רבי יוסף משה מייזליש מאויוואר זצ"ל - י' סיון תשל"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6659
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

רבי יוסף משה מייזליש מאויוואר זצ"ל - י' סיון תשל"ו

תגובהדורך scy4851 » פרייטאג יוני 13, 2008 1:53 pm

היינט י' סיון איז דער יאהרצייט פון מורי ורבי דער אויווארער רב ז"ל.
ער איז געווען דער בכור ביי זיין טאטען דער בנין דוד.
ער האט מיר אמאל געזאגט אז ביי זיין בר מצוה זענען דער מנחת אלעזר ציזאמען מיט זיין טאטען דער דרכי תשובה געקומן קיין אוהעל אויף שבת.

ער האט געגעקרוגען הוראה פין מהר"ש ענגעל דער ראדמישעלער רב ז"ל. דער ראדמישעלע רב האט איהם פארהערט ווען ער איז געווען א יונג בחור פו 15 יאהר אלט, און ווען ער איז געווארען 18 האט איהם דער מהר"ש ענגל געגעבען א כתב אויפען סמך פון זיי פריערדגע פארהער און האט איהם נישט פארהערט נאכאמאל.

זיין ידועה און הלכות מקוואות איז געווען באוויסט עד להפליא
איך געדענקט אמאל א שליח איז געקומען פון רב ברייש ז"ל פון צירך, וואס ער אליינס איז געווען א גאון עצום, ספעציעל צים אויווארער רב וועגען א הארבע שאלה און א מקוה און דער שווייץ.
זייענדיג כמעט אויא א בן בית דארט, געדענק איך אז ווען מעהאט געבויט די שטאטישע מקוה אויף 46 גאס און באראפארק איז אסאך מאל געווען אויסגעשפרייט אויף א טיש און בית מדרש די פלענער פאר די מקוה און מעהאט דורכגעטוהן מיט איהם אלע הלכה שאלות וואס עס האט זיך געמאכט

ער איז נפטר געווארען י' סיון שנת תשל"ו ומנוחתו אונעם סאטמערע בית החיים און ניו דשזערזי
the SCY is the limit

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג יוני 13, 2008 7:40 pm

איך האב אמאל געהערט א מעשה פון איינע פון די בני המשפחה.

עס איז באקאנט די הייסע מלחמה וואס איז געווען ציווישן דער מנחת אלעזר און דעם גור'ע רבי'ן, ואיכמ"ל.

דער בנין דוד די טאטע פונעם רב ז"ל, איז געווען אז פוילישער אפשטאמיגער און א הייסער גור'ע חסיד, און אויך איז ער שפעטער געווארן א שטארקע ידיד מיטן מנחת אלעזר, און ער האט אויסגעהאמערט א שלום פלאן ציוווישן זיי און עס איז פארגעקומען העפטיגע חליפות מכתבים, ציווישן די דריי, און איינמאל איז אנגעקומען א בריוו פון גור'ע רבי'ן און דער בנין דוד איז נישט געווען אינדערהיים, דער דער אויוואר'ע רב וואס איז דאן געווען א אינגעל איבערגענומען דעם בריוו, און ווען ער האט געזעהן פון וועם עס איז האט זיין נייער אים געמאכט דאס עפענען, און אפליינען, שפעטער וווען דער בנין דוד איז אהיים געקומען און ער האט געזעהן ווי איינער האט דאס געעפענט האט ער אים שטארק פארגעהאלטןדעראויף און ער האט אים באשווירן אז ער טאר פאר קיינעם נישט דערציילן וואס עס איז געווען די תוכן.

יארן שפעטער אין אמעריקא האט רביה"ק מסאטמאר איינמאל פארגעוואפן פארן אויווארע רב אז ער זאל אים דערציילן וואס די שלום פלאן איז געווען ווייל פאר אים וואלט דאס געווען א שטארקע סעיף אין הלכות קנאות, אבער דער אויווארע רב האט אים נישט געוואלט זאגן צוליב דעם וואס זיין טאטע האט אים באשוואורן אז ער זאל נישט זאגן, טראץ דעם וואס די רבי ז"ל האט גע'טענה'ט אז עס איז מער נישט נוגע און עס איז א דבר האבוד וכו', האט דער אויווארע רב געענטפערט אז עס איז ביי אים א חיוב פון כיבוד אב.
יארן שפעטער אין

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6659
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מוצ"ש יוני 14, 2008 11:34 pm

איך געדענק ער האט אמאל געזאגט א לצה אויף די טיטלען וואס מעגעט היינט 'הגאון הצדיק'
האט ער געזאגט אזוי.
אמאל איז געווען אז דער טיטל גאון איז נאר געווען פאר די גאר גרויסע תלמידי חכמים וואס ברוב חכמתם האבען געקענט מברר זיין א הלכה און קרוגען אויף א רמ"א וויא למשל אויפען נודע ביהודה אדער אויפען חתם סופר האט מען געקענט געבען דער טיטל גאון.
היינט הייסט יעדער גאון ווייל יעדער איז זיך מחולק מיטען שו"ע
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יוני 15, 2008 12:50 am

ר' שמחה,

א גוטע וואך און א יישר-כח פאר'ן גיין פתיחה איבער א ווייניגער באקאנטער רב מדור הקודם, דאכציך אז איר האט אמאל געשטעלט א בילד פונעם אויווארער רב ז"ל ערגעצוואו, עס וואלט פאסיג געווען אהערצוברענגען דעם בילד לתועלת הציבור.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג יוני 15, 2008 1:43 am

אן אומקלארע בילד פון זיין מציבה
צוגעלייגטע
Copy of DSCF0008.JPG
Copy of DSCF0008.JPG (27.94 KiB) געזעהן 3759 מאל

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6659
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג יוני 15, 2008 10:54 am

....
צוגעלייגטע
Ujvar3.jpg
Ujvar3.jpg (5.77 KiB) געזעהן 3726 מאל
Ujvar1.jpg
Ujvar1.jpg (2.32 KiB) געזעהן 3730 מאל
Ujvar2.jpg
Ujvar2.jpg (2.92 KiB) געזעהן 3732 מאל
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יוני 15, 2008 12:46 pm

קרעמער,

וואו איז מקום מנוחתו, פארוואס איז נישט דא קיין אוהל, איז דער אונטער דעם זיין ברודער דער בנין צבי מווייטצען?

ר' שמחה,
יישר-כח פאר די בילדער, ווי איז דער אויווארער רב געווען אן איידעם, ווער זענען זיינע קינדער, איז היינט פארהאן אן אויווארער ביהמ"ד, ווער איז רב?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20540
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יוני 15, 2008 12:48 pm

דער אוהל אונטער דעם איז ר' יחזקאל'עס?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » זונטאג יוני 15, 2008 1:40 pm

מיללער האט געשריבן:קרעמער,
וואו איז מקום מנוחתו, פארוואס איז נישט דא קיין אוהל, איז דער אונטער דעם זיין ברודער דער בנין צבי מווייטצען?
ר' שמחה האט שוין געשריבן צום ענדע פון זיין אריינפיר איה מקום מנוחתו,
scy4851 האט געשריבן:ער איז נפטר געווארען י' סיון שנת תשל"ו ומנוחתו אונעם סאטמערע בית החיים און ניו דשזערזי
וועט איר פארשטיין פארוואס עס איז נישט דא קיין אוהל, יא אונטער אים ליגט זיין ברודער דער בנין צבי מ'ווייטצען און פארנט פון אים ליגט זייער ברודער דער בנין חיים פון סארוואש, און נעבן זיי האט מען מיט די יאהרן צוגעלייגט זייערע רביצין'ס.
מיללער האט געשריבן:ר' שמחה,
יישר-כח פאר די בילדער, ווי איז דער אויווארער רב געווען אן איידעם, ווער זענען זיינע קינדער, איז היינט פארהאן אן אויווארער ביהמ"ד, ווער איז רב?
די בילדער זענען דאכט זיך אויב יאך געדענק גוט פון ר' שמחה'ס תנאים, פון זיינע קינדער זענען געווען זיין איידעם דער שאמקוט'ער רב הרב רוטנער ז"ל, דער אויווארער ביהמ"ד איז געפירט געווארן סיז נישט לאנג צוריק דורך זיין צוגעקומען אייניקל הרה"ג ר' צבי היילפרין ביז מען האט אים אויפגענומען אלס דומ"ץ קעד"י וויען ב"פ, מיט די איבריגע איינצלהייטן וועט אונז ר' שמחה מוז'ן אינפארמירן.
farshlufen האט געשריבן:דער אוהל אונטער דעם איז ר' יחזקאל'עס?
עס איז דער אנדערע אוהל

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג יוני 15, 2008 7:20 pm

עס קוקט אויס ווי דער ביקסאדער האט פיינע אינפארמאציע (אפשר צוליב דעם וואס די ביקסאדע רביצין ליגט הארט דערנעבן, מיט איר ערשטע מאן האב"ד ווייצן).

די אוהל וואס מען זעהט אויפן בילד איז פון ר' אביגדור מ'טשענסטוחוב, אבי הרבנית הצדיקת מ'סאטמאר ע"ה (יארצייט געווען דעם שבת).

די אוהל פון ר' יחזקאל'ע מערץ זצ"ל איז אביסל מער צו לינקס.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6659
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג יוני 15, 2008 7:28 pm

דער אויווארער רב איז געווען אן איידעם און דעזש.
די רביטצען איז געווגן א שוועסטער פאר ר' יוסף דעזשער ז"ל דער שווער פאר ר' נפתלי באבובער ז"ל. איך האב דערמאנט און אן אנדערע
אשכול אז ר' נפתלטשע האט נישט פארפאסט א שבת הגדול אדער שבת תשובה דרשה ביי זיין פעטער.

ער האט געהאט צוויי טעכטער. איינער איז געווגען א שניר ביים ווארשעהעללער רב פון די סופרישע משפחה. דער קאפעל איז נישט צירוק
געקומען פון די מלחמה. דער רב האט מיר איינמאל געוויזען א כתב יד א חיבור פון זיין איידעם הי"ד.
דער צווייטער טאכטער איז די שומקאטער רביטצען. ר' הערשעל האלפערן דער ווינער דיין און באראפארק איז דארט אן איידעם.

ער איז געווען דער בכור ביי זיין טאטען דער בנין דוד און יאהרען לאנג פלעג איך מאכען א סיום ערב פסח פאר איהם מיטען עולם אין זיין
בית מדרש.

ער ליגט אונעם סאטמערער בית החיים און דער אוהל וואס מען זעהט אויפען בילד וואס ר' קרעמער האט גשטעלט איז פונעם אלטע
סאטמערער רביטצעןס משפחה. ר' חזקאלע מערץ ז"ל איז און דעם אנדערען אוהל

די בילדער וואס איך האב געשטעלט איז פון מיין תנאים.
ער איז אויך געווען מיין מסדר קידושין
the SCY is the limit

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » זונטאג יוני 15, 2008 7:30 pm

אזוי זע איך אז דער בנין דוד האט געהאט היבש סטאקס אין חצר דעשש

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6659
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג יוני 15, 2008 7:35 pm

נישט אלע פון פאר די מלחמה אבער יא דריי קינדער לכאורה
the SCY is the limit

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג יוני 15, 2008 7:49 pm

דער בנין דוד איז אויך געווען מחותן מיט ר' אביש'ל קראלי'ר און קאלאשיצער רב. יענע קינדער און אייניקלעך זענען אבער ליידער אומגעקומען אין קריג.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג יוני 16, 2008 12:06 pm

אבער פון די פיר וואס האבן יא איבערגעלעבט זענען דריי געווען איידעמער אין דעשש, אין דער פערטער האט דאך נישט געהאט קיין זון
איז היינט אז איך באגעגן א מייזליש מיינט דאס אויטמאטיש אויך א פאנעטה, וואס?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג יוני 16, 2008 1:03 pm

וואס רעדסטו?

דער סארוואשער האט געהאט 3 זוהן. און ער איז געווען אן איידעם ביי ר' פנחס אלימלך ווייסמאן.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג יוני 16, 2008 1:14 pm

אוי בין איך א חולם אזוי צי פארגעסן פון שאפראן ליעדזש.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6659
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך יולי 23, 2008 11:54 am

א קליינער תיקון אויף א פריערדיגע תגובה פון הרב מביקסאד שליט"א
און פראנט פונעם אויווארער רב ליגט זיין איידעם ר' יחזקאל רוטנער ז"ל אבדק"ק שומקאט.
און פראנט פונעם שומקאטער רב ליגט זיין ברידער דער סארוואשער רב ז"ל

רב קרעמער האט געהאט געשטעלט א ביסעל אן אומקלארער בילד פון זיין מצבה.
דא איז א ביסעל מער קלאר, געכאפט נעכטען.
צוגעלייגטע
UJVAR1[1].JPG
UJVAR1[1].JPG (28.34 KiB) געזעהן 3250 מאל
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 1:04 pm

ר' שמחה,
אינעם נייעם שו"ת דברי חיים האב איך געזעהן א יישר-כח פאר הרב גריסג-ט וועלכער איז אן איידעם ביים שאמקוטער רב ז"ל חתן הגה"צ מאוויוואר ז"ל.

איז דער איד א רב אדער א בעה"ב?

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6659
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 1:32 pm

דער שאמקוטער רב ז"ל קינדער וואס איך געדענק זענען:

נאר איין זוהן, און ער פירט אהן דאס בית מדרש און פלעטבוש
און דערנאך איז דא נאר איידעמער.
איינער לאנדאו
ר' הערשעל היילפרין, דער ווינער דיין און באראפארק,
איינער זינגער, פון די אלכסנדר זינגער משפחה (יענער איז א דיאמאנד סוחר, אויב ער טוהט דאס נאך, ווייל ער קען כמעט נישט גיין אויף די פיס)
און דערנאך אז דא איינער און לאנדאן. איך געדענק נישט וויא ער הייסט.

פון וואס איך ווייס, נאר זיין זיהן מיטען ווינער דיין, זענען רבנים
the SCY is the limit

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 2:17 pm

כבוד ר' שמחה שליט"א
מיט 25 יאר צירוק האב איך געוואינט אין בארא פארק אויף די 45 גאס צווישען 13-14 אין שכינות איז געווען א ביהמד"ר מיטן נאמען 'אויוואר', עס איז געווען דעמאלטס די רב דארט איינער א אינגערמאן מיט א ברוינע בארד, האט דאס עפעס שייכות מיט די אויווארישע פון וואס די רעדסט?
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6659
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 3:01 pm

יא. יא. יעקעלע.
דאס איז געווען דעם אויווארער רב'ס בית מדרש.
דער רב האט געוואוינט אויווען.
און דער יונגערמאן איז ר' הערשעל האלפרין, שומקאטור רב'ס איידעם.
ער וואוינט היינט און זיין זיידעס דירה.
ער איז היינט ווינער דיין.
the SCY is the limit

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 6:18 pm

און ווער איז היינט אויווארער רב?
טעמו וראו כי טוב השם

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 9:17 pm

ווינער דיין האט דארט משמש געווען ברבנות פון פריער און היינט צו טאג דאווענט ער דארט יעדע פאר שבתים.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6659
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 9:45 pm

דער ווינער דיין'ס זוהן ר' יוסף משה איז אפיציעל רב דארט און יענעם בית מדרש.

מיין טאטע ע"ה האט דארט געדאווענט 41 יאהר. און מייו אויפרוף איז געווען און יענעם בית מדרש נאך בחיו פונעם אויווארער רב ז"ל.
the SCY is the limit


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט