וועלכע "צדיקים" האט איר נאך זוכה געווען צו קענען?
די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6708
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
איך האב איהם געקענט פון באראפארק. ער האט זיך אהער געצויגען פון קראהייטס.
זיין הויז מיטען בית מדרש איז געווען אויף 46 גאס צווישען 16 און 17.
היינט, אויף דעם מקום, איז דא א ניי הויז און דער באטור רב זז"ג וואוינט דארט.
דאכט זיך מיר אז און וויליאמסבורג האט געוווינט אמאל א נאוואמינסקער רבי?
יענער איז געווען א קאזין דאכט זיך מיר.

the SCY is the limit
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6708
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
איך ווייס אז די יאהרצייט פאר ביידע איז אפגעריקט מיט איין טאג איינס פונעם אנדערען.
אויפען וויליאמסבורגער האט מען געזאגט א גרויסקייט וויפיל מאל ער האט דורכגעלערענט ש"ס שטייענדיג, נישט זיצענדיג, ביי א
שטענדער.
דער וועמען איך האב געקענט, איז געווען א קליינטשיקער יודעל, א שטילער א באהאלטעער, א גאון עולם. און יענע יאהרען, און
די ישיבישע וועלט, איז ער געווען דער צווייטער נאך ר' משה פיינשטיין ז"ל. אז מעהאט נישט געקענט אנקומען צי ר' משה מיט
א שאלה, איז ער געווען דער נעקס סטאף.
איך האב געהאט א פעטער ע"ה האט געוואוינט אקעגען איבער איהם און באראפארק, [עטס דא דארפטס קענען זיין זיהן, ר' יעקב טובי' ווייזער]
איך פלעג אסאך באזיכען מיין פעטער שבת, ווען ער איז שוין געווען קראנק. אזוי איז מיר אויסגעקומען צי דאווענען דארט מנחה מיט שלש
סעודות. דעם נאוואמינסקער רבי ז"ל האט איך געקענט זעהן שטיין ביי א שטענדער און לערנען די גאנצע צייט, די לאנגע זימער שבת
נאכמיטאגס.

אה איך כאפ שוין פון וועם דו רעדסט.
אינטרעסאנט דיין הפלגה אויף זיין ש"ס לערנען שטייענדיג.
איך האב געהערט, אז ער האט געהאט א גבאי, וואס פלעגט אים איינשפארן, און איז נישט ארויס מפתח ביתו, כל היום, נאר צופרי פארטאגס אין מקוה, ער האט נישט געקענט ארויס פון זיין חדר, נאר אויב ער האט געהאקט און די גבאי האט געעפנט, און כל היום איז ער געזיצן און געלערנט בסתר.
אינטרעסאנט דיין הפלגה אויף זיין ש"ס לערנען שטייענדיג.
איך האב געהערט, אז ער האט געהאט א גבאי, וואס פלעגט אים איינשפארן, און איז נישט ארויס מפתח ביתו, כל היום, נאר צופרי פארטאגס אין מקוה, ער האט נישט געקענט ארויס פון זיין חדר, נאר אויב ער האט געהאקט און די גבאי האט געעפנט, און כל היום איז ער געזיצן און געלערנט בסתר.
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6708
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
קרעמער האט געשריבן:דאס איז כלל נישט קיין קונץ, זייער אסאך עלטערע אידן האבן די זכיה געהאט צו זען הרה"ק ר' שלום אליעזר'ל מ'ראצפערט זי"ע הי"ד (אויך האבן מיר געהאט די זכיה צו קענען זיינע אייניקלעך, האדמורי"ם מ'באבוב ומסאטמאר זצ"ל)
און זיין טאכטער די רעבטצין חי' פראדיל אמו של מהר"ש מבאבוב ז"ל
the SCY is the limit
אונזער ידיד ר' יעקעלע פוקס האט געעפנט אן אשכול זוכענדיג פערזענליכע זכרונות איבער דריי צדיקים, מיר האבן שוין דא אשכולות איבער רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל און אויך איבער ספינקא רבי ז"ל ולא אמרי רבנן בכפילא.
איבער הרה"צ מסקולען זצ"ל איז נאך לעת עתה נישט פארהאן קיין אשכול, ווער עס קען כאפן די מצוה און אראפשרייבן עטליכע שטריכן איבער דאס לעבן און שאפן פון סקולענער רבי ז"ל וועט טאן א חסד גדול, ולמצוה גדולה יחשב.
איבער הרה"צ מסקולען זצ"ל איז נאך לעת עתה נישט פארהאן קיין אשכול, ווער עס קען כאפן די מצוה און אראפשרייבן עטליכע שטריכן איבער דאס לעבן און שאפן פון סקולענער רבי ז"ל וועט טאן א חסד גדול, ולמצוה גדולה יחשב.
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6708
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
מיללער האט געשריבן:איבער הרה"צ מסקולען זצ"ל איז נאך לעת עתה נישט פארהאן קיין אשכול, ווער עס קען כאפן די מצוה און אראפשרייבן עטליכע שטריכן איבער דאס לעבן און שאפן פון סקולענער רבי ז"ל וועט טאן א חסד גדול...
ערפילט!
the SCY is the limit
- יעקעלע פוקס
- שר חמש מאות
- תגובות: 932
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm
מיללער האט געשריבן:אונזער ידיד ר' יעקעלע פוקס האט געעפנט אן אשכול זוכענדיג פערזענליכע זכרונות איבער דריי צדיקים, מיר האבן שוין דא אשכולות איבער רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל און אויך איבער ספינקא רבי ז"ל ולא אמרי רבנן בכפילא.
איבער הרה"צ מסקולען זצ"ל איז נאך לעת עתה נישט פארהאן קיין אשכול, ווער עס קען כאפן די מצוה און אראפשרייבן עטליכע שטריכן איבער דאס לעבן און שאפן פון סקולענער רבי ז"ל וועט טאן א חסד גדול, ולמצוה גדולה יחשב.
כבוד ידידי הרב מיללער שליט"א
איבער דעם נעכטיגן אשכול ז"ל הי"ד, האב איך געהאלטען אזוי ווי יעצט קימט דאך די דריי יארצייטן, האב איך געטראכט אז עס וואלט געווען א אינטערעסטאנטע אשכול צי וויסען ווער פון אונז האט געהאט שייכות מיט אט די דריי, און נישט קיין זכרונות
אבער איינער א מאן דהוא וואס דאס קנאות האט אים ארויסגענימען פון גלייך געוויכט האט אנגעהויבען פארפירען אז דאס איז א מישעניש, ווי כאילו איך האב דא געמאסטען אדער פארגליכענט צדיקים, -לא מיניה ולא מקצתיה,- עכ"פ ער האט אריינגעווארפען א פלאקען גלייך ביים אנהייב און פאריקט די גאנצע אשכול און א מערכה, איך האב פרובירט עס צירוק ארויפ שטעלען אויף די שינעס, אבער חז"ל זאגען דאך אז אפילו ס"ת שבהיכל דארף מזל, איז אוודאי א אשכול אין די קרעטשמע
עכ"פ איך האב שליט געווען געווען מח על הלב, און געבעטן די מנהלים אויסצימעקן דעם אשכול, ווי איידער פירן א מערכה און קיינמאל נישט אנקומען צום מכוון וואס איך האב געוואלט
אבער די הרב מיללער האסטעך גערעד ווי מענטש, וויל איך דיר זאגען, אז איך האב בכלל נישט גערעד פון זכרונות, ווייל איך האב נישט זוכה געווען צי אסאך, אויב די האסט אויגעפאסט האט די אשכות געהייסען, "ווער פון אונז האט געהאט שייכות מיט די דריי" שייכות איז טייטש א תלמיד, א חסיד, א ידיד, און אויך אפשר א מתפלל, אדער א משפחה, איך האב געהאלטן עס וואלט געווען אינטערעסאנט אזא דיסקאסיע,
און פאר דיר ר' שמחה א יש"כ פארן עפענען א אשכול פון כ"ק אדמו"ר מסקולען זצ"ל
טעמו וראו כי טוב השם
- יעקעלע פוקס
- שר חמש מאות
- תגובות: 932
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm
איך זאג דיר דעם אמת ר' שמחה, איך האב פארשטאנען אז די וועסט וועסט זיין די יושב ראש ביי יענעם אשכול, איך וואלט באמת הנאה געהאט פון דעם,
אבער ביסט די ביסט אפירגעקומען, עס ארויפארבעטען האבען עס אנדערע אראפגעארבעט, ע"ה
וועל איך מיזען דיך אויפזיכען אין אנדערע אשכולות און אזוי ארויסהאבען די זאך
אבער ביסט די ביסט אפירגעקומען, עס ארויפארבעטען האבען עס אנדערע אראפגעארבעט, ע"ה
וועל איך מיזען דיך אויפזיכען אין אנדערע אשכולות און אזוי ארויסהאבען די זאך
טעמו וראו כי טוב השם
lebediger berel האט געשריבן:איך וויל פארשלאגן מ'זאל עפענען א אשכול איבער עלטערע אידן החיים אתנו לאויוש"ט, וואס געדענקען נאך צדיקים און געהויבענע אידן מדור הקודם פאר די מלחמה, איך מיין צו זאגן אידן וואס געדענקען למשל דעם עצי חיים, בעלזא אינדערהיים, אדער גאליציאנע צדיקים אא"וו. מיר איז לעצטנ'ס אויסגעקומען צו כאפן א שמועס מיט הרה"ח ר' שלמה חיים הייזלער פון בארא פארק איבער דעם עצי חיים איך האב פשוט געוואלט אריבער קומען מיט מיינע קינדער רעדן מיט אים איבער זיין רבי'ן ולא עלתה בידי לע"ע, איך געדענק נישט אויף די מינוט נאך אידן בדומה לזה, אבער מ'דארף אויסנוצן די געלעגנהייט, עס איז דא א באקאנטע ווארט פון צדיקים וואויל זענען די אויגן וואס האבן געזען די אויגן וואס האבן געזען צדיקי אמת.
ר' בערל,
דערווייל שטעל איך אהער אייער תגובה, און אויב דער עולם וועט זיך אנרופען ווארעם קענען מיר אפשר מאכן אן עקסטערן אשכול דערוועגן.
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5017
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2167
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
דער חילוק, ר' בערל, איז נאר אז א שטיקל חמץ אור לי"ד ווילט איר נישט טרעפן, און דאס האט איר דייקא יא געוואלט טרעפן. (בלויז א גוט ווערטל, כ'אף ס'שטערט אייך נישט).
מיין מיינונג (אויב ס'איז בכלל א מיינונג): מ'זאל דאס דייקא יא לאזן אין א באזונדער אשכול אונטערן נאמען אפשר 'ועל זקני שארית עמך בית ישראל' (ווען די גרים וועלן אנקומען און מיר וועלן האבן א ועל גירי הצדק, קען מען שוין טוישן דעם נאמען פון קרעטשמע צו שמונה עשרה...), אדער זאל מען דאס גיכער שמעלצן צו די 'זכרונות פון אמאל' אשכול ווי איידער אהער.
דער אשכול איז בעיקר געצילט אז די מעמבער דא זאלן דערציילן 'בעיני ראיתי'ס', ר' בערל'ס ציל איז צו שרייבן 'באזני שמעתי'ס', ולא קרב זה אל זה.

ר' זארעך, איר האט רעכט, נחמתי כי עשיתי.
דער עיקר אבער איז אז אויף צו עפענען אן אשכול פארלאנגט זיך אז עכ"פ די ערשטע תגובה זאל האבן גענוג חומר ותוכן אז אנדערע זאל קענען מגיב זיין כענין, למשל, דא וואלט איך געקענט אפשרייבן אז מיין זיידע ע"ה האט זוכה געווען צו קענען ר' שלום אליעזר', ר' ישעי'לע, דער נאסאדאר וכו', אדער קען מען שרייבן א מעשה וואס מען האט געהערט איש מפי איש.
אשר ע"כ ר' בערל, אחרי קידה והשתחויה ובקשת מחילה, אויב קענט איר עפענען אן אשכול בשם 'ועל זקני שארית עמך בית ישראל' ווי זארעך שרייבט פאר, און אראפשרייבן כאטש איין עפיזאד וואס איר האט געהערט פון ר' שלמה חיים הייזלער וואלט איר געטאן א חסד מיט אלע אידן דאהי.
דער עיקר אבער איז אז אויף צו עפענען אן אשכול פארלאנגט זיך אז עכ"פ די ערשטע תגובה זאל האבן גענוג חומר ותוכן אז אנדערע זאל קענען מגיב זיין כענין, למשל, דא וואלט איך געקענט אפשרייבן אז מיין זיידע ע"ה האט זוכה געווען צו קענען ר' שלום אליעזר', ר' ישעי'לע, דער נאסאדאר וכו', אדער קען מען שרייבן א מעשה וואס מען האט געהערט איש מפי איש.
אשר ע"כ ר' בערל, אחרי קידה והשתחויה ובקשת מחילה, אויב קענט איר עפענען אן אשכול בשם 'ועל זקני שארית עמך בית ישראל' ווי זארעך שרייבט פאר, און אראפשרייבן כאטש איין עפיזאד וואס איר האט געהערט פון ר' שלמה חיים הייזלער וואלט איר געטאן א חסד מיט אלע אידן דאהי.
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5017
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
איך וויל נישט צו ווייט פארפארן. נאר א ווארט, וואו צו לייגן אן אשכול וכו' זאלן זיך די גרויסע מנהלים אחראים וכו' אויס'טענה'ן, מיין ציל איז נישט געווען צו דערציילן, נאר פשוט מ'זאל מפרסם זיין היינט וואו מ'קען זיך נאך טרעפן מיט אזעלכע אידן, מחמת חולשת גופו פון ר' שח"ה שליט"א האב איך נישט פונקטליך פארשטאנען די עפיזאדן, און דערצו האט ער נאך געוויינט בדמעות שליש רעדענדיג פון זיין הייליג'ן רבי'ן, איך האב אבער יא פארשטאנען אז ס'זיצט נעבן מיר א איד וואס לעבט נאך אין א אנדערע וועלט, זיינע מחשבות לויפן יעצט צוריק אין מארמאראש פאר 80 90 יאר צוריק, און איך וויל אז די אנדערע 700 חברים דא זאלן אויך ברענגען נעמען פון אזעלכע אידן, ספעציעל אידן וואס מ'קען צו זיי גרינג צוקומען, איך האב באמת חשק צו נעמען מיינע קינדער אויף א טור צו אזעלכע אידן, און מיינע טעכטער צו אידענעס.
איך וועל נישט זיין ברוגז אויב א צווייטער עפנט אן אשכול מיט אינפארמאציע, לעת עתה געדענק איך נישט עפעס ספעציעל

אז מ'לעבט דערלעבט מען
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5017
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
כ'האב מיך שוין נישט קיין כח צו טענה'ן מיט סקרענטאנער רב, איך האב נישט געמיינט סתם מ'זאל ברענגען מעשיות וואס אידן האבן דערציילט, כ'האב געמיינט צו זאגן וואו קען מען נאך היינט טרעפן א איד וואס איז א "מספר" און מ'קען פון אים הערן ערשט האנטיג וואס ער האט געזען און געהערט מיט די אייגענע אויגן, כ'האב נאר גענוצט ר' שח"ה אלץ משל פון א איד וואס מ'האט געקענט פון אים הערן אזעלכע זאכן פאר עטליכע יאר צוריק היינט איז ער שוין אסאך שוואכער.
אבער איך וועל אריין ווארפן א נאמען פון א איד ווא סמ'וועט יוצא זיין ידי שניהם, הגם כ'האב אים שוין נישט געזען עטליכע יאר האלט איך אבער קלאר אז דער איד איז אליין פון די צדיקי הדור, און ער איז אויך אן עלטערער איד פון דערהיים
דאס איז הרב החסיד רבי יעקב חיים רוטנער שליט"א
כ'האב מיך פשוט דערמאנט פון זיין נאמען דורך גייענדיג מיין ספרים שאנק און געזען דעם ספר תבנית היכל וואס ער האט געדרוקט.
דער איד האט געליטן פאר כבוד שמים אין מונקאטש אונטער די קאמוניסטן און געליטן צרות צרורות און זיך מוסר נפש געווען מידי יום ביומו, מיט "מסירת נפש ממש" מ'רעד מיר פון לעבן און טויט.
כ'האלט אז יעדער וואלט געדארפט טראגן די קינדער צו זען די צורה פון אזא איד.
כ'האף אז ביז משיח וועט קומען וועלן אידן שוין נישט האבן אזעלכע נסיונות, במילא וועט מען נישט זען מער אזעלכע אידן
אויב הרב מיללער וועט מיך ערלויבן און השי"ת וועט געבן צייט און כח וועל איך ממשיך זיין איבער ר' יעקב חיים כפי מיעוט ידיעתי, יאך האב געהאט די זכי' אים צו קענען ווען כ'האב געלערנט אלץ אינגל און בחור אין קינגס טערעס, און שפעטער ווען כ'בין אריין געקומען קיין וומ"ס נאך די חתונה האב איך אים עטליכע מאל געטראפן, און אביסל געהאלפן מוציא לאור זיין זיינע ספרים, כ'האלט דאס פון די הויכפונקטן אין מיין לעבן, אז כ'האב געהאלפן אזא איד

- farshlufen
- שר עשרים אלפים
- תגובות: 26139
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א חסיד און 3 געסט