בלאט 1 פון 1

ר' יהושע אבד"ק דינוב זי"ע - כ"ג אייר תק"נ

געשריבן: זונטאג מאי 25, 2008 1:03 pm
דורך זיידעניו
רבי יהושע'לע דינוב זי"ע = כ"ג אייר (בערך) תק"נ


הרה"ק רבי יהושע'לע אבדק"ק דינוב זי"ע (בן הרבני איש תם וישר ר' ארי' לייב) איז געווען אין זיין יוגנט א תלמיד פונעם רבי'ן ר' זושא זי"ע און איז אויך געפארן צו אנדערע צדיקים ווי דער רבי ר' מיכל'ע זלאטשוב און דער בארדיטשובער רב, און שפעטער איז ער איז געווארן א תלמיד פון רבי'ן ר' מענדעלע פון רימנוב זי"ע. בערך שנת תק"נ איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין דינוב. דארט האט ער געפירט זיין הייליגע הנהגה לאנגע יארן, חסידים ואנשי מעשה האבן זיך מסתופף געווען בצל קדשו. צווישן זיינע תלמידים איז געווען דער בני יששכר זי"ע וועלכער איז שפעטער אויך געווען רב אין דינוב. און הרה"ק רבי שלמה לייב מלענטשנא. ער איז נסתלק געווארן כ"ג אייר שנת תקע"ד ומנ"כ אין דינוב, וואו אן אהל שטייט אויף זיין קבר. דברי תורה פון אים ווערט געברענגט אין ספר דברים נחמדים פון בני יששכר, אין ספר הנותן אמרי שפר פון הרה"ק רבי ישעי' נפתלי הירץ בהרה"ק רבי דוד'ל דינובער זי"ע פרשת וירא, און ספר תולדות אדם פון הרה"ק מאסטראווא זי"ע בן הרה"ק מלענטשנא).

געשריבן: זונטאג מאי 25, 2008 1:03 pm
דורך זיידעניו
ראשית עריסותיכם חלה דער זכות צו האבן אזא קינד
דער טאטע פון רבי יהושע'לע דינובער, איז געווען א איד מיט'ן נאמען רבי ארי' לייב, ער איז געווען א בעקער אין די שטאט בערטש. ווי אזוי האט א בעקער זוכה געווען צו געבוירן אזא הייליג קינד? אין זכות פון א גרויסע מצוה וואס רבי ארי' לייב מיט זיין חשוב'ע ווייב פלעגן טוהן יעדע וואך. די ארעמע אידן פון בערטש וועלכע האבן נישט געהאט קיין אויווענעס אדער האלץ מיט וואס צו באקן פלעגן ברענגען יעדן ערב שבת זייערע חלות צו ר' ארי' לייב ער זאל דאס אפבאקן פאר זיי. פלעגט זיין ווייב, רבי יהושע דינובער'ס מאמע, צוגרייטן יעדן ערב שבת קודש א שיסל מיט טייג און דערפון צולייגן צו די חלות וואס די ארימעלייט האבן איר געברענגט צו באקן. זי האט געוואלט אז די ארימעלייט זאלן האבן גרעסערע חלות לכבוד שבת. האט מען שפעטער געזאגט אז אין דעם זכות פון אט די מצוה וואס זיי האבן געטוהן באהאלטענערהייט האבן זיי זוכה געווען צו א זון ווי רבי יהושע דינובער.

געשריבן: זונטאג מאי 25, 2008 1:04 pm
דורך זיידעניו
דער שטעקן זאגט עדות
גאר יונג איז רבי יהושע'לע געווען ווען ער האט זיך אנגעהויבן מסתופף צו זיין בצל קדשו פונעם רבי'ן ר' זושא זצ"ל מאניפאלי. געווען איז דאס ווען די עלטערן האבן אים געשיקט לערנען קיין ריביטיטש ביים דארטיגן דיין (די שטעט בערטש און ריביטיטש זענען איינע נעבן די אנדערע, דערנעבן איז די שטאט דינוב), איז אין יענע צייט דער רבי ר' זושא זי"ע אמאל אנגעקומען קיין ריביטיטש. דער רבי ר' זושא איז דעמאלט געגאנגען גלות באהאלטענערהייט, און קיינער האט נישט געוואוסט ווער ער איז. (דעמאלט ווען דער רבי ר' זושא איז געווען אין ריביטיטש האט ער אונטערגעלייגט א שטיין צוקאפנס ביים שלאפן. ווען דער בני יששכר זי"ע איז מיט יארן שפעטער געווען רב איןריביטיטש האט ער אריינגעבויט דעם שטיין ביים שוועל פון בית המדרש. ווען דעם בני יששכר'ס אייניקל דער בלאזשובער רבי זי"ע פלעגט זיין אין ריביטיטש פלעגט ער ביים אריינגיין אין בית המדרש נישט טרעטן אויף דעם שטיין נאר פלעגט זיך אנכאפן אין משמש און אריבערגעטראטן איבער דעם שטיין). די קינדער פון שטאט, וועלכע האבן נישט געהאט קיין אנונג ווער דער פרעמדער ארעמאן איז, האבן זיי זיך געטשעפעט מיט אים.

רבי יהושע ווען ער האט געזען ווי די קינדער טשעפן מיט'ן רבי'ן ר' זושא האט ער זיך אנגענומען פאר אים און נישט געלאזט טשעפן. ער האט זיך דאן מדבק געווען אינעם רבי'ן ר' זושא, און האט פארברענגט מיט אים טעג און נעכט. ווען רבי יהושע'ס עלטערן האבן געהערט אז זייער זון לערנט נישט, נאר פארברענגט מיט עפעס א פרעמדן גאסט גאנצע טעג און נעכט, זענען זיי אריבערגעפארן קיין ריביטיטש און אים צוריק אהיים געברענגט.

אבער די אהבה וואס איז אריינגעפלאנצט געווארן אין אים צום רבי'ן ר' זושא, איז שוין נישט פארלאשן געווארן, עס איז נישט דורך קיין לאנגע צייט און דער קליינער איז אנטלאפן פון דערהיים, און א גאנץ יאר איז ער מיטגעגאנגען מיט'ן רבי'ן ר' זושא וואו ער איז געגאנגען.

איינמאל ווען רבי יהושע דינובער איז געפארן מיט'ן רבי'ן ר' זושא, איז ער א לענגערע צייט נישט געווען אינדערהיים, זיין טאטע איז געווען זייער בייז אויף אים פארוואס ער איז אוועקגעפארן פון דערהיים, ווען ער איז צוריק אהיים געקומען איז דער טאטע פונקט געשטאנען ביים אויוון און געשיבט ברויט. ווען מען האט אים געזאגט אז זיין זון איז אנגעקומען האט ער געכאפט דעם שיבער שטעקן און איז דערמיט ארויסגעלאפן אנטקעגן זיין זון רבי יהושע אים אנצושלאגן. אבער נאך איידער ער האט אים אנגערירט האט רבי יהושע געגעבן א געשריי צו אים: טאטע! מען פילט פון דעם שטעקן אז עס איז נישט גענומען געווארן קיין חלה פון די ברויט! האט דער טאטע געזאגט צו אים: איך וועל גיין פרעגן די מאמע, איז דאס אמת איז גוט, אז נישט וועל איך דיר געבן א דאפלטע פארציע שלעק  איז ער געגאנגען פרעגן די ווייב, האט זי זיך דערמאנט אז זי האט טאקע פארגעסן צו נעמען חלה האט ער שוין געזען אז זיין זון איז נישט קיין פשוט'ער מאן און זינט דאן האט ער אים געלאזט זיך פירן לויט זיין ווילן.

געשריבן: דאנערשטאג מאי 06, 2010 2:06 pm
דורך אפשר
די אוהל און די מציבה פון ר' יהושע מ'דינוב זי''ע

געשריבן: דאנערשטאג מאי 06, 2010 10:44 pm
דורך והוא פלאי
יש פסק שחתום עליו הוא והבנ"י, נדפס בכתבי מהרצ"א מתוך ירחון אחד

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2012 11:02 am
דורך מיללער
עס האט מיר איינער מעורר געווען אז לעצטענס איז עדרוקט געווען א שמועס פון הג"ר ירוחם אלשין מראשי ישיבת לעיקוואוד מיט אדמו"ר מצאנז קל"ב פון אר"י, זאגט דארט ר' ירוחם אז זיי זענען אייניקלעך פון דעם ר' יהושע מדינוב.

ווייסט מען דעם שלשלת היחס? און וואס ווייסט מען איבער די קינדער פון ר' יהושע?

געשריבן: דינסטאג מאי 15, 2012 1:19 pm
דורך שויתי'ניק
היינט די יארצייט, זי"ע ועכי"א

ר' יהושע אבד"ק דינוב זי"ע - כ"ג אייר תק"נ

געשריבן: מיטוואך מאי 30, 2012 6:20 am
דורך חיס
ראה כאן

געשריבן: מאנטאג יאנואר 28, 2013 9:11 pm
דורך fiena nieas
איך בין גראדע אן אייניקל! פון ר׳יהושע

געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:33 pm
דורך זכרון
ווי אזוי איז געווען די משפחה נאמען פון רבי יהושע'לע דינוב'ער זי"ע ?

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 7:05 pm
דורך ויתן לך
איז דא עפעס ידיעות וועגן די איידעם פון רבי יהושע מדינב, רבי משה מאיר הלפרין בן ר' נפתלי הירץ מברזאן
איך האב געזען וועגן די נאמען נאר אין מאיר וואנדער'ס ספרים אן קיין מקור

Re: ר' יהושע אבד"ק דינוב זי"ע - כ"ג אייר תק"נ

געשריבן: מוצ"ש מאי 09, 2020 4:07 pm
דורך סופרים שטיבל
עס איז זיכער אז ער איז נפטר געווארן תק"נ
דא איז מצורף א גליון וואס ער שרייבט תקע"ד
http://beinenu.com/sites/default/files/ ... _34_74.pdf

Re: ר' יהושע אבד"ק דינוב זי"ע - כ"ג אייר תק"נ

געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2020 4:18 am
דורך סופרים שטיבל
מסתמא איז ער נפטר געווארן תקע"ד
אויך זיידעניו האט געשריבן ביי די ערשטע שטיקל אז תק"נ איז ער געווארן רב אויף לאנגע יארן אין דינוב
און ער איז נפטר געווארן תקע"ד
אויף די בילד פון די מציבה שטייט אויך תקע"ד


אפשר האט געשריבן:די אוהל און די מציבה פון ר' יהושע מ'דינוב זי''ע