רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

בתוךשארישראל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בתוךשארישראל »

א קראנטע היינטיגע מעשה'לע וואס האט היינט פאסירט, אליין געהערט פון בעל העובדא:

א אינגערמאן וואס גרייט זיך אויף א שמחה אין זיין משפחה'לע ב"ה בליעה"ר, וואס דארף איהם אפצוקאסטן א היבשע סומע געלט, ואין בידו לפורטה אפילו שוה פרוטה, איז ער געווארן צובראכן און באזארגט, מאין יבוא עזרי, פון ווי וועט ער נעמען די סומע, ווען די ארעמע כלי-קודש וועידשעס קלעקן קוים אויף די טאג טעגליכע, ער שעמט זיך שוין צו בארגן, און ער האט נישט פון וועמען.

זיך טוב'לענדיג פאר'ן דאווענען, האט איהם דער אויבערשטער חונן דעת געווען, און ער האט געטראכט און מתפלל געווען במחשבה איך טובל מיך לכבוד ולעילוי נשמת פון הייליגן צדיק רבי ישעי'לע ב"ר משה מקערעסטיר זי"ע, רבוש"ע העלף מיר אין זכות פון דעם צדיק רבי ישעי'לע, איך זאל האבן דאס געלט וואס איך דארף יעצט אזוי וויכטיג, און איך ווייס ניטאמאל ווי זיך צו ווענדן.

אזוי ווי ער קומט ארויס פון מקוה, קלינגט זיין סעלפון, אן ארבייטס קאלעגע איז אויפ'ן ליין, און יענער זאגט עם, ער האט עפעס ליגן פונקט א סכום פון 3000 דאלער וואס ער זעהט נישט ער זאל דאס דארפן פאר זיך אין דער נאנטע צוקונפט, אפשר דארף ער פונקט א הלוואה, אויפ'ן טערמין אז ווען ער וועט דאס איהם צוריק בעטן זאל ער עס איהם באצאלן ביז א צען טאג דערויף....!

דער אינגערמאן שטייט געפלעפט, משתאה לדעת, וויאזוי ממש אויפ'ן מינוט איז הצליח ה' דרכו, זיין הארציגע תפלה בזכות דעם הייליגן צדיק רבי ישעי'לע איז אויפ'ן ארט אנגענומען געווארן.

פרעגט ער דעם קאלעגע זאג מיר וואס עפעס האסטו מיך גערופען יעצט... וואס עפעס פונקט מיך... ענטפערט יענער כ'ווייס באמת אליין נישט, איך האב 500 קאנטאקטס אין מיין פאון, איך האב נישט קיין אהנונוג פארוואס איך האב עפעס באשלאסן דאס צו אפפערן פונקט פאר דיר... און פארוואס פונקט יעצט..

האט ער דערציילט פאר'ן קאלעגע וואס דאס איז יעצט פארגעקומען, בכוחו של אותו צדיק וקדוש דער הייליגער רבי ר' ישעי'לע קערעסטירער זיעועכ"י.
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

האט איינער א בילד
פון הרה"ק רבי מאיר יוסף רובין זיע"א פון קערעסטיר?"?

אויב יא, ביטע דאס אראפלייגן דא, אדער מיר שיקן אין מייל [email protected]
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 12, 2011 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמח »

דא האט איר
אטעטשמענטס
תמונת הרה''ק רבי מאיר יוסף רובין מקערעסטיר זיע''א הי''ד.JPG
קערעסטיר
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2016 10:28 am
לאקאציע: קערעסטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קערעסטיר »

הרה"ק רבי ישעיהו שטיינער זצ"ל, וועמען מ'פלעגט אנרופן רבי ישעי'לע קערעסטירער, איז געבוירן אין יאר תרי"א אינעם דערפל זבאַרוב אין
אונגארן, צו זיין פאטער הר"ר משה אברהם שטיינער ז"ל און צו זיין מוטער די צדיקת הענטשע מרים ע"ה, ווען רבי ישעי'לע איז אלט געווען דריי
יאר איז ער געווארן א יתום פון זיין פאטער ר"ל, און זיין מאמע די צדיקת האט אים ערצויגן מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט, זי האט געטאן
אלעס אין דער וועלט אז איר זון זאל אויסוואקסן בתורה ועבודה ויראת שמים.
אין יאר תרכ"ג ווען ער איז אלט געווען צוועלף יאר, האט אים זיין מאמע געטראגן קיין ליסקא צו איר קרוב דער צדיק הרה"ק רבי צבי הירש
מליסקא זי"ע בעל מחבר ספר אך פרי תבואה, קודם האט רבי הערשעלע אים געשיקט לערנען קיין סעמיהאלי, וואו ער איז געווען א האלבע יאר,
דערנאך איז ער צוריקגעקומען קיין ליסקא וואו ער האט געלערנט עטליכע יאר אין די ישיבה, דערנאך האט ער זוכה געווען צו ווערן דער געטרייער
משמש פון הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל, און אלע יארן פלעגט ער זיך אונטערשרייבן, הק' ישעי' בן מו"ה משה ז"ל שהיה משמש בקודש אצל
הה"צ מליסקא זי"ע.ווען די מאמע פון רבי ישעי'לע איז געוואויר געווארן אז איר זון איז געווארן א משמש, האט זי געטראכט אז מסתמא קען ער שוין נישט אזויפיל
לערנען, איז זי אריבערגעפאָרן קיין ליסקא וואו זי האט זיך אויסגעגאסן דאס הארץ מיט ביטערע טרערן פאר הרה"ק רבי הירש'לע זי"ע, און
געפרעגט פארוואס איר זון דארף געשטערט ווערן פון לערנען און זיין דער משמש.
ס'איז פונקט דעמאלט געווען אינמיטן חודש אלול, א צייט וואס געווענליך פלעגט ער נישט נעמען קיין קוויטלעך פון פרויען און בכלל נישט רעדן צו
זיי, אבער צו איר האט ער געמאכט אן אויסנאם, ער האט איר אויפגענומען, און זיך אויפגעשטעלט פאר איר, זאגענדיג אז די חשוב'ע פרוי, ישעיה'ס
מאמע איז דא, און ער האט איר געטרייסט און בארואיגט דערציילנדיג די מעלות פון איר זון ישעיה, און צוגעלייגט אז זי זאל זיך נישט זארגן אז ער
איז א משמש, ווייל איר זון וועט נאך אסאך שטייגןווען דער רבי הערשעלע ליסקער זי"ע איז נפטר געווארן איז רבי ישעי'לע נאך געווען א בחור, ממש פאר זיין פטירה האט רבי ישעי'לע זייער
געוויינט, זאגענדיג, רבי וואס וועט זיין מיט מיר, האט דער ליסקער רב אים געענטפערט, פאר דיר זארג איך נישט, דיר קען מען אין דער גאנצער
וועלט, זאלסט פארן צו די געגנט פון סאטמאר און זאלסט חתונה האבן.
רבי ישעי'לע האט אזוי געטאן ער איז געפאָרן קיין סאטמאר וואו ער האט חתונה געהאט מיט זיין רביצין די צדיקת מרת שרה ע"ה, וועלכע האט אים
אים אלע יארן שטארק ארויסגעהאלפן מיט אלע זיינע צדקות פאר זיין חתונה איז ער געפאָרן צו הרה"ק רבי מרדכי'לע נאַדבורנער זי"ע אויף שבת קודש, דאָרט איז געפראוועט געווארן די שבת באווארפן, דעם
גאנצן שבת האט הרה"ק רבי מרדכי'לע נאדבורנער אים ארויסגעוויזן א שטארקן נאנטקייט, און פאר'ן באווארפן האט רבי מרדכי'לע אים געזאגט, דו
האסט נישט ווער עס זאל דיך באווארפן, ווייל דיין טאטע לעבט שוין נישט, דעריבער וועל איך דיר באווארפן מיט חסידיםזיין שווער רבי יצחק יונה איז געווען א איד א סוחר אבער א גרויסער בעל מדריגה, זיין שטוב פלעגט זיין אפן ממש פיר און צוואנציג שעה, יעדער
האט געקענט דארט אריינקומען ווען מ'האט געוואלט, און מ'האט זיך דארט געשפירט כאילו ס'איז אן אייגענע הויז. גלייך נאך די חתונה האט זיך הרה"ק ר' ישעי'לע באזעצט אין ליסקע, אין די שטאט פון זיין רבי'ן, ער האט בכלל נישט געהאט אין פלאן צו פירן
דארט רבי'סטעווע, אבער זייענדיג דער גרויסער תלמיד פון זיין רבי'ן הרה"ק מליסקא זי"ע האט ער געוואלט ווייטער אנהאלטן זיין רבי'נס צדקה,
און די מעשי חסד, און געבן פאר אידן ברכות, אויך האט ער געהאלפן ענדיגן בויען דאס בית המדרש אין ליסקא וואס זיין רבי האט געהאלטן
אינמיטן בויען.א שטיק צייט שפעטער האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין קערעסטיר, וואו ער איז שוין פארבליבן וואוינען די קומענדיגע פופציג יאר, און איז
געווארן פון די גרעסטע רבי'ס אין אונגארן, ער איז איבעראל באקאנט געווארן, ספעציעל מיט זיינע געוואלדיגע מצוות צדקה, טויזנטער אידן פלעגן
קומען קיין קערסטיר, יעדן דערביטערט הארץ האט ער אויסגעהערט מיט די גרעסטע אינטערעסספעציעל איז רבי ישעי'לע געווען אויסגעצייכנט אין מתן בסתר, אסאך מענטשן וועלכע האבן פארדינט ווייניג געלט, פלעגן זיך צו אים ווענדן נאך
הלוואות, און ער האט יעדן געבארגט בסבר פנים יפות, עס זענען טאקע געווען אזעלכע וועלכע האבן געמאכט מיט די געלט געשעפטן און
צוריקגעצאלט די הלוואות, אבער עס זענען אויך געווען אסאך וועלכע האבן נישט געהאט צו באצאלן, אבער רבי ישעי'לע האט פון קיינעם נישט
געבעטן דעם חוב, ווער עס האט נישט צוריקגעגעבן, האט ער מוחל געווען במחילה גמורה.
אויך פלעגט רבי ישעי'לע שטענדיג אויסגעקליידט עניים און יתומים, און געצאלט שכר לימוד פאר ארימע קינדער, און זיך אפגעגעבן מיט זיי, ער
פלעגט אויך ארומגיין נאך געלט פאר זיי אפילו אין די גרעסטע קעלט און שנייען, דער הייליגער גארליצער רב זי"ע האט אמאל געזאגט, פאר
ישעיה'ס צדקה האט מען אין הימל אויך דרך ארץ.ער איז געווען שטארק באקאנט מיט העלפן אידן בעניני פרנסה, ווי ס'איז באקאנט פלעגן צדיקים זאגן אז דער שליסל פון פרנסה ליגט אין די הענט
פון רבי ישעי'לע, דאס איז שוין אזוי געווען אין די צייטן פונעם ליסקער רב, ווען ער פלעגט טיילן די חלות פאר די חסידים וועלכע זענען געקומען
אויף שבת, מ'דערציילט, אז דער רבי הירש'לע ליסקער האט זיך אמאל אויסגעדריקט, ווען ישעיה טיילט בילקעס קומט אין זיי אריין א ברכה.מיט די מצוה פון הכנסת אורחים איז ער געווען גאר שטארק באקאנט, זיין שטוב איז געווען אפן פאר יעדן וואס האט נאר געוואלט עסן און טרונקען
צו די זעט, מ'האט אלץ געקאכט אין זיין שטוב, און ר' ישעי'לע אליינס האט געטיילט די עסן פאר אלע געסט, ווי ס'איז באקאנט אז ראש השנה האט
ער אליינס געשניטן די מזונות פאר'ן עולם, און ער פלעגט זאגן אויף זיך אז ווען אלע רבי'ס האבן אינזין רזין דרזין (גרויסע סודות פאר תקיעת שופר)
האט ישעי'לע אינזין לשובע ולא לרזון (אז אידן זאלן האבן וואס צו עסן און נישט בלייבן הונגעריג).
בפרט איז געווען זייער א גרויסע צוזאמענקום יעדן מוצאי שבת ווען מ'פלייגט צוגרייטן פרישע עסן און שחט'ן פרישע הינער פאר מלוה מלכה.הרה"ק רבי ישעי'לע איז נפטר געווארן ג' אייר אין יאר תרפ"ה, איין טאג פאר זיין פטירה, ב' אייר נאכמיטאג האט ער געבענטשט אלע זיינע
אייניקלעך וועלכע זענען דארט געווען, און אויך אלע מענטשן וועלכע זענען געקומען נעמען א ברכה, מ'האט געדאווענט מנחה מעריב ביי אים אין
שטוב, ביי מעריב נאך קריאת שמע האט מען געמיינט אז ער איז שוין נפטר געווארן, אבער פלוצלינג האט ער אויפגעהויבן זיינע הייליגע הענט און
געגעבן א שריי "ואין זולתו" (ס'איז נישטא אויסער אים, מיינענדינג דער הייליגער באשעפער), און רבי ישעי'לע האט נאכדעם באפוילן אז מ'זאל
אנגרייטן אסאך צו עסן ווייל ס'וועט קומען א גרויסער עולם און ער וויל נישט אז זיי זאלן בלייבן הונגעריג.הרה"ק ר' ישעי'לע האט געזאגט אז זיין זון ר' אברהם זאל זיין דער ממלא מקום, און ער האט אים געזאגט אז ער זאל ווייטער פירן דאס הויז אזוי ווי
ביז דעמאלט, ער זאל געבן צו עסן פאר ארימעלייט בשפע, און ווער ס'וועט דארפן א ישועה וועט ר' אברהם ברענגען די קוויטלך צו זיין ציון און ער
האפט אז מ'וועט געהאלפן ווערן אזוי ווי ביז יעצט, דערנאך האט ער אים געבענטשט, זאגענדיג מיט די ברכות וואס אלע צדיקים האבן מיר
געבענטשט, בענטש איך דיר.
מאנטאג פארטאגס ג' אייר איז זיין נשמה ארויס בקדושה ובטהרה, די שווערע בשורה האט זיך שנעל צושפרייט און מ'האט געעפנט די גרעניצן
צווישן רומעניע און טשעכיי כדי טויזנטער מענטשן זאלן קענען קומען צו די לויה, און איז געקומען לקבורה אויפ'ן שפיץ בארג אין קערעסטיר, וואס
איז נאך ביז'ן היינטיגן טאג א מקום קדוש וואו זייער אסאך אידן קומען מתפלל זיין ביי זיין קבר
מיט איבער הונדערט יאר צוריק - פאר די ערשטע וועלט
מלחמה - איז א איד פון אונגארן געקומען וואוינען קיין
אמעריקא צוליב פרנסה, און האט זיך באזעצט אין די איסט
סייד (נעבן ווליאמסבורג) וואו עס האבן דעמאלט שוין
געוואוינט עטליכע חרד'ישע אידן.
אין יענע צייט איז ערפינדן געווארן צום ערשטן אזא זאך ווי א
וואש מאשין, און וויבאלד ס'איז געווען א נייע זאך האט דאס
געקאסט זייער טייער, און נאר עשירים האבן זיך דאס
געקענט ערלויבן, דעריבער איז איינגעפאלן פאר דעם איד אז
ער וועט קויפן עטליכע וואש מאשינען, און מאכן דערפון א
געשעפט, מענטשן וועלן אריינקומען וואשן וועש און וועלן
באצאלן.
ער האט אזוי געטאן, ער האט געבארגט געלט צו קענען קויפן
עטליכע מאשינען, און האט אפגעדינגען א געשעפט און ער
האט ב"ה זייער שיין מצליח געווען, מענטשן זענען טאקע
געקומען וואשן וועש און ער האט געמאכט הערליך שיין
פרנסה.
די ארומיגע גוי'אישע שכנים האבן נישט געקענט צוקוקן ווי
א איד איז אזוי שטארק מצליח, און איינער פון די שכנים
האבן באשלאסן אז ער וועט אויך מאכן אזא געשעפט אויפ'ן
זעלבן גאס, און וועט אהערשטעלן א שענערע פלאץ פונעם
איד, אזוי ארום וועט מען קומען צו אים און נישט צום איד,
למעשה איז אים טאקע געלונגען זיין פלאן, און רוב גוים
זענען טאקע אריבער צום גוי'אישן לאנדערי, און דער איד
האט דאס שטארק אנגעהויבן צו שפירן, און זיין פרנסה איז
געגאנגען שוואכער און שוואכער רח"ל. פונקט אין יענע צייט איז אנגעקומען קיין אמעריקא א איד
פון אונגארן צו זאמלן געלט, און דער איד וועלכער האט
געהאט דאס געשעפט האט אים דערציילט זיין מצב,
זאגענדיג אז א גוי א רשע האט געמאכט דעם זעלבן געשעפט
פונקט קעגן אים, און ער נעמט אים אוועק דאס ביסן פון
מויל.
זאגט אים דער אנדערער איד, ביי אונז אין אונגארן איז דא א
גרויסער צדיק און א פועל ישועות הרה"ק ר' ישעי'לע
קערעסטירער, וועלכער העלפט ארויס זייער אסאך אידן,
ממילא קענסטו שיקן מיט מיר א קוויטל, און איך וועל דיך
מזכיר זיין ביי הרה"ק ר' ישעי'לע, און האפענטליך וועסטו
געהאלפן ווערן.
דער איד האט אזוי געטאן, און געשיקט א קוויטל מיט א
פדיון, און דער אנדערער איד האט טאקע געהאלטן וואָרט,
און גלייך ווען ער איז צוריק אנגעקומען קיין אונגארן איז ער
געפארן קיין קערעסטיר, און דערציילט פאר הרה"ק ר'
ישעי'לע די צרה פון יענעם איד. הרה"ק ר' ישעי'לע האט אים געגעבן 4 קמיעות, און געזאגט
אז ער זאל דאס שיקן קיין אמעריקע, און דער איד זאל דאס
לייגן ביי אלע פיר זייטן פון זיין געשעפט און ער וועט אי"ה
געהאלפן ווערן, ער האט דאס תיכף געשיקט קיין אמעריקע,
און דער איד האט דאס געלייגט ביי די פיר ווענט, און מיט
אמונה פשוטה האט ער געגלייבט אז די ישועה וועט קומען
בקרוב. פונקט יענע וואך האט דער גוי וועלכער האט
געעפענט דעם זעלבן געשעפט געקלערט, אז ער מוז שוין
איינמאל פאר אלעמאל אפטאן דעם איד, און בסודי סודות
האט ער געדונגען א גוי, אז דעם קומענדיגן פרייטאג צו נאכט
- ווען דער איד וועט זיכער נישט דארט זיין - זאל ער
אונטערצינדן דעם איד'ס געשעפט, ער האט אים געזאגט
דעם פונקטליכן אדרעס פון דעם אידישן געשעפט ווען דער געדונגענער גוי איז אהין אנגעקומען, האט ער
געזוכט דעם איד'ס געשעפט לויט'ן אדרעס וואס דער גוי
האט אים געגעבן, אבער ער האט דאס בשום אופן נישט
געפינען, נאך לאנג זוכן האט ער געפרעגט איינעם אויב ס'איז
דא אויף די גאס א געשעפט וואו מ'וואשט וועש, האט אים
יענער אנגעוויזן אויפ'ן גוי'אישן געשעפט.
וויבאלד דער אינטערצינדער האט נישט געוואוסט אז ס'איז
דא אויף דעם גאס צוויי געשעפטן, האט ער געטראכט אז
זיכער איז דאס דער געשעפט וואס ער דארף אנצינדן, און
באהאלטענערהייט האט ער געמאכט א שריפה און ביז
עטליכע מינוט איז נישט געבליבן קיין זכר פונעם גוי'אישן
געשעפט.
די פייערלעשער און די פאליציי האבן גלייך געזען אז דאס איז
א בייזוויליגע שריפה, און נאכ'ן אויספארשטן זענען זיי
געוואויר געווארן ווער עס האט דאס אנגעצונדן, און האבן
אים ארעסטירט, ווען מ'האט אים געפרעגט פארוואס ער
האט דאס געטאן, האט ער דערציילט אז יענער גוי - דער בעל
הבית - האט אים געדינגען דאס צו פארברענען, מ'האט
יענעם ארעסטירט און מ'האט אים איינגעזעצט אין טורמע
אויף אסאך יארן, אזוי ארום האט דער איד ווייטער געהאט
פרנסה בכבוד יארן שפעטער ווען מ'האט געעפענט די קמיע פון הרה"ק ר'
ישעי'לע זי"ע האט מען געטראפן געשריבן דעם פסוק אין
פרשת וירא מענטשן פון סדום זענען געשלאגן געווארן מיט בלינדקייט, פון קליין ביז גרויס, און זיי זענען מיד
געווארן צו טרעפן דעם עפענונג דורך דעם פסוק האט דער
צדיק ממשיך געווען די ישועה אז דער אינטערצינדער האט
נישט געטראפן דעם אידישן געשעפט.
אטעטשמענטס
image.jpeg
אוועטאר
שרייבטאראפ
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייבטאראפ »

עס איז ידוע די עובדא און מימרא, אז דער הייליגער ר' ישעי'לע קערעסטירער זיעועכ"י האט געזאגט פאר תקיעת שופר: ווען ער האט געטיילט טועם זיין, אלע גרויסע האבן יעצט אינזין רזין דרזין, און ישעי'לע האט אינזין לשובע ולא לרזון.

דאס לערנט אונז וויאזוי דער צדיק וקדוש האט אין די העכסטע זמנים אינזינען געהאט צו משפיע זיין דוקא שפע גשמיות פאר אידישע קינדער, וועט ער זיכער מגבהי מרומים ווייטער משפיע זיין פאר אידן אלע השפעות טובות וואס מיר דארפן אזוי האבן בגלותינו המר, און אלע לבבות נשברות וואס קוקן ארויס און ווארטן בכליון עינים אויף ישועות ה' וועלן געהאלפן ווערן בזכותו בכל הענינים.

אגב, עס איז אינטערסאנט צו באמערקן א דיוק וואס הרה"ק דער טאהשער רבי זי"ע פלעגט מוסיף זיין ביים דערציילן די דערמאנטע עובדא, אנדערע רבי'ס האבן אינזין רזין דרזין, און ישעי'לע איז עוסק לשובע ולא לרזון "אויך".....

דער טאהשער רבי זי"ע האט ביים דערציילטן די עובדא בכוונה מדייק געווען מוסיף צו זיין דעם "אויך", מ'זאל נישט מיינען חלילה אז דער הייליגער רבי ישעי'לע האט נישט געקענט רזין דרזין ווי אלע אנדערע גרויסע... ער איז אוודאי געווען בקי אין די רזין דרזין, נאר ער האט אינזין געהאט לשובע ולא לרזון "אויך"...!

מדי דברו בו, דערמאנט זיך וויאזוי דער טייערער זיסער הרה"צ ר' מרדכי'לע זצ"ל דעם טאהשער רבינ'ס זוהן, וואס איז געווען בארימט מיט זיין חסד והכנסת אורחים, פלעגט אליין מקרב זיין די אורחים וועלכע זענען געקומען להסתופף בצילא דמהימנותא יעדן שב"ק (ביז זיין פלוצימ'דיגע פטירה לחה"ע ח"י טבת תשנ"ח) ער פלעגט צוברענגן קאווע, און אויך פארטיילן מזונות ביים פויזע פאר קרה"ת, ווען איינער האט איהם געוואלט צונעמען דעם טאץ אז אפשר פאסט נישט פאר איהם אליין צו טיילן... פלעגט ער שטענדיג דערציילן די דערמאנטע מעשה פון רבי ישעי'לע זי"ע.

זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל.
קערעסטיר
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2016 10:28 am
לאקאציע: קערעסטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קערעסטיר »

וועגן אויפהענגען די בילד פון רבי ישעילע זיע א עצה פאר מייז, איז א פלענע ליגענט. איך וועל שפעטער די דערציילען די מעשה.
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

קערעסטיר האט געשריבן:וועגן אויפהענגען די בילד פון רבי ישעילע זיע א עצה פאר מייז, איז א פלענע ליגענט. איך וועל שפעטער די דערציילען די מעשה.

צדיקים פלעגן סאך מאל זאגן אלץ הוראת יחיד פאר מענטשן טוהן געוויסע זאגן און אין די פעולה האבן זיי געפויעלט די ישועה זאל זיך מתלבש זיין, אבער נארמאל זיינען זי זאכן געווען הוראת יחיד און נישט הוראה לדורת,
לכאו' בכהאי גוונא איז אויך מאר געווען הוראת יחיד ממילא העפט עס נישט לדורות, והראיה אז אין מײַן קאך איז דא א גרויסע בילד פון ר' ישעילה און בו בזמן האב איבן זיך געדרייטע מיט א רוהיגקייט כמה וכמה מייז...
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

די מעשה מיט די מייז איז א שקר

עיין במופת הדור אז די איד וואס האט געכאפט א בילד פון אים האט נישט מוציא שנתו געווען

עס איז דא אין מופת הדור א פרק איבער זיין התנגדות צו בילדער

(פאר די וואס ווייסן נישט, מופת הדור איז די ספר מיט א בילד אויפן דעקל)
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

חייקל האט געשריבן:לחיים לחיים, זכותו יגן עלינו, ער איז דאך געווען דער גרויסע משפיע פאר אידישע קינדער, צדיקים האבן געזאגט אויף איהם אז ער האט דעם שליסל פון פרנסה אין די האנט, ווייל "ויוסף הוא המשביר", ווער עס איז בבחינת יוסף הצדיק, קען משפיע זיין, זאל ער אונז אלע אויך משפיע זיין שפע ברכה עד בלי די.

וועגן דעם בילד אלץ סגולה קעגן מייז ווייסעך נישט קיין מקור, נאר פון הנח להם לישראל, און יא אויך בדוק ומנוסה,
אבער פונעם בילד וואס דו לייגסט ארויף זעהסטו אז ס'איז געווען מפורסם לסגולה בכלל נאך פארן קריג.

כ'האב געהערט פון א איד דער בעל המעשה
וואס האט זיך געמוטשעט מיט אן אנשיקעניש פון עכברים אין זיין פאבריק, וועלכע האט אויפגעהאנגן ר' ישעי'לעס בילד דורכאויס זיין פאבריק, א טאג צוויי שפעטער, האט ער אויפגעפאסט אז ער זעהט זיי מער נישט, ס'איז נעלם געווארן.

מיטאמאל קומט צו לויפן צו איהם דער אונטערשטער שכן אינעם בילדינג מיט א וויי געשריי, מען מוז שוין רופען אן עקסטערמינעיטאר, צו ער וויל נעמען איינעם בשותפות, וואס איז דער פראבלעם שטעלט דער בעל המעשה אן א פנים? - ס'הייסט די מייז שטראמען ממש אין די מאסן פון אלע ווינקלן און פאלן פון דאך....
- איימסארי, איך האב נישט דעם פראבלעם! האט ער איהם גענטפערט - פארשטייענדיג אז זיי האבן אלע אריבער געמופט צום שכן!
ויהי לפלא!

אט שרייבט איינער:

הרה''ק רבי ישעיה שטיינר זיע''א, נולד בשנת תרי"ב (1852) נפטר בג´ אייר תרפ"ה (1925) ונטמן בעירו קרעסטיר. היה שמשו ונאמן ביתו של רבי צבי הירש מליסקא זיע''א מח''ס אך פרי תבואה ותלמידו של רבי חיים הלברשטאם מצאנז זיע''א. עם פטירת רבי צבי הירש, החל להתפרסם צדיק פועל ישועות ורבבות חסידים נהרו אליו, ביניהם רוב תלמידיו של רבו. על אף גדולתו, המשיך לנהוג באותה תמימות שנהג בה קודם, ואף חתם את שמו כמי שהיה שמשו של רבי צבי הירש מליסקא.

*היה איזה גוי שהציק ליהודים בעירו ומצד שני היו יהודים סוחרים שסבלו ממכת עכברים במחסני הסחורות שלהם, ר' שעיהלה שלח את שמשו שילך למחסני הסוחרים היהודים ויאמר לעכברים שהרב צווה עליהם לעזוב את המקום וללכת אל הגוי והאנשים ראו בעיניים כיצד גדודי עכברים עזבו את מחסני היהודים והלכו ומלאו את ביתו של אותו הגוי המציק, שבמהרה נאלץ בגלל העכברים לעזוב את המקום.

*יהודי שהעלילו עליו בראיות נסיבתיות והיה אמור לקבל פס"ד מוות, באו לבקש ברכה מהרב הוא הבטיח שהכל יהיה בסדר, לילה לפני המשפט נכנסו עכברים לארכיון בית המשפט, ואכלו את כל התיק של היהודי הנ"ל.
את הסגולה עם התמונה נתן הרבי בעצמו.


א צווייטער שרייבט דארט א פערזענליכע מעשה מיט'ן זיידן ביים רבי'ן ר' ישעי'לע זי"ע.
ר' ישעיל'ה היה צדיק שהסתיר את גדלותו במעשים פשוטים ותמהונים, סבא שלי ז"ל נהג לספר כשעדיין היו גרים בהונגריה בעיר 'נירעדהאז' שהוא ליד קערעסטיר, ואחות שלו נולדה עם מום כבד בלב והרופאים לא נותנה להם סיכוי לחיות הרבה זמן, מיהר אביו אל ר' ישעיל'ה על אף שלא היה בכלל שייך לעדת החסידים (הוא סיפר שכתב קוויטל עם חרוזים-דבר שלא נהגו אצל חסידים)וברכו ברפואה שלימה, כמובן שברכתו התקיימה ותדהימת הרופא היה גדול, והוא חיה עד לפני כמה חדשים.זי"ע.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

הרב קערעסטיר
די מעשה דאכט זיך מיר איז געווען מיט זיין ברודער (רבי ישעי'לעס ברודער) וואס האט אים גע'עצה'ט צו שיקן א קוויטל צום ברודער אין קערעסטיר (ראה בגליון המצורף עמוד 10)
אטעטשמענטס
קמיע הישועות עמוד 10.JPG
גליון הישועות עמוד 1.JPG
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

הרב חייקל

וועגן די בילד, רבי ישעי'לע האט דאס נישט געוואלט
און סאטמאר רב האט שוין געזאגט, ווען מ'האט אים דערציילט אז די בילד פון רבי ישעי'לע פארטרייבט מייז, האט ער געזאגט, אז ס'נישט די בילד
נאר די חתימה פון דעם צדיק וואס פון דעם דערשרעקן זיך די מייז
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
יענקל
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 31, 2009 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל »

די מצבה פון רבי ישעיה'לעס שוועסטער מרת שרה פייע - אין הר הזיתים. א פרישע בילד.
אטעטשמענטס
הרבנית שרה פייע אחות רבי ישעיהלע.JPG
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

קערעסטיר האט געשריבן:וועגן אויפהענגען די בילד פון רבי ישעילע זיע א עצה פאר מייז, איז א פלענע ליגענט. איך וועל שפעטער די דערציילען די מעשה.

@קרעסטיר לאמיר הערען וואס איר האט צי דערציילען איבער רבי ישעי׳לע און די מייז סגולה?

ס׳מאכט עפעס נישט ביי מיר קיין סענס צי זאגען אז די גאנצע וועלט איז איינגערעדט מיט דעם... אדרבה לאמיר הערען וואס איר ווייסט צי פארציילען.
אוועטאר
בעילוםשם
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעילוםשם »

די סגולה פון ר' ישעי'לעס בילד קעגן עכברים, זענען דא עדי ראי' וועלכע זענען מעיד בדידם הוי עובדא, הרב חייקל ברענגט דא פריער אויך עפעס א זיסע מעשה'לע פון די ערשטע האנט ווי די סגולה האט געארבייט ערשט קלאסיג.

זאלן מיר זאגן, אז מיט די אמונה פון אידן האט דאס באקומען א כח? עס איז מער מסתבר אז די סגולה איז יא קראנט, והמאמין לא יחוש.

איבער די מימרא וואס הרב הילולא דצדקיא ברענגט פון הייליגן סאטמארער רבי'ן זי"ע אז ער האט געזאגט ס'איז נישט דאס בילד נאר די חתימה, אדרבה צייכנט צו א מקור ווער ס'האט דאס געהערט פון רבי'ן אדער ווי ס'ווערט געברענגט, כידוע אז פון רבי'ן זאגט מען אויך נאך פארשידענע מאמרים וועלכע זענען נישט דוקא קראנט.

(ווי האט יענער געזאגט.. דער רבי האט איהם געגעבן רשות נאכצוזאגן אין זיין נאמען אפילו וואס ער האט נישט געזאגט, און "דאס" איז די ערשטע אזא מימרא..!! :lol: )
קערעסטיר
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2016 10:28 am
לאקאציע: קערעסטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קערעסטיר »

די מעשה מיטן סאטמאר רבי איז געווען בעל ברך משה זי״ע געהערט פון א איד וואס איז דארט געווען בשעת מעשה. און לגביה וואס שרייען עס העלפט קען מען עס אנלייגען אויף די באקאנטע מעשה מיט א איד אלימלך פון ליזענסק און רבי אלימילך האט געדארפט קאווערן אלע קוויטעלך.
יעצט אויף די מינו האב איך נישט קיין צייט צו שרייבען ווייל איך בין ביזי דא יעצט און קערעסטיר צוגרייטן די לעצטע הכנות.
קערעסטיר
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2016 10:28 am
לאקאציע: קערעסטיר

גדולים העידו בו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קערעסטיר »

גענומען פון גליון מעיין הישועה - שע"י מוסדות מעיין הישועה

הרה"ק רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זי"ע
מיד לאחר שנסתלק רבו המובהק של רבינו הרה"ק בעל אך פרי תבואה מליסקא זי"ע לגנזי מרומים ובאו מקורביו אליו לשמוע חוות דעתו, מי ימלא את מקום הרה"ק מליסקא, הרים את ראשו ואמר “אין הימל פויקט מען חיים איז רב, אין ישעי'לע איז רבי"!
ופעם הסביר הרה"ק מנאדבורנא למה הסמיך את רבינו למנהיג ישראל, וכך אמר בזה"ל: “מרדכי'לע זעט, אז אין הימל האט מען איבערגעגעבן דעם שליסל פון פרנסה פאר רבי ישעי'לע, האב איך איהם געמוזט מסמיך זיין פאר א רבי, כדי ער זאל קענען ממשיך זיין שפע פרנסה פאר כלל ישראל!"

הרה"ק רבי נפתלי הירצקא מראצפערט זי"ע:
פעם התבטא נגיד אחד דאגת לבו לפני רבי הירצקא'לע אודות נכרי אחד שיורד לנכסיו ומיצר ומעיק לו מאוד, והנגיד אמר בחריפות לשון, “איני מבין את צדיקי ימינו, מלפנים אם עמד צורר ישראל כהמן, עמד נגדו צדיק כמרדכי, היינט איז דא אזוי פיל המן'ס און קיין איין מרדכי איז נישטא".
קפץ רבי הירצקא'לע ממקומו ואמר “איך תאמר שכהיום אין צדיקים כמרדכי, איך אליין קען איינעם, ער הייסט רבי ישעי'לע קערעסטירער, ער אליין קען טעגליך הונדערט המן'ס אומברענגען!".

הגה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע:
הפליא מאד את גדולתו במדת החסד, וביותר הפליא את התנהגותו איך שירד מרום פסגת מדריגותיו הק', והוא עצמו טיפל בהכנת ובחלוקת המאכלים לאחינו בני ישראל אורחיו, ופעם המליץ עליו “רבי ישעי'לע אז דעם אויבערשטער'ס קעכער"!

הגה"צ רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אבק"ק ווייטצען:
כאשר דיבר פעם הגה"ק מצאנז זי"ע אודות רבינו, התבטא עליו, שהוא הולך מעוטף עם ה'ווייסע טיכל', סביב צווארו, כמו אדם הראשון קודם החטא!

הגה"ק בעל דרכי תשובה ממונקאטש זי"ע:
פעם אחר ראותו הליכות רבינו אצל סעודת ר"ח, הפליא מאוד את גודל מדריגת רבינו במדת החסד, באמרו למקורביו, הצדיק המתקן מדה ששייכת לשורש נשמתו, משפיעים לו מן השמים כח מיוחד שנצרך לו לאותה מדה אשר תיקן, וצדיקים אחרים אינם זוכים למדריגה זו, שמיוחדת לו. והוסיף, “הרבי מקערעסטיר כל כך הזדכך במדת החסד, אז פון הימל האט מען איהם גע'עפנט די אויגן צו זעהן אזעלכע זאכן, וואס אן אנדערער וואלט נישט געזען!"

הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זי"ע:
פעם הניח יהודי אחד פתקאתו לפני הרה"ק מבעלזא זי"ע והיה מפרט את בקשתו, השיב לו הרה"ק מבעלזא: “דו געהערסט צו רבי ישעי'לע, פאר קיין קערעסטיר"! טען היהודי לפניו: הננו מחוסר פרנסה, ולמה הרבי מדחה אותי, שוב חזר הרה"ק מבעלזא על דבריו: “כבר אמרתי לך, שהנך שייך לרבי ישעי'לע, כיון שבקשתך מעניני פרנסה, און די שליסל פון פרנסה ליגט אין זיין האנט, און נאר ער קען דיר העלפן מיט דעם!"

הגה"ק בעל ייטב לב מסיגוט זי"ע:
בעת חלוקת מעות לנכדיו, אמר לו אחד הנכדים שגם לרבינו - שהיה נמצא שם - יתן מעות, השיבו הייטב לב “הוא אינו נצרך למעות, הוא כמו באראן ראטשילד, שאף כאשר אינו לוקח מעות עמו, עכ"ז בכל מקום אשר מגיע יש לו הרבה כסף בהבאנקים שלו, ישעי' איז אויך אזוי, ער נעמט זיך נישט מיט קיין געלט, און דאך האט ער"!

הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע:
אמר, שמקובל בידו כי צדיקי דורו אמרו עליו על רבינו, שמתואר פניו מבחינים כי הוא לא טעם טעם חטא מעולם!

הגה"צ רבי נפתלי טייטלבוים זצ"ל אבדק"ק נירבאטור:
בהסכמתו לספר 'תולדות ישעיה' כתב בזה"ל: לדעתי נכון מאוד לקובעו בדפוס, למען דעת איך יוכל איש ישראל לקדש אבריו, ולהגדיל דעתו ולרומם שכלו בקדושה, כאחד הגדולים והקדושים, על ידי מצות ומעשים טובים.

הגה"צ רבי חזקי' פייבל פלויט זצ"ל אבדק"ק שוראן, מגדולי תלמידי החת"ס:
כל מי שמזכך נפשו ומתקן מדה אחת בשלימות גמורה, ראוי שתשרה עליו רוח הקודש, והרבי מקערעסטיר השלים את נפשו במדת גמילות חסדים ובאהבת ישראל, בשלימות גמורה. ומדה זאת כוללת כל המדות הטובות, כמו שאמרו חז"ל 'ואהבת לרעך כמוך זה כלל גדול בתורה, וא"כ בוודאי שראוי הוא שתשרה עליו רוח הקודש.

הגה"צ רבי שמעון גרינפעלד זצ"ל, אבדק"ק סעמיהאלי בעל שו"ת מהרש"ג:
כאשר שאלוהו מקורביו לפשר נסיעותיו לקערעסטיר, כיון ששמו של רבינו לא נודע ולא התפרסם כגאון בתורה, ענה להם המהרש"ג “איהם האט שוין ישעיה הנביא געמאכט פאר א רבי"!
והסביר מהרש"ג: ישעי' הנביא אמר (ישעי' נח, ז-ט) אל בני ישראל בשם ה': “הלוא פרס לרעב לחמך, ועניים מרודים תביא בית, כי תראה ערום וכסיתו", ומי שמקיים כל זאת מתקיים בו המשך הפסוק: “אז יבקע כשחר אורך והלך לפניך צדקך, אז תקרא וה' יענה, תשוע ויאמר הנני וגו'". הרי לך שישעיה הנביא כבר הסמיך את רבי ישעי'לע להיות רבי פועל ישועות.

הגה"צ רבי שאול בראך זצ"ל אבדק"ק קאשוי:
אף כי הגה"ק בעל החתם סופר זי"ע אמר שבלי ידיעה ברורה בש"ס ופוסקים אי אפשר להשיג מדריגת רוח הקודש, אבל אילו ראה החת"ס את רבינו, היה מודה כי יתכן להשיג רוח הקודש גם על ידי גמילות חסדים.

“רבי ישעי'לע איז געווען א 'בעל-הבית'ישער רבי', פונקט ווי ביים לעבן האט ער באלעבאטעוועט אויף דער וועלט, אזוי אויך ווען ער איז שוין אויף יענע וועלט בעלעבאטעוועט ער ווייטער"!
הרה"ק רבי שלמה'קע מזוועהיל זי"ע


זע גליון
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

א מעשה נפלא פון רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע:

ר' יצחק צבי לאווענשטיין ע"ה א איד פון פרוינקירכן (אויבערלאנד) האט נישט זוכה געווען לזש"ק א לאנגע צייט נאכן חתונה, נאך א שטיק צייט האט ער געוואלט פארן בעטן א ברכה פון עפעס א צדיק אויף זש"ק, אבער וויבאלד ער איז נישט געווען געוואוינט צו די זאכן צו פארן צו א רבי, האט ער געבעטן פון זיין שוואגער הרה"ג ר' אברהם צבי אונגער ראב"ד קאפאוואר אז ער זאל מיט אים צו רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע וואס איז געווען מפורסם אלס א גרויסע בעל מופת, און ער זאל בעטן פאר אים א ישועה אויף זש"ק, און זיי האבן אפגעמאכט צו פארן אויף שב"ק צו רבי ישעי'לע, ערש"ק זענען זיי אנגעקומען אין קערעסטיר און זיי זענען אריין צו רבי ישעי'לע צוזאמען, האט זיי רבי ישעי'לע געפרעגט "וואס ווילן אויבערלענדישע יונגעלייט", האט אים דער קאפאווארער רב געענטפערט אז זיי זענען געקומען צו פויעלן א ישועה פאר זיין שוואגער וואס ער האט נישט קיין קינדער, האט זיי רבי ישעי'לע געזאגט אז זיי זאלן בלייבן ביי אים אויף שבת, שבת אינדערפרי האט מען אריינגעברענגט א גרויסן טעלער טשאלענט פאר רבי ישעי'לע און רבי ישעי'לע האט אליין געטיילט פאר יעדן איינעם מיט א שעפ לעפל, נאכדעם האט רבי ישעי'לע געפרעגט צו וועמען עס איז אנגעקומען א ביין, האט דער קאפאווארער רב געענטפערט אז צו אים איז אנגעקומען די ביין, האט רבי ישעי'לע'ס זון רבי אברהם אים געזאגט אז זיין טאטע'ס כוונה איז אז עס וועט אים (ראב"ד קאפאוואר) געבוירן ווערן א זון, האט אים דער קאפאווארער רב געענטפערט אז ער האט שוין דריי זון, האט רבי ישעי'לע געענטפערט אז אויב אזוי וועסטו האבן פיר זון און רבי ישעי'לע האט מער נישט גערעדט פון דעם, מוצש"ק זענען אריינגעגאנגן צו רבי ישעי'לע דער קאפאווארער רב מיט זיין שוואגער ר' יצחק צבי מיט א קוויטל, האט רבי ישעי'לע זיך אנטשולדיגט און געזאגט פארן קאפאווארער רב "וואס קען איך טון דער ביין איז דאך אנגעקומען צו דיר", וכך הוה דעמאלטס איז געבוירן געווארן א זון ביים קאפאווארער רב - הרה"ח ר' ישעיה יואל אונגער ז"ל משב"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און וויבאלד דעמאלטס איז רבי ישעי'לע שוין נישט געווען בין החיים האט מען אים א נאמען געגעבן 'ישעיה' נאך רבי ישעי'לע ('יואל' נאך הרה"ג ר' יואל פעלנער ז"ל).
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אידן אין אמעריקא זענען מתפלל ביומא דהילולא ביין ציון פונעם ברודער
אטעטשמענטס
IMG_8437 (1).JPG
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ס'איז יעצט 100 יאר נאך די פטירה?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפעקט »

נא_שכל האט געשריבן:ס'איז יעצט 100 יאר נאך די פטירה?

תרפ"ה - תשע"ו
Definition of perfect: as good as it is possible to be
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

פערפעקט האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:ס'איז יעצט 100 יאר נאך די פטירה?

תרפ"ה - תשע"ו

פארדעם האב איך געפרעגט ווייל מיר דאכט זיך אז אויף די מצבה שטייט תרע"? נישט פ' און אזוי אויך די ענגלישע דאטום איז 1916-2016
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

thefact האט געשריבן:דא איז די בילד קרעדיט מיללער
בילד

קלאר תרע"ו
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

WOW! און 9 טעג ארום קומט אויס 100 יאר צו זיין פטירה, ס'כדאי עס מפרסם צו זיין.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

א גוי מוז זיך אדער בייגן אדער לייגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

הרב ר' מאיר צוויבל האט פארציילט נעכטן (מוצאי הילולא קדישא)
אז א איד (לאמיר אים רופן משה) האט זיך געזעצט לערנען אין ביהמ"ד, ווען א אנדערער (לאמיר אים רופן יעקב) האט זיך דארט אויך געזעצט לערנען הויך אויפן קול
נאך אפאר מינוט גייט משה צו צו יעקב, און בעהט אים אפשר לערנסטו אביסל שטילער, דער גערודער שטערט מיר, אבער יעקב האלט זיך ביי זיינ'ס און לערנט ווייטער מיט א מעכטיגע דינער שטומע, נאך אפאר מאל בעטן, שלאגט משה פאר פאר יעקב אפשר קענען מיר לערנען צוזאמען וועט מיר נישט שטערן דיינע קולות, וכך הוה, זיי האבן זיך געזעצט לערנען צוזאמען

נאכן לערנען האט משה באמערקט אז עפעס קוועטש פאר יעקב, פרעגט משה וואס קוועטשט דיר, זאגט אים יעקב, איך האב א טענענט א גוי, וואס מאכט מיר צרות, און מיר געסטראשעט מיטן לעבן ממש, און איך האב מורא פון אים, זאגט אים משה, וואס מאכסטו זיך צו טוהן, ס'גארנישט, אבער יעקב זאגט אים, ניין ס'איז ערנסט דער מצב
זאגט אים משה, איך פאר אין צוויי וואכן ארום צו רבי ישעי'לע קיין קערעסטיר, און רבי ישעי'לע האט דאך געזאגט אז א גוי מוז זיך אדער בייגן אדער לייגן, געט מיר דעם נאמען, און בס"ד וועסטו האבן א ישועה.

נעכטן ג' אייר נאכמיטאג האט יעקב גערופן צו משה אין דערהיים, און געבעטן אז ווי נאר משה קומט אהיים זאל ער אים קלינגען
שפעטער האט משה געקלונגען צו יעקב און פרעגט אים וואס איז געשעהן, זאגט אים יעקב, ממש א פלא, היינט צופרי איז דער טענענט געגאנגען אויף עקסערסייז, און געווען גוט אנגעטרינקען, ווען אינמיטן איז ער פלוצלינג אוועק געפאלן און זיך געלייגט אויף שטענדיג.

זכותו יגן עלינו, כן יאבדו.....
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

אויב מ'קען קאנפירמען די מעשה מיט קראנטע באריכטן פון די טויט פונעם ערל וואלט עס געווען א גרויסע ענין.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”