בלאט 5 פון 26

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 2:45 pm
דורך בן בוזי
דער בעלזער קלויז אין דער שטאט מונקאטש

Khsidish [Hasidic] boys pose outside the synagogue of the Belzer Khsidim [Hasids]. (Written on back in Yiddish) "The Belzer 'kloyz' [small synagogue] which was desecrated and robbed by the Munkacsher khsidim (hasidim). Special to the 'Morgn Dzhurnal' [Morning Journal]."

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 2:46 pm
דורך בן בוזי
דאס בית המדרש פונעם מנחת אלעזר


The 'besmedresh' (house of prayer) of the Munkacsher 'rebe', Khayem Elieyzer Shapira [Hayyim Eleazar], "where the decision to cease robbing and abusing the 'kloyz' [small house of prayer] of the Belzer [khsidim] took place. Special to the 'Morgn Zhurnal'." (in Yiddish.)

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 3:54 pm
דורך שאץ מאץ
מ'פארציילט אז אמאל ביינאכט האט דער מנח"א שפאצירט מיטן גבאי'ן נעבן דעם בעלזא שטיבל, דער גבאי האט באמערקט אז איינער א אנהענגער פונעם מנח"א גייט אריין אהין אינעם באלזע שטיבל האט ער געוואלט שרייען אויף יענעם, האט אים דער מנח"א געזאגט שריי נישט, ווייל איצט גייט ער אהין נאר ביינאכט, אז דו וועסט שרייען וועט ער גיין אהין בייטאג אויך....

לפי ידועתי איז די חברה קדישא אין מונקאטש געוועהן אין די האנט פון די בעלזא חסידים, איינער האט מער דעטאלן?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 3:59 pm
דורך ליפשיץ
שאץ מאץ האט געשריבן:לפי ידועתי איז די חברה קדישא אין מונקאטש געוועהן אין די האנט פון די בעלזא חסידים, איינער האט מער דעטאלן?

יא, ס'איז ריכטיג. איך האב מער דעטאלן. כ'גלויב אבער אז אויב איך וועל דאס שריייבן וועט מען מיך חוסם זיין.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 4:03 pm
דורך שאץ מאץ
ווילאנג ס'איז בלויז היסטאריע מעג מען עס שרייבן..., אויף מיין אחריות

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 4:07 pm
דורך ליפשיץ
ס'איז פארבינדן מיט אקטואלע פאליטיק...

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2009 7:57 am
דורך ווארד2007
איך האב געהערט די וואך א געוואלדיגע מעשה פון מנחת אלעזר

ס'איז געווען א חשובער איד אין מונקאטש וואס האט זיך נישט פארטראגן מיט איינעם פון די דיינים, האט ער געזאגט פאר ס'ווייב זיינע, הער נאר, פון דעם דיין פרעג מער נישט קיין שאלות, איך קען אויך פסק'נען, סט'מיר פרעגן.
אין א שיינעם פרייטאג קומט ער אהיים, און זעט אויפן טיש ליגט פלייש שהורה בו חכם, פרעגט ער דאס רעבעצין וועם האסטו געפרעגט, זאגט ער דעם און דעם דיין, רעגט ער זיך אויף און זאגט, כ'האדאר דאך געזאגט פרעג נישט יענעם, איך קען דיר אויך פסק'נען די שאלות, זאגט זי אנטשולדיגט ס'איז שפעט, שוין באלד שבת, ווי לאנג על'איך ווארטן אויף דיר.
שוין ער געט א קוק אויף די פלייש און... ער זעט א סירכא
ער נעמט זיך ליארעמען, קוק אן, דער דיין איז מאכיל נבילות וטריפות די גאנצע שטאט.

מוצאי שב"ק לויפט ער אריבער צום מנחת אלעזר מיט די פלייש, און ווייזט אים עס, און שרייט און פארפירט, ווי מעג מען האלטן אזא דיין וואס איז מאכיל נבילות וטריפות
דער מנחת אלעזר קוקט אויף די פלייש, און רופט זיך אן ס'איז כשר, און כהרף עין מאכט ער א ברכה שהכל נהי' בדברו און עסט דערפון.
כמובן דער איד האט אפגעפוצט פון דארט

האט איינער פון די מענטשן וואס זענען דארט געווען געפרעגט דעם מנח"א, ילמדינו רבינו, ס'איז טאקע כשר, אבער ס'איז דאך פארט נישט גלאט?!
רופט זיך אן דער הייליגער מנחת אלעזר:
און יענעם'ס בלוט איז יא גלאט!!!!!!!!!!!!!!!!!!??????????????

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2009 8:24 am
דורך מי יודע
א פחד פון א מעשה,
להתבונן ולראות אז קנאות איז נישט אין געגנזאץ מיט מדות טובות

לכל זמן ועת לכל חפץ

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2009 8:26 am
דורך יוסלמאן
אז ס''איז ערב ראש השנה און מ'רעדט פון הרה"ק בעל מנחת אלזער זי"ע, וואלט איך פארציילט וואס כ'האב געהערט פון א מונקאטשער חסיד.

דער איידעם ר' ברוכ'ל האט נישט געוואלט לערנען די קליינע אותיות, ער האט זיך נישט געהאלטן ראוי דערפאר. האט אים דער שווער געוואלט מסביר זיין וואו וויכטיג ס'איז פאר א רבי צו קענען קבלה מעשיות, האט ער אים פארציילט די מעשה אזוי.

ס'איז אפאר וואכן פאר ראש השנה, דער בעלזר חסיד וויל זיין ביים רבין אויף יום טוב, ס'איז א מהלך רב אבער קיין געלט צו פארן מיטן באן אדער וואגן איז נישטא. וואס טוט מען, מ'שפאצירט שוין פון אפאר וואכן פריער אז אויף יו"ט זאל מען זיין אין בעלז.

נאך אפאר וואכן זיך שלעפן אויף די וועגן און שטעגן, קומט ער ענדליך אן ערב ראש השנה צופרי. ער גייט שנעל אראפלייגן זיין זעקל אין הקדש שטיבל, דארט גייט ער איינשטיין אויף יו"ט. ער לויט אין מקוה און גייט אין ביהמ"ד כאפן א פלאץ אז ער זאל הערן און זעהן דעם רבין.

ס'קומט די צייט פון דאווענען קומט צו אים א חסיד און געט אים א רוק אוועק: ס'איז מיין חזקה, איך שטיי שוין דא יארן. ער גייט אביסל אהינציר און שטייט דארט ביז א צווייטער ריקט אים ווייטער בטענת חזקה, אזוי א דריטער, פערטער, פיפטער וכו'. ס'קומט צו דאווענען זעהט ער זיך אינדרויסן, נישט ער זעהט און נישט ער הערט. שטייענדיג אזוי אינמיטן דאווענען ווייזט אים איינער אויף א טשוואק, דארט גיב דיר א שלעפ ארויף וועסטו זעהן. דער חסיד פוילט זיך נישט, ער געט זיך א צי ארויף, אבער געזעהן דעם רבין האט ער נישט מער וואו דעם שטריימעל, דעם רבין אליין האט שוין נישט געזעהן.

קומט דער חסיד אהיים נאך יו"ט און זאגט פארן בני בית: ס'האט זיך געלוינט די נסיעה מיט די גאנצע טירחה, כ'האב געזעהן דעם רבין'ס שטריימעל!

דאס איז אין בעלז.

מאידך גיסא פארט א חסיד קיין מונקאטש. ער פארט ארויס ביינאכט פאר ראש השנה מיטן באן, ער האט א באקוועמע זיץ אינעם ערשטן קלאס, ער שטייט איין ביי א קרוב מיט א באקוועמע צימער, ער האט א זיץ אין ביהמ"ד אויפ'ן אויבן-אן, ער הערט, ער זעהט, ממש פון אלעם גוטן.

נאך יו"ט קומט ער אהיים און זאגט פאר די אידענע: נעה, ס'האט זיך נישט אזוי געלוינט, דער רב איז געווען אביסל הייזעריג...

זאגט דער שווער פארן איידעם, איב וועסט נישט קענען די קליינע אותיות ווער וועט דען קומען צו דיר....

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2009 8:41 am
דורך מי יודע
זיי דיך מסביר ביטע

ווער ס'האט פארשטאנען זאל אויפהייבן די האנט

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2009 11:56 am
דורך נחמן נתן
בילד פון ראשי ומנהלי ישיבת "דרכי תשובה" בעיר מונקאטש, בתקופת הנהגתו של הרה"ג רבי ברוך יהושע ירחמיאל ממונקאטש ז"ל

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2009 12:38 pm
דורך מיללער
אונטער ר' ברוכ'ל ממונקאטש ז"ל ווערט געזעהן הרה"ג ר' נטע שלמה שליסל ז"ל דומ"ץ מונקאטש

יישר-כח ר' נחמן נתן פאר די בילד

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2009 12:46 pm
דורך מי יודע
איז דא ערגעץ א בילד פון די גאנצע בי"ד צוזאמען

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2009 3:51 pm
דורך נחמן נתן
מי יודע האט געשריבן:א פחד פון א מעשה,
להתבונן ולראות אז קנאות איז נישט אין געגנזאץ מיט מדות טובות

לכל זמן ועת לכל חפץ


פון הגה"צ ר' יצחק שלמה אונגאר זצ"ל גאב"ד חוג-חת"ס אין ארויסגעקומען א שיין ספר פון סיפורי צדיקים וואס ער האט דערציילט, מיטן נאמען "רשומים בשמך". דערציילט ער דארט אז זיין פאטער הגה"צ ר' אברהם צבי זצ"ל (אב"ד קאפאוואר) איז געווען א מונקאטשער חסיד, און איז אמאל דארט געווען אויף שב"ק און ביי ס"ג האט דער מנחת אלעזר זי"ע כדרכו בקודש געפייערט אקעגן די פארטייען למיניהם, און נאך ס"ג האט ר' אברהם צבי אהיימבאגלייט דעם מנחת אלעזר לביתו נאוה קודש, אנקומענדיג אהיים האט מען אראפגעלייגט פארן מנחת אלעזר אויפן טיש א צייטונג, וואס דארט איז געשטאנען געשריבן אז איינער פון די 'חלוצים הציונים' איז דער'הרג'עט געווארן. דער מנחת אלעזר האט זיך גענומען וויינען ממש ווי אויף א אייגן קינד מיט בכיות נוראות!

אט דאס מיינט "אמת'דיגע" ערליכע קנאות, וועלע שפראצט ארויס פון א הייליג אידיש הארץ., און נישט פון ח"ו מדות מגונות, ודי. (ועיין בס' ברך משה פ' קדושים וועלכע ברענגט אראפ אז תחת אחד השיחים האט זיך מתאונן געווען פאר אים מרן דודו רביה"ק מסאטמאר זי"ע אז די מערכה קעגן ציונות קען פילייכט אריינברענגען מידות רעות ביים עולם, דערפאר ליגט א שטארקע פליכט צו מחנך זיין די קינדער צו מידות טובות).

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2009 8:41 am
דורך יוסלמאן
מען דערציילט א מעשה אז אין מונקאטש איז געווען א דאקטאר א משומוד. וון ער איז געקומען אונטערזוכן אמאל דעם הייליגן מנחת אלעזר האט ער אים געפרעגט, וואו פילט דער ראבינער? האט דער רב אים געענטפערט, אזוי זאלן זיך פילן אלע משומדים!

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 11:03 am
דורך מיללער
א בילד פון די גרויסע חתונה פון בתו של המנחת אלעזר

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 11:25 am
דורך ברוקלין
איך האב פינקט יעצט געהערט, אז ביים ברית פין הרה"צ ר' הירשעלע ספינקער זצ"ל, איז דער חקל יצחק געווען דער סנדק, דער מנחת אלעזר איז געווען מוהל. (דער חקל יצחק האט דעלמאץ געוואוינט אין מונקאטש). ביי דער סעודה איז דער מנח"א אוועקגעגאנגען אין דער בעלזער רב איז געקימען. דער בעלזער רב האט געזאגט פארן חקל יצחק: איך בין אייך מקנא אז איר פארשטייט זיך מיטן מונקאטשער רב.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:34 pm
דורך א טענצל!
ברוקלין האט געשריבן:דער בעלזער רב האט געזאגט פארן חקל יצחק: איך בין אייך מקנא אז איר פארשטייט זיך מיטן מונקאטשער רב.


ס'איז דא אבער אן אנדערע מעשה אויך, אז דער חקל יצחק האט געזאגט - בנוגע דעם מנחת אלעזר - ווען בעלזער רב איז אוועקגעפארן פון מונקאטש, 'יעצט וועט ער זיך נעמען צו מיר'... . און אזוי ווערן דערציילט כמה סיפורים בנוגע הנ"ל, ודי.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 4:25 pm
דורך נחמן נתן
מיללער, דיין בילד זעהט מער אויס ביים לויה, נישט אזוי?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 4:41 pm
דורך מיללער
נחמן נתן האט געשריבן:מיללער, דיין בילד זעהט מער אויס ביים לויה, נישט אזוי?

בילד
דעם בילד האב איך גענומען פון USHMM וואס אנגעבליך איז עס פון די חתונה פון א בילדער קאלעקציע פון א מונקאטשער תושב בשם קאליש, אבער אלץ קען זיין אז יענער/איינער איז זיך טועה.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 5:17 pm
דורך דארפסמאן
מיין זיידע ז"ל פלעגט זייער באדערען ווען מען פלעגט רעדן פון די מחלוקה. ער האט מיר געזאגט אז זיין טאטע איז ממש קראנק געווארען פון די מחלוקה (ער פלעגט גיין צו ביידען, געווען איז ער א בעלזער חסיד אבער זייער נאנט געווען מיטן מיקאטשער רב)

זכיתם הקדושים יגן עלינו ועכי"א

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 6:32 am
דורך א טענצל!
דארפסמאן האט געשריבן:ער פלעגט גיין צו ביידען, געווען איז ער א בעלזער חסיד אבער זייער נאנט געווען מיטן מונקאטשער רב

זכותם הקדושים יגן עלינו ועכי"א


בדרך בדיחותא מעג מען אנמערקן אז דאס איז ממש א 'יקר המציאות' אז אפילו ער איז געווען א בעלזער חסיד איז ער אויך געגאנגען צום מונקאטשער רב, ודי.

מען דערציילט אז ווען רביה"ק מסאטמאר איז געווען אין פעסט אינאיינעם מיט הרה"ק מהר"א מבעלזא (דוכט זיך ש"ק וישלח תש"ד) האט דער בעלזער רב געזאגט פארן רב'ין מיט א ווערטל "מיר האבן בשותפות'דיגע חסידים (הכוונה שהחסידים הלכו לשני הרביים)", האט דער רבי געענטפערט מיט א שמייכל "אפשר פארקערט (היינו שחסידיו הם ג"כ חסידי בעלזא), אבער דאס זיכער נישט"...

אבער אזוי ווי דארפסמאן האט געזאגט, ס'פעלט נישט אויס צו רעדן פון די זאכן.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 7:21 am
דורך farshlufen
הרב הטענצל עיין בהקדמת "דרך הטובה והישרה".

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 10:23 am
דורך מי יודע
טענצל, אינו פליאה כל כך
איך האב געהערט (קען זיין ס'שטייט שוין אפילו דא אין אשכול) אז איינע פון די גרויסע דיינים אין מונקאטש פלעגט יעדע וואך גיין זאגן גוט שבת פארן בעלזער רב, אמאל האט מען אים פאר'מסר'ט פארן מנחת אלעזר, האט דער מנחת אלעזר געזאגט "ער מעג, ער מיינט כבוד התורה".

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 10:28 am
דורך ברוקלין
אייביג - ביי יעדע מחלוקה - איז עס געווען די חסידי שוטים וואס האבען פארמאסער'ט, געטראגען אין געברענגט, פאר אביסל חנופה אין אטענטעשן.