רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער זוהר הקדוש זאגט. דער טעם פארוואס אידן זענען אזוי פיל יארן אין גלות, איז צוליב די טרערען וואס עשו האט געלאזט ווען ער איז געוואויר געווארען אז יעקב האט צוגענומען פון אים די ברכות.
האט געפרעגט דער בעל מנחת אלעזר זי"ע. די אידן האבן דאך שוין פארגאסן טייכן טרערן, אלע יארן אין די ימים נוראים טוען דאך אידן תשובה מיט דמעות שליש, ווי קומט עס אז די אלע טרערן זענען נישט בכח מבטל צו זיין די פאר טרערן פון עשו הרשע ?

נאר וואס דען - האט ער געענטפערט - מיר האבן דאך א כלל אז "מין במינו לא בטל". עשו הרשע האט געוויינט פאר ענין גשמיות, פאר די ברכות עולם הזה, און די אידישע טרערן זענען ליידער אויך פאר גשמיות'דיגע ענינים, דערפאר איז מין במינו לא בטל, מה שאין כן ווען אידן וועלן וויינען און לאזן טרערן פאר רוחניות'דיגע ענינים, פאר גלות השכינה, אז מען זאל גרינגער צוקומען צו אביסל עבודת ה' באמת, און אז דער כבוד שמים זאל נתרומם ווערען, וועלן בטל ווערן די טרערן פון עשו הרשע, און די גאולה וועט שוין קומען במהרה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א שיין בילד פונעם מנחת אלעזר (כ'מיין אז מיר האבן עס שוין געהאט דא ערגעץ) ווער דערקענט די ארומיגע דער צווייטער פון רעכטס איז לכאורה ר' חיים בער דער גבאי.
אטעטשמענטס
2008622_9165529086_3d71_3.jpg
2008622_9165529086_3d71_3.jpg (23.58 KiB) געזען 4211 מאל
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

יא דאס בילד האב איך ארויף געלייגט, אין יענער האט עס געגנבעט סוי ביסטי נאר א גונב מן הגנב.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאסל האט געשריבן:יא דאס בילד האב איך ארויף געלייגט, אין יענער האט עס געגנבעט סוי ביסטי נאר א גונב מן הגנב.


איך ווייס נישט אויב דאס איז בכלל גניבה, אבער לאמיר לאזן די הלכה'דיגע חלק אויף אנאנדער מאל, למעשה, ווער זענען די ארומיגע?
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

דעמאלץ האב איך געשריבן אז דער ערשטער קיקט אויס ווי חיים שלום האלבערשטאם
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

איך האב געטראפן ביי מיר נאך צוויי בילדער, (דאכצעך זיי זענען שוין געווען אמאל אין קרעטשמע, אפשר אין די ווער ווייסט אשכל?)
אטעטשמענטס
minelazar.jpg
minelazar.jpg (6.85 KiB) געזען 4164 מאל
mnchselazar.jpg
mnchselazar.jpg (10.18 KiB) געזען 4165 מאל
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

די צווייטע בילד איז מיט די חקל יצחק מספינקא, איינער דערקענט די ארומיגע?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

איים סארי, איך האב יעצט געזעהן אין אן אנדערע פלאץ אז די צווייטע בילד איז די קאמארנער, וועלעכע גירסא איז ריכטיג?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אנדי פעטיט האט שוין אמאל געמאכט דעם טעות (אין דעם אשכול פון אנפאנג) די צווייטע בילד איז פון ר' יעקב משה מקאמארנא חותן המנחת אלעזר מיט'ן חקל יצחק מספינקא.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

זיידעניו האט געשריבן:דער זוהר הקדוש זאגט. דער טעם פארוואס אידן זענען אזוי פיל יארן אין גלות, איז צוליב די טרערען וואס עשו האט געלאזט ווען ער איז געוואויר געווארען אז יעקב האט צוגענומען פון אים די ברכות.
האט געפרעגט דער בעל מנחת אלעזר זי"ע. די אידן האבן דאך שוין פארגאסן טייכן טרערן, אלע יארן אין די ימים נוראים טוען דאך אידן תשובה מיט דמעות שליש, ווי קומט עס אז די אלע טרערן זענען נישט בכח מבטל צו זיין די פאר טרערן פון עשו הרשע ?

נאר וואס דען - האט ער געענטפערט - מיר האבן דאך א כלל אז "מין במינו לא בטל". עשו הרשע האט געוויינט פאר ענין גשמיות, פאר די ברכות עולם הזה, און די אידישע טרערן זענען ליידער אויך פאר גשמיות'דיגע ענינים, דערפאר איז מין במינו לא בטל, מה שאין כן ווען אידן וועלן וויינען און לאזן טרערן פאר רוחניות'דיגע ענינים, פאר גלות השכינה, אז מען זאל גרינגער צוקומען צו אביסל עבודת ה' באמת, און אז דער כבוד שמים זאל נתרומם ווערען, וועלן בטל ווערן די טרערן פון עשו הרשע, און די גאולה וועט שוין קומען במהרה.


זיידניו ביטע קוקט אריין אין שער יששכר מאמר תקע בשופר, ווי ער ברענגט דאס ווארט בשם הר"ר שמעלקא, ער איז נאר מפלפל דארט לויט די שיטת פון מין במינו....
סליחה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א שיין בילד פונעם מנחת אלעזר מיטן פעלץ צוריקקומענדיג פון זיין באזוך אין ארץ ישראל (קרעדיט, מתפעל-בחדרי חרדים)
אטעטשמענטס
Munkatch2.jpg
Munkatch2.jpg (49.69 KiB) געזען 3990 מאל
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

אז מ'רעדט שוין וואס איז געווען פשט אז דער מנחת אלעזר זצ"ל איז געווען אזוי פארקויפט פארן סבא קדישא ר' שלום אליעזר אלפאנדרי זצ"ל א ספרדישער גדול, ער שרייבט אויף אים טיטלען וואס איך מיין אז אפילו אויף צדיקים וואס זענען שוין נישט געווען בחיים האבן נישט געקריגען פונעם,אין דאס איז נאך געקומען אפילו פאר ער האט געהאט די געלעגענהייט זיך צי באגעגענען מיט אים, פאר מיר קיקט עס אויס ווי א שטיקעל דבר פלא.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

תיקון טעות, ר' שלמה אליעזר (נישט שלום אליעזר).

איינער פון די סיבות פארוואס ער האט אינטערגענומען די נסיעה קיין אר"י איז טאקע געווען זיך צו טרעפן מיט דעם גדול, ער האט געזהן אין אים א גרויסער מאן פון די כתבים וואס ער האט אויסגעטויש, כידוע האט דער מנחת אלעזר זיך אויסגעלערנט צו שרייבן מיט רש"י אותיות צו קענען קאמיוניקעיטן.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

דער מונקאטשער רב האט געהאלטן אז ער האט גאר א גרויסע נשמה, און ווען זיי וועלן זיך טרעפן, וועלן זיי קענען צוזאמען טון גרויסע פעולות וועגן ביאת המשיח, כידוע האט דער סבא קדישא אפגעשטופט דעם באזוך, ביז ער האט געגעבן דעם מעלדונג דורך ר' ישעי' אשר זעליג מרגליות, אז דער מנח"א זאל קומען קיין א"י, און דער מנח"א האט זוכה געוועהן צו זיין די לעצטע טעג ביים סבא קדישא, ווי אויך ביי די לוי', במשך די באזוך האבן זיי פיל פארברענגט בסוד שיח שרפי קודש, ווי עס ווערט באריכטעט בארוכות אינעם ווינדערליכן ספר מסעות ירושלים,

עס ווערט געזאגט אז דער סבא קדישא האט אים געגעבן א ברכה אויף דעם זווג פון זיין בת יחידה, זאגנדיג אז די דורות וועלן זיינע שיינע דורות, (לא מצאתי מקור בפי' ע"ז אבל משמע בין הדברים של הס' מסעות ירושלים..)
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אונז וואלטן מיר ווען געוואלט האבן א מראה מקום אין דעם מסעות ירושלם, פאר די ווערטער פון די אונטערשטע פאראגראף פון כ"ק אדמו"ר מ'שאץ שליט"א.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

שאץ מאץ האט געשריבן:דער מונקאטשער רב האט געהאלטן אז ער האט גאר א גרויסע נשמה, און ווען זיי וועלן זיך טרעפן, וועלן זיי קענען צוזאמען טון גרויסע פעולות וועגן ביאת המשיח, כידוע האט דער סבא קדישא אפגעשטופט דעם באזוך, ביז ער האט געגעבן דעם מעלדונג דורך ר' ישעי' אשר זעליג מרגליות, אז דער מנח"א זאל קומען קיין א"י, און דער מנח"א האט זוכה געוועהן צו זיין די לעצטע טעג ביים סבא קדישא, ווי אויך ביי די לוי', במשך די באזוך האבן זיי פיל פארברענגט בסוד שיח שרפי קודש, ווי עס ווערט באריכטעט בארוכות אינעם ווינדערליכן ספר מסעות ירושלים,


פששש דאס איז א חידוש עצום אז דער מנחת אלעזר האט אזוי געהאלטען(מקור ביטשע)
איך מיין אז חוץ'ען בעל שם הקדוש (ידוע די מעשה אז ער האט זיך געוואלט טרעפען מיטן אוחה"ק כדי צי מקרב זיין די גאולה) מיט די ערשטע תלמידים האב איך נאך נישט געהערט אזוינע מעשיות אז זיי האבען געהאלטען אז זיי זענען בכוח צי ברענגען משיח מיט מעשים.
אין לגופו של ענין איז דאס גאנצע ידידות א שטיקעל חידוש, ווי נאך טרעפט מען אז א חסידישער גדול זאל האבען אזוי אן התבטלות צי איינעם נישט פון זיין חדר?
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

ביקסאד האט געשריבן:אונז וואלטן מיר ווען געוואלט האבן א מראה מקום אין דעם מסעות ירושלם, פאר די ווערטער פון די אונטערשטע פאראגראף פון כ"ק אדמו"ר מ'שאץ שליט"א.

כווייס נישט פון קיין מראה מקום אבער א מציאות מיין איך אז ער קען יא אנווייזען,
וואס לויט זייערע אימשטענדען וואס זיי זענען געווארען ערצויגען איז געווען גאר גרויסע שאנסען אז ס'זאל פארען אינעם פארקערטען ריכטונג.
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

יאסל האט געשריבן:
ביקסאד האט געשריבן:אונז וואלטן מיר ווען געוואלט האבן א מראה מקום אין דעם מסעות ירושלם, פאר די ווערטער פון די אונטערשטע פאראגראף פון כ"ק אדמו"ר מ'שאץ שליט"א.

כווייס נישט פון קיין מראה מקום אבער א מציאות מיין איך אז ער קען יא אנווייזען,
וואס לויט זייערע אימשטענדען וואס זיי זענען געווארען ערצויגען איז געווען גאר גרויסע שאנסען אז ס'זאל פארען אינעם פארקערטען ריכטונג.


איך האב שוין דעם מסעות ירושלים דורכעלעזן מערערע מאל.
עס ציייגט עפעס א אויסערארדענטליכע התקשרות בלב צווישן דעם מנח"א און דעם סב"ק, דאס ווארט התבטלות איז פשוט בלאס.
אבער דעם ענין פון משיח איז מער א מעשה פון חסידים (איך מאך עס נישט אוועק), אבער קיין מקור האט עס נישט. און קיין מקור אז דער מנח"א האט עס געזאגט איז אוודאי נישטא.

למעשה האט די השגחה עליונה געפירט אז דער בעשה"ק האט זיך נישט געטראפן מיט'ן אוהח"ק.
אבער דער מחנ"א האט זיך מיט סב"ק יא געטראפן.

איז שוין דא א קלארער אונטערשיד. ודי בזה.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

און די לעצטע דרוקן, האבן זיי ארויסגענומען פארשידענס פון די ארגינעלע, גאר שארפע אויסדרוקן, אויף קוק און נאך אנדערע גדולים.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ביקסאד האט געשריבן:אונז וואלטן מיר ווען געוואלט האבן א מראה מקום אין דעם מסעות ירושלם, פאר די ווערטער פון די אונטערשטע פאראגראף פון כ"ק אדמו"ר מ'שאץ שליט"א.


צווישן די חסידים איז אנגענומען אז דער מנח"א האט געפרעגט דעם סבא קדישא וועגן דעם שידוך,
אבער ווער עס לערנט דעם מסעות ירושלים בעיין, זעהט אזוי, יעדן שמיס ווערט ציטירט, ווען זיי האבן געשמיסט קבלה, שרייבט ער אז זיי האבן גערעדט קבלה,
ביי איין שמיס שרייבט דער שרייבער זיי האבן געשמיסט דאס און דאס, און אויף א פריוואטע שמיס וואס איז נישט ניתן להאמר,
איז לכאורה א מקום צו זאגן אז דאס מיינט אט דעם שמיס, ווייל ס'איז נישט ניתן להאמר,
כ'האב נישט דעם ספר ביי מיר אין קאנטרי, אבער ווי איך וועל עס האבן וועל איך קענען מיטירן גענוי, דעם מהלך וואס שטייט דארט,
נאכאמאל עס איז בלויז שפעקעלאציעס און נישט קיין קלארע משמעות...
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

וועלעכע יאר איז געווען די נסיעה, ווייל דאכט זיך אז ברוכ'ל איז גאנץ אינג א חתן געווארען,אין כפי השמועה האט דאס געדארפט צי זיין א שטיקעל פיוס צי די משפחה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' ברוך'ל איז ממיטגעפארן אלס חתן ביי די נסיעה, איינע פון די זאכן וואס איז פאר'ן נמחת אלעזר נישט געפאלן פון אים, איז געווען אז ער האט ארויסגעקוקט פון פענסטער אויף די באנען.

דער שידוך איז געווען א פיוס פאר די שידלאווצע/פשיסחא משפחה, נאכן גט בזווגו הראשון פונעם מנח"א. (געהערט מפי תלמיד המנח"א)
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

שאץ מאץ האט געשריבן:כ'האב נישט דעם ספר ביי מיר אין קאנטרי, אבער ווי איך וועל עס האבן וועל איך קענען מיטירן גענוי, דעם מהלך וואס שטייט דארט,
עס איז דא דערצו אן עצה ביי די "אינדקס הפורומים" פון די "היימישע קרעטשמע" גייט מען אריין אין "אוצר הספרים" דארט דריקט מען אויף "ספרים לצפיה והורדה" אט דארט קוועטשט מען אויף "ספרי אדמור"י בית דינוב-מונקאטש":
http://www.munkatcherseforim.org/ און די "מסעות ירושלם" ווערט נתגלה.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

מיללער האט געשריבן:ר' ברוך'ל איז ממיטגעפארן אלס חתן ביי די נסיעה, איינע פון די זאכן וואס איז פאר'ן נמחת אלעזר נישט געפאלן פון אים, איז געווען אז ער האט ארויסגעקוקט פון פענסטער אויף די באנען.

דער שידוך איז געווען א פיוס פאר די שידלאווצע/פשיסחא משפחה, נאכן גט בזווגו הראשון פונעם מנח"א. (געהערט מפי תלמיד המנח"א)

אויב אזוי איז לכאורה נישט ריכטיג אז ער האט זיך דארעכגערעדט מיטן סבא קדישא וועגען דעם שידוך.
ווי איך האב אמאל געהערט האט דער מנחת אלעזר געבעטען אז ברוכ'ל זאל קימען צי אים וואוינען, אבער זיין מוטער זייענדיג אן אלמנה האט זיך נישט געוואלט שיידען פון איר זון.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דו מיינסט וואונען ביי אים נאך די חתונה אדער נאך פאר די חתונה?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”