רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אישחסיד
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 25, 2009 5:41 pm

תגובהדורך אישחסיד » דינסטאג מאי 26, 2009 11:21 am

די מחלוקת מיט בעלזא האט זיך שוין אנגעהויבען לאנג פאר די בעלזא רב איז געקומען קיין מונקאטש - די בעלזא חסידים האבן נאך גערודעפט דעם דרכי תשובה עס איז דא א תשובה אין מנחת אלעזר אויב מען מעג מוחל זיין איינער וואס האט גורם געווען די מיתה פון א טאטן און כידוע אז ער באציט זיך צו די בעלזא חסידים וואס ער האט געהאלטן אז זיי האבן גורם געווען די עגמת נפש פארן היילגן דרכי תשובה עד כדי כך אז עס האט אים צוגעטרעטן צום געזונד - דאס קומען פון בעלזא רב קיין מונקאטש איז נאר געווען די שוועבעלע וואס האט אנגעצונדן א זאך וואס האט שוין געקאכט יארן לאנג
לעצט פאראכטן דורך אישחסיד אום דינסטאג מאי 26, 2009 4:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » דינסטאג מאי 26, 2009 1:05 pm

געהערט בשם א מונקאטשע חסיד אז דער עיקר האט זיך עס אנגעפאנגען ווען דער מנחת אלעזר זי"ע האט געאסר'ט א שוחט צוליב וואס ער האט נישט געטויגט, און דערנאך האט מען עפעס אין בעלזא אים שטארק מכבד געווען אלס שוחט פון שטאט, אויף דעם ארויף האט דער מנחת אלעזר וואס איז געווען רב אין שטאט געהאלטן אז די גאנצע הנהגות הרבנות קען אזוי אינטערגיין און מען קען נישט אזוי פירן א שטאט,

אגב איך האב געזעהן אין ספר בית שמחה אז דער הייליגער בעלזא רב זי"ע האט אנגעפרעגט ביי הרה"ק ר' .... מחוסט זון פון הרה"ק ר' מרדכי מנאדווארנא זי"ע צו ער זאל זיך אוועקציען פון מונקאטש צוליב די מחלוקה, קודם האט ער נישט געוואלט ענטפערן, אבער דערנאך ווען בעלזא רב האט נאכאמאל געשיקט א שליח האט ער געענטפערט אז ער זאל זיך יא אוועקציען, און דעמאלס האט זיך דער הייליגער בעלזא רב אוועקגעצויגן פון דארט, עיי"ש המעשה

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג מאי 26, 2009 2:31 pm

איז שוין טאקע נישטא וואס צו רעדן פון דאס גרויסקייט פון דעם הייליגן מונקאטשער רב נאר פון די מחלוקת, וואס האט זיכער נישט מקרב געווען די גאולה........
רעדטס ענדערשט פון זיין עבודה, זיינע הייליגע הקפות ווי עס ווערט געשילדערט אין דרכי חיים ושלום, זיינע געוואלדיגע חיבורים, זיין גאונות וכו' זיין קנאות, זיין פייער וואס איז בדורו כמעט אין בדומה לו געווען.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דינסטאג מאי 26, 2009 3:31 pm

ווארד2007 האט געשריבן:
אין מעיינות די וואך די איז געווען א שיינע באשרייבונג פון מנחת אלעזר, באזונדער ארויסגעברענגט די התקשרות פונעם מנחת אלעזר צו די סיגעט גזע, אינטערעסאנט דאס ווערט נישט דערמאנט דארט.

דארטען אין מעינות ברענגען זיי אויך א חידוש וואס כהאב די ערשטע מאל געהערט, אז דער רבי האט א וואך דערויף מספיד געווען דעם מנחת אלעזר בשעת א דרשה שבת.

אגב וואלט אינטערסאנט געווען צי וויסען דעם דאטום פון די חתונה וואס זיי האבן זיך געטראפן לויט ווי איך ווייס האבן זיך די צוויי צדיקים זיך נישט געטראפן די לעצטע יארן.

אישחסיד
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 25, 2009 5:41 pm

תגובהדורך אישחסיד » דינסטאג מאי 26, 2009 4:11 pm

אגב וואלט אינטערסאנט געווען צי וויסען דעם דאטום פון די חתונה וואס זיי האבן זיך געטראפן לויט ווי איך ווייס האבן זיך די צוויי צדיקים זיך נישט געטראפן די לעצטע יארן.


די חתונה איז געווען ר"ח תמוז תרע"ט אין בערבעשט
אגב די שושבינות האט דער חתן מכבד געווען סאטמאר רב ווייל ער איז געווען א קרוב פון ביידע צדדים די חתן אין די כלה זענען ביידע געווען אייניקלעך פון יטב לב אבער סאטמאר רב האט עס אפגעזאגט ווייל די רעביצן איז נישט געווען געזונד אין האט נישט געקענט קומען - ווען דער מונקאטשער רב האט געהערט סאטמאר רב זאגן הלל האט ער זיך אנגערופן "ער דאווענט פיין - עס ליגט אים גוט די ווערטער אין מויל"
אזוי האב איך געהערט די מעשה פין אן אייניקעל

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דינסטאג מאי 26, 2009 4:45 pm

אישחסיד האט געשריבן:
אגב וואלט אינטערסאנט געווען צי וויסען דעם דאטום פון די חתונה וואס זיי האבן זיך געטראפן לויט ווי איך ווייס האבן זיך די צוויי צדיקים זיך נישט געטראפן די לעצטע יארן.


די חתונה איז געווען ר"ח תמוז תרע"ט אין בערבעשט
אגב די שושבינות האט דער חתן מכבד געווען סאטמאר רב ווייל ער איז געווען א קרוב פון ביידע צדדים די חתן אין די כלה זענען ביידע געווען אייניקלעך פון יטב לב אבער סאטמאר רב האט עס אפגעזאגט ווייל די רעביצן איז נישט געווען געזונד אין האט נישט געקענט קומען - ווען דער מונקאטשער רב האט געהערט סאטמאר רב זאגן הלל האט ער זיך אנגערופן "ער דאווענט פיין - עס ליגט אים גוט די ווערטער אין מויל"
אזוי האב איך געהערט די מעשה פין אן אייניקעל

תרע"ט מאכט סענס דאכט זיך אז די אסיפה אין טשאפ איז נאך געווען שפעטער.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך מאי 27, 2009 1:04 am

די אסיפה אן טשאפ איז פאר געקומען תחילת חודש תמו"ז תרפ"ב.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » מוצ"ש מאי 30, 2009 2:20 pm

אישחסיד האט געשריבן:די מחלוקת מיט בעלזא האט זיך שוין אנגעהויבען לאנג פאר די בעלזא רב איז געקומען קיין מונקאטש - די בעלזא חסידים האבן נאך גערודעפט דעם דרכי תשובה עס איז דא א תשובה אין מנחת אלעזר אויב מען מעג מוחל זיין איינער וואס האט גורם געווען די מיתה פון א טאטן און כידוע אז ער באציט זיך צו די בעלזא חסידים וואס ער האט געהאלטן אז זיי האבן גורם געווען די עגמת נפש פארן היילגן דרכי תשובה עד כדי כך אז עס האט אים צוגעטרעטן צום געזונד - דאס קומען פון בעלזא רב קיין מונקאטש איז נאר געווען די שוועבעלע וואס האט אנגעצונדן א זאך וואס האט שוין געקאכט יארן לאנג


מהיכן דנתנו? הרבה מונקאטשער תלמידים ווייסען גארנישט צו זאגען אזא זאך, גם פאר נייגער ווי פונקט געפונט זיך די תשובה [כ'האב אביסל גענישטערט אין די תשו' ולא עלתה בידי].

בדרך אגב די שנת תרפ"ט איז די יאהר וואס רוב תושבי מונקאטש וועלן אנדייטען די העכסט סאמע פון די מחלוקה ווען די חסידי בעלזא תושבי מונקאטש האבן גיבריינגט פאר זיך א אייגינע שו"ב און דערויף א אייגינע בית דין וואס האט בשעתו אויפגערידערט אלע רבנים אין אונגארין ובראשם די זקן הרבנים דל לבושי מרדכי. [פון יענע תקופה איז דא אזויפיל כתבי פלסתר, אוי! לאמיר זיך אפלאזען פון די נערישקייטין]

אישחסיד
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 25, 2009 5:41 pm

תגובהדורך אישחסיד » דינסטאג יוני 02, 2009 5:09 pm

בדרך אגב די שנת תרפ"ט איז די יאהר וואס רוב תושבי מונקאטש וועלן אנדייטען די העכסט סאמע פון די מחלוקה ווען די חסידי בעלזא תושבי מונקאטש האבן גיבריינגט פאר זיך א אייגינע שו"ב און דערויף א אייגינע בית דין וואס האט בשעתו אויפגערידערט אלע רבנים אין אונגארין ובראשם די זקן הרבנים דל לבושי מרדכי.


תרפ"ט איז געווען ווען די מחלוקת איז געווארן אפיציעל דורך דעם וואס זיי האבן געברענגט אן אייגענעם שוחט אבער אומאפיציאל האבן די חסידי בעלזא תושבי מונקאטש געמאכט קאפ וויי פאר די רבנים פון שטאט לאנג פאר דעם - עס איז אפילו נישט מסתבר אנדערש ווייל אויב וואלט געווען שלום ושלוה פאר דעם פארוואס איז בכלל געווען די ענין פון אריינברענגען א נייעם שוחט?

עס איז דא אפילו א מעשה וואס מונקאטש חסידים ווייסן צו זאגן (איך האב עס נישט מברר געווען מיט א פארלעסליכן מקור) אז איינע פון די גאר חשובע בעלזא יושבים האט זיך מתחצף געווען פארן הייליגן שם שלמה

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » דינסטאג יוני 02, 2009 5:22 pm

אין הכי טאקע ועי' דין ודברים בסמוך למעלה באשכול הזה.

וועלקאם טא די קלאב!

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דינסטאג יוני 02, 2009 5:35 pm

די סיפור איז אמת
בימי דרכי תשובה איז געווען א בעלזער חסיד וואס מען האט חושד געווען אין מעשים מגונים אין נאך א בירור האט מען אים מחרים געווען, אבער ווען ער איז געפארן קיין בעלז האט מען אים דארט מקרב געווען , דערויף איז דא דער באקאנטער תשובה פונעם מנחת אלעזר.

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » דינסטאג יוני 02, 2009 6:03 pm

סימן ?

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דינסטאג יוני 02, 2009 6:13 pm

חלק ג סימן ע"ו

אישחסיד
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 25, 2009 5:41 pm

תגובהדורך אישחסיד » מיטוואך יוני 03, 2009 5:13 pm

יאסל האט געשריבן:חלק ג סימן ע"ו


גערעדט האט זיך דארט איבער א מלמד וואס מען האט ליידער געכאפט מיט דברים אשר לא יעשו רח"ל - די דרכי תשובה האט אים קודם פראבירט מעביר צו זיין פון מלמדות בשתיקה אין האט אים געאפפערט צו באצאלן פענסיע ער זאל זאגן אז ער איז שוין נישט בכח צו זיין א מלמד אבער ער האט נישט געוואלט אהנעמען די אפפער אין ער האט געלייקנט - אלע בעלזא חסידים האבן זיך אהנגענומען פאר אים

די דרכי תשובה האט געשיקט א שליח מיט א פארזיגלטן בריוו צום בעלזער רב אין די שליח האט זיך ארום געדרייט דריי טאג אין בעלזא אין מען האט אים נישט ארייינגעלאזט צום רב ווען די שליח איז צירוקגעקומען צום דרכי תשובה מיט ליידיגע הענט האט ער עס גענומען זייער צום הארצן עס האט אים צוגעטרעטן צום געזונט אז וועגן חסידות האט ער נישט געקענט אפשטעלן א מכשול ביי זיך אין שטאט שפעטער ווייזט אויס האט מען דעם מלמד געלייגט אין ח אבער אין בעלזא האט מען אים ווייטער מקרב געווען - אין אויף דעם באציט זיך דער מנח"א אין די באקאנטע תשובה מיטן אויסדריק "יסע לבעלזא ויותר הכל"

אגב וואס מען האט אויבן געזאגט אז די מחלוקת האט זיך אהנגעהויבן אין תרפ"ט - איך ווייס נישט ווען די תשובה איז געשריבן געווארן אבער תשובת מנח"א ח"ג איז געדרוקט געווארן שוין אין תרפ"ב

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מיטוואך יוני 03, 2009 7:29 pm

סעמיטשקע האט געשריבן:
אישחסיד האט געשריבן:די מחלוקת מיט בעלזא האט זיך שוין אנגעהויבען לאנג פאר די בעלזא רב איז געקומען קיין מונקאטש - די בעלזא חסידים האבן נאך גערודעפט דעם דרכי תשובה עס איז דא א תשובה אין מנחת אלעזר אויב מען מעג מוחל זיין איינער וואס האט גורם געווען די מיתה פון א טאטן און כידוע אז ער באציט זיך צו די בעלזא חסידים וואס ער האט געהאלטן אז זיי האבן גורם געווען די עגמת נפש פארן היילגן דרכי תשובה עד כדי כך אז עס האט אים צוגעטרעטן צום געזונד - דאס קומען פון בעלזא רב קיין מונקאטש איז נאר געווען די שוועבעלע וואס האט אנגעצונדן א זאך וואס האט שוין געקאכט יארן לאנג




ינגט פאר זיך א אייגינע שו"ב און דערויף א אייגינע בית דין וואס האט בשעתו אויפגערידערט אלע רבנים אין אונגארין ובראשם די זקן הרבנים דל לבושי מרדכי. [פון יענע תקופה איז דא אזויפיל כתבי פלסתר, אוי! לאמיר זיך אפלאזען פון די נערישקייטין]

ב''ה
אולי ידוע לך מתשובת הפוסק המפורסם המהרש''ג שאחיו וחתנו הי' הדומ''ץ בבעלזער קלויז ------האם ידוע לך ממכתבו של הבעל דברי - יואל
אני רק מדבר מדברים שבכתב שנדפס " אז " ולא מדברים שבעל פה .
בכלל כפי הנראה הכותבים בפארום זה הם לא בקיאים בפרשה עגומה זו . והם מלקטים בתר מלקטים בתר מלקטים .
אין אני מעוניין לכתוב בנושא זה א] יש לי נטי' מצד אבא ומצד אימא לצד אחד .ב] מה זה יתן היום .אך דבר אחד יכולים ללמוד מכל הפרשה
שאין לך דבר גרוע ממחלוקת ששורפת כל חלקה טובה ביהדות . למי שיודע איך עיר מונקאטש הי' נראית קודם המלחמה .איך הבנים והבנות
היו נראים ברוחניות ולמה לא נדבר ממעלתן של ישראל .

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

* ר' חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר

תגובהדורך סעמיטשקע » דאנארשטאג יוני 04, 2009 7:35 am

כבוד הבד"ץ,

לא נאה שאפרסם פה ברבים כל ה"קול קורא"ים [בלשון סגי נהיר], שאכן גם "נדפס אז", כי יצא מזה זילותא "דבי דינא",

ובאמת אתה צודק למה לא נדבר פאזיטיוו!

הרב מנחת אלעזר לא נמצא דוגמתו בשעתו עם השקפתו ותורתו כה מגוונת, וחיבוריו יוכיחו, "הגהות ירושלמי" עד ל"דברי תורה" [תשע מהד'] עד ל"שאלות ותשובות" שלו [ד"ח נדפס ועוד כת"י שנאבדו], ה"שער יששכר" שלו [דוגמת חיבור סבו ה"בני יששכר"], וה"חמשה מאמרים" [בפעם הבא אנסה לעשות רשימת ספריו].

ובכלל תעיין בהקדמת ס' "זכרון יעקב" לר' יעקב ליפשיץ, והוא מעלה שם שכלל ישראל היה להם ריח טוב רצף כל הדורות שלהם, ועל אף התנגדות בין רזי עולם לא הצליח לסלק צד א' מרשימת צדיקי הדורות שלנו, כגון הרמב"ם שהיה בשעתו התנגדות מופלאה וכהיום מקובל "שאלו ואלו", גם מח' העמדין ור' יהונתן, מי הוא פתי כהיום להכריח בין ב' רזי עולם הללו, משא"כ הסקריקים, השבתאים, וכו' נשארו לדראון עולם ושמם רקובה עד עצם היום הזה.

והאמת כהיום רוב רובם של מח' הללו פג טעמן כבר ב"ה ונשאר רק שאלו ואלו כולם אהובים וכולם קדושים, ומי בעל דברים יגש למדוד בין הרב ממונקאטש או הרב מבעלזא, הלא פתי יקרא.

אולם על זה אנו נידונים על ההיסטוריה ועל הפאקטים שאירע בימים ההם שהם דברים מאוד מרתקים, איך היה וכו' ובפרט שיש כהיום רוח להעלם, והגם שיש לאלו טענה מספקת לא לדבר ולהתוכח על ענינים הללו, אבל זה רק לאלו "וואס קענען נישט דערהייבען", אבל אנחנו אחים לדעה וואס קענען דערהייבען און פאשטיין אז אפי' מה שהתרחשה בין הרים הענקים האלה אינו מפריך קדושתן ורוממתן, למה לא לדבר ולברר אמיתתן של דברים הללו איך ומה היו.

אפשר היו ראוי להקדיש אשכול מיוחדת לדון אי יאה להעלם או לא.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דאנארשטאג יוני 04, 2009 11:41 am

badatz האט געשריבן:
ב''ה
אולי ידוע לך מתשובת הפוסק המפורסם המהרש''ג שאחיו וחתנו הי' הדומ''ץ בבעלזער קלויז ------האם ידוע לך ממכתבו של הבעל דברי - יואל
אני רק מדבר מדברים שבכתב שנדפס " אז " ולא מדברים שבעל פה .
בכלל כפי הנראה הכותבים בפארום זה הם לא בקיאים בפרשה עגומה זו . והם מלקטים בתר מלקטים בתר מלקטים .
אין אני מעוניין לכתוב בנושא זה א] יש לי נטי' מצד אבא ומצד אימא לצד אחד .ב] מה זה יתן היום .אך דבר אחד יכולים ללמוד מכל הפרשה
שאין לך דבר גרוע ממחלוקת ששורפת כל חלקה טובה ביהדות . למי שיודע איך עיר מונקאטש הי' נראית קודם המלחמה .איך הבנים והבנות
היו נראים ברוחניות ולמה לא נדבר ממעלתן של ישראל

סאיז נישט קיין מצוה צי זיין בקי אין אמאליגע מחלוקות, כזע נישט וואס איז דא גרויס צי האלטען אז מווייסט יא :roll:
אין לגבי וואס איר שרייבט די רעזולטאטן וואס מחלוקת ברענגט זענט איר 100 פראצענט גערעכט אין מונקאטש איז טאקע געווען א סעמפעל דערצי,
וואס ווייזט אז אויב דער כוח פונעם מרא דאתרא איז אינטערגעהאקט ביי איין ענין איז עס שוין אינטערגעהאקט אויף אלעמען
וואס איר שרייבט בנוגע א בריוו פון מרן הקדוש מסאטמאר זצ"ל איז מיר אויך נישט באקאנט אין כוואלט אייך דאנקבאר געווען אויב איר קענט אנצייגען דערויף,

וואס איך האב יא געהערט אז בשעת די בעלזער זענען ארים געגאנגען נעמען בריוון זיך אנצינעמען פאר הרה"ק מהרי"ד זי"ע האט דער סאטמארער רבי שוין געהלאטן זיי ביים דאס געבען, דער דיין פון ארשיווע ר' משה ווערצבערגער הי"ד איינער פון דעם רבין'ס ערשטע זעקס תלמידים, איז אריבער געקומען צים רבין אין האט בפועל ממש עס צירוק געהאלטען, דער רבי האט אים שפעטער מכיר טובה געווען דערפאר!
לגבי די זמנים ווען די מחלוקה האט געפלאקערט וואס עטליכע שרייבער'ס האבן דא פריערט דערמאנט ווי תרפ"ב אדער פ"ט ווייסעך נישט וואס זיי רעדן, לויט מיין ידיעה איז עס געווען תרע"ו ע"ז ע"ח ווען דער בעלזער רב ז"ל האט דארט געוינט נאכן זיך אריבערציען פון ראצפערט.

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » דאנארשטאג יוני 04, 2009 12:08 pm

יאסל האט געשריבן:וואס איך האב יא געהערט אז בשעת די בעלזער זענען ארים געגאנגען נעמען בריוון זיך אנצינעמען פאר הרה"ק מהרי"ד זי"ע האט דער סאטמארער רבי שוין געהלאטן זיי ביים דאס געבען, דער דיין פון ארשיווע ר' משה ווערצבערגער הי"ד איינער פון דעם רבין'ס ערשטע זעקס תלמידים, איז אריבער געקומען צים רבין אין האט בפועל ממש עס צירוק געהאלטען, דער רבי האט אים שפעטער מכיר טובה געווען דערפאר!
לגבי די זמנים ווען די מחלוקה האט געפלאקערט וואס עטליכע שרייבער'ס האבן דא פריערט דערמאנט ווי תרפ"ב אדער פ"ט ווייסעך נישט וואס זיי רעדן, לויט מיין ידיעה איז עס געווען תרע"ו ע"ז ע"ח ווען דער בעלזער רב ז"ל האט דארט געוינט נאכן זיך אריבערציען פון ראצפערט.


כהעל מגיב זיין על אחרון קודם, די פייער צווישין די צוויי לאגערין האט זיך אנגהויבין מיטן אנקום פינעם בעלזער רב ביים ערשטין קריג, יארן דערויף אלס תוצאה האבין די בעלזע חסידים תושבי מונקאטש גיעעפנט א אייגענע קהילה, דאס איז גיווען לאחר פטירת הבעלזער רב שנת תרפ"ט וואס דאן זענען די גדולי אונגארין אריינגעמישט אין די פרשה.

ועל ראשון סדא א שיינער אימרא וואס מונקאטשער רב האט זיך אמאהל אויסגעדריקט צו זיין גבאי ר' חיים בער

"די נפ"מ צווישין איך מיטן סאטמארין רב איז, איך ווען איך זעה א פירצה בחומת הדת נעמט מיר ארום א קנאת ה' איך נעם זיך שרייבין בריווען מיט שארפע אויסדריקען כלפי גדולים אפאר טעג דערויף ווען סאיז נח דעתי פרעג חיים בער צו ער האט עס נאך ביי זיך אין ענטפירט בשלילות, משא"כ סאטמיר רב ווען ער זעצט זיך שרייבין א בריוו בשעת קנאת ד' ווייסט ר' פייויש [אשכנזי אביו של ר' יוסל, גבאי אצל הרב מסטמר], קודם אוועק צולייגען די בריוו, אפאר טאג דערויף ווען די סטמר רב ברוהוגט זיך פרעגט ער פייויש צו ער האט נאך דעם בריוו קען ער נאך מתקן זיין די הארבע לשונות"

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דאנארשטאג יוני 04, 2009 12:17 pm

ב''ה
לגבי הסיפור עם ש''ב ר' מאשהעלע אתה לא צודק .
כל הקונטרס שנדפס אז .נדפס עוה''פ בשנת תשמ''ב במלחמת העולם השלישית שהיתה
בין בעלז--לסאטמאר [המכונה בית דין ] ואז הפיצו את כל הקונטרס הארגענאלי עם מכתבי
הרבנים מהונגרי' וטשעכיי אם כשלהרב יש סיבה אישית עם קהל .אם מותר לקהל לחלק עצמו ולעשות קהל בפני עצמו ולקחת רב ושוחט ---את הבירור הגדול כתב המהרש''ג מסעמיהיי ---שהי' מלפנים דומ''ץ
במונקאטש -- ואחר זה כתבו הרבנים ויש שם גם מכתב מבעל דברי יואל שהי' אז הרב מארשאווי .
הדמו''ר המהרי''ד בא למונקאטש בשנת תרע''ח והי' שם עד אדר ראשון תרפ''ב שאז עבר להאלשיץ
עד שתיקנו את הבנינים בבעלז ---ביום שעזב את מונקאטש הי' אלפי אלפים אנשים שבאו ללוותו
גם אאמו''ר ז''ל הי' שם עם זקיני בין מן האב ובין מן האם ואבי זקיני .גם האו''ר מלא הי' בין המלווים
אע''פ שלא בא למונקאטש על שבת מפני טעם הידוע אע''פ שלארצפערט נסע ביחד עם חותנו על
שבת חנוכה ועוד [עיין בספרו שמביא מה ששמע ממנו ] ולפני שעזב המהרי''ד ייסדו קלויז עם תקנות
והי' שמח עד שנת תרצ''ג-ד שאז הי' הרה''ק מאסטילא במונקאטש שבועיים .והתחילו לעשות סדר
--שלום - ולקח זמן הרבה -כי הבעי' היתה שהקהל רצה לאסור את השוחט עולמית כיוון ששחט
בלי רשות האב''ד וסוכ''ס הי' הפשרה שהקהל יוריד ממנו את האיסור ונעשה שוחט רשמי ע''ל
מונקאטש והדיין ר' שלמה אחיו וחתנו של המהרש''ג נשאר בקלויז [ר' שמעי' שווארץ ממאנטריאל הי'
חתנו ] וקיבל משכורת מקהל . אע''פ שלא הי' חבר בבית דין ---וג''כ בהסכם שלא צריכים להכשיר
הכלים .---נגעתי כאן רק בקצה המזלג ----ואחר שנה נפטר המנח''א ---והמספידים היו "הידידים "
בעל חקל יצחק --ועל הביה''ח הרב מקאסאני ---וחתנו עלה על הכיסא והשאר היסטורי' .

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דאנארשטאג יוני 04, 2009 12:18 pm

סעמיטשקע האט געשריבן:
ועל ראשון סדא א שיינער אימרא וואס מונקאטשער רב האט זיך אמאהל אויסגעדריקט צו זיין גבאי ר' חיים בער

"די נפ"מ צווישין איך מיטן סאטמארין רב איז, איך ווען איך זעה א פירצה בחומת הדת נעמט מיר ארום א קנאת ה' איך נעם זיך שרייבין בריווען מיט שארפע אויסדריקען כלפי גדולים אפאר טעג דערויף ווען סאיז נח דעתי פרעג חיים בער צו ער האט עס נאך ביי זיך אין ענטפירט בשלילות, משא"כ סאטמיר רב ווען ער זעצט זיך שרייבין א בריוו בשעת קנאת ד' ווייסט ר' פייויש [אשכנזי אביו של ר' יוסל, גבאי אצל הרב מסטמר], קודם אוועק צולייגען די בריוו, אפאר טאג דערויף ווען די סטמר רב ברוהוגט זיך פרעגט ער פייויש צו ער האט נאך דעם בריוו קען ער נאך מתקן זיין די הארבע לשונות

סאיז א שיין ווערטעל אבער אין לאמיתו של דבר לדעתי האלט דאס ווערטעל נישט אויס, דער סאטמארער רב ווי שארף ער איז נישט געווען אין אפילו אויב ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט שארף איז דאס געווען פריוואט,
אבער צי אויסדריקען אנקעגען איינעם דירעקט ביי א דרשה אדער אין א בריוו אזאנס איז ביי אים נישט פארגעקומען! אין כ'האלט נישט אז עס האט געהאט צי טיען מיט ר' פייוויש אדער א צווייטען.
אין כבין גארנישט זיכער אז דער מונקאטשער רב האט דאס כלל געזאגט.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דאנארשטאג יוני 04, 2009 12:23 pm

badatz האט געשריבן:ב''ה
לגבי הסיפור עם ש''ב ר' מאשהעלע אתה לא צודק .
כל הקונטרס שנדפס אז .נדפס עוה''פ בשנת תשמ''ב במלחמת העולם השלישית שהיתה
בין בעלז--לסאטמאר [המכונה בית דין ] ואז הפיצו את כל הקונטרס הארגענאלי עם מכתבי
הרבנים מהונגרי' וטשעכיי אם כשלהרב יש סיבה אישית עם קהל .אם מותר לקהל לחלק עצמו ולעשות קהל בפני עצמו ולקחת רב ושוחט ---את הבירור הגדול כתב המהרש''ג מסעמיהיי ---שהי' מלפנים דומ''ץ
במונקאטש -- ואחר זה כתבו הרבנים ויש שם גם מכתב מבעל דברי יואל שהי' אז הרב מארשאווי .
.

קען זיין אז דאס איז א צוויטער בריוו אדרבה אויב די קענסט עס אהערברענגען אין לאז עס זעהן , אבער די מעשה פון ר' משה'לע ווערצבערגער האב איך געהערט פון א קראנטער מקור.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4723
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג יוני 04, 2009 12:34 pm

badatz האט געשריבן:ב''ה
.גם האו''ר מלא הי' בין המלווים
אע''פ שלא בא למונקאטש על שבת מפני טעם הידוע אע''פ שלארצפערט נסע ביחד עם חותנו על
שבת חנוכה ועוד [עיין בספרו שמביא מה ששמע ממנו ] ולפני שעזב המהרי''ד ייסדו קלויז עם תקנות
והי' שמח עד שנת תרצ''ג-ד שאז הי' הרה''ק מאסטילא במונקאטש שבועיים .והתחילו לעשות סדר
--שלום - ולקח זמן הרבה -כי הבעי' היתה שהקהל רצה לאסור את השוחט עולמית כיוון ששחט
בלי רשות האב''ד וסוכ''ס הי' הפשרה שהקהל יוריד ממנו את האיסור ונעשה שוחט רשמי ע''ל
מונקאטש והדיין ר' שלמה אחיו וחתנו של המהרש''ג נשאר בקלויז [ר' שמעי' שווארץ ממאנטריאל הי'
חתנו ] וקיבל משכורת מקהל . אע''פ שלא הי' חבר בבית דין ---וג''כ בהסכם שלא צריכים להכשיר
הכלים .---נגעתי כאן רק בקצה המזלג ----ואחר שנה נפטר המנח''א ---והמספידים היו "הידידים "
בעל חקל יצחק --ועל הביה''ח הרב מקאסאני ---וחתנו עלה על הכיסא והשאר היסטורי' .

כתבנו כבר מכ"ז באשכול המיוחד לבית קאסאני
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דאנארשטאג יוני 04, 2009 12:35 pm

יאסל האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:ב''ה

קען זיין אז דאס איז א צוויטער בריוו אדרבה אויב די קענסט עס אהערברענגען אין לאז עס זעהן , אבער די מעשה פון ר' משה'לע ווערצבערגער האב איך געהערט פון א קראנטער מקור.

ב''ה
היות שאני מהזקנים כאן בבית מדרשינו . לא ידוע לי איך עושים דבר זה .

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג יוני 05, 2009 11:48 am

די פאקט איז אז די מחלוקה האט געקאסט קרבנות פון ביידע זייטן,
כידוע האט דער מנח"א געשיקט א שארפן בריוו צום בעלזא רב דורך ר' משה ג"ש (מחבר מסעות ירושלים) און דער בעלזא רב האט מיט די הענט געדרייט אינעם קאלפיק וואס דאס האט געמיינט הקפדה און דער ר' משה האט נעבאך נישט געהאט קיין קינדער קיינמאל....

לעומת זה איז געוועהן הקפדות פון די אנדערע זייט אויך, און בעיקר זענען געוועהן די שטוב מענטשן פון ביידע זייטן וואס האבן אנגעדרייט ואכמ"ל,
דער מנח"א זעלבסט האט געהאט שטוב מענטשן וואס זענען נישט געוועהן צו קלוג, ווי אויך דער מנח"א זעלבסט איז נישט געוועהן קיין דיפלאמאט, ווען ער האט געהאלטן אז עפעס איז נישט מסודר איז ער ארויס מיטן גאנצן שארפקייט מתוך לבבו הטהור, אפגעזעהן אז מ'האט צו טון מיטן גרעסטן רבי'ן פון יענע מדינות,

למעשה האט ער שפעטער אנערקענט אז מ'דארף ניצן אנדערע וועגן אויך, ווייל ווען דער חקל יצחק איז געקומען קיין מונקאטש האט ער אנשטאט אים אויסצושליסן אים אויסגעקויפט מיט אסאך געלט (פאר משכון'דיג ירושה חפיצים כידוע)
אבער עכ"ז איז נישט כדאי זיך צו טינקען מיט יענע ביטירע פרשות ודי בזה
.

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » פרייטאג יוני 05, 2009 12:29 pm

געזעהן האב איך אמאל לאנג צוריק אין כתבים פון א באקאנטען בעלזא'ן חסיד מיטן נאמען רבי חיים נטע כ"ץ ז"ל ווי ער שרייבט דארטן אז דער בעלזא'ער רב הגה"ק מהרי"ד זי"ע האב געפרעגט אמאל אין שטוב צו ווייסט איינער דעם נאמען פונעם מונקאטשער רב'ס מוטער (מרן חיים אלעזר בן אסתר), ער וויל מתפלל זיין ס'זאל איהם נישט שאטען דאס געזונד. (אזוי ווי כ'האב עס שוין געזעהן מיט היבש אסאך יאהרן צוריק, דעריבער קען איך נישט זאגען בודאית אז דאס איז געווען דאס לשון פונעם בעלזא'ן רב, אבער כ'בין כמעט זיכער אז אזוי האט ער געזאגט).
לחיים ולברכה!


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט