רש"ז מליאדי האדמו"ר הזקן - בעל התניא

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

רש"ז מליאדי האדמו"ר הזקן - בעל התניא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

בילד
רבי שניאור זלמן מלאדי (ווערט אויך גערופן: האדמו"ר הזקן, בעל התניא ושו"ע הרב) איז דער גרינדער פון חסידות חב"ד. אדמו"ר הזקן איז געבוירן אין י"ח אלול תק"ה צו זיין טאטן ר' ברוך פון פויזן (פויזנער). ער איז נפטר געווארן במוצאי שבת כ"ד טבת ה'תקע"ג אנלאפנדיק פון נאפאלעאן אין א דארף פיענע און מ"כ אין שטעטל האדיטש (שבפלך פאלטאווע, צענטראלע אוקראינע).

אדמו"ר הזקן איז געווען דעם מגיד'ס תלמיד. ביים ענדע פון לעבן פון זיין רבי ער האט אנגענומען די פירערשאפט פון חסידים אין ליטא.

זיין גרעסטער זון ר' דוב בער מליובאוויטש, באקאנט אלס דער מיטעלער רבי (כ"ק אדמו"ר האמצעי).
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

ליטע, נישט ווייס רוסלאנד?
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

דערציילט מען אז בעת די מלחמה צווישן רוסישן צאר אלכסנדר און פראנצויזישן קיסר נאפאלעאן ס'איז געווען א שארפע מחלוקת צווישן די צדיקים תלמידי המגיד, ווער פון זיי דארף באזיגן אין דער מלחמה.
פון איין זייט נאפאלעאן האט זיך באצויגן גוט צו די אידן און איז געווען, דאכט זיך, דער ערשטער פון די אייראפעישע הערשער וואס האט געגעבן פאר אלע בירגער פון זיין אימפעריע, וואס עס זאל נישט זיין זייער פאלק און גלייבן, גלייכע רעכט, ווען די רוסישע צארן זענען געבליבן ביז דער לעצעטער רגע (ווען די רעוואלוציע פון 1917 האט געמאכט א סוף פאר זייער שלטון) ביטערע שונאי ישראל.
מאידך אבער דוקא נאפאלעאן'ס אימפעריע האט געהאט די פאסיקע ערד פאר אזעלכע זאכן ווי מערב-אייראפעישע השכלה, רעפארמיזם און (אלס א גלייכע תוצאה) התבוללות און אסימיליאציע פון די אידן צווישן זייערע גוטע גוישע שכנים.
בקיצור, גיי ווייס ווער איז בעסער (אדער ריכטיקער זאגנדיק - ווער איז ערגער) פאר די מזרח-אייראפעישע אידן.
דער בערדיטשעווער רבי זי"ע האט געהאלטן אז באזיגן אין דער מלחמה דארף נאפאלעאן, און דער אלטער רבי - אז דער רוסישען צאר.
דערציילט מען אז עס האט זיך אנטפלעקט פאר זיי, אז ווער וועט בלאזן אין ראש השנה (ה'תקע"ג) אין שופר, זיינס א דיעה וועט איינגענומען ווערן אין בית-דין של מעלה. איז דער בערדיטשעווער רבי איז אין ר"ה האט געדאווענט שחרית ותיקים זייער שנעל און געבלאזט שופר גאר אינדערפרי, אבער צוגייענדיק בלאזן האט ער געזאגט: "ס'איז שוין שפעט, דער ליטוואק (אזוי ער פלעגט רופן דעם אלטן רבי'ן) האט שוין געבלאזט". ווייזט אויס אז דער אלטער רבי האט בכלל נישט געווארט נאר גלייך אינדערפרי מיט די ערשטע שטראלן פון זין געבלאזט אין שופר נאך פאר דאווענען שחרית... און דער רוסישער צאר אלכסנדר האט טאקע באזיגט.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

יאסל האט געשריבן:ליטע, נישט ווייס רוסלאנד?

ווייס רוסלאנד (אדער רייסין) איז א חלק פון גרויס ליטע.
בילד
דער גאנצער שטח פון וואלין אין ווייטער אויף צפון האט א מאל באלאנגט צו ליטע.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

זאגסטי אז בעלרוס איז אמאל געווען טייל פון ליטע?
ס'ערשטע מאל וואס כ'הער אז דער באדיטשווער זי"ע איז געווען דער וואס איז געווען אויף נאפאליון'ס צד, איז נישט רבי ר' מענדעלע וואס די וועלט זאגט אז ער איז דער וואס האט זיך שטארק ארויסגעשטעלט פארן פראנצויז?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ייש"כ הרב ערנסטער פאר די פתיחת האשכול מיט די זאכליכע אינפארמאציע.

איר האט אפשר דעם 'ספר הצאצאים להאדמו"ר הזקן'?
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

יאסל, ר' מענדל פון וויטעבסק (פון האראדאק)?
ער איז דעמולט שוין פון לאנג (עפעס 25 יאר) איז נפטר געווארן.

נ.ב. יעצט איך האב געזען אז אויך דער בערדיטשעווער רבי איז נפטר געווארן דריי יאר פאר דעם ווען נאפאלעאן איז אריין אין רוסלאנד. איז ווער זשע טאקע איז געווען דער בר-פלוגתא פון דעם אלטען רבי'ן דעמולט?
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

מיללער האט געשריבן:איר האט אפשר דעם 'ספר הצאצאים להאדמו"ר הזקן'?

צום באדויערן, נישט.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

אזוי ווי די זאגסט דער הייליגער קדושת לוי איז אוועק תק"ע
אין די געשיכטע איז פארגעקימען אין יאר ווען דער רב איז נסתלק געווארן תקע"ג
איך האב גערעדט פון רבי ר' מענדעלע מרימנוב.
לעצט פארראכטן דורך יאסל אום מאנטאג אפריל 14, 2008 12:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ערנסטער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:איר האט אפשר דעם 'ספר הצאצאים להאדמו"ר הזקן'?

צום באדויערן, נישט.


עס איז דען נישט דא צו קריגן?

אגב, איר שרייבט אז דער מיטעלער רבי איז געווען דער 'גרעסטער' זוהן פונעם אלט'ן רבי, מיינט איר מיט דעם אז ער איז געווען 'ער 'עלטסטער' זוהן אדער דער 'גרעסטער' בגדלות?

ברענגט א בילד פונעם ציון קדשו פונעם אדה"ז.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נישטערנדיג פארן אויבנדערמאנטען ספר האב איך דא געטראפן איבער א 'כינוס הצאצאים' מיט אן אייניקל ר' בן-ציון טווערסקי, לויט ווי איך פארשטיי איז דאס אן הארנאסטייפלער-באבובער אייניקל וואס איז אן אייניקל פונעם בעל התניא דורך ר' מאטעלע מהארנאסטייפל נכד ר' יעקב ישראל מטשערקאס חתן האדמו"ר האמצעי (יא?).

אנדי,
דו קענסט דעם איד?
אטעטשמענטס
nf_3312_127385.jpg
nf_3312_127385.jpg (24.83 KiB) געזען 9769 מאל
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איך געהערט פון א יוד וואס האט געוואוינט און סעליש און ארויסגעקומען קיין אמעריקע און די תש"כ,ס. (דער יוד האט גיט געקענט דעם ריבניצער רבי ז"ל פון דארט)
אויפען בית החיים און סעליש ליגט דער פאטער פונעם אדמו"ר הזקן.
משום איזה סיבה איז ער אנגעקומען קיין סעליש און ער איז דארט געווען א מלמד.
ביי זיין פטורה, האט מען איהם געפרעגט צי ער האט ערגעטץ קינדער מען זאלל מודיע זיין. האט ער ענטפערט, אז ער האט 3 זוהן.
פאר איינעם זאל מען גארנישט זאגען. פאר איינעם זאל מען נאר זאגען אויב ער פרעגט זיך נאך.
און איינער וועט שוין אליינס וויסען
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

רב מיללער,
איך קען איהם גיט.
דער יוד הייסט בן ציון טווערסקי, ער וואוינט און מיין שכינות, און פון צייט צי צייט קומט ע אריין דאווענען ביי ר' יחיאל באב"ד, טארטיקובער רב. ער איז א זיהן פון ראבאי דר. א. ד. טווערסקי זיין טאטע האט געשריבען דעם ביכעל 'דער זיידע רי מאטעל'
לעצט פארראכטן דורך scy4851 אום מאנטאג אפריל 14, 2008 1:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אה, איר האט שוין אמאל געשריבען וועגן אים, ביי וועם איז ער אן איידעם?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דאס זאל איך אויך וויסען? :smile:
דאכט זיך מיר אז זיין שווער הייסט שפיעלמאן (פון די באבובער שפיעלמאנס)
the SCY is the limit
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

ער איז א זון פון ר' אברהם יהושע טווערסקי (נישט א.ד. אהרן דוד וועלעכע איז זיין פעטער)

איך קען אים גוט און זיין זון איז א ידיד מיינער.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ביסט גערכט.
איך מיש די צוויי כסדר אויס
the SCY is the limit
אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמחפורקניה »

דער מיטעלער רבי איז גוועהן דער גרעסטער און עלטסטער זוהן פונעם בעל התניא,

2. איז גוועהן ר' חיים אברהם

3. ר' משה
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

מיללער האט געשריבן:עס איז דען נישט דא צו קריגן?.

א ודאי, ס'איז דא.

אגב, איר שרייבט אז דער מיטעלער רבי איז געווען דער 'גרעסטער' זוהן פונעם אלט'ן רבי, מיינט איר מיט דעם אז ער איז געווען 'ער 'עלטסטער' זוהן אדער דער 'גרעסטער' בגדלות?.

דער עלטסטער (ווי יצמחפורקניה האט שוין געשריבן).

ברענגט א בילד פונעם ציון קדשו פונעם אדה"ז.

אט אזוי האט אויסגעזען זיין אוהל אין תשנ"ג (ד.ה. פאר דער 'רעקאנסטרוקציע' - אין זיין אריגינעלע אויסזען ווי איך געדענק אים):

בילד

בילד

בילד

בילד


און אזוי זעט עס אויס יעצט:

בילד
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ייש"כ ר' יצמח און הרב ערנסטער פאר די אינפארמאציע און די בילדער.

[ערנסטער גערעדט,
איך זוך דעם דערמאנטן 'ספר הצאצאים' ווער ס'ווייסט ווי מ'קען דאס קריגן תע"ב.]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ערנסטער;

איך דערקען אייך נישט אויף די בילדער... צייגט מיר אן די וויפעלטע פון רעכטס/לינקס
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

איך פארשטיי נישט

אזא שיינע אשכוול מיט הערליכע בילדער אין קיינער דערציילט נישט די היסטאריע וואס ליגט אינטערן גרינעם שטענדער?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

כ'האב לעצטענס געזעהן איינער שרייבן איבער די משפחה נעמען ביי די אדמור"י חב"ד וז"ל:
כינוי משפחה של רבינו הזקן: ברוכאוויטש.

כינוי משפחה של בנו אדמו"ר האמצעי: שניאורי.

כינוי משפחה של הצ"צ: שניאורסאהן
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

מיללער האט געשריבן:כ'האב לעצטענס געזעהן איינער שרייבן איבער די משפחה נעמען ביי די אדמור"י חב"ד וז"ל:
כינוי משפחה של רבינו הזקן: ברוכאוויטש.

כינוי משפחה של בנו אדמו"ר האמצעי: שניאורי.

כינוי משפחה של הצ"צ: שניאורסאהן


א חידוש עצום ביי מיר, אפשר ברענגסטו א מקור.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

נישט צופעליג פון דוד אסף ימש ביי די כופרישע עצ"כ
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”