רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

איך האב געפאלגט ביקסאד און אראפ גענומען דעם ס' מסעות ירושלים,

אין מאמר סדר יום רביעי, אונטערן קעפל סוד ד' ליראיו, זעהט זיך אויס ביידע זאכן וואס איך האב געשריבן,

א) אז דער מנח"א האט געבעטן דער סבא קדישא זאל ברענגען משיח, אבער מיט גאר גרויסע סודות

ב) ער שרייבט צום סוף פון דעם שמיס, בזה"ל וכן דיבר אז עמו בשאר דברים העומדים ברומו של עולם, בכלל ובפרט, וגם מעצמו ועניני ביתו.....

וואס איז עניני ביתו?, אפשר וועגן דעם זווג,

זאת ועוד, אינעם זעלבן שמיס האט דער מנח"א געצייגט א בריוו פון זיין שווער הרה"ק רי"מ מקאמארנה, וואס דער שרייבער פון מסעות ירושלים צייכנט אן אז דאס איז א בריוו געשריבן צום מנח"א, וואס הייבט זיך אן גם ברוך יהי', וואס דער מכתב איז א מכתב פלא, לא ואין מגלין אלא לצנועין, עיי"ש

וואס איז אט די בריוו?, וועל מיר ענק מגלה זיין דעם סוד,

כידוע האט דער מנח"א נישט געהאט קיין קינדער, איינמאל האט זיין שווער דער קאמרנה רבי געשיקט א בריוו, לסדר גם ברוך יהי',
וואס דארט האט דער קאמרנה רבי געשריבן מיטן רוח הקודש ווען זיין טאכטער די מונקאטשער רבעצען גייט גיין אין.......
און ווען זי וועט ווערן מעוברת..., ולפלא שכן הוה,

דער מנח"א האט געהאלטן אז דער לס' גם ברוך יהי', איז מרומז די טאכטער וואס וועט שפעטער חתונה האבן צו ר' ברוך'ל,

ממילא דער שרייבער פון מסעות ירושלים וואס שרייבט אין מגלין אלא לצנועין, מיינט דאס וואס דער קאמארנה האט געשריבן וועגן זיין טאכטער,

דאס איז נאר מענין לענין, רעדנדיג פון דעם קאפיטל אין מוסעות ירושלים עיי"ש,

קוקט עס נאך, דעם לינק ווי ביקסאד געט צו, דף צ"ו, דערנאך דארך מען מישן עטליכע בלעטער פון בילדער ביז דף צ"ז
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

שאץ מאץ האט געשריבן:איך האב געפאלגט ביקסאד און אראפ גענומען דעם ס' מסעות ירושלים,

קוקט עס נאך, דעם לינק ווי ביקסאד געט צו, דף צ"ו, דערנאך דארך מען מישן עטליכע בלעטער פון בילדער ביז דף צ"ז
אשרי לדור שגדולים נשמעין לקטנים.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

שאץ מאץ האט געשריבן:ב) ער שרייבט צום סוף פון דעם שמיס, בזה"ל וכן דיבר אז עמו בשאר דברים העומדים ברומו של עולם, בכלל ובפרט, וגם מעצמו ועניני ביתו.....

וואס איז עניני ביתו?, אפשר וועגן דעם זווג,


אזווי איך האב שוין געשריבן אז סהאט שוין געהאלטען נאכן שידוך אין ער האט גאר ניטגענומען זיין ציקנופטיגער איידעם אויפן נסיעה, איז וואס האט ער דען געקענט פרעגען איבר די נושא.
וואס איך טאראכט יא איז כהאב באמערקט איז איינע פון די ערשטע בריווען צים סבא קדישא בעט ער ביים סוף אז ער זאל געהאלפען ווערן מיט א בן זכר(אינטערסאנט ווייל ער איז שוין געווען דאן א בן שישים אין דאך האט ער נישט אויפגעגעבן האפענונג)
איז קען זיין אז דאס איז געווען דער שמועס.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

צווישן חסידים איז אנגענןמען אז ער האט אים געפרעגט צו ער זאל אפלאזן דעם שחדוך עד כדי כך, צו נישט, האט אים דער סבא קדישא גענפערט אז די קינדער וועלן זיין שיינע דורות,
וואס האסטו געוואלט, כ'זאל דיר דאס ארויס שרייבן אפן און גראב?...
כ'האב געמיינט אז די פארשטייסט אויפן ווינק, ער האט גערעדט וועגן דעם שידוך, און פארשטיי אליין וואס דאס מיינט...
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

נאך איין הוספה וואס איז מן הסתם די שטערקסטע השערה אז דער מנח"א האט געפרעגט דעם סבא קדישא וועגן דעם שידוך,
דאס איז מסתמא ביי יעדן א ווינדער צו וואס דער מנח"א האט מיטגענומען דעם חתן קיין א"י, וואס במשך די 10 יאר וואס ער איז געוועהן א חתן האבן זיי זיך נאר איינמאל געטראפן, ווען דער מנח"א איז געגאנגען מנחם אבל זיין די משפחה,
צו וואס האט ער אים יעצט געשלעפט קיין א"י?, עס איז באמת געוועהן א פרעמדע זאך מיט צופארן מיט א חתן אויף א נסיעה,
נאר הוא הדבר אשר דברנו, ער האט אים געטראגן קיין א"י, צו ווייזן פארן סבא קדישא, דאס איז דער חתן, אויף וואס מיין פראגע איז, צו זאל איך אנהאלטן צו נישט,
און די תירוץ איז געקומען אז דער שידוך זאל בלייבן...
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

א נייע ביך איז ערשינען דורך ארטסקראל פאבלישינג וואס איז גאר אינטרעסאנט פאר די חובבי היסטאריע, עס הייסט journey to jerusalem.

רבי משה גאלדשטיין פארציילט איבער אלע פרטים פון די ניעה פון די מנח"א קיין ארה"ק זיך צו טרעפן מיט די סבא קדישא. ער האט אליינס מיטגעהאלטן די נסיעה.

דאכצעך אז רבי משה גאלדשטיין האט שוין ארויסגעגעבן אזאנס אין לשה"ק אדער אידיש, אבער דא האבן זיי צוגעלייגט שיינע ביאגראפיע קאפיטלן אויף ביידע צדיקים.

איך האב עס נאך נישט געליינט, אבער פון די שנעל דורך בליק וואס איך האב גענומען האט מיר עס אויסגעזעהן צו זיין גאר אינטרעסאנט.

איין חידוש וואס איך האב געזעהן דארט איז אז די סבא קדישא איז געווען 120 יאר אלט, דאס מיינט אז ער וואלט נאך געקענט קענען די תלמידי בעש"ט.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ר' משה גאלדשטיין הי"ד איז אום געקומען ביים קריג,
ער האט אין תרצ"א ארויס געגעבען דעם מסעות ירושלם דורך די מונקאטש'ער ישיבה רבתי דרכי תשובה,
שפעטער האט מען עס איבער געזעצט אין אידיש מיט דעם נאמען "דער רייזע קיין ירושלם",
דער חידוש וואו אלט דער סבא קדישא איז געווען קאנט איר אויך זעהן אין די ארגינעלע.

צו ליינען דעם ספר -פריש איבער געזעצט אין תשס"ד- שפאצירט אריין אין אונזער אוצר הספרים,
דאן גייט אריין אין צימער [געהענגעל] פון ספרים לצפייה והורדה - (סייטס צו לערנען אדער דאונלאדען ספרים),
אצינד קוועטשט אויף דעם לינק פון ספרי אדמור"י בית דינוב-מונקאטש:,
און דארטן אויף די לינקע זייט ביי שונות דריקט אויף מסעות ירושלם,
מיט הנאה לעזט א שטיק היסטאריע.
ועמך כולם צדיקים
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

יישר כחכם!
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

דער מנחת אלעזר האט נאך געזאגט פון שינווער רב
אז ג' ניסן נשיא לבני זבילון איז מסיגל פאר אלע ישיעות בפרט פאר פרנסה
זאל השי"ת העלפן אז אלע אידן סיי דא און קרעטשמע און איבראל זאלן אידן געהאלפן ווערן מיט אלעם גיטן .
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

דער מנחת אלעזר האט געלאזט שרייבן א ספר תורה ער האט געזאגט אז וועט דאס געבן פאר משיח
עס איז זייער א קליין ספר דינוב רב האט געטנצט מיט די ספר די הקפות
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

אין מונקאטש מאכט מען נישט קיין גרויסע מצב פון מעמד ברכת החמה.
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

און מונקאטש פלעגט מען נישט מאכן קיין גרויסע זאכן ביי קידוש החמה
אבער ביי קידוש לבנה פלעגט די רבצין אנגרייטן לקח.
ווייל אידן ציילן לשנות הלבנה.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

לעווי האט געשריבן:א נייע ביך איז ערשינען דורך ארטסקראל פאבלישינג וואס איז גאר אינטרעסאנט פאר די חובבי היסטאריע, עס הייסט journey to jerusalem.

רבי משה גאלדשטיין פארציילט איבער אלע פרטים פון די ניעה פון די מנח"א קיין ארה"ק זיך צו טרעפן מיט די סבא קדישא. ער האט אליינס מיטגעהאלטן די נסיעה.

דאכצעך אז רבי משה גאלדשטיין האט שוין ארויסגעגעבן אזאנס אין לשה"ק אדער אידיש, אבער דא האבן זיי צוגעלייגט שיינע ביאגראפיע קאפיטלן אויף ביידע צדיקים.

איך האב עס נאך נישט געליינט, אבער פון די שנעל דורך בליק וואס איך האב גענומען האט מיר עס אויסגעזעהן צו זיין גאר אינטרעסאנט.

איין חידוש וואס איך האב געזעהן דארט איז אז די סבא קדישא איז געווען 120 יאר אלט, דאס מיינט אז ער וואלט נאך געקענט קענען די תלמידי בעש"ט.


די ספר איז א איבערזעצונג פונעם בארימטן מסעות ירושלים....

איך האב א שטארקע טענה אויף דעם ענגלישן ווערסיע פון דעם ספר,
ראשית, א בילד פון פארנט, איז זיכער קעגן רצון קדשו פון מנח"א, כידוע האט דער מנח"א שטארק לוחם געוועהן אויף בילדער, ס'איז נאך דא היינט א ספר וואס האט באלאנגט צום מנח"א וואס דעם ערשטן בלאט איז געוועהן א בילד פונעם מחבר, דער מנח"א האט געגעבן א זיגל ארויף אויפן בילד זיין אייזענעם זיגל מיט אזא קראפט און זעץ אזש מ'דערקענט די אריינגעקריצטע ווערטער "חיים אלעזר שפירא אב"ד מונקאטש" 30 בלעטער דערנאך, מחמת דעם שטארקן זעץ....

שנית, איך הער זאגן אז ס'איז נשתנה געווארן עטליכע זאכן בנוגע קנאות, דאס איז נאר מפי השמועה...)

שלישית, ס'איז ענגליש, דער מנח"א האט זיכער נישט געוואלט אז זייער ווערטער זאלן געדריקט ווערן אויף גוי'יש..
מ'לעבט היינט אין א וועלט ווי ס'איז כמעט נשתכח געווארן די חומר הענין פון רעדן גוי'שע שפראכ'ן, די גדולים וצדיקים פון אמאל האבן לוחם געוועהן בכל נפשם נישט צו דארפן זאגן דרשות אויף גוי'ש, און היינט ווער ס'האט הענט און פיס (א מויל אויך) רעדט דרשות אויף ענגליש!!!, דאס איז איין פראבלעם, אבער נעמען א ספר פון מנח"א און איבערזעצן אויף ענגליש??????
ווי זענען די מונקאטשע קנאים?????
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
ידידי היקר שא''ץ מא''ץ שיחי' נצח
אם אתה כבר מדבר משוניים ----דע שמההוצאה הראשונה שי''ל ע''י ר' משה גאלדשטיין עד ההוצאה השני' ע''י ידידי רש''א בן הריא''ז יש שינויים ומשם
לההוצאה השלישית שי''ל בזמן האחרון .בקיצור. וכדי שלא להלבין וכו' בא''י הי' השליח של המנח''א ומונקאטש בכולל דו''ז ר' בן-ציון שפירא ולו הי' בן מוכשר בשם ר'
דוד שפירא בעל השו''ת בני ציון ג''ח .והשליח השני מהעשר גלילות הי' הרב המקובל ר' חיים כהן תלמיד סיגעט ומקושר להבני שילשים מקאסין . והריא''ז קישר את עצמו למונקאטש והודיע מהסבא קדישא וכו' וכו' ע''כ במהדורא השני' הם כמעט לא מוזכרים .והדברים ארוכים וכבוד ה' הסתר דבר .
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ס'איז מיר א חידוש וואס דו זאגסט, אבער ס'שיינט צו זיין אמת, און ס'איז טאקע אן עוולה, משנה זיין א זאך וואס איז ארגינעל איז א מעילה...

די חידוש איז נאך מער, פארוואס פארשטייען די היינטיגע מו"ל אונטערן נאמען "אמת" אז ווען דער שאפראנער רב האט ארויס גענומען א ווארט פון א תשובה פון מנח"א און געשריבן בלויז "יסע ל_____ והותר הכל", האבן די היינטיגע מכון פארשטאנען אז מ'דארף דאס צוריק לייגן אינעם נייעם אויפלאגע פון תשובות מנח"א, און דא שפירט מען זיך אזוי באקוועם ארויס צושנייידן שטיקער?

תמה תמה אקרא
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

היינט נאכט געפאלט די 72סטע יארצייט פונעם הייליגן מנחת אלעזר.
כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א פירט היינט נאכט א יארצייט טיש אין קרית יואל בבית הרה"ח ר' אברהם צבי קליין הי"ו
כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א פירט מארגן נאכט די יארצייט טיש בבית מדרשו אין בארא פארק


זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל, ער האט אזויפיל מתפלל געווען פאר די גאולה שלימה, זאל ער שוין אויספועלן פאר אונז אלע א ישועה כללית ופרטיות במהרה דידן ברוב רחמיו וחסדיו
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זכותו יגן עלינו.

ער האט אויפן קראנקן בעט געזאגט פאר א באזוכער אז ער איז שטאלץ מיט זיין ספר דברי תורה, און ווען ער וואלט געשריבן אויך א מהדורא עשיראה וואלט ער דאס איינגעבינדן אין גאלד און אהינגעגעבן במתנה פארן מלך המשיח.
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7185
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

זכותו יגן עלינו, די תלמידים פונעם הייליגן מנחת אלעזר זי"ע פלעגן רעדן פון אים מיט א מורא'דיגע התרגשות אזש מען קען עס גארנישט ביישרייבן, איך האב געקענט עטליכע מונקאטשע תלמידים (ווער האט דען נישט געקענט) וואס ממש לא מש מראות עיניהם צורותו הקדושה קיין איין טאג פון לעבן, זיי האבן זיך געקאכט בדבריו הקדושים און געלעכעצט מיט שטארקע געגועים ווען זיי האבן גערעדט פון זייער גרויסן רבי'ן, דאס ווייזט אסאך אויפ'ן רבי'ן ווען מען זעהט וואס פאר א גרויסע התקשרות זיינע תלמידים האבן געהאט צו אים,
מען קען מאכן אן עקסטערע ביישרייבונג פון זיינע תלמידים וואס זיי זענען אלע געווען אנשים חשובים מאוד און שטארק ערנסטע מענטשן, און אלע פון זיי האבן שטענדיג ליב געהאט צו לערנען, עס איז נאך ברוך השם דא תלמידים החיים אתנו לאורך ימים ושנים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נעכטן בעת ביקור האדמו"ר מדינוב שליט"א ביי אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א, האט דער סאטמאר רבי דערציילט אן אינטערעסאנטער עפיזאד, אז ביי די חתונה פון הרה"צ ר' חיים שלמה הורוויץ מסטריזוב ז"ל וועלכער איז געווארן אן איידעם ביי ר' רפאל גראס מבערבעשט (חתן ר' יוקל מוואלאווא) זענען געקומען סיי דער מונקאטשער רב אלס קרוב מצד החתן און סיי רביה"ק מסאטמאר זצ"ל אלס קרוב מצד הכלה.

די חתונה איז פארגעקומען אין שטאט סיגוט (בערבעשט איז בגלילות סיגוט) און דער רבי ז"ל האט געדאווענט ערגעץ אינדערוואכען אין א ביהמ"ד פאר זיך, עס איז געווען ראש חודש האט דער רבי כמנהגו געזאגט הלל פארן עמוד, דער מונקאטשער רב ז"ל איז אדורכגעגאנגען אונטערן ביהמ"ד און ער האט זיך אפגעשטעלט ארויסהערנדיג דעם רבינ'ס הלל, והגיב בהתפעלות 'ער זאגט פיין'.

-

ווייסט איינער וועלכע יאר דאס האט געברויכט זיין?
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

ס'איז דא א בריוו פונעם דברי יואל צום מונקאטשער רב ווי ער איז זיך מתנצל, דער מונקאטשער רב האט אים געוואלט מכבד זיין מיט שושבינון, דוכט זיך ס'איז געדרוקט אין דברי יואל מכתבים

אין מעיינות די וואך די איז געווען א שיינע באשרייבונג פון מנחת אלעזר, באזונדער ארויסגעברענגט די התקשרות פונעם מנחת אלעזר צו די סיגעט גזע, אינטערעסאנט דאס ווערט נישט דערמאנט דארט.
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

קרעמער האט געשריבן:זכותו יגן עלינו.

ער האט אויפן קראנקן בעט געזאגט פאר א באזוכער אז ער איז שטאלץ מיט זיין ספר דברי תורה, און ווען ער וואלט געשריבן אויך א מהדורא עשיראה וואלט ער דאס איינגעבינדן אין גאלד און אהינגעגעבן במתנה פארן מלך המשיח.

ערגעץ האב איך געזען געשריבן (מעגליך אין שנה אחרונה) אז ער האט געזאגט פאר א תלמיד אז ער האט שוין אנגעהויבן שרייבן מהדורא עשירית, און ווען ער וועט אנקומען צו א געוויסע אות (ערגעץ נאך ש' אדער נאך ת') דעמאלטס וועט משיח קומען, דער תלמיד דערציילט אז ער איז געגאנגען קוקן ווי ער האלט, ער האט דעמאלטס געהאלטן נאך פאר נ, למעשה נאך די הסתלקות האט ער געהאלטן ביי אות ע ערגעץ, ובעוה"ר לא זכינו לזה, און די כת"י איז פארלוירן ביי די מלחמה.

ס'איז באקאנט אז ס'איז געווען א ביטערע מחלוקה צווישן בעלזא און מונקאטש, אונז רעד מיר חלילה גארנישט אריין, די זענען ביידע געווען קדושים וטהורים, איך האב געהערט א מעשה אז דער מנחת אלעזר האט זיך אמאל געבייזערט אויף א תלמיד פארוואס ער איז געווען ביים בעלזער רב, האט דער תלמיד געזאגט, אין איין שאנק ליגט מסכת ברכות מיט מסכת שבת, פארטראגן זיי זיך דען נישט? ונח דעתי' פונעם מונקאטשער רב.
געהערט אמאל פון מהר"א מסאטמאר אז דער מונקאטשער רב האט אמאל באגעגנט דעם מלבוש און ער האט אים געזאגט, איר ווייסט איר זענט דער צדיק הדור, דער מלבוש (וואס איז געווען אויסגעטון פון די וועלט און נישט געוואוסט וואס טוט זיך אין שטאט) האט זיך אנגערופן, חלילה, איך צדיק הדור, דער בעלזער רב איז צדיק הדור.

איך וויל בעטן די יודעי העתים קורות הדורות, ווער עס קען שרייבן פונקטליך וואס איז געווען די סיבה פון די מחלוקת, א הויפט סיבה איז געווען אז דער מונקאטשער רב האט עס געשטערט אז דער בעלזער רב איז געקומען באתרא דמר, אבער ס'לייגט זיך שווער אויפן שכל, ווייל ס'איז געווען נאך רבנים וואס האבן געוואוינט דארט אין מונקאטש, איך האב אמאל געהערט אז ס'האט געהאט בנוגע די טיילונג וואס אין גאליציע איז נישט געווען אזוי שטרענג דערוועגן און דער מנחת אלעזר האט מורא געהאט אז ס'וועט שטערן עפעס, ווער עס ווייסט קלארערע זאכן זאל ביטע שרייבן, וכמובן מבלי לפגוע ח"ו בשרפי מעלה
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

דער דינוב'ער רב האט פארציילט ל"ג בעומר ביים טיש
אז איינמאל איז געווען ביי א ברית אין מונקאטש דער מנחת אלעזר איז געווען מוהל און דער חקל יצחק איז געווען סנדק
און נאכן ברית האט דער חקל יצחק געפרעגט א קשיא אויף א שטיקל זוהר און דער מנחת אלעזר האט אים זייער שיין פאר'ענטפערט דעם זוהר ער האט אים עס שיין מזביר געווען. און מיט א וואך שפעטער האט דער חקל יצחק געהאט א ברית מיט בעלזער רב דארט איז ער געווען מוהל און דער בעלזער רב איז געווען סנדק נאכן ברית האט דער חקל יצחק פארציילט פארן בעלזער רב די מעשה אז ער האט געהאט א קשיא אין דער מנחת אלעזר האט אים עס שיין פארטייטש און ער האט נאך געזאגט פארן בעלזער רב דעם פשט מנחת אלעזר
דער בעלזער רב איז ארויס פון התפעלות
ער האט אים געזאגט איך בין אייך מקנא אז איר זענט בידידות מיטן מנחת אלעזר.
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

ווארד2007 האט געשריבן:
איך וויל בעטן די יודעי העתים קורות הדורות, ווער עס קען שרייבן פונקטליך וואס איז געווען די סיבה פון די מחלוקת, א הויפט סיבה איז געווען אז דער מונקאטשער רב האט עס געשטערט אז דער בעלזער רב איז געקומען באתרא דמר, אבער ס'לייגט זיך שווער אויפן שכל, ווייל ס'איז געווען נאך רבנים וואס האבן געוואוינט דארט אין מונקאטש, איך האב אמאל געהערט אז ס'האט געהאט בנוגע די טיילונג וואס אין גאליציע איז נישט געווען אזוי שטרענג דערוועגן און דער מנחת אלעזר האט מורא געהאט אז ס'וועט שטערן עפעס, ווער עס ווייסט קלארערע זאכן זאל ביטע שרייבן, וכמובן מבלי לפגוע ח"ו בשרפי מעלה


די תימה איז גאר שטארק די בעלזער רב איז דאך כידוע גיווען א חכם הרזים אויסטערלישער פיקח, איז מה ראה צו קומען קיין מונקאטש ווי ער האט פארמאגט פיהל חסידים [די ימים נוראים וואס בעלזער רב האט געפראוועט אין מונקאטש איז גיווען פיל א גרעסערע ציבור וי די יארן אין בעלזא זעלבסט, צוליב וואס הרבה אונגארישער און רומענער האבן גיקענט גרינגער קומען אין אויך די פיהל חסידים וואס האבן געוואוינט אין מונקאטש], און מונקאטשער רב וואלט זיכער נישט גיפאלען אז א צווייטער זאל קומען פראווען במקומו ריזיגע טישען וכו', און ווי פארשטענדליך איז גיווען גענוג גיחזי'ס פון ביידע צדדים גענוג מחרחרי ריב וואס וואלטן גיקענט אויפלאקערען א וועלטס קריג ווי עס איז גיווען, די יושבים פון בעלזא טענהן אז ער האט געהאט רעכט צוקומען ער האט דיך נאר גיוואלט פארשפרייטען תורה און יר"ש, אמת, אבער דאס איז א בליק פון א חסיד, אבער די עיני פקוחות פון בעלזער רב דארף האבן א פשט ער האט נישט רואה גיווען את הנולד.

נאר כפי שמספר זיגעלע יאקובאביץ לאויוש"ט [פארשטייט זיך אז די מעשה דארף האבן א שטארקערע מקור אבער סאיז זייער מסתבר], האט מען געשיקט א בריוו פון בעלזע רבס שטוב מודיע זיין פארן מונקאטשער רב בחינת דרשו את שלום העיר, און ווען די בריוו קומט ווען אהן וואלט מונקאטשער רב זיכער געהאלטן א זכיה צו זיין א מקום מקלט פארן בעלזער רב, דאס וואלט גיווען די בליק פינעם מונקאטשער רב, אבער די חסידי מונקאטש האבן פארט גיזעהן א פגיעה אין זייער רבין, און האבן בהאלטן די בריוו פון מונקאטשער רב, און סהאט פאסירט וואס סהאט פאסירט.
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

מיללער האט געשריבן:3) דער מנחת אלעזר האט געהאט איין איינציגע טאכטער וועלכע האט חתונה געהאט בשנת תרצ"ב (יא?), א חתונה וועלכע האט געצויגען א מאסן עולם פון נאנט און ווייט, און פון וועלכע עס איז געבליבען עטליכע מינוט רעקארדירט אויף 'מאווינג-אימעזשעס" א זאך וואס א חידוש נפלא אין אונזער סאסייעטי פון יענע צייט.


די מאווי האט גארנישט צו טוהן מיט די חסידי מונקאטש, און יענע טעג איז פארגעקומין פעולות פונעם ציונסטישען פראפעגאנדע פאר די יוגנט אין מונקאטש, און זיי פארשטייט זיך האבן געהאט גענוג געלט פאר די רעקארדינג, און בדרך אגב האבן זיי אויך רעקארדירט כמה מינוט'ן פון די חתונה וואס איז גיוועהן א היפשע אינטערסאנטע עפיזאד בעיני הרעקארדערס.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

סעמי,
דער מונקאטשער רב האט דאך גערעדט צו די קאמערעס, ונראה מזה אז למעשה האבן זיי רעקארדירט די חתונה, קען זיין אריגינעל זענען זיי נישט געקומען פאר דעם אבער אז זיי זענען דארט געווען האבן זיי דאס געהאלטן גענוג אינטערעסאנט צו רעקארדיקען.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”