רבי יוסף משה מייזליש מאויוואר זצ"ל - י' סיון תשל"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

דעמאלטז פאר 25 יאר צירוק האב איך געהאט א חבר דארט כ'געדענק נישט זיין נאמען, די רב זוהן, (איך האב געקענט אביסעל מאלען, האט ער מיך געבעטען איך זאל ארויפשרייבען אויף די וואנט אין גאס ביי די לינקע זייט א ערוי פאר פרויען)
איז ר' יוסף משה געבוירען און די מיטעלע ל' יארען בערך?
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ר' יוסף משה הייסט נאך זיין עלטער זיידע דער אויווארער רב ז"ל.
ער איז גיבוירען נאך אינעם ערשטע יאהר פונעם התתלקות וואס איז געווען י' סיון תשל"ו
the SCY is the limit
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

יא, ער איז דאס, ער איז טאקע יונגער פון מיר אבער מיר זענען געווען גיטע חבירים און שכינים
WOW איך האב נישט געוויסט אז ער איז געווארען א רב! און ער ווייסט נאכנישט אז איך בין געווארען א... (חוץ אויב ער קיקט אין כל העולם כלו)
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

זאג נאר ר' שמחה דאכט אז דער אוויווארער רב האט איבער געלעבט דעם קריג מיט זיין משפחה בשלימות, האב איך רעכט?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

יאסעל,
ער האט געהאט צוויי טעכטער.
נאר איינער, דער שאמקוטער רביטצען, איז צירוקגעקומען.
דער אנדערע טאכטער איז געווען א שניר ביים ווארשעהעלער רב, פון די סופרישע משפחה.
זי מיט איהר מאן האבען נישט איבערגעלעבט די קרוג.

איך האב איינמאל געזעהן דארט א כתב יד א חיבור אויף סוגיות הש"ס,
דער רב האט מיר געזאגט אז עס איז פון זיין איידעם.
the SCY is the limit
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

ווי איז אבער ער זעלבסט געווען דארעכאוס דער קריג
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ערגעטץ טיף און ראמעניע ציזאם מיט זיין רביטצען און איין טאכטער, דער שומקאטער רביטצען.

איך ווייס נישט פינטלעך וויא.
the SCY is the limit
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

אהא דאס מיין איך, ער איז כלל נישט געווען ביים דעפארטירען.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

גערעכט!
the SCY is the limit
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

scy4851 האט געשריבן:און דערנאך אז דא איינער און לאנדאן. איך געדענק נישט וויא ער הייסט.


איך מיין אז דאס איז טאקע דער זעלבער גריסג-ט וואס מיללער האט דערמאנט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נעכטן ביי א ספרים אויספארקויף האב איך געטראפן דעם ספר 'מקוה מים' וואס דער אווארער רב ז"ל האט מחבר געווען בהל' מקוואות, איבערגייענדיג דעם אשכול זעה איך אז עס נאכנישט דערמאנט געווארן דא, ער האט דארט א בריוו פון זיין פאטער דער בנין דוד זצ"ל איבער א שאלה אין מקוואות.

אויפן בילד פון די מצבה וואס ר' שמחה האט ארויפגעשטעלט זעה איך טאקע דערמאנט דעם חיבור, נאך אן אינטערעסאנטע זאך וואס איך זעה אויף די מצבה פון אונטן, 'בעת חליו הוסיפו לו השם יקתואל' איך בין נייגעריג וויאזוי דאס איז געווען, איז ערפארבליבען מיט'ן נאמען דאן פארוואס שרייבט מען עס נישט געהעריג, ווידער אויב האט ער נישט דורכגעמאכט דעם קרענק וואס דאן ווערט דער צוגעגעבענער נאמען נישט פאררעכנט, טא פארוואס האט מען עס געשריבען פון אונטן?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דער אויווארער רב ז"ל האט געקרוגען א סטראק, א' סליחות תשל"ה, ער איז געווארען געלעמט אויפען לינקע זייט. ער האט דערנאך געקענט רעדען אבער די לינקע זייט איז איהם געווען אינגאנצען פאראליזירט. געוואוינט האט ער דערנאך ביי זיין טאכטער און איידעם דער שומקאטער רב ז"ל.
א שטיקעל צייט דערויף, ווען ער איז נישט געווארען בעסער, האט מען איהם ציגעגעבען א נאמען יקותיאל נאכען ייטב לב.

מיין טאטע ע"ה איז געפארען און שבט תשל"ו מיטען בירך משה זצ"ל, די רביטצען, און עטליכע פון זייערע קידער קיין אייראפע אויף קברי אבות, [איך האב עס דערמאנט און אן אנדערע אשכול]
און דער נסיעה איז געווען דער פלאן צי זיין און אנטווערפען אויך ביי ר' איציקעל ז"ל, און פון מיין טאטען, האט די משפחה געבעטען, ער זאל ברענגען כוס של ברכה וויין פון ר' איציקעל פארען רב .

איידער ער אז אוועק געפארען איז ער געפארען קיין פלעטבוש זיך געזעגענען פון אויווארער רב ז"ל, און ער האט אוהם געזאגט אז ער וועט זיין און אוהעל און אויך און סיגוט.
איך געדענק דער רב שטארק בעטען מיין טאטען ער זאלל מתפלל זיין פאר זיינעטוועגען ביי זיינע זיידעס.

די משפחה דארט האבען דענמאלטס געפרעגט דעם רב וויא אזוי מיין טאטע זאל דאווענען,.. יקותיאל יוסף משה?
דער רב האט געענטפערט, "איך הייס יוסף משה איך הייס נישט יקותיאל"


בענין דער ספר 'מקוה מים'
דער רב האט געהאט געשריבען אויף גאנץ סימן ר"א. געדרוקט איז נאר אויף די ערשטע 3 סעיפים. [אויב איינער דא וויל זיין א נדבן עט די משפחה גערען ארויסגעבען די רעשט וואס איז געבליבען בכתובים]
געדרוקט האט ער דער חיבור ביי ר' סענדער דייטש, און איך האב דעמאלטס געלערענט און וויליאמסבורג און איך פלעג זיין דער שליח אהין און צירוק מיט די בויגענס ווען מעהאט עס געPROOFREAD

אגב, כ'געדעק נישט אויב איך האב דערמאנט, יענעם שבת הגדול, האט מען איהם אהיימגעברענגט, און זיין דירה און באראפארק, דער גאס האט געהערט אז ער וועט זיין אינדערהיים, שבת, איז געקומען א גרויסער פרעמדער עולם דאווענען. ער האט געזאגט א דרשה, אזוי זיצענדיג און ווילטשער, פאר קריאת התורה. ער האט גערעדט א שעה מיט צעהן מינוט.

יענעם שבועות איז ער נאכאמאל געקומען אהיים, אבער דענמאלטס איז שוין געווען ביטער.
ער האט געזאגט אקדמות, אבער עס איז נישט געווען....
ער האט עפעס גערעדט ביים קידוש, [כדרכו פלעגט ער יעדען שבועות זאגען א פלפול 'קרעפלעך תורה' אוויא עס פלעגט זיין א מנהג ביי צדיקים]
אבער יעצט האט ער אפילו נישט געזאגט וואס עס איז געוען אנגעגרייט פארשריבען אויף א פעיפער. ער האט נאר געזאגט דער פסוק און קהלת, הבל הבלים...הכל הבל, און געהאלט און איין איבער חזרן, דאס גאנצע לעבען איז איין שטיק הבל.

דאס איז געווען זיין געזעגענעכטץ דרשה.
דריי טאג דערויף, י' סיון איז ער נפטר גווארען.
זכותו יגן עלינו.

פון משפחה מיטגלידער האב איך געהערט אז אביסעל פאר זיין פטירה, האט ער געזאגט,
דער ווער עס וועט מיך אינזוהן האבען וועל איך אוהם א טובה טוהן בעלמא דקשוט.
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זייער טייער ר' שמחה יעדעס ווארט, א גרויסן יישר-כח.

פון די גרויסע מייזליש משפחה איז טאקע נישט פארהאן ווער עס זאל צושטייער געבן צום חיבור? מ'ברויך מן-הסתם אן עסקן וואס זאל זיך פארען און שאפן דאס געלט.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אביסעל מער וואס דאכט זיך מיר אז כ'האב נאך נישט געשריבען.

ער איז נפטר געווארען י' סיון בערך דריי נאכמיטאג.
די לויה זיינער איז געווען און סאטמער גרויסען בית מדרש און וויליאמסבורג, דערנאך איז געווען א לויה ביי זיין בית מדרש און באראפארק. די הקפות האט מען געמאכט און זיין בית מדרש . איך בין דערביי געווען. שאמקוטער רב ז"ל האט געפירט און געזאגט הויך די תפילות וואס מעזאגט.

קיין וויליאמסבורג האב איך נישט געהאט צייט אהנקומען. די לויה דארט איז געווען א צוויי שעה נאך די פטירה.
פון יודען וואס זענען יא געווען דארט האב איך געהערט אז אין די צוויי שעה ביז צי די לויה איז ציזאמגעקומען אזא גרויסער עולם אז עס איז נישט געווען קיין פלאטץ און בית מדרש.
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' שמחה,

ווען איז זיין איידעם דער שאמקוטער רב נפטר געווארן, ווי אלט איז ער געווען?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

פינטלעך וויא אלט דער שאמקוטער רב ז"ל איז געווען, ווייס איך נישט.
גערעדט האט מען אז ער איז געווען אין די זעכציגער יאהרן

ר' משה ביק ז"ל האט געהאט געקריקען א סטראק און איז געלעגען און בית ישראל האספיטעל.
דער שאמקוטער רב ז"ל איז איהם געפארען מבקר חולה זיין.
ער איז געווען אופען F טרעין און ער האט פלוצלינג זיך נישט גיט געשפירט.
עס איז געוען נאך א יוד און יענעם וואגען און דער רב האט יענעם געבעטען אז ער פילט זיך נישט גיט, און ער וויל פארלאזען די טרעין דער נעקסטע סטאנציע, ער זאל מיטקומען מיט איהם ער זאל נישט זיין אליינס.
ער איז אויפען פלעטפורם צאמגעפאלען און נפטר געווארען. זיין נפטר ווערען איז געווען פלוצלינג. עס איז געווען א גרויסער שאק.

עס האט געמיזט פאסירען בערך 25 אדער 26 יאהר צירוק.
און דער זעלבע תקופה ווען ר' משה ביק ז"ל איז געלעגען און האספיטעל, איז מיין טאטע ע"ה א שוועסטער אויך געלעגען דארט אונעם זעלבען האספיטעל, אויך וועגען א סטראק. איך פלעג גיין באזיכען מיין מימע ע"ה, אין איך פלעג אויך אהין גיין צי ר' משה ביק'ס שטוב איהם צי באזיכען.
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דאס בילד פון די מציבה פונעם שאמקוטער רב הגה"צ ר' יחזקאל רוטונער ז"ל חתן הגה"צ מאוויוואר, איז היינט געווארן עוועיליבל אויף די סייט פון 'קברי צדיקים'.
אטעטשמענטס
yechezkel-ruttner.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א שיין בילד פונעם אוווארער רב ז"ל מיט'ן באבובער רב מהר"ש וגיסו מהורנוסטייפל ז"ל (קרעדיט; מתפעל, בח"ח)
אטעטשמענטס
20081125_12195317508_bob1.jpg
20081125_12195317508_bob1.jpg (93.42 KiB) געזען 2441 מאל
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

היינט נאכט איז דער יאהרצייט פון מורי ורבי ז"ל
זיין זכות זאל אינז אלע ביי שטיין
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

scy4851 האט געשריבן:היינט נאכט איז דער יאהרצייט פון מורי ורבי ז"ל
זיין זכות זאל אינז אלע ביי שטיין
the SCY is the limit
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

שער בלאט פונעם מקוה מים אויף די ערשטע דריי סעיפים אין הלכות מקוואות.
אטעטשמענטס
מים.jpg
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

scy4851 האט געשריבן:היינט נאכט איז דער יאהרצייט פון מורי ורבי ז"ל
זיין זכות זאל אינז אלע ביי שטיין

ר' שמחה האט שוין פארגעסן?
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

א חתימה פון אים נאך פון פארן קריג
אטעטשמענטס
Poster2.jpg
Poster2.jpg (26.2 KiB) געזען 2211 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

באדיבות הניק החשוב והמפואר וויצע ראה"ק איז אנגעקומען א בילד פונעם אויווארער רב זצ"ל (לינקס) פון שנת תשט"ו. אויפן פלאץ פון וואו דער בילד קומט, ווערט דער אויווארער רב בכלל נישט אידענטיפיצירט, און דער רב פון די רעכטע זייט ווערט אנגעגעבן אלס 'הרב וויינגארטן' אן קיין ווייטערדיגע דעטאלן.

אין די קארידארן פון מורשת חכמי אמעריקא, האבן מאנכע שפעקולירט אז די רעדע איז פונעם ליעזשער רב רבי חיים יצחק וויינגארטן זצ"ל, און אולי איז דאס ביי די חתונה פון זיין טאכטער מיט להבחל"ח זיין איידעם דער היינטיגער ליעזשער רב פון לאנדאן ר' יהושע זאב מייזליש שליט"א בן הגאון אב"ד סארוואש, וואו דער אויווארער רב איז געווען א פעטער.

קען איינער קאנפערמירען די טעאריע? וועלכע יאר האט דער ליעזשער רב חתונה געהאט? וואו איז פארגעקומען די חתונה?
אטעטשמענטס
DFPE17123.jpg
DFPE17124.jpg
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

רק להאיר אז ליעזשער רב איז א שטיף איידעם פון הרב וויינגארטען.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”