ר' שלמה (שלמה'קה) גאלדמאן מזוועהיל זצ"ל - כ"ו אייר תש"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

לכבוד די יומא דהילולא פון הרה"ק רבי שלמ'קע זוועהילער זי"ע, וועל איך ברענגען עטליכע ליקוטים וואס איך האב מלקט געווען איבער דער צדיק.

רבי אלס יונגל
שוין פון קינדווייז אן, זייענדיג א קינד פון זיין גרויסן פאטער הרה"ק רבי מרדכי'לע מזוועהיל זי"ע, האט מען שוין געזען אויף אים גדולות ונצורות, זאכן וואס מען זעט נישט ביי געווענליכע קינדער.

אויף זיינע קינדערישע יארן לאזט זיך זאגן דאס וואס זיין זוהן, הרה"ק ר' גדליה משה מזוועהיל זיע"א האט מעיד געווען אויף אים: "זינט איך קען דעם טאטע'ן האט ער זיך נישט געטוישט; איך בין געבוירן געווארן וועט דער טאטע איז געווען זעכצן יאר, ביי די דריי יאר האב איך שוין פארשטאנען אן ענין און זינט דאן איז ער די זעלבע, ער האט זיך גארנישט געטוישט."

חסידים דערציילן אז פון אלס קינד האט ער זיך שוין אויפגעפירט ווי א רבי, געטאן פאר אידישקייט, געפראוועט מופתים, ממש ווי א געהעריגע רבי.

אויב איז א חסיד אמאל אריינגעקומען צו זיין פאטער אין שטוב מיט א צרה, און דער רבי האט זיך דאן נישט געפינען אינדערהיים, האט דער קליינער שלמ'קע געענטפערט אנשטאט דעם פאטער, געגעבן עצות און רפואה, חינוך וכדומה, און די מופתים האבן גע'ארבעט ווי ביי די גרויסע רבי'ס.

אויך אין חדר איז ער געווען א רבי. זיין ווארט איז געווען שטארק ביי אלע קינדער און ער האט אנגעפירט די אקטיוויטעטן צווישן די קינדער; אז שלמ'קע האט געזען אין חדר א יונגל פירט זיך נישט ווי עס דארף צו זיין, האט ער באפוילן אז קיינער זאל מיט אים נישט רעדן, כדאי אז יענער זאל זיך מאכן א חשבון-הנפש און אנהויבן ווערן וואויל. אז די עצה האט געהאלפן און יענער איז בעסער געווארן, איז שלמ'קע געווען דער ערשטער ווער עס האט אים מקרב געווען און געזען דערצו אז אלע קינדער זאלן זיך מיט אים חבר'ן.

דאס הייסט א געבוירענע רבי.

שטערקסטע אין אלעס
אז מען רעדט פון ר' שלמ'קע, איז זייער שווער ארויסצוברענגען: וואו הויבט מען אן? – זאלן מיר שרייבן איבער זיין געוואלדיגע קדושה, וואס ער אליין האט אויף זיך מעיד געווען אז ער איז בבחינת יוסף הצדיק; אדער זאלן מיר רעדן איבער זיינע אויסטערלישע מופתים, בעל-שמ'סקע זאכן וואס מען האט נישט געזען אין זיין דור אויף אזא אופן; זאלן מיר אפשר ארויסברענגען זיין געוואלדיגע דביקות, וואו ר' שלמ'קע האט געקענט שטיין לאנגע שעות אויף איין ארט, פארטראכט בדביקות אין העכערע מושגים; אדער גאר פון זיין הכנסת אורחים, סבלנות, די געוואלדיגע אהבת ישראל צו יעדן איד באשר הוא שם; אפשר זאלן מיר ארומרעדן איבער די ענוה און פשטות, וואס איז געווען אין קאנטראסט מיט די גאנצע רביס'טעווע; און אפשר וואלט מען געדארפט ארויפברענגען די אייגנארטיגקייט פון דאס אינטערעסאנטע לעבן פון ר' שלמ'קע און די ווירטשאפט ביי אים אין שטוב.
אין א געווענליכע פאל וואלטן מיר זיך אנגעכאפט אינעם ענין וואס איז געווען די שטערקסטע ביי דער צדיק. אין דעם פאל לאזט זיך זאגן אז יעדע זאך איז געווען די שטערקסטע; יעדע מידה וואס ר' שלמ'קע האט עוסק געווען דערין האט ביי אים פארנומען די חשוב'סטע פלאץ, א בחינה פון "אבא במה הוה זהיר טפי". עס איז דערפאר נישט שייך צו זאגן אזא זאך.

עס איז דערפאר א פשטות אז אונזער ארטיקל איז נישט מער ווי נסיון כושל און א טיפה מן הים, ארויסצוברענגען גדולות וקדושת ר' שלמ'קע זוועהילער זיע"א.

יכול כמוני
עס כאפט א ציטער צו הערן די ווערטער פון דעם מירער ראש-ישיבה, הגאון רבי חיים שמואלעוויטש זיע"א, ביים חנוכת-הבית פאר די זוועהילער ישיבה:

"דער מדרש זאגט: "קדושים תהיו" – "יכול כמוני" – פון די פסוק קדושים תהיו איז משמע אז מען דארף זיך הייליגן ממש ווי דער באשעפער אליין, "תלמוד לומר כי כי קדוש אני – קדושתי למעלה מקדשתכם" – זאגט דער פסוק "כי קדוש אני", אז דער באשעפער'ס קדושה איז העכער פון א מענטש'נס קדושה."

האט זיך רבי חיים געוואונדערט הויך אויפן קול:
"קומט אויס פונעם מדרש אז אויב עס וואלט נישט געשטאנען אין פסוק "כי קדוש אני" וואלט מען זיך טאקע געדארפט הייליגן אזוי ווי דער באשעפער אליין?! - וואס איז די הוא-אמינא פונעם מדרש? - ווי איז דאס מעגליך אז א בשר ודם זאל זיך אזוי הייליגן און צוקומען צו דער מדריגה פון כביכול אליין?

רבי חיים האט אבער גלייך געענטפערט:
"אבער דער וואס האט געקענט רבי שלמה'קע פארשטייט שוין וויאזוי דאס איז מעגליך."
פחד'דיגע ווערטער

אוהבן של ישראל
ביי הרה"ק רבי שלמ'קע זוועהילער זיע"א, האט מען געזען צוויי זאכן וואס פאר א דרויסנדיגער קוקן זיי אויס עטוואס ווי א סתירה אבער באמת קומט דאס געקנופט און געבינדן איינע אין די אנדערע.

די פשטות און ענוה וואס רבי שלמ'קע האט זיך דערמיט אויפגעפירט, איז געגאנגען בד בבד צוזאמען מיט די אויסטערלישע מופתים וואס האבן זיך דארט געוואלגערט אונטערן טיש, אויף א מבהיל'דיגע אופן וואס מען קען זיך נישט פארשטעלן.

דער אמת איז אבער אז ביידע זאכן זענען געקנופט אין געבינדן. דער יסוד דערפון איז "אהבת ישראל". די אויסטערלישע אהבת-ישראל וואס ר' שלמ'קע האט פארמאגט צו יעדן איד, ווי אזוי ער איז אויסגעגאנגען פאר א אידיש נפש, ווי אזוי ער האט סובל געווען אלע צובראכענע און פארווייטאגטע אידן.

דאס איז דער סוד ווי אזוי ער האט געפראוועט אויסטערלישע מופתים, און געברענגט פאר אידישע קינדער רפואות און ישועות אויף אן אופן וואס איז למעלה מדרך הטבע און העכער השגות האנושי.

עס איז באקאנט אז אויפן זעלבן ארט פון קדושה איז שורה אלע השפעות טובות. די אפענע מופתים וואס ער האט באוויזן זענען געווען א שם דבר, און דורך זיינע ברכות און תפילות האט ער געברענגט אויף כלל ישראל
ישועות, רפואות, און אלע הצטרכות.

במקום גדולתו, שם אתה מוצא ענוותונתו.

אפענע מופתים
טראצדעם וואס ר' שלמ'קע זי"ע האט זיך קיינמאל נישט ארויסגעשטעלט אין די עפנטליכקייט און זיין גאנצן לעבן האט געוויזן פשטות און ענוה, פארט איז ער געווען דער מנהיג אויף וועמען ערליכע אידן אין ירושלים האבן ארויפגעקוקט, ווען איינער האט געהאט א פראבלעם איז די אדרעס געווען ביי ר' שלמ'קע; ווען א איד האט געדארפט א ישועה, איז ער נאטורליך געקומען צו ר' שלמ'קע און זיך פאר אים מזכיר געווען.

ירושלימ'ער אידן ווייסן צו דערציילן אז עס איז כמעט נישט פארהאן קיין שטוב וועלכע איז נישט געהאלפן געווארן דורך א מופת פון רבי שלמה'קע. זיין איבערוועלטיגנדער רחמנות אויף יעדן נפש האט אים נישט געלאזט צוקוקן ווי א איד איז בצער, און ער האט באלד אויסגע'פועל'ט פאר אים א ישועה פון הימל. אז א איד האט זוכה געווען צו א ברכה פונ'ם זוועהיל'ער רבי'ן, איז ער געווען פארזיכערט מיט א ישועה.

אויב האט א סוחר אין תל-אביב באשטעלט סחורה פון ענגלאנד, און געזען אז די סחורה וואס ער האט באשטעלט איז צופיל און עס וועט נישט אויסגיין, איז ער גראד געקומען צום צדיק זיך דורכרעדן. דער צדיק האט אבער געזען מיט זיינע ווייטע אויגן אז דער איד האט גאר צו ווייניג און אים געהייסן באשטעלן נאך, בשעת ווען דער איד באוואונדערט דער מאדנע שריט וואס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אלס קריטיש וויכטיג.
אויב איז געקומען אמאל א בחור זיך דורכרעדן איבער א שידוך וואס מען טראגט אים אן, האט דער צדיק מיט זיינע ווייטע אויגן אים תיכף געענטפערט "דיין זיווג איז נישט דא, זי איז דא געווען נעכטן ביינאכט און זי ווארט אויף דיר..." דער שידוך איז טאקע געווארן און זיי האבן אויפגעשטעלט א ערליכע אידישע שטוב לה' ולתורתו.

אזוי האט דער רבי פארמאגט ווייטע אויגן און געזאגט פאר יעדן וואס ער האט צוטון באקספליריה המאירה.

הוא אמר ויהי
אין שטעטל זוועהיל איז געווען א פרוי וועמען מען האט אנגערופן "יענטע די שניידערן". ליידער האט זי נישט זוכה געווען צו האלטן אן אייגענע קינד אין אירע הענט, און זי האט זיך שטארק מצער געווען דערויף. איז זי געקומען צו ר' שלמ'קע זיך אויסוויינען אויף איר צרה, נאכן איר אויסהערן האט ר' שלמ'קע איר צוגעזאגט געהאלפן צו ווערן מיט זרע של קיימא.

די ברכה פון צדיק איז טאקע מקוים געווארן און צום יאר האט זי געהאט א יונגל.

עטליכע חדשים נאכן געבורט, איז די פרוי געקומען מיט א בהלה צום רבי'ן אז דאס קינד נעמט נישט אריין אין מויל גארנישט און עס איז פאראן א גרויסע סכנה פארן עקזיסטענץ פונעם קינד.

דער רבי האט דאן ארויסגענומען א ספר משנה-תורה, און געהייסן אז מען זאל געבן פארן קינד א רויע איי. די פרוי האט זיך אבער אפגערעדט אז דאס קינד קען נישט ארייננעמען אין מויל גארנישט, און ווי אזוי קען מען איר געבן א רויע איי.

הערנדיג דאס האט דער רבי באפוילן אז מען זאל ברענגען דאס קינד צו אים. ער האט דאן גענומען פיטערן דעם קינד א טראפ נאך א טראפ, ביז דער קינד האט אויפגעגעסן א גאנצע איי.

איבריג צו זאגן אז דער קינד האט געהאט א גאנצע ישועה און געזונט געווארן כאחד האדם.

אין מלחמה קעגן די דייטשן
א באזונדערע פרק דארף באטאנט ווערן איבער דער צווייטער וועלט מלחמה.

וואס דארט האט זיך אפגעטאן איז א סוגיא שלימה וואס מען ווייסט מער נישט ווי יא. אבער די וואס האבן זיך געקלאמערט ארום דער צדיק האט געוויסט אז ידיו רב לו אין ראטעווען ארץ-ישראל פון די נאצישע נעגל.

אין יענע צייט האבן די מקורבים באמערקט ווי אזוי דער רבי פאסט תעניתים און סיגופים, גאנצע נעכט איז ער אויף געווען פראווענדיג תיקון-חצות. שעות לאנג פלעגט ער דעמאלס שטיין בדביקות עצומה, נישט רירנדיג קיין אבר. מען האט באמערקט אז עפעס ערנסט טוט זיך אפ ביים רבי'ן.

"ארץ ישראל תהיה לפליטה" האט דער רבי געהאלטן אין איין זאגן, "די נאצישע נעגל וועלן נישט אנרירן ארץ-ישראל!" פאר אנדערע אידן האט דער רבי געזאגט ווען עס האט זיך אנגעהויבן זען די שווערע לאגע אין די וועלט: "אפילו אויב עס וועט אויסברעכן א מלחמה, וועט אין ארץ-ישראל גארנישט פאסירן, אין ירושלים זיכער נישט".

אזוי ווייט איז רבי שלמ'קע געווען זיכער מיט זיין מיינונג, אז אפילו ווען מען איז אמאל געקומען מיט א בהלה איז די דייטשן האבן באמבאדירט תל-אביב, האט זיך דער רבי אנגערופן "שקר, מען האט נישט באמבאדירט, נישט אמת."

שפעטער האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט אז עס איז געווען פאלשע שמועות וואס האבן זיך ארומגעדרייט אן קיין שום גרינט.

עס איז וויכטיג ארויסצוברענגען אז מען האט דעמאלס געהאלטן אין די צייטן וואס די דייטשן האבן זיך אלס פאראויס גערוקט מיט א שנעלקייט אויף זייער וועג קיין ארץ-ישראל און עס האט אויסגעקוקט אז פריער אדער שפעטער וועלן זיי אריינקומען קיין ארץ-ישראל. עס האט נישט אויסגעקוקט אז עפעס קען זיי צוריקהאלטן דערפון.

אט איז וואס איינע פון די משמשים האבן דערציילט פארן ירושלימ'ער רב, הרב דושינסקי זצ"ל:
"עס איז געווען אין יאר תש"ג, יענע טעג ווען אידן אין ארץ-ישראל זענען געווען אונטער די אנגעצויגנקייט אז אט אט קומט דער דייטש אריין אין הייליגן לאנד. עס האט געהערשט א שרעקליכע סכנה פאר אלע אידן.

"רבי שלמ'קע זוועהילער פלעגט גאנצע נעכט שטיין בדביקות אויף איין ארט, עס איז געווען מבהיל'דיג דאס צוצוקוקן.

"איין נאכט איז דאס געווען, א שרעקליכע אנגעצויגנקייט האט געהערשט אין אלע גאסן, שמועות זענען ארומגעגאנגען אז די נאציס נעמען איין לאנד נאך לאנד און זיי רוקן זיך מיט א דראסטישע שנעלקייט קיין ארץ-ישראל.

"איך האב מורא געהאט אויפצווועקן דעם רבי'ן פון זיין דביקות און אים מיטטיילן וואס עס קומט פאר, אבער איך האב פארט געשפירט פאר וויכטיג אז דער רבי זאל וויסן פון דער מצב און סכנה וואס הערשט אויף יושבי ארץ-ישראל. וואס האב איך געטאן? – איך האב גענומען א האמער און אנגעהויבן האקן, כדאי דער רבי זאל זיך אויפוועקן פון זיין דביקות.

"אינמיטן נאכט, ווען דער רבי איז שוין געשלאפן נאך א שווערע נאכט פון הייליגע עבודות, פלוצלינג הער איך דער רבי מירמלען אין שלאף "דער אויבערשטער איז מקדים רפואה למכה, נאך אביסל וועלן די אמעריקאנער אריינקומען קיין בערלין, פון די אנדערע זייט וועלן קומען צו גיין די רוסן, און עס וועט זיין א ישועת השם."

"אזוי האט טאקע פאסירט, ווען ביז א קורצע צייט האט זיך געענדיגט די מלחמה, גענוי אויף דער וועג ווי אזוי דער רבי האט פאראויס געזאגט פון שלאף."

אינטערעסאנט צו באמערקן אז אינעם זעלבן טאג וואס די וועלט האט געפייערט די נצחונות קעגן די נאצישע רעזשים, איז דער צדיק רבי שלמ'קע נסתלק געווארן. כ"ו אייר איז דעמאלס אויסגעפאלן אין די פינפטע אין מאי, דעמאלס וואס דער דריטער רייך איז געפאלן.

דער צדיק האט אויסגעקליבן צו זיין א כפרה פאר כלל ישראל בדורו.

אשככבתיה דרבי
די פטירה פון הרה"ק רבי שלמ'קע זוועהילער זי"ע איז צוגעגאנגען אויף א הפלא'דיגע אופן.

ביי זיין פטירה האט מען געזען דאס וואס עס שטייט אין ספרים, אז א צדיק איידער ער ווערט נסתלק מאכט ער א סך-הכל אויף זיין גאנצן לעבן. ביי רבי שלמ'קע האט מען דאס געזען ממש מיט אן אפנקייט, ווי אזוי ער האט אינזינען געהאט אז דער וועלט זאל ווייטער געניסן פון זיין צדקות און מופתים, אפילו ער וועט זיך נישט געפינען בעלמא הדין.

עס לאזט זיך זאגן אז פון די גאנצע גדלות פון רבי שלמ'קע, איז דער נקודה דער מערסעטע ווינדערליך ווי אזוי ער האט דאס געטאן בחיים חיותו און זיכער געמאכט שלא ייבוש המעיין ולא יפסק האילן.

כל ימיו האט דער צדיק זיך אויפגעפירט בקדושה ובצניעות, נישט ארויסווייזנדיג קיין שום מאס פון שררה און הנהגה. דאס איז בכלל נישט געווען זיין מהות און רצון, פארקערט: ער האט מואס געווען דערין בכל התכלית המיאוס און אנטלאפן דערפון כמחתוי קשת.

די לעצטע יאר פון זיין לעבן עלי אדמות, האט ר' שלמ'קע אנגעהויבן טון און בויען א ישיבה, א זאך וואס איז לגמרי נישט געווען זיין מהות. קיינער האט נישט פארשטאנען פונקטליך וואס עס ברענט דעם רבי'ן א ישיבה און דער ציל פארוואס ער וויל אויפשטעלן מוסדות.

פאר עטליכע מקרבים האט זיך ר' שלמ'קע דאן אויסגעדרוקט: "מיין ברען, מיין רצון, מיין הארץ איז א ישיבה".

עס זענען פאראן פיל צדיקים וואס טוען אויף פאר אידישקייט און בויען אהלה של תורה, ישיבות און מוסדות פאר אידישע קינדער. אבער ווער עס האט געקענט ר' שלמ'קע האט פארשטאנען אז דאס איז נישט זיין מהות. זיינע ארומיגע האבן פארשטאנען אז די גאנצע ישיבה אין וואס ער האט זיך אריינגעלייגט איז העכערע זאכן אין וואס מיר קענען נישט פארשטיין.

בכלל איז דאס געווען דעמאלס פון די ערשטע ישיבות אין ירושלים, עס איז נאכנישט געווען א דעהערבארע זאך וואס מענטשן זאלן פארשטיין און דערהערן די וויכטיגקייט דערפון.

קיינער האט עס נישט פארשטאנען וואס איז דער ציל פון רבי שלמ'קע.

עס איז נישט דורך קיין לאנגע צייט און רבי שלמ'קע איז קראנק געווארן, בשעת אידן האבן אנגעהויבן איינצורייסן רחמי שמים לרפואתו. דער מצב האט זיך שטארק פארערגערט און וואס א טאג שפעטער איז עס געווארן קריטישער און קריטישער.

הארט איידער רבי שלמ'קע איז נסתלק געווארן מעלמא הדין, האט ער אפגעשריבן א בריוו, וואס האט געזאלט דינען אלס צוואה פאר כלל-ישראל.

אין דער בריוו האט רבי שלמ'קע געשריבן אזוי:
"אהיה להם למליץ טוב, לכל מי שיסייע למוסדותי, בעולם הזה ובעולם הבא."

דער ווייטער בליק
נאך זיין פטירה האבן אידן אין ארץ-ישראל בכלל און די אנהענגער פון רבי שלמ'קע בפרט, פארשטאנען די כוונה פון רבי שלמ'קע מיטן אויפשטעלן מוסדות, א זאך וואס האט לגמרי נישט געשטימט מיט זיין איידעלע התנהגות און צוגאנג.

ירושלמ'ער אידן האבן זיך געפילט פאר'יתומ'ט נאך וואס דער גרויסער צדיק איז נסתלק געווארן לבית עולמו, מענטשן וואס האבן געוואלט זיך דורכרעדן געוויסע ענינים, עצות און ברכות, האבן זיך געפינען אין א פארלעגנהייט, וויבאלד זייער רבי און מנהיג איז שוין נישטא געווען.

אבער מיט די צוואה פון רבי שלמ'קע האבן אידן געשפירט א טרייסט. אידן האבן אנגעהויבן זען אפענע ישועות דורכ'ן שטיצן די מוסדות פון רבי שלמ'קע, די ישיבה און די כולל. אין ירושלים איז שטארק אנגענומען די סגולה פון געבן געלט פאר רבי שלמ'קעס מוסדות און דורך דעם זען ישועות למעלה מדרך הטבע.

ויהי בעלותו השמימה
אינעם טאג פון כ"ו אייר שנת תש"ה לפ"ק איז נסתלק געווארן דער צדיק וקדוש, רבי שלמ'קע מזוועהיל זי"ע.

בשעת די הסתלקות זענען געווען דארט פארזאמלט רבנים און פון די חשוב'סטע אידן אין ירושלים. צווישן זיי איז אויך געווען הגה"ק בעל שומרי אמונים זי"ע. אינמיטן האט ער הויך אויסגעשריגן צו אלע פארזאמלטע:
"אלע אנוועזנדע זאלן שנעל מהרהר זיין בתשובה שלימה, ווייל דער זלאטשובער מגיד מיט די גאנצע פמליא געפינען זיך יעצט דא..."

הארט איידער יציאת נשמה, האט רבי שלמ'קע זיך גראד געמאכט די פיאות און די בארד, כאילו ער גרייט זיך אויף עפעס. דאן האט ער צוריקגעגעבן זיין נשמה ליוצרו.

בשעת די טהרה האט זיך געפינען אויפן ארט הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב זי"ע, און האט געפרעגט די אנוועזנדע צי זיי שפירן א רח פון בשמים. יעדער איינער וואס האט זיך דארט געפינען האט דאן געשמעקט א רח פון בשמים.

רבי שלמ'קעס דירה
עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז די שטוב פון רבי שלמ'קע זוועהילער זי"ע, דארט וואו ער האט געוואוינט און געפירט זיין ווירטשאפט, איז געווארן אן ארט וואו אידן זעען כסדר ישועות און רפואות.

וואס איז אזוי אויסטערליש אין רבי שלמ'קעס דירה? – אט הערט.

די דאזיגע דירה האט רבי שלמ'קע אליין געבויט. דאס איז געווען אין די ערשטע יארן ווען ער האט זיך געפינען אין ארץ-ישראל, דעמאלס ווען ווייניג מענטשן האבן געוויסט צו זאגן איבער די גרויסקייט פון רבי שלמ'קען.
רבי שלמ'קע האט דעמאלס געגאסן די יסודות אויף דעם ארט – די נידעריגסטע ארט אין ירושלים, אליין זיך גענומען די מיה צו בויען דעם נידעריגן דירה וועלכער שטייט נאך עד היום הזה.

מענטשן זענען דאן געשטאנען און זיך געוואונדערט אויב דער בנין וועט נאך אמאל ארויסקומען א זאך. דען ווי אזוי איז מעגליך פאר א פשוט'ער מענטש צו בויען אליין א בנין, אן קיין הילף פון ספעציאליסטן אין דעם?

אבער רבי שלמה האט געבויט טאג נאך טאג, ביז עס איז געשטאנען דער בנין על מכונו.

אפילו שפעטער, ווען רבי שלמ'קע איז שוין געווען ברייט באקאנט אין ירושלים, און זיינע מקורבים האבן אים געוואלט צושטעלן א באקוועמערע פלאץ אין ירושלים, פון וואו ער זאל פירן זיין הויף, האט ער בשום-אופן נישט געוואלט. ער האט געוואלט בלייבן אויף דעם ארט וואס ער האט אליין געבויט.

אין ירושלים איז איינגעפירט, ווען א איד ברויך אנצוקומען צו א ישועה אדער רפואה, דאן מאכט מען א מנין תהילים אין דירה פון רבי שלמ'קע (היינט איז דאס א חלק פון די מוסדות וואס רבי שלמ'קע האט אויפגעשטעלט). מען זעט דארט פארשידענע ענינים און מופתים.

נאך די פטירה פון רבי שלמ'קע, האט איבערגענומען זיין זוהן – הרה"ק רבי גדליה משה מזוועהיל זי"ע, וועלכער איז געווען רבי בלויז עטליכע יאר. נאך אים האט ממשיך געווען בנו רבי מרדכי מזוועהיל זיע"א, און דערנאך זיין זוהן רבי אברהם זיע"א, וואס אין זיין צייט איז מוסדות זוועהיל געשטיגן און זיך פיל פארגרעסערט.

פארגאנגענעם יאר האט זוועהיל פארלוירן איר באליבטע רבי און מנהיג – רבי אברהם זי"ע, און זיין זוהן האט איבערגענומען דעם בענקל און ממשיך געווען חסידות זוועהיל. כ"ק האדמו"ר רבי שלמה שליט"א האט איבערגענומען די ישיבה און די מוסדות, מיסודו של הרה"ק רבי שלמ'קע מזוועהיל זי"ע. און מיט אויסערגעווענליכע סוקסעס באוויזן מדריך צו זיין די חסידים וועלכע שפירן א שטארקע צוגעבינדנקייט צו זייער רבי און מנהיג.

זיין גרויסן זכות זאל מגין זיין פאר אלע וואס וועלן ארויפגיין אויפן פעלד און בכלל פאר די וואס גייען אין זיינע דרכים און שטיצן זיינע מוסדות און פאר גאנץ כלל ישראל.
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

זייער שיין און אינפארמאטיוו
א גרויסען ש'כח
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

זייער שיין אראפשריבן דיין ליקוט,
מ'זאגט גרויסע זאכן איבערן גיין צו זיין קבר.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

מען קען יעצט מיטהאלטן א לייוו האק-אפ פונעם טיש אין ירושלים, אויף קול מבשר, דער לייוו האקאפ אפטיילונג
פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיבער מעסטער »

אויף קול מבשר האב איך געהערט יעצט אן אדעוורטייזמענט אז הרה"ק ר' שלומ'קע זוויהילער זי"ע האט צוגעזאגט אין זיין צוואה אז ווער עס וועט העלפן זיינע מוסדות אהי' לו למליץ בזה ובבא,

אפשר קען איינער ברענגען מער פרטים דערוועגן, האט ער בכלל געהאט מוסדות??? וואס הייסט שטיצן זיינע מוסדות, וויפיל זוויהילער מוסדות איז היינט דא??? האט ער עס געזאגט אדער געשריבן בכתב?
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

אין די לעצטע יאר פון רבי שלמ'קע האט ער מייסד געווען א ישיבה, שפעטער האט זיך פארגרעסערט מוסדות זוועהיל אויף אלע פראקציע, תלמוד-תורה ישיבה קטנה וגדולה, מיידל סקול, כוללים, בתי מדרשים ועוד.

פיר און צוואנציג שעה איידער ער איז נסתלק געווארן, האט ער אפגעשריבן א בריוו וואו ער שרייבט "אהיה לו למליץ בזה ובבא, לכל מי שייסייע למוסדותי". זיינע מקורבים האבן געזען דערין א צוואה, ווייל ווי באקאנט האט רבי שלמ'קע באוויזן אפענע מופתים אין זיין לעבן, און דורך דער צוואה האט עס געזאלט דינען אלס קוואל אז זיינע מופתים וועלן ווייטער אנהאלטן אויך נאך זיין פטירה, און דורכ'ן שטיצן זיינע מוסדות וועט ער מאכן די זעלבע מופתים פון יענע וועלט.

דאס איז די מעשה.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זייער שיין באשריבן ר' זיס.

וויאזוי קען מען מנדב זיין פאר זיינע מוסדות?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

א מיידל שול, אוואו און ווען ?

די ת"ת האט מען לפי ידיעתי פאר-מאכט אן הייב יאהר.

די ישיבה ווייס יאך אויך נישט צו עס עקזעסטירט נאך.

וואס יא, דער הערליכער בנין שטייט נאך, געבויט דורך רבי גדליה משה שליט"א.



נ"ב, יאך האב עס נישט געשריבן ביז אצינדער, כדי נישט שאדן מאכן פאר זיס זיינע פינאנציעלע אינטערעסן.
ועמך כולם צדיקים
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

ביקסאד, איך ווייס נישט פון וואנעט איר נעמט אייער אינפארמאציע, אבער כפי ידיעתי איז פאראן א מיידל שולע, א געהעריגע תלמוד-תורה וואס שטייט אויף פעסטע יסודות, טאקע אין דעם בנין וואס ר' גדליה משה האט געבויט. א ישיבה איז אויך פאראן גאנץ א גרויסע מיט קרוב צו הונדערט בחורים.

נאך עפעס?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

דעם בנין האט מען אן הייב יאהר פאר-דונגען פאר עץ חיים.

מילא, איז טאקע דא א ת"ת און אין דעם בנין, אבער די ת"ת געהער נישט פאר זוועהיל.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

לגבי דעם צו ר' שלמ'קע האט געהאט א ישיבה.
דעם שבת האב איך געזען אין אלפסי'ס ביכל 'החסידות מדור לדור' אז ר' שלמ'קע האט געהאט א ישיבה אינדערהיים אין זוועהיל פון מאות תלמידים.
אויב דאס האט שייכות מיט היינט? לאז איך איבער פאר זיס.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
ראזי
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 14, 2009 12:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראזי »

יעצט אהיימגעקומען פון שולחן הטהור של כ"ק מרן הגאון הק' מזוועהיל צאנז שליט"א, ס'איז געווען זייער דערהובען!
אטעטשמענטס
IMG00374.jpg
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

א שיינע ציבור.
אלעס חסידי זוועהיל?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

דער טיש אין זוועהיל אין ירושלים.

אלף-בית; יא, אלעס חסידי זוועהיל.
אטעטשמענטס
אד''ש על ציון.jpg
טיש יארצייט2.jpg
טיש יארצייט.jpg
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

חלק מהקהל
אטעטשמענטס
חלק מהקהל בטיש.jpg
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

וואס א יאר האט ר' שלאמקע איבערגעלאזט זווהיל ציגיין קיין א"י?
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

יענע צייט איז פארגעקומען די אויפשטאנד אין רוסלאנד. טויזענעטער אידן זענען אנטלאפן פון דארט.

ס'מוז נישט זיין אז דאס איז די סיבה, ס'קען זיין אז ער האט פשוט געוואלט ארויפגיין ארץ ישראל דינען דעם אייבערשטן, אזוי נאך אנדערע ערליכע אידן.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

יאסל האט געשריבן:וואס א יאר האט ר' שלאמקע איבערגעלאזט זווהיל ציגיין קיין א"י?

תרפ"ו
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

יעצט נאכגעקוקט אין ספר 'צדיק יסוד עולם' תולדותיו של הרה"ק רבי שלמה מזוועהיל זי"ע

די סיבה וואס האט געטריבן ר' שלמ'קע ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל איז געווען זיין אייניקעל ר' מרדכי'לע (דער שפעטער'דיגער זוועהילער רבי).
יענע צייט האבן פרייע ווינטן אנגעהויבן צו בלאזן אין רוסלאנד, אסאך בחורים זענען ליידער פארפאלן געווארן צו קאמיניזם.
איין טאג האט ר' מרדכי'לע באגעגענט א גרופע פון זיינע געוועזענע חברים וואס האבן געלענט מיט אים אין ישיבה און זיי זענען געווארן קאמוניסטן, און זיי האבן אים געשלעפט ביי די פיאות.
דעמאלט האט ר' שלמ'קע באשלאסן אז רוסלאנד איז א סכנה פאר אידישקייט און ער גייט ארויף קיין א"י אינאיינעם מיט ר' מרדכי'לע.

======
שטיקל גבאי האקט.
אוי וויי יאסל, איך האב פארשטאנען דיין שאלה פארוואס עפעס האט ר' שלמ'קע באשלאסן צו גיין קיין ארץ ישראל.....
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

אזוי תרפ"ו
איז וואס האט ער שוין דארט איבערגעלאזט?
סאיז שוין דאן כמעט מעגליך געווען צי פירן אן ארגענעזירט אידיש לעבן אינטערן קאמיניסטישען רעזשים
די אנדערע רוסישע רבי'ס האבן שוין אסאך פריער עוקר געווען.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

ער האט איבערגעלאזט זיין זוהן ר' גדלי' משה צו פירן די קהלה ווייטער.
אבער ער איז קורצליך דערויף פארטריבן געווארן קיין סיביר.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

כאב געליינט אמאל אין איינע פון מנחם גץ/מנחם מענדעל ביכער ווי ער באשרייבט אז איינע פון די סיבות וואס האט באוואויגען ר' שלמה'קן צו פארלאזען זעוויהל איז א מעשה ווואס האט פאסירט אז א איד איז אמאל אהיים געקומען שבת צופרי אין געטראפען א גוי גע'פגר'ט ביי אים אין שטוב נישט וואוסענדיג וואס צו טוהן איז ער געגאנגען צו ר' שלמה'קע האט ער אים געגעבן א לעפל טשאלענט ער זאל עס געבן פאר'ן גוי אין דער גוי האט זיך אויפגעשטעלט כאחד האדם אין אהיים געגאנגען אנקומענדיג פאר זיין הויז איז דער גוי געפאלען א טויטער. ביי של"ש האט דער איד פארציילט פאר'ן עולם אז דער גוי איז שוין היינט געשטארבען דאס צווייטע מאל האט די גאנצע שטאט גע'רעש'ט דערפון דאס איז נישט געווען ניחא פאר'ן צדיק האט ער באשלאסן צו פארלאזען די שטאט
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

געליינט ערגעץ ווי אז ר' שלאמקע פלעגט האבן 4 קוויטל שרייבער און א היבשער רעביסטעווע, און דאס אלעס האט ער איבער געלאזט אינטער זיך,
איז לויט די יארן איז מיר עס שווער מקבל צי זיין אז די קאמעניסטן מיט די יעוועסקעס האבן דאס נאך דאן ציגעלאזט 10 יאר אריין און זייער אנטי דת פאלעסי.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

דאס איז טאקע איינע פון די גרויסע פלאים וואס מ'זעהט ביי ר' שלמ'קע.
אין די צייט וואס די באלשעוויקן האבן אויסגעריסן און באראבעוועט אידן און אידישקייט, האבן מעלים עין געווען פון ר' שלמ'קע. ער איז געווען זייער געשעצט ביי אלעמען.
אבער דער מצב איז גארנישט אזוי גרינג געווען מ'האט געדארפט אסאך מסירות נפש אנצוגיין מיט אידישקייט.
(אינפארמאציע פון ספר צדיק יסוד עולם)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
ראזי
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 14, 2009 12:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראזי »

אלף בית האט געשריבן:יעצט נאכגעקוקט אין ספר 'צדיק יסוד עולם' תולדותיו של הרה"ק רבי שלמה מזוועהיל זי"ע

די סיבה וואס האט געטריבן ר' שלמ'קע ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל איז געווען זיין אייניקעל ר' מרדכי'לע (דער שפעטער'דיגער זוועהילער רבי).
יענע צייט האבן פרייע ווינטן אנגעהויבן צו בלאזן אין רוסלאנד, אסאך בחורים זענען ליידער פארפאלן געווארן צו קאמיניזם.
איין טאג האט ר' מרדכי'לע באגעגענט א גרופע פון זיינע געוועזענע חברים וואס האבן געלענט מיט אים אין ישיבה און זיי זענען געווארן קאמוניסטן, און זיי האבן אים געשלעפט ביי די פיאות.
דעמאלט האט ר' שלמ'קע באשלאסן אז רוסלאנד איז א סכנה פאר אידישקייט און ער גייט ארויף קיין א"י אינאיינעם מיט ר' מרדכי'לע.

======
שטיקל גבאי האקט.
אוי וויי יאסל, איך האב פארשטאנען דיין שאלה פארוואס עפעס האט ר' שלמ'קע באשלאסן צו גיין קיין ארץ ישראל.....


שיחת קודש מכ"ק מרן אדמו"ר מזוועהיל צאנז שליט"א
אטעטשמענטס
קונטרס מעיינות החיים
קונטרס מעיינות החיים
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”