ר' דוד ב"ר אברהם קלאפפער, צדיק נסתר - ניו יארק

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

ר' דוד ב"ר אברהם קלאפפער, צדיק נסתר - ניו יארק

תגובהדורך יצמחפורקניה » פרייטאג מאי 30, 2008 5:38 am

ווער ווייסט עפעס פרטים ?


Rabbi Dovid Klaper
April 11, 2008 · No Comments
Tzaddik Nistar (Hidden) of New York City
d. 9 Tishrei, 1935
Beth David Cemetery
300 Elmont Road
Elmont, NY 11003
(Slutzker Synagogue – East Side Torah Center of New York City Section)


http://kevarim.wordpress.com/2008/04/11" onclick="window.open(this.href);return false; ... id-klaper/
צוגעלייגטע
untitled.JPG
untitled.JPG (34.75 KiB) געזעהן 4081 מאל

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג מאי 30, 2008 11:10 am

מען דארף פרעגן ר' יונה לאנדא
ער איז שטארק באהאוועט אין די סארט היסטאריע


(אויב מעגליך טוישן דעם נאמען פונעם אשכול, אויפן נאמען פונעם צדיק, אז כ'זאל עס קענען אריין לייגן אין די מפתח, יישר כח)

אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

תגובהדורך יצמחפורקניה » מיטוואך יוני 04, 2008 4:18 am

נו, קיינער ווייסט גארנישט ?


ווי עס שיינט דארף דאס זיין עפעס גאר אן אינטערסאנטע היסטאריע


אפשר קען איינער כאפען א שמועס מיט ר' יונה לאנדא דערוועגען (איך וואוין נישט אין ניו יארק, איז מיר שווער אנצוקומען צו אים).

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20549
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יוני 04, 2008 8:40 am

ער האט נישט קיין אימעיל אדרעס?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יוני 04, 2008 10:39 am

איך האב געזוכט אויפן ברייטן געוועב און נישט געפונען קיינע שפירן פון דעם צדיק, איך האב אפירגעזוכט א געוויסער ראביי אריה קלאפפער פון מאס. און נאכ'ן אפירקראצן זיין אימעיל אדרעס האב איך אים אנגעפרעגט צו ער ווייסט אדער האט עפעס א שייכות מיט דעם מיסטריעזן צדיק, דערווייל האב איך קיין רעספאנס נישט געקריגען.

(אז דער באשעפער וועט מיק שענקן צייט וועל איך ב"ל פרובירן דורך 'ג'ואיש-ג'ן' און זייער 'רב-סו"ג')

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך יוני 04, 2008 11:06 am

יישר כח ארכעלוג הרב מיללער פארן קראצן בחורין ובסדקין

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20549
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יולי 14, 2009 9:46 am

הרב מיללער, מאי הוה עלה, ווער איז דער צדיק דנן געווען?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 14, 2009 10:19 am

תיקו, אין קול ואין עונה, עדיין לא עלתה ארוכה לשבר בת עמי.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג יולי 14, 2009 10:29 am

גם אני השקעתי מיטב יכולתי ולא עלתה ארוכה,
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג יוני 24, 2010 3:08 pm

קלאפטער קלאפפער גזירה שוה.

עס איז צייט נאכאמאל צו מאכן אביסל ריסוירטש
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » פרייטאג יוני 15, 2012 3:37 am

farshlufen האט געשריבן:הרב מיללער, מאי הוה עלה, ווער איז דער צדיק דנן געווען?
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 15, 2012 9:21 am

שויתי, ביסט אין די גיסטע פון מעלה זיין אשכולות? עס גרעניצט זיך מיט א שאלה פון חיטוטי שכבי.

סתם מעלה גרה זיין אשכולות און ציטירען אלטע תגובות אן די מינדענסטע הוספה, האט נישט קיין זין און פארמיאוסט דאס פלאץ, ובזה יצאתי ידי חובת מחאה על העלאת שאר אשכולות לכבוד ימודה"ל מבלי להוסיף אף מילה אחת.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » פרייטאג יוני 15, 2012 12:18 pm

גערעכט הער מיללער, כ'האב עס נישט געוואלט שרייבן ער זאל נישט מיינען איך האב עפעס פערזענליך אנטקעקען עם.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » פרייטאג יוני 15, 2012 7:02 pm

שוין לאנג וואס יאך קלעהר דער-וועגען אבער יאך האב נישט געוואלט און/אדער געקאנט באשליסן,
דער אמת איז כפי דברי ידידינו הנ"ל אז אן זאכליכע צו-גאבעס האט נישט קיין זינען אפיהר צו ברענגען שטויביגע שנירלעך, פשוט עס קאן גיין אויף די געהירן,
אבער צו-מאל קומט דער-נאך איינע פון די נייע שרייבער און שרייבט צו פרישע ידיעות, לפי זכרוני און מען קאן עס נאך זוכן איז עס נאר א מיעוטא דלא מינכרא,
ווייל אפילו מיט די פאר-געשריטענע זוכעניש אפציע, גייט נישט יעדער אפיהר זוכן טעמעס אויף וואס ער קאן ראגירן און צו-געבן מאוצרו הטוב והמנוצר,
אז איני יודע אם יצא שכרו בהפסידו, מילא אוי לי אם אומר וכו' החרשתי עד כה וקיימתי עד עכשיו שב ואל תאמר, שתיקין באדישתא, דום להוי"ה וגו'
אבל כיון שידידינו העירו בנושא ושלא יאמרו מדשתקי שמע מינה דניחא להו, ושתיקה כהודאה העליתי הרהורי לבי וצדדי האיבעי כפי הנראה בעיני.



שר ארבעת האלפים, שנשארו.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

אפילו בהסתרה שבתוך ההסתרה

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג מאי 18, 2015 5:50 pm

נאך עטליכע יאהר וואס די מיסטעריעזער מציבה פון רבי דוד קלאפפער האט נישט געפונען קיין אנטשיידונג, זענען מיר ענדליך היינט אין די ראמען פון מורשת חכמי אמעריקא בעז"ה ארויסגעקומען מיט אן ערקלערונג איבער וואס שטייט אונטער די "הסתרה" פונעם "נסתר".

די רעדע איז וועגן א קליין פארמירטע מציבה אין די גיגאנטישער בית עולם 'בית דוד' אין עלמאנט נוא יארק, אויף די קרקע פונעם סלוצקער שוהל. די מציבה לייענט זיך ווי פאלגענד: לזכר עולם יהיה צדיק, פ.נ. צדיק חסיד ועניו דגול מרבבה ויחיד בדורו ימים ולילות ישב על התורה ועל העבודה כספו וצדקתו נתו בסתר הנדיב הגדול הידוע בשם -נסתר- זכרו וצדקתו לברכה ר’ דוד ב”ר אברהם קלאפפער נפטר בן ע”ז שנה ט’ תשרי תרצ”ו תנצב”ה.

פון אלעמאל האט די מציבה געצויגן די וואונדער פון יעדער וואס האט עס פערזענליך באזוכט אדער באטראכט אויף א בילד. באזונדער ציהט עס אזא נייגער אין אן עפאכע ווען פריש אפגעפונענע קברים פון 'צדיקים נסתרים' שפראצן אויף חדשים לבקרים. אבער יעדע רעכטדענקענדער מענטש וואס יאגט נישט צו ציען שנעלע מסקנות און האט ניכטערערהייט אפגעלייענט די אויפשריפטן אויפן מציבה האט תיכף געזעהן אז די "נסתר" אויסדרוק באציהט זיך צו זיין אויסטערלישע צדקה אויף א מתן בסתר'דיגער פארנעם.

למעשה ווייסן מיר נאכנישט צופיל וועגן דער איד נאר דאס אז ער איז געווען אן עלנדער מענטש פון דייטשער אפשטאם. זיין פאטער האט געהייסן אברהם און זיין מוטער איידל. געקומען צו די פאראייניגטע שטאטן אום תרס"ד ווי ער האט שטארק מצליח געווען אין זיינע געשעפטן, און לויט ווי עס איז אויפגעשריבן אויף די מציבה האט ער פארברענגט זיינע טעג און נעכט מיט לערנען, ער איז געשטארבן אין עלטער פון 77 יאהר (לויט פארשידענע שריפטן 71 יאהר) אום חודש תשרי תרצ"ו.

ווארשיינליך איז דער איד געווען א נסתר אין זיינע מעשי צדקה וחסד, דעריבער איז א וואונדער וויאזוי זיין אידענטיטעט איז אויפגעדעקט געווארן. אבער וואס אנבאלאנגט זיינע צדקות און ווי דאס איז געווען פארשלייערט פאר לאנגע יאהרן לייענט די אינטערעסאנטע געשיכטע.

אין איינעם א טאג פון יאהר תרס"ה-ו האט צו די ביורא פונעם 'מארגן זשורנאל' צייטונג דערגרייכט אן אומבאצייכנטער קאנווערט מיט אן אינהאלט פון $24 דאללער, דערביי איז אויך געווען צוגעלייגט א צעטל ווי ס'איז געשטאנען א רייע מיט צוועקן און א פונקטליכע באריכט וויפיל מ'זאל צוטיילן פונעם סכום פאר יעדע פון זיי, דער מיסטעריעזער בעל צדקה האט זיך בלויז אנגעגעבן מיט אן אונטערשריפט "אדם". די מארגן זשורנאל באאמטע האבן איינגעהאלטן דעם וואונדערליכער מענשט'נס פארלאנג צוטיילט די געלט לויט די אנגעבליכע אנווייזונגען. איבער א מאנאט צו ראש חודש איז ווידער אנגעקומען א פריש פעקל און פונקט ווי די ערשטע האט עס אויך אנטהאלטן א סומע געלט מיט א רשומה און אן אינטערשריפט פון "אדם".

פאר די קומענדיגע פופצען יאהר צו יעדן ראש חודש אן קיין אפשטעל האט נאכגעפאלגט די זעלבע געשיכטע, אין געוואוסע פעלער האט ער געשיקט די סומע פון עטליכע מאנאטן אינאיינעם. די מארגן זשורנאל באאמטע זענען געווארן די אפיציעלע אגענטורן פארן מיסטעריעזער בעל צדקה. אין לויף פון די צייט איז -ווארשיינליך לויט זיינע דערפאלגן אין ביזנעס- געשטיגן די סומעס געלט און גלייכצייטיג אויך די פארשידענע אינסטיטוציאנעלע און פריוואטע צוועקן. די מארגן זשורנאל אלס א צייטונג האט יעדע מאנאט אפגעדרוקט אונטערן קעפל "אדם דער נסתר שיקט זיין חודש געלט דורך די מארגן זשורנאל צו די פאלגענדע צוועקן" נאכפאלגנדיג די רשומה פון צוועקן מיט די סומעס וועלכע זאלן צוטיילט ווערן פאר יעדן.

דער נאמען "אדם דער נסתר" איז געווארן א נייער פענאמען אין נוא יארק, דער מיסטעריעזער מענטש האט אין דעמזעלבן צייט געטוהן פארשידענע מיטלען אז מ'זאל נישט קענען דערגיין זיין אידענטיטעט, אפילו פאר די מארגן זשורנאל באאמטע וואס האבן מיט ערליכקייט אויסגעפירט זיינע צדקה מיסיעס איז נישט געלונגען איהם צו אנטבלויזן.

אום תרפ"ב איז ער צוליב אומבאקאנטע סיבות פלוצליג פארשוואונדן געווארן פון די ארענע אבער מיט דער צייט איז יא באקאנט געווארן דער אידענטיטעט פון "אדם דער נסתר" אלס אונזער רבי דוד קלאפטער. זיין ריכטיגער אידענטיטעט האט ער טיף באהאלטן אונטער זיין פעסעוודאנים אד"ם וואס נעמט אריין זיין נאמען דוד און דער נאמען פון זיין פאטער אברהם (צו וואס דער מ"ם דארף באשטיין ווייס איך נישט).

ער האט דורך זיינע אויסטערלישע צדקות בסתר פארטיילט טויזנטע דאללארן פאר נויטבאדארפענדע צוועקן, ער איז געווען א מוסטער פון צדקה וחסד פאר די שטאט נוא יארק.

יהא זכרו ברוך
צוגעלייגטע
nister3.gif
nister2.gif
nister1.png
nister1.png (31.6 KiB) געזעהן 2923 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג מאי 18, 2015 6:13 pm

א שמועס וועגן מאכן אין שוהלן א ספעציעלער מי שברך פאר 'אדם דער נסתר' און וועגן די גרויסקייט פון זיין צדקה
צוגעלייגטע
nister4.gif
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11826
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג מאי 18, 2015 8:16 pm

א גרויסן יישר כוח פארן מיטטיילן מיט אונז די שיין שטיקל היסטארי

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג מאי 18, 2015 9:33 pm

א גרויסן דאנק 'בן בוזי'.
וואס איז פשט פון די נדבות פאר 'בית ישראל' און 'מאונט סאיני' שפיטעלער, זענען זיי דעמאלטס געווען אידישע מוסדות וואס האבן גענומען צדקה?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מאי 18, 2015 11:04 pm

געלעגער האט געשריבן:א גרויסן יישר כוח פארן מיטטיילן מיט אונז די שיין שטיקל היסטארי
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9291
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג מאי 18, 2015 11:06 pm

בן בוזי שיין געשריבן, א יישר כח, מיר האבן הנאה געהאט צו לעזן אייער שריפט.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10908
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מאי 19, 2015 12:20 am

יישר כח בן בוזי!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4265
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג מאי 19, 2015 12:46 am

געלעגער האט געשריבן:א גרויסן יישר כוח פארן מיטטיילן מיט אונז די שיין שטיקל היסטארי

זייער אינטרעסאנט.
אויב זיכט מען א רמז אויף 'אדם', אפשר לומר אז דאס איז פון א'יידל ד'וד און אברה'ם (שם אמו, שמו, שם אביו).
הק' איש ימיני

matovu
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 26, 2007 12:08 pm

תגובהדורך matovu » דינסטאג מאי 19, 2015 12:55 am

אויף 13 corner 46 איז דא א גלעזער סטאר
די בעה"ב הייסט דר קלאפפער

אוועטאר
ניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:21 pm

תגובהדורך ניקעל » דינסטאג מאי 19, 2015 1:09 am

יישר כח בן בוזי
סאינטרעסאנט צו וויסען ווי סאך איז דעמאלטס ווערט געווען 24 דאלער לויט די היינטיגע געלט

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16828
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מאי 19, 2015 1:30 am

ניקעל האט געשריבן:יישר כח בן בוזי
סאינטרעסאנט צו וויסען ווי סאך איז דעמאלטס ווערט געווען 24 דאלער לויט די היינטיגע געלט

מער פון $411
א גרויסן דאנק הער ביזי פאר די וואונדערליכע אנטפלעקונג


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט