רבי שלום דובער מליובאוויטש זצ"ל - ב' ניסן תר"פ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

רבי שלום דובער מליובאוויטש זצ"ל - ב' ניסן תר"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרה"צ ר' שלום דובער שניאורסאהן מליובאוויטש זצ"ל (מהרש"ב) ב"ר שמואל מליובאוויטש (המהר"ש).
אטעטשמענטס
matziva.jpg
matziva.jpg (27.44 KiB) געזען 8372 מאל
Reb_Shalom_Schneersohn.jpg
Reb_Shalom_Schneersohn.jpg (21.25 KiB) געזען 8374 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בין כותלי הפורום האט מען שוין גערעדט איבער דעם ווייניגער באקאנטן ברודער פונעם מהרש"ב, ר' מנחם מענדל שניאורסאהן ז"ל.

דער ממלא מקום פונעם מהרש"ב איז געווען בנו הרה"צ ר' יוסף יצחק המהריי"צ זצ"ל.
אטעטשמענטס
280px-%D7%94%D7%A8%D7%99%D7%99%D7%A6.jpg
280px-%D7%94%D7%A8%D7%99%D7%99%D7%A6.jpg (34.46 KiB) געזען 8350 מאל
image_893.jpg
image_893.jpg (18.5 KiB) געזען 8351 מאל
אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמחפורקניה »

דער איינציגער פון די לעצטערע צדיקים, וואס רביה"ק הדברי יואל מסאטמאר זי"ע באטיטלט "הקדוש" אין ויואל משה
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

דאכט זיך אז ר' ישעי'לע טשחויבער אין א בריוו באטיטלט ער אויך הרה"ק.
אין הער צי, ס'איז אויב איך געדענק גיט איז לעצטענס אפיר געקימן א בריוו בשעת'ן קריג, ווי ער געט דעם טיטל פאר הרה"ק ר' אהרן מבעלזא.
אין אז די ווילסט דאס אויך רעכענען, אינעם אינוועטעישן פון ר' זלמן לייבעלע ריפט ער אן זיין ברודער דער עצי חיים אחי הגה"ק.
אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמחפורקניה »

ריכטיג, אבער ס'איז אין א בריוו נישט אין ספר. אויך איז דאס א דבר פשוט אז דעם צאנזער רב'ס א קינד זאל אזוי באטיטלט ווערען דורכ'ן רבי'ן. דער חידוש ביים רש"ב איז, אז ער איז בכלל נישט גוועהן אין די צאנז- סיגעט - סאטמארער ליניע
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

דאכט זיך אז ר' ישעי'לע איז דער איינציגער מבני ונכדי צאנז בדורו פונעם רבי'ן וואס האט פון אים געקריגן דעם טיטל!
די חידוש ביי רש"ב איז נאך אסאך מער, ווייל דער רבי האט אים פערזענליך קיינמאל געטראפן.
אין א בריוו צי ר' יעקב לאנדא אב"ד בני ברק א תלמוד פונעם רש"ב ברענגט דער רבי אויך צי דעם רש"ב
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

צוויי פרטים איבער תולדות המהרש"ב.
1) דער מהרש"ב איז געווען אן איידעם ביי זיין פעטער ר' יוסף יצחק מאווריטש בן הצמח צדק וחתן ר' יעקב ישראל מטשערקאס.
2) זיין זוהן דער מהריי"צ איז געווען א בן יחיד.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

איך ברענג אהער פון אן אנדערע סייט א שטיקל ביוגראפיע


ב' ניסן: יאהרצייט אדמו"ר מוהרש"ב נ"ע מליובאוויטש

היום, ב' ניסן הוא יום היאהרצייט הילולא של כ"ק אדמו"ר מוהרש"ב נ"ע מליובאוויטש.

נולד ביום כ' מרחשוון תרכ"א כבנו השני של האדמו"ר המהר"ש. ונקרא שלום דובער. שלום ע"ש הרה"ק ר' שלום שכנא אבי ה"צמח צדק", ודובער ע"ש כ"ק אדמו"ר האמצעי.

נשא את בת דודתו הרבנית הצדקנית מרת שטערנא שרה - בת הרה"ק ר' חיים שניאור זלמן מרצ'יצא בן ה"צמח צדק" וחתן הרה"ק ר' יעקב ישראל מצ'רקאס (בהרה"ק ר' מוטל מצערנוביל וחתן כ"ק אדמו"ר האמצעי נ"ע).

לאחר הסתלקות אביו בי"ג תשרי תרמ"ג סירב לקבל את הנשיאות, אך אמר מאמרי דא"ח וקיבל ליחידות יחד עם אחיו המבוגר הרז"א נ"ע.

בתשרי תרנ"ד (כעשר שנים אחרי הסתלקות אביו) קיבל את כתר נשיאות חב"ד גם באופן רשמי. ורבים נהנו ממנו עצה ותושיה.

באלול תרנ"ז הקים את ישיבת תומכי תמימים בליובאוויטש. ובכך קבע - למעשה - סטנדרטים חדשים לחסידות חב"ד.

באלול תרע"ז ברח מליובאוויטש (מאימת מלחמת העולם הראשונה) - עד שהתיישב ברוסטוב על-נהר דון.
לשם גלתה ליובאוויטש, ושם שהה עד הסתלקותו בב' ניסן תר"פ.

קודם הסתלקותו אמר לבנו יחידו וממלא מקומו אדמו"ר הריי"צ נ"ע : איך גיי אין הימל און די כתבים לאז איך אייך.
קרעניצער אייניקל
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 24, 2008 6:22 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעניצער אייניקל »

יאסל האט געשריבן:איך ברענג אהער פון אן אנדערע סייט א שטיקל ביוגראפיע


ב' ניסן: יאהרצייט אדמו"ר מוהרש"ב נ"ע מליובאוויטש

היום, ב' ניסן הוא יום היאהרצייט הילולא של כ"ק אדמו"ר מוהרש"ב נ"ע מליובאוויטש.

נולד ביום כ' מרחשוון תרכ"א כבנו השני של האדמו"ר המהר"ש. ונקרא שלום דובער. שלום ע"ש הרה"ק ר' שלום שכנא אבי ה"צמח צדק", ודובער ע"ש כ"ק אדמו"ר האמצעי.

נשא את בת דודתו הרבנית הצדקנית מרת שטערנא שרה - בת הרה"ק ר' חיים שניאור זלמן מרצ'יצא בן ה"צמח צדק" וחתן הרה"ק ר' יעקב ישראל מצ'רקאס (בהרה"ק ר' מוטל מצערנוביל וחתן כ"ק אדמו"ר האמצעי נ"ע).

לאחר הסתלקות אביו בי"ג תשרי תרמ"ג סירב לקבל את הנשיאות, אך אמר מאמרי דא"ח וקיבל ליחידות יחד עם אחיו המבוגר הרז"א נ"ע.

בתשרי תרנ"ד (כעשר שנים אחרי הסתלקות אביו) קיבל את כתר נשיאות חב"ד גם באופן רשמי. ורבים נהנו ממנו עצה ותושיה.

באלול תרנ"ז הקים את ישיבת תומכי תמימים בליובאוויטש. ובכך קבע - למעשה - סטנדרטים חדשים לחסידות חב"ד.

באלול תרע"ז ברח מליובאוויטש (מאימת מלחמת העולם הראשונה) - עד שהתיישב ברוסטוב על-נהר דון.
לשם גלתה ליובאוויטש, ושם שהה עד הסתלקותו בב' ניסן תר"פ.

קודם הסתלקותו אמר לבנו יחידו וממלא מקומו אדמו"ר הריי"צ נ"ע : איך גיי אין הימל און די כתבים לאז איך אייך.

יאסל: דער רעביצין איגעווען א טאכטער פון ר' יוסף יצחק מאוורוטש בן הצמח צדק ווי מיללער האט געבראכט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין ליובאוויטש איז געווען איינע פון די רבי'ס וואס מען האט גערופען דער רבי, דער רש"ב, דער ערשטער ליובאוויטש'ער רבי איז געווען דער הייליגער בעל התניא דערנאך איז געווען דער מיטעלער רבי דאס איז געווען דער רבי ר' דוב בער, נאכדעם האט איבער גענומען אן איידעם פון דעם מיטעלער רבי'ן דאס איז געווען דער מחבר פון דעם ספר צמח צדק, ער אליין איז געווען א אייניקעל פון הייליגען בעל התניא אויך דורך זיין מאמע, דערנאך איז געווען דער רבי, דער מהר"ש, ר' שמואל האט ער געהייסען ער איז געווען דער 4טע זיהן פונעם צמח צדק, אין דערנאך איז געווען דער רבי, דער רש"ב, דער רבי דער רש"ב איז געבוירן כ' חשון תרכ"א, די סדר אין די משפחה פון חב"ד איז געווען אז מען איז געגאנגען ביי די געבורט'ס טאג נעמין הדרכה פון דעם רבי'ן, מיר וועלין דערציילען עפעס וועגען, ווען דער רבי דער רש"ב איז געווארין 15 יאר אלט.
געווען איז דאס כ' חשון תרל"ו. דער רש"ב איז שוין דעמאלט'ס געווען א אינגערמאן (חתונה געהאט) אין אזוי ווי עס איז געקומען זיין יום הולדת האט ער געוואלט גיין צו זיין טאטע'ן נעמין הדרכה, אין ער איז געגאנגען פרעגין זיין טאטע ווען זאל איך קומען הערן הדרכה: ער האט געוואוסט אז עס קען קומען איינע פון די דריי תשובות. 1) אינדערפרי. 2) פארטאג'ס. 3) ביינאכט. און מען האט שוין געוואוסט אז אינדערפרי מיינט: 6:00 אינדערפרי. פארטאג'ס האט געמיינט 4:00 פארטאג'ס. ביינאכט האט געמיינט צווישען 2 אין 3 ביינאכט. האט ער געפרעגט זיין טאטע'ן דעם רבין דער מהר"ש, ווען זאל איך קומען האט דער טאטע געזאגט אז ער זאל קומען ביינאכט. וויסענדיג אז ביינאכט מיינט צווישען 2 אין 3 האט ער זיך קודם אראפ געלייגט אויף א דריי שעה זיך אויסצורועהן די ערשטע העלפט פון די נאכט, און אזוי שלאפענדיג האט ער זיך עפעס געחלומט א אינטערסאנטע וויכטיגע חלום, אבער ווי נאר ער האט זיך אויפגעכאפט פון שלאפ אין דערזעהן אז דער זייגער ווייזט שוין אט אט 2 אזייגער האט ער נישט געהאט קיין צייט צופיל צו טראכטען פון דעם חלום, נאר ער איז געווען זייער אלעדיג אנצוקומען צום טאטע'ן אין צייט, אבער דאך האט די חלום אים נישט געגעבן צופיל רוהיגקייט, ווייל ער איז געווען שטארק פאראינטערסירט ווער עס זענען געווען די אומבאקאנטע געשטאלטען אין חלום, ווי נאר ער איז אהנגעקומען צום טאטע'ן האט דער טאטע אנגעהויבן מיט אים צו לערנען א מאמר פונעם הייליגען בעל התניא (זכר רב טובך) אין דערנאך פרעגט דער טאטע דעם זוהן: קינד מיינ'ס וואס האסטו געחלומ'ט פריער?, דער רש"ב איז געווארין נאכמער אויפגעציטערט הערנדיג אז דער טאטע ווייסט שוין אויך פון זיין חלום, און פאר שרעק האט ער גארנישט געענטפערט. האט אים דער טאטע געזאגט זאג מיר זאג מיר מיין קינד! דארפסט נישט מורא האבען!, און דער טאטע פרעגט אים וועמען האסטו דערקענט אין דיין חלום? האט ער גאזאגט איך האב דערקענט דעם זיידע'ן דעם צמח צדק, אין אזוי אויך האב איך דערקענט דעם טאטע'ס צוויי עלטערע ברודער'ס וואס לעבן שוין נישט, וואס דאס זענען געווען: הצדיק ר' יודא לייב זי"ע הצדיק ר' ברוך שלום זי"ע, די דריי מענטשען האב איך דערקענט אין חלום. פרעגט אים דער טאטע: זאג מיר וויפיל מענטשען האסטו געזעהן דארט? אין ווי אזוי זענען זיי געזעצן אויסגעשורה'ט?, אין איך וועל דיר דערנאך קענען זאגען אויף יעדעם ווער ער איז געווען!, אין דער רבי דער רש"ב האט געענטפערט פארן טאטע'ן אז ער האט געזעהן איין אויבערשטע שורה פון 2 מענטשען, און אן אינטערשטע שורה פון 7 מענטשען, האט אים דער טאטע געזאגט קום און איך וועל דיר דערציילן די 2 אויבערשטע זענען געווען דער הייליגער בעל שם טוב הקדוש, אין דער צווייטער איז געווען דער הייליגער מגיד פון מעזריטש, און אונטען זענען געזעצן דער הייליגער בעל התניא, און דער מיטעלע רבי, און דער צמח צדק וכו' אין ער האט אים אויסגערעכינט אויף יעדעם איינעם ווער ער איז.
האט געזאגט דער רש"ב פאר זיין טאטע'ן אויב אזוי אז איך ווייס שוין ווער זיי זענען קען איך דיר איבער זאגען די תורה'ס וואס איך האב פון זיי זוכה געווען צו הערין. און ער האט טאקע איבער געזאגט די תורה פון דעם בעל שם, מגיד , בעל התניא, וכו', און מען האט עס אראפגעשריבען שפעטער האט מען דאס געדרוקט, אינמיטען די תורה וואס דער הייליגער בעל שם הקדוש האט אים געזאגט האט ער אים אויך דערציילט א מעשה,
זאגט דער בעל שם: ווען איך בין געווען א יונגערמאן פון 20 יאר אלט האב איך זיך ארום געדרייט פון שטאט צו שטאט זיך צו טרעפין מיט די צדיקים נסתרים, אין אזוי אויך פלעג איך ארום גיין פון שטאט צו שטאט אין שטיין אין מארק אין רעדין מיט די פשוטי עם פארברענגען מיט זיי, שמועסן פון אמונה, בטחון, אין אריין לייגען אין זיי אהבת ה', יראת ה', איינמאל איז מיר אויסגעקומען אין יענע צייט צו זיין און שטאט "בראד" צוזאמען מיט מיינע חברים ר' אפרים און ר' עזריאל פון די צדיקים נסתרים, אין אזוי ווי געווענטליך האב איך זיך געשטעלט אין מארק און געשמועסט מיט די פשוטי עם, די תמימות'דיגע נשמות, און אויפגעהויבן זייערע רוחות צום אייבירשטען, אינמיטען זעה איך דארט א דורך גיין א איד מיט א פעקל אויף די פלייצע, די פעקל איז געווען א שווער פעקל מעהל, און ער גייט אזוי מיט זיין פעקל, זיין אויסזעה איז געווען שרעקליך פארארימט, א דארער, די ביינער האבן זיך ארויסגעזען פון אים, אין אזוי גייט ער מיט זיין פעקל אין יעדער וואס זעהט אים גריסט אים עפעס, איינער זאגט הערשעלע טראג געזונטערהייט! און ער ענטפערט צוריק זייט געזונט זייט מצליח, אין אזוי אנדערע זאגין אים, הערשעלע ציג, ציג, אין ער ענטפערט יעדעם צוריק מיט א שמייכעל אין מיט א זיסקייט, און גייט ווייטער, זאגט דער בעל שם: איך האב געזעהן אויף דעם איד א אור א לעכטיגקייט, אזא שטארקע וואס איך האב נאך אויף קיין שום איד נישט געזעהן, און דער בעל שם הקדוש איז געווארן זייער פאראינטערסירט וואס מיט דעם איד גייט פאר? אז אויף אים זעהט ער אזא לעכטיגקייט, דער בעל שם האט זיך גלייך נאכגעפרעגט ביי די מענטשען אין שטאט ווער איז ער?, וואס איז זיין נאמין? וואס טוהט ער?, אין די מענטשען האבען דערציילט אז דער איד איז א שלעפער, וואס דאס מיינט זיין פרנסה קומט פון שלעפין פעקליך פאר מענטשען, איז נעבעך אן אלמן שוין צען יאהר אין זייט זיין ווייב איז אוועק איז זעהט אויס עפעס צוגערירט געווארן ביי אים, ווייל ער האט זיך איינגעקויפט 4 ציגען אין אין זעהט אויס אז ער האט ליעב די ציגן מילך, און ער לעבט מיט זיי ווי זיי וואלטען געווען זיין משפחה, און ער ארבייט זייער שווער פאר זיין פרנסה און אלעס וואס ער פארדינט לייגט ער אריין און די ציגען זיי צו קויפן בעסערע עסין זיי זאלען זיין פעטער און בעסער, און פאר זיך אליין פארגינט ער זיך נישט גארנישט פון דאס געלט, און אזוי גייט ער ארום מיט פארלאטעטע קליידער, ווי א ארימע שלעפער, און יעדער אין די שטאט טשעפעט מיט אים און מען זאגט אים, הערשעלע ציג.
דער בעל שם הק' הערט נאך נישט וואס ער וויל הערן, ער דערגייט נאכנישט פארוואס דרייט זיך דער איד ארום מיט אזא אור, דער בעל שם הק' האט זיך נאכגעפרעגט ביי די צדיקים נסתרים פון שטאט, צו וויסען צו איינער פון זיי ווייסט אפשר פון א באהאלטענע צדיק הערשעלע, אבער קיינער האט נישט געהערט פון אזא באהאלטענע צדיק. דער בעל שם האט נישט געקענט דערגיין וואס מיט דעם איד איז.
דער הייליגער בעל שם האט מחליט געווען, אז ער גייט פאסטען א תענית הפסקה פון מוצאי שבת, א דרייערל, דריי מעת לעת, אין איין ציה, זונטאג, מאנטאג, אין דינסטאג, אז פון הימעל זאל מען אים מגלה זיין וואס מיט דעם איד איז, און פארוואס עס שיינט אויף אים אזא גרויסער אור.
נאך דריי טעג פאסטען געווען איז עס שוין דינסטאג פאר נאכט און דער בעל שם באגעגנט זיך מיט דעם הערשעלע, דער בעל שם הקדוש איז צו געגאנגען צו אים און אים געזאגט: איך בין זייער הונגעריג און דארשטיג, איך האב שוין אפאר טעג נישט געגעסין געהעריג, און איך האב געהערט אז דו האסט ביי דיר ציגען מילך, אפשר וואלסטו מיט מיר געטוהן א חסד אין פארקויפט א גלעזעל ציגן מילך, פאר די פולע פרייז. דער הערשעלע ענטפערט פארן בעל שם, פארקויפן נישט! איך וועל אייך געבן א גלעזעלע מילך, קומט מיט מיר צו מיין היים, און דער בעל שם הק' איז נאכגעגאנגען דעם איז ביז ערגעץ און עק שטאט און א פארארימטע געגענט, ווי עס האבען געוואוינט גרויסע ארימעלייט, און א גאס וואס מען איז געזונקען אין הלאטע'ס, און דארט זענען געווען הייזער איינ'ס ערגער ווי די צווייטע, איין הויז האט געפעלט א וואנט, אין איין הויז האט געפעלט א שטיקעל דאך, וכו' וכו', און אין איינע פון די אלטע הייזער האט געוואוינט דער הערשעלע, און ווי נאר ער מאכט אויף די טיר לויפן אים אנטקעגין די ציגען און זיי לעקן אים, און זיי פרייען זיך צו אים, און ער פרייט זיך זייער מיט זיי, אזוי האט ער גענומען א גלעזעל און ער האט אויסגעמעלקט א גלעזעל ציגען מילך פון איינע פון די ציגען און עס דערלאנגט פארין בעל שם הקדוש.
דערנאך זעצט ער זיך אוועק הארט נעבן דעם בעל שם הקדוש און ער הייבט אן מיט אים צו רעדין, און ער דערציילט פארן בעל שם הקדוש זיין מעשה, זיין היסטאריע, דערציילט ער פארן בעל שם הק', אז פאר צען יאהר צוריק איז אוועק פון די וועלט זיין אשת חיל, וואס זי איז געווען גאר א חשובע פרוי, א ערליכע, און זי פלעגט זיין א אויסערגעווענליכע בעלת חסד, זי פלעגט אייביג גיין אין שפיטעלער, באזוכן קראנקע, און קינדפטארין'ס און זיי געגעבין צו עסין צו טרינקען געהאלפען אביסעל ארויס גיין, און זיי מחזק געווען און געשטארקט, אבער דאס האט זי געטוהן טאג און נאכט, זי האט ממש געלעבט פון דעם, איר חיות איז געווען א טובה טוהן א איד. אבער ווען זי איז אוועק האט זי די איידעלע און גוטע לעבנ'ס שטייגער אוועק גענומען פון אונז. אפאר טאג נאך איר פטירה איז זי געקומען צו מיר און חלום, און זי זאגט מיר, אז זי פלעגט גיין אין בית המדרש שבת נאכמיטאג ווען די מגידים פלעגין קומען רעדין מוסר דרשות און שוהל, און זי פלעגט הערין ווי זיי זאגען ווי אזוי עס קוקט אויס נאך די פטירה פון א מענטש, אז ווען מען לייגט אים אריין אין גרוב קומען צו לויפן שרעקעדיגע מלאכי חבלה, און זיי ווארפען א פחד אויף דעם גאנצען מענטש און זיי פרעגין: ווי אזוי הייסטו, און פון גרויס פחד קען מען פארגעסין די נאמען, און זיי כאפן אן דעם מענטש און זיי דרייען מיט אים ארום, און מען ווארפט אים אריין אין כף הכלא, און הערשט נאך א לאנגע צייט קען מען הערשט אנקומען צום גיהנום, אויב מען האט א זכיה, און נאך צוועלף חדשים אין גיהנום קען מען האבען די זכיה אריין צו גיין און גן עדן, אבער ביי מיר האט זיך דאס אינאנצען אנדריש אויסגעשטעלט, אזוי ווי מען האט מיך באדעקט, און מיינע קינדער האבען אנגעהויבן זאגען קדיש, האב איך גלייך געזען מחנות פון שיינע ריינע ווייסע מלאכים, וואס זענען געקומען דארט, און ווען מען האט געזאגט יתגדל ויתקדש שמיה רבא, האבען די אלע מחנות נאך געזאגט, אמן! כן יהי רצון. דערנאך זענען זיי צו געקומען צו מיר און מיך ארויף געברענגט צום כסא הכבוד, און זיי האבן מיר געפרעגט מיין נאמין און איך האב גלייך געוואוסט אז מיין נאמין איז רחל לאה, איך האב עס נישט פארגעסין, ווען מען איז אנגעקומען פארן כסא הכבוד, האב איך פלוצלינג געזען א ריזיגע מחנה, פון מענטשען יונגע און אלטע, שטייען אויסגעשורה'ט פארן כסא הכבוד און ווען איך האב געקוקט גוט האב איך דערקענט אז דארט שטייען אלע מענטשען וואס איך האב אמאל און מיין לעבן א טובה געטון, אנגעהויבען נאך פון אלץ קינד, =זי איז געווען א טאכטער פון ר' דניאל שינדער= (זיין פרנסה איז געווען פין שינדען הויט האט מען אים גערופען דניאל שינדער) ווען מיין טאטע פלעגט מיך שיקען נאך אלץ קליין קינד צו באדינען און העלפין עלטערע און שוואכע מענטשען, פון די מענטשען וואס איך האב דעמאלט'ס געהאלפען, ביז ביז היינט, די אלע וואס זענען שוין געווען אופן עולם האמת, האבן זיך צוזאם געקומען, און זיי האבען אלע אויסגערופען רחל לאה דארף גיין גלייך און גן עדן, גלייך און גן עדן. און דא אויבן אין בית דין של מעלה האט מען דאס אנגענומען און מען האט מיך מיט גרויס כבוד אריינגעפירט אין גן עדן. יעצט הערשעלע מיין מאן, זאלסטו וויסען אז דא אויבן צאלט מען זייער אסאך פאר מענטשען וואס טוהן חסד מיט אנדערע, און דאס איז זייער אסאך ווערד דא אופן עולם האמת, וועגען דעם בין איך יעצט געקומען צו דיר, דיך אנצוזאגען דו זאלסט זעהן צו טוהן זייער אסאך חסד, אבער מיט איין תנאי, אז אלעס וואס דו טוהסט זאלסטו טוהן, שטיל און באהאלטען קיינער זאל נישט וויסען פון דיינע גוטע מעשים, און קיינער זאל דיך פאר דעם נישט מכבד זיין, קיינער זאל פון דעם נישט רעדין.
דערציילט הערשעלע ווייטער פארן בעל שם הק', אזוי ווי איך האב דאס געהערט פון מיין ווייב בין איך געגאנגען און איך האב מיר גלייך געקויפט 4 ציגען, און איך מעלק פון זיי ארויס מילך, איך פאר מיר טרינק איך קיינמאל נישט פון די מילך, נאר איך זיך אויף שטילערהייט, קראנקע, שוואכע, מענטשען און איך געב זיי צו טרינקען פון דעם. א גאנצען טאג ארבעט איך שווער פאר פרנסה, אבער דאס גאנצע געלט וואס איך פארדין לייג איך אריין אין די ציגען, זיי זאלן באקומען בעסער צו עסין, זיי זאלן זיין מער קרעפטיג, זייער מילך זאל געבן מער כח פאר די קראנקע, איך אליין באגעניג זיך מיט קליינע קייטן, איך דארף נישט קיין סאך.
אבער דאס אלעס באהאלט איך זייער שטארק פון יעדעם איינעם, נאר אזוי ווי נעכטען נאכט איז מיין ווייב רחל לאה ע"ה געקומען צו מיר אין חלום, און זי האט מיר געזאגט אז מארגען (דאס מיינט היינט) וועל איך באגעגעגנען א איד וואס וועט מיך בעטין אז ער וויל האבען צו טרינקען אביסעל ציגן מילך, אים זאל איך געבן אין אים שטילערהייט אויסזאגען דעם גאנצען סוד, ווייל ער וועט מיר קענען טוהן א טובה ברוחניות ובגשמיות, דערפאר דערצייל איך אייך די גאנצע מעשה איר זאלט מיר א טובה טוהן ברוחניות אין בגשמיות.
דער הייליגער בעל שם טוב הקדוש האט שוין זייער גוט פארשטאנען, פארוואס אויף דעם איד שיינט אזא אור, און ער איז פארבליבען ביי אים יענע נאכט און אסאך פארברענגט מיט אים, כדי אים א טובה צו טוהן. אינדערפרי האט דער הייליגער בעל שם גערופען איינע פון די צדיקים נסתרים וואס האבען געוואוינט אין בראד, און איז געווען א סטאלער, און ער האט אים געבעטן אז ער זאל ווערין א חברותא מיט הערשאלע, און אים אויסלערנען די הייליגע תורה, זייער חברותא שאפט האט זיך גוט געמאכט, און דער סטאלער האט אים אויסגעלערינט ווי אזוי צו לערנען תורה, ער האט אנגעהויבן מיט אים צו לערנען פון אנהייב חומש, און אזוי ווייטער, ביז משניות, גמרא, און דער אייבירשטער האט דעם הערשעלע געפינט דעם קאפ און ער האט זייער גוט פארשטאנען אלעס, און ביז 5 יאר איז ער שוין געווען א שיינע גרויסע תלמיד חכם, אבער פון אינדרויסען האט ער נאך אלץ אויסגעקוקט די זעלבע, און דער עולם האט נאך ווייטער געטשעפט מיט אים, ווען קיינער ווייסט נישט אז ער איז שוין א גרויסער תלמיד חכם. נאך א צייט האט ער באקומען א גילוי מן השמים אז ער דארף זיך אוועק ציען פון בראד, און אזוי האט ער געטוהן, ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין אניפאלי.
עס איז אנגעקומען די צייט פאר הערשעלע זיך צו טיילען פון די וועלט אין ארויף גיין לישיבה של מעלה, ער איז אין יענע תקופה געווען צו גאסט אין אוסטראהפאלי, און מען האט אים דארט געגעבין א קוואטיר אין הקדש, ווי ער האט גענעכטיגט דארט, און פארשטייט זיך אז מען האט אים אינזין געהאט ער זאל האבען עפעס וואס אריין צו נעמין אין מויל, הערשעלע האט איבער געגעבין פאר די גבאים פון דעם מקום זיין נאמין, אז ער הייסט "צבי בן יחיאל זלמן", אבער מער פון דעם האט ער זיי גארנישט געזאגט ווער ער איז און פון ווי ער איז. און עס האט נישט לאנג גענומען געווען איז עס אלול תרכ"א, און דער ר' הערשעלע איז אוועק פון די וועלט קרוב צו דו הונדערט יאר אלט. די גבאים פון הקדש זענען שנעל געגאנגען איבערגעבין פאר די חברה קדישא, דער ראש פון די חברה קדישא איז געווען א ערליכע איד ער האט געהייסען ר' גדלי' וואלף, האבן זיי אים געזאגט אז און הקדש געפינט זיך א מענטש וואס איז אוועק פון די וועלט און מען דארף זיך אפגעבין מיט אים, אין אים באערדיגן.
פונקט יענע נאכט איז געווען זייער א שווערע וועטער עס האט געבלאזן אויסער געווענליכע ווינטען, און עס איז ממש שווער געווען ארויס צו גיין פון שטוב, דערפאר האט מען קוים קוים, צוזאם געקראצט 10 אידען וואס זאלען מסכים זיין צו קומען צו די לויה, און מען האט אים געמאכט טהרה און געמאכט א לויה און באערדיגט, און דער ראש פון חברה קדישא האט געזאגט א קדיש נאך אים.
דערציילט דער בעל שם טוב הקדוש ווייטער, נאכין באערדיגן האט ער געהאט די זעלבע מעשה ווי רחל לאה, אבער דא זענען מיר אונז שוין ארויס געגאנגען קעגין אים, דער הייליגער בעל שם, און זיין גאנצע חבריא זענען ארויס מקבל פנים זיין אזא איד, און מיט זיי זענען מיט געקומען אלע אלע אידען וועם הערשעלע האט אמאל געטוהן א חסד, און מחיה געווען, און בראש פון די גאנצע מחנה איז געגאנגען דער הייליגער תנא ר' חנינא בן דוסה, וואס איז ארויס געקומען פון זיין היכל פון גן עדן, מקבל פנים זיין אזא איד וואס האט זיך אזוי אוועק געגעבין פאר אידענ'ס וועגען. און פארשטייט זיך אז הערשעלע'ס פלאץ איז געווען אין גן עדן.
פלוצלינג איז געווארן א גרויסע טומל אויבן און הימל, עס האט זיך אויף געשטעלט א מקטרג, און ער האט געפאדערט זייער א ביטערע גזירה, און ער האט געזאגט אזוי: עס איז אוועק אזא צדיק, וואס אלע הימלען קערן זיך איבער וועגען אים, אין די שטאט אוסטראהפאלי, און פון די גאנצע שטאט האבען נאר 10 אידען מיט געהאלטען זיין לויה, ווי איז די כבוד המת, פון אזא אויסערגעווענליכע חשובע מת. און דער מקטרג האט געפאדערט אז מען זאל ארויס געבן א שארפע שווערע גזירה אויף גאנץ אוסטראפאלי, רח"ל. און אלע צדיקים זענען געגאנגען פרובירן צו פוילען, אז מען זאל זיך נישט צו הערין צו דעם מקטרג, אבער דער מקטרג איז געווען זייער שטארק, און קיינער האט נישט געקענט פוילען ביים בית דין של מעלה א ישועה פאר די אוסטראפאלי אידען, עס האט פרובירט אלע פון די חבריא פון בעל שם הק', און דער בעל שם אליין, אפי' רבי חנינא בן דוסה, אבער עס האט קיינעם גארנישט געהאלפען.
פון דערווייטענ'ס האט מען געהערט ווי עס קומט צו גיין א גרויסע מחנה, ווער קומט? רחל לאה קומט! זי קומט מקבל פנים זיין איר מאן, ווען א מחנה פון גוטע מלאכים באגלייטען איר ווי זי גייט, און ווען רחל לאה הערט די ביטערע גזירה וואס דער מקטרג פאדערט, איז זי שנעל געלאפען פארן כסא הכבוד, און זיך גענומען אויסטענה'ן. זאגט זי קודם, פון ווי האבען די אוסטראפאל'ר אידען געדארפט וויסען ווער מיין מאן איז, ער איז געגאנגען אנגעטוהן ווי א ארימע שלעפער, קיינער האט פון אים נישט געוואוסט, נאך שיין פון זיי אז זיי האבען אים אויסגעהאלטען די שטיק צייט וואס ער איז דארט געווען. און נאכמער, אז מיין מאן וועט הערין אז מען האט זיי געשטראפט וועגן אים וועט ער דאס נישט אויסהאלטען!. אזוי אייער מאן וועט עס נישט אויסהאלטען אויב אזוי איז בטל די גזירה. אזוי האט דער הייליגער בעל שם דערציילט פאר דעם רבין דער רש"ב אין חלום.
הכל בכל מכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכל מכל »

איך האב אמאל געזען אז די גאנצע וואס דער צמח צדק האט געוואלט אז דווקא דער יונגסטער זון זיינע זאל זיין דער עיקר יורש איז געווען די כוונה צוליבן רש"ב
די מעשה שטימט אבער נישט אזוי, ווייל ווען דער צמח צדק איז נפטר געווארן, איז דער רש"ב נאכנישט געבוירן געווארן
אפשר איז עס געווען מיט רוח הקודש
הכל בכל מכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכל מכל »

דער רש"ב האט געמאכט פיל ספרים
קונטרס ומעין
קונטרס עץ חיים
קונטרס העבודה
קונטרס התפילה
קונטרס חנוך לנער
בשעה שהקדימו תער"ב
און נאך אסאך
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

דערציילט מען אז ווען רש"ב איז געווען 4 - 5 יאר אלט ער האט געשפילט מיט זיין ברודער רז"א וואס איז געווען מיט עטלעכע יאר עלטערער פון עם. זיי האבן געשפילט (פארט רבי'ס קינדער) אין 'א רבי און א חסיד'. רז"א איז געווען א רבי און רש"ב איז געווען א חסיד. רז"א 'דער רבי' האט זיך אוועקגעזעצט אויף א שטול און רש"ב 'דער חסיד' האט גענומען א 'קוויטל' אין צוגעגאנגען צו אים.
'דער חסיד' האט געזאגט: רבי, ווי קען איך פטור ווערן פון די מחשבות זרות בעת דאווענען.
'דער רבי' האט עם געענטפערט: דארפסט פאסט לערנען חסידות יעדער פרי מארגן פארן דאווענען, גייען אין מקוה, דאווענען באריכות, זאגן גאנץ ספר תהילים יעדן טאג, פאסט תעניתים יעדער מאנטיק און דאנערשטיק, מאכן תקון חצות יעדער נאכט א.ד.ג.
דאן רש"ב האט פלוצעם אויפגעהערט שפילן און געזאגט צו זיין ברודער: ניין, פאסט נישט צו זיין א רבי.
זיין ברודער האט זיך געוואונדערט: פארוואס? איך האב דען געגעבן דיר נישט גוטע 'תיקון'?
און רש"ב האט עם געענטפערט: דיין תיקון איז געווען גאנץ גוט. נאר וואס? פאדערסט פון א איד'ן אזוי פיל זאכן, אינגאנצן ענדערן זיין גאנץ לעבען - איז כאטש גיב דערביי א קרעכץ...

אגב, רז"א ווי באוואוסט האט זיך אפגעזאגט אננעמען אויף זיך נשיאות (כאשט ס'איז געווען לו משפט הבכורה). דערציילט מען אז ער האט געזאגט וועגן דעם אזוי: ביים נעמען נשיאות ס'איז דא בלויז צוויי מעגלעכקייטן - אדער ביסט א רבי, אדער ביסט א ליגנער. איז קיי ליגנער בין איך זיכער נישט.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ערנסטער יקירי,
א דאנק פאר די שיינע עפיזאד און ידיעות, וויאזוי האט דער רז"א געהייסן אויפן נאמען? איז פםארהאן צאצאים פון אים?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ר' זלמן אהרן.
ועמך כולם צדיקים
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

ווי שוין עס איז שוין ערווענט געווארן אין אן אנדער אשכל איז פונעם רש"ב זצ"ל ליידער קיין דורות נישט געבליבן, היות זיין איינציגסטע קינד איז געווען די ריי"ץ, און די ריי"ץ האט געהאט צוויי טעכטער, איינס האט חתונה געהאט מיט די רמ"ש וועלכער האט נישט געהאט קיין קינדער, און די אנדערע האט חתונה געהאט מיט די רש"ג וועלכער האט געהאט נאר איין זון וועלכער האט נישט געהאט קיין קינדער.

ווי עס איז באקאנט זענען די כתבי הרש"ב ממש אויגן באלייכטנדע שריפטן אין די עולם החסידות, אנדערע קוקען עס אן ווי די טויער צו חסידות והבן.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ער האט געהאט דריי טעכטער, די אינגסטע חתונה געהאט צו א הארענשטיין, איז אוועק אין קריג.

דובער [בערקא] גור-אריה האט צוויי אויף צעכטלינג טעכטער.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

הכל בכל מכל האט געשריבן:איך האב אמאל געזען אז די גאנצע וואס דער צמח צדק האט געוואלט אז דווקא דער יונגסטער זון זיינע זאל זיין דער עיקר יורש איז געווען די כוונה צוליבן רש"ב
די מעשה שטימט אבער נישט אזוי, ווייל ווען דער צמח צדק איז נפטר געווארן, איז דער רש"ב נאכנישט געבוירן געווארן
אפשר איז עס געווען מיט רוח הקודש

אויב איז דער רש"ב געבוירן תרכ"א דאן איז ער אלט געווען 6-7 ווען דער צמח צדק איז אוועק
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

ביקסאד האט געשריבן:דובער [בערקא] גור-אריה האט צוויי אויף צעכטלינג טעכטער.


דובער גוראריא איז די זון פון רבי שמרי' ז"ל? און ער האט צוויי טעכטער? און זיי לעבן נאך?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יא, נאך אמאל צוויי אויף צעכטלינג [אדאפטע"ד בלע"ז], יא.
ועמך כולם צדיקים
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

ביקסאד האט געשריבן:יא, נאך אמאל צוויי אויף צעכטלינג [אדאפטע"ד בלע"ז], יא.


בקיצור, קיין דורות פונעם רש"ב איז נישט דא.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ליידער.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

מיללער האט געשריבן:וויאזוי האט דער רז"א געהייסן אויפן נאמען? איז פםארהאן צאצאים פון אים?

ביקסאד האט געשריבן:ר' זלמן אהרן.

זיין פולער נאמען איז געווען ר' שניאור זלמן אהרן.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

א בילד פונעם רז"א
אטעטשמענטס
250pבן המהרשx-הרזא.jpg
250pבן המהרשx-הרזא.jpg (22.04 KiB) געזען 7786 מאל
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

ביקסאד האט געשריבן:ער האט געהאט דריי טעכטער, די אינגסטע חתונה געהאט צו א הארענשטיין, איז אוועק אין קריג.

דער "הארענשטיין" איז ר מנחם מנדל ז"ל וואס ער איז געווען א זוהן פון הרבנית חיה מושקא א טאכטער פונעם מהר"ש נ"ע.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”