ר' יקותיאל יהודא טייטלבוים מסיגוט ז"ל-הי"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ר' יקותיאל יהודא טייטלבוים מסיגוט ז"ל-הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

היינט כ"ה אייר פאלט אויס די יארצייט פון הרה"צ ר' זלמן לייב טייטלבוים אב"ד סיגוט זצ"ל-הי"ד בנו וממלא מקומו של מרן העצי חיים מסיגוט זצ"ל, ר' זלמן לייב'עלע איז געווען א יתום פון 14 יאר ווען זיין גרויסער טאטע איז נסתלק געווארן אינגערהייט אין קליינווארדיין, אפאר חדשים דערנאך איז זיין מאמע הרבנית ברכה סימא בתו של מרן ר' שלום אליעזר מראצפערט זצ"ל אויך נפטר געווארן איבערלאזנדיג א גרויסע שטוב מיט קיילעכדיגע יתומים.

זייענדיג דער בכור איז ר' זלמן לייב'עלע אויפגענומען געווארן דורך די זקני החסידים ממלא צו זיין מקומם פון זיינע גרויסע זיידעס ווען אינדערצווישן ווערט די שטאט אנגעפירט דורך דעם דיין הרה"ג ר' יקתואל יהודה גראס מבערבעשט ז"ל, די משפחה איז געבליבן אונטערן אויפזיכט פונעם גרויסן זיידען פון ראצפערט ווי אויך דורכן גרויסן פעטער רביהקוה"ט מסאטמאר זצ"ל.

כשהגיע לפרקו איז ער געווארן אן איידעם ביי זיין פעטער טאקע מרן בעל דברי יואל מסאטמאר זצ"ל נעמענדיג זיין טאכטער הרבנית רחל ע"ה, לא ארכו הימים און זיין ערשטע רביצין איז נפטר געווארן בדמי ימיה ווען ער איז געווארן נאכדעם אן איידעם ביי זיין אנדערע פעטער ר' זושא'לע בהרה"צ ר' שלום אליעזר מראצפערט פון וועם ער האט זוכה געווען אויפצושטעלן א שטוב נאר זיי צו קענען מקריב זיין על קידוש השם בימי הזעם ווען ביום המר כ"ה אייר תש"ד זענען ליידער רוב צווייגעלעך פון דעם עץ תומר דער הייליגער עצי חיים פארשניטן געווארן אינאיינעם מיט רוב בני קהילתו, השם ינקום דמם לעינינו במהרה.

פון דעם סיגוט'ער רב ז"ל איז נישט געבליבן קיינע חיבורים אבער זיין אינגערע ברודער וממלא מקומו דער שפעטערדיגער גרויסער סאטמאר רבי בעל ברך משה זצ"ל האט אריינגעדרוקט עטליכע חידושים וואס ער האט געדענקט פון זיין גרויסער ברודער אינעם ספר עצי חיים עה"ת ומועדים, ווי אויך איז לעצטענס ערשינען א חיבור 'יד יקתואל' מלוקט פון ספרים וסופרים אביסל דברי תורה און תולדות איבער אים.

זכותו יגן עלינו ועכי"א
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

ער איז א חתן געווארען די טאג וואס זיין פאטער איז אוועק,
דער רבי איז ציגעגאנגען צום עצי חיים'ס מיטה אין געזאגט מזל טוב ברודער מיר זענען געווארען מחותנים.
כך שמעתי
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איך האב געקענט א יוד פון סיגוט וואס ער האט מיר דערציילט וויא עס ליגט איהם כסדר פאר די אויגען דער חזיון וויא די רשעים האבען ארויסגענימען דעם רב ז"ל מיטען משפחה פון זייער הויז.

השם ינקם דמו
the SCY is the limit
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

עס איז דא א בילד פון אים, ווער קען דאס צושטעלן?
מען זאגט אז ער האט אויסגעזען ווי דעם זיידן דער ייטב לב.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרעמער האט געשריבן:עס איז דא א בילד פון אים, ווער קען דאס צושטעלן?
מען זאגט אז ער האט אויסגעזען ווי דעם זיידן דער ייטב לב.
אטעטשמענטס
ZLSighet.jpg
ZLSighet.jpg (24.19 KiB) געזען 9727 מאל
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

די וואך וואס זיין טאטע איז נפטר געווארען האט ער געפירט טיש אלץ בחור און אויך איין זייט איז געזעצען רבה"ק זי"ע און אויף די אונדערע זייט איז געזעצן הרה"ק ר' שאול בראך מ'קאשוי
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ס'איז אויך באקאנט, אז דער קאשויער רב ר' שאול בראך זצ"ל האט איהם געגעבן דאס ערשטע קוויטל.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח מיללער פאר די בילד.
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

קרעמער לויט וואו איך האב געהערט האט ער גענדעלט אין זיין פאטער דער עצי חיים ז"ל.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

cano האט געשריבן:קרעמער לויט וואו איך האב געהערט האט ער גענדעלט אין זיין פאטער דער עצי חיים ז"ל.

לכאורה איז דאס גערעכט, ווייל דאס בילד פון עצי חיים זעהט אויס ממש גאר ענליך צו דעם
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ס'נישט קיין סתירה. און דער עצי חיים האט געענדעלט אינעם ייטב לב.
אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמחפורקניה »

גראדע זאגט מען אז דער רבי הדברי יואל זי"ע האט שטארק געענדעלט אינעם ייטב לב, סיי בצורתו, און סיי מיט זיינע נאטורען

דער עצי חיים איז גוועהן מער א פארמאכטער שטרענגער מענטש, אזוי ווי זיין פאטער דער קדויו"ט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איך האב געפונען אן אינטערעסאנטע זאך וואס איך האב נאך נישט געהערט דערפון:

הרב אב"ד יקותיאל יהודה, הראה מסירת נפש בימי הזעם, החביא
בביתו שלשים אנשים פליטי פולניאה, ויאכילם בבית הישיבה, אחד מהרשעים
הלשין עליו, ונסגר בבית האסירים ורק על ידי שתדלנות וכסף רב יצא לחירות.

(מצבת קודש - רי"י גרינוואלד)
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אן אינטערעסאנט בריעוו געדרוקט אין מצבת קודש פון רי"י גר"וו:
לתולדות הה"צ ר' חיים צבי טייטלבוים - סיגט.
מכתב מאחי הרב ר' אביגדור ז" ל בו הודיעני מפטירת ומלויית הרב הנ"ל
"כבוד אחי יקירי וכו' נ"י !
- זה כמה רציתי לכתוב לך מהבשורה לא טובה, אשר בטח שמעת אשר קרה עמנו (בני עיר סיגט) בפרט ובכל ישראל במדינתנו בכלל בפטירת הה"צ ר' חיים צבי טייטלבוים בן מ"ו שנה בעיר קליינווארדיין שנסע שמה על שבת קודש ר"ח שבט פרשת וארא (שנת תרפ"ו) אחרי הפצרות רבות מאנשי שלומו ממדינת אונגארן. אור ליום ג' שעה 9 הלך לבית הכסא ונירו בידו, ופתאום נפל שם על הארץ והובא לחדרו, ומיד אבד לשונו ולא היה בו כח לדבר.
שמועה זו הרעישה את כל הארץ, ביום השלישי בא לבקרו הרופא הגדול המפורסם ד"ר בענעדיקט מפעסט, ואמר מיד כשביקרו שבדרך הטבע אין תקוה לישועה, כי הדם מלבו גרם געהירן שטערונג(?) (שתיתת דם במחו), וכה שכב עד אור ליום ה' שעה 9 שאז יצאה נשמתו.
בשני ימים הללו ששכב על מטתו כחולה מסוכן, פור התפוררה הארץ, התפללו עבורו בכל המקומות וכן גם בעיר הקודש ירושלים הרבו בתפלות
ובקשות, וכן נסעו כל הרבנים מסביב עיר קליינווארדיין לקליינווארדיין והרבו בתפלות, גם השיבו ב"ד כארבעה וחמשים רבנים לשמוע טענות ותחנונים מאלמנות, מיתומים, מתלמידי חכמים ומבחורים, להוציא פסק שהקב"ה ישלח לו רפואה שלמה לטובת רבים, וכן עשו הב"ד, הוציאו פסק דין שהקב"ה צריך לרפאותו כי רבים צריכים לו. גם נסעו מכאן (עיר סיגט) כמה וכמה בעלי בתים, נגידים וחשובים ומשאר עיירות ועשו פדיון נפש והרבו בצדקות אשר לא שמעתי מעולם פזור כ"כ. מן אור ליום ה' עד צהרים של יום החמישי, חפרו, הכינו וגמרו מקוה כשרה שם בגן של הבית שהתעכב שם איזה ימים כדי להטבילו שם בהמקום שמצא חן בעיניו.
בשעה 2 כבר היה הארון בעיר טשאפ על דרכו לסיגעט, ושם בטשאפ המתינו בני ישראל כשלשה אלפים איש ובראשם גאוני ארצינו ה"ה הגאונים
ר' חיים אלעזר שפירא-מונקאטש, ר' יוסף אלימלך הכהן-אונגוואר, ר' שאול בראך-קאשוי ועוד נכבדים. ושם בטשאפ לפני הארון סמוך לתחנה הספידו אותו הרבנים מקליינווארדיין, דעברעצין, העלמעץ, טשאפ וקערעצקי. ביום ו' בבוקר שעה 6 הגיע הארון לכאן, ובאו בלילה ההוא סעפעראט צוג (מרכבת מיוחדת) מק"ק סוליש, מק"ק בערעגסאס ומק"ק חוסט ועם המסילת הברזל שהובא את הארון באו אנשים למאות ולאלפים ואם כי היה קר מאד עכ"ז אנשים למאות עמדו על גגי מסה"ב וכה נסעו עד העיר. אלפים אנשים ונשים וטף חכו על הארון אצל התחנה והיו יללות ובכיות אשר א"א לספר ולכתוב, וכולם עם אבוקות בידיהם עמדו בשני צדדים מן התחנה עד ביתו, וכן היו נרות בבל החלונות במקומות שהובילו את הארון, גם נכרים עשו כן ואחר שהובילו גופו לביתו, כולם חשו לבית המקוה ומשם להתפלל, ואומר לך כי לא ראיתי מעודי קבוץ גדול של ישראל במקום אחד ובפעם אחת.
ובשעה 9 הלכו ידידי הרב לקבץ חתימות לבחור את בנו הממלא מקומו מו"ה זלמן ליב בן י"ד שנים וכולם חתמו בלי שום שאלה, הציונים דחפו את אנשי ביהכ"נ להיות ראשונים, חסידי וויזניץ דחפו את חסידי בעלז, וחסידי בעלז, דחפו את חסידי ספינקא להיות מהראשונים ולא היה פוצה פה אף אחד נגדו.
בשעה 1 הובא גופו הטהור לביהכ"נ הגדולה, ושם הספיד אותו בנו הממלא מקומו, וחתנו הרב מסלאטפינא. משם הלכו לבית הקברות אנשים
לרבבות בלי גוזמא כלל. ושם הכינו בימה גדולה והתחילו בהספדים, מקודם אחיו הגאון נ"י אשר ביום ד' שבוע הבעל"ט (נכתב ד' תרומה) יהיה החג מלואים שלו בקראל, אחריו גיסו הרב מראזשיווי הג' מווילאווי, הרבנים מסאטמאר, קאשוי, שומלוי, ביסטריץ, ווישא, דראגמערעשט אבל מחמת קדושת השבת הפסיקו המספידים בשעה 3:30, כולם הפליגו בשבחו, הגאון מקאשוי אמר שהיה גדול בדורנו כמו רבינו הקדוש בימיו.
ואז הכריזו שביום א' יספידו אותו בבית הכנסת הגדול הרבנים הגדולים שלא הספידו אותו היום.
כל האורחים נתבקשו מבעה"ב דעירנו להיות אורחם על שבת, וכה בכל בית ובית היו אורחים חשובים.
אחר ששבו מבית הקברות, השיבו את הרב הבחור הצעיר על כסא אביו ונתנו לו קוויטליך--פתקאות, ולא רצה לקבלם ובכה מאד, עד כי הגאון
ר' שאול בראך מקאשוי אמר לו שיעשה זאת בזכות אבותיו ולקיים גם כן כיבוד אם, ואז קיבלם.
במוצאי שבת היתה ג"כ מסיבה גדולה שמה, והרב מקאשוי הנ"ל אמר כי גם בימי האלשיך הי' כן שנשאר יתום קטן, והאלשיך רצה לדחותו מחזקת אבותיו אבל הב"ד ובראשם הר"ש אלקבץ פסק שאנשי העיר מחויבים להחזיקו ולכשיגדל להשיבו על כסא אבותיו וכן עשו, והרב רייט"ב ליזק פסק זה בשו"ת אבני צדק שלו.
ביום ש"ק מכל עינים ירדו דמעות כשראו כסא אביו בלא אביו.
ביום א' מיד בבוקר התאספו אנשים לשמוע ההספדים, וכמה שהוכרחו לשבות את השבת על דרכם מפאת שהחשיך עליהם היום, הגיעו ביום הראשון לסיגט,מקודם ניגש להספידו חתנו הרב מרידניק, הרב מסטמר, שומלוי, הרב ר' שלמה העלער הרב מריסקיווי, קרעטשיניף, באניע, מארגרעטען,
נ-פאלו, זילא, טאשנאד .בראשוי, מ-וואשארהעל, לאפוש, באטור, חוסט, קיראלהאז, ועוד ועוד.
גם את אבינו כיבדו לאמר דברי הספד, אבל התנצל שחלש הוא ובפרט שהגיע זמן מנחה ולא אמר.
אקרו"ט החליטו לקבל עוד דיין בסיגט, הבחור-הרב התקשר בשידוכין עם בת דודו הגה"צ ר' יואל טייט"ב. וגמרו הקהל שכשיביא מגדולי הדור
התרות הוראה יהיה הרב שלנו, והבטיחו אוהביו שבמשך שתי שנים בוודאי יזכה לזה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זייער אינטערעסאנט הרב פארשלאפן א מורא'דיקען דאנק פאר די העתקה, עס גיט א פירסט-הענד בליק אויפן מצב דאן, די פילצאליגע אדמורי"ם ורבנים וועלכע ווערן אויסגערעכנט אלס מספידים און משתתפים ביי די היסטארישע לוי' איז ממש לא יאומן כי יסופר.

אגב, ער דערמאנט צווישן די מספידים "גיסו הרב מראזשיווי" דאס איז לכאורה דער ריינזשיווער רב חדב"ן מרן הקדוי"ט (דער שווער פונעם מוזשאיער רב פון פלעטבוש ז"ל).

יאסל,
עס איז דארט אויך משמע אז ר' זלמן לייב איז א חתן געווארן ביים רבי'ן ז"ל אין די טעג נאך די פטירה פון זיין גרויסן פאטער אבער עס נישט משמע אז עס איז געווען ממש לפני מטתו.

פארשלאפן,
ווער איז דער ר' אביגדור וואס שרייבט דער בריוו, דאס איז א ברודער פון רי"י גרינוואלד? ער דערמאנט אויך אז זיין פאטער האט געברויכט מספיד זיין נאר מחמת חולשה האט ער אפגעזאט, ווער איז געווען זיין פאטער און וואס איז געווען זיין סטאטוס אין סיגוט? (קענסט ענטפערן ביים אשכול איבער רי"י גר"וו)
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

farshlufen האט געשריבן:איך האב געפונען אן אינטערעסאנטע זאך וואס איך האב נאך נישט געהערט דערפון:

הרב אב"ד יקותיאל יהודה, הראה מסירת נפש בימי הזעם, החביא
בביתו שלשים אנשים פליטי פולניאה, ויאכילם בבית הישיבה, אחד מהרשעים
הלשין עליו, ונסגר בבית האסירים ורק על ידי שתדלנות וכסף רב יצא לחירות.

(מצבת קודש - רי"י גרינוואלד)

די מעשה איז א דבר ידוע, זיין פעטער דער רבי האט דאן געשיקט זיין טאכטער רויזעלע צי שתדלן, עי' ספר בוצינא קדושה מר' סענדער דייטש.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער בוצינא קדישא האב מיר שוין נישט געלייענט באלד צען יאר, וועל מיר א קוק טאן בל"נ.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

מיללער האט געשריבן:יאסל,
עס איז דארט אויך משמע אז ר' זלמן לייב איז א חתן געווארן ביים רבי'ן ז"ל אין די טעג נאך די פטירה פון זיין גרויסן פאטער אבער עס נישט משמע אז עס איז געווען ממש לפני מטתו.


די מעשה איז ערגעץ געדריקט כקען מיך נישט דערמאנען
כ'גלייב אז אפילו סאיז פארגעקומען זינטיג האט מען שוין גערעדט דערוועגען בעפאר דעם עצי חיים'ס פטירה.
אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמחפורקניה »

לפני מיטתו האט זיך דער רבי צוגעבויגען צו די מטה, און געזאגט מז"ט מיר זענען מחותנים (נאך פארען ענדיגען דעם שידוך עמטליך)

אזוי האב איך געליינט ערגעץ, איך גדענק נישט ווי
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

ישר כח פארשלאפען פאר די אינפאמציע "זייער אינטערסאנט"
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאסל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:יאסל,
עס איז דארט אויך משמע אז ר' זלמן לייב איז א חתן געווארן ביים רבי'ן ז"ל אין די טעג נאך די פטירה פון זיין גרויסן פאטער אבער עס נישט משמע אז עס איז געווען ממש לפני מטתו.


די מעשה איז ערגעץ געדריקט כקען מיך נישט דערמאנען
כ'גלייב אז אפילו סאיז פארגעקומען זינטיג האט מען שוין גערעדט דערוועגען בעפאר דעם עצי חיים'ס פטירה.


איך האב נעכטן געקריגען א ענגלישע צייטונגס אויסשניט פון יענע צייט, ווי עס ווערט באריכטעט די פטירה פונעם הייליגען עצי חיים זצ"ל, ווערט דארט דערמאנט איז 'כפי מנהג החסידים אין מזרח-אייראפע' איז דער 14 יעריגער יתום א חתן געווארן ביים אפענעם קבר פון זיין פאטער", דאס צייגט קלאר אויף די אויבנדערמאנטע עפיזאד.

בייגעלייגט דער בילד פון THE JEWISH CRITERION(תשוח"ח להרב י.מ.ט. על אדיבתו)
אטעטשמענטס
Atzi Chaim Funeral(2).jpg
siget.jpg
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

הרה"ח ר' יושע פריינד ז"ל פון סיגוט-אנטווערפען-אמעריקע פלעגט צו דערציילן אז ער איז געשטאנען אין אוישוויץ אונטער הגה"ק ר' זלמן לייב הי"ד און דער רשע ימ"ש האט געוויזן פאר ר' זלמן לייב'ן צו גיין רעכט'ס, אבער ר' זלמן לייב האט זיך געדאכט אז צו גיין לינק'ס וועט ער ענדערש געראטעוועט ווערן, האט ער זיך אנגערופן אז ער איז א ראבינער, און דער רשע האט אים טאקע געשיקט אויף לינק'ס. הי"ד.

עס איז ידוע אז דער רבי דער ברך משה זי"ע האט קורא שם געווען פאר זיין דריטן זוהן אדמו"ר רבי יקותיאל יהודה, לע"נ זיין ברודער ר' זלמן לייב, און נישט נאכן ייטב לב.
לחיים ולברכה!
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

דער סאטמארע רבי זי"ע בעל דברי יואל האט זייער שטארק געוואלט זיין רב אין סיגוט עס איז אים געווין א גרויס חשיבות צי זיין טארט רב ער האט געזאגט אז ער גייט עס צוריק געבן פאר די עצי חיים קינדער ווען זיי וועלן עלטער ווערן אבער מען האט אים נישט געוואלט אויף נעמען
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בני יששכר האט געשריבן:דער סאטמארע רבי זי"ע בעל דברי יואל האט זייער שטארק געוואלט זיין רב אין סיגוט עס איז אים געווין א גרויס חשיבות צי זיין טארט רב ער האט געזאגט אז ער גייט עס צוריק געבן פאר די עצי חיים קינדער ווען זיי וועלן עלטער ווערן אבער מען האט אים נישט געוואלט אויף נעמען


מקורות?

דער רבי האט דאך גענומען דעם סיגוטער רב פאר אן איידעם תיכף ביי די לוי' ווי אויבן דערמאנט.
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

עס איז נישט קיין סתירה...
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”