מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרויזאק »

מה זה בארסעק?
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

עיר מרפא.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

דער ברך משה איז געווען מיטן טאטן אין די באד אין סאבראנץ.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

יעצט באקומען דעם ספר ומשה היה רועה
חלק רביעי
באשריבען איבער דעם התקשרות מיטן פעטער בעל הדברי יואל מסאטמאר זי"ע
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פאטאקי08 האט געשריבן:יעצט באקומען דעם ספר ומשה היה רועה
חלק רביעי
באשריבען איבער דעם התקשרות מיטן פעטער בעל הדברי יואל מסאטמאר זי"ע

געפונען היינט פרי פארטאגס ביי מיין טיר שוועל, א פנים דער "חכם" האט עס דעליווערט אין די שפעטע נאכט שעות.

וואס עס איז באשריבן? וואס נישט?
פרשת בעלז, שחיטה אין אמעריקא, היסטאריע פון התאחדות, ועוד ועוד, עס וועט לכאורה נישט אראפגיין פון מיין טיש אזוי שנעל.

תשו"ח להני שני צנטרי דדהבא ר' שמואל שלמה טעללער און ר' יצחק מיטעלמאן, א הערליכע און היסטאריש רייכע ארבעט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

ווי קען מען עס בייקימען און וויפל קאסט עס ?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

עס איז לכאורה דא אין רוב ספרים געשעפטן אין גרעיטער ניו יארק, ביים ציון וועט עס זיכער זיין צום קויפן.

די פרייז ביי מיין מקוה אידל איז געווען 20.00, מיר האבן עס אבער געקריגן אומזינסט פונעם די מתיבתא אלץ א קונה עולמו שעיר האולדער.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

נעכטן נאכט ביי א מסיבת לחיים לכבוד די הילולא האב איך געהערט א דרשה פון הרה"ג הירצקא צוויבל. ר' הירצקא איז געווען דער לאנגיעריגער חברותא פון רבין זצ"ל. יעדען פארטאגס האבן זיי געהאט א שיעור עטליכע שעה.

האט ער דערציילט נעכטן אז דער רבי זצ"ל יעדעס מאל ער האט אנגעפאנגען צו לערנען א מקצוע אדער מסכתא האט ער דאס אנגעפאנגען פריש ווי גלייך ער האט דאס נאך קיינמאל נישט געלערנט און פריש זיך געפלאגט און דורך גערעדט יעדע רש"י און שטיקל תוספות. און ער האט ארויסגעברענגט אז די רבי האט אייביג געטייטלט מיט ביידע פינגער, איינס אין גמרא און די צווייטע אויפן רש"י.

ס'געווען איין פארטאגס ווען א איד האט געבעטן ר' הירצקא'ן אז ער זאל אום זעהן אריינצולאזן צום רבין פאר דער עולם קומט דארט ווייל ער האט א קינד וואס איז שוין עטליכע חדשים און די דאקטוירים זאגן אז ער קען נישט וואקסן רח"ל.

ער איז טאקע אריינגעקומען אינמיטן לערנען און ער גייט צו צום רבין מיטן פיצל קינד און דערציילט אום פארוואס ער איז געקומען. די רבי האט איבערגענומען דאס קינד אין זיינע הענט און געהאלטן דאס קינד, ארומגענומען דאס קינד מיט זיינע הענט און געטאפט דא אן דארט און רופט זיך אן צו דעם אינגערמאן, איך ווייס נישט וואס די ווילסט, ער קוקט אויס זייער נארמאל, אלעס איז גוט מיט אום.

איבעריג צו זאגן אז דאס קינד איז ב"ה געזינט און פריש און וואקסט געהעריג, נאר ר' הירצקא האט צוגעלייגט אז דער שר שלום פון בעלז האט געהאט א גרויסן כח אין זיינע הענט, ער פלעגט מאכן גרויסע מופתים מיט זיינע הענט און ער האט געזאגט אז דאס קומט פון דעם וואס ער טייטלט מיט זיינע פינגער אין גמרא.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אהא, עס איז טאקע מיין טעות געווען.

יישר-כח צייטליך, זייער א שיינע מעשה, זכותו הגדול יגן עלינו.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

במעלליו יתנכר נער
כ"ק מרן רבינו כקש"ת רבי משה טייטלבוים זכותו יגן עלינו, אב"ד ק"ק סאטמאר יע"א, ובעמח"ס ברך משה, האט געצויגן זיין שיינעם יחוס אבות צו די שענסטע משפחות מיוחסות בישראל, די גדולי ומאורי הדור, רועי החסידות, ורבני ומנהיגי ישראל במשך די פריערדיגע דורות.

דער רבי זצוק"ל איז געווען א זוהן פון זיין גרויסן פאטער הגה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצוק"ל, אב"ד סיגעט ובעמח"ס עצי חיים, וועלכער איז געווען א זון פון הגה"ק רבי חנני' יו"ט ליפא טייטלבוים זצוק"ל אב"ד סיגעט ובעמח"ס קדושת יו"ט, בן הגה"ק רבי יקותיאל יהודא טייטלבוים זצוק"ל אב"ד סיגעט ובעמח"ס ייטב לב, בן הגה"ק רבי אלעזר ניסן טייטלבוים זצוק"ל אב"ד דראהביטש, בן הגה"ק רבי משה איש האלקים זצוק"ל אב"ד איהעל ובעמח"ס ישמח משה.

מצד אביו הק' האט דער רבי אויך געצויגן זיין יחוס צו הגאוה"ק בעל שו"ת מהר"י אשכנזי מזלאטשוב, בעל תולדות אדם מטאלטשעווע, דער חוות דעת, חכם צבי, מהרש"א, רמ"א, מהרש"ל, ולמעב"ק זכותם יגן עלינו.

זיין מוטער הרבנית הצדיקת מרת ברכה סימא ע"ה איז געווען די טאכטער פון הרה"ק רבי שלום אליעזר האלבערשטאם זצוק"ל פון ראצפערט, א זון פון מרן הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זיע"א. און א איידעם ביי זיין שוואגער הרה"ק רבי מרדכי דוב טווערסקי זצוק"ל מהארנאסטייפל א איידעם פון מרן הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זיע"א.

מצד אמו ע"ה האט דער רבי אויך געצויגן זיין יחוס צו הגאון בעל ברוך טעם, הרה"ק רבי מרדכי דוד מדאמבראווע, הרה"ק רבי מאטעלע מטשערנאבל און דער מאור עינים, הרה"ק רבי דובער מליובאוויטש, און דער בעל התניא, הרה"ק רבי ר' זושא, הרה"ק רבי אהרן הגדול מקארלין, און דער בעש"ט הק' ולמעב"ק, זי"ע.

דער רבי איז געווען א צענטער דור פון מרן אור שבעת הימים דער בעל שם הקדוש, וואס ווי באקאנט האט דער בעש"ט הקדוש זי"ע געזאגט אז ביז צען דורות וועט ער נאך אראפקומען צו די חתונות פון זיינע אייניקלעך און אנהאלטן א קשר מיט דעם עולם.

תרע"ה: כ"ק מרן רבינו זי"ע איז געבוירן געווארן אינעם טאג כ"ג חשון אין יאר תרע"ה לפ"ק, אין די שטאט ראצפערט-אונגארן יצ"ו.

צו די אכט טאג איז דער רבי זי"ע אריינגעגאנגען בבריתו של אברהם אבינו ע"ה, וואס איז אויסגעקומען דאנערשטאג פרשת תולדות, ר"ח כסלו תרע"ה לפ"ק.

אין יענע צייט האט געוואוינט אין ראצפערט הרה"ק רבי ישכר דוב רוקח זצ"ל דער בעלזער רב, וועלכער איז אנגעקומען קיין ראצפערט מיט א קורצע צייט פריער, א' סליחות תרע"ד לפ"ק. דער עצי חיים האט איהם מכבד געווען מיט סנדקאות. דער בעלזער רב איז געווען זייער פרייליך, און ער האט אנגעטון דעם שבת'דיגן שטריימל צום ברית, און ער האט אויך אנגעזאגט פאר זיינע נאנטע משפחה און די 'יושבים' וואס זענען מיטגעגאנגען מיט איהם אז זיי זאלן אלע אנטוהן דעם שטריימל צום ברית און מיטהאלטן דעם ברית און די סעודת מצוה דערנאך.

ביים ברית איז דער בעלזער רב געווען סנדק, און דער פאטער דער עצי חיים זי"ע איז געווען מוהל, און דער זיידע הרה"ק רבי שלום אליעזר'ל זי"ע האט געזאגט די ברכות וקרא שמו בישראל משה, על שמו פונעם גרויסן זיידן, דער אבי השלשלת דער הייליגער ישמח משה זי"ע.

אין זיינע יונגע קינדער יארן איז דער רבי אויפגעצויגן געווארן אונטער די שוץ פון זיין הייליגן טאטן, וועלכער האט מיט אים אסאך געלערנט, ער האט אים מגדל און מחנך געווען צו תורה יראת שמים, און מידות טובות.

דער עצי חיים זי"ע האט דעם רבי'ן אפגעהיטן זייער הייליג, און שוין אלס יונג קינד איז ער געווען אפגעהיטן אויף גאר א שטארקן פארנעם. ווען איינער פון די מקורבים האט אמאל געפרעגט דעם רבי'ן צי אין סיגעט איז דא א פלאץ וואו מ'האט געקענט גיין שפאצירן. האט אים דער רבי געענטפערט "גלייב מיר איך בין קיינמאל נישט ארויסגעגאנגען אויסער דעם טויער פון שוהל-הויף וואו מיר האבן געוואוינט, דארט איז געווען דער בית המדרש און די תלמוד תורה, און דער טאטע האט מקפיד געווען אז די קינדער זאלן זיך נישט דרייען אין די גאסן, אויב האט א קינד געדארפט ערגעץ גיין האט ער מיטגעשיקט איינעם פון די משמשים זאל אים באגלייטן".

ווען דער רבי האט אמאל גערעדט איבער דעם ענין, האט ער זיך אויסגעדרוקט "איך האב בעסער געקענט די גאסן פון קראלי ווי די גאסן פון סיגעט". ווייל ווען ער פלעגט פארן אויף קראלי ביים פעטער דער רבי זי"ע, פלעגט ער דארפן צוגיין פון די אכסניא צום ביהמ"ד און צום רבי'נס הויז וכדומה, איז אויסגעקומען אז ער האט זיך געדארפט דרייען איבער די גאס, אבער אין סיגעט איז ער כמעט קיינמאל נישט ארויסגעגאנגען פון זיין טאטנס הויז, און ער האט קיינמאל נישט געהאט די געלעגענהייט אז ער זאל זיך אויסקענען מיט די גאסן פון שטאט.

עס איז געגאנגען אויף אזוי ווייט אז ווען די עלטערן האבן איהם אמאל געשיקט אויף א געוויסע שליחות אין סיגעט, האט ער זיך פשוט פארבלאנדזשעט נישט קענענדיג די גאסן פון שטאט. ביז ווען מען האט געזעהן אז ער שפעטיגט אהיימצוקומען האט דער עצי חיים געשיקט א שליח זאל קוקן וואו ער איז, האט ער געזעהן ווי ער בלאנדזשעט און טרעפט נישט דעם אדרעס. אזוי ווייט האט ער זיך נישט אויסגעקענט אין די שטאטישע גאסן.

דער עצי חיים האט איהם באזונדער ליב געהאט, און דער רבי פלעגט שלאפן ביינאכט אין טאטנס ספרים שטוב, און ווי ער פלעגט דערציילן קלונגט אים נאך אין די אויערן דעם טאטנס קול תורה מיט א געוואלדיגע מתיקות.

ו' אלול תרפ"ה: נאך די יארצייט סעודה פונעם ייטב לב זי"ע וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין סיגעט, און דער רבי בעל דברי יואל זי"ע איז כדרכו געקומען צו פארן קיין סיגעט צו די יארצייט, האט דער עצי חיים געהייסן אז דער רבי זאל מיטגיין מיטן פעטער דער ארשיווער רב, און ער זאל אים זאגן אין זיין נאמען אז ער האט געבעטן אז ער זאל אים פארהערן זיינע לימודים.

האט דער רבי געזאגט אז ער האט נאך דעמאלטס נישט געקענט פארשטיין וואס זיין טאטע האט געוואלט דערמיט, ביז עס זענען אריבער געגאנגען גענויע זעקס חדשים ווען דער טאטע איז ליידער נסתלק געווארן, ו' שבט תרפ"ו, האט ער שוין דעמאלטס פארשטאנען אז זיין טאטע האט געשפירט אז ער וועט זיך געזעגענען פון דעם עולם, האט ער אים געוואלט מרמז זיין אז ער זאל זיך גיין מדבק זיין אינעם פעטער דער רבי זי"ע.

דער רבי האט דערציילט ביי זיין "הכתרה" מוצש"ק ראה תש"ם לפ"ק בזה"ל:
"דעמאלטס האב איך שוין געוואוסט פארוואס דער טאטע האט מיך געשיקט צו גיין צום פעטער ז"ל, און זייט דעמאלטס איז געווען נפשי קשורה בנפשו ומצאתי בו את שאהבה נפשי, און שפעטער בין איך געפארן קיין קראלי וואו איך בין איינגעשטאנען ביי אים אין שטוב, און ער איז געווען ווי מיין טאטע און מחנך ברוחניות ובגשמיות, וואס איך וועל דאס אייביג געדענקען און קיינמאל נישט פארגעסן".
"פון דעמאלטס ביז היינט איז שוין אריבער מער ווי פופציג יאר, איך גיב אפ א שבח והודאה פארן אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען צו קענען אזא אדם הגדול בענקים, און אלע טעג וואס איך בין געווען מיט אים האב איך געזוכט צו קענען לערנען פון אים, און איך האב זיך דורכגעשמועסט מיט אים יעדע זאך, און איך האב געזוכט יעדע געלעגענהייט וואס עס איז נאר שייך אז איך זאל זיך קענען שיצן אונטער זיינע הייליגע פליגל נאך דעמאלטס אין קראלי".
"דער פעטער ז"ל האט מיך אויך זייער מקרב געווען, אויך נאכדעם וואס איך האב אנגענומען דאס רבנות אין זענטא, און נאכמער ווען עס זענען אנגעקומען די שווערע און ביטערע צייטן, ווען די וועלט איז געווען פינסטער, איז דער פעטער מיר אלס געשטאנען צו די האנט, און אויף יעדע זאך, יעדע פראבלעם האט ער מיר מייעץ געווען און ארויסגעהאלפן".

תרפ"ו: ליידער איז פאר דעם צדיק נישט באשערט געווארן קיין גרינג לעבן, און ווי ער האט זיך אויסגעדריקט אין זיינע עלטערע יארן "מיום עמדי על דעתי האב איך נישט געהאט קיין גוטן טאג אין לעבן"... ווען ער איז אלט געווען 11 יאר האט ער פארלוירן זיין טאטע און מאמע און איז געבליבן א קיילעכיגער יתום.

נאך די פטירה פונעם עצי חיים און זיין רביצין, האט מען זיך דערמאנט איבער א מערקווירדיגע ברכה וואס דאס פאר-פאלק האט באקומען ביי זייער חתונה פונעם גרויסן פעטער הגה"ק משינאווע זי"ע, וועלכער איז געווען דער מסדר קידושין ביי די חתונה און נאך די חופה האט ער זיי אנגעוואונטשן "עטץ זאלטס ענק אינאיינעם אויסלעבן".

ביי די לוי' פונעם עצי חיים האט זיך די רביצין נישט געקענט בארוהיגן און זי האט געוויינט און געשריגן מיט היסטערישע קולות "וואו איז די ברכה פונעם הייליגן פעטער?" ליידער ליידער, איז די ברכה אזוי טראגיש מקוים געווארן אויפן פארקערטן אופן ווען אויך די רביצין ע"ה איז נפטר געווארן א קורצע צייט שפעטער ה' ניסן תרפ"ו, ווען דער רבי איז געווען אן עלף יעריג אינגל, און ער איז געבליבן א קיילעכיגער יתומ'ל פון טאטע און מאמע.

שווערע יתמות'דיגע יארן זענען אויפן רבי'ן אריבער, ער האט זיך פארמאסטן מיט אלע שוועריגקייטן און ער האט זיך אריינגעווארפן אין לערנען, און ער האט אנגעהויבן צו שטייגן זייער הויך.

אט די שווערע מצבים אין וואס דער רבי איז אויפגעוואקסן אין זיינע בליענדע יארן דאס האט שטארק אויסגעפארעמט זיין גייסטישע געשטאלט. דאס וואס ער האט פון זיין פריעסטער יוגענט זיך אליינס געדארפט פארמעסטן מיט די שווערסטע מצבים, דורכגייענדיג אזעלכע פיינפולע מאמענטן נישט האבענדיג קיין עלטערן, און נישט האבענדיג ווער עס זאל אים מחזק זיין און שטארקן זיין גייסט, דאס האט אים איינגעוואוינט צו טראגן זיינע ליידן אינערליך אין זיך, און זיך פארמעסטן מיט יעדן מצב כמות שהוא, און נישט אונטערברעכן אין די שווערסטע זמנים, נאר ליידן און שווייגן.

תרפ"ז: דער רבי האט זיך געווייקט זייער אפט ביים הייליגן פעטער כ"ק מרן בעל דברי יואל זי"ע אין קראלי און אין סאטמאר, און ביי די חסידים האט מען געוואוסט אז "משה'לע סיגעטער" ווי מען האט אים גערופן, איז א קראלער חסיד פונעם פעטער זי"ע.

אין יענע יארן איז ער אויך געווען אפט אין שטוב פון זיין זיידן הגה"ק מראצפערט זי"ע פון וועמען ער פלעגט אסאך דערציילן, און ער האט געהאט די געלעגענהייט זיך צו באקענען מיט אסאך צדיקי הדור אין אונגארן און אין גאליציען.

תרפ"ח: איז דער רבי אריין לעול התורה והמצוות, די בר מצוה איז אפגעהאלטן געווארן אין סיגעט, מיט די באטייליגונג פונעם זיידן ר' שלום אליעזר'ל זי"ע און רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.

ער האט זיך גאר שטארק אויסגעהארעוועט אין זיינע ימי הבחרות עד כדי כך אז די זקני גדולי וצדיקי הדור האבן געזאגט אויף אים גרויסע זאכן, אזאלכע לייבן ווי הגה"ק רבי שאול בראך מקאשוי זצ"ל, הגה"ק מנאסאד זצ"ל, הגה"ק מביקסאד זצ"ל, האבן אים אלס בחור אויסעגלויבט.

דער רבי בעל דברי יואל זי"ע האט עטליכע מאל זיך אויסגעדריקט אויף אים גאר שטארק, ווי "ער פארשעמט נישט די משפחה ביז צום ישמח משה". הגה"צ המפו' רבי שלמה זלמן פריעדמאן זצ"ל אב"ד ראחוב האט דערציילט אז ווען עס האט זיך געהאנדעלט איבער א שידוך פארן רבי'ן, האט מען געפרעגט דעם פעטער בעל דבר"י זי"ע וואס ער זאגט צו אים, האט ער געזאגט מיט א פולזאגענדיגן אויסדרוק "ער איז א טייטלבוים!...", ביי א אנדערע געלעגענהייט האט דער פעטער געזאגט "איך קען מעיד זיין אויף אים אז ער איז א תלמיד חכם".

תרפ"ט: אלס 14 יעריגער בחור'ל האט דער רבי באזוכט אין שטוב פון הגה"ק רבי אברהם יהושע פריינד זצ"ל דער נאסאדער רב. וועלכער דער נאסאדער רב האט מיט אים גערעדט א שעה צייט שטייענדיג אויף די פיס, און אים געהייסן זיך זעצן...

מיט עטליכע יאר שפעטער ביי זיין ברודערס חתונה ווען דער רבי איז געווען אין קראלי, איז ער אין איינע פון די טעג אריין צום נאסאדער רב אין שטוב, און דער נאסאדער רב האט זיך אויפגעשטעלט פאר אים.

צווישן די אייניקלעך פונעם נאסאדער רב וואס זענען געשטאנען אונטערן זיידנס בענקל זענען געווען אזעלכע וואס האט נישט אזוי געשמעקט דעם גרויסן כבוד וואס דער נאסאדער רב האט געגעבן פאר דעם בחור'ל, האט זיך איינער אנגערופן אז דער זיידע האט זיך אוודאי אויפגעשטעלט פאר אים ווייל ער איז א צאנזער אייניקל, וואס ווי באקאנט איז דער נאסאדער רב געווען א פייערדיגער צאנזער חסיד, האט זיך דער נאסאדער רב אנגערופן "ניין, איך האב איהם פארהערט און ער קאן פיין לערנען".

אין יענעם יאר תרפ"ט האט זיך דער רבי באגעגענט מיט הגה"ק רבי אליעזר פיש זצוק"ל דער ביקסאדער רבי כ"ט שבט אין סיגעט, ביי די יארצייט פון הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע.

דער ביקסאדער רב - וועלכער איז געווען א ידיד נאמן מיטן עצי חיים און ער האט געלערנט מיט אים אין זיינע יונגע יארן - האט געגעבן א קוויטל פארן רבי'ן.
ווען דער רבי איז געפארן דאס ערשטע מאל קיין קראלי צום פעטער רביה"ק זי"ע, אויף די הייליגע טעג פון יאר תרפ"ז האט מען זיך אינצווישן אפגעשטעלט אין סאטמאר, און דער רבי איז אריינגעגאנגען שלום נעמען פונעם ביקסאדער רבי'ן זצ"ל, האט ער אים מכבד געווען ביותרת הכבוד, זאגענדיג: ווען איך וואלט ווען געוואוסט אז ער קומט וואלט איך זיך ווען אנגעטוהן דעם שטריימל לכבודו".

דער ביקסאדער רבי האט אים דאן אויסטערליש מכבד געווען און אויך האט ער אים געגעבן א קוויטל. ווי פארשטענדליך האט זיך דער רבי זייער געשעמט און ער האט בשום אופן נישט געהאלטן ביים נעמען דאס קוויטל. דער ביקסאדער רבי האט אים אבער זייער שטארק מפציר געווען, ביז ווען דער רבי האט גענומען דאס קוויטל זאגענדיג אז ער וועט דאס אראפלייגן ביים ציון פון זיין טאטן דער עצי חיים זצ"ל.

ויקרא לפניו אבר"ך

תרצ"ו: בשנת תרצ"ו איז ער א חתן געווארן בזו"ר מיט די טאכטער פון זיין פעטער הגה"צ רבי העניך זצ"ל אב"ד קערעצקי, אן איידעם ביים קדושת יו"ט זי"ע, און ער האט מיט די רביצין הי"ד אויפגעשטעלט זיין שטוב מיט דריי קינדערלעך.

נאך אלס חתן האט מען אים איבערגעגעבן א כתב רבנות פון די שטאט זענטא, אבער בפועל איז ער נאך געבליבן וואוינען סמוך על שולחן חותנו אין קערעצקי וואו ער איז געזעסן יומם ולילה מיט אן אויסטערלישע התמדה און געפירט די ישיבה פון זיין שווער אין קערעצקי וואו ער האט דארטן מרביץ תורה געווען ע"ד אבותיו הק'.

איבעראל וואו דער רבי איז געווען האט מען אים ליב געהאט אהבת נפש, ער האט זיך אראפגעלאזט צו יעדן איינעם, און ער האט זיך געהאלטן נידריגער ווי יעדן, א בחינה ווי דער פסוק זאגט "והאיש משה ענו מאד מכל האדם".

אב"ד ור"מ זענטא

תש"א: אין חודש אלול איז דער רבי אריבערגעפארן קיין זענטא וואו ער איז אויפגענומען געווארן אלס אב"ד ור"מ, און ער האט גאר שטארק מצליח געווען מיט זיין רבנות.

טראצדעם וואס ער איז אלט געווען קארגע 25 יאר ווען ער איז אריין משמש ברבנות זיין אין אזא עיר ואם בישראל וואס האט געהאט געציילטע הונדערטער אידישע משפחות, האט ער דארט גאר אסאך אויפגעטון אין יעדן געביט און יעדן הינזיכט, ער איז געווען גאר א שטארקער מענטש און ער האט דארט געפירט דאס רבנות בכח גדול וביד חזקה.

אין זענטא איז ער געווען צוגעבינדן צו יעדן תושב אין די שטאט מיט אויסטערלישע קשרי ידידות והערצה, ער האט זיך מוסר נפש געווען פאר יעדן איינעם, און אידן יוצאי זענטא ביזן היינטיגן טאג רעדן מיט אזא געוואלדיגע התרגשות פון דעם רבין אין יענע יארן.

דער רבי האט אין זענטא געפירט די שטאט מיט א שטארקע האנט, ער האט געפירט די ישיבה, זיך אפגעגעבן מיט דיני תורה, שיעורי תורה, פסק'ענען שאלות, מתקן זיין תקנות, קביעות עתים לתורה, צניעות, חינוך הבנים, צדקה וחסד, וואס האט געהאט אן השפעה אויך אויף אלע ארומיגע שטעט.

תש"ב: די שטאט זענטא איז געווען אין א גרויסע סכנה פון רוצחים ימ"ש, די גאנצע שטאט איז אנטלאפן, חוץ דער רבי אין געציילטע יחידים, און עס איז געווען א גרויסער נס

תש"ד: הארט פאר די רשעים זענען אריינגעקומען קיין אונגארן איז נאך דער רבי געווען ז' אדר אין קאלוב, און ער האט נאך באזוכט ביים זיידן אין ראצפערט, וואו ער האט אים געזעהן דאס לעצטע מאל, און באקומען פון אים א וואונדערליכע ברכה, וואס דער רבי האט געהאלטן אז די ברכה איז אים בייגעשטאנען אז ער איז ניצול געווארן.

די שווערע מלחמה יארן

תש"ד: ליידער איז די שיינע תקופה טראגיש צושטערט געווארן ווען די נאציס זענען אריינגעקומען קיין אונגארן און דער רבי זצ"ל מיט די קהלה זענען געפירט געווארן קיין אוישוויץ, וואו ער האט פארלוירן אשת נעוריו מיט אלע זיינע קינדערלעך הי"ד, שבועות תש"ד.

דער רבי זעלבסט איז פארשיקט געווארן צו צוואנגס ארבעט, וואו ער האט ביטערליך געליטן און ער איז שווער געפייניגט געווארן אין אוישוויץ, רעימסדארף, ביז ווען ער איז אנגעקומען דורכן טרויעריג בארימטן "טויטן מארש" קיין טרעיזינשטאט, כ"ה אייר תש"ה איז ער דארט באפרייט געווארן.

אויך אין יענע שווערע אומשטענדן האט ער זיך מקריב געווען פאר די תורה, און יענע טעג וואס ער איז געווען קראנק און שוואך האט ער תמיד געלערנט בע"פ מיט זיינע חברותות. ווי די חשוב'ע רבנים וואס זענען געווען מיטן רבי'ן אין לאגער פלעגן דערציילן איבער די שיעורים וואס זיי פלעגן לערנען מיטן רבי'ן בגי צלמות, און די חידושים וואס ער האט מחדש געווען אונטער יענע שווערע אומשטענדן.

איבער דעם רבי'נס התמדה, עבודת ה', אמונה ובטחון, קען מען שרייבן גאר אסאך, אזוי אויך איבער די וואונדערליכע נסים ונפלאות וואס האט אים באגלייט אויף טריט און שריט, ואכמ"ל.

דער רבי האט אין לאגער געהאט מסירות נפש צו העלפן אנדערע אידן, כאטש עס איז געווען גאר שווער און ביטער אין יעדן הינזיכט, ער אליין איז געווען צובראכן כחרס הנבר, האט ער אינזינען געהאט אנדערע אידן.

אב"ד סיגעט יצ"ו

נאכן באפרייט ווערן איז דער אהיימגעגאנגען קיין סיגעט, ער האט חתונה געהאט בזו"ש מיט הרבנית הצדיקת תחי' לרפו"ש, א טאכטער פון הגה"צ רבי אהרן טייטלבוים זצ"ל אב"ד וואלאווע און ער האט מיט איר אויפגעשטעלט א הערליכע שטוב מיט אכט קינדער פרי קודש הילולים.

תש"ו: יענעם יאר ר"ה און איבער די גאנצע ימים נוראים איז דער רבי געווען אין טעמעשוואר, וואו א גרויסער ציבור חסידים ואנשי מעשה האבן זיך מסתופף געווען בצ"ק, און מיטגעהאלטן די תפילות, טישן און הייליגע הקפות.

דארט אין סיגעט איז ער אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקום אבותיו הק' און ער האט אנגעהויבן צו בויען אידישקייט, ער איז געווען פארמישט און אומצאליגע פעולות אינאיינעם מיט די אנדערע רבנים, וואס האבן אריינגעלייגט גרויסע שווערע כוחות להרים הדת על תלה.

במשך יענעם יאר האט דער רבי געטון אסאך פעולות להחזיר עטרה ליושנה, מיטן בויען אידישקייט העלפן אויפשטעלן אידישע שטובער, און פסק'ענען שווערע שאלות אין אלע מקצועות.

ווען דאס קאמיניזם האט זיך אנגעהויבן צו פארשפרייטן האט ער שנעל פארלאזט אונגארן, ער איז געווען אין פראג, אויף די ערשטע סליחות טעג אין בראזיל, און ער איז אנגעקומען קיין אמעריקע צום מיאמי בארטן ר"ה תש"ז אינעם זעלבן טאג וואס זיין הייליגער פעטער מרן רבינו הגה"ק בעל דברי יואל זי"ע איז אנגעקומען קיין ניו יארק. א פאקט וואס ער פלעגט אלע יארן דערמאנען מיט גרויס התרגשות.

אין אמעריקע

תש"ז: אין יענע תקופה האט זיך דער רבי באזעצט אין וויליאמסבורג אויף 152 הויז סט. וואו ער האט מייסד געווען דאס ביהמ"ד עצי חיים סיגעט, און באלד איז ער געווארן פון די רבנים אין ניו יארק וואס האבן עוסק געווען און פארשפרייטן תורה ויהדות.

דער רבי איז געווען אין יענע יארן א גרויסער בעל מכשיר, בעיקר איז געווען באקאנט זיין השגחה אויף די פלייש, וואס ער האט געגעבן. ער פלעגט פירן דיני תורה, און עוסק געווען אין אלע רבני'שע ענינים.

בראש מערכות ישראל

תש"ח: פון דעם יום המר והנמהר ה' אייר, ווען עס איז געווארן די ציוני'סטישע מדינה, און רביה"ק בעל דבר"י זי"ע האט מחליט געווען צו בלייבן וואוינען אין אמעריקע און אנפירן פון דא די מלחמה לה' בעמלק קעגן די מדינה הטמאה, איז דער רבי צוגעשטאנען צו די רעכטע האנט פונעם פעטער זי"ע, ער האט מיטגעהאלטן און געפירט יעדע מערכה, יעדע אסיפה, און ווען דער רבי האט אפגעשריבן דעם הייליגן ספר "ויואל משה" איז ער געווען איינע פון די רבנים וואס דער רבי האט דאס געגעבן אז זיי זאל דאס איבערגיין און זאגן זייער חוות דעת דערויף.

תשי"א: ווען רביה"ק בעל דבר"י זי"ע האט אויפגעשטעלט זיינע הייליגע מוסדות זענען דעם רבי'נס צוויי עלצטע קינדער געווען פון די ערשטע קינדערלעך אין די מוסדות. דער רבי פלעגט דאס כסדר דערמאנען ברבים.

תשט"ו: ווען מרן רבינו הק' בעל דברי יואל זי"ע האט געגדינדעט די התאחדות הרבנים האט ער אויפגענומען דעם רבי'ן אלס חבר וועד הפועל, און משך אלע יארן איז ער געווארן פון די ראשי המדברים בכל מקום און געשטאנען לימינו פונעם פעטער זי"ע אין יעדן ענין.

עס דערציילט הגה"צ מארגערעטן וואו ער געדענקט ביי איינע פון די ערשטע אסיפות פון התאחדות הרבנים ווען מרן בעל דברי יואל זי"ע איז אריינגעקומען און ער האט געזעהן דעם סיגעטער רב זיצן אזוי באשיידן צווישן די יונגערע רבנים האט ער אים ארויפגערופן און געזעצט נעבן זיך, זאגענדיג "דו דארפסט זיצן דא אויבן און זיך אויסלערנען ווי אזוי צו פירן די אסיפות".

תש"כ: די הנהלה פון כולל שומרי החומות האט ממנה געווען דעם רבי'ן אלס סגן נשיא הכולל. דער רבי האט געטראגן דעם נשיאות מיט די פולסטע פאראנטווארטליכקייט, בפרט אין די שפעטערע יארן ווען ער איז אויפגענומען געווארן אלס נשיא, איז ער געשטאנען על משמרת הקודש, און מיט מסירות נפש לוחם געווען אז דער ציבור זאל ווייטער געבן זייער צדקת רבי מאיר בעל הנס פארן כולל שומרי החומות, און נישט אוועק קריכן פונעם דרך המסורה.

תשכ"א: מוצש"ק לך האט דער רבי בר מצוה געמאכט בנו הגדול כ"ק מרן מהר"א שליט"א, די בר מצוה איז געווען א צונויפטרעף פון מערערע גדולי ישראל, ובראשם רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.

תשכ"ג: דער רבי באזוכט דאס ערשטע מאל אין ארה"ק אויף ל"ג בעומר, תלמידי וחסידי סיגעט האבן זיך גאר שטארק געפרייט מקבל פנים זיין רבם ומאורם, דער רבי האט דארט געפראוועט צוויי געהויבענע שבתים.

תשכ"ה: אויף פסח האט זיך דער רבי געצויגן קיין בארא פארק, וואו ער האט פריש מייסד געווען די ק"ק עצי חיים סיגעט, און אויפגעשטעלט א שיינע גרויסע ישיבה פאר בחורי חמד. און א כולל פאר יונגעלייט.

תשכ"ו: דער רבי האט באזוכט אין סיגעט דאס ערשטע מאל אין נאנט צו צוואנציג יאר, וואו ער האט זיך משתטח געווען על קברי אבות.
דער רבי האט באזוכט דאס צווייטע מאל אין ארה"ק, לרגל די חתונה פון בנו הגדול כ"ק מרן מהר"א שליט"א. ביי יענעם באזוך האט דער רבי געפראוועט א געהויבענעם שב"ק אין ירושלים, וואו ער האט געפירט טיש אין סאטמארער ביהמ"ד, און עס זענען געקומען צו פארן תלמידי וחסידי סיגעט סאטמאר פון איבער גאנץ ארץ ישראל להסתופף בצ"ק.

דער רבי האט דאן געשאפן נאנטע קשרי ידידות מיט די גדולי ירושלים, באזונדער מיט הגה"ק רבי ישראל יצחק רייזמאן זצ"ל, וואס האט אנגעהאלטן אויך אין די קומענדיגע יארן.

תשל"א: איז דער רבי געווען דאס דריטע מאל אין ארץ ישראל אויף ל"ג בעומר, דער רבי האט דאן געפראוועט א שבת אין צפת.

תשל"ו: איז דער רבי נאכאמאל געפארן קיין סיגעט אויף זיין טאטנס יארצייט. אונטערוועגענס האט ער באזוכט אין אנטווערפן, וואו הרה"ק רבי איציקל פשערוואסקער זצוק"ל האט זיך מזכיר געווען ביי אים מיט א קוויטל.

תשל"ו: די התאחדות הרבנים האט געגרינדעט א אפטיילונג אין בארא פארק לדון ולהורות בדבר ה', און דער רבי איז נתמנה געווארן אלס יושב ראש.

תשל"ח: אין חודש אייר איז דער רבי ווידער געפארן קיין ארץ ישראל, ביי יענע געלעגענהייט איז געווען א חגיגה פון 120 יאר צו כולל שומרי החומות, וואו דער רבי איז געווען דער נואם הכבוד. דער רבי האט דאן אויך באזוכט אויף קברי אבות אין אייראפע.

ווען רביה"ק הדבר"י זי"ע האט מייסד געווען דעם הייליגן מוסד "קרן הצלה", איז דער רבי געווארן דער יושב ראש פונעם וועד הרבנים, און ער האט אנגעפירט מיט אלע ענינים ארום דעם הייליגן מוסד, אויף וואס ער איז שפעטער אויפגענומען געווארן אלס נשיא.

אב"ד ק"ק סאטמאר יע"א

בעת אשר נחשכו המאורות ביום כוא"ב תשל"ט, און דער הייליגער פעטער מרן הק' בעל דברי יואל זי"ע איז נסתלק געווארן האבן אלע צדיקי הדור ארויפגעלייגט אויף זיין קאפ דעם כתר ההנהגה, דאס בי"ד הגדול שבירושלים, און אנדערע זקני צדיקי הדור אלע האבן אים מכתיר געווען, און אים געשטעלט בראש העדה הקדושה עד ביאת הגואל.

זעקס און צוואנציג יאר איז ער געשטאנען אין שפיץ פון כלל ישראל און געשיינט און געלויכטן באור תורתו קדושתו וצדקתו, און רבבות אלפי ישראל האבן זיך געשיצט אונטער זיינע פליגל און חוסה געווען בצל קדשו.

עס איז נישט דאס ארט, און עס איז בכלל נישט שייך צו שילדערן אויף א באגרעניצטן פארנעם די פעולות וואס דער רבי האט געטון במשך די זעקס און צוואנציג יאר וואס ער איז געשטאנען אין סאמע שפיץ פון כלל ישראל. טאג און נאכט האט דער רבי מקדיש געווען פאר אידישע קינדער, ער איז געווען א טאטע פאר כלל ישראל, פאר יעדן פריוואט פאר פארן גאנצן כלל ישראל בכלל.

אין אמעריקע האט דער רבי געפירט דאס יהדות החרדית מיטן כח פון "התאחדות הרבנים", אין ארץ ישראל מיטן כח פון די "העדה החרדית", ער האט אלעס געפירט בכח גדול וביד חזקה.

דער הייליגער רבי, וועלכער איז ביזן לעצטן טאג געווען א ענו ושפל ברך, ער האט זיך געהאלטן קלענער פון יעדן איינעם, ער האט יעדעס קינד און בחור'ל מכבד געווען, און כסדר דערמאנט אז ער איז גארנישט און אז ער קען גארנישט, האט זיך ארויסגעשטעלט ווי א לייב ווען עס האט זיך געהאנדעלט אין מלחמה לה' בעמלק, אדער ווען ער האט געזעהן אז עס ווערט איינגעבראכן פירצות אין אידישקייט.

דער רבי האט געהאט אין זיך באהאלטן א מורא'דיגע גבורה, א באהאלטענע גבורה וואס ער האט נאר גענוצט ווען מען האט געדארפט נוצן א שווערד פון מלחמה, און מיט דעם האט ער לוחם געווען קעגן א מחריבי כרם ה"צ.

ווי כ"ק מרן מהר"א שליט"א האט זיך אויסגעדריקט ביי זיין הספד "דער טאטע ז"ל איז געווען אן ענוותן גדול, דאס האט יעדער איינער געוואוסט, און ער איז געווען א רך לבב. אבער ער האט אויך זיך געקענט באנוצן מיט מדות הפכיות, ווען ס'איז נוגע געווען כבודו יתברך שמו, איז כארי התנשא. די ריכטיגע אפטייטש פון כולן שוין לטובה".

ממש אין די ערשטע תקופה נאך די פטירה פונעם רבי'ן בעל דבר"י זי"ע, זענען געווען געוויסע מהרסים וואס האבן אונטערגענומען א מלחמה קעגן די "העדה החרדית", זיי זענען געווען זייער שטארק און באפעסטיגט, און יעדער האט פון זיי געציטערט, און נישט געהאט קיין כח לוחם צו זיין קעגן זיי.

דער רבי האט זיך דאן אליין אויפגעשטעלט און אן קיין פחד און מורא בשר ודם האט ער אויסגערופן א מלחמה, ער האט יענע קרייז אויסגעשלאסן פון דאס יהדות החרדית, ער האט גע'אסר'ט זייער שחיטה, און זיי גע'פסל'ט צו יעדע ערליכע זאך, און מיט דעם מיטל האט ער צובראכן זייער גאנצע כח.

אזוי האט ער געטון יעדעס מאל ווען פאלשע און פארפירערישע מנהיגים האבן גערעדט ברבים דברי מינות בעניני ציונית, האט דער רבי אן קיין מורא לוחם געווען קעגן זיי, און אויסגערופן אז זיי זענען מינים ואפיקורסים און מ'טאר מיט זיי נישט האבן קיין שייכות.

דער רבי האט פון די אלע זאכן נישט געהאט קיין כבוד. איבעראל האט מען דעם רבי'ן גע'רודפ'ט, ער איז אויסגעשטאנען גאר אסאך צער און יסורים פאר זיינע מלחמות פאר כבוד שמים, ער האט געליטן פיין און עגמת נפש פון שונאים מבית ומבחוץ, אבער דער רבי איז גרייט געווען צו ליידן פאר כבוד שמים, ער האט אריינגענומען אלע פיילן אין זיך, און ווייטער געפירט די מלחמה ווי א גיבור חיל.

פון די אנדערע זייט האט דער רבי כסדר געטון פעולות צו בויען דעם כח פון ערליכע אידן אין ארץ ישראל, ער האט צוויי מאל באזוכט אין ארץ ישראל במשך די יארן וואס ער איז געזעסן אויפן רבנות שטוהל אין סאטמאר, ער האט אויפגעבויעט א שיכון אין ירושלים, און מחזק געווען אלע מוסדות התורה וואס פירן זיך על טהרת הקודש.


בג' עמודי העולם
נישט דא איז דאס ארט אריינצוגיין און שילדערן מעשי תקפו וגבורתו פון דעם אדם הגדול בענקים, וואס האט געדינט דעם רבש"ע מיט א צדקות און תמימות, און אלעס איז געווען איבערגעדקט מיט א שלייער ווען ער גיט זיך אכטונג אז מען זאל נישט ארויסזעהן פון זיינע מדריגות אינדערויסן.

דער רבי זי"ע איז כל ימיו געווארן אדוק ודבוק אין די תוה"ק אויף א געוואלדיגן פארנעם, ער איז געווען א משים לילות כימים אין תורה מיט מסירות נפש ממש. ער איז געווען א גאון עצום בכל חדרי תורה וכל רז לא אניס לי', וואס די געציילטע מאל וואס ער האט זיך ארויסגעכאפט און ער האט גערעדט תורה'דיגע שמועסן מיט רבנים גאונים אדירים זענען זיי נתפעל געווארן ווי עס איז כל התורה כולה אצלו כמונחים בקופסא.
אינעם עמוד העבודה איז דער רבי געווען א קדוש עליון, א סגוף ומסוגף, וואס האט געדינט דעם אייבערשטן מיט מסירות נפש, אפילו דער רבי האט תמיד געהאט שווערע מניעות, שטענדיג איז ער געווען געפייניגט, אלעמאל האט ער געהאט אויסצושטיין ביטערע עגמת נפש, פון יעדן הינזיכט און אין יעדן פעקל, אבער דאס האט אים נישט מונע געווען פון זיצן און דינען דעם אייבהערשטן מיט א געוואלדיגע מסירות נפש.

אינעם עמוד גמילות חסדים איז דער רבי געווען א חד בדרא, אידן פלעגן אריינגיין צו אים, זיך אויסוויינען זייערע צרות, מען האט אראפגעלייגט פאר אים שווערע פעקלעך מיט קוויטלעך, ער האט יעדן אויסגעהערט און מחזק געווען, ער האט אוועקגעטיילט סכומים עצומים צו העלפן אידן בעת צרתם, און נישט גערוהט לא נח וחלא שקט ביז ווען די אידן זענען געווען געהאלפענע.

פילע הונדערטער מופתים און ענינים נפלאים דרייען זיך ארום ביים ציבור פון אידן וואס זענען געהאלפן געווארן מיט ישועות חוץ לדרך הטבע דורך דעם צדיק. און ווי בנו כ"ק מרן מהר"א שליט"א האט אויסגעשריגן ביים הספד לפני מיטתו "דטב להון לישראל בצלותי'" וואס אזויפיל אידישע קינדער זענען געהאלפן געווארן דורך זיינע תפילות וואס ער האט איינגעריסן פאר אידישע קינדער.

במשך אלע יארן איז ער געשטאנען על משמרת הקדושה והצניעות, דער רבי האט אומאויפהערליך אריינגעלייגט שווערע כוחות אז אידישע שטובער זאלן זיך פירן ערליך און הייליג, אסאך דרשות האט ער געזאגט און אסאך הייסע טרערן האט ער פארגאסן איבער דעם ענין, ביז ווען ער האט זוכה געווען צו זעהן די הייליגע עדה פירט זיך ווי אזוי מען דארף.

אין די לעצטע יארן האט דער רבי זי"ע ארויסגעגעבן זיינע הייליגע ספרים "ברך משה" על התורה, וואס זענען באלד אויפגעכאפט געווארן ביי די טויזענטער תלמידים וחסידים, וואס לערנען די הייליגע תורות וואס זענען פול מיט דברי מוסר והדרכה, און אין די הערליכע חידושים קען מען קונה זיין אסאך יראת שמים און השקפה טהורה.
*
כאטש אין די לעצטע יארן האט דער רבי זי"ע אויפגעהערט צו זאגן תורה ברבים און משמיע זיין מאמרותיו הק' ברבים, האבן אלפי ישראל ווייטער געשטראמט לחזות בנועם ה' צו זעהן זיין לעכטיגע צורה ולשמוע אל הרנה ואל התפלה.

אום חודש ניסן תשס"ו לפ"ק איז דער רבי געווען אין שפיטאל אין א מסוכנ'דיגן צושטאנד, און מאנטאג פר' שמיני, כ"ו ניסן, אין אווענט עטליכע מינוט פאר זיבן אזייגער האט ער אויסגעהויכט די הייליגע נשמה און איר צוריק געגעבן צום כסא הכבוד.

יענע נאכט איז פארגעקומען די גרויסע לוי' אין וויליאמסבורג און אין קרית יואל וואו צענדליגער טויזענטער אידן זענען זיך צונויפגעקומען זיך געזעגענען מיטן רבן ומנהיגן של ישראל, און אינדערפרי ביים עלות השחר איז דער רבי נטמן געווארן אינעם אוהל הקדוש נעבן דעם הייליגן פעטער בעל דברי יואל זי"ע.
דער רבי האט איבערגעלאזט זיין הייליגע עדה טויזענטער אידן איבער די גאנצע וועלט וואס פירן זיך לאור תורתו הבהיר, און פירן זייערע שטובער גענוי ווי דער רבי האט אלע יארן אונז געלערנט, און האבן נישט קיין שייכות מיט די ציונים און זייערע נאכשלעפער.

די טויזענטער תינוקות של בית רבן וואס זענען ערצויגן געווארן על ברכיו האבן אלע יארן געהערט פון אים זיינע הייליגע ווערטער, ווי ער האט געפאדערט אז מ'זאל זיך נישט אוועקרירן פון דעם הייליגן וועג וואס "דער פעטער זכרונו לברכה" האט פון אונז אלעמאל געפאדערט, מ'זאל עוסק זיין בתורה, יראת שמים, מידות טובות, "כי זה כל האדם".

זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

א גרויסן יישר כח זיידי זייער גיט אראפ געשריבן
ווען דער רבי איז אנגעקימען קיין אמעריקא איז ער אנגעקימען קיין פלארידא
עס איז שוין געווארן שפעט ערב ראש השנה איז ער געגאנגען צי פיס'ן ביז צו זיין אכסניא.
ער האט נישט געוואלט פארן מיט א קאר
ווען ער איז אריין געקימען צי זיין אכסניא האט ער געזעהן ווי דער בעל אכסניא האט געהייסן אנצינדן די לייט אין יו"ט האט ער זיך אנגעריפן אז מען טאר נישט הייסן פאר א גויטע אנציצינדן א לייט און יו"ט.
האט ער גענטפערט אז דאס איז נישט א גויטע דאס איז זיין ווייב ........
עס האט זייער ווייגעטון פארן רבין ווי אזוי עס זעהט אויס די אידישקייט
ער איז נישט ארויס א גאנץ יו"ט ער האט געדאוונט ביי זיך.
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

די רבי האט בייקימען ביי די בר מצוה פונם רבין ז"ל דאס רבנות אין סעמיהאל. סעמיהאל איז געווען אין זיין גלילות
און ווען די ערשטע רביצין איז אוועק האט ער דאס צוריק געבעטן און ער האט דאס געגעבן פאר זיין איידעם. און ער האט ציגעזאגט אז ער וועט אים פארשאפן א רבנות ווען ער וועט עלטער ווערן . און דער רבי האט אים פארשאפט דאס רבנות און זענטע
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

בני יששכר

די מעשה איז סאך אינטערסאנטער

אזוי שטייט טאקע אין ספר ומשה היה רועה חלק א פרק ז אזויווי די שרייבסט

אבער איך האב געזען ערגעץ אנדערש איך געדענק נישט ווי

אז דער רבי בעל דברי יואל זי"ע האט אים געזאגט בלשון קדשו
"פאר דיר האב איך אוועק געלייגט עפעס בעסערס..."
און דער רבי האט געזאגט תשל"ט ווען מען האט אים אויפגענומען אלץ ממלא מקום דודו אז יעצט פארשטייט ער שוין וואס דער פעטער האט געמיינט...
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

א ריזיגען יישר כח רב זיידעניו פאר דעם הערליכען באשרייבונג אויפן שפיץ גאפל. איך האב זייער הנאה געהאט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

צייטליך האט געשריבן:א ריזיגען יישר כח רב זיידעניו פאר דעם הערליכען באשרייבונג אויפן שפיץ גאפל. איך האב זייער הנאה געהאט.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אלף בית האט געשריבן:א קורצע איבערבליק פון די תולדות פונעם רבי'ן זי"ע
ארויסגעגעבן דורך ת"ת קרית יואל
די פייל



זיידעניו'ס ארטיקל אין פי די עף פארמאט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איי, עס ליגט אין די ביינער די פתיחת הזמן ל"ג בעומר ווען אלע בחורי הישיבות פלעגן קומען צו פארן קיין קרית יואל, מ'האט געדאווענט אינאיינעם און דערנאך איז מען ארויף צום ציון הק' און מ''איז געגאנגען לענען יעדער ברענטש און א צווייטן בנין.

נאכמיטאג איז פארגעקומען די פתיחה, ווי דער רבי ז"ל האט גערעדט צו די בחורי חמד תורה ומוסר, אכן מה נהדר היה המראה.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אז דו רעדסט שוין פון ל"ג בעומר, ברך משה, און ר' סענדער ז"ל, די ערשטע יאר וואס דאס איז פארגעקומען איז געווען בשנת תשמ"ו, ס'איז שוין שווער געווארן דער רבי זאל זאגן א פתיחה אין יעדע ברענטש עקסטער, אין יעדע שטאט עקסטער, איז איינגעפאלן פאר א קלוגן איד צוזאמען צו שטעלן אלע ישיבות אינאיינעם אויפן זעלבן אופן ווי ס'איז געווען שוין דעמאלטס איינגעפירט אויף חנוכה אלע תלמוד תורות אינאיינעם, האט מען דאס באשטימט אויף ל"ג בעומר וואס די בחורים פלעגן סייוויי קומען צו פארן צום ציון הק' און דערנאך צום טיש, תשמ"ו איז עס געווען די ערשטע מאל,פון וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, און פארשטייט זיך קרית יואל, און ר' סענדער דייטש האט גערעדט פאר די בחורים אפאר מינוט, ער האט זיך צו-וויינט מיט גאר שטארקע בכיות, אז ווער האט זיך דאס פארגעשטעלט נאך די מלחמה ווען עס איז נישט געווען קיין איין אינגער בחור פאר די אויגן, אז פערציג יאר שפעטער וועט סאטמאר אליין האבן א פיל בית המדרש מיט אינגע בחורים און ס'וועט נישט זיין קיין פלאץ פאר קיין נאדל.
איך בין געווארן זייער איבערגענומען פון זיין דרשה, ער האט געזען אין דעם א נקמה אין היטלער ימ"ש.
זעלבסט פארשטענדליך אז דער ברך משה האט דאס אויסגענוצט כדרכו בקודש צו ווייזן דעם גרויסן כח פון פעטער ז"ל, און זיכער געמאכט אז יעדער זאל וויסן אז אים קומט גארנישט קיין קרעדיט, ווי ער פלעגט תמיד מסביר זיין באריכות.
הג"ה
דאס האב איך שוין לאנג געהערט פון א קלוגן עלטערן איד, אז דער ברך משה האט אזוי גוט מסביר געווען אייביג פארן ציבור אז אים קומט גארנישט קיין קרעדיט און אלעס וואס איז דא אין סאטמאר איז דעם פעטער'ס כח, און ער טוט נישט גארנישט, אז "דער ציבור האט עס געקויפט" און פאר דעם האט ער צום סוף אליין געליטן עכ"פ אין קורצן טערמין.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

lebediger berel האט געשריבן:הג"ה
דאס האב איך שוין לאנג געהערט פון א קלוגן עלטערן איד, אז דער ברך משה האט אזוי גוט מסביר געווען אייביג פארן ציבור אז אים קומט גארנישט קיין קרעדיט און אלעס וואס איז דא אין סאטמאר איז דעם פעטער'ס כח, און ער טוט נישט גארנישט, אז "דער ציבור האט עס געקויפט" און פאר דעם האט ער צום סוף אליין געליטן עכ"פ אין קורצן טערמין.


בערל די ווייסט אליינס נישט ווי גוט די זאגסט.
כ'האב אמאל געהערט פון א איד (גראדע א מעריץ פונעם ברך משה), ער האט מיר געזאגט אז ווען ער האט פראבלעם אדער א פראגע גייט ער נישט אריין צום רבי'ן פרעגן נאר ער פרעגט זיך נאך וואס ביי די עלטערע אידן וואס דער דברי יואל האט געזאגט אין אזא פאל. ווייל האט ביי זיך א כלל א ביי יעדע זאך דארף מען קוקן וואס דער רבי ז"ל וואלט געזאגט אין אזא צייט. עניתי ואמרתי: די חכם איינער, פון וואו נעמסטו דעם לאזונג אז "ביי יעדע זאך דארף מען קוקן וואס דער רבי ז"ל וואלט געזאגט אין אזא פאל"? דאס קומט דאך פונעם ברך משה זעלבסט.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

דאס ווייזט אויף זיין גרויסקייט
זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

דאס איז א דבר ידוע, אז אסאך מאל ווען מ'האט געפרעגט דעם רבי'ן שאלות (איבערהויפט ביי צוגעבן א נאמען) פלעגט דער רבי ענטפערן בענוות קדשו.
דו קומסט דאך מיר נישט פרעגן ווייל דו ווילסט מיר פרעגן, דו קומסט דאך נאר ווייל איך זיץ אויפן פעטערס פלאץ, נא דארף איך דיר ענטפערן וואס דער פעטער האט געהאלטן.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 6:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המסתתר »

בני יששכר האט געשריבן:ביי א חניכת הבית איז דער רבי געגאנגען מיט א שטריימיל אין ווייסע בעקיטשע
עס קיקט ענדרש אויס ווי א משפחה שמחה


די שאלה פונעם בני יששכר האבן אויך געהאט די אלע משתתפים ביים חנוכת הבית אין ירושלים, אויך איך וואס איך בין דעמאלט'ס מיטגעפארן מיטן רבי'ן אויף א"י האב זיך נישט געקענט אפוואונדערן פונעם מחזה וואס האט זיך אונז אנטפלעקט, דער רבי מיט א שטריימל און ווייסע בעקיטשע, אבער ווען דער רבי האט אנגעפאנגען זיין דרשה האט זיך אונז אלעס פארענטפערט.

"ס'איז ביי מיר דער חנוכת הבית באמת א גרויסע שמחה, איבערדעם האב איך היינט אנגעטאהן א שטריימל, איהר זעהט, מ'האט שוין געמאכט אסאך גרויסע חנוכת הבית'ער, איבעראל, אין מאנסי, אין מאנטריאל האט מען אויפגעבויט אזא ביהמ"ד און א ישיבה, מיידל שולע, און איבעראל האב איך געהאט אזא שמחה, א געוואלדיגע שמחה, כ'האב מיר נישט אנגעטאהן אין ערגעץ א שטריימל, אפי' ביי אונז אין וויליאמסבורג, קיינמאל.

דא האב איך געפילט, אז ס'איז ממש נוגע ללבבי, כ'האב אנגעקוקט ווי אזוי ס'קוקט אויס די קריה, מ'וואוינט שוין ב"ה אין די בנינים, דעם גרויסן ביהמ"ד וואס מ'האט זיך אזוי איבערגעגעבן דאס אויפצובויען, ממש א שיינקייט פאר ירושלים עיר הקודש, האב איך געפילט א גרויסע שמחה בליבי, און כ'האב מיר אנגעטאהן דעם שטריימל.

כ'האב נישט בדעה געהאט אויף דעם, נאר קומענדיג אהער האב איך געפילט אזא שמחה בליבי, אז דער רבש"ע האט מיר געהאלפן, מ'זאל קענען ממלא זיין רצון צדיק פונעם פעטער זי"ע, וואס האט אזוי געוואלט האבן דא א קריה, און האט אסאך געטאהן פאר דעם, און מ'איז דאנקבאר דעם בוכ"ע אז מיט די אלע שוועריקייטן איז מען שוין ב"ה אנגעקומען ביז אהער. עכל"ק.


הערה. איך האב נישט געדענקט די דרשה אין זכרון, נאר כ'האב ביי מיר דעם טעיפ געהאט אונטער די הענט האב איך עס פריש אויסגעהערט יעצט.
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

המסתתר, האסט מיר אויפגעוועקט געשמאקע זכרונות מיטן אראפברענגן די ווערטער פונעם רבי'ן, איך בין אויך דארטן געווען.

פון ווי קען איך פארשאפן דעם טעיפ ? מ'פארקויפט עס ערגעץ ? איך וואלט עס זייער געוואלט הערן.
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

דער רבי האט פארציילט ווען ער איז געווען אויף א נסיעה אויף מקומות הקדושים און די שטאט סיגוט. תשנ"ד
אז אין סיגוט האט געוויאנט א שיסטער און ער האט געהאט זייער א גרויס הויז
און דער רבי האט אים געפרעגט זאג מיר דעם אמת פון ווי האסטי אזא גרויס הויז די ביסט דאך נישט א פארמעגליך מענטש.
האט דער איד פארציילט אז דאס הויז איז צי פאר דאנקען דיין זיידן דער ייטב לב מעשה שהיה כך היה
איך האב איינמאל געמאכט א שיך פארן ייטב לב אין בטעות האט איין נעגל זיך ארויס געשטעקט אין דער ייטב לב האט זיך צישטאכן דערפון און דער ייטב לב האט קודם געמיינט אז דער שיסטער האט דאס בכוונה געטון ווייל כידוע האט דער ייטב לב געהאט אסאך רדיפות און סיגוט. און דער ייטב לב האט אים געגעבן א שטיקל מתנית יד .און נאכדעם האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז געווען שלא בכוונה דער שיסטער האט געמאכט א טעות האט אים דער ייטב לב איבער געבעטן און ער האט אים נישט געוואלט מוחל זיין נאר טאמער ער קויפט אים א גרויס הויז אז נישט בלייבט ער ציקריקט מיטן ייטב לב. האט אים דער ייטב לב גענטפערט איך האב נישט געלט פאר מיר און איך קען דיר אויך נישט געבן האט דער איד גענטפערט דעמאלסט בלייבט ער צוקריקט מיט ייטב לב. האט אים דער ייטב לב געזאגט איך האב פאר דיר א עצה עס שפילט כסדר א לאטארי קויף א לאטארי און די וועסט געווינען. אין אזוי איז טאקע געווען דער איד האט געווינען די לאטארי און אזוי האב איך געהאט געלט צי קויפן דעם הויז. זי"ע און פאר אלע אידן
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

lebediger berel האט געשריבן:אז דו רעדסט שוין פון ל"ג בעומר, ברך משה, און ר' סענדער ז"ל, די ערשטע יאר וואס דאס איז פארגעקומען איז געווען בשנת תשמ"ו, ס'איז שוין שווער געווארן דער רבי זאל זאגן א פתיחה אין יעדע ברענטש עקסטער, אין יעדע שטאט עקסטער, איז איינגעפאלן פאר א קלוגן איד צוזאמען צו שטעלן אלע ישיבות אינאיינעם אויפן זעלבן אופן ווי ס'איז געווען שוין דעמאלטס איינגעפירט אויף חנוכה אלע תלמוד תורות אינאיינעם, האט מען דאס באשטימט אויף ל"ג בעומר וואס די בחורים פלעגן סייוויי קומען צו פארן צום ציון הק' און דערנאך צום טיש, תשמ"ו איז עס געווען די ערשטע מאל,פון וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, און פארשטייט זיך קרית יואל, .

סאיז מיר א שטיקעל חידוש וואס די פארציילסט, איך האב ביז איצט געמיינט אז דאס איז איינגעפירט געווארן נאך ביי רביה"ק זי"ע
אין יאר תשל"ט אין דאכט זיך אויך ל"ח זענען אלע בחורים ארויסגעפארן קיין קרית יואל אין דער רבי האט געזאגט פתיחה האב איך געמיינט אז סהאט ווייטער אנגהאלטען.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”