- 005ShloishemShotzMontrealZtl__4_.jpg (61 KiB) געזען 2201 מאל
- 005ShloishemShotzMontrealZtl__5_.jpg (55 KiB) געזען 2201 מאל
- 005ShloishemShotzMontrealZtl__6_.jpg (61.96 KiB) געזען 2201 מאל
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
זידיטשויבער אייניקל האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:זידיטשויבער אייניקל האט געשריבן:
ווער איז דער רעדנער שליט"א אינעם דריטן בילד?
פונעם ווייטן תימן האט געשריבן:דער רבי זצ"ל לערנענדיג מיט זיין פאטער הרה"ק ר' יואל משאץ זצ"ל, אלס יונגל נאך איידער די דריי יאר
הסרפד האט געשריבן:א זיסע מימרא, וראוי לאומרו, האב איך מיך דערמאנט ראש השנה, ששמעתי מפיו זצ"ל (איך שרייב נישט דער סגנון פונקטליך ווייל איך געדענק עס נישט גענוי):
'איך פארשטיי נישט, אין דעם מחזור, ביי דער יהי רצון וואס מען קען זאגן ביי 'איה' ווי מען קען זיך אויסבעטן איינער פון דריי זאכן - וואס פאר איין אויסוואהל איז דאס בכלל? עשירות? אויף וואס טויגט עס? רוח הקודש? "אויף צו מאכן קונצן?" -ערליכע קינדער איז דאך א וודאי דער אייציגסטע וויכטיגע זאך, ווער קלויבט דען די אנדערע?'
זידיטשויבער אייניקל האט געשריבן:הסרפד האט געשריבן:א זיסע מימרא, וראוי לאומרו, האב איך מיך דערמאנט ראש השנה, ששמעתי מפיו זצ"ל (איך שרייב נישט דער סגנון פונקטליך ווייל איך געדענק עס נישט גענוי):
'איך פארשטיי נישט, אין דעם מחזור, ביי דער יהי רצון וואס מען קען זאגן ביי 'איה' ווי מען קען זיך אויסבעטן איינער פון דריי זאכן - וואס פאר איין אויסוואהל איז דאס בכלל? עשירות? אויף וואס טויגט עס? רוח הקודש? "אויף צו מאכן קונצן?" -ערליכע קינדער איז דאך א וודאי דער אייציגסטע וויכטיגע זאך, ווער קלויבט דען די אנדערע?'
א מורא'דיגע מימרא וואס ווייזט אן ווער דער יוד אליין איז געווען
אוראייניקל האט געשריבן:הרה"ג ר' אפרים רובין הי"ד
ראש ישיבת בעלזא אין אנטווערפן פאר'ן קריג.
הסרפד האט געשריבן:אוראייניקל האט געשריבן:הרה"ג ר' אפרים רובין הי"ד
ראש ישיבת בעלזא אין אנטווערפן פאר'ן קריג.
חתן ר' פייבל ז"ק מחותנו של המהר"א מבעלזא.
אוראייניקל האט געשריבן:הרה"ג ר' אפרים רובין הי"ד
ראש ישיבת בעלזא אין אנטווערפן פאר'ן קריג.
כבוד הרב האט געשריבן:אוראייניקל האט געשריבן:הרה"ג ר' אפרים רובין הי"ד
ראש ישיבת בעלזא אין אנטווערפן פאר'ן קריג.
א ראפשיטצע'ר איינקיל ?
ווי גרויס איז בעלזא געווען אין אנטווערפן פאר'ן קריג ?
כבוד הרב האט געשריבן:אוראייניקל האט געשריבן:הרה"ג ר' אפרים רובין הי"ד
ראש ישיבת בעלזא אין אנטווערפן פאר'ן קריג.
א ראפשיטצע'ר איינקיל ?
ווי גרויס איז בעלזא געווען אין אנטווערפן פאר'ן קריג ?
פונעם ווייטן תימן האט געשריבן:ביי א אלטע כל העולם כולו האב איך געזען א בילד ווי ר' יואל משאץ (אבי האדמו"ר ר' משה מאיר) זצ"ל שפאצירט מיט איינעם און עס שטייט מחותנו ר' מאיר מגיד,
וויאזוי איז עס א מחותן אויב האט ר' יואל משאץ נאר געהאט דריי קינדער?
פונעם ווייטן תימן האט געשריבן:די נייע מצבה
פונעם ווייטן תימן האט געשריבן:[align=center][/align]
אביסל תולדות, - גענומען פון RDN
[align=center]ומשה עלה למרום:
כ"ק אדמו"ר משאץ זצ"ל
על ישראל הדרתו במונטריאל
גלה כבוד מישראל: דעם שב"ק איז נפטר געווארן כ"ק אדמו"ר משאץ זצ"ל פון מונטריאל, הרה"צ ר' משה מאיר מאסקאוויטש זצ"ל אין עלטער פון 88 יאר. דער רבי זצ"ל איז געווען א זון פון הרה"ק ר' יואל משאץ זצ"ל, א זון פון הרה"ק ר' מאיר'ל משאץ זצ"ל, און איידעם ביי זיין שוואגער הרה"ק ר' שלום משאץ זצ"ל בעל דעת שלום. דער רבי זצ"ל איז געבוירן ו' כסלו שנת תרצ"ב אין זיינע קינדער יארן האט דער רבי זצ"ל געוואוינט אין איין דירה צוזאמען מיט זיין גרויסן זיידן הרה"ק ר' שלום משאץ זי"ע און האט געהאט די זעלטענע זכיה צו ווערן אויפגעהאדעוועט על ברכי זקינו הקדוש וועלכע האט אים ארויסגעוויזן א געוואלדיגע חיבה יתירה און האט מיט אים געלערנט תורה ויראה און משפיע געווען במלא חפניים.
דער גרויסע זיידע זצ"ל איז געווען א מוסטער און א ביישפיל פאר'ן יונגן אייניקל איבער ווי אזוי זיך אויפצופירן. דער קליינער משה מאיר'ל פלעגט נישט אראפנעמען אן אויג פון די עבודת הקודש ביי זיין גרויסן זיידן און שוין דעמאלט האט זיך אנגעזעהן אין אים א געוואלדיגע דארשט פאר תורה ויראה, זיך נישט וועלנדיג אוועקרירן פון מיטצוהאלטן די עבודת הקודש ביים זיידן פאר לאנגע שעות.די הייליגע צורה פונעם זיידן איז אים שטענדיג געשטאנען פאר די אויגן און האט דאס כסדר געחזר'ט מיט די דורות הבאים למעןם ידעו דור אחרון צדיר מה פעל, און האט איבערגעגעבן דעם אויסגעטראטענעם דרך הסלולה וואס ער האט מקבל געווען פון זקינו הקדוש זי"ע.
אין זיינע בחורישע יארן האט דער רבי זצ"ל געלערנט אין די בארימטע 'שניידער'ס ישיבה' אין לונדון אינאיינעם מיט יבלחט"א כ"ק מרנן גאב"ד וראב"ד ירושלים שליט"א. אין יאר תש"ח איז דער רבי זצ"ל געראטעוועט געווארן פון די ביטערע צווייטע וועלט-קריג בניסי ניסים און איז דאן געגאנגען לערנען אין ארץ ישראל אין 'ישיבת באר אברהם סלאנים' צוזאמען מיט הרה"ק ר' נפתלי צבי מבאבוב זצ"ל. אין ארץ ישראל האט דער רבי זצ"ל געהאט די זכיה זיך צו ווייקן בצלא דמהימנותא פון הרה"ק מבעלזא זי"ע מיט וועמען ער איז געבליבן מקושר כל ימי חייו. דערנאך איז דער רבי זצ"ל געגאנגען לערנען אין די באבוב'ע ישיבה אין ניו יורק ביי הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע, ווי ער איז געשטיגן למעלה למעלה על במתי התורה והיראה.
ד' שבט תשט"ז האט דער רבי זצ"ל חתונה געהאט מיט הרבנית ע"ה טאכטער פון הגה"צ ר' נחום אשכנזי זצ"ל הי"ד, אבד"ק חאטין, און נאך די הסתלקות פון אביו זצ"ל ביום חוה"מ סוכות תש"מ, האבן די חסידים וידידים אין מאנטריאל געקרוינט דעם רבי'ן להמשיך בהנהגת עדת צאן מרעיתו. דער רבי זצ"ל איז אלע יארן געווען באקאנט מיט זיין צדקות ופרישות, און געדינט דעם אויבערשטן מיט א זעלטענע באשיידענקייט און הצנע לכת אן קיין רעש און פרסום. אין די ערשטע יארן האט דער רבי זצ"ל פארמאגט אן אייגענעם ביהמ"ד וואו דער רבי זצ"ל האט אפגעראכטן די תפלות בהשתפכות הנפש מיט א געוואלדיגע דביקות און משפיע געווען מזיו הדרו פאר צענדליגע אידן וועלכע האבן זיך מתחממם געווען לאורו הבהיר און נהנה געווען עצה ותושיה. די לעצטע פאר וואכן איז דער רבי געווען אין א שווערע געזונט צושטאנד און האט דעם שב"ק אויסגעהויכט די נשמה ליוצרה, איבערלאזנדיג א הערליכע דור פון בנין וחתנין רבנן. די לוויה קומט פאר היינט זונטאג אינדערפרי פון בעלזא בית המדרש אין מאנטריאל, אויפן וועג קיין מאנסי, וואו ער וועט קומען לקבורה אין די נאכמיטאג שעה'ן אויפן וויזניצע בית החיים, נעבן מקום קבורת הרבנית ע"ה.
דער רבי זצ"ל לאזט איבער איין ברודער כ"ק אדמו"ר משאץ ירושלים שליט"א. די קינדער: הגה"צ ר' שלום אהרן נחום מאסקאוויטש שליט"א משאץ-וויליאמסבורג, הגה"צ ר' יעקב יצחק מאסקאוויטש שליט"א משאץ-לעיקוואוד, הגה"צ ר' יהושע העשיל מאסקאוויטש שליט"א משאץ-מאנטריאל, הגה"צ ר' אברהם דוד מאסקאוויטש שליט"א משאץ-ירושלים, הגה"צ ר' יחיאל יוסף מאסקאוויטש שליט"א אדמו"ר משאץ-בית שמש, הגה"צ ר' אלימלך מאסקאוויטש שליט"א משאץ-מאנסי, הגה"צ ר' משולם פייוויש מאסקאוויטש שליט"א משאץ-בארא פארק, הגה"צ ר' אלעזר מאסקאוויטש שליט"א משאץ-לינדען, און איין טאכטער אשת הגה"צ ר' ישי שובאקס שליט"א דומ"ץ בק"ק בעלזא אין אשדוד. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.[/align]