מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » פרייטאג אפריל 24, 2009 2:08 pm

המסתתר האט געשריבן:די שאלה פונעם בני יששכר האבן אויך געהאט די אלע משתתפים ביים חנוכת הבית אין ירושלים, אויך איך וואס איך בין דעמאלט'ס מיטגעפארן מיטן רבי'ן אויף א"י האב זיך נישט געקענט אפוואונדערן פונעם מחזה וואס האט זיך אונז אנטפלעקט, דער רבי מיט א שטריימל און ווייסע בעקיטשע, אבער ווען דער רבי האט אנגעפאנגען זיין דרשה האט זיך אונז אלעס פארענטפערט.

"ס'איז ביי מיר דער חנוכת הבית באמת א גרויסע שמחה, איבערדעם האב איך היינט אנגעטאהן א שטריימל, איהר זעהט, מ'האט שוין געמאכט אסאך גרויסע חנוכת הבית'ער, איבעראל, אין מאנסי, אין מאנטריאל האט מען אויפגעבויט אזא ביהמ"ד און א ישיבה, מיידל שולע, און איבעראל האב איך געהאט אזא שמחה, א געוואלדיגע שמחה, כ'האב מיר נישט אנגעטאהן אין ערגעץ א שטריימל, אפי' ביי אונז אין וויליאמסבורג, קיינמאל.

דא האב איך געפילט, אז ס'איז ממש נוגע ללבבי, כ'האב אנגעקוקט ווי אזוי ס'קוקט אויס די קריה, מ'וואוינט שוין ב"ה אין די בנינים, דעם גרויסן ביהמ"ד וואס מ'האט זיך אזוי איבערגעגעבן דאס אויפצובויען, ממש א שיינקייט פאר ירושלים עיר הקודש, האב איך געפילט א גרויסע שמחה בליבי, און כ'האב מיר אנגעטאהן דעם שטריימל.

כ'האב נישט בדעה געהאט אויף דעם, נאר קומענדיג אהער האב איך געפילט אזא שמחה בליבי, אז דער רבש"ע האט מיר געהאלפן, מ'זאל קענען ממלא זיין רצון צדיק פונעם פעטער זי"ע, וואס האט אזוי געוואלט האבן דא א קריה, און האט אסאך געטאהן פאר דעם, און מ'איז דאנקבאר דעם בוכ"ע אז מיט די אלע שוועריקייטן איז מען שוין ב"ה אנגעקומען ביז אהער. עכל"ק.


הערה. איך האב נישט געדענקט די דרשה אין זכרון, נאר כ'האב ביי מיר דעם טעיפ געהאט אונטער די הענט האב איך עס פריש אויסגעהערט יעצט.


ביים חנוכת הבית פון בית רחל (פאראדייס) אין קרית יואל בשנת תשנ"ה וואס רביה"ק זי"ע האט מנדב געווען איז דער רבי אויך געגאנגען מיט א שטריימל.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » דינסטאג מאי 05, 2009 7:43 pm

די בילדער פון דעם אשכול מיט די דיונים איבער זיי, האט מען אפגעטיילט און א באזינדערען אשכול בשם

אשכול תמונות - מרן הברך משה זצ"ל

'הגבאי'
בשם הגבאים

צדיק מושל
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 1:34 am

תגובהדורך צדיק מושל » פרייטאג יוני 26, 2009 12:51 pm

א היסטארישע בריוו, השמטה מספר משה היה רועה.

קרעדיט: ידידינו ר' הירשל ציג.

אוועטאר
הירשל ציג
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 12:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך הירשל ציג » פרייטאג יוני 26, 2009 12:53 pm

"השמטה" :grin:
הירשל ציג
בעל הבלוג "צירק געצעלט"
http://hirsheltzig.com

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6343
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 12:41 pm

א גוט מארגן טייערע אידן.
מיר האלטן שוין אט אט אין די ע' יארן, איז הערט אויס א מעשה וואס איז זיך פארלאפן נאך אין די ס' יארן.
ליצנות אין א זייט געלייגט, א מעשה וואס האט פאסירט פאריגע וואך, און מיר וועלן אלע ארויסנעמען דערפון די מעלת וכח התפלה.

א יונגערמאן מיטן משפחה נאמען ג. אין די פריע צוואנציגער יארן, איז ל"ע פאר קיין שום איד נישט געזאגט דיאגניזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה MS פאר אלע שונאי ישראל.
דער אינגערמאן איז שוין געווען האלב פאראלאזירט די לעצטע עטליכע וואכן.
לעצטע וואך דאנערשטאג פארנאכט, ליגנדיג אין שפיטאל, אין אנוועזנהייט פון זיין פאטער זז"ג, רופט ער זיך פלוצלינג אן, טאטי! קוק איך זע דעם רבין דער ברך משה, דער טאטע קוקט זיך ארום, און זעט נישט גארנישט, ער טראכט צו זיך, אוי וויי נעבעך, ווער ווייסט וואס די מעדעצינען האבן די אנגעמאכט.
דער אינגערמאן איז דערנאך איינגעשלאפן.
פרייטאג אינדערפרי וועקט זיך דער אינגערמאן אויף, כאחד האדם!!!!
וואס איז געווען די מעשה, דאנערשטאג אויפדערנאכט, ממש אין די צייט, איז ביים ציון הקדוש אין קרית יואל געווען א מנין תהלים דורך זיינע חברים, וואס האבן איינגעריסן פאר אים.

רבותי, גלייב מיר נישט, אבער בעיני ראיתי דעם אינגערמאן דעם פארגאנגענעם שב"ק אין קרית יואל, דרייט זיך ארום אין ביהמ"ד אויף ביידע פיס אן קיין שום הילף.


מאי כרום זלות לבני אדם אמר ליה אלו דברים שעומדים ברומו של עולם ובני אדם מזלזלין בהן, ופירש"י דברים העומדים ברומו של עולם, כגון תפלה. (ברכות ו ע"ב)


נ.ב. איך שרייב נישט דעם נאמען ווייל איך ווייס נישט אויב ס'איז פאר דעם יונגערמאן ניחא, אבער ווער עס וויל קען איך ענטפערן אין אישי.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 1:42 pm

פון די מעשה קען מען אויך זעהן די גרויסקייט פון זיך האלטן מקושר צו א צדיק,
די חברים האבן מתפלל געווען ביים ציון הק' אויך ביים דברי יואל זי"ע, אבער די ישועה האבן זיי געפועל'ט ביים ברך משה זי"ע ווייל צו אים האט דער יונגערמאן געהאט א קשר.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 1:49 pm

אי האב נעכטן געעזהן דעם אינגערמאן אין ביהמ"ד געזונט און פריש, ער האט האט דערציילט די משעה פאר זיינס א ידיד, כ'האב אבער נישט געהאט קיין קוראזש אוויסצוהערן, חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו.
לעצט פאראכטן דורך מיללער אום מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 2:24 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 1:58 pm

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 2:05 pm

שלום עליכם טייערע אידן, כ'האב ענק שוין לאנג נישט געזעהן. כ'האב געהערט פון א איד אז די מעשה איז אביסל איבערגעטריבן, ער זאגט אז ער האט אנגעהויןב נעמן א ספעציעלן מעדעצין און דאס האט געהאלפן. קען איינער מברר זיין פונעם אינגערמאן אליין? מילער איר האט געהערט "די מעשה" אדער אים געזעהן פארציילן?
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 2:37 pm

נאר 'געזעהן' פארציילען, כאמור לעיל לא שמעתי.

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 4:09 pm

כ'האב באקומען פון איינעם פריוואט אז ס'איז א קראנטע מעשה. די מאמע האט עס פארציילט פאר איינעם פון די חברה הצלה.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 4:18 pm

יוסלמאן האט געשריבן:שלום עליכם טייערע אידן, כ'האב ענק שוין לאנג נישט געזעהן. כ'האב געהערט פון א איד אז די מעשה איז אביסל איבערגעטריבן, ער זאגט אז ער האט אנגעהויןב נעמן א ספעציעלן מעדעצין און דאס האט געהאלפן. קען איינער מברר זיין פונעם אינגערמאן אליין? מילער איר האט געהערט "די מעשה" אדער אים געזעהן פארציילן?

טו מיר א טובה, אויב איז די קרענק ווי געשריבן דעם נאמען אויבן, איז נאך לעת עתה נישטא קיין מעדעצין דערפאר, השי"ת ישלח רפו"ש פאר כמה חולי ישראל וואס איך קען מיט דעם קרענק
למעשה האט מיר איינער היינט געזאגט אז ער האט געהערט ווי ר' משה אהרן שטיינבערג האט עס דערציילט פאר אדמו"ר מהר"א.
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 4:20 pm

אמת, אבער וואו דער איד האט מיר דערציילט איז עס נישט די קרענק ממש, ס'איז עפעס ענדליך צו LS, מ'זאל נישט וויסן דערפון. כ'האב נאר געוואלט הערן א קראנטע מקור. דוי האמיר עס. וועלן מיר פרעגן איינעם וואס קען פרעגן ר' משה אהרן.
לעצט פאראכטן דורך יוסלמאן אום מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 12:43 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 12:20 pm

פאר אפאר וואכן צוריק ביי מיין שוואגערס זונ'ס חתונה האט מיר דערציילט זיין שוואגער וואס ער האט געהאט מיטן ברך משה שוין א שיינע פאר יאר צוריק ווען ער איז נאך געווען א אינגערמאן.

ער איז געפארן זיך אפרוען אינעם ווארימען פלארידא. איידער ער איז געפארן איז ער געגאנגען געזעגענען ביים רבין (ער איז נאך דאן געווען אינדערהיים). נאכן ליינען דעם קוויטעל נעמט דער רבי איינע פון די צוויי צוואנציגערס וואס איז געלעגן אונטערן קוויטל און ער געט עס אים צוריק זאגענדיג: האסטו שליח מצוה געלט פאר שמירה. דער אינגערמאן האט געמיינט אז דער רבי וויל נישט נעמן פון אים אזויפיל געלט (בימים ההם...) האט ער געטענהט אז ער האט ב"ה פרנסה און ס'פעלט אים גארנישט, די געלט געט ער פארן רבין. דער רבי האט אים געזאגט וואו פריער, נעם די געלט פאר א שמירה.

דער אינגערמאן האט גענומען די געלט און געפארן קיין מיאמי. אויפ'ן וועג אוועקפארענדיג פון לופטפעלד אין מיאמי האט פאסירט, ס'זאל נישט פאסירן, אז דער אויטא האט זיך א קיצקע געטאן, פון אונטען ארויף, און דער אינגערמאן איז ארויס אנע קריץ, ער האט ארויסשפאצירט כאילו לא היה.

דער אינגערמאן זאגט, ווען די פאליציי האט אים געפרעגט וואו דער דרייווער איז און ער האט געוויזען אויף זיך, האט ער אים אנגעקוקט וואו פון די לבנה, נישט גלויבענדיג אז איינער פון די קאר האט איבערגעלעבט.

זי"ע.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2009 10:28 am

הפרדס תש"ל
צוגעלייגטע
hebrewbooks_org_27917_26.jpg

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2009 4:44 pm

פאר וועמען איז די מז"ט פארן ברך משה אדער פאר רבי משה שפיץ?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2009 4:49 pm

קוק, ס'זעט אויס אז פאר ר' משה, ניין?

וועלכע "מערכת" איז דאס?
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2009 4:54 pm

שמערי, לייען איבער מיין תגובה "הפרדס תש"ל"

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 1:28 pm

בני יששכר האט געשריבן: ....ווייל כידוע האט דער ייטב לב געהאט אסאך רדיפות און סיגוט...


איך וויל נאר מעורר זיין אזאך, ווער עס ליינט די ביכער פין סיגוט ובפרט פין הרב גר"וו ז"ל, זעט אז עס נישט אמת - אדרבה אין די צייטען פין יטב לב איז געווען כמעט כשלמה המלך בשעתו, די שענסטע יארען פין שטאט סיגוט. בסוף ימיו פין ייטב לב איז געווארען די "סיגעטער מחלוקה", אבער ביידע זייטען האבען זיך געהאלטען שטארק ידידים פין ייטב לב.

ס'קען זיין ער האט געהאט עפעס מתנגדים, וועלכע רב האט נישט? אבער ציזאגען אז ער האט געהאט רדיפות איז נישט אמת.

איך מיין נישט אייך צי באשילדיגן, איך ווייס אזוי איז אנגענימען ביי געוויסע מענטשען (וואס האבען עפעס א געשמאק צי זאגען אז יעדער האט געהאט רדיפות), אבער דאס איז א טעות.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 1:31 pm

הרב מברוקלין, א שאד די עסעניש הרב יששכר איז סיי ווי נישט אראונד אייך צו ענטפערן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 1:38 pm

farshlufen האט געשריבן:הרב מברוקלין, א שאד די עסעניש הרב יששכר איז סיי ווי נישט אראונד אייך צו ענטפערן.


איך וויל דאס יעדען אויפקלערן.

איך וועל זיין מודה על האמת - אלס א כהנא אייניקעל האב איך אויך א נגיעה... אבער איך גלייב איך בין גערעכט מיט דעם.
לעצט פאראכטן דורך ברוקלין אום דינסטאג דעצמבער 22, 2009 1:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 1:48 pm

ברוקלין האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:הרב מברוקלין, א שאד די עסעניש הרב יששכר איז סיי ווי נישט אראונד אייך צו ענטפערן.


איך וויל דאס יעדען אויפקלערן.

איך וועל זיין מודה על האמת - אלס א כהנא אייניקעל האב איך אויך א נגיעה... אבער איך גלייב איך בין גערעכט מיט דעם.

איר האט רעכט, אבער חשבונות איז אלץ געווען.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 3:44 pm

ס'איז אפשר נישט געווען דער גרויסער פייער ווי שפעטער ביי די מחלוקה,
אבער דאס ברויך מען צי וויסען אז און סיגוט האבן געוואוינט היבש וויזניצער חסידים, אין ווי די טבע פון חסידים האבן זיי גאנץ ווייניג געגליכן אן אנדערער רבי.

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 4:41 pm

יאסל האט געשריבן:ס'איז אפשר נישט געווען דער גרויסער פייער ווי שפעטער ביי די מחלוקה,
אבער דאס ברויך מען צי וויסען אז און סיגוט האבן געוואוינט היבש וויזניצער חסידים, אין ווי די טבע פון חסידים האבן זיי גאנץ ווייניג געגליכן אן אנדערער רבי.


גר"וו ז"ל שרייבט אז עס איז געווען זייער שיינע צייטען אין דערמאנט בכלל נישט עפעס א מחלוקה בשעת דעם ייטב לב.

אויך ווי באקאנט איז דער ייטב לב געווען א גרויסע חכם אין הייליגער דיפלאמאט, אין ער פלעגט נאכזאגען ד"ת פין די וויזניצער רבי'ס.

אזוי אויך איז געווען אין סאטמאר ווען רביה"ק איז דארט געווארען רב, ער האט מקרב געווען אלע זיינע מתנגדים אין ס'איז געווען שלום ושלוה.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:15 pm

נאר אלץ הערה צו די פריערדיגע תגובה נישט צו קלארשטעלן פאקטן וואס דארף אביסל התבוננות שרייב איך די פאלגענדע תגובה.
1. לא ראינו אינו ראי' וואס גרינוואלד שרייבט "נישט" איז בכלל נישט קיין ראי' און וואס ער שרייבט יא איז מאנכע מאל דא חולקים ואכמ"ל.
2. ער האט אויפגעהערט צו עסן פיש אין פסח צוליב די וויזניצע חסידים ווייל אין וויזניץ האט מען זייער מחמיר געווען בענין זה.
3. אין סאטמאר האב איך געהערט אז די מתנגדים (עכ"פ א חלק ניכר פון זיי) האבן אויך געוואלט שלום אונטער געוויסע טערמינען און רביה"ק מהר"י ט"ב איז זיי קעגנגעקומען בענוות יתירה, און דאס איז אינו דומה צו רוב אנדערע מחלוקות.
ויש להאריך עד אין שיעור בנושאים כאלה, וכן יש לקצר מפני הכבוד ומפני היראה (הוי זהיר וכו')
אז מ'לעבט דערלעבט מען


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט