סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

לא לנו האט געשריבן:די וואך ביים טיש האט דער רבי דערציילט פונעם שבט סופר. האט דער רבי דערציילט אז אין זיינע צייטן איז די ישיבה אין פרעשבורג געווען זייער גרויס, אבער ס'איז שוין געווען היבש מאדערן, און דער קדושת יו"ט האט נישט געלאזט בחורים אהינפארן. נאר די פרעשבורגער ישיבה האט געהאט די פריוועליגיע פון א "פטור" פון מיליטער, האט דער קדיו"ט געזאגט ענדערש גיין אין מיליטער ווי אין די פרעשבורגע ישיבה.

כידוע האט די קדושת יו"ט געהאלטן אזוי נאר בנוגע די חסידשע בחורים
אבער פאר די אויבעלענדישע האט געהאלטן אז ס'איז יא גוט, פאר זיי שאדט ווייניגער
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

סיפורי צדיקים פארציילט ביים שבת עמלי התורה מיט די כולל אינגעלייט, בענין לימוד התורה וחזרה - גענומען פון מערכת גליונותינו
(ארויף געברענגט לאור די ווארעמע בקשה פון ידידי הרב @סופרים שטיבל אז מ'זאל צוריק אויפרישן די אשכול)

דער טאטע ז"ל האט פארציילט אז ער האט געהערט פון פעטער ז"ל - דער פעטער ז"ל האט באקומען הוראה פון סעמיהאלער רב ר' שמעון גרינפעלד, דער סעמיהאלער רב האט געלערנט ער איז געווען א תלמיד פון כת"ס, און ער האט חתונה געהאט קיין חוסט, ער איז געווארן א איידעם אין חוסט, ווען ער האט געוואוינט אין חוסט איז ער געווארן נאנט מיטן חוסטער רב דער מהר"ם שיק, ער פלעגט אסאך אריינגיין צו אים רעדן אין לערנען.
אמאל איז דער מהר"ם שיק דער רב פון זיין שטאט געפארן אויף איינע פון די בעדער פלעצער, דארט וואו דער כת"ס זיין רבי איז אויך געווען, האט ער געטראכט זייער א גוטע געלעגנהייט אז דא האט ער דער רב פון זיין שטאט און זיין רבי ביי וועם ער האט געלערנט וועלן זיין צוזאמען, האט ער זייער געהאט גרויס חשק מיטצופארן, און אזוי האט ער געטוהן. ער איז מיטגעפארן מיט זיין רבי דער מהר"ם שיק, און דארטן ביי די בעדער האט ער זיך געדרייט סיי ביי זיין רבי דער כת"ס און סיי ביי מהר"ם שיק דער שטאט רב.
זייענדיג ביים כת"ס זיין רבי האט אים דער כת"ס געזאגט אז ערהאלט אינמיטן שרייבן א תשובה, און ער דארף א טור בית יוסף אבן העזר, ער האט געוואוסט אז ער דרייט זיך אויך ביים מהר"ם שיק זאגט ער פרעג דיין רבי'ן פרעג דיין רב דער מהר"ם שיק צו ער האט א טור בית יוסף אבן העזר, איז ער געגאנגען צום מהר"ם שיק פרעגן, פרעגט ער אים וועלכע סימן דארף דיין רבי, דער סעמיהאלער רב האט געוואוסט אין וועלכע תשובה דער רבי איז עוסק, האט ער אים געזאגט די און די סימן. זאגט ער קום צוריק מארגן.
ער איז צוריקגעקומען מארגן האט ער אים געגעבן א פעקל אפגעשריבן דעם טור בית יוסף, געב עס פארן כתב סופר, ער געבט עס פארן כת"ס דער כת"ס וואונדערט זיך צו וואס האט ער געדארפט מעתיק זיין די גאנצע סימן, אזא טרחה, ער האט דאך געקענט אריבערשיקן דעם גאנצן טור, ער האט נישט געקענט פארשטיין פארוואס האט דער חוסטער רב זיך געדארפט מטריח זיין מעתיק צו זיין דעם סימן.
האט ער געזאגט פארן רב פרעג אים פארוואס האט אויסגעפעלט די טרחה, איך וואלט עס אליינס געקענט נאכקוקן, ער האט געפרעגט דער מהר"ם שיק האט דער מהר"ם שיק אים געענטפערט איך האב נישט דעם טור בית יוסף, כ'האב געשריבן פון זכרון, דער כת"ס האט דאס געהערט איז ער געגאנגען פארשאפן א טור בית יוסף, איז מען אריין אין שטאט ברענגען א טור בית יוסף אבן העזר און ער האט נאכגעקוקט, קיין איין ווארט נישט געפעלט.
*
דער מהר"ם שיק האט זיך אויסגעדרוקט אז נישט ווייל ער האט א גוטע קאפ, נישט ווייל איך האב א גוטע זכרון, נאר איך האב אסאך גע'חזר'ט.
דער זיידע דער עצי חיים האט אויך אסאך מאל גע'חזר'ט, ער האט געזאגט אויף זיך דאס וואס ער געדענקט לערנען ווייל ער חזר'ט אסאך, נישט ווייל ער האט א גוטע זכרון.
*
כ'האב געלערנט מיטן טאטן ז"ל אלץ יונגערמאן, מיר געלערנט סוגיא דער חת"ס, מ'האט געלערנט פני יהושע, צוזאמען דורכגעטוהן די סוגיא, און איינמאל זאגט מיר מיין טאטע א שיינעם חידוש זייער גוט געשטימט פארענטפערט די פני יהושע, זאג איך פארן טאטן איךהאב אויך געלערנט די חת"ס און כ'האב אויך געלערנט די פני יהושע פארוואס מיר איז עס נישט איינגעפאלן, האט מיר דער טאטע זאגט אז ביינאכט ווען דו ליגסט אין בעט און ס'האלט דיר וואך די קשיא קומסטו ארויס אז דו וועסט ארויסקומען פון בעט נאכקוקן וועט דיר אויך בייפאלן אזעלכע חידושים.
*
דער עצי חיים איז די לעצטע שבת געווען אין שטאט קליינווארדיין, דארט אין קליינווארדיין האט ער געהערט עפעס א הלכה האט ער זיך אנגערופן מג"א ס"ק, האט מען געברענגט די שו"ע און מ'האט געזעהן, ער האט נישט געזאגט וועלכע, ער האט געזאגט לאמיר זאגן אזוי ס"ק ו' צו ז', און מ'האט געזעהן אז ס'איז ס'איז נישט ס'איז נישט די זעלבע, ס'איז נישט דארט וואו ער האט געזאגט. ער האט זיך טועה געווען מיט איין ס"ק. ער איז געווארן בלאס, און ער האט געזאגט, נישט א גוטע סימן.
*
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

ייש"כ ידידי הרב סיפורי צדיקים
ענדליך טוסטו שוין דאס וואס דיין ניק שטעלט פאר
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

סופרים שטיבל האט געשריבן:ייש"כ ידידי הרב סיפורי צדיקים
ענדליך טוסטו שוין דאס וואס דיין ניק שטעלט פאר

;l;p-
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

נו, ווער האט אונטער'ן באזיס סיפורים פונעם דברי יחזקאל זי"ע?
דער רבי איז כידוע שטארק פארקאכט אין שינאווא אין פארציילט כסדר א געוואלד סיפורים
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

לא לנו האט געשריבן:נו, ווער האט אונטער'ן באזיס סיפורים פונעם דברי יחזקאל זי"ע?
דער רבי איז כידוע שטארק פארקאכט אין שינאווא אין פארציילט כסדר א געוואלד סיפורים


https://drive.google.com/file/d/1RHBXfH ... sp=sharing

https://drive.google.com/file/d/13fr8kc ... sp=sharing
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

סופרים שטיבל האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:נו, ווער האט אונטער'ן באזיס סיפורים פונעם דברי יחזקאל זי"ע?
דער רבי איז כידוע שטארק פארקאכט אין שינאווא אין פארציילט כסדר א געוואלד סיפורים


https://drive.google.com/file/d/1RHBXfH ... sp=sharing

https://drive.google.com/file/d/13fr8kc ... sp=sharing

ייש"כ אבער ס'עפנט זיך נישט
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

לא לנו האט געשריבן:
סופרים שטיבל האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:נו, ווער האט אונטער'ן באזיס סיפורים פונעם דברי יחזקאל זי"ע?
דער רבי איז כידוע שטארק פארקאכט אין שינאווא אין פארציילט כסדר א געוואלד סיפורים


https://drive.google.com/file/d/1RHBXfH ... sp=sharing

https://drive.google.com/file/d/13fr8kc ... sp=sharing

ייש"כ אבער ס'עפנט זיך נישט


ס'איז אויף גוגל דריוו
קענסט מיר שיקן א אימעיל צו דא, און איך וועל דיר עס שיקן
[email protected]
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

די מעשיות קומען פון מערכת גליונותינו ותשוחח"ל
מאנטיג וועט זיין ו' טבת די יארצייט פון שינאווא'ער רב זכרונו לברכה, דער שינאווא'ער רב איז נסתלק געווארן ו' טבת
תרנ"ט.
*
דער שינאווא'ער רב פלעגט צו פאסטן בה"ב מאנטאג און דאנערשטאג ווען ער איז געפארן אין וועג האט ער נישט געפאסט. ער פלעגט אסאך צו פארן ער האט געזאגט ס'איז דא צוויי עינוים ענה בדרך כוחי און פאסטן איז א עינוי, ביידע אויפאמאל האט ער נישט געלערנט.
*
די שינאווא'ער רב פלעגט צו פירן טיש פרייטאג. דער דברי חיים האט געפירט יעדן טאג. דער שינאווא'ער רב האט געפירט פרייטאג. אין סיגוט איז אויך געווען א טיש פרייטאג. ס'זענען געקומען געסט אויף שבת מ'איז נישט אנגעקומען פרייטאג די לעצטע מינוט, נאר מ'האט געזעהן שוין אנצוקומען פרי, שוין דאנערשטאג. און פרייטאג איז געווען מיט די געסט א טיש לכבוד שבת.
דער שינאווא'ער רב האט זיך געפירט פרייטאג נישט אויפצושניידן די חלה מיט א מעסער נאר ער האט דאס אויפגעריסן מיט די הענט.
דער שינאווא'ער רב איז אסאך געווען אין קרעניץ באד. קרעניץ איז געווען א באד. ס'זענען געווען דארט נאך שיינע אידן. דער שינאווא'ער רב האט געפירט טיש פרייטאג אבער ס'איז געווען מער פריוואט. ער האט געזאגט פאר דער גבאי וועמען צו לאדענען צום טיש און דער גבאי האט געלאדנט. אזוי איז מען געקומען. אבער וועם ער האט נישט געזאגט האט נישט
געקענט קומען.
איז געווען איינער וואס איז אויך געווען אין באד ער האט געהאט חשק אז די שינאווא'ער רב זאל אים רופן צום טיש אבער ער האט אים נישט גערופן, ער איז געווען אין די אכסניא און אז מ'האט אים נישט גערופן האט ער יא געגעסן פרישטאג.
נאכן עסן איז געקומען די גבאי זאגן אז שינאווא'ער רב לאדנט אים צום טיש. אה, ער האט שוין ארויסגעקוקט אויף דעם. ער האט דאך שוין אבער געגעסן, האט ער געטראכט ער מאכט א שווייג. ער איז געקומען צום טיש ער האט זיך געהעריג געוואשן,
זיך אריינגעזעצט צום טיש. דער שינאווא'ער רב קומט אן צום טיש און האט זיך געוואשן און ער האט אויפגעריסן די חלה רופט
זיך אן דער איד רבי ס'איז נישט מחזי כרעבתנותא, זאגט דער שינאווא'ער רב כ'וועל דערציילן א מעשה.
ר' נתן אדלער האט געהאט א חומרא ער האט זיך נישט אראפגעזעצט אויף א געפיטערט בענקל אלס חשש 'שעטנז', ווי אזוי האט מען געפיטערט א בענקל מ'האט גענומען סחורה צומאלענע שטיקעלעך סחורה און מ'האט געמאכט דערפון אזא קישעלע און מ'האט דאס ארויפגעלייגט אויפן בענקל. דאס איז געווען די פיטער, האט ער מורא געהאט אז ס'ליגט דארט צמר ופשתים כלאים, האט ער זיך נישט אראפגעזעצט אויף אזא בענקל נאר אויף א האלצערנע בענקל. אזא חומרא האט ער געהאט.
אמאל איז געווען אן אסיפת הרבנים און ר' נתן אדלער איז געקומען צו די אסיפה אלע רבנים האבן זיך אויפגעשטעלט פאר אים, ער קומט אן צו זיין פלאץ זעהט ער אז ס'איז אנגעגרייט א געפיטערט בענקל. האט ער זיך נישט אראפגעזעצט, ער זיצט נישט אויף אזא בענקל. מ'זאל ברענגען אן אנדערע בענקל. איז מען געגאנגען האט מען געזוכט אן אנדערן בענקל, ס'איז נישטא.
זעצט ער זיך נישט אראפ. בקיצור מ'גייט זוכן א בענקל. עמיצער איז געגאנגען זוכן א בענקל, בין כך ובין כך איז ער געבליבן שטיין און די גאנצע עולם איז אויך געבליבן שטיין. עמיצען האט דאס געשטערט, ער שטייט און יעדער שטייט, האט ער אים געפרעגט. ס'איז נישט מיחזי כיוהרא האט ר' נתן אדלער געענטפערט פון יוהרא אליינס איז מען נישט חושש, פון מיחזי כיוהרא דארף מען חושש זיין.
האט דער שינאווא'ער רב אויסגעפירט, פון רעבתנותא אליינס ביסטו נישט חושש, פון מיחזי כרעבתנותא ביסטו חושש.
*
שינאווא'ער רב איז געווען אין בעלזא ביי די חתונה פון ר' ישעי'לע דער דברי חיים'ס יונגסטער זוהן, ער איז געווען צוויי מאל אין בעלזא איינמאל ביי ר' ישעי'לעס חתונה ער איז געווען אן איידעם פון בעלזא רב'ס איידעם, ביי די חתונה האט דער דברי חיים שוין נישט געלעבט און דער שיניאווא'ער רב איז געפארן כמו אבי החתן, די צווייטע מאל איז געווען ווען דער ציעשנובער רב האט חתונה געהאט, ער איז געווען א איידעם ביים בעלזא'ער רב, ביי די חתונה איז מען געגאנגען צו די חופה דער שינאווא'ער
רב מיטן בעלזא'ער רב.
אינמיטן וועג איז געלעגן אויף די ערד א שאל, שיניאווא'ער רב האט זיך אפגעשטעלט דאס איז אן אבידה, און ער הייבט אן
דן זיין צו ס'איז א מונח, א ספק מקום הינוח, אזוי הייבט ער אן דן צו זיין, "לא תוכל להתעלם" רופט זיך דער בעלזא'ער רב אן
"מחותן אז איר וועט זיין פארנומען מיט מצוות, גייט מען צו די חופה מארגן אינדערפרי..."
*
דער שינאווא'ער רב פלעגט צו קומען קיין סיגוט. ער איז מערערע מאל געווען אין סיגוט.
מיין טאטע האט פארציילט, ווי אזוי פלעגט מען פארצייטנס צו מאכן הוטן. מ'האט גענומען סחורה און מ'האט געמאכט
אזוי ארום, נאכדעם האט מען געמאכט א דאך און מ'האט דאס צוזאמען גענייט, און מ'האט נאכדעם געמאכט פון סחורה ארום
און ארום אזוי ווי א ראם, אזוי האט מען געמאכט א הוט.
בימיו האט זיך די וועלט אנגעהויבן צו מאדערנעזירן, האט מען אנגעהויבן מאכן נייע הוטן, דאס איז שוין געווען מעור אחד איין שטיק. דאס איז געווען אסאך שענער און יעדער האט אנגעטוהן די נייע הוט, דער שיניאווא'ער רב האט געהאלטן אז דאס איז א מאדערנע זאך מ'טאר נישט גיין מיט די נייע הוט,
דער שינאווא'ער רב איז געווען אין סיגוט און ער איז געווען ביים ייטב לב - ער האט זיך געקענט מיטן ייטב לב, דער שינאווא'ער
רב האט געגעסן קאסט ביים ישמח משה, ער איז געווען אן איידעם ביים ארי' דבי עילאי, און דער ייטב לב איז געווען אן אייניקל פון ישמח משה איז ער געווען באקאנט מיט אים – דער שינאווא'ער רב האט געזעהן דער ייטב לב גייט מיט די נייע הוט האט ער צוזאמגעקלאפט די הענט. "דו גייסט אויך שוין מיט די מאדערנע הוט". אבער דער זיידע האט נישט מקבל געווען, ער האט געזאגט פארן שיניאווא'ער רב וואס איז א נפקא מינה דער גוי יענער גוי, ווער ס'מאכט עס, אבער דער שינאווא'ער רב האט זיך נישט געטוישט עד יומו האחרון איז ער געבליבן מיט די אלטע הוט עד יומו האחרון.
*
דער שינאווא'ער רב איז אמאל געווען אין סיגוט און ער איז איינגעשטאנען ביי ר' קלמן כהנא, אין סיגוט האבן געוואוינט די כהנא'ישע זיי זענען געווען גרויסע עשירים, צאנזער חסידים און שינאווא חסידים, זיי האבן געהאט א אייגענע בית המדרש, די כהנא'ישע בית מדרש האט מען עס גערופן, ווען שינאווא'ער רב איז געווען אין סיגוט האט ער געדאוונט אין די כהנא'ישע ביהמ"ד.
ר' קלמן איז געווען א גרויסע עושר. שינאווא'ער רב האט געזאגט. צו שלש סעודות וויל ער נישט גיין אין ביהמ"ד, ער וויל פירן שלש סעודות אין שטוב. פארוואס, אזוי וויל ער, נו אז ער וויל אזוי זאל זיין אזוי, איז געווען דארט א איד ער האט געהערט אז דער שינאווא'ער רב וועט פירן שלש סעודות אין שטוב האט ער פארשטאנען אז ס'וועט זיין עפעס אינטרעסאנט מוז ער דאך דארט זיין, האט ער זיך באהאלטן אין א שאפע אזוי ביז של"ס. דער טאטע האט דאס געהערט פון דער איד וואס האט זיך באהאלטן, שינאווא'ער רב האט געפירט של"ס, ס'קומט צו ווי דער שינאווא'ער רב דארף זאגן תורה, זאגט דער שינאווא'ער רב. וואס איז געווען די מעשה פארוואס כ'וויל פירן של"ס אין שטוב פארציילט ער: היינט אינדערפרי האט ער זיך געדארפט צורישן
צום דאווענען - אמאל איז נישט געווען אזוי די באקוועמליכקייטן אין שטוב ווי היינט, ס'איז נישט געווען א בית הכבוד אין שטוב, מ'האט געדארפט ארויסגיין מאחורי הבית, - דער שינאווא'ער רב איז ארויסגעגאנגען אין הויף האט ער געהערט קינדער שפילן און זיי האבן גערעדט אויף אונגאריש, פארדעם האט ער געוואלט עסן של"ס אין שטוב ווייל ער האט געוואלט רעדן פון דעם, און ער האט אנגעהויבן זאגן וואס הייסט מ'רעדט די גויאישע שפראך מ'רעדט אונגאריש די גוי'שע שפראך אזוי האט ער אנגעהויבן א גאנצע מעשה מ'טאר נישט רעדן בלשון עם זר
*
אמאל איז געקומען א חתן זיך געזעגענען צום שינאווא'ער רב און ער האט זיך אויסגערעדט ער האט א גרויסע פראבלעם ער קען נישט קיין עברי. און ס'גייט זיין זיין אויפרוף און ער וועט עולה זיין מפטיר ער דארף זאגן די ברכות און מ'וועט זען אז ער קען נישט קיין עברי און ער וועט פארשעמט ווערן. האט דער שינאווא'ער רב געזאגט ער זאל זיך נישט זארגן. ס'איז געקומען שבת איז דער שינאווא'ער רב אנגעקומען אויף שבת. ער האט זיך געמאלדן אז ער קומט אויף שבת. שינאווא'ער רב איז געווען בעל קורא ער איז געשטאנען ביים באלעמער און ווען דער חתן האט עולה געווען האט דער שינאווא'ער רב זיך גענומען קלאפן מיט די הענט אויפן טיש, אזוי קלאפט ער מיט די הענט און מיט די פיס. דער בחור האט געזאגט די ברכות און קיינער האט נישט
געהערט.
*
. דער שינאווא'ער רב איז געווען אן איש אמת ער איז געווען אמאל אין צאנז ביים פאטער אין שטוב און ס'איז אריינגעקומען א מלמד און ער האט געזאגט ער מאכט חתונה א טאכטער און ער דארף קויפן א טלית פארן חתן און ער האט נישט קיין געלט צו קויפן א טלית - פארצייטנס האט דער מחותן געדארפט געבן א טלית פארן חתן, היינט אויך אבער אמאל אז מ'האט נישט געגעבן א טלית איז דער חתן נישט געגאנגען צו די חתונה - ער האט נישט קיין געלט פאר א טלית.
דער שינאווא'ער רב הערט ווי דער איד זאגט ער דארף קויפן א טלית רופט ער זיך אן "וואס הייסט, יענע וואך בין איך געווען אין ספרים געשעפט און כ'האב געזעהן ווי דו קויפסט א טלית, וואס הייסט דו דארפסט קויפן א טלית, "אזא שקר". ער האט זיך
נישט געקענט איינהאלטן.
דער איד הערט וואס דער שינאווא'ער רב זאגט. ס'איז דאך אמת געווען... איז ער פארשעמט געווארן און ער לויפט ארויס פון שטוב, פרעגט דער דברי חיים פאר דעם שינאווא'ער רב וואס האסטו געטוהן, האסט פארשעמט א איד, זאגט דער שינאווא'ער
רב ס'איז טאקע אזוי געווען, איך האב געזעהן ווי דער איד קויפט א טלית, זאגט דער דברי חיים וואס פארשטייסטו נישט. דער איד מאכט חתונה, ער דארף קויפן א קלייד פאר זיין ווייב. ער שעמט זיך מיר צו זאגן אז ער דארף קויפן א קלייד פאר זיין ווייב, זאגט ער, ער דארף קויפן א טלית פארן חתן. וואס פארשטייסטו נישט, זאגט דער שינאווא'ער רב אפשר טאקע, זאגט דער דברי חיים גיי בעהט אים איבער, פיין ער וועט אים איבערבעטן, ניין, דו האסט אים דא פארשעמט דארפסטו אים דא איבערבעטן דא.פיין ער וועט אים דא איבערבעטן.
דער שינאווא'ער רב גייט ארויס ער זוכט אויף דעם איד ער פרעגט אים צו ער איז אים מוחל זאגט ער יא כ'בין דיר מוחל, זאגט דער שינאווא'ער רב אנטשולדיגט אבער דער טאטע האט געזאגט אז ער האט אים פארשעמט ביי אים דארף ער אים מוחל זיין ביי אים, פיין ער קומט אריין אין שטוב רופט זיך אן דער דברי חיים צו דעם איד "זאלסט אים נישט מוחל זיין", "זאלסט אים נישט מוחל זיין". אז ער נעמט זיך אונטער אויסצוצאלן די חתונה קענסטו אים מוחל זיין, זאגט דער שינאווא'ער רב, טאטע איך
האב נישט קיין געלט. דעמאלט גיי בארג. ער האט נישט געהאט קיין ברירה ער איז געגאנגען ער האט געבארגט געלט און ער האט אויסגעצאלט די גאנצע חתונה אזוי האט אים דער איד מוחל געווען...
*
דער שינאווא'ער רב איז געווען רב אין סטראפקוב און אין שינאווא נאכדעם אין סטראפקוב און צוריק אין שינאווא.
*
די שינאווא'ער רב האט שוין געהאט אייגענע חסידים בחייו פונעם דברי חיים די שטאט'ס מענטשן. דאס איז נישט קיין חידוש.
איז געווען אמאל א איד שינאווא רב'ס א חסיד איז געווען אין צאנז ביים דברי חיים און ער האט געזאגט פארן דברי חיים אז זיין
זוהן איז א רבי. פרעגט דער דברי חיים מיט וואס איז ער א רבי, זאגט דער איד ער לערנט יומם ולילה. זאגט דער דברי חיים אויב
אזוי איז ער א תלמיד חכם. מיט וואס איז ער א רבי. זאגט ער איד, ער איז א געוואלדיגער ירא שמים. זאגט דער דברי חיים אויב אזוי איז ער א געוואלדיגער ירא שמים. מיט וואס איז ער א רבי, אזוי האט דער רב אויסגערעכנט מעלות פון שינאווא'ער רב און דער דברי חיים איז עס מדחה מיט וואס איז ער א רבי, ביז דער איד האט געזאגט. ס'איז געווען א איד אן ארימאן, וואס ער האט נישט געהאט קיין געלט אויף שטיוול, אמאל איינער וואס האט נישט געהאט קיין געלט צו קויפן שטיוול איז געווען אויף צרות. איז געגאנגען דער שינאווא'ער רב ער האט אויסגעטוהן זיין שטיוול און עס אים אהינגעגעבן. זאגט דער דברי חיים. אה, יעצט איז ער א רבי, אז ער האט אוועקגעגעבן זיין שטיוול פאר א צווייטן יעצט איז ער א רבי.
*
דער שינאווער רב איז געווען א איידעם ביים ארי' דבי עילאי, וואס ער איז געווען א איידעם ביים ישמח משה, האט דער שינאווא'ער רב געגעסן קאסט ביים זיידן דער ישמח משה אין אוהעל, דאס איז געווען ביי די ערשטע רעבעצין, ביי די צווייטע רעבעצין איז ער געווען א איידעם ביי א איידעם פונעם ארי' דבי עילאי, ער האט חתונה געהאט מיט זיין געוועזענע שוועגערנס טאכטער, און ער האט ווייטער געגעסן קאסט ביים ישמח משה, אזוי ביז צו די פטירה. נאכדעם איז געווען א סיכסוך צו ר' אלעזר ניסן דארף ווייטער אנהאלטן די קאסט. ער איז דאך נישט געווען זיין אייניקל.
*
שיניאווא'ער ער רב איז אמאל געווען אויף שבת אין אוהעל. ער איז שוין געווען דעמאלט א גרויסע רבי פון אסאך חסידים. אז ער איז דארט געווען אויף שבת האט ער געזאגט אז ער וויל זאגן א דרשה. נו, אז ער וויל זאגן א דרשה איז ער געגאנגען צום ארון קודש און ער האט אנגעהויבן זאגן אז מיט יארן צוריק – א פופציג זעכציג יאר פריער - ווען ער האט געגעסן דא קאסט ביים זיידן, האט אים דער זיידע מכבד געווען צו זאגן א דרשה. און ער האט געזאגט א דרשה. א שיינע פלפול און א שיינע דרוש. ער
האט הנאה געהאט פון די דרשה פון די שיינע פלפול און די שיינע דרוש. ס'איז געווען א געלונגענע דרשה. הייסט דאס אז ער האט הנאה געהאט פון די תורה. פון די תורה טאר מען נישט הנאה האבן מ'דארף לערנען לשמה. וויל ער דא באותו מקום תשובה טון אויף דעם אזוי האט ער געזאגט בבכיות נוראות.
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

שוין א פאר וואכן וואס איך וויל ארויפברענגן מעשיות פון רבי'ן לאור די יארצייטן וואס איז געווען אין די לעצטע פאר וואכן מתחילה איז געווען מיין פלאן צו ארויפלייגן פון בני יששכר אדער פון בעל התניא, צוליב וואס פאר זייער יארצייט האב איך געהאלטן פארן ווערן א שר האלף, דער אויבערשטער האט אבער אנדערש געוואלט און איך בין געווען זייער פארנומען, אבער איך האב אוועקגעלייגט די געלעגנהייט פון ווערן א שר האלף פאר דעם אשכול.
יעצט האט זיך ב"ה געמאכט א געלעגנהייט שטייענדיג פארן יארצייט פון הייליגן עצי חיים האב איך באשלאסן אז יעצט מוז איך שוין טרעפן צייט, און ב"ה מ'האט געטראפן, זעמיר געגאנגען זוכן מעשיות פון הייליגן עצי חיים זי"ע און ב"ה מיר האבן געטראפן א שלל פון מעשיות וואס די רבי האט פארציילט, וואס איז געווען געדרוקט פארגאנגענע וואך אין גליון קול קהלתינו, מיר האבן עס מעתיק געווען און עס אהערגעברענגט און עס מגיה געווען פון ספעלינג מיסטעיקס און יעצט זענען מיר שוין גרייט צו ווערן א שר האלף!!!


דער זיידע ז"ל דער עצי חיים האט געהייסן חיים צבי, צבי נאכ'ן חכם צבי. און דער נאמען חיים האט ער געהייסן נאכ'ן דברי חיים.
דער קדושת יום טוב האט געהאט בדעה צו געבן "צבי" אליינס נאכ'ן חכם צבי, ווייל די רביצין איז געווען א אייניקל פונעם חכם צבי, נאר דער דברי חיים איז געקומען אין חלום צום קדושת יום טוב'ס רביצין אז ער האט מבטיח געווען קינדער (כידוע המכתב בצפייתנו ציפינו וכו') און ער האט געהאלטן ווארט, און די רביצין האט דערציילט דעם חלום פאר'ן ברית, האט דער ייטב לב געזאגט, אז ער האט זיך מטריח געווען זאל מען א נאמען געבן "חיים צבי".
*
דער עצי חיים האט געדענקט דעם ייטב לב אפילו ער איז נאך געווען דריי יאר ביים פטירה. - ווען דער זיידע דער עצי חיים איז געבוירן געווארן האט דער קדושת יו"ט געוואוינט אין טעטש, ער האט דאך נישט געהאט קיין קינדער ל"ע אסאך יארן.
ווען דער קדושת יו"ט איז געפארן אויף די צווייטע טעג פסח קיין סיגוט, האט ער דערציילט פארן פאטער דער ייטב לב אז "חיים הערש האט שוין געפרעגט די קשיות ביים סדר"... דאס איז ביי איהם געווען א גרויסע שמחה. האט דער ייטב לב געזאגט "אזוי? כ'וויל ער זאל מיך אויך פרעגן די קשיות".
האט מען איהם אריינגעברענגט פון טעטש קיין סיגוט, און דער ייטב לב האט איהם גענומען אויפן שויס און ער האט אים געהייסן פרעגן די קשיות. און ער האט טאקע געפרעגט די קשיות. פון דעם איינעם מאל האט דער עצי חיים געדענקט דעם ייטב לב'ס צורה, יענעם זומער ו' אלול איז דער ייטב לב נסתלק געווארן.
*
ווען דער זיידע ז"ל איז געווען א בחור, איז ער זיך געגאנגען פארהערן ביים בית יצחק, איז ער נישט אליין געפארן, נאר דער קדושת יו"ט האט מיטגעשיקט רבי אשר גבאי, דער עצי חיים האט אים געהייסן ווארטן אינדרויסן, און ער איז אליינס אריינגעגאנגען. ביים פארהער האט ער נישט אויסגעזאגט ווער ער איז, און וועמענס ער איז, נאר ער האט געזאגט אז ער הייסט 'חיים הערש ט"ב', נאכ'ן פארהערן האט ער אים געזאגט ער זאל קומען דעם אנדערן טאג און ער וועט אים געבן א כתב הורמנא.
ווען ער איז צוריק געקומען, איז ער אריינגעקומען מיט ר' אשר גבאי, האט דער בית יצחק געמיינט אז ער - וואס איז שוין געווען א עלטערער איד - איז זיין טאטע, און דער בחור איז זיין זוהן, האט דער בית יצחק אים געזאגט 'אייער זוהן איז געווען דא...', רופט זיך אן ר' אשר גבאי, 'ער איז נישט מיין זוהן, נאר דעם סיגוט'ער רב'ס זוהן...', האט געזאגט דער בית יצחק, פארוואס האסטו מיר נישט געזאגט, 'מ'דארף דאך אנדערש שרייבן אז ס'איז א רבני'ש קינד' האט דער עצי חיים געענטפערט 'איך בין נישט געקומען נעמען הורמנא פאר מיין טאטן, איך בין געקומען נעמען הורמנא פאר מיר...'.
*
דער זיידע איז געווען א גרויסער חסיד פונעם פאטער דער קדושת יו"ט, זיין טאטע'ס א ווארט, זיין טאטעס א מנהג איז געווען ביים אים זייער הייליג.
*
ער איז אויך איינמאל געפארן קיין טשארטקוב (צו רבי דוד משה מטשארטקוב זי"ע) אבער נאר איינמאל אויפן וועגן. ער איז אויך געווען ביים בעלעזר רב רבי ישכר בער, און ער איז עטליכע מאל געפארן קיין שינאווא, נאך בחייו פונעם פאטער.
באמת איז ער איז נאך געפארן אלץ קינד קיין שינאווא, רבי דוד יצחק, פון די ווערצבערגער משפחה, איז געווען ביים קדושת יו"ט, און ער האט דערציילט אז ער פארט אויף שינאווא, האט ער מיט געשיקט דעם זיידן - ער איז נאך געווען א יונגל – און ער האט אים געזאגט אז ער זאל זאגן דעם שינאווער רב ער זאל דיך בענטשן. נאך שבת ווען ער איז געווען ביים שינאווער רב האט ער געזאגט, אז דער טאטע האט מיר געזאגט אז איך זאל בעטן דעם רבי'ן, אז דער רבי זאל מיך בענטשן, דער שינאווער רב טראכט אזוי אריין, און זאגט אים 'ווייסטו וואס?, כ'וועל דיך בענטשן ביי דיין חתונה', און דעמאלטס האט ער אים נישט געוואלט בענטשן. ר' דוד יצחק – וואס האט אים באגלייט – האט געמיינט אז דער זיידע וואס איז נאך געווען א יונגל וועט אנהויבן צו מוטשען, ווייל מ'האט אים אנגעזאגט ער זאל בעטן א ברכה, האט ער אים אנגעהויבן צו בארוהיגן, האט ער געזאגט 'כ'האב פארשטאנען אז דער שינאווער רב זאגט אז ער וועט מיך בענטשן ביי די חתונה', און אזוי איז טאקע געווען, דער שינאווער רב איז טאקע געווען אויף די חתונה.
*
דער זיידע איז קודם געווען א חתן ביים בארדיובער רב ביי רבי משה'לע (בן הגה"ק מגארליץ בן הדב"ח זי"ע) – און די כלה איז אוועק, האט ער געזאגט דעמאלטס, אז ס'טוט אים מער וויי אויפן פארלירן דעם חתן ווי אויפן פארלירן די כלה.
נאך ווען ס'האט דאס פאסירט, האט דער קדושת יום טוב געזוכט א שידוך צו טוהן א צווייטן מאל, האט ער געזאגט איך זוך א שידוך און איך וויל חתונה מאכן, האט מען דעמאלטס אנגעטראגן אלס מחותן דעם זיידן רבי שלום אליעזר, האט ער געזאגט אז ער וויל נישט צעגערן מיט די יארן, זי איז אבער נאך געווען יונג - דער עצי חיים איז אלט געווען פופצן-זעכצן יאר ביי די חתונה - האט רבי שלום אליעזר אנגעפרעגט זיין שווער רבי מאטעלע האראנסטייפלער איבער דעם שידוך מ'טראגט מיר אן דעם שידוך, און מ'וויל גלייך חתונה מאכן, אבער די טאכטער איז נאך יונג... האט ער איהם געענטפערט וואס איז דער ספק? זי איז יונג? וועט זי נישט האבן קיין קינדער די ערשטע פאר יאר, און אזוי איז טאקע געווען.
ווען זיי האבן חתונה געהאט און ס'איז שוין געווען צוויי יאר פון די חתונה, און זי האט נאכנישט געהאט קיין קינדער, האט מען געזאגט אז אין באד אין קרעניץ קען מען האבן א רפואה, איז זי געפארן קיין קרעניץ.
דער שינאווער רב איז דעמאלטס געווען אין קרעניץ, איז די באבע אריין צום שינאווער רב - דאס איז דאך געווען איר פעטער - און זי האט זיך מזכיר געווען אז זי האט פראבלעמען, דעם שינאווער רב'ס גארטל איז געליגן אויפן טיש, האט ער איר געזאגט "נא דיר דעם גארטל און טוה עס אן", און זי האט עס אנגעטוהן, און נאכדעם האט ער איר געזאגט "יעצט טוה עס צוריק אויס".
ווען זי איז אהיים געקומען איז זי געהאלפן געווארן, האט זי געזאגט "מענטשן זאגן אז אין קרעניץ ווערט מען געהאלפן, אוודאי, ווען דער שינאווער רב איז דארט...", דער טאטע ז"ל האט דאס געהערט פון זיין מאמע.
*
דער זיידע האט געוואוינט אין טארנא נאך די חתונה. רבי שלום אליעזר'ל האט געוואוינט אין טארנא פאר ער איז געפארן קיין ראצפערט. טארנא איז נעבן שינאווא, דער זיידע האט חתונה געהאט תרנ"ז, און דער שינאווא רב איז נסתלק געווארן תרנ"ט, און די צוויי און א האלב יאר איז דער זיידע געפארן עטליכע מאל קיין שינאווא.
ער איז איינמאל געווען אין שינאווא, דעמאלטס איז געווען אין די צאנזער משפחה א רודעריי, ווייל דער באבובער רב דער קדושת ציון האט חתונה געהאט מיט א היתר מאה רבנים. דער שינאווער רב איז צוגעשטאנען צום היתר, און דער גארליצער רב איז געווען דערקעגן. דער גארליצער רב איז פונקט געווען ביים שינאווער רב ווען דער זיידע איז אריינגעקומען. דער גארליצער רב האט זיך גע'טענה'ט מיט'ן שינאווער רב, די גארליצער רב האט זיך נישט דערשראקן פאר קיינעם, האט אים דער שינאווער רב געזאגט וואס ווילסטו, און האט געוויזן אויפן זיידן און געזאגט זעסט אז מען מיינט דאס אמת'דיג האט מען אזעלכע קינדער.
*
דער זיידע האט נישט צו לאנג געוואוינט אין טארנא. ער האט געשיקט א בריוו צום קדושת יו"ט, ער האט דאס נישט געשיקט גלייך צום קדושת יו"ט, ער האט דאס געשיקט פאר זיין קרוב, אזוי ווייט איז געווען די פחד פונעם קדושת יו"ט. ער האט געשריבן אינעם בריוו די מליצה פון די וואכענדיגע סדרה (פרשת ויצא) נכסוף נכספתי לבית אבי, און דער קדושת יו"ט האט אים טאקע געזאגט אז ער זאל אהיימקומען.
*
ער איז געווען זייער א מסודר'דיגער און זייער א פונקטליכער מענטש, ס'איז געווען ביי אים אויסגערעכנט יעדע מינוט פון טאג, ער איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו שחרית ניין אזייגער פונקטליך יעדן טאג, פארגעלערנט דעם שיעור פאר די בחורים אויפן צייט, אלעס איז געגאנגען אויפן זייגער פונטקליך דער זיידע האט געלייגט תפילין יעדן אינדערפרי אין שטוב ווען ער האט געליינט קריאת שמע של שחרית גאנץ פרי, האט ער געהאט קליינע תפילין, צוויי פאר תפילין, רש"י מיט רבינו תם אויפאמאל, מיט דעם האט ער געליינט קריאת שמע אינדערפרי, דאס איז געווען דעם קדושת יו"ט'ס תפילין, דער פעטער ז"ל האט גע'ירש'נט די געהעריג תפילין וואס דער קדושת יו"ט האט גענוצט צום דאווענען, און דער זיידע האט גע'ירש'נט די קליינע תפילין
*
קלסתר פניו איז געווען מורא'דיג, ׳בנות צעדה עלי שור, צו זעהן זיין ליכטיגע צורה, ער האט חתונה געהאט קיין טורנא, און ער האט נישט געקענט גיין אין גאס, פשוט ווייל די עולם איז זיך צוזאם געלאפן אים צו זעהן, האט ער געמוזט גיין אין ביהמ״ד פארטאגס ווען די גאסן זענען נאך געווען ליידיג און ער האט נישט געקענט אהיימגיין ביז ביינאכט, און מ׳האט אים געשיקט דאס עסן אין ביהמ"ד, ווייל ער האט נישט געקענט אהיימגיין.
*
נאך דעם קדושת יו"ט'ס פטירה איז ער איז אינגאנצן אלט געווען צוויי און צוואנציג יאר, איז ער דעמאלטס די ערשטע מאל געווען אויף אן אסיפה אין פעסט, דארט איז געווען רבי קאפל רייך (אב״ד פעסט) און נאך גרויסע רבנים, ווען רבי קאפל רייך האט געזעהן זיין צורה, האט ער אים געזאגט "״סיגוטער רב, וויסן אינון, די שכינה רוהט אויף אייך", האט אים דער זיידע ז״ל געענטפערט איר זעהט די שכינה..?!...
*
אזוי איז געווען אידן און אויך להבדיל ביי גוים, ער איז געפארן, איז ער אדורכגעגאנגען גרעניצן, יעדע פאר מייל איז געווען א גרעניץ. איז ער אמאל געפארן און מ'האט געדארפט ווייזן די פאס, און מ׳האט אים אויפגעהאלטן, מ'האט זיך דערשראקן ווייל געווענליך גייט מען אדורך און מ'ווייזט די פאס און מ'גייט ווייטער, און דא האט מען אים אויפגעהאלטן. איז מען געקומען פרעגן וואס גייט פאר, האבן זיי געזאגט פשוט די באאמטע האבן אים נישט ארויסגעלאזט ווייל מ׳האט געוואלט קוקן אויף אים.
*
דער רומענישע קייסער איז אמאל געווען אין סיגעט. דער זיידע איז אים ארויס מקבל פנים זיין, ער איז געווען רב און שטאט. און סיגעט איז געווען צוויי קהילות, עס איז געווען א שטאטעס-קוא, און א ארטעדאקסישע קהילה. עס איז געווען צוויי רבנים, און עס איז געווען צוויי ראשי קהילה אויך. יענער רב האט גערעדט א פלייסיגע דייטש, - יענער איז געווען א שטודירטער, ער איז געווען א דאקטאר ראבינער. ־ ער האט באגריסט דעם קעניג, האט אים דער קייסער געגעבן א מעדאל, ער האט געגעבן א מעדאל פאר יענעם ראש הקהל און פאר דעם רב. דער זיידע האט נישט געקענט רעדן. דער זיידע האט אבער געהאט א אויסטערלישע צורה, און דער זיידע האט אויך באקומען א מעדאל פונעם קעניג, עס האט געהאט אויף זיך א צלם. ער האט עס אוועק געלייגט אין לעדל, אפיציעל האט מען עס געדארפט אנטוהן ביי יעדע גוי'שע יומא דפגרא, ער האט דאס קיינמאל נישט ארויס גענומען.
*
ער האט געווארפן א גרויסע יראת הרוממות, ער האט אויפגעהויבן די אויגן און עס איז געווארן אזוי שטיל ממש לא קמו איש מתחתיו, מ'האט זיך נישט א ריר געגעבן, ווען ער איז געגאנגען אויפין גאס האט זיך יעדער אפגעשטעלט.
*
איך האב געהערט פון ר' יודל לעפקאוויטש ער האט פארציילט פארן טאטן ז"ל, זיין טאטע האט געהייסן ר לייבוש און ער איז געווען דעם זיידענ'ס בעל אכסניא, ווען די זיידע איז געקומען קיין סאטמאר פלעגט ער קומען צו אים, און ער (ר' לייביש) האט אים געזען ווייל ער איז דארט איינגעשטאנען, ער האט געוויסט אסאך שיינע מעשיות צו פארציילן.
*
אמאל איז ער געווען ביים טאטן אין שטוב האט ער פארציילט אז רבי חיים'ל (דער זיידע רבי שלום אליעזר'ל האט געהאט א זון ר' חיים׳ל ער האט געוואוינט אין סאטמאר און ער איז געווען דעם זיידענ'ס שוואגער) האט חתונה געמאכט א קינד און דער זיידע איז געקומען צו פארן קיין סאטמאר אויף דער חתונה, - נאך פאר די פעטער ז"ל איז געווען רב אין סאטמאר - די חתונה איז געווען מיט איינע פון די בארדיובע קינדער, עס איז געווען א חתונה איינער איז געקומען איינער איז געגאנגען און איינער האט געשמועסט אזוי ווי א חתונה, אינמיטן איז די זיידע אנגעקומען, ער האט זיך אראפגעזעצט אויף א בענקל און יעדער איינער איז געבליבן שטיין, דער וואס איז געזעצן האט זיך נישט אויפגעשטעלט, און ווער עס איז געשטאנען האט זיך נישט אראפגעזעצט, אז ס׳איז געווארן א שטילקייט, א ווארט האט מען נישט געהערט.
*
אזוי אויך ביים טיש ס'איז געקומען א גרויסן עולם אבער א פליג האט מען געקענט הערן אזוי שטיל איז געווען, א ווארט האט קיינער זיך נישט געטרויט צו רעדן.
*
ער (ר' ישעי' לעפקאוויטש) האט דערציילט אז עס איז געווען א שול הויף דארט איז געווען א הויז, א בית המדרש, און א שול, און די מקוה, אלעס איז געווען אינאיינעם, דאס איז געווען א שול הויף, דארט איז געווען ביימער און די קינדער זענען געקראכן אויף די ביימער, פאר די זיידע האט געעפנט דעם טיר ארויסצוגיין, האט ער געזאגט פארן בחור (הויז בחור) קוק צו קיינער איז נישט אויפן בוים, ווייל ווען ער קומט ארויס וואלט מען פון פחד געקענט אראפפאלן פון בוים, אזא פחד איז געווען.
אבער ער האט נישט געשריגן ער איז געווען זייער סאליד.
*
ער האט זייער ווייניג גערעדט, ער האט געווינקען מיט די אויגן, אזוי אויפגעהויבן די אויגן, און די גבאים און אלע וואס האבן זיך געדרייט דארט האבן געדארפט פארשטיין אויפן וואונק וואס ער מיינט.
*
דער זיידע ז״ל איז געווען א געוואלדיגע מתמיד, א אויסערגעווענליכער מתמיד יומם ולילה איז ער געזעצן און געלערנט, אדער געשריבן. - ער איז געשלאפן צוויי שעה א נאכט פון צוויי ביז פיר, אדער פון פיר ביז זעקסע. א גאנצע וואך פלעגט ער זיך אינגאנצען נישט אראפ לייגן בייטאג, נאר פרייטאג און שבת.
*
אמאל שפעט אויף דער נאכט, עס איז געווען פאר שבועות איז ער געזעצן ביי זיך אין שטיבל און געלערנט, און די באבע ע"ה איז אריין געקומען זאגן אז דער דאקטער האט געזאגט אז דאס שאדט פאר די געזונט - עס האט טאקע געשאדט. ער האט געהאט א הויכע בלוט דרוק - און דער דאקטער האט געזאגט אז ער מוז מער רוען, זאגט ער ״נאך אביסל״, האט די באבע געזאגט אז עס איז שוין אזוי שפעט, עס איז געווען דארט א פענסטער ווי מ'האט געקענט זעהן דעם בית המדרש, אין בית מדרש איז געזעצן רבי מאיר טייטלבוים, ער איז געווען א גרויסער מתמיד, ער האט געוואוינט אין הומין און ער איז געזעצן גאנצע נעכט און געלערנט, ווייזט ער די ביהמ"ד, קוק עס איז לעכטיג אין בית מדרש, קוק מאיר לערנט נאך, מאיר לערנט נאך און איך זאל גיין שלאפן...??׳׳
*
ער האט נישט געהאט קיין געזונטן גוף, און דער דאקטער האט אים געזאגט אז ער שלאפט צו וויייניג, ער האט געהייסן אז ער זאל זיך אינמיטן טאג אראפ לייגן, אבער ער האט נישט געקענט שלאפן, און ווייל דער דאקטער האט געהייסן זיך אראפ לייגן האט ער זיך אראפ געלייגט אויף אזא קאוטש נישט מער ווי אויף א אפאר מינוט, אבער ער איז נישט געשלאפן..
*
ער האט זייער אסאך געשריבן, ער האט געהאט אפגעשריבן א וועלט מיט כתבים חידושי תורה, קודם חיבורים אויף גאנצע מסכתות דף על הדף, אויף גיטין איז דא וואס איז געדרוקט, מקוואות איז אויך געדרוקט, אבער ער האט געהאט אויף מסכת בבא מציעא, פסחים, און אויף מסכת קידושין, חוץ דעם איז געווען סוגיות, ער פלעגט פארצולערנען יעדן טאג אין די ישיבה, יעדע פיר וואכן איז געווען אן אנדערע סוגיא, און ער האט אלעס אפגעשריבן, - ווען א בחור האט געוואלט אהיימפארן און מיטנעמען די חידושים, פלעגט מען גיין צו אים, און ער פלעגט דאס אהין געבן מעתיק צו זיין, און נאכדעם האט מען אים דאס צוריקגעגעבן. - אויך האט ער געהאט א חיבור אויף תשובות השיב משה, ליידער רובם פון די כתבים זענען נישטא נאר אוועק מיט רויעך.
*
איך האב געהערט פון מערערע מענטשן אז ער האט געשריבן חידושי תורה און גערעדט ער האט געהייסן רעדן, מענטשן האבן גערעדט צו אים און ער האט ארויסגענומען א פעדער און געשריבן, יענער האט אויפגעהערט צו רעדן ווייל ער זעהט אז ער שרייבט, זאגט ער זאג ווייטער און ער האט ווייטער געשריבן און ער האט געענטפערט און ער האט ווייטער געשריבן, מ׳האט אים געפרעגט אויף דעם, האט ער געזאגט אז די מוח לויפט אים אזוי שנעל אז ער קען זיך נישט מצמצם זיין, און אז איינער רעדט צו אים איז דאס אביסל מצמצם די מוח קען ער געהעריג שרייבן, די מוח איז אים געלאפן אסאך שנעלער ווי די האנט קען שרייבן און אזוי האט ער געקענט שרייבן ער האט געהאט א געוואלדיגע זכרון, מ'דערציילט פלאות פון זיין זכרון, וואס ער האט נאר אמאל געלערנט אדער געזעהן, האט ער שוין נישט פארגעסן, ער האט געזאגט אז ער ווייסט נישט וואס הייסט שכחה ער ווייסט נישט וואס הייסט פארגעסן.
ער האט געקענט אסאך ספרים פון אויסעווייניג אויפ׳ן לשון, צווישן זיי איז געווען קצות החושן, ישועות יעקב, און נודע ביהודה, און דאס איז געווען חוץ זיין געוואלדיגער זכרון הן במילי דשמיא הן במילי דעלמא, אז ער האט געזען א מענטש, האט ער צוואנציג יאר שפעטער פונקטליך דערקענט ווער ער איז, אפילו ער האט אים בכלל נישט געזעהן אינדערצווישן.
דער זיידע איז אמאל געווען אין א שטאט און א איד איז אריינגעקומען מיט א קוויטל און דער זיידע פרעגט אים וואס טוט זיך מיט שלום בית, זאגט ער ב״ה אלעס איז אין ארדענונג, האט דער זיידע געזאגט אז פופצן יאר צוריק בין איך געווען דא און ער האט זיך דעמאלטס באקלאגט וועגן שלום בית, דער איד האט שוין לאנג געהאט פארגעסן און דער זיידע האט אים דערמאנט.
ער האט געלערנט מיט בחורים, האט ער אמאל פארהערט א בחור, האט דער בחור געזאגט, איך האב נישט גע'חזר'ט קען איך נישט אזוי גוט, און ער האט דאס נישט געקענט פארשטיין, "חזרן חזר'ט מען אז מען זאל עס געדענקן צוואנציג יאר ארום, אבער פאר יעצט קען מען געדענקן אן חזרן". - עס איז נישט געווען ביי אים אזא זאך אז ער זאל נישט געדענקן מחבר מיטן רמ"א אויסענווייניג אויפ׳ן לשון ממש.
פאר ער האט געהאט דעם סטראוק איז ער געווען אין קליינווארדיין, און ער איז געזעצן צוזאמען מיט׳ן דיין פון דארט [הג״מ] רבי משה הערש לאנדא (בעמ״ח משולחן מלכים), און זיי האבן געשמועסט אין לערנען, און מען האט גערעדט פון א מגן אברהם, און דער זיידע האט געזאגט אז עס איז סק״ה, און ווען מ'האט געברענגט א שו"ע האט מען געזעהן אז עס איז סק"ו, האט דער זיידע געזאגט "ס'איז נישט גוט", ער האט געזעהן אז ער געדענקט נישט אזוי פונקטליך איז א סימן אז די מוח איז נישט גענוג קלאר, א פאר מינוט שפעטער האט ער געכאפט דעם סטראוק.
*
ער האט נישט געניצט קיין לעקטער, שבת האט ער נישט געוואלט ניצן וועגן די הלכה חלק (כמבואר בשו״ת עצי חיים חאו״ח), - ער שרייבט אין א בריוו ואל יעשה חדשות בארץ,-. אבער אויך אינדערוואכן האט ער נישט געניצט קיין לעקטער, עס זאל נישט זיין אינדערוואכן מער ליכטיג וואו שבת.
בכלל האט ער שטארק מקפיד געווען אויף נייע זאכן, איינמאל האט א טאכטער אויסגענייט א פייגל און עס אויפגעהאנגען אויפן וואנט ביי זיך אין שטוב, ער האט דאס עפעם באמערקט, האט ער געהייסען מען זאל עס שוין אראפ נעמען, נישטא אזא זאך אז מען זאל אויפהענגען צורות.
*
אויך אויף לבוש האט ער זייער מקפיד געווען, סיי און שטוב אין סיי ביי אנדערע, ער האט געקענט פרעגן א אינגערמאן וויאזוי גייט דיין אידענע אנגעטוען? איין אינגערמאן האט אמאל געענטפערט איך ווייס נישט, האט ער געזאגט ברענג עס אהער...
ער האט זייער מקפיד געווען וועגן שייטלעך, עס איז געווען ביי אים ממש טריפה.
*
דער זיידע איז אמאל געווען ביי א אסיפת הרבנים אין טשאפ, טשאפ איז ביי די גרעניץ, פון אונגארין און רומעניע, און א חלק פון טשעכאסלאוואקיי. אין טשאפ איז געווען אסאך חתונות, דארט איז מען זיך צוזאמגעקומען, דער רב האט געמאכט דעם ספר שלחן העזר וועגן חתונות ווייל דארט איז געווען אסאך חתונות, ס'איז געקומען די מחותנים פון די פרעמד און מ'האט דארט חתונה געמאכט. און אויך פלעגט מען דארט מאכן אסיפות הרבנים - מונקאטש איז געווען בימים ההם טשעכאסלאוואקיי, און סיגעט האט באלאנגט פאר רומעניע, און עס האט זיך אראפגעלאזט א שניי און מ׳האט נישט געקענט אהיים פארן, די באנען זענען נישט געפארן, דאנערשטאג איז געווען די אסיפה, איז דער מונקאטשער רב און דער זיידע זענען געבליבן אין טשאפ, די זיידע האט נישט געהאט קיין אכסניא ווייל ווען מען איז געקומען האט מען געמיינט אז מ'וועט אהיים פארן מ'האט נישט געקלערט אז מ'וועט בלייבן נעכטיגן, ס'איז קיינעם נישט איינגעפאלן אז מ'וועט שטעקן בלייבן.
דער זיידע מיט'ן מונקאטשער רב האבן געהאט איין אכסניא, זיי האבן גענעכטיגט אין איין שטוב, און די זיידע האט געהאט זיין גבאי ר' משה נאנאשער, און דער מונקאטשער רב האט געהאט זיין גבאי, ר' חיים בער גרינפעלד. - ר' חיים בער האט אויך פארציילט די מעשה -, איז געווען איין שטוב מיט צוויי בעטן און ר' חיים בער האט געזאגט אז ער האט געמאכט א בורא פרי האדמה... די גבאים זענען געשלאפן אויף די ערד, און א גאנצע נאכט האבן זיי זיך מפלפל געווען אין לערנען.
איז ער געווען מיט מונקאטשער רב א גאנצע נאכט. מונקאטשער רב האט אים געפרעגט א קשיא, האט אים דער זיידע געזאגט א גוטן תירוץ אויף די קשיא, דער מונקאטשער רב איז זייער נתפעל געווארן, זאגט ער סיגוט'ער רב דאס איז נישט אייער תירוץ, זאגט ער מונקאטשער רב דאס איז נישט אייער קשיא, זאגט ער אמת אמת. דער מונקאטשער רב האט געהאט אסאך טייערע ספרים שהיו יקר המציאות - אין איינע פון די ספרים וואס ער האט געהאט איז דארט געשטאנען די קשיא און דארט איז אויך געשטאנען די תירוץ - האט ער אים געזאגט אז עס שטייט אין יענע ספר איר האט דאך נישט דעם ספר, אזוי האט מונקאטשער רב געזאגט פאר'ן זיידן, האט דער זיידע געענטפערט אמת איך האב נישט דעם ספר, אבער ווען איך בין געווען א אינגערמאן און איך האב געגעסן קאסט ביים זיידן רבי שלום אליעזר'ל, איז ער אריינגעגאנגען צו א מוכר ספרים, געלט האט ער נישט געהאט איז ער אריינגעגאנגען און געקוקט אין ספרים געשעפט, האט ער דעמאלטס געזעהן דעם קשיא און דעם תירוץ, שפעטער האט מונקאטשער רב געקויפט די ספר זאגט ער אז איך האב דאס געזען דעמאלטס, דאס איז געווען צוואנציג יאר פריער.
אינדערפרי איז געווען א לאקאמאטיוו וואס איז געפארן קיין אונגוואר. אונגוואר איז נישט ווייט פון מונקאטש אזוי איז דער מונקאטשער רב אוועק געפארן. אבער די זיידע איז פארבליבן אין טשאפ אויף שבת. פון די שבת איז דא אינטערסאנטע זאכן אין טשאפ איז געווען א ראש הקהל וואס האט נישט געהאט קיין קינדער זיבעצן יאר, און אויף שבת איז ער געקומען און ער האט געמוטשעט אז דער זיידע זאל צוזאגן און דער זיידע האט אנגעווינטשן קינדער. אין א יאר איז אים געבוירן געווארן א אינגל און ער איז געווען מלא שמחה און ער איז ארומגעגאנגען זאגן די מופת, און ער האט מכבד געווען דעם זיידן מיט סנדקאות און מוהלות, דער זיידע האט אבער נישט געוואלט פארן, ער האט געזאגט ער רעדט צופיל.
*
די טאטע ז"ל האט דערציילט אז אין סיגעט איז געווען א שול, די שול איז געווען א אלטע שול, די שול איז נאך געווען פארן ייטב לב. אויף די שול איז געווען א מגן דוד ס'איז נאך געווען פאר ציונת, אין די זיידע'ס צייטן איז געווארן ציונות, און די זיידע האט זיך שטארק געשלאגן. אין סיגוט איז געווען אסאך ציונים און אסאך שקצים און זיי זענען געווען ציונים אויכעט, אמאל זענען זיי געקומען זינגען די 'התקוה' אונטער'ן פענסטער פונעם זיידן, און עס איז געקומען בחורים און מ׳האט זיך גענומען שלאגן, סאיז געווען לעבעדיג...
און אויפן שול איז געווען א מגן דוד און די זיידע האט באפוילן פארן ראש הקהל אז ער וויל מ'זאל אראפנעמען די מגן דוד, די ראש הקהל האט נישט געוואלט, ער איז געווען א ציוני, ער האט געזאגט עס איז גוט געווען פאר אייער טאטן, עס איז גוט געווען פאר אייער זיידן, איז יעצט אויך גוט, זאגט ער אים אז אויב נעמט ער נישט אראפ די מגן דוד וועט ער נישט קומען שבת הגדול זאגן די דרשה. האט די ראש הקהל געזאגט נו איז נישט. און עס איז געווארן א רעגן און א שטורעם און עס איז געקומען ווינטן און די ווינט האט אראפגעווארפן די מגן דוד און פארשטייט זיך מ׳האט דאס שוין נישט צעריקגעלייגט.
*
עס האט זיך ארומגעטראגן א מעשה אויפ׳ן זיידן ז"ל, עס זענען געווען צוויי שותפים - נישט אין סיגוט - וואס ביידע האבן איינגעשטעקט א סכום געלט ביי א דריטן, און מען האט זיך אויסגענומען אז קיינער קען נישט ארויסנעמען פון דארט געלט אנדעם וואס דער צווייטער זאל דארט זיין, איז איינמאל געקומען איינער פון די שותפים צו דעם דריטן, און ער האט אים געבעטן אז ער זאל אים געבן דאם געלט, האט ער אים געזאגט מען האט דאך אפגעשמועסט אז מ'קען נישט ארויסנעמען קיין געלט אנעם צווייטן, האט ער געזאגט אז יענער האט געגעבן רשות און ער קומט שוין, ער האט אים נישט געוואלט געבן, אבער האט ער אים אזוי לאנג פארדרייט דעם קאפ ביז ער האט אים געגעבן, און דער האט געמאכט א ויברח..., דער צווייטער איד קומט אן, און ער האט אים פארגעהאלטן וואו איז דאס געלט, זאגט ער כ׳האב דאך דאס געגעבן פאר דיין שותף, האט ער געהאט א טענה צו אים, פארוואס האט ער אים געגעבן דאס געלט אן זיין אנוועזהייט? זאגט ער אים דו האסט געגעבן רשות, האט ער גע'טענה'ט אז מען האט דאך אפגעשמועסט אז מען געט נישט ארויס קיין געלט ווען איינער איז נישט דא!, און ער האט אים גערופען אין געריכט.
דער מענטש האט גענומען א לויער, אבער עס איז געווען קלאר אז ער וועט נישט געוואונען, און ער האט נישט געוואוסט וואס צו טוען, האט אים איינער געזאגט אז ער זאל גיין צום זיידן ז"ל, איז ער געגאנגען צום זיידן, און דער זיידע האט אים געזאגט "זאג פארן ריכטער אז דו קענסט נישט געבן דאס געלט ווייל דער צווייטער שותף איז נישטא״. עס איז געקומען אין געריכט, דער ריכטער האט אים געפרעגט וואס ער זאגט, האט דער לויער געטוישט זיין ענטפער, און געזאגט גערעכט ער איז גרייט צו געבן דאס געלט, אבער מען זאל נאכאמאל פארליינען דעם שטר, און מען האט פארגעליינט דעם שטר מיטין תנאי, רופט ער זיך אן: איך קען נישט צוריקגעבן דאס געלט ווייל דער צווייטער איז נישטא. און דער ריכטער האט אים געגעבן גערעכט. אבער ער האט אים געזאגט, דאס איז נישט דיין חכמה!״, זאגט אים די לויער דאם איז טאקע נישט מיין חכמה, נאר פונעם סיגוטער רב, האט ער געזאגט אז ער וויל אים זעהן, איז ער דעמאלטס געקומען צו פארן קיין סיגוט צום זיידן ז״ל.
*
דער טאטע האט דערציילט אן אינטערעסאנטע מעשה. עס איז געווען ביים ערשטע קריג, מען האט דעמאלטס אריינגערוקט אלע אינגעלייט אין די ארמיי. עס איז געווען א אינגערמאן וואס האט געוואוינט ערגעץ אין די דערפער פון מארמאראש, עס איז געווען יום הקדוש אויפדערנאכט האט ער מורא געהאט אז מען וועט אים נעמען, איז ער אנטלאפן. איז ער געקומען אויף שבת בראשית צום זיידע'ן, דער זיידע האט אים געגעבן אן עליה, און האט אים אויס געלאזט וישם ה׳ לקין אות, לבלתי הכות אתו כל מצאו. ער איז געווען אין דארף, מען האט אים נישט גערופן, ער איז דורך געגאנגען די גאנצע קריג, מען האט אים נישט געזען.
*
איך האב געהערט פון טאטן ז"ל אז דער זיידע ז"ל האט געגעבן דעם ספה"ק ראשית חכמה פאר די חתנים.
*
דער זיידע ז"ל דער עצי חיים האט געזאגט אז א גרויסער צימער איז נישט קיין לוקסוס, דאס איז בריאות.
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

מעשיות פון הייליגן פני יהושע, גענומען פוןן גליון קול קהילתינו

י"ד שבט גייט זיין די יארצייט פונעם פני יהושע.
דער פני יהושע איז געבוירן געווארן אין יאר תמ"א, און איז נסתלק געווארן אין יאר תקט"ז. מען האט געזאגט אז ער איז געבוירן אין יאר אמ"ת, תמ"א איז די אותיות אמ"ת, און איז נסתלק געווארן און יאר יוש"ר, תקט"ז איז גימטריא יושר.
דער דברי חיים פלעגט יעדן שבת רעדן וועגן צדיקים, ער פלעגט רעדן פון די רביים און אויך פון די גדולי תורה, איין וואך האט ער גערעדט פון די רביים, און איין וואך פון די גדולי תורה, כדי צו ווייזן אז די גדולי תורה זענען אזוי חשוב ווי די רביים, און צווישן די גדולי תורה פון וועמען ער פלעגט צו רעדן איז געווען דער פני יהושע און אויך פון דער נודע ביהודה.
ער איז געווען רב אין עטליכע שטעט, אמאל פלעגט מען אויפנעמען א רב אויף דריי פיר יאר, און דערנאך האט מען אים אפגעזאגט.
דער חיד"א האט געוואוינט אין ארץ ישראל, ער איז געפארן קיין אייראפע, ער איז געווען אין פראנקפורט ווען דער פני יהושע איז געווען רב דארט, און ער איז געווען באזוכן ביי אים, שרייבט אויף אים דער חיד"א 'ומראהו כמלאך אלקים'.
אין די שטאט ווי ער איז געווען רב איז געווען א געטא וואו אלע אידן האבן געוואוינט, און דער פני יהושע האט אויך דארט געוואוינט אין די געטא, עס איז שוין דעמאלטס אויך געווען געווער, נישט ממש אזוי ווי היינט, נאר עס איז געווען פעסער מיט פולווער, און עס איז איינמאל געווען אן אויפרייס און די פולווער האט אויפגעריסן, עס איז דא וואס זאגן אז עס געווען א ערדציטערניש, און די גאנצע געטא איז צוזאמגעפאלן, זיין הויז איז דעמאלטס אויך איינגעפאלן, און דער פני יהושע האט דעמאלטס פארלוירן א פרוי מיט א טאכטער. ער אזוי געבליבן ליגן אונטער די ברוכווארג, און ער האט זיך דארט פארגענומען אז אויב ער וועט געראטעוועט ווערן וועט ער מאכן א פירוש אויף ש"ס, פלוצלינג האט זיך אים געעפענט א וועג צווישן די ברוכווארג, אזוי איז ער געראטעוועט געווארן, דעמאלטס האט ער אנגעהויבן אראפ צו שרייבן זיינע חידושים. (ער דערמאנט דאס אין זיין הקדמה)
מ'פלעגט נאכצוזאגן, אז פונעם פני יהושע איז דא זייער אסאך אויף ש"ס, אבער אויף שולחן ערוך איז נישטא פון איהם, און פון רבי יונתן איז פארקערט, אז אויף שולחן ערוך איז דא אסאך פון איהם, די תומים און פליתי, און אויף ש"ס איז נישטא פון איהם, זאגט מען נאך אז דער פני יהושע איז געווען זייער גרויס אין שולחן ערוך, אזוי אז דאס איז געווען ביי איהם א דבר פשוט, וועגן דעם האט ער ארויסגעגעבן זיין ספר אויף ש"ס וואס איז איהם אנגעקומען מיט מער יגיעה, אבער דער רבי ר' יונתן איז געווען זייער גרויס אין ש"ס מער ווי אין שולחן ערוך, וועגן דעם האט ער געמאכט זיינע ספרים אויף הלכה, און פונדעסטוועגן דאך איז דער פני יהושע א געלונגענער חיבור אויף ש"ס, און די חיבורים פון רבי ר' יונתן זענען געלונגען אין הלכה.
דער פני יהושע דערמאנט אסאך מאל זיין חיבור אויף טור און שולחן ערוך חו"מ (בסוף ס' פני יהושע נדפס מקצת חידושים על כמה סימנים בשו"ע חו"מ).
עס איז געווען אמאל א בלינדער מענטש און מען האט אים געברענגט די גלעזער פון דעם פני יהושע און ער האט אנגעהויבן צו זעהן.
ווען ס'איז געווען די מחלוקת פונעם יעב"ץ מיטן רבי'ן ר' יונתן, האט דער נודע ביהודה צוגעהאלטן מיט רבי ר' יונתן, אבער ער האט געהייסן אז ער זאל גונז זיין די קמיעות, אבער דער פני יהושע האט נישט צוגעהאלטן מיטן רבי ר' יונתן. דער פני יהושע האט צוגעהאלטן ווי דער יעב"ץ.
[דרך אגב, דער דברי חיים האט קיינמאל נישט געוואלט רעדן מיטן ישמח משה איבער דעם ענין [המחלוקת בין היעב"ץ להרבי ר' יונתן], ווייל דער דברי חיים איז געווען פון די משפחה פונעם חכם צבי, א אייניקל פונעם חכם צבי, און דעם יעב"ץ פלעגט ער רופן דער פעטער רבי יאנקעלע, און דער ישמח משה איז געווען א תלמיד פון א תלמיד פון רבי ר' יונתן, ער איז נישט געווען א תלמיד פון רבי יונתן אליינס, נאר פון א תלמיד, (בעמח"ס דרישת ארי), במילא האט דער ישמח משה נוטה געווען צו רבי יונתן מכח זיין רבי'ן, און דער דברי חיים האט נוטה געווען צו זיין משפחה, צו דעם פעטער רבי יאנקעלע, און זיי זענען געווען מחותנים, האבן זיי נישט געוואלט רעדן פון דעם ענין.
מ'זאגט אז דער חתם סופר האט נישט געהאלטן זייערע ספרים (היינו ספרי הפני יהושע עם ספרי הרבי ר' יונתן) איינס נעבן די אנדערע, און איינמאל האט ער געזאגט 'עבדי רבנן שלמי בהדייהו'.]
כ'האב געלערנט מיטן טאטן ז"ל אלץ יונגערמאן, מיר געלערנט סוגיא דער חת"ס, מ'האט געלערנט פני יהושע, צוזאמען דורכגעטוהן די סוגיא, און איינמאל זאגט מיר מיין טאטע א שיינעם חידוש זייער גוט געשטימט פארענטפערט די פני יהושע, זאג איך פארן טאטן איך האב אויך געלערנט די חת"ס און כ'האב אויך געלערנט די פני יהושע, פארוואס מיר איז עס נישט איינגעפאלן, האט מיר דער טאטע זאגט אז ביינאכט ווען דו ליגסט אין בעט און ס'האלט דיר וואך די קשיא קומסטו ארויס אז דו וועסט ארויסקומען פון בעט נאכקוקן וועט דיר אויך בייפאלן אזעלכע חידושים.
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

דאס האב איך געשריבן ביי די אשכול פון די באפרייאונג פון ר' שלום ווייס וואס איז געווארן דארט א שמועס איבער די ענין פון גיין צו ציונים פון די עלטערן אויב מ'איז נישט דארט געווען פאר 7 יאר:
אנטשולדיגט אז איך ברענג ארויף צוריק די טעמע פון גיין אויף די עלטערנס קברים נאך נישט זיין דארט 7 יאר, זעה איך ווי דער עולם ברענגט וואס די רבי די ברך משה האט געטוהן וויל איך ברענגן דא וואס איך האב געהערט אפאר יאר צוריק פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) ביי די טיש ליל אחרון של פסח ווען ער האט פארציילט מעשיות פון אביו רבינו בעל ברך משה זי"ע.
האט ער פארציילט אז בשנת תשכ"ה איז געווארן די ערשטע מאל א מעגליכקייט צו פארן קיין רומעניע וואס איז דאן נאך געווען אונטער קאמוניזם, איז די רבי געגאנגען פרעגן פונעם פעטער ז"ל, אז היות די וועלט זאגט אז אויב מ'איז נישט געווען 7 יאר אויף א ציון פון די עלטערן זאל מען מער נישט גיין, וויל ער וויסן וואס צו טוהן, האט אים די רבי געענטפערט אז די גאנצע זאך האט נישט קיין מקור און אויסערדעם איז דאס נאר ווען מ'איז נישט געגאנגען במזיד, אבער באונס איז דאך אנדערש ווייל די גאנצע סברא איז אז די עלטערן האבן א קפידא אז מ'איז נישט געקומען, ממילא אז ס'איז באונס איז נישט שייך די קפידא, אבער ליתר שאת האט אים די רבי געזאגט אז ער זאל שיקן א שליח פארדעם זאל אריינגיין אין אהל אין איינמעלדן אז ער קומט.
וכך הוה, ווען די רבי איז אנגעקומען האט ער אריינגעשיקט זיין זוהן כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א, אז ער זאל זיין די שליח צו גיין מודיע זיין פאר די צדיקים אז ער קומט, זאגט די רבי אז ווען ער איז אריינגעקומען אין אהל צו איבערגעבן די שליחות און ער האט די ערשטע מאל געזעהן די ציונים פון זיינע זיידעס די ייטב לב די קדושת יו"ט און די עצי חיים זצ"ל און ער איז געווארן זייער איבערגענומען אז ער האט נישט געקענט ארויסרעדן א ווארט פון מויל, אזוי איז ער געשטאנען דארט מרוגש, און די רבי די ברך משה זצ"ל האט געזעהן אז ער קומט נישט צוריק איז ער אריין אליינס אינעווייניג.
דאס איז וואס איך האב געהערט פון רבינו שליט"א
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

מעשיות פון הייליגן גארליצער רב זי"ע גענומען פון גליון קול קהילתינו

א אדר איז דער גארליצער רב'ס יארצייט. ער איז געווען א זון פונעם דברי חיים און א איידעם ביים ייטב לב. דער גארליצער רב האט געהייסן נאכן זיידן דער ברוך טעם.
ווען דער גארליצער רב איז געקומען קיין סיגוט האט ער געזען ווי דער ייטב לב פירט זיין ישיבה, דער ייטב לב האט זיך אראפגעלאזט צו די בחורים, ער איז געווען דער ערשטער חסיד'שער רבי וואס האט געפירט א ישיבה, די גאליציאנע רבי'ס האבן נישט געפירט קיין ישיבה'ס, פארן גארליצער רב איז עס נישט געפאלן, ער איז געווען א שארפער, האט ער געזאגט פאר זיין שווער, אז דער שווער זאל זיך אפלאזן פון די יונגלעך (די יונגע בחורים) וועט דער שווער קענען צוקומען צו הויכע מדרגות, האט דער ייטב לב געזאגט אז ער איז מוותר אויף די מדריגות, ער איז מוותר אויף די חסידים, אבער פון מרביץ תורה זיין פאר בחורים איז ער נישט מוותר.

דער גארליצער רב איז געווען אין צאנז, האט ער זיך באקלאגט פארן דברי חיים אז זיין שווער שפילט זיך מיט בחורים און יונגלעך, האט דער דברי חיים געזאגט אז מען זינדיגט נישט אין די יוגענט קען מען זיך אזוי שפילן אויף דער עלטער.

די רעבעצין די טאכטער פון ייטב לב איז יונגערהייט אוועק, ווען ס'איז געווען די מחלוקת אין סיגוט נאכ'ן ייטב לב'ס הסתלקות, איז דער גארליצער רב געווען ביי די דין תורה פון די חמש (בוררים שנתמנו לדון בהדו"ד והסכסוך), און אין שנת תרמ"ח שרייבט ער אז ער איז א קרוב שנתרחק, ווייל מ'האט גע'טענה'ט אז ער איז א קרוב. כ'ווייס נישט פונקטליך וועלעכעס יאר - כ' זעה אז זי איז אוועק בערך א צוואנציג יאר פריער, אפשר די גארליצער אייניקלעך ווייסן ווען זי איז אוועק. דין תורה אין סיגעט נאכ'ן ייטב לב'ס הסתלקות, איז שוין געווארן דער גארליצער רב א קרוב שנתרחק.

ער האט חתונה געהאט נאכאמאל, אבער אלע קינדער זענען פון די ערשטע רעביצין.

דער דברי חיים פלעגט קענען רעדן פון זיך מיט א גרויס שפלות, ער האט אמאל געזאגט אויף זיך אז איך האב נישט קיין חכמה, נישט קיין תורה, נישט קיין יראת שמים, נישט קיין מצות און מעשים טובים, האט דער גארליצער רב געזאגט דער טאטע זאל נישט אזוי זאגן, ווייל איך דארף חתונה מאכן, און מ'וועט הערן אז איך האב אזא טאטע וועל איך נישט מאכן קיין געלט.

דער גארליצער רב איז געווען א שארפער, אמאל ווען ער איז געווען אין צאנז, האט ער זיך אנגערופן אויף איינעם, אז ער איז אזא גרויסער רשע, אז ס'איז א מצוה אים צו באגראבן, דער דברי חיים הערט וואס ער זאגט, זאגט ער אים, ווער זאגט דיר אז ס'איז א מצוה צו באגראבן א רשע, איך וועל דיר ברענגען א ראיה אז ס'איז נישט קיין מצוה, ווייל ס'שטייט ווען די אידן זענען ארויס געגאנגען פון מצרים, ואת ערום ועריה זאגט רש"י ערום מן המצוות, לכאורה פארוואס זענען זיי געווען ערום מן המצוות, ס'איז דאך געווען דעמאלטס נאך די ששת ימי אפילה וואס אלע רשעי ישראל זענען אויסגעשטארבן, און מ'האט זיי דעמאלטס באגראבן, אויב אזוי, האט מען דאך אזויפיל רשעים באגראבן, איז וואס הייסט ערום מן המצוות, זיי האבן דאך געהאט אזויפיל מצוות, אלא מאי איז געדרינגען אז עס איז נישט קיין מצוה צו באגראבן א רשע, אזוי האט דער הייליגער דברי חיים געזאגט, זאגט דער גארליצער רב טאטע, א טויטן רשע איז דען א מצוה צו באגראבן? א לעבעדיגן רשע!

דער דברי חיים איז אמאל געווען זייער פאר'דביקות'ט, אינמיטן האט ער זיך צוהיסט, האט דער גארליצער רב געהייסן אז מען זאל אריינברעגען א טיי, דער דברי חיים איז געווען אזוי פארקאכט, און האט זיך אנגערופן אין עולם האצילות טרונקט מען נישט קיין טיי, האט דער גארליצער רב געזאגט אין עולם האצילות היסט מען נישט...

דער גארליצער רב האט געהאט ווייניג חסידים, אבער ער האט געהאט דערהויבענע חסידים, דער ראדאמישלא רב (הגאון מהר״ש ענגיל זצ״ל) איז געווען א גארליצער חסיד.

דער זיידע (מרן העצי חיים זי״ע) האט אמאל געוואלט פארן צום גארליצער רב, דער קדושת יו"ט איז אוועק תרס״ד, און דער גארליצער רב תרס"ו, צוויי יאר שפעטער, אבער זיין מומע, דעם וואלאווע רב רבי יוקל'ס רעביצין האט אים געזאגט אז ער זאל נישט פארן, ווייל עס איז געווען געשפאנט צווישן די צוויי שוואגערס רבי יוקל און דער גארליצער רב, ווייל ווען דער ייטב לב איז געווארן רב אין אוהעל נאכן פטירה פונעם ישמח משה האט מען אים ארויס געווארפן פון דארט, ווייל מען האט גע'מסר'ט אז ער איז נישט קיין אונגארישע בירגער, דעמאלטס האט אים דער דברי חיים געמאכט רב אין גארליץ, ער איז געווען רב דארט ביז רבי אלעזר ניסן איז נסתלק געווארן (בשנת תרט"ו), דעמאלטס איז ער געווארן רב אין דראהביטש, איז דער ייטב לב'ס ברודער רבי שמואל געווארן רב אין גארליץ, ביז תרמ"ט, דעמאלטס האט מען אויפגענומען רבי יוקל רבי שמואל'ס זוהן, רבי יוקל איז געווען א איידעם ביים ייטב לב, און דער גארליצער רב וואס איז דעמאלטס געווען רב אין רודניק, האט גע'טענה'ט אז דער טאטע האט עס נאר אוועק געגעבן פארן ייטב לב און יעצט דארף עם צוריק גיין פאר אים. עס איז געווען א דין תורה ביים ערוגת הבושם אין קליינווארדיין, רבי יוקל האט געווינען דעם דין תורה, אבער ער האט זיר אוועק געצויגן פון דארט קיין וואלאווע, אבער עס איז געבליבן א טינא צווישן זיי.

דער קדושת יו"ט איז איינמאל געווען אין גארליץ, ער איז געגאנגען באזוכן די צוויי שוואגערס, עס איז געווען פסח שני, קודם איז ער געווען ביי רבי יוקל, ער האט דארט געגעסן א סעודה, מען האט דארט געגעבן מצות לכבוד פסח שני, אזוי ווי עס איז די מנהג, נאכדעם איז ער געגאגען צום צווייטן שוואגער, האט איהם דער גארליצער רב געזאגט אזוי אויף א ווערטל, כ'האב געהערט אז דו האסט געגעסן חמץ שעבר עליו הפסח... האט ער איהם געזאגט חמץ שעבר עליו הפסח איז נאר אסור משום קנס (כמבואר בפסחים כח.), א היזיגן האט מען געקענט קנס'ענען, א פרעמדן קען מען נישט קנס'ענען.

דער טאטע ז״ל האט דערציילט א אינטערעסאנטע מעשה, רבי בנציון באבוב'ער האט זיר גע'גט מיט א היתר מאה רבנים, ער איז געווען א איידעם בזו"ר אין מעליץ, דער שינאווער רב איז געווען פאר די היתר, און דער גארליצער רב איז געווען אנטקעגן דעם היתר, איינמאל ווען דער גארליצער רב איז געווען אין שינאווא, דער זיידע (העצ״ח) איז אויר פונקט דעמאלטס געפארן קיין שינאווא, ער איז געווען א אינגערמאן ווען ער האט געוואוינט אין טארנא ביי רבי שלו' אליעזר, ער איז אריינגעקומען צום שינאווער רב ווען דער גארליצער רב איז דארט געווען און ער האט געהאלטן אינמיטן זיך טענה'ן מיטן שינאווער רב, [דער זיידע דער קדושת יו״ט האט דאך אויך געהאט א היתר מאה רבנים], אינמיטן איז דער זיידע אריינגעקומען, ער האט גענומען שלום פונעם שינאווער רב, האט דער שינאווער רב זיך אנגערופן צום גארליצער רב. איך ווייס נישט וואס דו ווילסט פון מיר האבן, האט ער געוויזן אויפן זיידן, זעהסט אז מען מיינט עס לשם שמים האט מען אזלעכע קינדער.

דער גארליצער רב האט אמאל חתונה געמאכט א קינד, איז ער געקומען צום פאטער נעמען געלט, און דער צאנזער רב האט איהם נישט געגעבן, רופט זיך אן דער גארליצער רב "דעם האסטו געגעבן און יענעם האסטו געגעבן", ווי איינער פרעגט פארוואס איך באקום נישט, האט איהם דער צאנזער רב געענטפערט, "אויב כ'וועל נישט געבן פאר יענעם, וועט ער נישט האבן, ווער וועט זיי געבן, אבער דו, אז דו וועסט ארויס פאהרן נאך געלט, און דו וועסט זאגן אז דו ביסט דעם צאנזער רב'ס א קינד, וועט מען דיר געבן".

כ'האב געהערט פונעם טאטן ז"ל אז עס איז געווען א מלמד אין גארליץ א גרויסער ארימאן, ער האט געהייסן שמואל, האט אים דער גארליצער רב אמאל געפרעגט צי ער האט שוין אויף הוצאות פון פסח, האט דער איד געזאגט אז ער האט נישט אויפן היינטיגן טאג אוודאי נישט אויף פסח, זאגט אים דער גארליצער רב נעם א פיאקער, זיי האבן גענומען א פיאקער און מ'פארט. ער פארט אוועק, ער האט נישט געזאגט וואו ער פארט, ביז ווען ער איז אנגעקומען צו א קרעטשמע, דארט האט דער גארליצער רב געהייסן אז מ'זאל זיך אפשטעלן. זאגט ער פאר דעם איד, גיי אריין אין די קרעטשמע, און ברענג ארויס ביר צו טרינקען, דער איד איז אריינגעגאנגען אין די קרעטשמע און ער זאגט פארן קרעטשמער אז דער גארליצער רב איז אינדרויסן, און ער האט געבעטן אז מ'זאל ארויסברענגען ביר צו טרינקען, דער איד האט אנגעגאסן ביר און ארויסגעברענגט, בין כך ובין כך, ווילאנג דער איד איז אריינגעגאנגען אין די קרעטשמע זאגט דער גארליצער רב פארן בעל עגלה פאָ ר. און ער איז אוועקגעפארן. ווען דער איד איז ארויסגעקומען זעהט ער אז איננו! דער גארליצער רב איז נעלם געווארן, ער קוקט
אהער, ער קוקט אהין, דער גארליצער רב איז נישטא, דרייט ער זיך אויס און ער גייט צוריק אריין אין די קרעטשמע, דער קרעטשמער האט אים געהייסן באצאלן פאר די ביר, טענה'עט
דער איד אז ער האט נישט, ער האט נישט גענומען פאר זיך, ער האט גענומען ווייל דער גארליצער רב האט אים געהייסן אז ער זאל ברענגען ביר, און דערווייל איז ער נעלם געווארן.
דער איד האט נישט געוואלט גלייבן זיין מעשה און ער האט זיך אנגעהויבן ארומצו'טענה'ען מיט איהם, און ער האט פארלאנגט אז ער מוז באצאלן פאר די ביר וואס ער האט גענומען, דער איד האט געוויינט אז ער האט נישט צו באצאלן און ער האט דאס נישט געבעטן, דער איד האט געוואלט צוריק אהיימפארן אבער ער האט נישט געהאט קיין געלט צו דינגען א וואגן מיט וואס צו פארן, האט ער נישט געהאט קיין ברירה און ער האט געמוזט דארט בלייבן אין די קרעטשמע, און ווארטן ביז ווען עס וועט אנקומען א צווייטער איד וואס פארט אויף זיין וועג אהיים אז ער זאל קענען מיט איהם פארן אהיים, איז ער דערווייל דארט געבליבן, זיצט ער דארט אין די קרעטשמע און ער ווארט אויף א איד, זיצענדיג דארט זעהט ער ווי מ'פארעט זיך און מ'דעקט דעם טיש, האט ער געזעהן אז דא וועט שוין זיין עפעס א סעודה, האט ער זיך שוין געפרייט, קודם וועט ער שוין קענען עפעס טועם זיין, ער איז דאך שוין געווען גוט הונגעריג אויך.
און עס זענען אנגעקומען אידן אין די קרעטשמע, און מ'גייט פראווען א תנאים, איין איד פון די שטאט, א צווייטער פון די צווייטע שטאט האבן זיך משדך געווען און זיי האבן אפגעשמועסט צו פראווען דעם תנאים אינעם קרעטשמע וואס איז צווישן די צוויי שטעט.
די מחותנים זענען אנגעקומען זעהט ער גאר אז ער אליין איז געווען דער שדכן ביי דעם שידוך, ער האט דאס געהאט אנגעטראגן צום ערשט, נאר די מחותנים האבן זיך שפעטער מיישב געווען אז זיי דארפן אים נישט האבן און זיי האבן גומר געווען דעם שידוך אליין, און מ'האט אים ניטאמאל איינגעמאלדן אז דער שידוך ווערט געשלאסן. איז ער אהין געגאנגען און געזאגט אז ער לאזט נישט ליינען די תנאים ביז מ'באצאלט אים. ער איז געווען גערעכט האבן ביידע מחותנים ארויסגענומען געלט און אים באצאלט שדכנות.
אויפאיינמאל קומט אן דער גארליצער רב מיטן וואגן, און ער זאגט "שמואל, דו האסט שוין אויף יום טוב? קום אהיים".

איך האב געהערט פון טאטן ז"ל אז די רביצין (די צווייטע רעבעצין פון גארליצער רב) האט איהם געמוטשעט אויף קינדער. דער גארליצער רב האט געהאט א הויז בחור א משמש, אמאל זאגט ער פאר דעם בחור אום הושענא רבה נעם די הושענות קאך עס אפ און טרינק אויס דאס וואסער דאס איז א סגולה צו האבן קינדער, יענער איז נאך געווען א בחור... קוקט ער אים אזוי אן 'איך בין דאך נאך א בחור', זאגט אים דער גארליצער רב הער וואס איך זאג דיר, ס'איז א סגולה צו האבן קינדער. נו, גיי דערצייל מעשיות פאר א בחור. האט דער בחור געענטפערט אויב איז דאס טאקע אזא סגולה בדוקה פארוואס גיט נישט דער רבי פאר די רביצין?. האט אים דער גארליצער רב געזאגט ביסט א חכם? ווילסט נישט טרינקען איז נישט.
דער בחור האט שפעטער חתונה געהאט, און ער האט ל"ע נישט געהאט קיין קינדער. מיט יארן שפעטער האט ער דאס דערציילט, האט ער דאן געזאגט אז דער רבי האט דאך געזעהן וואס דא וועט זיין, און ער האט אים געוואלט געבן קינדער, ער האט נאר נישט פארשטאנען.

דער שפת אמת האט חתונה געהאט בזיוו"ש מיט הרה"ק ר' ברוך גארליצער'ס טאכטער. קומט אויס אז דער שפת אמת מיט מיין זיידן (הרה"ק מרן בעל קדושת יו"ט זי"ע) זענען געווען ערשטע שוועסטער-קינדער.

איך האב געהערט דערציילן אז דער גארליצער רב ז"ל איז אמאל געווען ביים זיידן רבי מאטעלע הארנאסטייפלער- ער איז דאך געווען מיט אים א שוואגער - די ראפצערטע באבע ע"ה איז נאך געווען א קליין קינד, און דער גארליצער רב האט איר אנגעטון א קאפל,- זי איז געווען א מלומדת...

דער גארליצער רב איז געווען אמאל אין סיגעט - דארט איז דאך געווען בחורים אין די ישיבה פונעם ייטב לב - האט ער געפרעגט א בחור וואו ער עסט, האט ער געזאגט אז ער עסט טעג, האט איהם דער גארליצער רב געפרעגט אפשר קענסטו אויפעסן די ניין טעג...?!.

דער צאנזער רב - דער דברי חיים - האט געזאגט אז דער לעצטער גלות ווען זיין גלות אמעריקא. ער האט אמאל אויסגערעכנט, ווי די תורה איז אלץ געגאנגען אין גלות, אין שפאניא, און פראנקרייך, און דייטשלאנד, און האט געזאגט אז דער לעצטער גלות וועט זיין גלות אמעריקא.

דער גארליצער רב האט אמאל געזאגט פאר'ן שינאווער רב זאל קומען קיין אמעריקא, און ער האט געזאגט אויף זיך, אז אויב ער פארט אליין וועט מען אויף אים מיינען אז ער פארט וועגן געלט. אבער דו ביזטו דאך א איש אמת, האט ער איהם געבעטן ער זאל פארן קיין אמעריקא.

זי"עועכ"י
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3634
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

סיפורי צדיקים האט געשריבן:זי"עועכ"י
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
הערשקא
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2016 1:47 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשקא »

עס קומט ארויס א גליון מגנזי המלך, (כמעט א יעדע וואך)
איינער ווייסט ווי מען קען עס ערגעץ טרעפן ?
המתבודד בין הבריות
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 7:30 am

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המתבודד בין הבריות »

מגנזי חקת תשפ''ב.pdf
(233.74 KiB) געווארן דאונלאודעד 113 מאל
בהיות שאין אדם יודע עיתו...
קאוונע
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2020 11:36 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאוונע »

איז דא א אימעיל ווי מען קען עס באקומען יעדע וואך? אישי איז אויך גיט
ישר כח
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

לעצטע צוויי וואכן שוין נישט ארויסגעקומען די מגנזי
ווייסט איינער פארוואס?
winner
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

סופרים שטיבל האט געשריבן:לעצטע צוויי וואכן שוין נישט ארויסגעקומען די מגנזי
ווייסט איינער פארוואס?

אן אוצר
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

winner האט געשריבן:
סופרים שטיבל האט געשריבן:לעצטע צוויי וואכן שוין נישט ארויסגעקומען די מגנזי
ווייסט איינער פארוואס?

אן אוצר

זיי מסביר?
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

גיימיר אי"ה פרובירן צו אויפלעבן דעם אשכול און אריינלייגן מעשיות ווען מיר וועלן האבן אין באזיס בעז"ה
פאלגענד איז מעשיות פון די הייליגע עטרת צבי פון זידיטשוב זי"ע גענומען פון גליון קול קהלתינו

י"א תמוז איז די יארצייט פונעם עטרת צבי, דער רבי ר' הערש פון זידיטשוב. ער איז אוועק אין יאר תקצ"א.
מ'זאגט אויפן עטרת צבי, אז ווען ער איז געווען במעי אמו, האט ער געטראכט ער זאל שוין געבוירן ווערן, 'זאל איך זיין א יושב בטל?', [אבל נשאר שם לכבודה של אמו] האט ער געזאגט 'אזוי?, בין איך דאך שוין מקיים כיבוד אם!'.
ער איז געווען א תלמיד פונעם רבי׳ן פון לובלין. – נאך די פטירה פונעם רבי'ן פון לובלין איז צוזאמגעקומען די גאנצע חבריא, און מען האט גערעדט וועגן א ממלא מקום, און דער עטרת צבי האט זיך אנגערופן וואס פעלט דען ביי אונז? און האט אנגעהויבן אויסצורעכענען זיינע מעלות און מדריגות, אפשר א שעה האט ער גערעדט פון זיך, און בתוך הדברים האט ער געזאגט פארן ראפשיצער רב אייער זיידע דער של"ה הקדוש איז ביי אונז א אפטע גאסט, שפעטער האט דער ראפשיצער רב געזאגט [להרה"׳ק האוהב ישראל מאפטא זצ"ל שביקש ממנו שיספר לו מכל הענין שהיה הלובלין], א פלא, ער האט נאכנישט געזעהן א איד זאל רעדן מיט אזא גרויסע שפלות ווי דער עטרת צבי האט דעמאלטס גערעדט פון זיך.
ער איז געווען גאר גרויס אין תורת הנסתר און אין חכמת הקבלה, אויף אזוי ווייט אז צדיקים האבן אים גערופן מיט'ן נאמען שר בית הזוהר. ווען ער פלעגט שיקן א קוויטל קיין מירון צו ר' שמעון האט ער זיך
אונטער געשריבן תלמידו צבי בן הינדל'.
דער שינאווער רב האט געזאגט אז ווער עס קען נישט זיין אויף ל"ג בעומר אין מירון, זאל פארן אויף י"א תמוז קיין זידיטשוב צו די יארצייט פון רבי ר' הערש'עלע.
דער עטרת צבי האט איינמאל געהאלטן אינמיטן זאגן תורה, און אינמיטן האט זיך די זייגער צוקלינגען - בימים ההם פלעגט די זייגער'ס קלינגען א יעדע שעה - האט ער געגעבען א קלאפ אויפן טיש און געגעבען א זאג שא, און די זייגער האט אויפגעהערט קלינגען, ווען ער האט גענדיגט תורה האט זיך עס ווייטער גענומען קלינגען, אזוי אז ער האט שולט געווען אפילו אויף א דומם.
דער עטרת צבי פלעגט צו גיין אינמיטן די נאכט צום טייך זיך טובל'ן, ווינטער האט ער אויפגעבראכן די אייז און ער האט זיך דארט אריינגעזעצט, און אזוי האט ער געלערענט א גאנצע נאכט.
דער ראפשיצער רב איז אמאל געווען אין זידיטשוב, און דעמאלטס האט מען אים עפעס אנגעזאגט אז ער טאר נישט גיין זיך טובל'ן, עס איז געווען א שומר אויף דעם, און דער שומר איז איינגעשלאפן, און דער עטרת צבי איז יא געגאנגען, און דער ראפשיצער רב איז געגאנגען צום טייך, און אים געזאגט, רבי... האט דער עטרת צבי אים געזאגט 'לייגט אריין די האנט, וועט מען זעהן אז ס'איז ווארעם'
כ'האב געהערט אז עמיצער האט מפליא געווען דעם עטרת צבי פאר'ן דברי חיים און געוואלט דערציילן זיין גרויסקייט, האט ער דערציילט אז מ'האט אריינגעלייגט די הענט אין טייך און מ'האט געזעהן אז ס'איז ווארעם, האט דער דברי חיים געזאגט ביי חסידים איז אלעס א מופת, אפילו צו אנווארעמען א מקוה איז אויך א נס...
דער רבי פון לובלין די לעצטע יאר פון זיין לעבן [שנת תקע"ה] איז געווען קראנק פון שמחת תורה ביז תשעה באב, איינמאל האט ער געוואלט מחדש זיין די לבנה, ער האט אבער נישט געהאט קיין כח צו ארויסגיין אויף די גאם, ער איז דאך געווען א חלוש, איז ער געגאנגען צום פענסטער, אבער די לבנה איז געווען אויף די אנדערע זייט פון די פענסטער, מען האט נישט געקענט זעהן די לבנה, האט דער רבי פון לובלין געזאגט פארן עטרת צבי רבי הערש'עלע גיב אונז א לבנה, האט דער עטרת צבי געגעבן א דריי מיטן קאפל, און די לבנה איז געווען אין יענע זייט, און מען האט מחדש געווען די לבנה, האט די רבי פון לבלין געזאגט אז ווען אונזער רבי הערש׳לע האט א דריי געטוהן מיטן קאפל האט ער א דריי געטוהן מיט די מערכת השמים (ולא שסיבב את הבית).
דער בני יששכר איז געווען א מחותן מיטן עטרת צבי. - עס איז אמאל געקומען צום בני יששכר א איד וואס איז געווען א חולה מסוכן אז ער זאל אים אנווינטשן א רפואה, האט אים דער בני יששכר געזאגט אז ער זאל פארן צו זיין מחותן דער עטרת צבי אפשר ער וועט אים קענען העלפן .דער איד איז געפארן קיין זידיטשוב אויף שבת, ער איז ארייגעקומען צום עטרת צבי פרייטאג צונאכט׳ס פארן דאווענען, דער עטרת צבי איז דעמאלטס געווען פארנומען מיט זיינע הכנות און ווען דער איד איז אריינגעקומען האט ער אים געשטערט, האט ער זיך צושריגן גיי דיר ארויס פון דא געזונטערהייט!, דער איד איז ארויס פון דארט געזונט און פריש.
דער דברי חיים איז אויך געווען א תלמיד פונעם ראפשיצער רב, תקפ׳׳ז איז דער ראפשיצער רב נפטר געווארן, און פון תקפ"ז ביז תקצ׳יא - ווען דער עטרת צבי איז נפטר געווארן ־ איז דער דברי חיים געפארן צום עטרת צבי. דעם ראפשיצער רב האט ער גערופן דער רב, און דעם עטרת צבי האט ער גערופן רבי, האט אים עמיצער געפרעגט פארוואס ער רופט דעם ראפשיצער רב רב און דעם עטרת צבי רבי, האט ער געענטפערט אז דעם ראפשיצער רב האט ער נישט משיג געווען, רופט ער אים רב, אבער דעם עטרת צבי האט ער יא משיג געווען רופט ער אים רבי.
מ'זאגט אז דער עטרת צבי האט געזאגט פארוואס זאל איך מאכן א שהחיינו אויף די פרי, ווען איך הער אז די פרי מאכט אויף מיר א שהחיינו?!.
אינטרעסאנט ער האט אויך נישט געהאט קיין לויטער רויזן לעבן, ער האט געהאט רדיפות אזוי ווייט אז ער איז אמאל געפארן אויף שבת אין א שטאט, און ער האט געהאט דארט אזעלכע רדיפות אז ער האט געמוזט אנטלויפן ערב שבת צו א דערנעבנדיגער שטאט, אזוי איז ער געווען דארט אויף שבת ממש אן גארנישט, אפי' בגדי שבת האט ער נישט געהאט, אבער ער האט געזאגט אז ער האט געהאט דארט אזא געהויבענע שבת ממש לעילא ולעילא די השפעות קדושות וואס ער האט געהאט יענעם שבת, מ'האט אים באצאלט פון הימל אויף די שבת וואס ער האט געהאט.
אמאל איז געווען א גרויסע מגיפה און זיין שטאט און עס האט געקאסט אסאך נפשות, האט ר' הערש׳עלע מקבל געווען אויף זיך אז ער וועט שטארבן און די אונטערגאנג זאל זיר אויפהערן, ער האט געזאגט 'הריני כפרת כל ישראל'. און אזוי איז טאקע געווען ער איז נסתלק געווארן לחי העולמים והמגיפה נעצרה, די מגיפה האט זיך אפגעשטעלט .
פאר זיין פטירה האט ער געזאגט אזוי מיטן באקאנטן זידיטשובער נוסח' אז ער זעהט נישט אויף זיך קיין שום זכותים מיט וואס ער זאל זיך קענען שטעלן פארן בי"ד של מעלה, נאר איין זאך, אז ער האט חתונה געמאכט פערציג יתומים ויתומות.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
קשורה בנפשו
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 11:45 am

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קשורה בנפשו »

שכוח פארן ארויפברענגען די סיפורים זענען גאר אויטענטיש און אינטערעסאנט.

אגב, וויאזוי איז דער בני יששכר געווען א מחותן מיטן עטרת צבי?
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

קשורה בנפשו האט געשריבן: זונטאג יוני 25, 2023 1:52 pm
שכוח פארן ארויפברענגען די סיפורים זענען גאר אויטענטיש און אינטערעסאנט.

אגב, וויאזוי איז דער בני יששכר געווען א מחותן מיטן עטרת צבי?
ש'כח פאר די ש'כח

האב איך יעצט געפרעגט איינעם זאגט ער מיר אז די בני יששכר האט געהאט א זוהן ר' שמואל שפירא פון פרעמיסלא און ער איז געווען א איידים ביי ר' נפתלי הירץ לאבין וואס איז געווען א איידים ביים עטרת צבי
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

הער איך אז דעם שבת האט די רבי פארציילט מעשיות פון קרח ביים טיש וועלמיר ווארטן צו הערן פונקטליכער וועלכע מעשיות די רבי האט פארציילט און מ'וועלמיר עס ארויפלייגן בעז"ה (2 מעשיות האב איך שוין געהערט נאר איך ווייס נישט די פונטקליכע נוסח וויזוי די רבי פארציילט עס מילא עמיר ווארטן איינס איז אז די חוזה האט געזאגט די הייליגע זיידע קרח אבער די באבע ברענט נאך, און די צווייטע מיטן ישמח משה און די ייטב לב פארוואס די ישמח משה האט נישט גענומען קיין צד ביי די מחלוקה פון קרח)
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”