אומבאקאנטע גדולים (-יארצייטען)

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

אומבאקאנטע גדולים (-יארצייטען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

אז מען קוקט אמאל און א לוח היארצייטן זעהט מען אייביג כל מיני נעמען פון צדיקים וקדושים וואס מ'וויסט נישט פון זיי קיין ווארט, שטייט רבי משה בן ר' אברהם מפראנקפורט (דוג' בעלמא) און מ'האט נישט קיין אהנוג ווער איז דאס, און וואס איז ער געוועון פאר כלל ישראל.
ס'איז דא גדולים וואס זענען געווען רבנים פון גרויסע שטעט לדוגמת קראקא וואס און די גאנצע יודישע וועלט האט מען געוויסט פון זיי צו זאגען, און היינט ווייסט מען גארנישט, (עכ"פ אינז פשוטע מענטשען, אוודאי איז דא מענטשען וואס די וועסט זיי זאגען פון ר' יצחק הלוי פון קראקא וועלען זיי גלייך וויסען צו זאגען אז עס געווען צוויי גדולים מיט די נאמען, אבער די המון עם ווייסט נישט פון זיי צו זאגען,) און ווען מקיקט אריין און די ספרים פון יענער תקופה זעהט מען אז זיי זענען געווען די גדולי הדור און די פוסקי הדור פון דעמאלס.
כ'האב אייביג געטראכט צו אביסעל זיך אריינלייגען און דעם, האב איך געטראכט דא צו עפענען אזא אשכול ווי יעדער וואך אדער איינמאהל און צווי דריי ואכען (כפי מיסת הפנאי) וועלען מיר ארויף לייגען א גדול וואס די וואך איז זיין יאצ' און אביסעל שרייבען אויף עהם, זאלען מיר זיך אביסעל באקענען מיט אינזערע אמאליגע גדולים.
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: אומבאקאנטע גדולים (-יארצייטען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

די וואך פרייטיג ד' אייר געפאלט די יארצייט פון
הגאון רבינו יעקב ששפורטש פון אמסטרדם זצ"ל
תמונת ר יעקב ששפורטש.jpg
תמונת ר יעקב ששפורטש.jpg (36.28 KiB) געזען 864 מאל

די גאון איז געבורען צו זיין טאטע ר' אהרן בשנת ה'ש"ע אין שטאט אוראן וואס איז א פארט שטאט און אלג'יריה, ער איז געווען א עלפעטער דור פונם רמב"ן.
ביים עלטער פון אכצען יאר איז ער געווארן די דיין און שטאט תלמסאן וואס איז אויכעט און אלג'יריה, און ביים עלטער פון פיר און צוואנציג איז ער געקרוינט געווארען אלס רב פון שטאט, שפעטער און נאך שטעט און צפון אפריקה [סאלי מיט פאס].
נאך אפאר יאר האט מען עהם גע'רודפ'ט און מ'האט ארויף געלייגט אויף עהם א עלילה און מ'האט עהם איינגעזעצט, ער האט מצליח געווען צו אנטלויפען קיין מורוקו, פון דארט איז ער געלאפען ווייטער צוליב מלחמות קיין הולנד און ער האט זיך באזעצט און אמסטרדאם בערך און יאר ה'תי"א, א יאר שפעטער האט געדריקט זיין ערשטער ספר תולדות יעקב דארטען אין אמסטרדאם.
שפעטער האט די מלך פון מורוקו געבעטען אז ער זאל צוריק קימען קיין מרוקו, און אזוי אויך ווערט געברענגט אז ער האט עהם געשיקט מיט א שליחות קיין מלך ספרד.
און יאר תט"ז טרעפט מען עהם ביים קייסער פון לונדון 'אוליבור קרומביל' צוזאמען מיט'ן באקאנטען גאון און שתדלן ר' 'מנשה בן ישראל' צו בעטען ערלובניש פאר יודען זיך אוועק זעצען אין ענגלאנד, אפאר יאר שפעטער און יאר ה'תכ"ד איז ער אויפגענימען געווארען אל'ס די ערשטער רב פון קהילת הספרדים דלונדון, אבער קורצע צווי יאר שפעטער איז ער שוין אנטלאפען פון לונדון צוליב א מגיפה וואס האט דארט אויסגעבראכען און געפארען וואוינען און המבורג.
און יאר ה'תמ"ד איז ער צוריק געפארען קיין אמסטרדאם אלס ראש ישבת 'כתר תורה' וואס האט מייסד געווען האחים פינטו, און נאכען פטירה פון רבי יצחק אבוהב איז ער אנגענימען געווארען אלס רב און 'חכם' פאר די ספרדישע געמיינדע און שטאט ביז זיין פטירה און ד' אייר שנת תנ"ח, און איז באערדיגט געווארען און בית החיים הפורטגזי און אמסטרדאם, ווי זיין מציבה שטייט נאך ביז'ן היינטיגע טאג.
עקסטערדארף מען שרייבען און ארויסברענגען זיין מלחמה אנטקעגען 'שבתי צבי וכת דיליה', זייענדיג פון די ערשטע גדולים וואס זענען ארויס אנקטעגען שבת צבי.
און די יאר וואס ער האט געוואוינט און המבורג איז געווארען פארשפרייט די נאמען און באוועגונג פון שבתי צבי, ער האט מיט גענימען מיט זיך טויזענטער מענטשען וכן אסאך רבנים וואס זענען באיינפלויסט געווארען פון שבתי צבי, אבער רבי יעקב איז געווען פון די ערשטער רבנים וואס זענען ארויס בחרב ובחנית אנטקעגען שבתי צבי, און האט מצליח געווען ווייזען פאר די עולם ווער שבתי צבי איז, און אפ רעדען פון די כת, ער האט מפרסם געווען זיין ספר 'ציצת נובל צבי' ווי ער שרייבט אראפ די גאנצע מעשה פון שבתי צבי און די שקרים זיינע, (שפעטער האט די גרויסע גאון די יעב"ץ ארויסגעגבען א קיצור ציצת נובל צבי).
זיינע ספרים;
• תולדות יעקב – א מראה מקום און חומש פאר אלע פסוקים וואס עס איז דא אויף דעם פירוש ירושלמי (אזוי ווי די ספר תולדות אהרן וואס איז געדירקט און יעדע חומש)
• שו"ת אוהל יעקב
• שו"ת עדות ביעקב
• ציצת נובל צבי- ווי דערמאנט א ספר אנטקעגען די שבתי צבי
נאמען צו מזכיר זיין ביים צינדען א ליכט: ר' יעקב בן ר' אהרן
זכר צדיק לברכה - זכותו יגן עלינו
לעצט פארראכטן דורך כ'וויל אום מאנטאג אפריל 12, 2021 4:44 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: אומבאקאנטע גדולים (-יארצייטען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

זיין נאמען ווערט נישט אפשר דערמאנט אין ספר ויואל משה?
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: אומבאקאנטע גדולים (-יארצייטען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

כ'וויל האט געשריבן:אז מען קוקט אמאל און א לוח היארצייטן זעהט מען אייביג כל מיני נעמען פון צדיקים וקדושים וואס מ'וויסט נישט פון זיי קיין ווארט, שטייט רבי משה בן ר' אברהם מפראנקפורט (דוג' בעלמא) און מ'האט נישט קיין אהנוג ווער איז דאס, און וואס איז ער געוועון פאר כלל ישראל.
ס'איז דא גדולים וואס זענען געווען רבנים פון גרויסע שטעט לדוגמת קראקא וואס און די גאנצע יודישע וועלט האט מען געוויסט פון זיי צו זאגען, און היינט ווייסט מען גארנישט, (עכ"פ אינז פשוטע מענטשען, אוודאי איז דא מענטשען וואס די וועסט זיי זאגען פון ר' יצחק הלוי פון קראקא וועלען זיי גלייך וויסען צו זאגען אז עס געווען צוויי גדולים מיט די נאמען, אבער די המון עם ווייסט נישט פון זיי צו זאגען,) און ווען מקיקט אריין און די ספרים פון יענער תקופה זעהט מען אז זיי זענען געווען די גדולי הדור און די פוסקי הדור פון דעמאלס.
כ'האב אייביג געטראכט צו אביסעל זיך אריינלייגען און דעם, האב איך געטראכט דא צו עפענען אזא אשכול ווי יעדער וואך אדער איינמאהל און צווי דריי ואכען (כפי מיסת הפנאי) וועלען מיר ארויף לייגען א גדול וואס די וואך איז זיין יאצ' און אביסעל שרייבען אויף עהם, זאלען מיר זיך אביסעל באקענען מיט אינזערע אמאליגע גדולים.

א געוואלדיגע געדאנק
אוועטאר
מחצה''ק
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: אומבאקאנטע גדולים (-יארצייטען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצה''ק »

זייער א גיטע געדאנק ר' יעקב ששפורט איז גראדע באקאנט וועגן די מלחמה פון כת שץ
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: אומבאקאנטע גדולים (-יארצייטען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

שכוח פאר די חיזוק
דא איז א pdf פאר וער עס וויל עס דאונלאדען
ששפורטש רבינו יעקב.jpg
ששפורטש רבינו יעקב.jpg (421.58 KiB) געזען 819 מאל
לעצט פארראכטן דורך כ'וויל אום זונטאג אפריל 11, 2021 3:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8346
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: אומבאקאנטע גדולים (-יארצייטען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:זיין נאמען ווערט נישט אפשר דערמאנט אין ספר ויואל משה?


אין על הגאולה ועל התמורה זיכער
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: אומבאקאנטע גדולים (-יארצייטען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

כ'וויל האט געשריבן:דא איז א pdf פאר וער עס וויל עס דאונלאדען
ששפורטש רבינו יעקב.jpg

כ'האב נישט מצליח געווען ארויף לייגען א pdf האב איך עס געמאכט א jpeg
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: אומבאקאנטע גדולים (-יארצייטען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

ווי ביסט די געווען ווען איך האב געשוויצט אויף אמסטערדאם פון א פאר אנוסים ביז א עיר ואם בישרא'
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: אומבאקאנטע גדולים (-יארצייטען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

זעה די הקדמה פון זיין זון ר' אברהפ ששפורטש צו אהל יעקב
ר' אברהם דערמאנט בכלל נישט אז דער טאטע איז געווען בשותף פעולה מיט ר' מנשה בן ישרא'
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: אומבאקאנטע גדולים (-יארצייטען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

קיקיון האט געשריבן:זעה די הקדמה פון זיין זון ר' אברהפ ששפורטש צו אהל יעקב
ר' אברהם דערמאנט בכלל נישט אז דער טאטע איז געווען בשותף פעולה מיט ר' מנשה בן ישרא'

כ'האב עס גענימען פון דא:
HebrewBooksOrg_2590_page_231.pdf
(49.36 KiB) געווארן דאונלאודעד 72 מאל
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: אומבאקאנטע גדולים (-יארצייטען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

כ'וויל האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:זעה די הקדמה פון זיין זון ר' אברהפ ששפורטש צו אהל יעקב
ר' אברהם דערמאנט בכלל נישט אז דער טאטע איז געווען בשותף פעולה מיט ר' מנשה בן ישרא'

כ'האב עס גענימען פון דא:



אוצר ישראל - חלק י - איזנשטין, יהודה -.gif
אוצר ישראל - חלק י - איזנשטין, יהודה -.gif (42.13 KiB) געזען 792 מאל


קטעים מהקדמת ר אברהם  בן ר יעקב ששפורטש.gif
קטעים מהקדמת ר אברהם בן ר יעקב ששפורטש.gif (87.84 KiB) געזען 792 מאל
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: אומבאקאנטע גדולים (-יארצייטען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

ביסט גיט! שכוח! קיקיון
למעשה זעה איך און אמסטרדאם האסטו אראפ געברענגט א באשרייבונג אויף עהם פון דא:
K3.gif
K3.gif (485.43 KiB) געזען 786 מאל

(דא שרייבט ער אויכעט אז ער איז געפארען מיט ר' מנשה בן שראל ס'קען זיין אז עס די זוהן האט נישט געפילט פאר וויכטיג צו עס ארויסשרייבען,
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: אומבאקאנטע גדולים (-יארצייטען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

שבת קודש י"ב אייר איז די יארצייט פון
הגאון רבינו זרח איידליץ פון פראג זצ"ל
אור לישרים.PNG
אור לישרים.PNG (115.86 KiB) געזען 717 מאל


(וועגען זיין נאמען איז דא גאר אסאך פלעצער וואס ברענגען אראפ מיט'ן נאמען 'משה זרח', און אזוי חתמ'ט ער זיך אויכעט אינטער ביי זיין ספר אור לישרים, אבער עס איז אינטרעסאנט אז זיין זוהן האט געהייסען ר' משה, ואולי האט מען עס צוגעלייגט וועגען א חולי רח"ל, אויף זיין קבר שטייט א ראשי תיבות פון די נעמען 'אברהם משה זרח', ואולי האט מען פאר'ן נפטר ווערען אויכעט צוגעלייגט מחמת חולי די נאמען אברהם)

די גאון איז געבוירען צו זיין טאטע ר' מאיר און יאר תפ"ה, און שטאט פראג.
זיין טאטע איז נפטר געווארען אין יונגען עלטער, איבערלאזנדיג זיין זון זרח אל'ס קליין יתום, האט הגאון די רבי ר' יהונתן אייבשיץ זצ"ל וואס איז דעמאלס געווען די רב פון פראג אריינגענימען די קליינע יתום צו זיך און שטיב און אויפגעהאדוועט אזוי ווי אן אייגען קינד.

אל'ס קינד האט ער געלערנט ביי רבי שמעון פערלש זצ"ל וואס איז געווען די מלמד תינוקות אין פראג, אבער זיין רבי המובהק איז געווען די רבי ר' יהונתן וואס ביי עהם האט ער געלערנט רוב פון זיין חכמה.

ער האט חתונה געהאט מיט די צדיקת מרת איידל ע"ה, א טאטער פון די גביר רבי פייבל ירושלמי ז"ל, וואס האט עהם אויסגעהאלטען און געהאלפען אז ער זאל קענען זיצען און לערנען אן קיין שטערונגען, אזוי האט ער זוכה געווען צו ביידע וועלטען אויך תורה און אויך געלט ביי איהם און שטיב, ס'ווערט געברענגט אז ער האט אויסגעהאלטען זיינע תלמידים פון זיין אייגען געלט.

מען האט עהם אויפגענימען אל'ס איינער פון די חברי בית דין פונ'ם בי"ד וואס איז געשטאנען און שפיץ פון די רב פון פראג די באוויסטע גדול הגאון בעל ה'נודע ביהודה' זצ"ל, אזוי אויך אל'ס 'דרשן' 'מגיד' און 'מוכיח' און שטאט פראג, זיינע דרשות האט גאר שטארק משפיע געווען ביי די עולם און עס האט געשעמ'ט און גאנץ פראג, אפילו די רב פון פראג 'בעל הנודע ביהודה' זצ"ל פלעגט אנטייל נעמען און אויסהערען זיינע דרשות, אזוי ווי די 'נודע ביהודה' שרייבט און זיין הסכמה צו די ספר 'אור לישרים'.

ער האט געהאט גאר אסאך תלמידים דארטען אין פראג, אזוי זענען אויך מעיד די גדולים ביי זייערע הסכמה אויף זיינע ספרים 'העמיד תלמידים למאות ולאלפים בקיאים וחריפים'.
סוף ימיו האט ער דערלייגט זיין גאנצע געלט נאכדעם וואס זיין ווייב וואס זי פלעגט ברענגען די פרנסה אין שטיב איז אוועק, די גאון רבי אליעזר פלקלש זצ"ל שרייבט און זיין ספר עולת חודש אז כאטש וואס ער איז געווען און א שווערע מצב האט ער נישט גענימען קיין געלט פון קיינער, ווי מ'פארציילט האט די ראש הקהל פון פראג עהם געשיקט אמאל א גאנצע בינטל מיט געלט, די גאון ר' זרח האט עס צוריק געשיקט, אבער די ראש הקהל האט זיך באלייידיגט און צוריק געשיקט, ר' זרח האט פארשטאנען אז עס איז נישט שייך צוריק צו שיקען, האט ער עס געלאזט ביי זיך, נאך זיין פטירה האט מען געטראפען ביי עהם די בינטעל גאנצערהייט ווי ס'איז געשטאנען אויף דעם אז ס'געהערט פאר'ן ראש הקהל און מ'זאל עס עהם צוריק געבען,
דעמאל'ס האט ער ארויס געגעבען א ספר מלאכת מחשבת לצורך פרנסה, דאס איז א ספר זיך אויסצולערנען מלאכת החשבון, ווי ער שרייבט און זיין הסכמה אז ער האט נישט געוואלט ארויס געבען א ספר מיט חידושי תורה לצורך פרנסה ווייל דעמאלס קען מען נכשל ווערען און שרייבען טעותים, האט ער ארויס געגעבען א ספר אויף חשבון, וואס די גדולי הדורות האבען גאר אסאך ציטירט און זייערע ספרים כדגומת הגאון בעל החתם סופר (תשו' חו"מ סי' כ') און נאך.

ער איז אוועק י"ב אייר און ליגט אין די ביה"ח און פראג, לגבי די יאר וואס ער איז אוועק איז פארהאנען א צימעשניש, ווייל אויפען מצבה שטייט יתלונן וואס דאס קימט אויס תקמ"ו, אבער ביי די ספר אור לישרים וואס איז ארויס געקימען בשנת זר"ח בחש"ך וואס דאס איז תקמ"ה (דהיינו א יאר פריער) שטייט שוין אז ער האט שוין נישט געלעבט, כ'האב געזעהן אנדערע וואס ברענגען אראפ אז ער איז אוועק בשנת תק"מ, (ס'קען זיין א ביי די מצבה שטייט עכט 'יתלנן' (אן א ווא"ו) וואס דאס קימט אויס תק"מ), ס'איז דא וואס שרייבען אז ער איז אוועק תקמ"ו אבער דאס שטימט נישט ווייל דעמאלס מיינט עס אז ער איז אוועק ביי די עלטער פון דרייסיג, און אויפן מציבה שטייט אז פערציג יאר האט ער געלערנט מיט תלמידים.

זיינע ספרים;
• אור לישרים - צאמגעקליבנע דרשות וואס ער האט געגעבען און שטאט פראג, ארויס געגעבען דורך זיין זוהן ר' משה ז"ל (די הייליגע 'נודע ביהודה' שרייבט און זיין הסכמה אז דער וואס וועט לערנען און די ספר אור לישרים וועט זיכער תשובה טיהן, און אסאך גדולים האבען טאקע געהייסען לערנען און די ספר [ספיצעיל די ערשטע דרשה] זאגענדיג אז ס'איז דא א פסק פונ'ם נודע ביהודה' אז מ'גייט תשובה טוהן.
• ספיצעיל ערשטע דרשה)
• מלאכת מחשבת - ווי דערמאנט א ספר אויף מלאכת החשבון
• חידושי רבינו זרח איידליץ - אויף מסכת ביצה, ארויס געגעבען דורך ישיבת ערלוי - ווי זיי באשרייבען תולדותיו בקודש

נאמען צו מזכיר זיין ביים צינדען א ליכט: ר' (אברהם משה) זרח בן ר' מאיר
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: אומבאקאנטע גדולים (-יארצייטען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

די נוסח מציבה (פון גל עד)

יום ד' אייר בצל שדי יתלונ"ן לפ"ק

פ"נ הרב המאה"ג המפורסם הענין החסיד החריף והבקי
כבוד שמו מוהר"ר זרח בן מוהר"ר מאיר איידליץ ז"ל

א'רץ לוטי בעלטה ושמים בערפל
ב'שגם השמש בא אשר זרח במו אופל
ר'גשו מוסדי ארץ, תבל ויושביה אף בוחן ואופל
ה'לא תדעו כי היום שר וגדול בישראל נפל
מ'ושל ביראת אלקים צדיק ועניו ורוחו שפל
מ'ורה דעה לתלמידיו ארבעים שנה בתדירות
ש'אל נא על הדרך, הנמצא כזה איש מדור דורים
ה'י' יקר כזה ולא אבה מעולם להנות מאחרים
ז'ה קבר איש אלקים עמדו והתעוררו העוברים
ר'או איך אבן השוהם נדבק בין רגבי הרים
ח'לחלה ורעד בא בא מי עוד יגהה מזורים
ז'בול ומעון פתחו שערים ויבא צדיק יסוד עולם
ל'המליץ טוב בעד יתר הפליטה לצורם וגואלם
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: אומבאקאנטע גדולים (-יארצייטען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

זייער אינטערעסאנט, א גרויסע שכח. ביטע האלט עס אן.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: אומבאקאנטע גדולים (-יארצייטען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

איידליץ רבינו זרח_עמוד_1.jpg
איידליץ רבינו זרח_עמוד_1.jpg (520.24 KiB) געזען 676 מאל
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אומבאקאנטע גדולים (-יארצייטען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

כ'וויל האט געשריבן:, האב איך געטראכט דא צו עפענען אזא אשכול ווי יעדער וואך אדער איינמאהל און צווי דריי ואכען (כפי מיסת הפנאי) וועלען מיר ארויף לייגען א גדול וואס די וואך איז זיין יאצ' און אביסעל שרייבען אויף עהם, זאלען מיר זיך אביסעל באקענען מיט אינזערע אמאליגע גדולים.

ווען גייט מען ווייטער?
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: אומבאקאנטע גדולים (-יארצייטען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
כ'וויל האט געשריבן:, האב איך געטראכט דא צו עפענען אזא אשכול ווי יעדער וואך אדער איינמאהל און צווי דריי ואכען (כפי מיסת הפנאי) וועלען מיר ארויף לייגען א גדול וואס די וואך איז זיין יאצ' און אביסעל שרייבען אויף עהם, זאלען מיר זיך אביסעל באקענען מיט אינזערע אמאליגע גדולים.

ווען גייט מען ווייטער?

שכוח! ווייס'כ נישט אפשר טאקע וועט מען צוריק שרייבען!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”