רש"ז מליאדי האדמו"ר הזקן - בעל התניא

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בני היכלא האט געשריבן:נישט צופעליג פון דוד אסף ימש ביי די כופרישע עצ"כ


ניין.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דא איז א לינק פון א יחוס בוים וויא פארען אדמו"ר הזקן שטייט ברוכאוויטש.
עס מאכט סענס וויל ברוכאוויטש מיינט זוהן פון ברוך. דעם אדמו"ר הזקןס טאטע האט געהייסען ברוך.

http://www.loebtree.com/mahbl.html#zalman

דרך אגב עס איז דא דעה'ס אז דער פאטער האט געהאט צוויי נעמען און ער האט געהייסען ישראל אויך
איך האב איינמאל געזעהן א בילד פונעם מצבה און סעליש און דאכט זיך מיר אז עס שטייט דארט ישראל
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

און אויב מען גייט וויטער אראף אויף דעם בוים זעהט מען אויפען מיטלער רבי שטייט דער פאמיליע נאמען שניאורי
http://www.loebtree.com/zalman.html

און אויפען צמח צדק שטייט שוין שניאורסאן
http://www.loebtree.com/tsemah.html
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ייש"כ ר' שמחה, (איר האט מיך אויסגעלייזט פון א חשד) איך האב אויך געקלערט אז 'שניארסאהן' האט ער דאך זיכער נישט געהייסן, ווייל דאס איז דאך נקראת על שמו און ברוכאוויטש מאכט סענס, אבער יעצט זעה איך אז עס אנדערע שרייבן עס אויך.

אגב, פון א שמועס מיט אנדי פעטיט אין אישית קומט אויס, אז עס קען זיין אז דער מקור איז פון א ספר היומן (דייערי) פונעם ליובאוויטשער רבי באקאנט אלס דער 'ספר היום יום'.

און יא אנדי איז גערעכט געווען, יגעתי ומצאתי....
אטעטשמענטס
convert.gif
convert.gif (2.54 KiB) געזען 4389 מאל
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

קרעמער האט געשריבן:ערנסטער;

איך דערקען אייך נישט אויף די בילדער... צייגט מיר אן די וויפעלטע פון רעכטס/לינקס

אין 1993 (תשנ"ג) איך בין שוין נישט געווען אין אוקראינע.
מיין ערשטע און איינציקע מאל אין האדיטש איז געווען א יאר פאר דעם - אין כ"ד טבת תשנ"ב (אבער דאן האט מען נאך געפארן אויפן אלטן רבי'נס ציון נישט כדי זיך דארט פאטאגראפירן, ס'נאך געווען דעמולט אן אנדערע תקופה אין רוסלאנד, וואס יעצט מיט היינטיקען דארטיקען 'בליענדיקען אידישן לעבן' ס'איז ממש שווער צו גלייבן... :wink: )
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

מיללער האט געשריבן:כ'האב לעצטענס געזעהן איינער שרייבן איבער די משפחה נעמען ביי די אדמור"י חב"ד וז"ל:
כינוי משפחה של רבינו הזקן: ברוכאוויטש.

כינוי משפחה של בנו אדמו"ר האמצעי: שניאורי.

כינוי משפחה של הצ"צ: שניאורסאהן

ווייל אין די צייטן האט מען אין רוסלאנד ערשט אנגעהייבן געבן פאמיליע נעמען, און נאטירלעך - אסך האבן גענומען די נעמען פון זייערע טאטעס. דעם אלטן רבי'נס טאטע האט געהייסן ר' ברוך, איז מ'האט איינגעשריבן זיין נאמען אין רוסישע דאקומענטן 'זאלמאן באטרוכאטוויטש (ד.ה. בן-ברוך)'. און זיין זון (דער מיטעלער רבי) איז געווארן 'שניאורי' נאך זיין טאטע'ן. און ס'זעלבע זאך מיט צמח-צדק'ן וואס איז דערצויגן געווארן ביים אלטן רבי'ן אין שטוב ווי א זון - ער איז געווארן אנגערופן 'שניאורסאהן' (מיסתמא האט מען דאס איינגעשרבין אויף דייטשישן מאנער (SOHN) ווייל אזוי ס'האט דעמולט געפירט זיך אין רוסלאנד) נאך זיין זיידע'ן.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אין סאטמאר איז באקאנט דער ממקומך ניגון וואס איז א לויבאוויטשע ניגון, די ווערצבערגער'ס פלעגן זאגן אז ס'איז פון דעם הייליגן תניא, אבער אין ליובאוויטש אויסער דעם וואס מען זינגט עס א געדאנק אנדערש, איז עס באקאנט אלס דעם מהרש"ב'ס ניגון.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

farshlufen האט געשריבן:אין סאטמאר איז באקאנט דער ממקומך ניגון וואס איז א לויבאוויטשע ניגון, די ווערצבערגער'ס פלעגן זאגן אז ס'איז פון דעם הייליגן תניא, אבער אין ליובאוויטש אויסער דעם וואס מען זינגט עס א געדאנק אנדערש, איז עס באקאנט אלס דעם מהרש"ב'ס ניגון.


איך האב אזוי געהערט פון הרב ר' בנציון כאנאוויטש שליט"א רב בקהילת תפארת ישראל מאנטיסעלא נ.י. אז דער ניגון איז מיוחס צום רבי'ן רש"ב און מזונגט דאס פאר א מאמר (ר' בנציון איז א טייערער איד מחסידות חב"ד, ער וטו אסאך אויף דארט אין מאנטיסעלא).
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

אין חב"ד ווען מען רופט אן א ניגון אויף די נאמען פון א רבי מיינט עס נישט אז דער רבי האט עס מחבר געווען נאר עס מיינט אז דער ניגון איז געווען 'זיינס', צו ער האט עס אסאך געזונגען אדער גאר האבן עס די חסידים אסאך געזונגען פאר אים, ממילא מיינט דאס נישט אז די רש"ב האט עס מחבר געווען.

איך קען זייער גוט דער מאטיסעלאו'ער רב שליט"א דער איד איז א מלא וגדוש בתורת הנגלה ובתורת הנסתר, און געשמאקע ווארעמע חסיד'ישע איד. עס לוינט זיך צו כאפען א שמועס מיט אים, איך האב שעות ארוכות פארברענגט מיט אים.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב ביז היינט געוואוסט אז די 'ממקומך' ניגון איז פון די צען ניגונים וואס דער אלטער רבי נ"ע האט זעלבסט פארפאסט

איינער קען אויסרעכענען די 10 ניגונים? (אפשר באלאנגט דאס טאקע אין היכל נגינה)
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

קודם כל די 'ממקומך' ניגון איז נישט פארפאסט געווארן אויף ממקומך נאר עס איז 'צוגעפאסט' געווארן בדורנו צו ממקומך.

דא האסטו א ליסט פון די אלטע רבי'ס ניגונים.

אדמו"ר הזקן חיבר עשרה ניגונים והם:

אבינו מלכנו
אלי אתה
ארבע בבות
בני היכלא
כאייל תערוג
לכה דודי
ניגון דבקות ראש השנה
ניגון דבקות שבת
צאינה וראינה
קול דודי
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

דא קענט איר עס הערן.

http://www.chassidus.com/audio/nigun/
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

די ניגון פון דריי פעללער.

די ערשטע פאל איז נתחבר געווארן דורך די בעש"ט, די צווייטע דורך די הייליגע מגיד און די דריטע דורך די אלטע רבי זי"ע.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

פארשטייט זיך אז דזשעי-נעט לאזט נישט אדורך צו קיין פרי האוסטינג סייטס.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

ס'איז נישט קיין האוסטינג סייט, ס'איז א געהעריגע סייט.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

geocities איז א פרי האוסטינג סייט.

קענסט פרעגן דזשעי-נעט...
An article a day keeps the babies away
קרעניצער אייניקל
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 24, 2008 6:22 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעניצער אייניקל »

יאסל האט געשריבן:אזוי ווי די זאגסט דער הייליגער קדושת לוי איז אוועק תק"ע
אין די געשיכטע איז פארגעקימען אין יאר ווען דער רב איז נסתלק געווארן תקע"ג
איך האב גערעדט פון רבי ר' מענדעלע מרימנוב.

ס'איז געשען מיט ר' אהרן קארלינער
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

קרעניצער אייניקל האט געשריבן:ס'איז געשען מיט ר' אהרן קארלינער

די מעשה מיט נאפאלעאן מלחמה און תקיעת שופר אין יענעם ראש השנה? אבער ר' אהרן קארלינער איז דאך נפטר א סך יאר פאר דעם (נאך אין דער צייט פונעם מעזריטשער מגיד).
די וואָר הענגט אויף א האָר
קרעניצער אייניקל
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 24, 2008 6:22 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעניצער אייניקל »

א קעי, איך האב געטשעקד און ס'איז מיט ר' שלמה קארלינער. אין א פריערדיקע עפיזאד האט ער שוין געקריגט'זיך מיט'ן תניא....
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ערנסטער האט געשריבן:אדמו"ר הזקן איז געווען דעם מגיד'ס תלמיד. ביים ענדע פון לעבן פון זיין רבי ער האט אנגענומען די פירערשאפט פון חסידים אין ליטא.
דער בעל התניא איז געווען א תלמיד פון ר' מענדעלע וויטעבסק'ער אדער ווי מען זאגט היינט אין לויבאוויטש האראדאק וועלכער האט אים געבראכט צום גרויסן מגיד און ערשט נאך דעם וואס ר' מענדעלע איז געפארן אויף ארץ ישראל [און האט געשטעלט דעם בעל התניא איין צוקאסירן די מעות ארץ ישראל] האט דער בעל התניא אנגעהויבן צו פירן, עס איז נאך דא אסאך וואס צו שרייבן איבער דעם נושא אבער עס וועט ארויס נעמען צופיל חברה פון גלייך געוויכט.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
סלונימער
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 30, 2008 9:07 pm
לאקאציע: עיה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סלונימער »

און פארוואס אין חב"ד דערמאנט מען נישט די עובדה(אדער יא,און איך האב פשוט נישט געהערט),אז ער זי"ע איז געווען א תלמיד פון ר' מענדעלע וויטעבסקער זי"ע.דאכצעך מיר זיי זאגן אז ער איז געווען זיין תלמיד-חבר.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

די מעשה מיט די פאריקטע היטל נאכן לערנען ??? בלעטער גמרא האסטו יא געהערט.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

סלונימער,
אין חב"ד דערמאנט מען יא אז דער בעל התניא איז געווען א תלמיד פון רמ"מ פון וויטעבסק (און ס'ווערט געבראכט אין זיין 'אפיציעלע' ביאגראפיע געדרוקט דורך קה"ת). נאר פון דעם אז די ביידע זענען געווען תלמידים פונעם מגיד בפשטות ס'קומט אויס אז דער בעל-התניא איז געווען ר' מנחם-מענדל'ס א תלמיד-חבר. (תכלית - למאי נ"מ כ"כ צווישן א תלמיד און א תלמיד-חבר?)

ביקסאד,
דער בעל-התניא האט גענומען אויף זיך מגידות אין ליאזנא שוין אין תקכ"ז (כמעט זעקס יאר פאר פטירת המגיד הגדול ממעזריטש). און ר' מנחם מעדל פון וויטעבסק איז געפארן אין ארץ ישראל אין תקל"ז.
אבער ביסט גערעכט - כל זמן פאר זיין עליה קיין א"י דער פירער פון די חסידים פון ליטע איז געווען דוקא ער - ר' מנחם מעדל פון וויטעבסק.
נאר איך האב נישט פארשטאנען פון וואנען האסט גענומען אז ער האט געבראכט דעם בעל-התניא צום מגיד? ער האט עם דען געקענט פאר זיין קומען אין מעזריטש? וועגן דעם איך האב טאקע קיינמאל נישט געהערט. און אדרבא - אז דו קענסט דערציילן מער בפרטיות איך וועל דיר זיין גאר דאנקבאר.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

קרעניצער אייניקל האט געשריבן:א קעי, איך האב געטשעקד און ס'איז מיט ר' שלמה קארלינער.

ישכ"ח!
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

ביקסאד האט געשריבן:די מעשה מיט די פאריקטע היטל נאכן לערנען ??? בלעטער גמרא האסטו יא געהערט.

ווי דער מגיד האט געברכאט ר' מ"מ פון וויטעבסק צום בעל שם-טוב? יא.
די וואָר הענגט אויף א האָר
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”