשריבן:ווער באשטעטיגט אז דאס איז ער?
אפשר איז דאס א קינד, אדער א אייניקיל פון ר' מאטעלע?
מילא אנדערע בילדער איז נאך דא אידן וואס באשטעטיגן אזוי האט ער אויסגעקוקט, אבער דא ס'איז אפילו נישט דא ווער ס'זאל עס מכחיש זיין,
עס איז דא א בילד און יענעם ביכעל וויא ער זעהט אויס אינגאנצען אויא דער בילד דא וויא ער איז פארדביקותט
the SCY is the limit
scy4851 האט געשריבן:עס איז ארויסגעקומען א ביכעל וועגען דעם איש קדוש א שטיקעל צייט צירוק געשריבען פון א טווערסקי אן אייניקעל. דער ביכעל הייסט The Zeideh Reb Motelשאץ מאץ האט געשריבן:ווער באשטעטיגט אז דאס איז ער?
אפשר איז דאס א קינד, אדער א אייניקיל פון ר' מאטעלע?
מילא אנדערע בילדער איז נאך דא אידן וואס באשטעטיגן אזוי האט ער אויסגעקוקט, אבער דא ס'איז אפילו נישט דא ווער ס'זאל עס מכחיש זיין,
עס איז דא א בילד און יענעם ביכעל וויא ער זעהט אויס אינגאנצען אויא דער בילד דא וויא ער איז פארדביקותט
וואס א בילד איז דא אין יענעם בוך?
אביסל ביאגראפישע שטריכן איבער הרה"צ ר' מאטעלע;
ער איז געווען אן אייניקל בא"ב פונעם רבי'ן ר' זושא מאניפאלי זצ"ל, זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון ר' יעקב ישראל מטשערקאס ז"ל פון די אכט זוהן פון ר' מאטעלע טשערנאבלער, ער איז אויפגעוואקסן ביי דעם זיידן און דערפאר געטוישט זיין משפחה נאמען צו טווערסקי, דער טשערקאסער איז געווען אן איידעם ביים מיטעלע רבי פון ליובאוויטש זצ"ל בן בעל התניא.
כשהגיע לפרקו איז ער געווארן אן איידעם ביים הייליגן צאנזער רב דער דברי חיים זצ"ל, ער האט מחבר געווען ספרים אויף עטליכע מקצועות צווישן זיי זענען די ספרים; תורי זהב על הלכות רבית, עמק שאלה, ספרים על הל' מקוואות ונטילת ידים ושא"ס.
פון זיינע קינדער זענען געווען;
1) בנו ר' בן-ציון יהודא לייב, נפטר בארה"ב בשנת תשי"ד (ער איז געווען דער פאטער פון ר' יעקב ישראל מהורנוסטייפל-מילוואקי חדב"ן הקדושת ציון מבאבוב)
2) בנו ר' אלימלך שניאור זלמן מקרוסנא, מנו"כ בקראקא.
3) חתנו, גיסו ר' שלום אליעזר האלבערשטאם מראצפערט בן מרן הדברי חיים
4) חתנו, בן גיסו ר' אלישע ב"ר ברוך האלבערשטאם מגארליץ בן מרן הדברי חיים

דא אינעם וועב-סייט פון קהל בני יהודה (הורנוסטייפל-מילוואקי) האב איך געטראפן דעם בייגעלייגטן בילד וואס איז צאמגעשטעלט פון די אדמורי"ם ורבנים פון וועם זיי זענען אפשטאמיג, איך דערקען ר' מאטעלע הארנוסטייפלער (אויבן, רעכטס) און דער קדושת ציון (לינקס מיט'ן קאלפיק), ווער זענען די איבריגע?
- אטעטשמענטס
-
- Footsteps.jpg (9.35 KiB) געזען 15405 מאל
- אנדי פעטיט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7175
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
- לאקאציע: אין די גלייזן
scy4851 האט געשריבן:דער אויף לינקס גאנץ אויווען, איז דאס נישט ר' מיכל טווערסקי דער היינטיגער רב דארט? (אבער א היבש פאר יאהרען צירוק)
זיכער נישט.
אנדי פעטיט האט געשריבן:מיר זעהט דאס בילד לינקס פון אויבן אויס ווי די פאספארט בילד פונם קדושת ציון זצ"ל.
עס מאכט אסאך סענס, הגם, פארוואס זאלן זיי ליגן צוויי מאל דעם זעלבן?
- אנדי פעטיט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7175
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
- לאקאציע: אין די גלייזן
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=4200
קוק אויף די בילדער ווי ער טראגט די געלזער וועסטו זעהן אז עס איז אים.

הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
מיללער האט געשריבן:דא אינעם וועב-סייט פון קהל בני יהודה (הורנוסטייפל-מילוואקי) האב איך געטראפן דעם בייגעלייגטן בילד וואס איז צאמגעשטעלט פון די אדמורי"ם ורבנים פון וועם זיי זענען אפשטאמיג, איך דערקען ר' מאטעלע הארנוסטייפלער (אויבן, רעכטס) און דער קדושת ציון (לינקס מיט'ן קאלפיק), ווער זענען די איבריגע?
מיללער דער פון רעכטס איז דאכט זיך ר' מאטעלעס זון ר' אהרן אלימלך שנאור זלמן פון קראסני
כ'וועל אפשר שפעטער אריינסקענען א קלארערע בילד פונעם.