רבי מרדכי מטשערנאבל זצ"ל - כ' אייר תקצ"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי מרדכי מטשערנאבל זצ"ל - כ' אייר תקצ"ז

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך מאי 14, 2008 12:03 pm

הרה"ק רבי מרדכי, דער טשערנאבלער מגיד, זצוקללה"ה
תק"ל - כ' אייר תקצ"ז

דער הייליגער טשערנאבלער מגיד זצ"ל איז געבוירן געווארן אין יאר תק"ל, צו זיין גרויסער טאטע מרן הרה"ק רבי מנחם נחום זצוקללה"ה דער הייליגער "מאור עינים". די גרויסע נשמה פונעם הייליגן טשערנאבלער מגיד האט דער מאור עינים באקומען במתנה פונעם גרויסן מגיד פון מעזריטש זצוקלה"ה, ווען דער מאור עינים האט ביי א חתונה - וואס דער גרויסער מגיד האט געמאכט - אונטערגעריקט א גאלדענעם רענדל פאר זיין גרויסן רבי'ן כדי ער זאל נישט פארשעמט ווערן אז ער האט נישט וואס צו געבן פאר דרשה געשאנק. דער גרויסער מגיד האט אים דאן געזאגט אז עס וועט ביי אים געבוירן ווערן א נשמה וואס קומט נאר אראפ איינמאל אין טויזנט יאר!

אין יאר תקל"ג, ווען דער טשערנאבלער מגיד איז אלט געווען זעקס יאר, איז ער א חתן געווארן מיט די צדיקת חי' שרה, די טאכטער פון הרה"ק ר' אהרן מקארלין זצ"ל, אזויווי דער גרויסער מגיד האט פאראויס געזאגט. רבי אהרן קארלינער האט שוין דעמאלטס נישט געלעבט, און דער גרויסער מגיד איז געווען דער עומד מצד הכלה, און די מסיבת התנאים איז פארגעקומען ביים גרויסן מגיד אין שטוב. פון די זיווג זענען געבוירן די ערשטע דריי הייליגע זון: הרה"ק רבי אהרן טשערנאבלער, הרה"ק רבי יעקב ישראל מטשערקאס, און הרה"ק רבי משה קארשובער זיע"א. דערנאך איז די צדיקת חי' שרה נפטר געווארן.

אין יאר תקמ"ד האט דער טשערנאבלער מגיד חתונה געהאט בזיווג שני מיט הצדיקת פייגא, די טאכטער פון הרה"ק רבי דוד לאה'קעס, פון די זיווג זענען געבוירן געווארן נאך פינף הייליגע זון: הרה"ק רבי מנחם נחום ממקארוב, הרה"ק רבי אברהם - דער טריסקער מגיד, הרה"ק ר' דוד מטאלנא, מרן הרה"ק רבי איציק'ל מסקווירא און הרה"ק ר' יוחנן מראחמיסטריווקא.

אין יאר תקצ"ז איז דער טשערנאבלער מגיד געפארן לצורך רפואה, צו די שטאט קיוב. אויפ'ן וועג איז זיין הייליגער נשמה ארויף לגנזי מרומים אינעם שטעטל אנאטיווקא, ושם מנוחת כבודו. זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך מאי 14, 2008 12:04 pm

הרה"ק ר' יצחק מראדוויל זצ"ל דער עלטער-שווער פון מרן הרה"ק ר' איציק'ל מסקווירא (בזיווג הראשון) האט אמאל געהערט דאס קלאפן פון די שיך פון דעם הייליגן טשארנאבלער מגיד ארומגיין אין צימער נעבן וואו ר' יצחק ראדווילער איז געזעצן מיט זיין זון, האט זיך הרה"ק ר' יצחק אנגערופן:
"קוק וויאזוי אונזער מחותן [דער טשערנאבלער מגיד] גייט און ער קלאפט מיט די שיך, און מיט א יעדע טריט איז ער מייחד אנדערע יחודים" [ובלשונו הק': "יעדער פאנטאפל אחן אנדערע יחוד"].


הרה"ק ר' ישכר דוב מבעלזא זצ"ל האט געזאגט:
"דער טשערנאבלער מגיד, איז געווען דער רבי איבער אלע רבי'ס אין רוסלאנד".


הרה"ק רבי שמואל מקאמינקא זצ"ל האט געזאגט:
"דער טשערנאבלער מגיד, איז דער "צדיק יסוד עולם".

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך מאי 14, 2008 12:04 pm

הרה"ק רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל פון די הייליגע אכט זון פונעם טשערנאבלער מגיד, שרייבט אין זיין הייליגער ספר "מגן אברהם" אז זיין טאטע דער הייליגער טשערנאבלער מגיד האט אזוי אויסגעלייטערט און דערהויבן זיין גוף, אז זיין גוף איז געווען אזוי הייליג ווי א נשמה, און זיין נשמה איז גאר געווארן א "נשמה לנשמה" וואס דאס איז גאר א הויעכע און אומבאגרייפליכע מדריגה.

און מ'קען צו דעם צושטעלן וואס הרה"ק רבי ישראל מרוזין זצ"ל האט געזאגט:
אסאך צדיקים האבן זיך געבענטשט און געגלוסט זוכה צו זיין אז זייער נשמה, זאל זיין כאטש אזוי אויסגעלייטערט ווי די הייליגע גוף פונעם טשערנאבילער מגיד!

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך מאי 14, 2008 12:05 pm

אינעם ספר ארץ צבי פון הגה"ק רבי אריה צבי פראמער זצ"ל אב"ד קאזיגלוב שטייט געשריבן אז דער טשערנאבלער מגיד האט זיך אמאל אויסגעדריקט אז צוליב זיין גרויסער קדושה וואלט ער געקענט ארויפגיין אין הימל לעבעדיגערהייט און אזוי אריינגיין אין גן-עדן. [נאר ער האט נישט געוואלט ווייזן ביי זיך א מדריגה וואס מען האט נישט געזען ביי אנדערע צדיקים].

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך מאי 14, 2008 12:05 pm

די סקווירא רבי זיע"א האט געזאגט: אז זיין טאטע דער טשערנאבלער מגיד איז אסאך ארומגעפארן צו די שטעט און דערפער פון רוסלאנד, כדי איבערצודרייען די אלע פלעצער וואס זייער מקור איז פון טומאה, צו א מקור פון קדושה.

און דער טשערנאבלער מגיד האט זיך אמאל אליין אויסגעדריקט וועגן זיינע פולע נסיעות מיט'ן פסוק אין תהלים (פה, יד) "צדק לפניו יהלך - דארט וואו די שכינה הק' גייט פאר אים, וישם לדרך פעמיו - שטעלט ער זיינע פיסטריט אהינצוגיין, מתקן צו זיין וואס מען דארף דארט מתקן זיין.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך מאי 14, 2008 12:05 pm

הרה"ק רבי ישראל מרוזין זצ"ל, האט געגעבן א נאמען פאר זיין זון [הרה"ק מהוסיאטין] "מרדכי" פייוויש, נאך זיין פעטער דער הייליגער טשערנאבלער מגיד, ווען דער טשערנאבלער מגיד האט נאך געלעבט, זאגענדיג:
דער עולם וואונדערט זיך אז איך האב געגעבן א נאמען נאכ'ן פעטער, זיי ווייסן נישט אז דער פעטער איז שוין אסאך יארן נישט אויף דעם עולם.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך מאי 14, 2008 12:06 pm

דער טשערנאבלער מגיד האט אמאל מגלה געווען אז זיין נשמה איז מנשמת התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, אזויווי די ר"ת פון זיין הייליגער נאמען איז מ'גלה ר'זין ד'אורייתא כ'בר י'וחאי [ער אנטפלעקט די סודות פון די תורה אזויווי בר יוחאי].

צדיקי הדור האבן גערופן דעם טשערנאבלער מגיד "דער בעל הבית פון די וועלט", ווייל ער האט געהאט א כח מבטל צו זיין וועלכע גזירה ער האט געוואלט. (אזוי ווי ר' שמעון)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך מאי 14, 2008 12:06 pm

הרה"ק ר' משה מסאווראן זצ"ל האט געזאגט אין די עלטערע יארן פון טשערנאבלער מגיד: יעצט קען ער שוין גארנישט בעטן קיין ישועות ביים מגיד, ווייל דער מגיד איז שוין אזוי גרויס ווי א מלאך.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2895
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג מאי 23, 2008 1:56 pm

אט דא זענען די אכט קינדער פון ר' מרדכי'לע מ'טשערנאביל
לויט די סדר האושפוזין
אברהם = הרה"ק ר' אברהם המגיד מ'טריסק זי"ע
יצחק = הרה"ק ר' איציקל מ'סקווער זי"ע
יעקב = הרה"ק ר' יעקב ישרא'ל מ'טשערקאס זי"ע
משה = הרה"ק ר' משה מ'קארסטשוב זי"ע
אהרן = הרה"ק ר' אהרן מ'טשערנאביל זי"ע
יוסף = הרה"ק ר' יוחנן מ'ראמסטריווקא זי"ע (זיין שווער האט געהייסן יוסף, ועוד ר' יוחנן האט געזאגט מזרעא דיוסף אנן, און אט דער צדיק האט געהייסן נאכן תנא ר' יוחנן)
דוד - הרה"ק ר' דוד'ל מ'טאלנא זי"ע
און איין זון וואס האט געהייסן נאך זיין טאטן
הרה"ק ר' נחום מקארוב זי"ע

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2895
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג מאי 23, 2008 1:58 pm

לידוע בעלמא צו מאכן א גוטע סימן
פיר קינדער פונעם ר' מאטעלע האבן יאר געזאגט תורה,
און פיר קינדער האבן נישט געזאגט תורה,
די פיר וואס האבן יא געזאגט תורה, הייבן זיך אן זייער נאמען מיט א ט'
ט'שערנאביל, ט'ריסק, ט'שערקאס, ט'אלנא,
מפי הרב ר' י"ח גר"וו שליט"א

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך מאי 13, 2009 3:31 am

שאץ מאץ האט געשריבן:אט דא זענען די אכט קינדער פון ר' מרדכי'לע מ'טשערנאביל
לויט די סדר האושפוזין

ואהרן עומד וגו'
ועמך כולם צדיקים

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דאנארשטאג מאי 14, 2009 7:35 pm

[quote="שאץ מאץ"]אט דא זענען די אכט קינדער פון ר' מרדכי'לע מ'טשערנאביל

יוסף = הרה"ק ר' יוחנן מ'ראמסטריווקא זי"ע (זיין שווער האט געהייסן יוסף, ועוד ר' יוחנן האט געזאגט מזרעא דיוסף אנן, און אט דער צדיק האט געהייסן נאכן תנא ר' יוחנן)
ב''ה
כבוד השליח ציבור שיחי'
חותן ר' יוחנן שמו הי' ר' פינחס מקאלק מגזע האור המאיר מזיטאמיר וחתן הרה''ק ר' צבי ארי' נ''ע מאליק [[ולא ר' יוסף ]]

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4998
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג מאי 14, 2009 9:28 pm

יוסף ה"ה ר' מנחם נחום ממקארוב ושם חותנו היה ר' יוסף בהרה"ק מלובלין
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אפשר
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

תגובהדורך אפשר » פרייטאג אפריל 30, 2010 10:48 am

די אוהל און די מציבה פון דעם דער טשערנאבלער מגיד, און די שטאט אנאטיווקא.
צוגעלייגטע
2.jpg
2.jpg (39.52 KiB) געזעהן 4479 מאל
1.jpg
1.jpg (29 KiB) געזעהן 4479 מאל

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2772
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג מאי 03, 2010 9:50 am

מקום מנוחת כבודו בכפר אנאטיווקא.

הרה"ק אמר עוד בחיים חיותו "איך וועל מיר אויסקלויבן אין א קליין שטעטעלע, אין א קליין שטיבעלע, מען וועט מיר קיינער נישט אנקוקען".

ופעם בהיותו בכפר אנאטיווקא, שהוא כפר קטן מאד (סמוך לקיוב), בירר אצל התושבים ע"ד הכפר, וכשאמרו לו שהוא קטן כ"כ שאין בו בית תיפלה, אמר "אה, דא קלינגען נישט די גלעקער, דא איז גוט צו שלאפן".

ואכן בחודש אייר תקצ"ז נסע לקיוב לרופא מפורסם, ועל הדרך עצרו באנאטיווקא, ושם נפטר הרה"ק ביום כ' אייר - ל"ה בעומר, ונטמן בביה"ח דשם.

צדיקים התבטאו גדולות ונצורות על קדושת גופו ונשמתו, הם בחיים חיותו, והן לאחר פטירתו.

נשמתו הגדולה:
הרה"ק המגיד הגדול ממעזריטש זצ"ל, כשהבטיח לאביו המאור עינים את נשמת בנו המגיד מטשערנוביל זי"ע (ראה הסיפור באריכות לעיל), אמר לו שהנה נותן לו נשמה היורדת לעולם פעם באלף שנים!
ובכתבי הרה"ק ר' ישראל מטשורטקוב זצ"ל איתא שאמר לו, כי יולד לו בן אשר גופו יהי' קדוש מכל החבורה שיושבים כאן! ורמז בידו על החברייא קדישא.
בנו הרה"ק ר' איציקל מסקווירא אמר שהי' לאביו נשמת רבי שמעון בר יוחאי!
בנו הרה"ק המגיד מטוריסק אמר כי אביו זכה ל"נשמה לנשמה", דהיינו שזיכך את גופו כ"כ עד שהגוף שלו נעשה בבחינת נשמה, ונמצא כי נשמתו היתה נשמה לנשמה מעולם האצילות!

גופו הקדוש:
הרה"ק מרוזין זצ"ל אמר: דער פעטער ר' מאטילע האט געהאט אזא גוף וואס אסאך צדיקים וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן אזא נשמה!
הרה"ק אמר על עצמו כי הי' יכול לעלות לעולם העליון וליכנס לגן עדן בעודו בחיים חיותו ובגופו, אך אינו רוצה לעשות דבר שיהי' יתרון על שאר הצדיקים.

וידוע כי הכהנים לא נמנעו מלעלות לציון קדשו, מאחר שגופו היתה בבחינת נשמה!

מקום מנוחת כבודו הי' ידוע למקום קדשי קדשים. הרבה מסופר על צדיקים וקדושים שבאו להתפלל על מקום מנוחתו בכל עת וזמן, וכמובן במיוחד ביומא דהילולא קדישא.

* * *

כמו בכל מקום קדוש ליהודים, עשו הרשעים הקאמאניסטען גם בביה"ח באנאטיווקא, שעקרו כל המציבות משם, ואיבדו כל זכר שיש כאן מקום קדוש עד למאד.

בשנת תשכ"ב כששלח כ"ק אדמו"ר מסקווירא זי"ע את הר"ר חיים טווערסקי שליט"א אבד"ק טשערנוביל לרוסלאנד, כדי לפנות את קבר אביו הרה"ק ר' דוד'ל מסקווירא זי"ע לביה"ח החדש בקיוב, אמר לו לנסות לברר את מקום מנוחת הרה"ק המגיד מטשערנוביל זי"ע. למעשה לא עלתה בידו למצוא את כפר אנאטיווקא בכלל, וכשהגיע בחזרה אל האדמו"ר בידים ריקות, האט זיך דער סקווערע רבי זצ"ל - וואס האט געדענקט דעם הייליגן פלאץ נאך פון די גוטע צייטן - צוקאכט און געזאגט: די פלאץ האט דאך אזוי געלאכטן! ווען איך וואלט געווען וואלט איך עס זיכער געפונען!

בשנת תשמ"ח, שכמחיצת הברזל החל ליפול, נסעה קבוצת חסידי סקווירא לרוסלאנד, וניצלו אז הרבה מקומות הקדשים, והקימו המון אהלים כידוע. בין השאר רצה הקבוצה ליסע לאנאטיווקא, אבל לא מצאו שם זה על שום מפה. חיפשו וביררו, עד שבהיותם בקיוב מצאו איזה איש בביהמ"ד העירוני שידע את מקום הכפר, אבל בשו"א לא רצה לדבר עם "פרעמדע". נאר דאס פעלט אים אויס אז "זיי" (ה'ק.ג.ב.) זאלן זיך דערוואוסן אז ער האט גערעדט מיט די אמעריקאנע שפיאנען...". עד שאחר הפצרות רבות של רב ביהמ"ד וכל המתפללים, אמר להאברכים, שאנאטיווקא הוא כפר קטנה בת ט"ז(!) תושבים, ולא תמצאו את זה על שום מפה, אבל אם תסעו שם ושם תגיעו לאיזור.

כשהגיעו לאנאטיווקא אינה ה' לידם איזה אשה זקינה בת צ"ח שנים, שמיד כשהתחילו לשאול אותה אם זכורה לה את ביה"ח היהודי, החלה לבכות וסיפרה מסיח לפי תומה כי היא היתה השומרת על הביה"ח היהודי, ובפרט על קבר האידישע ראבינער, לשם הגיעו תמיד המון יהודים, ובפרט בתקופה הזאת בחודש מאי (זאת היתה בתחילת חודש אייר), והדליקו נרות שמן, והניחו ניירות (פתקאות) מתחת לראשו! ומיד יצאה עמהם לשטח גדול וריק, והחלה למדוד כו"כ מעטטער מהגבול, וכו"כ מעטטער מהאילן וכו', עד שהגיעו למקום מסיום והכריזה כי פה הוא קבר הצדיק!

האברכים ראו השגחה פרטיות גדולה מאד! וכדי לודאי את המקום המדיוק הביאו לשם אנשי האתרא קדישא מארה"ק, והראו להם את כל השדה הגדולה, ואחר כמה שעות של עבודה ציינו על אותו מקום בדיוק כמו שהראה הגויה.

כיום עומדת אוהל גדול על הקבר באמצע שדה ריקה גדולה, שבמקורו היא הבית החיים כנ"ל.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4051
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג מאי 23, 2011 11:49 pm

נאך וועם האט דער טשערנאבלער מגיד געהייסן 'מרדכי'?
לחיים ולברכה!

the collector
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 11:25 pm

תגובהדורך the collector » פרייטאג מאי 27, 2016 12:00 am

נא, עפעס א שייינע מעשה פונעם צדיק..............

אוועטאר
מומחה יוחס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3339
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » פרייטאג מאי 27, 2016 9:23 am

לכבוד די הילולא קדישא די שבת
דא איז דא א ראכמיטסריבקא בלעטל ווערט ברענגט א שיינע מעשה וואס ווערט געברענגט אין ילקוט מאורי אור
די ערשטע מעשה א לאנגע מעשה אבער איז זייער שיין אין עס איז גוט לכבוד די הילולא קדישא
זי''ע
צוגעלייגטע
[1848]די_תורה_לערנט_אונז_בהר.pdf
(166.5 KiB) דאונלאודעד 151 מאל
we make ivelt great again


די אויסגעוועלטע ראש הקהל דאייוועלט

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » זונטאג מאי 29, 2016 10:44 am

זיידעניו האט געשריבן:הרה"ק רבי מרדכי, דער טשערנאבלער מגיד, זצוקללה"ה
תק"ל - כ' אייר תקצ"ז

אין יאר תקל"ג, ווען דער טשערנאבלער מגיד איז אלט געווען זעקס יאר, איז ער א חתן געווארן מיט די צדיקת חי' שרה, די טאכטער פון הרה"ק ר' אהרן מקארלין זצ"ל, אזויווי דער גרויסער מגיד האט פאראויס געזאגט. רבי אהרן קארלינער האט שוין דעמאלטס נישט געלעבט, און דער גרויסער מגיד איז געווען דער עומד מצד הכלה, און די מסיבת התנאים איז פארגעקומען ביים גרויסן מגיד אין שטוב. פון די זיווג זענען געבוירן די ערשטע דריי הייליגע זון: הרה"ק רבי אהרן טשערנאבלער, הרה"ק רבי יעקב ישראל מטשערקאס, און הרה"ק רבי משה קארשובער זיע"א. דערנאך איז די צדיקת חי' שרה נפטר געווארן.

אין יאר תקמ"ד האט דער טשערנאבלער מגיד חתונה געהאט בזיווג שני מיט הצדיקת פייגא, די טאכטער פון הרה"ק רבי דוד לאה'קעס, פון די זיווג זענען געבוירן געווארן נאך פינף הייליגע זון: הרה"ק רבי מנחם נחום ממקארוב, הרה"ק רבי אברהם - דער טריסקער מגיד, הרה"ק ר' דוד מטאלנא, מרן הרה"ק רבי איציק'ל מסקווירא און הרה"ק ר' יוחנן מראחמיסטריווקא.

דער טשערנאבלער מגיד האט אויך געהאט 3 טעכטער:

מזוו"ר:
1 הרבנית מלכה אשת רבי יחיאל מיכל מיאמפאלא (בן רבי יצחק מיאמפאלא בן רבי יוסף מיאמפאלא וחתן ר"ר ברוכ'ל ממעזיבוז)

מזוו"ש:
2 הרבנית חנה חיה אשת בן דודה רבי דוד הארדעצקי (ב"ר מאיר בן רבי דוד לייקעס)
3 הרבנית שיינדל אשת רבי דוב בער מליעווא (בן קדוש ישראל מרוזין)

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » זונטאג מאי 29, 2016 10:45 am

נחמן נתן האט געשריבן:נאך וועם האט דער טשערנאבלער מגיד געהייסן 'מרדכי'?

דער טשערנאבלער מגיד האט געהייסן 'מרדכי' נאך מרדכי הצדיק וואס דער מאור עיניים האט געזאגט אז ער איז א בא"ב פון אים.

חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

תגובהדורך חיימ'ל » זונטאג מאי 29, 2016 10:59 am

בן אחר בן? איך מיין ס'האט נישט קיין מקור.

אויך רבי איציקל סקווערער האט געזאגט אז פון זיין טאטעס זייט איז ער פון מלכות בית דוד און פון זיין מאמעס זייט שטאמט ער פון מלכות בית שאול.

נחוניא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3103
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » זונטאג מאי 29, 2016 11:20 am

טריסקער האט געשריבן:
נחמן נתן האט געשריבן:נאך וועם האט דער טשערנאבלער מגיד געהייסן 'מרדכי'?

דער טשערנאבלער מגיד האט געהייסן 'מרדכי' נאך מרדכי הצדיק וואס דער מאור עיניים האט געזאגט אז ער איז א בא"ב פון אים.

וואס איז די מקור דערויף?

נחוניא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3103
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » זונטאג מאי 29, 2016 11:21 am

חיימ'ל האט געשריבן:בן אחר בן? איך מיין ס'האט נישט קיין מקור.

אויך רבי איציקל סקווערער האט געזאגט אז פון זיין טאטעס זייט איז ער פון מלכות בית דוד און פון זיין מאמעס זייט שטאמט ער פון מלכות בית שאול.

אין סיפורים ומאמרים יקרים שטייט אז רבי איציק'ל סקווירא'ר האט געזאגט אז מצד אחד זענען זיי פון מלכות בית דוד און מצד השני ממלכות בית שאול. עס שטייט נישט וועלכע איז בן אחר בן.

אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

תגובהדורך זושאלע » זונטאג מאי 29, 2016 11:29 am

אדמו"ר מבוהוש זצ"ל על ציונו של רבינו
צוגעלייגטע
בוהוש.jpg
בוהוש.jpg (10.14 KiB) געזעהן 3472 מאל
שכל קומט מיט די יארן...

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » זונטאג מאי 29, 2016 11:30 am

נחוניא האט געשריבן:
חיימ'ל האט געשריבן:בן אחר בן? איך מיין ס'האט נישט קיין מקור.

אויך רבי איציקל סקווערער האט געזאגט אז פון זיין טאטעס זייט איז ער פון מלכות בית דוד און פון זיין מאמעס זייט שטאמט ער פון מלכות בית שאול.

אין סיפורים ומאמרים יקרים שטייט אז רבי איציק'ל סקווירא'ר האט געזאגט אז מצד אחד זענען זיי פון מלכות בית דוד און מצד השני ממלכות בית שאול. עס שטייט נישט וועלכע איז בן אחר בן.

גראדע איז באקאנט אז דער רוזינער האט קלאר געזאגט אז דער טשערנאבלער מגיד איז פון מלכות בית שאול און ער פון מלכות בית דוד און וועגן דעם קען זיין זון (רבי דוב בער מליעווא) נישט האבן קיין קינדער, און אויב האט ער נישט געמיינט בן אחר בן דאן איז דאך דער רוזינער אליין אויך געווען אן אייניקל פון מלכות בית שאול! (ער איז דאך געווען אן אור אייניקל פונעם מאור עינים).


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט