בלאט 1 פון 1

רבינו יוסף קארו זצ"ל - "הבית יוסף ושלחן ערוך"

געשריבן: דאנארשטאג יוני 05, 2008 6:53 pm
דורך זיידעניו
רבינו יוסף קארו (בן רבינו אפרים) - מחבר ד' חלקי "שולחן ערוך", ספר בית יוסף על הטור, און ספר כסף משנה על הרמב"ם. אויך האט ער מחבר געוועהן א ספר מגיד מישרים על התורה, וואס דארט שרייבט ער תורות וואס א מלאך א מגיד האט מיט איהם געלערנט. רבינו יוסף קארו האט געוואוינט אין חוץ לארץ, און שפעטער איז ער געפאהרן וואוינען אין ארץ ישראל על פי מעשה ידוע, וואס שבועות ביינאכט האט ער, מיט עטליכע פון זיינע חברים, געהערט א קול מן השמים וואס האט זיי געהייסן פאטרן קיין ארץ ישראל. ער האט זיך באזעצט אין די שטאדט צפת, ושם מנ"כ (מנוחתו כבוד).
_________________

געשריבן: דאנארשטאג יוני 05, 2008 6:54 pm
דורך זיידעניו
אין ספר של"ה הק' ווערט געברענגט א בריוו וואס הרה"ק ר' שלמה אלקביץ זצ”ל (מחבר פון'ם לכה דודי) וואס איז געווען פון די חבריא קדישא פון הייליגן בית יוסף זצ"ל האט אפגעשריבן א מעשה וואס האט פאסירט מיט זיי בשעת זיי זענען אויף געווען, אין די נאכט פון שבועות.

איר זאלט וויסען אז מיר האבען מסכים געווען, דער חסיד נר"ו (בית יוסף) און איך און נאך אפאר חברים אויפזיין די נאכט פון שבועות און נישט שלאפען און מיר האבען נישט מפסיק געווען קיין איין רגע און דעם סדר האבען מיר געלערנט.

קודם האבען מיר געלערנט פון בראשית ביז ויכולו מיט א זיסקייט און א הויך קול נאכדעם בחודש השלישי ביז סוף סדרא וגו' (ער שרייבט נאך אלעס וואס זיי האבען געלערנט) אלעס באימה וביראה מיט א ניגון וטעם לא יאומן כי יסופר. נאכדעם האבען מיר געלערנט משניות גאנץ סדר זרעים און נאכדעם האבען מיר געלערנט ע"ד האמת (קבלה) און ווען מיר האבען געלערנט משניות ווען מיר האבען געענדיגט צוויי מסכתות האט אונז אונזער בורא מזכה געווען און מיר האבען געהערט דעם קול רעדען מפי החסיד נר"ו (בית יוסף) (עס איז געווען שכינה מדברת מתוך גרונו של הבית יוסף) א גרויס קול וואס אלע שכנים האבען געהערט און נישט פארשטאנען און די זיסקייט איז געווען שטארק און דער קול האט זיך געשטארקט און מיר זענען געפאלען אויף אונזער פנים און קיינער האט זיך נישט געטרויעט אויפצוהייבען די אויגען און פנים צו קוקען פון גרויס מורא.

און דער דיבור האט צו אונז אנגעהויבען רעדען און געזאגט. "הערט צו מיינע געליבטע ידידים מהדרים מן המהדרים, שלום צו אייך וואויל איז אייך, וואויל איז ווער ס'האט אייך געבוירען, וואויל איז אייך אויף די וועלט, וואויל איז אייך לעולם הבא, וואס איר האט גענומען אויף זיך מיך צו באקרוינען די נאכט וואס עס איז שוין אסאך יאר וואס דער קרוין פון מיין קאפ איז געפאלען, און קיינער טרייסט מיך נישט, און איך ליג אויף דער ערד געווארפען אין מיסט, און יעצט האט איר צוריק געקערט די קרוין צום פלאץ. שטארקט אייך מיינע גוטע פריינדט ,ווייל איר זענט פון די בני עליי' און איר האט זוכה געווען צו זיין מהיכלא דמלכא, און דאס קול פון אייער תורה איז ארויף פאר הקב"ה, און האט אדארך געשפאלטען פיל הימל'ן ביז עס איז ארויף, און מלאכים שווייגען, און שרפים זענען שטיל געבליבען, און חיות זענען געבליבען שטיין און אלע צבא מעלה הערען צו אייער קול.

איך בין געקומען צו אייך רעדען און אויב איר וואלט געוועהן צעהן מענטשען וואלט איר נתעלה געווארען פיל מער נאר פונדעסטוועגען זענט איר נתעלה געווארען וואויל איז אייך וואויל איז די וואס האבען אייך געבוירען מיינע פריינד וואס איר האט אוועקגענומען שלאף פון אייערע אויגען די נאכט און דארך אייך בין איך נתעלה געווארען וגו' און איר זענט נישט אזוי ווי די וואס שלאפען אויף זייער בעט וגו' און איר האט זיך מיט השי"ת און ער פרייד זיר מיט אייך, איבער דעם מיינע קינדער שטארקט אייך און פרייט אייך מיט מיין תורה און מיין יראה. ווען איר וואלט זיר געקענט פארשטעלען איינס פון טויזענט חלקים און טויזענטער און פיל צעהן טויזענסטעל חלק פון צער וואס איך האב, וואלט איר קיינמאל נישט געקענט האבען א שמחה אין אייער הארץ אדער א געלעכטער אין אייער מויל ווען איר וואלט געדענקט אז צוליב אייך ליג איך אין שטויב, איבערדעם פרייד זיך מיינע פריינד און שטארקט אייך און איר זאלט נישט מפסיק זיין דאס לערנען ווייל א חוט של חסד איז אויף אייך און אייער תורה איז זיס פאר הקב"ה. פארדעם מיינע קינדער שטייט אויף אויף אייערע פיס און זאגט אויף א הויך קול אזוי ווי יום כיפור "ברוך שם כבוד וכו'". זענען מיר אויפגעשטאנען און מיר האבען געזאגט מיט א ציטערניש וואס מ'האט אונז געהייסען.
נאכדעם האט דער קול נאכאמאל געזאגט צו אונז "וואויל איז אייך מיינע קינדער קערט אייך צוריק צו אייער לערנען איר זאלט נישט מפסיק זיין איין רגע. גייט ארויף קיין ארץ ישראל ווייל נישט אלע צייטען זענען גלייך און אייערע אויגען זאל נישט קארגען אייערע כלים וואס איר פארמאגט דא ווייל דאס גיטס פון ארץ העליונה וועט איר עסען און אויב איר וועט צוהערען וועט איר עסען דאס גיטס פון יענעם לאנד איבער דעם איילט אייך און גייט ארויף ווייל איך בין אייך מפרנס און איר וועל אייך דארט אויך מפרנס זיין ואתם שלום וביתכם שלום וכל אשר לכם שלום ה' עוז לעמו יתן ה' יברך את עמו בשלום".
די אלע רייד האבען מיר געהערט רעדען צו אונז און נאך פיל מער אזעלכע רייד עניני חכמה און פיל הבטחות און מיר האבען אלע אויסגעבראכען אין א געוויין פון שמחה. אויך ווען מיר האבען געהערט דעם צער פון די שכינה הק' און איר קול איז געווען אזוי ווי א קראנקער וואס בעהט זיך צו אונז. נאכדעם האבען מיר זיך געשטארקט און מיר האבען געלערנט ביז אינדערפרי מיט גרויס שמחה און פחד.
אינדערפרי זענען מיר זיך געגאנגען טובל'ן און דארט האבען מיר געטראפען די דריי חברים וואס זענען נישט געווען מיט אונז ביינאכט און מיר האבען זיי דערציילט אלעס וואס עס האט פאסירט און זיי האבען אנגעהויבען שטארק וויינען וואס זיי האבען נישט זוכה געווען צו הערען די אלע רייד און אויך מיר האבען זיי אנגעשריגען ווייל צוליב זיי האבען מיר אויך נישט זוכה געווען צו אלעס וואס מיר האבען געדארפט (ווייל עס איז נישט געווען מנין כנ"ל).

זיי האבען געזאגט צו אונז הלואי זאלען מיר זיך צוזאמען נעמען היינט ביינאכט און נאכאמאל לערנען אזוי ווי נעכטען און מיר וועלען זיין צעהן מענטשען. האבען מיר מסכים געוועהן אזוי צו טוהן און כאטש אז מיר זענען גארנישט געשלאפען די ערשטע נאכט און אויך נישט יענעם טאג ווייל דער חסיד נר"ו האט געזאגט א דרשה און מיר זענען אלע געווען ביי די דרשה, פונדעסטוועגען האבען מיר געטוהן אזוי ווי די ערשטע נאכט און מיר זענען געווען בשמחה ווייל מיר זענען צעהן מענטשען. די צווייטע נאכט האבן מיר נישט געדארפט ווארטן ביז מיר האבן געלערנט משניות, און ביז חצות. ווייל די ערשטע נאכט האט דער קול אנגעהויבען רעדען פונקט חצות,

נאר באלד ווען מיר האבען געהאלטען אין פ' ואתחנן ביי שמע ישראל האט דאם קול אנגעהויבען רעדען צו אונז און געזאגט: "הערט צו ידידים המהדרים מן המהדרים וגו' און האט געזאגט פיל דברי חכמה און נאכדעם", וואויל איז אייך מיינע פריינד וואס איר האט מיך דערהויבען און דארכדעם זענט איר אויך דערהויבען געווארען ווייל איר זענט צעהן מענטשען וואויל איז אייך וואויל איז ווער עס אייך געבוירען וגו' און איר זענט זיך מתדבק איך מיר וגו' און ווען איר וואלט געמעגט זעהן וואלט איר געזעהן דעם פייער וואס רינגעלט יעצט ארום דאס הויז איבערדעם שטארקט אייך און איר זאלט נישט מפסיק זיין דעם קשר און דערהייבט מיך אויף א הויך קול און זאגט "שמע ישראל און ברוך שם" הויך אזוי ווי "יום כיפור". און נאר אנדער רייד האט דאס קול גערעדט בערך א האלבע שעה און מיר האבען צוריק געקערט, צום לערנען.

חצות הלילה האט נאכאמאל דאס קול אנגעהויבען רעדען מיט אונז און האט גערעדט בערך א שעה און נאכאמאל געלויבט דאס ענין פון דעם לערנען און געזאגט צו אונז, "זעהט! האט איר שוין געהערט אזא זאך אין לעצטע פאר הונדערט יאר אז עמיצער זאל זוכה זיין צו דעם אז די שכינה זאל צו זיי אזוי רעדען? און איר האט יא זוכה געווען צו דעם דערפאר זאלט איר זיך מהיום והלאה היטען אייערע וועגען און איינער זאל דעם צווייטען העלפען אין עבודת ה' און איר זאלט געדענקען ווער איר זענט אז איר האט זוכה געווען אריינצוגיין אין פרוזדור ממילא זאלט איר זיך באמיען אריינצוגיין אין טרקלין וגו' וועקט אייך אויף מיינע קינדער און זעהט אז איך רעד צו אייך און שטארקט אייך און זייט זעלנער. זעהט אז איר זענט שכורים פון חמדת עולם הזה וגו' נאר גייט ארויף קיין ארץ ישראל ווייל איר קענט דאס באמת טוהן נאר איר זענט אריינגעטוהן אין חמדת העולם און ווער עס וועט זיך אפשיידען פון אייך איז דמו בראשו און זעהט אז איר האט זוכה געווען צו דעם וואס קיינער האט נישט זוכה געווען שוין פיל דורות".

נאך פיל אזעלכע רייד האט דאס קול גערעדט צו אונז. יעצט מיינע קינדער הערט צו וואס איך זאג אייך ווער איז נאך אזא פתי אז ער הערט די רייד און ער באקומט נישט א הרהור תשובה צורק צוערען זיך צו השי"ת מיט'ן גאנצען הארץ. גלייבט מיר אז אלעס וואס איך האב געשריבען אין דעם בריעף איז נאך נישט קיין הונדערטסטעל חלק פון די רייד וואס מיר האבען געהערט און צווישען זיי פיל עניני סוד וואס איך האב מורא געהאט צו שרייבען. אונז חברים וואס מיר האבען דאס געהערט האט עס אונז אריינגעגעבען א נייעם גייסט. שבת בייטאג האט נאכאמאל דער קול גערעדט צום חסיד (הבית יוסף) און געמערט בשבח אין דעם וואס מיר האבען געטוהן די צוויי נעכט, און דער חסיד האט צו אונז גערעדט פאר סעודת שבת און מיר מתקן געווען פיל תקנות גגדרים לעבודת ה' (עיין שם התקנות), אויך האבען מיר מסכים געווען צו פאהרען קיין ארץ ישראל.

איבערדעם טייערע חברים יעדער איינער זאל זיך בארעכענען און נישט קארגען זיינע טייערע כלים ווייל דער פסוק זאגט שוין "עת הזמיר הגיע" און נישט אלע צייטען זענען גלייך לטובה צו גיין קיין ארץ ישראל און איך קען נישט מער מאריך זיין ווייל מיין הארץ ברענט אין מיר און זעהט וויפיל סיבות השי"ת האט געפירט וועגען מיר און האט מיר געוויזען דעם גרויסען ענין און איר זאלט זיך אויך מחזק זיין און שטארקען און נישט נאכלאזען אייערע הענט.

אויך האבען מיר מקבל געווען נאך תקנות (עיין שם) וגו' איבערדעם זאלט איר איילען פאר'ן כבוד פון השי"ת און זייט געווארענט ווייל טאמער וועט איר חרטה האבען און השי"ת זאל געבען אין אייער הארץ צו רחמנות האבען אויף זיך אליין, און ער זאל אונז מזכה זיין זיך צו פאראייניגען מיט אייך אין ארץ ישראל אדמת קודש און מיר זאלען עם דארט דינען צוזאמען אמן.

פון די מעשה זאגט די של"ה הקדוש, קען א מענטש זעהן דאס חשיבות פון לערנען שבועות ביינאכט און נישט רעדען ח"ו קיין דברים בטלים, און אויך נאר ערליכע נוצליכע ווערטער וואס ברענגט שמירות תורה ומצות אדער יראת שמים, חזק חזק ונתחזק.

Re: ר' יוסף קארו "הבית יוסף ושלחן ערוך"

געשריבן: דאנארשטאג יוני 05, 2008 10:30 pm
דורך scy4851
זיידעניו האט געשריבן:רבינו יוסף קארו (בן רבינו אפרים) - מחבר ד' חלקי "שולחן ערוך", ספר בית יוסף על הטור, און ספר כסף משנה על הרמב"ם. אויך האט ער מחבר געוועהן א ספר מגיד מישרים על התורה...
לעצטענס געזעהן אז עס איז דא א מבוכה צי דער ספר מגיד מישרים איז אמתדיג פון בית יוסף

געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2013 8:44 pm
דורך שמואלישעי
משפחת שטיין איז מיוחס צום בית יוסף ווייסט איינער מער פרטים

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =4&hilite=

געשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2015 3:13 pm
דורך מומחה יוחס
היינט באנייכט י''ג ניסן איז דער יא''צ פין דער הייליגער בית יוסף זי''ע ועכי''א
וואס צענדליגער טויזענעטער יודן לערנען אין זיינע הייליגע ספרים

געשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2015 4:15 pm
דורך יציב פתגם
ציור המיוחס למרן הבית יוסף זי"ע

140707.JPG

געשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2015 4:15 pm
דורך יציב פתגם
ציון מרן הבית יוסף זי"ע בצפת

DFGH4FDS.JPG

געשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2015 4:16 pm
דורך יציב פתגם
בית הכנסת של מרן הבית יוסף בצפת

5046.jpg

געשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2015 4:18 pm
דורך יציב פתגם
בית הכנסת כיום

isi_41092.jpg
isi_35341.jpg
isi_35339.jpg

געשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2015 4:22 pm
דורך יציב פתגם
פיוט בשבחא דמרן הב"י חרות ממעל שער הכניסה לבית הכנסת

isi_35345.jpg

געשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2015 9:11 pm
דורך שמואלישעי
משפחת שטיין הבאר משה - ורימון פרץ מתייחסים אחר הב"י
מישהו יודע פרטים ?

געשריבן: דינסטאג ינואר 15, 2019 1:47 pm
דורך יין ישן
אין עלי זכרון 22 איז דא גאר א שיינע מאמר פון הרה"ח ר' יעקב אלחנן ריכטער שליט"א פון ירושלים, וועלכער איז אויך א נצר למשפחת שטיין, מברר צו זיין די יחוס פון משפחת שטיין צו מרן הבית יוסף זי"ע, די מאמר הייסט "מזרעא דיוסף קאתינא".
https://drive.google.com/drive/folders/ ... s=5c3e292b

געשריבן: דינסטאג ינואר 15, 2019 2:48 pm
דורך מחאה
איך געהערט פון א אייניקל פון הר"ר מאיר שטיין ז"ל מזקני חסידי סאטמאר בעיר וומסב"ג אז זיי זענען אייניקלעך בא"ב פונעם הייליגן בית יוסף און דער נאמען קארו מיינט שטיין

געשריבן: דינסטאג ינואר 15, 2019 3:10 pm
דורך יין ישן
קוק דורך דעם גאנצן מאמר וואס איז געבויט על אדני פז, אז זיי זענען אייניקלעך דורך א טאכטער, און אזוי אויך איבער דעם אז קארו מיינט שטיין וואס איז לכאורה נישט ריכטיג, ובכגון דא איז כל המוסיף גורע.