רבי מאיר מפרעמישלאן זצ"ל - כ"ט אייר תר"י

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 3:38 pm

י"א אז הרה"צ ר' שמחה רובין זצ"ל אדמו"ר מסאסוב אין לאנדאן, איז געווען א פרעמישלאנער אייניקל
והא לך סדר היחוס
רבי שמחה רובין זצ"ל
חתן הרה"צ ר' דוד העשיל (פלאם) מאפטא זצ"ל (נפ' בעת אפיית מצות י' ניסן תש"ג בעיר פילאדעלפיע ושם מנו"כ)
בן הרה"ק רבי שלום פלאם זיע"א (נלב"ע כ"ט אדר תר"ס ומנו"כ בבעלזא)
בן הרה"ק רבי דוד פלאם זיע"א (נלב"ע ל' תשרי תרמ"ד ומנו"כ בבעלזא - הוא היה חתנו של הרה"ק רבי אלעזר מבעלזא בן הרה"ק מרן השר שלום זיע"א)
בן הרה"ק רבי שלמה פלאם זיע"א (בן הרה"ק רבי דוב בעריש אב"ד אלעסק שהיה (סגי נהור ו)איש פלא ובעל רוה"ק גדול - בן הרה"ק רבי שלמה מלוצק בעמח"ס דברת שלמה))
חתן רבי צבי
בן הרה"ק רבי מאיר מפרומישלאן זיע"א
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אליעזר לאנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:42 am

ר' מרדכי אריה מפרעמישלאן

תגובהדורך אליעזר לאנדא » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 7:31 pm

ווער איז דאס געוועהן ר' מרדכי אריה מפרעמישלאן אן איינקיל פון ר' מאיר מפרעמישלאן ? מה טיבו און ווען איז ער אוועק ? פון אביסעל זוכען טרעף איך גארנישט איבער איהם

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 9:58 pm

אליעזר לאנדא האט געשריבן:ווער איז דאס געוועהן ר' מרדכי אריה מפרעמישלאן אן איינקיל פון ר' מאיר מפרעמישלאן ? מה טיבו און ווען איז ער אוועק ? פון אביסעל זוכען טרעף איך גארנישט איבער איהם

לבית 'מויער', ויש אשר נקרא 'מייער', פון די מועט פון אייניקליך פון ר' מאיר'ל בן אחר בן (ועפ"ז תמצא קצת עליו בספריו של אלפסי וכו')

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 9:59 pm

הסרפד האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:ווער איז דאס געוועהן ר' מרדכי אריה מפרעמישלאן אן איינקיל פון ר' מאיר מפרעמישלאן ? מה טיבו און ווען איז ער אוועק ? פון אביסעל זוכען טרעף איך גארנישט איבער איהם

לבית 'מויער', ויש אשר נקרא 'מייער', פון די מועט פון אייניקליך פון ר' מאיר'ל בן אחר בן (ועפ"ז תמצא קצת עליו בספריו של אלפסי וכו') - אויב מיינט איר דעם ערשטן מיט דעם נאמן (איך מיין אס עס זענען געוועהן מער - איז דאס בן בנו ממש).

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דינסטאג דעצמבער 10, 2019 7:40 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:י"א אז הרה"צ ר' שמחה רובין זצ"ל אדמו"ר מסאסוב אין לאנדאן, איז געווען א פרעמישלאנער אייניקל
והא לך סדר היחוס
רבי שמחה רובין זצ"ל
חתן הרה"צ ר' דוד העשיל (פלאם) מאפטא זצ"ל (נפ' בעת אפיית מצות י' ניסן תש"ג בעיר פילאדעלפיע ושם מנו"כ)
בן הרה"ק רבי שלום פלאם זיע"א (נלב"ע כ"ט אדר תר"ס ומנו"כ בבעלזא)
בן הרה"ק רבי דוד פלאם זיע"א (נלב"ע ל' תשרי תרמ"ד ומנו"כ בבעלזא - הוא היה חתנו של הרה"ק רבי אלעזר מבעלזא בן הרה"ק מרן השר שלום זיע"א)
בן הרה"ק רבי שלמה פלאם זיע"א (בן הרה"ק רבי דוב בעריש אב"ד אלעסק שהיה (סגי נהור ו)איש פלא ובעל רוה"ק גדול - בן הרה"ק רבי שלמה מלוצק בעמח"ס דברת שלמה))
חתן רבי צבי
בן הרה"ק רבי מאיר מפרומישלאן זיע"א

ווייסט איינער צו דאס איז קראנט?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אליעזר לאנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:42 am

תגובהדורך אליעזר לאנדא » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 7:08 pm

הסרפד האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:ווער איז דאס געוועהן ר' מרדכי אריה מפרעמישלאן אן איינקיל פון ר' מאיר מפרעמישלאן ? מה טיבו און ווען איז ער אוועק ? פון אביסעל זוכען טרעף איך גארנישט איבער איהם

לבית 'מויער', ויש אשר נקרא 'מייער', פון די מועט פון אייניקליך פון ר' מאיר'ל בן אחר בן (ועפ"ז תמצא קצת עליו בספריו של אלפסי וכו') - אויב מיינט איר דעם ערשטן מיט דעם נאמן (איך מיין אס עס זענען געוועהן מער - איז דאס בן בנו ממש).

וואונדער (ערך ר' מאיר מפרעמישלאן) און אלפסי ווייסען נאר צו זאגען אז ער איז געוועהן א זוהן פון ר' צבי און א איידעם ביי ר' משה (השני) מזוועהיל (אין שם ושארית שטייט אויך אז ר' משה מזוועהיל האט געהאט א איידעם ר' מרדכי אריה בן (!) ר' מאיר מפרעמישלאן, ווייסט מען און זעווהיל פון דעם?) און גארנישט מער, בערך ר' אברהם פרנקל רעכנט אויס וואונדער דריי קינדער ר' אברהם ר' מאיר און ר' צבי

אין ח"ו ברענגט ער א ר' מרדכי אריה מאהר בן ר' חיים אברהם ונכד ר' מאיר מפרעמישלאן אדמו"ר בלבוב בתרצ"ב, איז דאס א צווייטע אדער איז עס עפעס א טעות?

איך האב געזעהן שרייבן אז ר' אהרן משה לייפער פון גראסווערדאן איז בזיווג ראשון געוועהן א איידעם ביי ר' צבי ב"ר מרדכי אריה, איז דאס ריכטיג?

אויף JRI אין Przemyslany טרעפט מען

[ MAUER / FEDER ] Moses 1905 B M Markus Leib MAUER Schlomczy FEDER

[ MAUER / FEDER ] Schifre 1907 B F Markus Leib MAUER Schlomcze FEDER

איז דאס ר' מרדכי אריה דנן? ע"פ חשבון אז ער איז געבוירן בחיי זקנו האט ער שוין געדארפט זיין כאטש עטליכע אין פופציג, איז דאס אפשר א זיווג שני?

סוף דבר ווייסט איינער עפעס פרטים איבער ר' מרדכי אריה ומשפחתו?

אליעזר לאנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:42 am

תגובהדורך אליעזר לאנדא » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 7:10 pm

איין זאך האב איך געטראפען, און דער קו' נטיעה של שמחה ב' שטייט אזוי
כי הנה ר' יוסל (צעהנווערט אבי משפחת צעהנווערט בא"י) לא היה לו בנים ל"ע ..ויהי בהגיע ר' יוסל לגיל 69 נפטרה עליו אשת נעוריו, וחשב ר' יוסל לעלות לארץ הקודש ...וכבר ארז מטלטליו ע"מ להעלותם לירושלים, ונסע אל רבו הרה"ק ר' מרדכי אריה, נכדו של הרה"ק ר"מ מפרימישלאן ושטח לפניו תכניתו ומחשבתו, ויען אליו הרבי ויאמר למה תדאג לקבורתך לפני שדאגת על עתידך והעמדת דורות של בנים ובנות ור' יוסל תמה והצביע על זקנו הלבן, וכי בגיל הזה יתחיל לחשוב על בנים, באמרו לרבו הזקן הלבן שלי אמר לי כן, אולם רבו הק' לא נתן לו לעשות כתכניתו ואמר לו, אני אומר לך שתלך ותחפש זיווג הגון עבורך בת בנים ובעזה"י תראה עוד רוב נחת דקדושה, כחסיד וותיק קיבל באהבה ובאמונה פקודת רבו, ופנה אל השדכנים שרצו להציע לו זקנות אלמנות וכד' וביקש שידוך דוקא בת בנים כפקודת הרבי, ואכן לאחר זמן הציעו לו אשה צעירה בתו של הרה"ח ר' יהושע ראקובער ז"ל מקראקא ... ונולד לו ממנה ג' בנות ... ובמסי"נ עלו והתיישבו בירושלים עיה"ק ושם נולד להם הבן זקונים הגה"ח ר' אביש ועוד בת אחת ומשם נסתעפה ונתפשטה משפחת ציינוירט בירושלים עיה"ק.

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 11:37 pm

אליעזר לאנדא האט געשריבן:איך האב געזעהן שרייבן אז ר' אהרן משה לייפער פון גראסווערדאן איז בזיווג ראשון געוועהן א איידעם ביי ר' צבי ב"ר מרדכי אריה, איז דאס ריכטיג?


דעם פרט האב איך זיכער געזעהן, אין חלק התולדות פון ס' ויקהל משה, ארויס געגעבן דורך ר' אהרן משה'ס אייין אייניקל מזו"ש, אבער גענוג נאנט אז מען קען זיך פארלאזן אויף וואס עס שטייט דארט. דארט שטייט אויכעט אז דער ר' צבי ב"ר מרדכי אריה איז געוועהן איין איידים ביי זיין קרוב ר' (ישראל לייב?) פרענקל, גם הוא נכד ר' מאיר'ל.

העלאו
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: רבי מאיר מפרעמישלאן זצ"ל - כ"ט אייר תר"י

תגובהדורך העלאו » פרייטאג מאי 15, 2020 12:46 pm

א לעצטיגע מעשה געהערט פון א איד וואס איז א פאר יאר צירוק געפארען קיין פרעמישלאן און אנקומענדיג דארט האט ער געזעהן די בית החיים איז פארשפארט האט ער נישט געוויסט וואס צו טוען וועם קען ער פרעגן ווי איז די שליסעל עס איז דאך נאר דא גוים ארום וואס ווייסן זיי ? האט ער מחליט געוועהן ער וועט צו גיין צו איינע פון די גוים פרעגן גייט ער צו א גוי וואס איז דעמאלטס אריבער און פרעגט אים אויב ער וייסט וואו איז די שליסעל פון די בית החיים ? זאגט עהם דער גוי וואס הייסט איך בין די שומר פון די בית החיים איך בין יעצט אויפן וועג ארויס פון שטאט פאר א פאר וואכען און דער גוי האט עהם געפענט די בית החיים און ער איז אריינגעגאנגען
ממש א אפענע מופת פונעם רבי ר' מאיר'ל זי''ע

סופרים שטיבל
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 03, 2020 3:38 pm

Re:

תגובהדורך סופרים שטיבל » זונטאג מאי 17, 2020 7:03 am

ידיעות שונות האט געשריבן:א פרשה פאר זיך איז דער התקשרות פון הגאון האדיר ר' שלמה קלוגר צום הייליגן ר' מאיר'ל פרעמישלאנער.

רבי שלמה קלוגר האט געהאלטן א הספד מר לקונן על פטירת אותו צדיק, אפגעשריבן דעם הספד, און עס געדרוקט בחייו.
עין דמעה - מאיר עיני המחכים לסליחתו

דער שער בלאט פונעם ספר רעדט פאר זיך אליין.

"והספד מר הזה הוא על הסתלקות הרב המפורסם הצדיק המקובל אלקי חסיד ועניו מוהר"ר מאיר זלה"ה מפרעמשליין,
והספדתי אותו אני הצעיר שלמה קלוגר, וקוננתי עליו איכה יעיב ה' את בת ציון,
השליך משמים ארץ תפארת ישראל, וקראתי שם הספר על שמו לזכרון נפשו ונשמתו"

מאיר עיני המחכים לסליחתו.JPG



אפשר שרייבסטו אביסל אראפ די התקשרות פון ר' שלמה קלוער
לכל הפחות ברעגג אראפ א ספר וואס שרייבט דערפון

כבוד הרב
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: רבי מאיר מפרעמישלאן זצ"ל - כ"ט אייר תר"י

תגובהדורך כבוד הרב » זונטאג מאי 17, 2020 12:42 pm

איך האב געוואלט וויסען אויב עס דא היינט א בן אחר בן פין הרה"ק רבי ר' מאיר'ל מ'פרימשלען זי"ע ??

סופרים שטיבל
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 03, 2020 3:38 pm

Re:

תגובהדורך סופרים שטיבל » מאנטאג מאי 18, 2020 4:53 am

בני יששכר האט געשריבן:ווען ר' מאיר'ל איז געווען א קינד ער האט זיך געדרייט אין ווייבער שול
און ער האט געהערט אז א פרוי וויינט אין שול נעבן ארון קודש
אז זי איז אן אלמנה און זי האט נישט קיין פרנסה
האט ר' מאיר'ל אראפ געשריגן פון ווייבער שול אז זי זאל בעטן פאר קראנקע מענטשן איו זיי וועלן אויסגעהיילט וווערן אין דורך דעם וועלן מענטשן דיר געבן אסאך געלט און די וועסט האבן פרנסה בהרחוה
און עס איז אזוי געווען יארן וואס זי האט געווינטשן און מענטשן זענען געהאלפן געווארן און זי האט געהאט פרנסה
מיט יארן שפטעטער האט ר' מאיר'ל באקימען און האלטז א אייטער bubble און מען נישט געטראפן א רפואה
האט מען אים געזאגט אז עס דא א פרוי וואס זי ווינטש און מען ווערט געהאלפן
האט ר' מאיר'ל געהייסן מען זאל אריבער רופן די פרוי און הערן פון ווי זי דעם כח צי פון די קדושה אדער חלילה פארקערט
האט זי פארציילט אז זי איז געווען א ציבראכענע אלמנה איז זי אריין אין ביהמ"ד און זי האט געווינט אויף איר מצב און מיטן האט זי געהערט א בת קול אז זי זאל ווינטשן פאר קראנקע און מען וועט געהאלפן ווערן.
האט ר' מאיר'ל זיך זייער צילאכט פון די מעשה ווייל ער האט זיך דערמאנט אז ער האט געמאכט דעם א בת קול
אלץ קליין קינד. און די איידער האט זיך אויף געקראכט פון אזוי לאכן און ר' מאיר'ל האט דורך דעם געהאט א ישועה
זי"ע


קען מען ביטע שרייבן א מקור צו די מעשה

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: רבי מאיר מפרעמישלאן זצ"ל - כ"ט אייר תר"י

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » פרייטאג מאי 22, 2020 5:23 am

נישט פארגעסן שב"ק צו טרינקען לחיים אין די בתי כנסיות.
הונדערט זיבעציג יאהר פון די הסתלקות.
זאל ער זיין א מליץ יושר אויף גאנץ כלל ישראל!


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: nuss18, מה ידידות, מחצה''ק און 2 געסט