ר' יעקב יוסף טווערסקי מסקווירא זצ"ל - ב' ניסן

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

ר' יעקב יוסף טווערסקי מסקווירא זצ"ל - ב' ניסן

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג אפריל 06, 2008 7:07 pm

פיל מעשיות זענען באוואוסט איבער די וואס האבן געדארפט גיין דינען אין מיליטער אין צייטן פון געוויסע מלחמות, און דורך א ברכה און הדרכה פונעם רבי'ן ז"ל זענען זיי פטור געווארן דערפון.


א יוד, וועמענס זון מען האט גערופן דינען אין די מיליטער, איז אים זייער ביטער געווארן און ער איז געקומען צום רבי'ן ז"ל מזכיר צו זיין וועגן זיין זון. פרעגט אים דער רבי צי דער זון האט אמאל געליטן פון עפעס א מיחוש? צי איז ער אמאל נישט-געזונט געווען? זאגט דער איד: ניין רבי! מיין זון איז א געזונטער בחור און דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל ווייטער זיין געזונט. אבער דער רבי פרעגט אים נאכאמאל: "אפשר דאך, אפשר עפעס". נו, אז דער רבי עקשנ'ט זיך אזוי איין, זאגט ער: אמאל אלץ פיצל קינד האט ער געליטן פון קניען ווייטאג, אבער גארנישט מער.
"אה, גוט" - זאגט דער רבי צו אים - "ווען דער זון וועט גיין צו די דאקטורים וועלכע קוקן צי מ'איז געזונט און פעאיג צו דינען אין מיליטער, זאל ער אויך זאגן אז ער האט געליטן פון דעם דאזיגן מיחוש. דער רבי האט אים אנגעוואונטשן און געזעגנט.
צום באשטימטן טערמין האט דער זון זיך געשטעלט, און דער פראפעסער האט אים אונטערגעזוכט און פעסטגעשטעלט אז ער איז א געזונטער יונג וואס איז גרייט צו דינען אין די מיליטער. נאך אים איז אריינגעקומען א גרעסערער דאקטאר פון א העכערן ראנג, און ווען יענער האט געהערט אז ער האט געליטן פון א ווייטאג אין די קני, האט ער באלד פארשיקט דעם בחור זאגנדיג: אזא איינער קען נישט דינען אין די ארמיי!...
לעצט פאראכטן דורך זיידעניו אום זונטאג אפריל 06, 2008 10:34 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג אפריל 06, 2008 7:08 pm

נאך אין רומעניא זענען געקומען אכצן בחורים זיך מזכיר זיין אז זיי דארפן זיך שטעלן צו מיליטער און דער רבי האט זיי אנגעוואונטשן. יענעם נאכט און אויך אינעם קומענדיגן טאג איז דער רבי ז"ל געווען זייער צוטראגן און ער האט גארנישט אויסגערעדט און פארנאכט זענען אנגעקומען זעכצן בחורים מיט די בשורה אז זיי זענען באפרייט. פאר דער רבי האט זיך געשטעלט דאווענען מנחה, האט דער רבי געזאגט פאר'ן גבאי אין לשון הקודש: "חסר עוד שנים" (עס פעלט נאך צוויי, וועלכע זענען נאכנישט צוריקגעקומען). נאך מנחה זענען די איבריגע צוויי אנגעקומען. אבער דער רבי ז"ל האט זיי געפרעגט: היתכן מען קומט נישט, איבערגעבן די בשורה אז מען איז באפרייט געווארן.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג אפריל 06, 2008 7:08 pm

ביי די מלחמה אין קארעא, זענען פיל אידן געקומען צום רבי'ן ז"ל בעטן א ברכה אז מען זאל נישט דארפן גיין אין מיליטער, צווישן זיי איז געווען א יוד מיט זיין קינד, א פארגרעבטער יונג, באוואקסן מיט האר. דער רבי ז"ל האט געקוקט אויף דעם בחור'ל און געזאגט: דער אייבערשטער זאל העלפן, זאלסט האבן אזויפיל חן אין זייערע אויגן ווי אין מיינע... אזוי איז טאקע געווען, ער איז זיך געגאנגען אונטערזוכן צי ער איז פאסיג פאר די מיליטער, און פלוצלינג איז אריינגעקומען איינער פון די הויכע באאמטע, ער האט אים אנגעקוקט און געזאגט: גיי אוועק פון דא! - ער איז אים נישט געפעלן געווארן.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג אפריל 06, 2008 7:09 pm

אמאל איז געקומען צום רבי'ן ז"ל א בחור זייער דערשראקן און באזארגט, און ער האט זיך מזכיר געווען אז מען האט אים גערופן צו דינען אין די דייטשע מיליטער, און ער וויל אז דער רבי זאל מתפלל זיין פאר אים פאר א ישועה. דער רבי ז"ל רופט זיך אטן צו אים: "ווען דו וועסט זיך קומען אונטערזוכן, וועסטו דארט זען דריי דאקטורים, קוק נישט אויף דער וואס זיצט רעכטס און קוק נישט אויף דער וואס זיצט לינקס; דו דארפסט צוגיין צו דעם דאקטאר וואס זיצט דער מיטלסטער".
און אזוי איז טאקע געווען. צוריקקומענדיג פונעם אונטערזיכונג האט ער מיט איין שמחה דערציילט: "איך בין צוגעגאנגען צו דעם מיטלסטן דאקטאר, איך האב אים געברענגט מיין 'איינלאדענונגס צעטיל" אז ער זאל דאס איבערקוקן. דער דאקטאר האט דאס אדורכגעקוקט, און ווען ער איז אנגעקומען צום לעצטן שורה, האט ער צוריסן דעם פאפיר אויף פיצלעך און עס אוועקגעווארפן זאגנדיג צו מיר 'דו ביזט נישט גוט צו ארבעטן אין די מיליטער'. איך שטיי און איך וואונדער זיך דערויף, און ער נעמט דעם זיגל אין האנט און זיגלט מיר א באפרייאונגס צעטיל!..."

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג אפריל 06, 2008 7:09 pm

אין די מלחמה צייטן אין רומעניא ביי די רשעים ימ"ש, איז געווען א איד אין יאס, גאר א פשוטער אבער מיט שטארקע אמונה, איז ער אריינגעגאנגען צום רבי'ן, און געזאגט אז ער וויל מאכן מיט'ן רבין א געשעפט: וואס דארף ער גיין דינען עושסטו, ער קען דאך ענדערש דינען ביי יעק"ב, דער רבי זאל אויסבעטן פאר אים אז מ'זאל אים נישט נעמען צום ארבעטן און ער וועט באדינען אין שטוב אלס וואס מען דארף. ער איז געווען א פעסט-געבויטער און ער האט זיך באלד גענומען ארבעטן ביים רבי'ן, און כך הוה מ'האט אים נישט אריינגערופן צו די ארבייט.
ביים סוף פון די קריג, האט ער באקומען אחן איינלאדענונג, אז אזויווי מען וויל באפרייען די אידן וואס ארבעטן ביז איצט אין מיליטער, זאל ער זיך שטעלן צום מיליטערישן רעגימענט וואס מען שיקט אנשטאט זיי. איז ער געקומען צום רבי'ן ז"ל און דער רבי האט אנגעוואונטשן אז ס'וועט זיין גוט. [דער רבי האט נישט געוואלט אים אנוואונטשן אז מען וועט אים נישט נעמען, וויל דורכדעם וועט דאך אחן אנדערער איד בלייבן אין מיליטער אנשטאט אים].
גייט אדורך א וואך און צוויי און די צייט איז אנגעקומען, האט ער דערציילט דעם רבי'ן אז מ'וויל אים - צוזאמען מיט נאך צוואנציג-דרייסיג אידן - אוועקשיקן קיין פאדאלעיא. זאגט אים דער רבי ווידער: דער אייבערשטער וועט העלפן, אבער דער לעצטער טאג האט זיך צוגעריקט און דער איד איז געווען א מגושמ'דיגער דארפסמאן, לויפט ער אריין צום רבי'ן: רבי! וואס איז גרעסער? די סטרא דקדושה אדער די סטרא אחרא?... רופט זיך דער רבי אטן: גיי, און דער אויבערשטער וועט דיר העלפן, איז ער געגאנגען מיט אמונת צדיקים.
דער אפיציר פון יאס איז געווען א באוואוסטער שונא ישראל ימ"ש. ווען ער איז אנגעקומען און געזען אידן, האט ער זיך גענומען שרייען: זשיד, שוין זאל מען פארזיגלען די פאפירן און זיי אוועקשיקן צו די באן. דער אפיציר האט זיך אפגעזאגט זיין פסק, און דאס איבריגע האט ער געלאזט פאר א קלענערן אפיציר. דער קלענערער אפיציר האט יעצט געדארפט גרייט מאכן די פאפירן צו באפרייען די דארטיגע אידן, און אהינשיקן דעם פרישן טראנספארט מיט אידן פון יאס קיין פאדאלאיע. ער האט מיטגענומען מיט זיך א זשאנדאר וועלכער האט געדארפט מיטפארן און אויספירן די שליחות. אנקומענדיג מיט די אידן, האבן זיי געזען אז דער באן איז שוין אנגעפאקט מיט מענטשן און ס'נישט מעגליך אריינצולייגן נאך א יוד. האט דער אונטער-אפיציר אנגעכאפט דעם דזשאנדאר אים מיט כח ארויפגעזעצט אויף די באן מיט די באפרייאונגס פאפירן פאר די דארטיגע אידן, און קיין פרישע האט מען נישט געשיקט נאר מ'האט זיי אהיים געלאזט פריי... דער איד איז צוריקגעקומען צום רבי'ן ז"ל דערציילן די גוטע בשורה, האט דער רבי אים געזאגט: אט טאקע דאס האב איך געמיינט!...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג אפריל 06, 2008 7:11 pm

א יוד וועלכער האט דורכגעלעבט די מלחמה יארן אין אייראפע. נאכ'ן קריג איז ער געקומען קיין אמעריקא עלנד און פאר'יתומ'ט פון זיינע עלטערן ל"ע, און ליידער אויך אינגאצן אפגעפרעמדט פון אידישקייט. געוואוינט האט ער ביי זיינס א פעטער, וואו דארט האט ער איין טאג - ס'דאן געווען אין אמעריקא מלחמה צייט - באקומען א באפעל זיך צו שטעלן צו מיליטער. בלית ברירה איז ער געגאנגען זיך אונטערזיכן אויב ער איז פאסיג צו דינען אלס סאלדאט אין די ארמיי, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער איז געזונט-און-שטארק און פולקאם ראוי צו גיין אין מלחמה.
איין טאג איז ער געפארן קיין וויליאמסבורג וואו זיין מומע האט געוואוינט, האט ער זיך אויסגעוויינט פאר דעם מומע אויף זיין מצב, ווי ער האט שוין דורכגעמאכט אזא ביטערע מלחמה, בלייבנדיג איינזאם אטן זיינע עלטערן, און דא א פרישע צרה אויף זיין קאפ, ער דארף גיין זיך שטעלן אין מיליטער. הערט מיר צו - זאגט אים די מומע - דא אין וויליאמסבורג וואוינט דער סקווירא'ר רבי וואס אסאך אידן ווערן ביי אים טאג טעגליך געהאלפן, גיי אריבער צו אים, און בעט ביי אים א ברכה.
דער בחור איז אריבערגעקומען צו דער רבי ז"ל, און האט זיך דארט צעוויינט דערציילנדיג פאר'ן רבי'ן זיין גאנצער פרשה, און ער בעט דער רבי זאל אים געבן א ברכה. דער רבי ז"ל גיט אים א קוק אטן און פרעגט אים: וואו איז דיין ציצית? דער בחור וועלכער איז ליידער געווען דערווייטערט פון אידישקייט, האט אזוי א מאך געטון מיט די האנט ווי צו זאגן אז דא אין אמעריקא דארף ער נישט די זאכן. האט אים דער רבי ז"ל געזאגט: גייטס אין געשעפט, און קויפט'ס אייך א גרויסן טלית קטן, און טוט דאס אטן, און בשום אופן אויף קיין פאל זאלט איר דאס נישט אויסטאן! דער בחור האט מיט גרויס אמונת צדיקים געפאלגט ווי דער רבי האט געהייסן און זיך אנגעטון א גרויסן טלית קטן.
עס איז געקומען די צייט ווען עס האבן געדארפט אפפארן א גרופע סאלדאטן - צווישן זיי אויך דער בחור - מיט'ן שיף פון אמעריקא, איז מען דורכגעגאנגען נאך א אינטערזיכונג ביי א דאקטאר. עס זענען אריין 50 סאלדאטן אויפאמאל אין שטוב, און דער דאקטאר צוזאמען מיט'ן אפיציר זענען דורכגעגאנגען א אינטערזיכונג ווער עס איז ראוי א.א.וו.
בשעת'ן בדיקה, האט מען געדארפט אראפנעמען די מלבושים, דער בחור וועלכער האט זיך אויך געפונען אין שטוב האט אויסגעטון זיין העמעד, אבער געבליבן אנגעטון מיט'ן טלית קטן ווי דער רבי ז"ל האט אים באפוילן. דער דאקטאר איז דורכגעגאנגען צווישן די אלע סאלדאטן, ביז ער איז אנגעקומען צו אים, ער גיט א קוק אטן דעם בחור. "טו דאס אויס" - באפעלט ער אים. "ניין!" - ענטפערט דער בחור - "איך טו עס נישט אויס!" דער דאקטאר האט אים נאכאמאל געהייסן ער זאל אויסטון, אבער ער האט נאכאמאל ערקלערט פאר'ן דאקטער אז ער וועט עס בשום-אופן נישט אויסטון.
דער דאקטאר קוקט אים נאכאמאל אטן, און מיטאמאל גיט ער אים א זאג: "וואס איז דאס דער רויטער צייכן אויף דיין האלדז?! דו קענסט נישט גיין אין מיליטער! און תיכף שיקט ער אים ארויס.
אינגאנצן צומישט גייט ער ארויס, נישט כאפנדיג פונקטליך וואס דא האט זיך אפגעשפילט, ער טוט זיך אטן זיינע מלבושים, ווען ער איז שוין געווען גרייט צו גיין, טרעפט ער דעם דאקטאר שוין ארויסקומענדיג פון שטוב, לויפט ער צו צום דאקטער מיט איין שרעק: "וואס האסטו געזען אויף מיין האלדז?"
מיט א שמייכל ענטפערט אים דער דאקטער: זאלסט וויסן, איך בין אויך א איד אזויווי דו, אז איך האב געזען אז דו ביסט אזוי פאר'עקשנ'ט נישט אויסצוטון דעם ציצית, האב איך פארשטאנען אז דו אלס ערליכער יוד באלאנגסט נישט דארט אין מיליטער, א פלאץ וואו ס'איז גאר שווער אפצוהיטן אידישקייט, דערפאר האב איך זיך אויסגעזוכט עפעס א תירוץ צוליב דעם אפיציר וועלכער איז מיט מיר מיטגעגאנגען און איך האב דיר באפרייט!...
דער בחור איז שטארק איבערגענומען געווארן פון דעם אפענעם מופת, און איז נתקרב געווארן צו אידישקייט ביז ער איז געווארן א ריכטיגער בעל תשובה, און האט אויפגעשטעלט ערליכע דורות.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג אפריל 06, 2008 7:11 pm

א יוד איז געקומען צום רבי'ן ז"ל אז מ'האט אים גערופן צו מיליטער, האט אים דער רבי ז"ל געזאגט אז ער זאל גיין און ס'וועט גארנישט זיין. א גאנצע וועג האט ער פאר נערוועזקייט געביסן די פינגער'ס [א זאך וואס ער פלעגט קיינמאל נישט טון] אזש אז ס'איז געקומען בלוט. שפעטער, ווען מען איז אנגעקומען צום דאקטאר, האט ער אים באלד באפרייט צוליב'ן פארבלוטיגט'ן פינגער.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג אפריל 06, 2008 7:12 pm

דערציילט א יוד: אין יאר תשי"א בין איך אנטלאפן פון די קאמוניסטישע אונגארן און איך האב אויסגעוואנדערט קיין עסטרייך, וואס פון דארט האט מען געקענט משתדל זיין צו פארן קיין ארץ ישראל אדער אמעריקא. אנקומענדיג קיין וויען, די הויפט שטאט פון עסטרייך, מיט עטליכע חברים, אליין אטן די עלטערן, האב איך געזען פלאקאטן פון די אמעריקאנע קאנסול אז בחורים אין די עלטער פון 18 ביז 25 יאר האבן די געלעגנהייט צו ווערן אמעריקאנער בירגער, און קענען פארן אויף אמעריקא. די סיבה דערפון איז געווען ווייל דעמאלטס איז פארגעקומען די קארעאר מלחמה, און די אלע בחורים וואס זענען געווארן בירגער, האט מען זיי תיכף ביים אנקומען קיין אמעריקא אריינגערופן אין מיליטער.
איך האב נישט געוואוסט וואס צו טון - דערציילט דער איד ווייטער - ביז איין טאג האב איך געטראפן החסיד ר' מנשה זונדל קעניג ז"ל, ער האט מיר מקרב געווען און זיך אינטערסירט אין מיין מצב, האט ער מיר געזאגט: שרייב זיך איין קיין אמעריקא, און דארט אין אמעריקא וואוינט דער סקווירא'ר רבי, ווען דו קומסט דארט אטן, זאלסטו גלייך אהינגיין, און דו דארפסט גארנישט מורא האבן, ווייל מיט'ן כח פון רבי'ן וועסטו געראטעוועט ווערן פון מיליטער.
כ'האב אזוי געטון, צוזאמען מיט מיין חבר וואס ער איז שוין נעבעך נישט געווען ערליך, און מיר האבן זיך שוין גאר אין קורצן געטראפן אויפ'ן שיף פארנדיג קיין ניו יארק.
אנקומענדיג קיין ניו יארק, ביך איך גלייך געפארן צום רבי'ן. מיר - וואס כ'בין געווען פרום און ערליך - האט דער רבי אנגעוואונטשן אז כ'זאל באפרייט ווערן; דאגעגן מיין חבר - וואס איז נישט ערליך געווען - האט דער רבי געגעבן א ברכה אויף הצלחה. און אזוי איז טאקע געווען, איך בין באפרייט געווארן, און מיין חבר איז צוויי וואכן שפעטער שוין געווען אויף די שיף קיין קארעא, ווי ער האט בערך צוויי יאר געדינט אין מיליטער.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אפריל 07, 2008 5:10 pm

פון ר' יעקב יוסף איז געבליבען לפי ידיעתי זיין ממלא מקום האדמו"ר מסקווירא און חתנו האדמו"ר מראכמאסטריווקא ב"פ, ווייסט איינער פון נאך קינדער פאר אדער נאך די קריג פונעם פריערדיגען סקווירא רבי?

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג אפריל 07, 2008 5:12 pm

די ר' מאטעלע איז ביי דיר גארנישט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אפריל 07, 2008 5:18 pm

יאסל האט געשריבן:די ר' מאטעלע איז ביי דיר גארנישט


אה פארגעסן, אדמו"ר מוויזניץ-מאנסי איז אן איידעם ביים פריערידען סקווירא רבי זצ"ל, נאך איינער?

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג אפריל 07, 2008 5:19 pm

יא ר' מאטעלע צוויי מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אפריל 07, 2008 8:24 pm

תמונת הרה"צ ר' יעקב יוסף מסקווירא זצ"ל ב"ר דוד מסקווירא וחתן ר' פנחס (פיניא'לע) מאוסטילא זצ"ל
צוגעלייגטע
Skvere.jpg
Skvere.jpg (16 KiB) געזעהן 6048 מאל

אוועטאר
מענדעלע
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 20, 2007 5:41 am

תגובהדורך מענדעלע » מאנטאג אפריל 07, 2008 8:25 pm

מיללער האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:די ר' מאטעלע איז ביי דיר גארנישט


אה פארגעסן, אדמו"ר מוויזניץ-מאנסי איז אן איידעם ביים פריערידען סקווירא רבי זצ"ל, נאך איינער?

מיר זענען וויזשניץ
ויזניץ, סע איז אין בני ברק.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אפריל 07, 2008 8:26 pm

ר' מענדל, גארנישט פערזענליך אבער למאי נפק"מ?

אוועטאר
מענדעלע
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 20, 2007 5:41 am

תגובהדורך מענדעלע » מאנטאג אפריל 07, 2008 8:38 pm

ב´ ניסן איז אויכעט א יארצייט פונעם רבי´ן רש"ב פון ליובאוויטש זצוק"ל זי"ע.
סע איז דא איינער חב"דסקער וואס קען דערציילן אונדז עפעס פון אים?

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג אפריל 07, 2008 9:22 pm

און לעצטצ וואך ענגלישע משפחה מעגעזין איז געווען א באשרייבונג וועגען סקווער לכבוד דעם 40 יארצייט פון אדמו"ר ר' יעקב יוסף מסקווער זצ"ל
the SCY is the limit

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג אפריל 07, 2008 9:23 pm

האסט עפעס אינטרעסאנט גענאשט פון דארט לאמירעס הערן

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » דינסטאג אוקטובער 07, 2008 4:57 pm

ר' מאטעלע איז צוויי מאל אן איידעם, איין מאל איז ער געווארן אן איידעם פארן קריג נאך אין יאס, אין זיין רעבעצין הרבנית מלכה ע"ה איז אוועק א דריי פערטל יאר נאך די חתונה פון א קראנקהייט, נאכדעם האט אים הרה"ק מסקווירא נאך אמאל גענומען פאר אן איידעם, צו זיין טאכטער הרבנית סימא מירל ע"ה.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג אוקטובער 07, 2008 6:08 pm

ביידע מאל נאך די קריג.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג פאברואר 22, 2009 8:48 pm

א שיין בילד פון ר' יעקב יוסף מסקווירא בצעירתו (קרעדיט, BIZZ בח"ח)
צוגעלייגטע
SkvireYY.jpg
SkvireYY.jpg (21.4 KiB) געזעהן 5093 מאל

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג מארטש 23, 2009 5:11 pm

קומענדיגען פרייטאג, ב' ניסן, געפאלט אויס דעם איין-און-פערציגסטען יאהרצייט פונעם הסתלקות פון הרה"ק מסקווירא זצ"ל.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מאנטאג מארטש 23, 2009 6:43 pm

די וואך איז די סקווירא גליון "לקראת שבת" ארויסגעקומען מיט א פארגרעסערטן גליון. גאר א שיינעם ארבעט אראפגעלייגט.
זיי האבן צוזאמגענומען מאמרים פון רבי'ן שליט"א וואו ער דערציילט מעשיות פונעם און הנהגות טובות פונעם טאטן זצ"ל. קומענדיגע וואך וועט קומען דער המשך.
ס'איז כדאי אריינצוקוקן דארטן.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » דינסטאג מארטש 24, 2009 2:15 pm

שטיקל גבאי האט געשריבן:ר' מאטעלע איז צוויי מאל אן איידעם, איין מאל איז ער געווארן אן איידעם פארן קריג נאך אין יאס, אין זיין רעבעצין הרבנית מלכה ע"ה איז אוועק א דריי פערטל יאר נאך די חתונה פון א קראנקהייט, נאכדעם האט אים הרה"ק מסקווירא נאך אמאל גענומען פאר אן איידעם, צו זיין טאכטער הרבנית סימא מירל ע"ה.

דער אמרי חיים זי"ע האט נישט געוואלט ער זאל נאכאמאל ווערען א איידעם ביי סקווירא רבי זי"ע. כך שמעתי

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » דינסטאג מארטש 24, 2009 2:17 pm

עס איז דא א בילד פון רבי זי"ע מיט הרה"ג ר' מאיר בראנסדורפער שליט"א חבר הביד"צ, איינער קען אפשר דאס אפשר אויפלייגען?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט