בלאט 1 פון 9

ר' שלמה (שלמה'קה) גאלדמאן מזוועהיל זצ"ל - כ"ו אייר

געשריבן: פרייטאג מאי 30, 2008 11:58 am
דורך scy4851
דעם שבת כ"ו אייר איז די יהרצייט פון דעם איש קדוש ופלא ר' שלומ'קה זעווילער זצוק"ל.
איך ברענג דא וואס רב מיללער האט אריינגעשטעלט אינעם זכרונות אשכול

מיללער האט געשריבן:איך ברענג דא א שיינע מעשה איבער ר' שלומקה זעווילער זצ"ל וואס בני היכלא האט אריינגעווארפן ביי די ספארטס אפטיילונג, פשוט כדי להעלות הניצוצות הקדושים המפוזרים בכל ד' פינות הקרעטשמע.

יה"ר שזכותו הגדול יגן עלינו ועל כל בני ביכלא הדין להוושע בכל מילי דמיטב, דבריהן הן הן זכרונם.

בני היכלא האט געשריבן: די ירושלימ'ע אידן דערציילן אז אז אמאל איז דער צדיק, ר' שלאמקע זעווילער געגאנגען אין מקוה, האט אים איינער אנגעשריגן מיט קולות, ר' שלמקע זאגט פאר זיין גבאי, זאל גיין זען וואס טוט זיך ביי יענעם אין שטיב.

זעט ער טאקע אז ס'איז חושך ענן וארפל, ר' שלאמקע לאזט דארט איבער א פעקל געלט, און ווינדער איבער ווינדער, דער קומט דעם נעקסטן טאג אן, מיט א גרויסע פרייליכע שלום עליכם, וואס מאכט דער רבי, האט ר' שלמה'לע געזאגט איך האב געוויסט אז דעם איד דרוקט עפעס, איך האב דאך אים גארנישט געטון, מסתמא האט ער נישט קיין געלט.

געשריבן: פרייטאג מאי 30, 2008 12:02 pm
דורך scy4851
אין דעם 'פרשת קדושים' אשכול האב איך דאס געשריבען
scy4851 האט געשריבן:מיין זוהן האט מיר געזאגט אז ער האט געהערט און א"י [ווען ער האט דארט געלערנט און מיר] בשם ר' חיים שמולעוויטץ ז"ל
דער מדרש אנפאנג פרשת קדושים זאגט, קדושים תהיו יכול כמוני ת"ל כי קדוש אני
האט ר' חיים געפרעגט וואס איז געווען די הוה אמינא יכול כמוני?
האט ער גענטפערט, אז דער ווער עס האט געקענט ר' שלומקע זווילער זצוק"ל קען האבען אן השגה וואס די הוה אמינא איז געווען

געשריבן: פרייטאג מאי 30, 2008 2:03 pm
דורך מיללער
וואו ליגט ר' שלמה'קע? איך האב עס נישט באגעגנט, אויך איז איבערגעבליבן קינדער פון אים?

געשריבן: פרייטאג מאי 30, 2008 2:07 pm
דורך אנדי פעטיט
דאכצעך אויף הר הזיתים.

געשריבן: פרייטאג מאי 30, 2008 2:19 pm
דורך יאסל
מיללער האט געשריבן:וואו ליגט ר' שלמה'קע? איך האב עס נישט באגעגנט, אויך איז איבערגעבליבן קינדער פון אים?

זיין זון איז אוועק עטליכע יאר נאך אים
אין זיין אייניקעל ר' מרדכי איז אוועק אימיטין די נ' יארן

געשריבן: פרייטאג מאי 30, 2008 3:27 pm
דורך scy4851
ער ליגט אויפען הר הזיתים
מיין זוהן זאגט מיר אז אויפען טאג פון יאהרצייט איז דא א גרויס געפארעכטס צי זיין ציון.
דאס יאהר וועט עס זיין זנטאג, און ער האפט זיך באטיילוגען [מיין יונגסטע קינד וואוינט אין ירושלים]

געשריבן: זונטאג יוני 01, 2008 11:43 am
דורך אנדי פעטיט
איך האב עס שוין געזריבן איין מאל אבער איך טרעף עס נישט יעצט, וועל איך עס איבער שרייבן.

רבי שלאמקע זצ"ל איז אלץ געווען זייער דבוק אין די הייליגע תנא רשב"י, ער פלעגט כסדר פארען אויף מירון (כאטש אפילו עס איז נישט געווען גרינג אין יענע טעג). ער האט געהאט א מנהג זיך אראפ צו לךייגען שלאפען אויף א באנק לעבן די ציון און אונטער לייגען די זעקל קוויטלעך אונטער זיין קאפ און אזוי אויסבעטען פאר די אידען א ישועה.

אין זיין גמרא מסכת ביצה פרק יו"ט ווי עס שטייט "כל מזונותיו של אדם קצובין מר"ה חוץ מהוצאות שבת ויו"ט והוצאות בניו לת"ת" האט ער צוגעשריבן וחוץ מנסיעות למירון.

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2008 11:49 am
דורך יאסל
א בילד פון דעם הייליגען ר' שלאמקע

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2008 1:13 pm
דורך scy4851
דעם קלויזענבורגער רב ז"ל איידעם פון יוניאן סיטי, קערט זיך אהן מיט ר' שלמה'קה ז"ל?

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2008 1:16 pm
דורך אנדי פעטיט
scy4851 האט געשריבן:דעם קלויזענבורגער רב ז"ל איידעם פון יוניאן סיטי, קערט זיך אהן מיט ר' שלמה'קה ז"ל?


אן איר אייניקעל, א זוהן פון רבי מרדכי ז"ל, א ברודער פון די זוויהלער רבי פון ירושלים.

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2008 1:29 pm
דורך scy4851
שעכוח

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2008 2:12 pm
דורך יאסל
אזוי נישט געוויסט אז דער זווהילער רבי פון יוניאן סיטי איז אן אייניקעל פון ר' שלאמקע.

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2008 2:27 pm
דורך אנדי פעטיט
יאסל האט געשריבן:אזוי נישט געוויסט אז דער זווהילער רבי פון יוניאן סיטי איז אן אייניקעל פון ר' שלאמקע.


רבי מרדכי ז"ל האט איבער געלאזט א שיינער פאר קינדער,
די עלטסטע איז זוויהלער רבי אין ירושלים.
איינער לעבט שוין נישט, זיין זון הייסט שלמה גאלדמאן ער וואוינט אין ב"פץ
איינער איז רבי אין יוניאן סיטי
איינער רופט זיך זוויהלער רבי פון גני גאולה - ירושלים.
איינער וואוינט אין סקווירא.

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2008 2:48 pm
דורך יאסל
א בילד פון ר' שלאמקע'ס אייניקעל ר' מרדכי.

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2008 2:54 pm
דורך אנדי פעטיט
רבי גדלי' משה ז"ל די זון פון רבי שלאמקע ז"ל און די פאטער פון רבי מרדכי ז"ל.

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2008 2:58 pm
דורך יאסל
דאס ענין וויאזוי ר' שלאמקע האט אוועקגעווארפן אלע גניני רעביסטעווע אין זיך פארגעשטעלט ווי א פשוטער איד, מיין איך איז אין לו אח ורעי בתולדות החסידות.
אפשר די תלמידי בעש"ט וואס זענען געגאנגען גלות ליידען, אבער אפילו דאס איז אויך געווען פאר זיי זענען נתגלה געווארען.

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2008 3:42 pm
דורך ביקסאד
אנדי פעטיט האט געשריבן:רבי מרדכי ז"ל האט איבער געלאזט א שיינער פאר קינדער,
די עלטסטע איז זוויהלער רבי אין ירושלים.
אדמו"ר הרה"צ ר' אברהם גאלדמאן שליט"א פון ירושלם.
אנדי פעטיט האט געשריבן:איינער לעבט שוין נישט, זיין זון הייסט שלמה גאלדמאן ער וואוינט אין ב"פץ
צוויי לעבן שוין נישט:
הרה"צ ר' יעקב לייב זצ"ל פון בני ברק, בזו"ר פאטער פון הרה"צ ר' אליעזר שליט"א איידעם פון אדמו"ר הרה"צ ר' דוד שליט"א פון סקווירא, בזו"ש מחותן מיט אדמו"ר הרה"צ ר' ישעי' שליט"א פון טשערנאביל, בתו חורגו פון הרה"צ ר' דוד דוב מייזליש שליט"א אב"ד ור"מ סאטמאר ב"פ.

הרב ר' יוסף ז"ל, ער האט קינדער דאהי אין נוי יארק, איינער איז א איידעם ביי הרה"צ ר' אהרן צבי רומפלער שליט"א [מלפנים במאנסי].
אנדי פעטיט האט געשריבן:איינער איז רבי אין יוניאן סיטי
הגה"צ ר' שלמה שליט"א איידעם פון כ"ק אדמו"ר בעל שפע חיים מ'צאנז-קלויזענבוירג זצ"ל.
אנדי פעטיט האט געשריבן:איינער וואוינט אין סקווירא.
הרב שמואל שליט"א איידעם פון הגה"צ ר' משה ניישלאס זצ"ל.

ווי אויך איז דא איטליכע איידעמער צווישן זיי:
אדמו"ר הרה"צ ר' אברהם חיים ראטה שליט"א מ'בערגסאז-שומרי אמונים.
אדמו"ר הרה"צ ר' נתן דוד ראזענבוים שליט"א מ'זוטשקא.
אדמו"ר הרה"צ ר' יצחק שלמה סאפרין שליט"א מ'קאמארנא-גבעת שאול.
הרה"צ ר' יצחק לייפער שליט"א

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2008 5:00 pm
דורך מיללער
ר' גדלי' משה ב"ר שלמה'קע ליגט אין א ווייניגער באקאנטע ביה"ח מיט'ן נאמען 'שייח-באדר' ווייל ווען ער איז נפטר געווערן בשנת תש"ח האט מען אויפ'ן הר הזיתים נישט געקענט צוקומען וועגן די מלחמת השחרור און דער הר המנוחות איז נאכנישט געווען אין באנוץ.

אגב, זענען די נייפעסטער גאלדמאן'ס אויך פון די משפחה?

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2008 5:14 pm
דורך יאסל
ר' אברהם חיים ראטה איז אן איידעם ביי ר' מרדכי כ'מיין אז ס'קען נישט שטימען לויט די יארן, אפשר מיינסטו ביי זיין פאטער ר' גדלי משה?
דער סקווירא רבי האט אויך אן איידעם גאלדמאן וויאזוי קימט ער אריין אין די פאמליע?

די נייפעסטע גאלדמאנ'ס כפי ידיעתי הבען קיין שייכות מיט זוויהל.

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2008 5:14 pm
דורך מיללער
איך האב אפירגעטראפן אן אינטערעסאנטער וועב-זייטל אין ענגליש איבער 'שושלת זוועהיל'עס איז דא דארט גוטע בילדער פון אדמור"י זוועהיל בתוכם פון האדמו"ר ר' יעקב ישראל דער זוועהילער רבי פון באסטאן א ברודער פון ר' שלמה'קע.

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2008 5:16 pm
דורך מיללער
יאסל האט געשריבן:ר' אברהם חיים ראטה איז אן איידעם ביי ר' מרדכי כ'מיין אז ס'קען נישט שטימען לויט די יארן, אפשר מיינסטו ביי זיין פאטער ר' גדלי משה?
דער סקווירא רבי האט אויך אן איידעם גאלדמאן וויאזוי קימט ער אריין אין די פאמליע?

די נייפעסטע גאלדמאנ'ס כפי ידיעתי הבען קיין שייכות מיט זוויהל.


יאסל, קוק אויבן די שייכות פון דעם סקווירא רבי'ס איידעם.

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2008 5:22 pm
דורך אנדי פעטיט
מיללער האט געשריבן:איך האב אפירגעטראפן אן אינטערעסאנטער וועב-זייטל אין ענגליש איבער 'שושלת זוועהיל'עס איז דא דארט גוטע בילדער פון אדמור"י זוועהיל בתוכם פון האדמו"ר ר' יעקב ישראל דער זוועהילער רבי פון באסטאן א ברודער פון ר' שלמה'קע.


לויט ווי עס איז משמע דארט אין די וועבסייט איז דער רבי יעקב ישראל מזוויהל מעזבוז געווען א נעפיו פון רבי שלאמקע אן איידעם ביי זיין ברודער רבי יחיאל מעכיל.

קוק דא וועסטו זעהן מער.

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2008 5:24 pm
דורך יאסל
מיללער האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:ר' אברהם חיים ראטה איז אן איידעם ביי ר' מרדכי כ'מיין אז ס'קען נישט שטימען לויט די יארן, אפשר מיינסטו ביי זיין פאטער ר' גדלי משה?
דער סקווירא רבי האט אויך אן איידעם גאלדמאן וויאזוי קימט ער אריין אין די פאמליע?

די נייפעסטע גאלדמאנ'ס כפי ידיעתי הבען קיין שייכות מיט זוויהל.


יאסל, קוק אויבן די שייכות פון דעם סקווירא רבי'ס איידעם.

ווי אויבן?

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2008 5:30 pm
דורך מיללער
ביסט לכאורה גערעכט, די זעוויהלער רבי'ס פון באסטאן רופען זיך 'קארפף' און נישט 'גאלדמאן'.

פאלגענד איז א בילד פון דר. ר' יצחק אהרן קארפף פון זוועהיל-באסטאן (צענטער), מיט זיין קאזין ר' שלמה גאלדמאן מזעוויהל-יוניאן סיטי (רעכטס) און ר' יצחק טווערסקי מטאלנא-באסטאן (לינקס).

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2008 5:34 pm
דורך יאסל
אין קרית יואל איז אוועק דער פאגאנגענעם ראש השנה ר' הערשל ראלניצקי ז"ל,
ער האט געהאט די זכיה צי שלאפען אין איין צימער מיט ר' שלאמקע
אין שיח זקינים איז אראפגעברענגט עטליכע ענינים וואס ער האט דערציילט